ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: LOW SELF ESTEEM 4699 באזוכער

Re: LOW SELF ESTEEM כ"ח אייר התשע"ה 19:24 #240009

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1562
  • האט שוין געלייקט: 403 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל
  • קאָרמא: 8
א פרייליכער איד געשריבן:
א הארציגן דאנק בידו פארן זיך לאזן הערן, נאכדערצו מיט אזעלכע שיינע קלארע דיבורים.
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

Re: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשע"ה 10:29 #240033

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
פאר מתן תורה האט השי"ת צום ערשט אויפגעהויבן די געמוטער פון די אידן
"ממלכת כהנים" "סגולה" "גוי קדוש"
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM כ"ג תמוז התשע"ה 01:33 #241240

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 5
אויב מיינט א מענטש אז א גיטע סעלף עסטים, מיינט ווען ער וועט אייןזעהן אין זיך אין וועט שוין זיין ציפרודען ווי ער שטייט - ווייל ער האט מצליח געווען וכו', מאכט ער א פאטאלע טעות, ווייל בדרך כלל איז דאס א אומנוצבארע דרך פאר סעלף עסטים, מקודם על פי רוב וועט ער נישט קענען פועלן ביי זיך צי זיין זיכער אז אזוי איז טאקע, אין אפי' עס וועט אים געלונגען וועט עס נישט האלטען לאנג, יעדע קליינע שאקעל וועט אים גלייך צירוק אראהפפירען. א גיטע סעלף עסטים וועט ער נאר קענען פועלען ווען ער זעט איין אז א מענטש האט איין ערך ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אין זיין חשיבות איז נישט געבינדען מיט הצלחות. זיין חשיבות איז ווייל ער איז א מענטש א חלק אלוקי ממעל מיט כוחות מיוחדים וואס א יעדער מענטש האט.

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM כ"ג תמוז התשע"ה 09:25 #241248

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
ריכטיג

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM כ"ו אב התשע"ה 19:13 #241767

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 707 מאל
  • קאָרמא: 10
אביסל קלארער ארויסגעברענגט.

ווען מען בויעט א הויז, דארף מען גיסן שטארקע יסודות, כדי די הויז זאל זיין פעסט.

וויאזוי בויעט מען א פעסטע יסוד? לכאו' וואלט איך געזאגט, מ'מישט צאם צעמענט מיט וואסער, און נאכדעם לייגט מען אריין פון די מאטריאל וואס הייסט 'פעסטקייט', ווי מער פעסטקייט מען וועט אריינגיסן, אלס מער פעסט וועט די יסוד זיין, נישט אזוי?

ס'איז נישט אזוי, ס'איז נישטא אזא מין מאטריאל 'פעסטקייט', וואס דען? אז מ'לייגט די ריכטיגע מאס צעמענט און שטיינדלעך, און די ריכטיגע מאס וואסער, נישט צו סאך און נישט צו ווייניג, און מ'מישט עס אויס ווי עס דארף צו זיין, דאס ווערט א פעסטע פאנדומענט!

די זעלבע זאך איז ביי קאנפידענס וכדו'. אז איינער וועט זיכן ווי ער קען קויפן קאנפידענס און נעמען אביסל דערפון, וועט ער נישט טרעפן, ס'איז נישטא אזא זאך. אויב עפעס איז עס פאלש.

וואס דען? אז מען שטעלט זיך אוועק אין די יסודות פון א נארמאלע מענטש, ווערט מען קאנפידענט!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 18:05 #272421

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

יעצט אריינגעפאלן דא

גאנץ פיין געשריבן

לאמיר מאכן אן אפיל: "ווער ס'האט חומר וועגן LOW SELF ESTEEM זאל עס אויספאקן . . ."

ווער סהאט עפעס ציצילייגן זאל אריינקימען ס'וועט מיר אין איך גלייב יעדעם ציניצקומען

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: א' סיון התשפ"א 18:05 דורך i want.

ענטפער: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 18:11 #272422

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 123 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 47
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

די פראבלעם איז אבער אז דעיע מיט לאו סעלף עסטיעם האבן נישט קיין קאנפידענץ דא ארויפצוקומען 
כמיין אז זיי (מיר) זאלן זיך שטארקן ווייל די וואס האבן לאו סעלף עסטים האבן נאך די בעסטע עצות און קענען פארציילן וואס בדידי הוה עובדא
אזוי ווי איך בין אמאל געווען שטארק דערינען כהאב געהאט א היבש שוואכע סעלף עסטיעם ןןעט מיר זיין חשוב ארויסצוהעלפן מיט געדאנקען !!!

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 18:12 #272423

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16
i want געשריבן on א' סיון התשפ"א 18:05:

יעצט אריינגעפאלן דא

גאנץ פיין געשריבן

לאמיר מאכן אן אפיל: "ווער ס'האט חומר וועגן LOW SELF ESTEEM זאל עס אויספאקן . . ."

ווער סהאט עפעס ציצילייגן זאל אריינקימען ס'וועט מיר אין איך גלייב יעדעם ציניצקומען


שכח פארן עס ארויפברענגען טאקע א וויכטיגע נושה.
נא מען בעט איינע פון חברים וואס קען מיטיילן זיין עקספיריענס אין די נושה

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 18:22 #272424

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

איך האף צו שרייבן אן אפהאנדלונג וועגן דעם.
הגם עס איז דא אסאך חומר ב"ה היינט אין די היימישע אויסגאבעס וועגן סעלף עסטיעם.
איך וויל אי"ה שרייבן איבער דעם וואס איז נוגע צו אונז אין עדיקשן... 

בעזרת השי"ת

יונה'לע

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 18:26 #272425

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

די חברים דא קוקן ארויס אויף די אפהאנדלונגען וואס וועלן געגעבן ווערן דורך
חבירינו היקרים הקדוש טויש אין הקדוש יונה'לע 

אויף די וויכטיגע נושה פון LOW SELF ESTEEM

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: Re: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 18:46 #272431

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

פונקט נעכטן האב איך געקויפט א נייע ספר אויף די נושא, מיטן נאמען "מנהיגות - העצמה אישית" - וויאזוי א מענטשט קען זיך אויפבויען און ארויסברענגען זיינע אינעווייניגסטע בייהאלטענע כשרונות וואס ער האט מורא ארויס צו ווייזן.
די ספר איז על פי משנתו פון הגאון רבי נח וויינבערג זצ"ל

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: א' סיון התשפ"א 18:48 דורך נישט שפעט.

ענטפער: LOW SELF ESTEEM א' סיון התשפ"א 19:42 #272439

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

דער עולם רעדט דא פון לאו סעלף עסטיעם, כ'וויל צונעמען די ווארט א טראפ.
ס'איז דא א שם דבר וואס הייסט סעלף עסטיעם, א יעדע מענטש ברויך האבן דערפון, וויפיל? ס'דא א שביל הזהב'דיגע מאס, נישט איבערגעטריבן און נישט אונטער די מאס, יעצט, א געזונטע מענטש האט סעלף עסטיעם, און ס'פעלט נישט אויס צוצולייגן הויעך אדער נידריג, דערנאך איז דא אזעלכע וואס האבן  היי סעלף עסטיעם אדער א לאו סעלף עסטיעם, וואס די ביידע איז נישט גוט, אבער זיי האבן כאטש סעלף עסטיעם, צופיל דארף אביסל אראפקלאפן און צו ווייניג דארף אביסל ארויף ארבעטן.
אבער האו אבאוט, בכלל נישט האבן קיין סעלף עסטיעם, איך בין גארנישט, איך קען גארנישט, איך ווייס גארנישט, קיינער דארף מיך נישט, איך בין דער דורכפאל פון דער וועלט, מיין עצם קיום איז א טעות, איינער מיט עני הסבר?

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ב' סיון התשפ"א 10:42 #272461

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

לדעתי גייט עס אויך אריין אין די לאו סעלף עסטיעם זייט ווייל למעשה האסטו א מיינאג אויף דיר, נישט סתם א מיינאג . . .  נאר גאר א שטארקע מיינאג, אז . . . אז . .  די ביסט ממש גארנישט ווערד . . .

לאמיר עס צוטיילן אזוי . . . איך וועל גיין צי די עקסטרעם פין ביידע זייטן

high סעלף עסטיעם = האלט פין זיך איבערגעטריבן וועלטן . . .  אין דערשרעקט זיך נישט פאר קיינעם/גאנישט ממש . . . 0 בישה . . . ועוד . . = נישט אזוי גיט

perfect סעלף עסטיעם = נארמאל / געזינט = זייער גיט

low סעלף עסטיעם = איך בין גארנישט, איך קען גארנישט, איך ווייס גארנישט, קיינער דארף מיך נישט, איך בין דער דורכפאל פון דער וועלט, מיין עצם קיום איז א טעות = נישט אזוי גיט

NO סעלף עסטיעם = טויט . . . . .

וואס איך וויל זאגן איז: אז איינער מיט זייער זייער לאו סעלף עסטיעם, אזוי ווי די האסט אראפגעלייגט, גייט אויך אריין אין די קאטגאריע פין לאו סעלף עסטיעם, אין וואס ס'העלפט דארט קען יענעם אויך העלפן . . .

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ב' סיון התשפ"א 13:13 #272476

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

קודם דארפן מיר פארשטיין וואס איז דאס סעלף עסטיעם...

די טייטש פון "סעלף עסטיעם" איז "זעלבס שאצונג"

סעלף עסטיעם איז דער שאצונג ווי אזוי דער מענטש שפירט אין זיך זיין אידענטיטעיט. דהיינו ווי אזוי דער מענטש שאץ זיך אפ אז ער איז ווערד.

און עס איז צוגעגליכן צו א באנק אקאונט: עס קען האבן אסאך געלט, עס קען זיין ליידיג פון געלט און עס קען זיין אין א מיינוס - נעגאטיוו. אזוי אויך איז דער זעלבס שאצונג פון א מענטש קען זיין פול, ליידיג און נעגאטיוו.

דער שאלה וואס דער מענטש שאצט איז זיין אינערליכע זיכערקייט. וויפיל ער איז זיכער מיט זיך. און דאס וואס דער מענטש פרעגט זיך כל ימי חייו "בין איך פארזיכערט מיט מיר?"... דאס ווערט כסדר געשאצט.
א מענטש מיט א נידעריגע זעלבסט שאצונג, איז מסופק מיט זיין אינערליכע זיכערקייט.
א מענטש מיט א נעגאטיווע זעלבסט שאצונג, קריטיקירט זיך כסדר.
און א מענטש מיט א פאזיטיווע זעלבס שאצונג. שפירט זיכער מיט זיך.. . 

סעלף עסטיעם ווערט זייער אפט פארטוישט מיט סעלף קאנפידענס - זעלבס זיכערקייט. אבער עס איז אינגאנצן צוויי זאכן. לדוגמא: איינער קען האבן זיכערקייט צוצוגיין צום עמוד אבער ווען איינער זאגט אים אן הגהה ווערט ער אויסמענטש. און א צווייטער האט מורא צוצוגיין צום עמוד אבער ווען איינער זאגט אים עפעס (ווען ער גייט שוין יא צו צום עמוד) ווערט ער נישט איבערגענומען נאר הערט יענעם אויס מיט געפיהל.

לאמיר נעמען א משל:
ר' גרונם יאגט זיך היינט, ער איז אויפגעשטאנען אביסל שפעט, און דארף שוין לויפן צו דער ארבעט. ער קומט ארויס נאך די מקוה מיט די נאסע פיאות ווען עס טראפט נאך אראפ די פרישע מקוה וואסער פון זיין בארד און פיאות. ווען אין איין האנט האלט ער דעם קעמל און אין די אנדערע האנט גיסט ער זיך שוין אן א טעפל זיך צו וואשן די הענט.

ר' שלימואל א פרישע אינגערמאן שטייט אין די זייט און שמועס געמיטלעך מיט זיין קאזין ר' זרח וואס איז באלד א דור עלטער פון אים.. און זיי פארברענגן געמיטלעך איבער די לעצטערע מקוה נייעס.

ר' גרונם וואשט זיינע הענט און יאגט זיך צו קאווע שטיבל. ער מאכט זיך שנעל א קאווע און שפאצרט ארויס פון קאווע שטיבל מיט די קאווע אין די הענט.

אזוי אריבערגייענדיג די צוויי שמוועסערס גיט זיך אזוי בטעות א ריק אריין ר' זרח'ס הענט אריין אינען געשמאקן קאווע וואס איז סטאנציאנירט אין ר' גרונם'ס הענט. אזוי אז עס האט געגבן א גוטן שפריץ אויף ר' שלימואל.

שלימואל שטייט פארפרוירן און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן פאר בושה. ווען ר' גרונם לויפט שנעל און לייגט אראפ זיין קאווע און קומט צוריק  מיט פארירן עס אפצעווישן ווען דערביי אנטשולדיגט ער זיך פאר ר' שלימואל אויך וואס עס האט געשעהן.

אזוי אינדערמיט קומט צו ר' זרח און באשייגצט ר' גרונם - "קענסט נישט אכטונג געבן איך פארשטיי נישט?!!!" "האסט נישט קיין אויגן?!!!" "א אנדערע מאל גיב אכטונג וואס דו טוסט"

ר' גרונם אנטשולדיגט זיך מיט אן ערנסקייט, און גייט ווייטער אן אזוי ווי עס וואלט גארנישט געווען. 

שפעטער טרעפט ר' גרונם דעם ר' שלימואל - און ר' שלומואל פארענפערט זיך אויף וואס זיין קאזין האט אים אנגעשריגן ווען ער איז באמת נישט שולדיג.

זאל דער עולם אריינקומען - און אפשאצן די אידן איבער זייער זעלסט ווירדע....
און דערנאל וועל איך אי"ה שרייבן וואס דאס איז נוגע עדיקשן... בעזרת השי"ת

יונה'לע

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ב' סיון התשפ"א 16:41 #272488

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1
שלימואל שטייט פארפרוירן און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן פאר בושה. ווען ר' גרונם לויפט שנעל און לייגט אראפ זיין קאווע און קומט צוריק  מיט פארירן עס אפצעווישן ווען דערביי אנטשולדיגט ער זיך פאר ר' שלימואל אויך וואס עס האט געשעהן.

אזוי אינדערמיט קומט צו ר' זרח און באשייגצט ר' גרונם - "קענסט נישט אכטונג געבן איך פארשטיי נישט?!!!" "האסט נישט קיין אויגן?!!!" "א אנדערע מאל גיב אכטונג וואס דו טוסט"

ר' גרונם אנטשולדיגט זיך מיט אן ערנסקייט, און גייט ווייטער אן אזוי ווי עס וואלט גארנישט געווען. 

שפעטער טרעפט ר' גרונם דעם ר' שלימואל - און ר' שלומואל פארענפערט זיך אויף וואס זיין קאזין האט אים אנגעשריגן ווען ער איז באמת נישט שולדיג.

שלימואל אין מיינע אויגן האט לאו סעלף עסטיעם ווייל פאר וואס שעמט ער זיך ווען איינער גיסט בטעות אויס קאווע אויף אים . . סאיז גארנישט געשען אין ס'מאכט זיך ביי יעדעם, אזוי אויך פאר וואס גייט ער נאכדעם אין פארענפערט זיין קאזין ווען קיינער האט אים נישט געפרעגט, אין ווען למעשה איז ר' גרונם נישט אימשילדיג . . .


ר' גרונם האט א גוטע סעלף עסטיעם ווייל ער אנערקענט אז ער האט געטאן עפעס נישט גוט, טוט גלייך צי דער זאך אין העלפט אויפקלינען, אין ווען איינער שרייט אויף אים ווערט ער נישט אויס מענטש ווייל ער ווייסט אז ער האט שוין געטהן וואס ער האט געדארפט, אין סאיז גארנישט גרויס געשען . . .

ר' זרח איז סתם אן עלטער יוד וואס ווערט שוין אביסל שנעל גערעגט בפרט אויפן ינגערע דור . . . קען זיין ווען ער זאל ווען ארבעטן ינגערהייט אויף זיין אייגן סעלף עסטיעם וואלט ער יעצט פארשטאנען אז סאיז גארנישט מוראדיג געשען דא ס'מאכטס זיך ביי די שענסטע . . .

(אגב דער יונה'לע האט א פעדר איינס אין דער וועלט . . . כ''ע מודה)

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!
לעצט פארראכטן: ב' סיון התשפ"א 16:54 דורך i want.

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ב' סיון התשפ"א 18:31 #272492

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

ישר כח ר' i want פארן שרייבן.

איך וויל ווארטן אויפן עולם צו ענפערן. אזוי אז עס זאל ווערן אביסל טרעפיק דא, ריתחא דאורייתא... 

עס זעהט מיר אויס אז דער עולם האט מורא צו ענפערן, אויב איך גיי זאגן אז דאס איז נישט ריכטיג... (אפשר א נידריגע סעלף עסטיעם)
איך גיי קיינעם נישט אפענפערן, אדער ח"ו וויי טוהן... 

יונה'לע

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ג' סיון התשפ"א 06:24 #272498

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

יונה'לע, דער עולם האט נישט מורא צו ענטפערן זיי האבן נאר א נידריגע סעלף עסטיעם (אדער סעלף קאנפידענץ, וויסעך אליין נישט)

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ג' סיון התשפ"א 10:35 #272504

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

אין מיינע אויגן, שלימואל איז לאו קאנפידענס, ר' זרח לאו סעלף עסטים אבער היי קאנפידענס, ר' גרונם ווייניגער קאנפידענס אבער א גוטע סעלף עסטים.
(ר' יונה גוטע קאנפידענס גוטע סעלף עסטים ב"ה...)

ענטפער: LOW SELF ESTEEM ג' סיון התשפ"א 12:31 #272505

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 85 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
  • קאָרמא: 2

א שיינע חקירה
לענ"ד קוקט אויס אז דער זרח איז א מענטש וואס קען נישט טראכטען און פילען אז ער האט געמאכט א טעות, ער פארשטייט נישט אז יעדע מענטש קען אמאל מאכען א טעות {ס'איז א חסרון ידיעה}
1} ס'אינטערסאנט פארוואס זרח נעמט זיך אן פאר שלומיאל?
2} וואס גייט אים עס אן וואס גרונם טוט?
3}זאל זיך שלומיאל אנעמען פאר זיך אליין? 
ס'קען זיין אז ער טראכט אז א מענטש וואס מאכט א טעות איז א שלימזל א גארנישט 
 דער גרונם קוקט אויס צום זאך.
הצלחה

בעזהשי"ת
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים
לעצט פארראכטן: ג' סיון התשפ"א 12:43 דורך בדרך.

ענטפער: LOW SELF ESTEEM י' סיון התשפ"א 10:00 #272602

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

יונה'לע ווי ביסטו??

מיר קוקן ארויס פארן המשך!!!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: LOW SELF ESTEEM י' סיון התשפ"א 11:03 #272605

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

לאמיר זיך אביסל ערקלערן וואס איך האב געמיינט ארויסצוברענגן מיט די משל/מעשה:

דער ר' גרונם האט ב"ה א געזונטע פאזיטיווע זעלבס-שאצונג. ער ווערט נישט איבערגענומען פון יענעם'ס אטאקעס ווען אין די זעלבע צייט נעמט ער אחריות אויף זיינע פעולות.

ר' שילומאל האט א נידריגע זעלבס-שאצונג אדער א נעגאטיווע זעלבס-שאצונג ווי ער ווערט איבערגענומען פון די ארומיגע און ער נעמט די שולד אויף זיך, גלייבענדיג אז ער איז במת גארנישט ווערד, און ער איז שולדיג און אחריות'דיג אויף יענעמס שוועריקייטן. כדאי פאר אים צו שפירן מער זיכער מיט זיך, ווייל פאר זיך שפירט ער אז ער איז גארנישט, האלט ער זיך אינאיין קריטיקירן און פארלאנגן פון זיך. אזוי שפירט ער מער זיכער מיט זיך.

ר' זרח, וואסצוליב אים האב איך געשריבן די מעשה. רעאגירט אגרעסיוו ווען עפעס איז אין זיין וועג. און דא איז ווי מענשטן קענען זיך דאכטן אז ער האט א הויעכע זעלבס-שאצונג, ער דערשרעקט זיך נישט, ער קען שרייען וכו. אבער דער אמת איז אז ער האט גאר א נידריגע זעלבס שאצונג. היות ער שפירט נישט ווערד ביי זיך אליין. אז ער אליין פאר זיך איז "גארנישט-ווערד" וועט ער נעמען אגרעסיע צו זיכערמאכן אז ער איז ווערד.
די זעלבע ווי ר' שלימואל נעמט קריטיק אויף זיך כדאי צו שפירן פארזיכערט, וועט ר' זרח ווארפן די קריטיק פון זיך אויף א צווייטן.
ביידע האבן די זעלבע ציהל "שפירן זיכער מיט זיך - איך בין ווערד" און היות איך ווייס אז איך בין נישט ווערד מוז איך נעמען ערגעץ צו ערזעצן די ווערד.
__________

וואס איך מיין אויסצוקלארן: 
1) זעלבס-שאצונג איז נישט זעלבס-זיכערקייט. דאס זענען צוויי זאכן. יא, א נידריגע זעלבס-שאצונג קען ברענגן צו נידריגע זעלבס-זיכערקייט אבער דאס זענען באזונדערע זאכן.
2) ווען א מענטש איז אגרעסיוו, מעניפיולעיטיוו, קאנטראלירונג. קומט דאס נישט פון א געזונטע זעלבס-שאצונג נאר פארקערט.
__________

נאך א נקודה, איבער וואס איך האב צוגעגליכן זעלבס-שאצונג צו געלט אין א באנק אקאונט. נאכן זיך איבערטראכטן האב איך געמערקט אז עס איז נישט אזוי. עס איז גלייך צו א באנק אקואנט מיט דעם אז עס איז נישטא אזא זאך ווי "הויכע זעלבס- שאצונג" עס איז בלויז פאזיטיוו און עס איז נישט קיין נפקא מינה וויפיל. ביזווילאנג עס איז דא גענוג. אזוי ווי ווען איינער האט גענוג געלט איז שוין נישט קיין חילוק (באמת) וויפיל עס מאכט שוין נישט אויס פארן מענטש. איינמאל דער מענטש האט "גענוג" געלט אויף וויפיל ער דארף מאכט שוין נישט אויס די נומערן מער בלויז אויף זיך צו שפירן גוט...
אזוי אויך איז צו פארשטיין אז עס איז דא ווער עס האט א נעגאטיווע זעלבס-שאצונג, אז ער קריטיקירט זיך און קוקט זיך אראפ. 

אבער דאס איז בלויז די "שאצונג". דער מענטש איז באמת ווערד. זיין באנק אקאונט איז לאודעד פיל.. מער פון מיליונען דאלארן... מיר קענען נישט אפשאצן דאס ווערד פון א מענטש און נאכדערצו א איד. 
נאר: דער מענטש מיט נידריגע זעלבס-שאצונג איז אזוי ווי איינער האט אן אקאונט מיט געלט און ער האט נישט די ציטריט צום אקאונט... 

אונזער ארבעט איז צו אנערקענען אונזער ווערד, צו האבן ציטריט צו אונזער ווערד און זיין זיכער מיט אונזער ווערד.

ועוד חזון בעזרת השי"ת.

יונה'לע

ענטפער: LOW SELF ESTEEM י"ב סיון התשפ"א 08:00 #272615

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

יונה'לע, פאר סאום ווערי אדד ריעזאן אידענטיפעציר איך מיך דאס בעסטע מיט (ר') שלימואל, ווייסט פארוואס? איך נישט...

(איך האב איינגערינגלט די ר' ווייל שלימואל האלט נישט אז עס קומט איהם א טיטל בכלל, ודו"ק היטב)

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.02 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא