ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קדוש, קדוש, קדוש, בענין סאושעל נעטווארק 858 באזוכער

קדוש, קדוש, קדוש, בענין סאושעל נעטווארק י"ב תמוז התשע"ב 13:07 #12935

  • yidishkind
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 25
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
געשריבען צו איינעם פריוואט, און עס ארויפגעשטעלט לתועלת הציבור, (דורכגייענדיג די ענין פון סאושעל נעטווארק פאר עדווערטייזונג אין ביזנעס)

ליידער איז היינט א טמא'נע וועלט, און ווען איינער פראבירט זיך אפשיידען פון די טומאה הייסט ער שוין א צדיק גמור, אמאל איז דאס ביי א פשוטער איד געווען פון די א ב,

איך בין טאקע פון די היינטיגע דור, אבער ב"ה כ'האב נאך זוכה געווען אביסעלע צו קענען אידען פון די פריערדיגע דור, מיט וואס פאר א אמת'דיגקייט, ערליכקייט, און תמימות זיי האבען זיך אויפגעפירט אין טאג טעגליכען לעבן, טייל זענען נאך ב"ה דא מיט אונז, אבער ליידער א גאר גרויסען חלק איז שוין נישט דא מיט אונז,

איין זאך האט מען געוויסט אין אלע דורות אז פרנסה קומט דורך שמות הקדושים אין פסוק פותח את וכו' און דאס איז געקומען מיט א פשטות, אודאי האט מען געטיען השתדלות, ווייל דאס איז אויך נאר די רצון השם, אבער אז פרנסה זאל גאר קומען פון די אלע שמות הטמאים מאן דכר שמי',

און טאקע מ'קען נישט לעבן אין דמיון און מיט פארמאכטע אויגען און זאגען אז איך גיי מיך בכלל נישט באניצען מיט טעכנעלאגיע ווייל אויב בדרך הטבע קען מען נישט אנגיין אזוי הייסט מען סתם א חסיד שוטה, אבער מ'דארף געדענקען אז ס'זאל זיין אויסגעהאלטען 100% ע"פ תורה,

און אני הקטן ווייסט קלאר אז אויב מ'גייט אריין אין די סאושעל סייטס לייגט מען זיך גלייך אריין אין גרעסטע נסיונות פון די אבי אבות הטומאה, און איך האף זיך טאקע דורך צירעדען מיט מיין דיין שליט"א צו אויב מען סעט עס אויף דורך א פשוטע טעקסט (דאס הייסט אז מ'גייט בכלל נישט אריין אין די טמא'נע וועבסייט) איז יא מותר פאר ביזנעס, אדער אפשר דאס אויך נישט וויבאלד ווי נישט ווי האב איך געמאכט עפעס אן הגרמא אין די טומאה, אבער פארשטייט זיך אז איך גיי מיך נישט אליינס פסק'נען נאר עס בל"נ דורך רעדן מיט מיין דיין,

ס'כאפט א פחד אז אויב משיח קומט יעצט אן, אין מ'קומט אין ביהמ"ק, און איינער לאגט אריין אין איינע פון די טמא'נע סאושעל סייטס ווארפט מען אים גלייך ארויס פון אלע דריי מחנות, און ווער ווייסט מיט וואסערע נאך בזיונות השם ישמרנו,

דער עיקר איז מ'דארף געדענקען אז אונז זעמער די עם הנבחר מיט איין זאך, און דאס איז "קדוש, קדוש, קדוש" און דאס איז אונזער ציל, און טאקע אונזער איינציגסטער ציל אין לעבן, און אנדעם ווייס איך נישט מיט וועלכע נאמען אונז ווער מיר אנגעריפען,

יאך רעדט צי מיר, נאר ווען מ'זאגט עס ארויס מכח א-ל הפועל מאכט עס א רושם, און ס'גייט אריין אין אלע גלידער
לעצט פארראכטן: י"ב תמוז התשע"ב 14:27 דורך .

טעמע: קדוש, קדוש, קדוש, בענין סאושעל נעטווארק י"ג תמוז התשע"ב 01:34 #12941

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח זייער שיין ארויסגעברענגט!!!

טעמע: קדוש, קדוש, קדוש, בענין סאושעל נעטווארק י"ג תמוז התשע"ב 10:57 #12943

  • כובש
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 61
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
  • קאָרמא: 0
זייער שיין!

ענטפער: טעמע: קדוש, קדוש, קדוש, בענין סאושעל נעטווארק כ"א שבט התש"פ 17:14 #264901

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2061
  • האט שוין געלייקט: 1134 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3839 מאל
  • קאָרמא: 68

עכט קלאר ארויסגעברענגט אינטערעסאנט צו הערן א גוטע שרייבעכטסל פון אכט יאר פריער

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.33 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא