ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: דער צוריקגעבליבענער משה'לע 1733 באזוכער

דער צוריקגעבליבענער משה'לע כ' טבת התשע"ה 17:34 #236611

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27
נישט אין די ווייטע פארגאנגענהייט איז די וועלט געווען אויפגערודערט מיט די בלוטיגע אטאקע אין מומביי אינדיע, ליידער ליידער זענען דעמאלטס אוועקגעריסן געווארן עטליכע היימישע אידן יראים ושלימים הי''ד, אבער עס וועט קיינעם נישט פארגעסן ווערן די אנגעצויגענע מינוט'ן פון ווען די מערדער זענען אריין אינעם חב''ד הויז ביזן ענדע וואס האט זיך ליידער גענדיגט זייער טראגיש, עס האט גענומען 3 טאג ביז מען האט אומגעברענגט דעם בלוט דארשטיגן מערדער, מענטשן זענען געווען אויסטערליש נערוועז יעדע פארביי גייענדע שעה, נו וואס טוט זיך, ווען גייט מען שוין אריין אינעם בנין, וואס צעגערן זיי אזוי דארט, א מין פארוקטע דריטע וועלט לאנד, און אמעריקא וואלט אזא זאך נישט פאסירט.

די פארגאנגענע וואך איז געווען ליידער אין די נייעס אן איבערגעשפילטע מומביי אבער דאסמאל אין פאריז פראנקרייך, עטליכע מערדערס זענען אריין אין א נייעס סטאנציע אין פאריז, און אויסגעשאחטן 12 מענטשן, און וואס מיינט איר מען האט נישט גערופן די פאליציי? מען האט גערופן, און די מערדערס האבן נאך באוויזן צו אנטלויפן, און נאך ארלעדיגן א פאליציי מאן אינטערוועגנס, האבן די פאריזע אינסטאנצן געוואוסט פון די צוויי פיסיגע חיות? וואו עס שטעלט זיך יעצט ארויס האבן זיי שוין איינמאל געוואוסט, אבער די מעשה איז נאכנישט פארטיג, איין שלימזל האט איבערגעלאזט זיין אידענטיפיקאציע קארטל ביים סצענע, נו ווייסט מען דאך שוין ווער זיי זענען, און די פאליציי האט טאקע עטליכע שעה דערויף שוין געלייגט די בילדער פון זיי, די באנדיטן זענען שוין לאנג געווען אינעם דאטאבעיס פון פאריז און אויך אויפן אמעריקאנעם ליסטע, נו וואלט מסתבר געווען אז אזא איינעם דארף נישט נעמען מער ווי עטליכע שעה און מען האט אים, גייט אדורך א גאנצן מיטוואך און מ'שטייט מיט ליידיגע הענט, דעם אנדערן טאג די מערדער'ס באווייזן צו לייגן זייער האנט אויף א גאז סטאנציע, מען רופט גלייך די פאליציי, נו יעצט ווייסט מען דאך שוין זיכער ווי זיי געפונען זיך, מען בלאקירט עטליכע מייל ארום, אבער והילד איננו, גאנץ פאריז שטייט אנגעצויגן, נו פארוואס האט מען אים נאכנישט, דאס איז שוין א מערב וועלט לאנד, הקיצור דעם אנדערן פרייטאג אין די באנדיטן באווייזן צו נעמען א משכון אין א פאבריק פאר עטליכע שעה, און ווען נישט וואס די פערדן גייען ארויס אין גאס און הייבן אן צו שיסן, ווער ווייסט וואו לאנג די סצענע וואלט זיך נאך פארצויגן, און נאכדערצו ווען א צווייטע פארכאפונג האט זיך געוואנדן אין דעם אויסקום.

פארוואס ברענג איך עס דא, נישט ווייל איך וויל דא מיטטיילן נייעס מיט איינעם, און נישט ווייל איך וויל יעצט אנאליזירן נייעס, נאר עס גרידשעט מיר אין די ביינער די לאזונג, "צוריקגעבליבענע חברה" וואס נעמט זיי אזוי לאנג?

מיר שטייען יעצט אינעם צווייטן וואך פון שובבים, נישט לאנג צוריק האט מען געהערט פונעם בעל קורא חזק חזק ונתחזק, וואס דאס האט געדארפט צו זיין א מעלדונג און א פערזענליכע איינלאדענונג אז עס קומט שובבים, וואס עס האט אמאל געמיינט שובבים ביי אידן איז נישט מעגליך אראפצומאלן, איך דענק כד הוינא טליא, די אמאליגע דור וויאזוי זיי האבן גענומען ערנסט די זאך, מען האט געקענט זעהן אויף די אידן אז עס איז שובבים, די פענימער האבן מעיד געווען עס איז שובבים, טייל האבן אפגעראכטן תיקון חצות אין די וואכן, טייל האבן געפאסט בה''ב, און מער ווייניגער רוב מנין ובנין האט אויסגעזאגט גאנץ תהילים בדמעות שליש באשמורת הבוקר יעדן פרייטאג צו שב''ק אינדערפרי, עס איז געווען א געפאקטע ביהמ''ד, יעדער האט גענומען די זאך אין די האנט לפי בחינתו, היינט ליידער איז ביי א גרויס טייל די ענין נישט מער ווי א ווערטל וואס מען נוצט ווען מען וויל זיך אונטערהאלטן און ליידיגייענדע מינוט, אבער פאר וועם איז די ענין פון שובבים געמאכט געווארן? וואס איז דאס שובבים?

פייבוש, קענסט משה'לע די משוגענער וואס דרייט זיך ביי אונז אין שול? קענסט אים נישט? דער וואס האט ג'גטע הויזן, א חתונה געהאטע וועסטל, א קינדערלאזע רעקל, קענסט אים נישט? שוין, וואס זאל איך דיר זאגן, זיין ציצית ווערט יעדן טאג באנייט מיט פרישע אויגפארכאפענדע קאלירן פון זיין פרישטאג און נאכטמאל וואס ער האט געגעסן יענעם טאג, קענסט אים נישט?, איך בעט דיר פייבוש, ברענג מיר נישט ארויף די עסן יעצט פון בויך, איך האב נארוואס אפגענדיגט מיין פרישטאג עס ליגט אויף א גוט פלאץ אין מאגן, לאז עס דארטן, דו קענסט אים זיכער, זיין רעקל איז אנגעבראכן אינגאנצן, ער שטאפט זיך אן מיט עסן, און ברעכט אויס יעדן טאג א טייל דערפון אויף זיין געזיכט און ארום, ער לאזט א ריח נאך זיך, אזש מען ברויך זיין פארמאסקירט אינגאנצן אים אדורכצוגיין, יא דאס איז דער משה'לע וואס איז נעבעך אביסל צוריקגעבליבן, און ווען מענטשן געבן אים וואסער און זייפ, מען שטעלט אים אלעס צו זיך אפצווואשן, שטופט ער עס אפ אויף מארגן.


משה'לע, בוזט גוט פארחזרט, קען זיין אז דו מאכסט דיך שוין מער נישט שמוציג, אבער אפוואשן ברויכסטו דאך, עס איז באקאנט וואס די ספרים הקדושים שרייבן אויף א מענטש וואס ווערט ל''ע נכשל מיט די הארבע עבירות, זיינע קליידער ווערן אים פארשמירט, ער האט א ריח, ס'איז גארנישט קיין וויץ, די זכי הרואות דערזעהן אונז פונקט ווי דער משוגענער צוריקגעבליבענער משה'לע, מיר זענען אנגעשמירט אינגאנצן פון קאפ ביז צו דער פוס, קומט צו גיין א שובבים, די וואכן וואס זענען מסוגל זיך אפצווואשן די שמוציגע קליידער וואס מיר טראגן, מען ברענגט אונז אביסעלע זייף אז מיר זאלן קענען אוועקנעמען די שווערע גערוך וואס מיר לאזן נאך זיך, אבער משה'לע שטופט עס אפ, מארגן, נעקסטע וואך, וויי געוואלד! משה'לע שוין אריבער א גאנצע וואך אין שובבים וואו האלטסטו?? אזוי צוריקגעבליבן בוזטו? די לעבסט אין א דריטע וועלט לאנד? נעם שוין דעם טעפל וואסער מיט די זייפ וואס מען שטעלט דיר צו, און טוה שוין צו די זאך, ווער דען ברויך דאס אזוי וויכטיג יעצט? פאר וועם איז געמאכט דער שובבים אויב נישט פאר דיר?

אבער דער אמת איז, דער מלך האט אמאל געזאגט פאר א געוויסן שטאט אז מען זאל זיין גרייט אויף א געוויסן טאג, ער וויל זיך באגריסן מיט די אלע מענטשן פון יענעם שטאט, און קיינער זאל נישט פעלן, נו, איז אבער געווען געוויסע מענטשן וואס זענען געווען צוליב פרנסה אדער אנדערע סיבות און גאר ווייטע מדינות, און אז דער מלך הייסט ברויך מען דאך צוריקקומען, אבער ווי קען מען דען זיין אזוי שנעל צוריק?
איז נישטא קיין ברירה מען צאלט מער געלט, און מען נעמט דעם שנעלן צוג, אבער אז מען פארט מיט א שנעלן צוג פאר אפאר טאג, ווארפן זיך די קושקעס הין און צוריק, און דאס עסן ווערט צושפרייט על ארבע כנפות, און ווען מען קומט אן אזוי מיטן לעצטן אטעם, זעט מען אויס ממש ווי משה'לע, און דער ריח איז עד אין לשער, אבער ער מוז דאך גיין אין די רייע צום מלך, נו, דער קעניג דערזעהט אזא מענטש, קריגט ער אויף אים גרויס רחמנות, און נעמט עטליכע חברה פון זיין מיליטער, און הייסט זיי זאלן אפוואשן די משה'לעך, אז זיי זאלן קענען אויסזעהן נארמאל.

רבונו של עולם, מיר משה'לעך ברויכן איינער וואס זאל אונז אפוואשן, ס'איז אמאל געווען א דור, ס'געווען מנהיגים מען האט אריינגעטרעטן אינעם צימער איז מען שוין געווארן אפגעוואשן, ס'איז געקומען א וואך פון שובבים, ס'האט זיך געגאסן עמער'ס מיט וואסער און זייף, מען האט נישט געברויכט קיין סאך צייט צו זיצן אין ביהמ''ד און מען איז געווארן אויסגעוואשן מבית ומחוץ, הייליגע באשעפער, מיר זענען שמוציג, מיר האבן א גאר שלעכטן ריח, ווער וועט אונז אויסוואשן?

אבער מיר ווייסן אז לא אלמן ישראל, דער רבוש''ע באנקראטירט נישט, כי לא תשכח מפי זרעו, שיין אריין און אונזערע הערצער הרהורי תשובה, השיבנו השם אליך, דערנאך וועט זיכער זיין ונשובה, נעם אראפ פון אונז אונזערע שמוציגע קליידער, איך שעם מיר אזוי ארומצוגיין, לאז מיר נישט זיין דער צוריקגעבליבענע משה'לע, לב ברא לי אלוקים זעה דאס זאל צוהן צו טוהן דיין רצון.


איך וועל ענדיגן מיט א משל פונעם דובנער מגיד, געווען אמאל א מענטש וואס איז געשטאנען אויף א דאך פון א בנין, איז אדורך א פארביי גייער, און ער האט געוואלט אז יענער זאל ארויפקוקן צו אים, נו וואס טוט מען?
ער האט באשלאסן אראפצו ווארפן עטליכע מטבעות צו אים, אזוי וועט יענער קוקן ווער ס'ווארפט, אבער צו זיין ווייטאג הייבט יענער אויף די מטבעות און שפאצירט זיך געמיטלעך ווייטער, נו וואס טוט מען? ווארפט ער אראפ נאך אפאר מטבעות, אבער יענער הייבט עס אויף און גייט ווייטער, האט ער באשלאסן ער גייט יעצט ווארפן שטיינער, און אזוי טראסקעט ער אראפ א גרויסן שטיין אויף יענעם'ס קאפ ארויף, און פארשטייט זיך יענער האט אויפגעהויבן דעם קאפ און געקוקט ווער ס'ווארפט אויף אים, און ער שרייט ארויף וואס ווארפסטו שטיינער? שרייט יענער אראפ, פריער ווען איך האב געווארפן מטבעות האב איך נישט געהערט פון דיר קיין ווארט, נו איך האב דאך געוואלט זאלסט קוקן אויף מיר, אז נישט מטבעות איז שטיינער.

הנמשל מובן מאיליו, אבער הייליגע באשעפער איך וויל דיר בעטן, וואש אונז אויס אונזערע הערצער נאר מתוך רחמים וחסדים, באווארף אונז מיט מטבעות נישט מיט קיין שטיינער, איך ווייס מיר זענען נישט ווערט, אבער וואס טוט נישט א טאטע צו זיין קינד.

דיין זוהן וואס בענקט נאך דיר
משה'לע

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע כ"א טבת התשע"ה 05:16 #236639

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
יוא ביזטו גוט משה'לע (עד כאן)
דיינע ווערטער זענען ווי געגאסן
א מחי' צו הערן און ליינען דיינע פערל ווערטער
גלייב מיר איך האב נאכקיינמאל אזא גוטע שובבי"ם תורה נישט געהערט
האסט מיר ממש אויסגעוואשן מיט זייף וואסער

דער אויבערשטער זאל אונז אלע טאקע באגיסן מיט גאלדענע מטבעות, און מיר זאלן כאפן דעם רמז....

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ב' ניסן התשע"ה 13:37 #238494

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
משה'לע איז גארנישט אזוי צוריקגעבליבן
משה'לע לאמיר עפעס הערן אויפן חד גדיא
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ג' ניסן התשע"ה 19:11 #238569

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27
שמייכל געשריבן:
משה'לע איז גארנישט אזוי צוריקגעבליבן
משה'לע לאמיר עפעס הערן אויפן חד גדיא

אז מען נוצט נישט דעם מח, איז מען צוריקגעבליבן!
וועגן חד גדיא?! נו בעטסט אזוי שיין, וועל איך צוליב טאן.

איך וועל מקדים זיין מיט מיין ארטיקל וואס איך האב נעכטן געשריבן אויף אייוועלט, און מיט דעם עפעס צופלעכטן פארן ציגעלע מיטן קעצעלע.



איך קען נישט מער! ס'טוט מיר וויי!

איך קען מיר שוין נישט איינהאלטן! רבותי ס'טוט מיר וויי!!

ביים הבה נתחכמה לו, דערציילט די גמרא זענען געזיצן דריי יועצים ביי פרעה, בלעם יתרו און איוב, פרעה האט ארויפגעברענגט די יודן פראגע, האט יתרו זיך גענומען צו שרייען, ער האט מוחה געווען און אנטלאפן, בלעם האט געגעבן די עצות, און איוב האט געשוויגן, זאגט די גמרא אז בלעם וואס האט געגעבן די עצות הריגה איז געהארגעט געווארן, "מדה כנגד מדה", יתרו וואס האט מוחה געווען און אנטלאפן פון די חברה רשעים, האט זוכה געווען נתקרב צו ווערן צו צדיקים צו משה רבינו, "מדה כנגד מדה", איוב וואס האט געשוויגן נידון ביסורים, וואו ליגט דא מדה כנגד מדה? ווייל ער שווייגט קומט אים יסורים?

זאגט דער צדיק ר' וועלוועלע בריסקער אזוי, איוב האט געזאגט פאר יתרו, וואס שרייסטו, נישטא צו וועם צו רעדן, מען וועט דיר במילא נישט אויסהערן, לאז געמאכט! דו וועסט גארנישט אויפטוהן, שריי נישט! לאז זיין רואיג, ס'פאר פסח ס'גענוג אנגעצויגן אין שטוב! שטיל זאל זיין.
האט דער אייבערשטער געשיקט יסורים אויף איוב, און אז איוב האט געהאט יסורים, איז ער ארומגעגאנגען אין די גאסן אין געשריגן! די מענטשן האבן אים אפגעשטעלט און געפרעגט ולשמחה זו מה הוא עושה? האט איוב גענטפערט איך האב יסורים! האט מען אים געזאגט דיין שרייען וועט גארנישט העלפן, לאז אפ, זיי שטיל, האט איוב געשריגן, אבער ס'טוט מיר וויי! און אז עס טוט וויי שרייט מען!

וואס זאל איך אייך זאגן, די הארץ איז מיר פארקלעמט, די אויגן זענען מיר שוין רויט פון געוויין, מיינע גלידער טרייסלען נאך, א פינעף יעריג קינד, קוים געקענט די וועלט, נאכנישט צייט געהאט צו טוהן קיין ערנסטע עבירות, און נעבעך נעבעך, ארויף על מוקדה, ווי נעמט מען די פעדער צו באשרייבן אזא אבידה, דאס איז דאך אזא צער פאר טאטע און מאמע, ברודער און געשוויסטער, ס'איז אזא צער פאר די גאנצע משפחה, נאכדערצו ווען מען האט ניטאמאל געהאט צייט זיך צו געזעגענען, אוי וויי טאטע אין הימל, ס'איז ווייטאגלעך!!
אבער שבר על שבר, אינעם זעלבן טאג, אינעם זעלבן זמן, איז נעבעך מיטגעגאנגען זיין זעקס יעריגע שוועסטער אויך, געוואלד וואו נעמט מען די כוחות פאר דעם?! א קליין זעקס יעריג מיידעלע, קוים אראפגעקומען אויף די וועלט, והילד איננו, ואנא אני בא מצערו של אבא, איך דענק נישט מער געדאכט ווען עס האט אויסגעבראכן די פייער שבועות תש''ס אויף ווילסאן אין וויליאמסבורג, און די פייער צונגען האבן מיטגעשלעפט א אידישע מאמע מיט איר קינד, אידן זענען געווען אזוי צובראכן, מען האט נישט געקענט צו זיך קומען, אין איין טאג צוויי קרבנות, וויין משה'לע וויין, טרערעלע סאיז דא פארוואס, אט אזוי שלענגל דיך אראפ אויף די באקן, שוין מיך נישט, מאך נאס דאס גאנצע ארום.
די צרה ווערט דאך אבער נאך גרעסער פון יענעם שרעקליכן שבועות, דאסמאל איז מיטגעגאנגען אן אכט יעריגע ברודער'ל אויך, מ'האלט שוין ביי דריי קרבנות, אוי וויי וואס איז געשעהן מיט אונז?! אזא הילעכיגן פראסק, טאטע אין הימל עס טוט דאך אזוי וויי! עס רייסט דאך שטיקער! האסט געוואלט אזוי שטארק ציפעדיג?! טאטע אין הימל עס שניידט שטיקער, עיני עיני ירדה מים, יא יא, ס'איז דא פארוואס, וויין שעפעלע, גיס אראפ פון דיין אוצר אביסל, לאז נישט טרוקען די באקעלעך, דאס זענען דריי אומשולדיגע תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא!
אבער דער פייער איז נישט זאט געווארן פון דריי אומשולדיגע קינדער, ער האט אויך מיטגענומען א צען יעריגע ברודער'ל, אוי וויי, וואס איז געשעהן מיט אונז? פיר אומשולדיגע קרבנות אין איין טאג! וויי געוואלד עפעס האב מיר געמוזט טוהן אזוינס זאל פאסירן, טרערן טרערן האטס רחמנות אויף די קליינע ביימעלעך, זיי זענען דאך אזוי טראגיש פארשניטן געווארן, ווי קען א טאטע און מאמע בלייבן ביים געוויסן אז אזוינס האט פאסירט, איה סופר ואיה שוקל, נישט מעגליך צו באשרייבן אזא צער! אוי וויי פיר קינדער אין איין טאג! נישט דא גענוג טרערן פאר ענק קינדערלעך, איך האב שוין כמעט נישט! מיין טרערן קאמער'ל איז שוין באלד ליידיג! רבונו של עולם געב כח דאס אדורכצוטראגן!
און דא קומט אריין די נייעס אז א עלף יעריג מיידל איז אויך מיטגעגאנגען מיט זיי, אוי וויי, איך פאל צוזאם! וויפיל קען א בשר ודם דערהייבן?! מיר זענען צובראכן אויף שברי שברים, פינעף נפשות האט א טאטע און מאמע געברענגט אויפן מזבח היינט! נישט געהאט קיין צייט זיך צו געזעגענען מיט קיינעם פון זיי, גלייך ארויף מיט די פלאמען! געוואלד מען דארף האבן א הארץ פון שטיין נישט צו וויינען! די טיש אין בענקל איז מיר שוין נאס פון טרערן, וויפיל נאך דארפט עטץ קינדערלעך טייערע? דאס גאנצע ארום איז שוין א טייך, טאטע טייערע די גלעזעלע דארט אויבן ווי דו לייגסט אוועק אלע טרערן איז נאכנישט פיל? דאס האט געלאזט איין איד אן טרערן?
אבער זעהט אויס אז פינעף איז אויך נישט גענוג געווען צו מכפר זיין אונזערע עוונות ופשעים, עס איז אויך מיטגעגאנגען א צוועלעף יעריג אינגעל, נאכנישט בר מצוה געהאט! נאכנישט זוכה געווען צו מאכן דעם להניח תפילין, אוי ואבוי, מיר זענען געווארן גוט באקלאפט! נישטא קיין טרערן פאר אזויפיל קרבנות אין איין טאג, טאטע אין הימל האב רחמנות אויף אונז! עס איז דאך אוממעגליך צו באוויינען אזויפיל קרבנות אויף איינמאל, וויאזוי האסטו געזאגט ווען די ביהמ''ק איז חרוב געווארן, קראו למקוננות, רבונו של עולם וויין מיט אונז! מיר קענען נישט אליינס! דו ווייסט וויאזוי צו וויינען, וויין מיט אונז! קראו למקוננות, זעקס אומשולדיגע נפשות אויף איינמאל אומגעקומען, אוי וויי געב אונז כח.
איך קען שוין נישט שרייבן מער, עס איז דא א זיבעטע קרבן אויך, א זעכטצן יעריג מיידל, נאכנישט קיין בת עונשין, רבונו של עולם, א טאטע האט ארויסבאגלייט היינט זיבן ארונות, יא נישט קיין טעות, ס'איז זיבן קינדערלעך, קראו למקוננות, מיר קענען עס נישט אליינס באוויינען, עס איז אסאך העכער די צער וויפיל אונז קען מיר ארויסגעבן, שטייט א צובראכענע טאטע, און ער באגלייט זיינע זיבן קינדער, אוי הימלען פארוואס האט איר נישט געוויינט דאמאלטס? ער האט מיטגעשיקט אלע זיינע קדיש זאגער'ס, נישט איבערגעלאזט קיין איין קדיש זאגער נאך זיך, געוואלד, ס'איז דאך אזוי ביטערליך! פייער פייער ווי האט איר געקענט אזויפיל פארברענען אין איין טאג?

אבל אשמים אנחנו
ליבער טאטע אין הימל, וואלט איך געווען יעצט אן עזות פנים, וואלט איך געזאגט אז דאס איז ווייל ס'איז נישט געווען קיין סמאוק אלארם!
אבער שאין אנו עזי פנים וקשה עורף לומר לפניך צדיקים אנחנו ולא חטאנו, אבל אנחנו ואבותינו חטאנו!
וואלט איך געווען אן עזות פנים, וואלט איך געזאגט עס איז געווען א פעלערדיגע האט פלעיט!
אבער שאין אנו עזי פנים וקשה עורף לומר לפניך צדיקים אנחנו ולא חטאנו, אבל אנחנו ואבותינו חטאנו!

טאטי איך בין שולדיג! אוי וויי, פאר מיינע עבירות זענען זיבן אומשולדיגע קרבנות ארויף אויפן מזבח, אבל אשמים אנחנו, איך האב געזינדיגט, און יעצט עסן נעבעך די אומשולדיגע טאטע מאמע די פירות, ליבער טאטע אין הימל, דו האסט געמוזט זיין זייער אויפגעברויזט אויף מיר אז דאס האט פאסירט היינט, אבער דו בוזט הפותח שער לכל דופקי בתשובה, טאטי נעם אן מיין תשובה!! איך בין נישט קיין עזות פנים איך זאג דיר דעם אמת, איך בין שולדיג! אבל אנחנו ואבותינו חטאנו! רבונו של עולם האסט מיר גוט אנגעקלאפט די ביינער! אוי וויי, פארוואס האב איך נישט תשובה געטוהן פריערט, איך מוז זיין א גאר שטארקע בעל עבירה אז דו האסט געמוזט נעמען דערפאר זיבן קרבנות! אוי וויי געוואלד, טאטע אין הימל עס טוט מיר וויי!! און אז ס'טוט וויי שרייט מען!! קולי שמע וראה דמע עיני, לבי לבי על חלליהם, מעי מעי על חלליהם, כי אתה השם באש הצתה!

רבונו של עולם איך בין מאמין באמונה שלימה אז אלעס קומט פון דיר ליבע טאטע, און דאס איז א דירעקטע באפעל געווען צו מיר אויסשליסלעך אז איך מוז מיר נעמען אין די האנט אריין, תשובה טוהן מעומקה דליבא, זיך צוריקערן צו דיר בכל לב ובכל נפש.
אבער רבונו של עולם דאס קלאפ איז געווען דאסמאל צו א שטארקע, איך בין צוקלאפט אלע מיינע ביינער, איך קען מיר קוים צוזאמקלויבן, מיר לעבן אין אזא שווערע דור, איעדע קרעכטץ איז דאך ביי דיר היינט אזוי חשוב, אז א איד אין אזא דור שפל געט נאך פאר דיר א קרעכטץ, איז עס הונדערט מאל מער ווי אמאל, וויפיל אידן האבן היינט געלאזט פאר דיר א קרעכטץ?! וויפיל טרערן איז היינט געגאנגען פאר דיר ליבער טאטע?! מיין טאטע ווען ער פלעגט מיר גוט אנשלאגן ווען איך האב געטוהן אן אויסטערלישע זאך, און פארשטייט זיך איך האב גאר שטארק געוויינט פון די גוטע פעטש וואס איך האב געקריגן, האט ער זיך דערנאך אראפגעזעצט לעבן מיר, און מיר געגלעט און אמאל האט ער אפילו מיר געקויפט עפעס א גוטע זאך ווייל איך האב תשובה געטוהן!
טאטע אין הימעל, האסט אונז אזוי שטארק אנגעפראסקעט, מיר האבן אלע געוויינט, מיר האבן אלע אמת'דיג תשובה געטוהן, קויף אונז א גוטע זאך, שיק אונז שוין דעם גואל צדק! מיר זאלן נאך קענען דעם פסח פראווען אין ירושלים בבית מקדשיך, און מקריב זיין דעם קרבן פסח!

עד כאן דברי וואס איך האב געשריבן.

ומכאן ואילך וועל איך מוסיף זיין לכבוד שמייכעל.
אלע פרעגן אויף דעם ציגעלע מיט די הונטעלע מיט די שטעקן, וואס איז פשט אין דעם?
האב איך געהערט אמאל פון ר' אלימלך'ן איך דענק נישט יעצט פון וועם ער האט דאס נאכגעזאגט, אז דעס קומט אונז צו ווייזן אז אלעס האט א חשבון אויבן, גארנישט איז נישט קיין צופאל, דער הונט בייסט דעם ציג מיט א חשבון פון אויבן, און אזוי ווייטער דער שטעקן, די פייער, די וואסער אלץ איז מיט א פונקטליכן חשבון פון אויבן, לענינינו, מענטשן זוכן כסדר צו טרעפן סיבות אויף פאסירונגען, פשוט מען וויל באריאוגען דעם געוויסען אז אה וועגן דעם האט דאס פאסירט, אבער טראכטן אז דאס איז אן אויסגערעכטן פלאן מיט א חשבון פונקטליך פונעם רבונו של עולם, פון דעם מאן דכר שמיה?!

א גאנצע משפחה כמעט האט מען געטראגן אויפן בית עולם היינט, איר ווייסט פארוואס? פאר די זעלבע סיבה פארוואס די קעצעלע האט געביסן די ציגעלע!!

און פאר די זעלבע סיבה פארוואס איך בין אן עדיקט!
ווייל אזוי וויל קודשא בריך הוא! און איך דאנק אים פאר דעם, און פאר אלעם וואס ער טוט מיט מיר.

האף מיר אז מיר וועלן קענען מבער זיין דעם חמץ וואו עס ברויך צו זיין, וואו נישט וואו האט מיין חמץ געקאסט 7 אומשולדיגע נפשות, און מיר ווייסן אז דאס האט א קלארן חשבון פון אויבן.

א כשרן ריינעם זויבערן פסח אלע אידן.

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ג' ניסן התשע"ה 23:50 #238570

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
אוי ווי הארציג
אוי ווי אויפריכטיג

יישר כח משה'לע
דיין פענע באנעמט מיך זייער שטארק

טאקע מיט דעם שליסן מיר די סדר נאכט די ליל האמונה: אז אלעס איז געפיהרט מיט א פונקטליכע חשבון... אלעס אלעס... אפילו די יצר הרע ווערט געפיהרט מיט א חשבון!!!
נישטא קיין דורכפאל אדער טעות אינעם סדר.....

יש מנהיג לבירה... והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' ניסן התשע"ה 08:13 #238582

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
יישר כח רעב עד כאן
איך בין אינגאנצן צומישט
ממה נפשך! אויב די חטאים זענען אנגעשריבן פון אויבן, איז פארוואס ביסטו צובראכן און די באשולדיגט'סט זיך אז די עונשים זענען געקומען צוליב דיר? עס איז דאך נישט דיין שולד? ילמדנו רבינו
אלא מאי........
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' ניסן התשע"ה 20:45 #238637

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27
שמייכל געשריבן:
יישר כח רעב עד כאן
איך בין אינגאנצן צומישט
ממה נפשך! אויב די חטאים זענען אנגעשריבן פון אויבן, איז פארוואס ביסטו צובראכן און די באשולדיגט'סט זיך אז די עונשים זענען געקומען צוליב דיר? עס איז דאך נישט דיין שולד? ילמדנו רבינו
אלא מאי........


איך ווייס נישט וויפיל דו האסט שוין געליינט און געלערנט איבער עדיקטנעס, וואס דאס איז, פארוואס בוזטו אן עדיקט, איז עדיקטנעס א חטא, וכו' וכו'

איך האב שוין אמאל דא מאריך געווען אביסל אינעם ענין עיין ערך מיין וועג צו ריינקייט אינעם אינגעלייט וואונקל ותמצא נחת, אבער עס איז דא אין דעם פארום אן א שיעור באשרייבונגען איבער דעם וכולם עולים בסגנון אחד.

אבער אין קורצן
עדיקטנעס איז א קרענק! ס'איז נישט קיין חטא, עס איז א קרענק! פונקט ווי דעפרעסיע איז א קרענק, דאס זעלבע איז מיט עדיקטנעס.
א חטא איז ווען מען פאלט אדורך! אויב איך בין נישט דורכגעפאלן האב איך נישט געטוהן קיין שום עבירה און קיין שום חטא, ווידעראום אן עדיקט בלייב איך.

אויף א חטא דארף מען תשובה טוהן, אויב בין איך אדורכגעפאלן ברויך איך תשובה טוהן אפילו איך בין אן עדיקט, א שניט ברויך סטיטשעס? אפילו א דאקטאר האט עס געמאכט?! א חטא ברויך תשובה, אפילו דאס קומט דורך מיין עדיקטנעס!
אויף עדיקטנעס ברויך מען נישט תשובה טוהן ווייל עס איז א קרענק נישט קיין חטא, פונקט ווי דו ברויכסט נישט תשובה טוהן אויב האסט באקומען א פארקילעכטס, דאס זעלבע ברויכסטו נישט תשובה טוהן אז דו בוזט אן עדיקט.

פון א קרענק היילט מען זיך, אויב קען מען עס נישט היילן, טוט מען זאכן וואס האלטן די קרענק אונטער קאנטראל, עדיקטנעס איז אויך אזוי, אויב האלטסטו דו קענסט עס היילן, מה טוב ומה נעים, אויב דיין פארשטאנד זאגט אז דו קענסט עס נישט היילן, קענסטו עס אבער האלטן אין קאנטראל, דארפסט נאר ארבעטן דערפאר, סאיז דא אסאך מהלכים אין דעם, פרוביר אויס וועלעכעס עס ארבעט אויף "דיר" די בעסטע!

יעצט צוריק צו דיין קשיא, חטאים זענען נישט אנגעשריבן פון אויבן, קרענק זענען יא אנגעשריבן, דעס אז איך וועל מיר דארפן מוטשענען מיט א קרענק וואס הייסט עדיקטנעס, דאס איז אנגעשריבן דורך מיין באליבטן טאטן אין הימל, און דעס אז איך וועל זינדיגן איז נישט אנגעשריבן, איך האב די ברירה זיך צו היילן און זיך שטארקן, פארשטייט זיך אלעס מיטן הילף פון מיין ליבן טאטן אין הימל, און ער איז מיר גרייט צו העלפן, איך דארף אים נאר בעטן.

דער אייבערשטער ווייסט אבער פונקטליך וויפיל מאל איך גיי זינדיגן אין מיין לעבן, פונקט ווי דער ארויסגעבער פון א בוך ווייסט וויאזוי די מעשה פונעם ביכל ענדיגט זיך, ווידער דער לייענער פונעם בוך ווייסט נאכנישט ביז ווילאנג ער ענדיגט נישט לייענען דעם בוך, דער טאטע אין הימל ווייסט אויך פונקטליך וואסערע בוך ער האט ארויסגעגעבן, און אונז האלט מיר עס נאך אינמיטן לייענען.

עונשים קומט וועגן חטאים, בלתי שום ספק! ס'שטייט קלאר אין תורה, והיה אם לא תשמעו, קוק דארט וואס ס'שטייט.
יעצט אז דאס האט פאסירט אזא שוידערליכע מעשה, וואס אונז האב געשמועסט אז עונשים איז אנגעשריבן פון אויבן, און עס קומט צוליב חטאים, מוז זיין אז איך האב געזינדיגט, ווארום ווען עס איז נישט וועגן מיינע חטאים וואלט דער רבונו של עולם געמאכט איך זאל נישט וויסן פון די מעשה, און אזוי מיר פארמיידן די צער וואס איך האב געהאט דערפון, און אז איך האב יא געוואוסט דערפון, און איך האב געהאט דערפון אזא צער, איז עס וועגן מיינע חטאים, ברויך איך דערויף תשובה טוהן בכל לב ובכל נפש.

יעצט פארוואס אבער פונקט פאר די משפחה? דאס האט אן עקסטערע חשבון פון אויבן וואס מיר ווייסן נישט, אויף דעם איז געזאגט געווארן נסתרים דרכי השם.

איך האף אז אלעס איז שוין פארענטפערט יעצט, והעיקר זיך צוגרייטן צום סדר, איבערגעבן די ריכטיגע אמונה פאר אונזערע קינדער, און אינזינען האבן ביי גאל ישראל אז מיר גייען ארויס פון אונזער אנשיקעניש, בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו "הוא" יצא ממצרים, איעדע יו''ט קומט אראפ די השפעות פונעם יו''ט, פסח איז דאך זמן חירותינו, וואו איז נאך דא אזא חירות וואו נישט זיין אן עדיקט, איז זאל דער אייבערשטער משפיע זיין אויף אונז אלע, אז כימי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות, אונזער נפש זאל אויסגעלייזט ווערן, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צום קולו של משיח אמן.

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ה' ניסן התשע"ה 00:10 #238650

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 17
איך ווייס נישט צו פאר רבי שמייכל איז עס פארענטפערט, אבער פאר מיר איז עס זייער קלאר געמאכט!!!

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ה' ניסן התשע"ה 12:21 #238674

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
הרב עד כאן, מיט הרב בשמחה
די יסודות זענען גאר שטארק
אבער איין נקודה איז דא, וואס מיין קליינע מח קען נישט צאמשטעלן!
ערשט זאגסטו אז אויפן חטא דארף מען טוען תשובה, און מען באקומט דערויף אן עונש, אפילו ווען מען האט דאס געטוען דורך דעם עדיקשען
נאכדעם זאגסטו אז עדיקשען איז א קרענק, אין עס באדארף א רפואה, אין זאכן וואס קומען דורך א קרענק בין איך אומשולדיג, איך דארף נישט טוען תשובה, איך דארף ענדערש היילן אדער עכ"פ צוריקהאלטן די עדיקשען?
ילמדינו רבינו
איך קלער אפשר בדרל אולי, קען מען מסביר זיין דעם ענין א משהו אויף אן אנדער אופן
די חז"ל זאגן עבר ושנה נעשה לו כהיתר, אויף די ערשטע פאר חטאים באקומט מען א שטערקערע עונש, משא"ס נאכן טוען א חטא כמה פעמים, נעשה לו כהיתר, ער פארלירט דעם הרגש פונעם חומר הענין, ער טוהט שוין דעם חטא נישט מכח היצר, נאר מכח הרגילות, און ווער רעדט נאך אויב ער איז געווארען אן עדיקט, וואס ער האט שוין געטוען דעם חטא טויזענטער מאל, ער האט שוין מער נישט קיין משהו שבמשהו צוריקהאלט, ממילא דער פגם איז טאקע שרעקליך, אבער דער עונש איז אסאך ווייניגער, ער איז ממש כמעט מוכרח צו זונדיגען
אין אזא מצב פארלאנגט דער רבוש"ע ער זאל זיכען דרויסענדיגע הילף
ממילא איך גלייב שווער אז די עונשים זענען געקומען דורך דיינע חטאים
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין
לעצט פארראכטן: ה' ניסן התשע"ה 12:22 דורך שמייכל.

Re: ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ו' ניסן התשע"ה 09:07 #238722

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 149 מאל
  • קאָרמא: 18
וואס האלטן עד כאן?
וואס האלט בשמחה?
אפשר איז מיין מח פארדרייט?
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ג' טבת התשע"ט 23:04 #252422

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27

איך בין מעלה גרה, אמאל געווען צייטן דא.

ס'קומט שובבים.

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' טבת התשע"ט 00:37 #252426

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל
  • קאָרמא: 1
עד כאן געשריבן on ג' טבת התשע"ט 23:04:

איך בין מעלה גרה, אמאל געווען צייטן דא.

ס'קומט שובבים.


גיימער עס באלד ליינען

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' טבת התשע"ט 02:49 #252430

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1314
  • האט שוין געלייקט: 2021 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1896 מאל
  • קאָרמא: 1
עד כאן געשריבן on ג' טבת התשע"ט 23:04:

איך בין מעלה גרה, אמאל געווען צייטן דא.

ס'קומט שובבים.


יעצט דאס געליינט. זייער שיין. זייער שטארק!

א שכח פארן עס שרייבן דעמאלטס, און א שכח פארן עס יעצט ארויף ברענגען.


לדעתי (הסריחה) בדרך אפשר, אן עדיקט איז א חוטא נישט ווען ער זינדיגט, ווייל דעמאלטס איז ער א קראנקער, ס׳איז בכלל נישט אים, ער איז א פלעינער אונס. פונקט ווי איינער וואס עסט יום כיפור ווייל ער איז נישט געזינט.

א חוטא איז ער אויב טוט ער נישט גענוג זיך צו היילן.


דיסקלעימער** איך האב ניטאמאל קיין דעת בעל הבית. איך בין א קראנקער מענטש וואס האצעך שוין אנגעזען מיט ימים ונהרות פון שמיץ. און איך זע שמיץ אין יעדע זאך.
אבער איך וויל מיך העלפן. איך וויל זיין נאנט צום אייבירשטן. איך בין גרייט צו טון וואס אימער אויף דער וועלט, אויב ס׳גייט מיר האלטן גוט.

נטע׳לע

פאר יעדע סארט הילף ביטע זיך פארבינדן אין מיין אימעיל אדער הענגאוטס, צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

איך וועל פרובירן צו העלפן.

נטע׳לע
מהנהלת היט דיינע אויגן

ניגון; יא, דו ביסט א גוטער מענטש!!

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' טבת התשע"ט 12:52 #252434

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 147 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1161
  • האט שוין געלייקט: 2242 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2025 מאל
  • קאָרמא: 27
נטע געשריבן on ד' טבת התשע"ט 02:49:

עד כאן געשריבן on ג' טבת התשע"ט 23:04:

איך בין מעלה גרה, אמאל געווען צייטן דא.

ס'קומט שובבים.


יעצט דאס געליינט. זייער שיין. זייער שטארק!

א שכח פארן עס שרייבן דעמאלטס, און א שכח פארן עס יעצט ארויף ברענגען.


לדעתי (הסריחה) בדרך אפשר, אן עדיקט איז א חוטא נישט ווען ער זינדיגט, ווייל דעמאלטס איז ער א קראנקער, ס׳איז בכלל נישט אים, ער איז א פלעינער אונס. פונקט ווי איינער וואס עסט יום כיפור ווייל ער איז נישט געזינט.

א חוטא איז ער אויב טוט ער נישט גענוג זיך צו היילן.


דיסקלעימער** איך האב ניטאמאל קיין דעת בעל הבית. איך בין א קראנקער מענטש וואס האצעך שוין אנגעזען מיט ימים ונהרות פון שמיץ. און איך זע שמיץ אין יעדע זאך.
אבער איך וויל מיך העלפן. איך וויל זיין נאנט צום אייבירשטן. איך בין גרייט צו טון וואס אימער אויף דער וועלט, אויב ס׳גייט מיר האלטן גוט.

נטע׳לע


לדעתי (הסרוחה) איז די אויספיר פון די דיסקלעימער שטערקער ווי די גאנצע פאוס"ט. קיפ איט אפ.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' טבת התשע"ט 13:08 #252438

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 163 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 457
  • האט שוין געלייקט: 441 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1119 מאל
  • קאָרמא: 6
ich vil zan ehrlich געשריבן on ד' טבת התשע"ט 12:52:

נטע געשריבן on ד' טבת התשע"ט 02:49:

עד כאן געשריבן on ג' טבת התשע"ט 23:04:

איך בין מעלה גרה, אמאל געווען צייטן דא.

ס'קומט שובבים.


יעצט דאס געליינט. זייער שיין. זייער שטארק!

א שכח פארן עס שרייבן דעמאלטס, און א שכח פארן עס יעצט ארויף ברענגען.


לדעתי (הסריחה) בדרך אפשר, אן עדיקט איז א חוטא נישט ווען ער זינדיגט, ווייל דעמאלטס איז ער א קראנקער, ס׳איז בכלל נישט אים, ער איז א פלעינער אונס. פונקט ווי איינער וואס עסט יום כיפור ווייל ער איז נישט געזינט.

א חוטא איז ער אויב טוט ער נישט גענוג זיך צו היילן.


דיסקלעימער** איך האב ניטאמאל קיין דעת בעל הבית. איך בין א קראנקער מענטש וואס האצעך שוין אנגעזען מיט ימים ונהרות פון שמיץ. און איך זע שמיץ אין יעדע זאך.
אבער איך וויל מיך העלפן. איך וויל זיין נאנט צום אייבירשטן. איך בין גרייט צו טון וואס אימער אויף דער וועלט, אויב ס׳גייט מיר האלטן גוט.

נטע׳לע


לדעתי (הסרוחה) איז די אויספיר פון די דיסקלעימער שטערקער ווי די גאנצע פאוס"ט. קיפ איט אפ.


לדעתי המשובח והמפואר (ניין, קיינמאל נישט הסרוחה, קינדער פינעם רבוש"ע זענען נישט סרוחה, איך בין מוחה)   בין מסכים צי נטעלע

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 12:20 #255636

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 625
  • האט שוין געלייקט: 533 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
  • קאָרמא: 27

בנוהג שבעולם, ווען א טאטע זעהט זיין קינד שטיין ביי די פענסטער פון די 5טע שטאק און ער שטעקט ארויס זיין קאפ, וועט זיין טאטע אים אריינשלעפן און געבן אפאר גוטע פעטש ער זאל דאס מער נישט טוהן, נישט ווייל די טאטע איז שלעכט, נאר פשוט די טאטע האט ליעב זיין קינד און עס איז אים אזוי טייער אז ער וויל אים נישט פארלירן.

אוי טאטע אין הימל, די קלינגעדיגע פעטש וואס איך האב געכאפט פון דיר, אוי האט דעס וויי געטוהן, אבער איך ווייס אז דו האסט עס געטוה ווייל דו האסט מיר ליעב, דיין אהבה צו מיר איז אזוי שטארק, אז דו ווילסט מיר נישט פארלירן חלילה,
אהבה רבה אהבתנו השם אלוקינו.

און אפילו ווען איך האב געכאפט שלעק איז עס ממש א פינטעלע קעגן וואס דו קענסט מיר ווען באמת געבן, נאר פון דיין גרויס אהבה צו מיר 
חמלה גדולה ויתירה חמלת עלינו.

אוי היילגע טאטע אין הימל, איך כשלעצמי ווייס איך נישט וויפיל זכותים איך האב צו בעטן, אין בי תורה ואין בי מעשים, איך האב אבער איין זאך יא, דאס איז א טאטע וואס האט מיר ליעב גאר שטארק, איז
אבינו מלכינו בעבור שמך הגדול.

פון ווען איך בין געווען א קליין קינד האבן מיר מיינע עלטערן געהאלטן אין אייןצזאגן, משה'לע דו ברויכסט עפעס? ס'איז דא א טאטע אין הימל, בעט פון אים וואסנדו ווילסט, ער וועט דיר געבן! און אזוי האבן זיך געפירט מיינע עלטערן, ואבות אבותינו, איז פארדעם
ובעבור אבותינו שבטחו בך.

טאטע אין הימל, דו האסט פונקטליך געוואוסט ווען דו האסט באשאפן דעם יצר וואס ער איז אומשטאנד צו טוהן מיט אונז, און דו האסט אויך געוואוסט אז מיר זענען נישט מער ווי א בשר ודם, און דער יצר באזיגט אונז אסאך פאר מיר קענען נאר טראכטן פון זיך שלאגן מיט אים, פארדעם האסטו אונז געגעבן א תורה וואס לערנט אונז א מהלך החיים וואס דארף אונז גרינגער מאכן די מלחמה, און די מהלך החיים האסטו אויסגעלערנט פאר אונזערע עלטערן אויפ'ן בארג סיני.
ותלמדם חוקי חיים.

אבער וואס פונקטליך איז די יסוד היסודות וואס דו טאטע ווילסט פון אונז?
לעשות רצונך בלבב שלם.

איז טאטע אין הימל, מיר זענען היינט אין א דור יתום, די מוחות זענען אונז אינגאנצן צומישט, צוליב אונזערע חטאים זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות, ומאז נתרבו מחלוקות בישראל, וואס דער זאגט ס'איז מותר זאגט דער אנדערער אסור וכן להיפך, עד שיבוא אליהו און וועט שלום מאכן, אבער דערווייל ברויכן מיר וויסן וואס ווילסטו מיר זאלן טוהן פאר דיר, מה חובתי בעולמי, איז אזוי ווי דו האסט געלערנט אונזערע עלטערן,
כן תחננו ותלמדנו.

ווען א איד גייט צו א גביר נאך געלט איז ער אנגעוויזן אויף זיין רחמנות, טיילמאל איז דער גביר בכלל נישט קיין בעל רחמים, און אפילו ווען יא איז ער אויך נישט אלעמאל אין די גיסטע, דו טאטע אין הימל בוזט דאך דער אב הרחמן, איז
אבינו אב הרחמן המרחם, רחם נא עלינו.

ווען א גביר מאכט חתונה גייען די ארימעלייט צו אים נאך געלט, און יעדער בעהט דעם גביר זייערע צרכים, אונזער פאטער אין הימל גייט איצטערט חתונה מאכן כנסת ישראל מיט כביכול, די גרויסארטיגע חתונה קומט פאר אט אט, שלעפט זיך אונזער ארימער אפגעריסענער משה'לע צום טאטן אין הימל, און איך האב פאר אים א גאנצע שאפינג ליסט וואס איך דארף, צום אלעם ערשט דארף איך קודם שכל צו בעטן, איך זאל וויסן וואס צו בעטן.
ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל.


אמאל מאכט זיך אז איינער זאגט א גאר גוטע געדאנק וואס קען גוט צוניץ קומען צו עבודת השם, אבער מען געט זיך א דריי אויס אין מיט אזא ביטול, אה דער האט עס געזאגט, הע, ער איז דאך א ..........., איזהו חכם הלומד מכל אדם, ברויכן מיר האבן שכל
לשמוע.

טיילמאל וועלן מיר מאכן טעותים אין אונזער לעבן, און מיר מאכן כסדר, מען פאלט, און מען קומט צו די אנערקענונג אז עס האט נישט געטויגט, אבער מען ברויך האבן שכל צו לערנען פון אונזערע דורכפעלער
ללמוד.


עס דרייען זיך הונדערטער אידן וואס ברויכן חיזוק זה בכה וזה בכה, יעדע איד האט עפעס וואס ער קען ארויסגעבן פון זיך צו העלפן אנדערע, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, יעדער איינער האט זיין שטריך וויאזוי ער קען מחזק זיין אנדערע, נאר מען ברויך האבן די שכל עס צו מקיים זיין
וללמד.


מען קען הערן שעות און רעדן פונעם אייבערשטן, און הערן איבער אמונה און בטחון, און אפילו עס איבערגעבן מיט א גוטן שפראך פאר אנדערע, אבער ווען עס קומט צו ארבייטן דערמיט אינעם טאג טעגליכן לעבן איז די בחור נישט צום האבן
לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתיך באהבה.


איך ווייס אז אין יעדע אות וואס שטייט אין די תורה קען מען זעהן דעם אייבערשטן, מען קען ווערן צו דיר נאנט בלויז דורך אריינקוקן און דיר זעהן אין די תורה, יעדע ווארט קען מען זיך אריינטוהן און זיך מקשר זיין און דיר, ליחדא שמא דקודשא בריך הוא, די רוחניותדיגע קשר וואס מיר קענען באקומען פון די אותיות התורה איז דאך אין לשער ולתאר, איז בעט איך דיר טאטע
והאר עינינו בתורתיך.

אוי וויי טאטע אין הימל, ווי נעם איך די כוחות, וויאזוי באשרייב איך יעצט די שנירעלעך טרערן וואס מאכן יעצט די וועג אראפ פון מיינע צוויי אויגעלעך, הייליגע טאטע איך האב ביי מיר ליגן א טייערע אוצר, איך ברויך נאר איין זאך, איינער זאל מאכן דערויף א שטארקע קניפ...... אוי טאטע איך דארף א קניפ!!! נישט מער ווי איין שטארקע קניפ דארף איך, א קשר אמיץ וחזק, אוי וויי טאטע, מיין הערצעלע רבונו של עולם, מיין טייערסטע חפץ, איין קניפ דארף איך טאטע.
ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמך.


בזיונות האב איך שוין גענוג געהאט אויף די וועלט, איך ברויך נישט נאך, און כל שכן אויף יענע וועלט, ווי וועל איך מיר באווייזן מיין פנים דארטן אויף יענע וועלט, איך וועל דאך נישט קענען קוקן קיינעם אין פנים
למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד.


וויפיל קלעפ איך האב שוין געכאפט אין מיין לעבן, וויפיל מאל איך בין שוין דורכגעפאלן, איין זאך פרוביר איך אלעמאל אנצוהאלטן, דאס בוזטו טאטע אין הימל! איך וויל דיר קיינמאל קיינמאל נישט אפלאזן אפילו פאר איין רגע
כי בשם קדשך הגדול הגבור והנורא בטחנו.


יעדע טאג, איעדע רגע וואס איך האלט מיר ריין, יעדע וואךמוואסמגייט אריבער בקדושה ובטהרה איז עס א שמחה נישט נאר פאר מיר, נאר פאר אלע עולמות דרי מעלה ודרי מטה, אלע ווייסן עס קען נאר פאסירן מיט דיין הילף, בעט איך דיר טאטע, העלף מיר אויף ווייטער אויך
נגילה ונשמחה בישועתך.


איך ווייס אז דו פארלאנגסט פתחו לי פתח כחודו של מחט, אבער וואס זאל איך טוהן אסאך מאל איז מיר די הארץ פארקלאפט, נישטא גארנישט, אבער דו בוזט דאך א בעל הרחמים, לאז מיר נישט איבער אפילו אין אזא מצב
ורחמיך השם אלוקינו, וחסדיך הרבים אל יעזבינו נצח סלה ועד.


און פאר איך שליס מיינע ווערטער, דו זעהסט דאך טאטע וויאזוי די גלות זעהט אויס, די גאס איז דאך שוין ערגער ווי אין מצרים, מיר ברויכן השפעות מיר קענען זיך קוים האלטן דא אין גלות
מהר והבא עלינו חיים ברכה ושלום מהרה מארבע כנפות הארץ.


ווילאנג נאך וועלן מיר זיך מוטשענען אין די שווערע גלות, עס ווערט נאר עגער און ערגער, אין די גאסן קען מען שוין נישט שיקן קיין קינדער, די פריצות איז שרעקליך און אומדערטרעגליך
ושבור עול הגוים ועול גליות מעל צאוורינו, ותוליכנו מהרה קוממיות לארצינו.

באשעפער איך לאז אויס מיט די ווערטער
כי קל פועל ישועות אתה, ובנו בחרת מכל עם ולשון, וכו' להודות לך וליחדך באהבה, ולאהבה את שמך.

משה'לע.


ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 12:30 #255639

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 607
  • האט שוין געלייקט: 1307 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 773 מאל
  • קאָרמא: 7

יעך האב שוין נישט קיין צייט צי עס ליינען יעצט פאר יום טוב
אבער קודם שלום עליכם אין וועלקאם בעק צי אונזער חבורה
איך האף ביסט נישט דא געווען פאר א גוטע ריזען
גוט יום טוב

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 12:44 #255640

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 64 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 179
  • האט שוין געלייקט: 475 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 399 מאל
  • קאָרמא: 4
עד כאן געשריבן on ד' סיון התשע"ט 12:20:

בנוהג שבעולם, ווען א טאטע זעהט זיין קינד שטיין ביי די פענסטער פון די 5טע שטאק און ער שטעקט ארויס זיין קאפ, וועט זיין טאטע אים אריינשלעפן און געבן אפאר גוטע פעטש ער זאל דאס מער נישט טוהן, נישט ווייל די טאטע איז שלעכט, נאר פשוט די טאטע האט ליעב זיין קינד און עס איז אים אזוי טייער אז ער וויל אים נישט פארלירן.

אוי טאטע אין הימל, די קלינגעדיגע פעטש וואס איך האב געכאפט פון דיר, אוי האט דעס וויי געטוהן, אבער איך ווייס אז דו האסט עס געטוה ווייל דו האסט מיר ליעב, דיין אהבה צו מיר איז אזוי שטארק, אז דו ווילסט מיר נישט פארלירן חלילה,
אהבה רבה אהבתנו השם אלוקינו.

און אפילו ווען איך האב געכאפט שלעק איז עס ממש א פינטעלע קעגן וואס דו קענסט מיר ווען באמת געבן, נאר פון דיין גרויס אהבה צו מיר 
חמלה גדולה ויתירה חמלת עלינו.

אוי היילגע טאטע אין הימל, איך כשלעצמי ווייס איך נישט וויפיל זכותים איך האב צו בעטן, אין בי תורה ואין בי מעשים, איך האב אבער איין זאך יא, דאס איז א טאטע וואס האט מיר ליעב גאר שטארק, איז
אבינו מלכינו בעבור שמך הגדול.

פון ווען איך בין געווען א קליין קינד האבן מיר מיינע עלטערן געהאלטן אין אייןצזאגן, משה'לע דו ברויכסט עפעס? ס'איז דא א טאטע אין הימל, בעט פון אים וואסנדו ווילסט, ער וועט דיר געבן! און אזוי האבן זיך געפירט מיינע עלטערן, ואבות אבותינו, איז פארדעם
ובעבור אבותינו שבטחו בך.

טאטע אין הימל, דו האסט פונקטליך געוואוסט ווען דו האסט באשאפן דעם יצר וואס ער איז אומשטאנד צו טוהן מיט אונז, און דו האסט אויך געוואוסט אז מיר זענען נישט מער ווי א בשר ודם, און דער יצר באזיגט אונז אסאך פאר מיר קענען נאר טראכטן פון זיך שלאגן מיט אים, פארדעם האסטו אונז געגעבן א תורה וואס לערנט אונז א מהלך החיים וואס דארף אונז גרינגער מאכן די מלחמה, און די מהלך החיים האסטו אויסגעלערנט פאר אונזערע עלטערן אויפ'ן בארג סיני.
ותלמדם חוקי חיים.

אבער וואס פונקטליך איז די יסוד היסודות וואס דו טאטע ווילסט פון אונז?
לעשות רצונך בלבב שלם.

איז טאטע אין הימל, מיר זענען היינט אין א דור יתום, די מוחות זענען אונז אינגאנצן צומישט, צוליב אונזערע חטאים זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות, ומאז נתרבו מחלוקות בישראל, וואס דער זאגט ס'איז מותר זאגט דער אנדערער אסור וכן להיפך, עד שיבוא אליהו און וועט שלום מאכן, אבער דערווייל ברויכן מיר וויסן וואס ווילסטו מיר זאלן טוהן פאר דיר, מה חובתי בעולמי, איז אזוי ווי דו האסט געלערנט אונזערע עלטערן,
כן תחננו ותלמדנו.

ווען א איד גייט צו א גביר נאך געלט איז ער אנגעוויזן אויף זיין רחמנות, טיילמאל איז דער גביר בכלל נישט קיין בעל רחמים, און אפילו ווען יא איז ער אויך נישט אלעמאל אין די גיסטע, דו טאטע אין הימל בוזט דאך דער אב הרחמן, איז
אבינו אב הרחמן המרחם, רחם נא עלינו.

ווען א גביר מאכט חתונה גייען די ארימעלייט צו אים נאך געלט, און יעדער בעהט דעם גביר זייערע צרכים, אונזער פאטער אין הימל גייט איצטערט חתונה מאכן כנסת ישראל מיט כביכול, די גרויסארטיגע חתונה קומט פאר אט אט, שלעפט זיך אונזער ארימער אפגעריסענער משה'לע צום טאטן אין הימל, און איך האב פאר אים א גאנצע שאפינג ליסט וואס איך דארף, צום אלעם ערשט דארף איך קודם שכל צו בעטן, איך זאל וויסן וואס צו בעטן.
ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל.


אמאל מאכט זיך אז איינער זאגט א גאר גוטע געדאנק וואס קען גוט צוניץ קומען צו עבודת השם, אבער מען געט זיך א דריי אויס אין מיט אזא ביטול, אה דער האט עס געזאגט, הע, ער איז דאך א ..........., איזהו חכם הלומד מכל אדם, ברויכן מיר האבן שכל
לשמוע.

טיילמאל וועלן מיר מאכן טעותים אין אונזער לעבן, און מיר מאכן כסדר, מען פאלט, און מען קומט צו די אנערקענונג אז עס האט נישט געטויגט, אבער מען ברויך האבן שכל צו לערנען פון אונזערע דורכפעלער
ללמוד.


עס דרייען זיך הונדערטער אידן וואס ברויכן חיזוק זה בכה וזה בכה, יעדע איד האט עפעס וואס ער קען ארויסגעבן פון זיך צו העלפן אנדערע, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, יעדער איינער האט זיין שטריך וויאזוי ער קען מחזק זיין אנדערע, נאר מען ברויך האבן די שכל עס צו מקיים זיין
וללמד.


מען קען הערן שעות און רעדן פונעם אייבערשטן, און הערן איבער אמונה און בטחון, און אפילו עס איבערגעבן מיט א גוטן שפראך פאר אנדערע, אבער ווען עס קומט צו ארבייטן דערמיט אינעם טאג טעגליכן לעבן איז די בחור נישט צום האבן
לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתיך באהבה.


איך ווייס אז אין יעדע אות וואס שטייט אין די תורה קען מען זעהן דעם אייבערשטן, מען קען ווערן צו דיר נאנט בלויז דורך אריינקוקן און דיר זעהן אין די תורה, יעדע ווארט קען מען זיך אריינטוהן און זיך מקשר זיין און דיר, ליחדא שמא דקודשא בריך הוא, די רוחניותדיגע קשר וואס מיר קענען באקומען פון די אותיות התורה איז דאך אין לשער ולתאר, איז בעט איך דיר טאטע
והאר עינינו בתורתיך.

אוי וויי טאטע אין הימל, ווי נעם איך די כוחות, וויאזוי באשרייב איך יעצט די שנירעלעך טרערן וואס מאכן יעצט די וועג אראפ פון מיינע צוויי אויגעלעך, הייליגע טאטע איך האב ביי מיר ליגן א טייערע אוצר, איך ברויך נאר איין זאך, איינער זאל מאכן דערויף א שטארקע קניפ...... אוי טאטע איך דארף א קניפ!!! נישט מער ווי איין שטארקע קניפ דארף איך, א קשר אמיץ וחזק, אוי וויי טאטע, מיין הערצעלע רבונו של עולם, מיין טייערסטע חפץ, איין קניפ דארף איך טאטע.
ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמך.


בזיונות האב איך שוין גענוג געהאט אויף די וועלט, איך ברויך נישט נאך, און כל שכן אויף יענע וועלט, ווי וועל איך מיר באווייזן מיין פנים דארטן אויף יענע וועלט, איך וועל דאך נישט קענען קוקן קיינעם אין פנים
למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד.


וויפיל קלעפ איך האב שוין געכאפט אין מיין לעבן, וויפיל מאל איך בין שוין דורכגעפאלן, איין זאך פרוביר איך אלעמאל אנצוהאלטן, דאס בוזטו טאטע אין הימל! איך וויל דיר קיינמאל קיינמאל נישט אפלאזן אפילו פאר איין רגע
כי בשם קדשך הגדול הגבור והנורא בטחנו.


יעדע טאג, איעדע רגע וואס איך האלט מיר ריין, יעדע וואךמוואסמגייט אריבער בקדושה ובטהרה איז עס א שמחה נישט נאר פאר מיר, נאר פאר אלע עולמות דרי מעלה ודרי מטה, אלע ווייסן עס קען נאר פאסירן מיט דיין הילף, בעט איך דיר טאטע, העלף מיר אויף ווייטער אויך
נגילה ונשמחה בישועתך.


איך ווייס אז דו פארלאנגסט פתחו לי פתח כחודו של מחט, אבער וואס זאל איך טוהן אסאך מאל איז מיר די הארץ פארקלאפט, נישטא גארנישט, אבער דו בוזט דאך א בעל הרחמים, לאז מיר נישט איבער אפילו אין אזא מצב
ורחמיך השם אלוקינו, וחסדיך הרבים אל יעזבינו נצח סלה ועד.


און פאר איך שליס מיינע ווערטער, דו זעהסט דאך טאטע וויאזוי די גלות זעהט אויס, די גאס איז דאך שוין ערגער ווי אין מצרים, מיר ברויכן השפעות מיר קענען זיך קוים האלטן דא אין גלות
מהר והבא עלינו חיים ברכה ושלום מהרה מארבע כנפות הארץ.


ווילאנג נאך וועלן מיר זיך מוטשענען אין די שווערע גלות, עס ווערט נאר עגער און ערגער, אין די גאסן קען מען שוין נישט שיקן קיין קינדער, די פריצות איז שרעקליך און אומדערטרעגליך
ושבור עול הגוים ועול גליות מעל צאוורינו, ותוליכנו מהרה קוממיות לארצינו.

באשעפער איך לאז אויס מיט די ווערטער
כי קל פועל ישועות אתה, ובנו בחרת מכל עם ולשון, וכו' להודות לך וליחדך באהבה, ולאהבה את שמך.

משה'לע.



וואה!! יעדע ווארט איז אזוי שטארק!! אזוי עמאושניעל... האסט מיר געמאכט וויינען... כ'האף נאר אז ס'וועט אנהאלטן ביז שבועות 
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 13:42 #255641

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 471
  • האט שוין געלייקט: 1606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
  • קאָרמא: 7

עד כאן  [משה] ווי ביסטו געוועיזן די לעצטע שטיק צייט 
די בסט פיל מיט תוכן   WOW א מוסר ספר    א חסידשע ספר 
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 13:43 #255642

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 130
  • האט שוין געלייקט: 2386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל
  • קאָרמא: 2

קודם כל שכח משלע פארן זיך באווייזן דאס פנים פאר אונז!!
כהאב שוין שיעור נישט געשריבן א הספד!!
און צו די אלטע און די נייע פאסטס!! סאיז געוואלדיג כמים כרים על נפש עייפהזאלסט האבן א לעכטיגן יום טוב בתוך שאר (חולי) ישראל
יוסף

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 14:40 #255650

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10
עד כאן געשריבן on ד' סיון התשע"ט 12:20:

בנוהג שבעולם, ווען א טאטע זעהט זיין קינד שטיין ביי די פענסטער פון די 5טע שטאק און ער שטעקט ארויס זיין קאפ, וועט זיין טאטע אים אריינשלעפן און געבן אפאר גוטע פעטש ער זאל דאס מער נישט טוהן, נישט ווייל די טאטע איז שלעכט, נאר פשוט די טאטע האט ליעב זיין קינד און עס איז אים אזוי טייער אז ער וויל אים נישט פארלירן.

אוי טאטע אין הימל, די קלינגעדיגע פעטש וואס איך האב געכאפט פון דיר, אוי האט דעס וויי געטוהן, אבער איך ווייס אז דו האסט עס געטוה ווייל דו האסט מיר ליעב, דיין אהבה צו מיר איז אזוי שטארק, אז דו ווילסט מיר נישט פארלירן חלילה,
אהבה רבה אהבתנו השם אלוקינו.

און אפילו ווען איך האב געכאפט שלעק איז עס ממש א פינטעלע קעגן וואס דו קענסט מיר ווען באמת געבן, נאר פון דיין גרויס אהבה צו מיר 
חמלה גדולה ויתירה חמלת עלינו.

אוי היילגע טאטע אין הימל, איך כשלעצמי ווייס איך נישט וויפיל זכותים איך האב צו בעטן, אין בי תורה ואין בי מעשים, איך האב אבער איין זאך יא, דאס איז א טאטע וואס האט מיר ליעב גאר שטארק, איז
אבינו מלכינו בעבור שמך הגדול.

פון ווען איך בין געווען א קליין קינד האבן מיר מיינע עלטערן געהאלטן אין אייןצזאגן, משה'לע דו ברויכסט עפעס? ס'איז דא א טאטע אין הימל, בעט פון אים וואסנדו ווילסט, ער וועט דיר געבן! און אזוי האבן זיך געפירט מיינע עלטערן, ואבות אבותינו, איז פארדעם
ובעבור אבותינו שבטחו בך.

טאטע אין הימל, דו האסט פונקטליך געוואוסט ווען דו האסט באשאפן דעם יצר וואס ער איז אומשטאנד צו טוהן מיט אונז, און דו האסט אויך געוואוסט אז מיר זענען נישט מער ווי א בשר ודם, און דער יצר באזיגט אונז אסאך פאר מיר קענען נאר טראכטן פון זיך שלאגן מיט אים, פארדעם האסטו אונז געגעבן א תורה וואס לערנט אונז א מהלך החיים וואס דארף אונז גרינגער מאכן די מלחמה, און די מהלך החיים האסטו אויסגעלערנט פאר אונזערע עלטערן אויפ'ן בארג סיני.
ותלמדם חוקי חיים.

אבער וואס פונקטליך איז די יסוד היסודות וואס דו טאטע ווילסט פון אונז?
לעשות רצונך בלבב שלם.

איז טאטע אין הימל, מיר זענען היינט אין א דור יתום, די מוחות זענען אונז אינגאנצן צומישט, צוליב אונזערע חטאים זענען מיר פארטריבן געווארן אין גלות, ומאז נתרבו מחלוקות בישראל, וואס דער זאגט ס'איז מותר זאגט דער אנדערער אסור וכן להיפך, עד שיבוא אליהו און וועט שלום מאכן, אבער דערווייל ברויכן מיר וויסן וואס ווילסטו מיר זאלן טוהן פאר דיר, מה חובתי בעולמי, איז אזוי ווי דו האסט געלערנט אונזערע עלטערן,
כן תחננו ותלמדנו.

ווען א איד גייט צו א גביר נאך געלט איז ער אנגעוויזן אויף זיין רחמנות, טיילמאל איז דער גביר בכלל נישט קיין בעל רחמים, און אפילו ווען יא איז ער אויך נישט אלעמאל אין די גיסטע, דו טאטע אין הימל בוזט דאך דער אב הרחמן, איז
אבינו אב הרחמן המרחם, רחם נא עלינו.

ווען א גביר מאכט חתונה גייען די ארימעלייט צו אים נאך געלט, און יעדער בעהט דעם גביר זייערע צרכים, אונזער פאטער אין הימל גייט איצטערט חתונה מאכן כנסת ישראל מיט כביכול, די גרויסארטיגע חתונה קומט פאר אט אט, שלעפט זיך אונזער ארימער אפגעריסענער משה'לע צום טאטן אין הימל, און איך האב פאר אים א גאנצע שאפינג ליסט וואס איך דארף, צום אלעם ערשט דארף איך קודם שכל צו בעטן, איך זאל וויסן וואס צו בעטן.
ותן בלבנו בינה להבין ולהשכיל.


אמאל מאכט זיך אז איינער זאגט א גאר גוטע געדאנק וואס קען גוט צוניץ קומען צו עבודת השם, אבער מען געט זיך א דריי אויס אין מיט אזא ביטול, אה דער האט עס געזאגט, הע, ער איז דאך א ..........., איזהו חכם הלומד מכל אדם, ברויכן מיר האבן שכל
לשמוע.

טיילמאל וועלן מיר מאכן טעותים אין אונזער לעבן, און מיר מאכן כסדר, מען פאלט, און מען קומט צו די אנערקענונג אז עס האט נישט געטויגט, אבער מען ברויך האבן שכל צו לערנען פון אונזערע דורכפעלער
ללמוד.


עס דרייען זיך הונדערטער אידן וואס ברויכן חיזוק זה בכה וזה בכה, יעדע איד האט עפעס וואס ער קען ארויסגעבן פון זיך צו העלפן אנדערע, כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דעותיהן שוות, יעדער איינער האט זיין שטריך וויאזוי ער קען מחזק זיין אנדערע, נאר מען ברויך האבן די שכל עס צו מקיים זיין
וללמד.


מען קען הערן שעות און רעדן פונעם אייבערשטן, און הערן איבער אמונה און בטחון, און אפילו עס איבערגעבן מיט א גוטן שפראך פאר אנדערע, אבער ווען עס קומט צו ארבייטן דערמיט אינעם טאג טעגליכן לעבן איז די בחור נישט צום האבן
לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתיך באהבה.


איך ווייס אז אין יעדע אות וואס שטייט אין די תורה קען מען זעהן דעם אייבערשטן, מען קען ווערן צו דיר נאנט בלויז דורך אריינקוקן און דיר זעהן אין די תורה, יעדע ווארט קען מען זיך אריינטוהן און זיך מקשר זיין און דיר, ליחדא שמא דקודשא בריך הוא, די רוחניותדיגע קשר וואס מיר קענען באקומען פון די אותיות התורה איז דאך אין לשער ולתאר, איז בעט איך דיר טאטע
והאר עינינו בתורתיך.

אוי וויי טאטע אין הימל, ווי נעם איך די כוחות, וויאזוי באשרייב איך יעצט די שנירעלעך טרערן וואס מאכן יעצט די וועג אראפ פון מיינע צוויי אויגעלעך, הייליגע טאטע איך האב ביי מיר ליגן א טייערע אוצר, איך ברויך נאר איין זאך, איינער זאל מאכן דערויף א שטארקע קניפ...... אוי טאטע איך דארף א קניפ!!! נישט מער ווי איין שטארקע קניפ דארף איך, א קשר אמיץ וחזק, אוי וויי טאטע, מיין הערצעלע רבונו של עולם, מיין טייערסטע חפץ, איין קניפ דארף איך טאטע.
ויחד לבבנו לאהבה וליראה את שמך.


בזיונות האב איך שוין גענוג געהאט אויף די וועלט, איך ברויך נישט נאך, און כל שכן אויף יענע וועלט, ווי וועל איך מיר באווייזן מיין פנים דארטן אויף יענע וועלט, איך וועל דאך נישט קענען קוקן קיינעם אין פנים
למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד.


וויפיל קלעפ איך האב שוין געכאפט אין מיין לעבן, וויפיל מאל איך בין שוין דורכגעפאלן, איין זאך פרוביר איך אלעמאל אנצוהאלטן, דאס בוזטו טאטע אין הימל! איך וויל דיר קיינמאל קיינמאל נישט אפלאזן אפילו פאר איין רגע
כי בשם קדשך הגדול הגבור והנורא בטחנו.


יעדע טאג, איעדע רגע וואס איך האלט מיר ריין, יעדע וואךמוואסמגייט אריבער בקדושה ובטהרה איז עס א שמחה נישט נאר פאר מיר, נאר פאר אלע עולמות דרי מעלה ודרי מטה, אלע ווייסן עס קען נאר פאסירן מיט דיין הילף, בעט איך דיר טאטע, העלף מיר אויף ווייטער אויך
נגילה ונשמחה בישועתך.


איך ווייס אז דו פארלאנגסט פתחו לי פתח כחודו של מחט, אבער וואס זאל איך טוהן אסאך מאל איז מיר די הארץ פארקלאפט, נישטא גארנישט, אבער דו בוזט דאך א בעל הרחמים, לאז מיר נישט איבער אפילו אין אזא מצב
ורחמיך השם אלוקינו, וחסדיך הרבים אל יעזבינו נצח סלה ועד.


און פאר איך שליס מיינע ווערטער, דו זעהסט דאך טאטע וויאזוי די גלות זעהט אויס, די גאס איז דאך שוין ערגער ווי אין מצרים, מיר ברויכן השפעות מיר קענען זיך קוים האלטן דא אין גלות
מהר והבא עלינו חיים ברכה ושלום מהרה מארבע כנפות הארץ.


ווילאנג נאך וועלן מיר זיך מוטשענען אין די שווערע גלות, עס ווערט נאר עגער און ערגער, אין די גאסן קען מען שוין נישט שיקן קיין קינדער, די פריצות איז שרעקליך און אומדערטרעגליך
ושבור עול הגוים ועול גליות מעל צאוורינו, ותוליכנו מהרה קוממיות לארצינו.

באשעפער איך לאז אויס מיט די ווערטער
כי קל פועל ישועות אתה, ובנו בחרת מכל עם ולשון, וכו' להודות לך וליחדך באהבה, ולאהבה את שמך.

משה'לע.



רבותי איך ווער דא אזוי ציקלאפט,
געמיינט האב איך אז אחכה לו און צדיק12 האבן עפעס א חוש וואס איך האב נישט,
שוין אבער נישט געפערליך יעדער האט זיך זיינע מעלות און זיינע חסרונות, 
דא ווער איך געוואר ניין, יעדער קען חוץ איך,
דער עד כאן האט זיך גענימען און ער ברענגט ארויס מורדי'ג מורדי'ג

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 14:51 #255651

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 223 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 652
  • האט שוין געלייקט: 300 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1266 מאל
  • קאָרמא: 21

עד כאן איך האב עס ארויסגעפרינט פאר יו"ט צו ליינען אי"ה,, אויבן אויף קוקט עס אויס ריזיג... הערליך....
ולפריינד אמר: זיי נישט צובראכן טייערע פריינד (פרעינט....) איך קען מיך שווערן אז דו האסט אויך  הערליכע און שיינע טאטלאנטן וואס אנדערע האבן נישט און דו ביסט מיט זיי ספעציעל און קענסט טוישן דערמיט די וועלט. אויב דו ווייסט נישט וואס זיי זענען זיך זיי גוט אויף..... ס'מיינט נישט אז ווער ס'האט א געשליפן פעדער'ל האט שוין אלעס.... דער באשעפער האט יעדעם געגעבן זיין אייגענארטיגע און באזונדער מתנה און יעדער דארף זיין אויסצונוצן זייערע אייגענשאפטן אויפן בעסטן אויפן.

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ד' סיון התשע"ט 15:00 #255653

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 932 מאל
  • קאָרמא: 10


עד כאן איך האב עס ארויסגעפרינט פאר יו"ט צו ליינען אי"ה,, אויבן אויף קוקט עס אויס ריזיג... הערליך....

ולפריינד אמר: זיי נישט צובראכן טייערע פריינד (פרעינט....) איך קען מיך שווערן אז דו האסט אויך  הערליכע און שיינע טאטלאנטן וואס אנדערע האבן נישט און דו ביסט מיט זיי ספעציעל און קענסט טוישן דערמיט די וועלט. אויב דו ווייסט נישט וואס זיי זענען זיך זיי גוט אויף..... ס'מיינט נישט אז ווער ס'האט א געשליפן פעדער'ל האט שוין אלעס.... דער באשעפער האט יעדעם געגעבן זיין אייגענארטיגע און באזונדער מתנה און יעדער דארף זיין אויסצונוצן זייערע אייגענשאפטן אויפן בעסטן אויפן.


דאקע א גוטע עצה וועל עס אויכט ארויס פרינטן

און אחכה לו זאגסט ריכטיג, אמת די באשעפער האט מיר אויכט געגעבן טאלאנטן וואס אנדערע האבן נישט, ניין מען טאר זיך נישט אפרעדן און ווערן צוקלאפט, ביזט גרעכט

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: ד' סיון התשע"ט 15:08 דורך friend.

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ה' אלול התשע"ט 21:29 #259218

  • יחיאל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 471
  • האט שוין געלייקט: 1606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 403 מאל
  • קאָרמא: 7
יחיאל געשריבן on ד' סיון התשע"ט 13:42:

עד כאן  [משה] ווי ביסטו געוועיזן די לעצטע שטיק צייט 
די בסט פיל מיט תוכן   WOW א מוסר ספר    א חסידשע ספר 
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי


זעי עס איין מער אין מער אז די צוריקגעבליבנער משה'לע איז געוואלדיג

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ה' אלול התשע"ט 23:18 #259225

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 158 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
  • קאָרמא: 3

ישר כח יחיאל פארן עס ארויפברענגען איך האב יעצט געליינט די שובבים תורה ס'איז דאך סייווי חודש אלול
משה'לע די ביסט ! unbelievable עס מיז זיין אז דער אייבערשטער גיבט דיך שווערערע נסיונות כדי די זאלסט מוזן דרייען דא אין העלפן אנדערע יודן שכרך הרבה מאוד מאוד

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא
לעצט פארראכטן: ה' אלול התשע"ט 23:28 דורך טשולענט.

ענטפער: דער צוריקגעבליבענער משה'לע ו' אלול התשע"ט 09:30 #259245

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 47
  • האט שוין געלייקט: 154 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
  • קאָרמא: 3
טשולענט געשריבן on ה' אלול התשע"ט 23:18:

ישר כח יחיאל פארן עס ארויפברענגען איך האב יעצט געליינט די שובבים תורה ס'איז דאך סייווי חודש אלול
משה'לע די ביסט ! unbelievable עס מיז זיין אז דער אייבערשטער גיבט דיך שווערערע נסיונות כדי די זאלסט מוזן דרייען דא אין העלפן אנדערע יודן שכרך הרבה מאוד מאוד


איך האב אמאל געהערט פון א גוטע יוד. אז אמאל געט דער רבוש"ע א שוועריקייט פאר איינעם, כדי ער זאל פארשטיין אנדערע אידן און וויסן ווי אזוי זיי צוהעלפן.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: ו' אלול התשע"ט 09:31 דורך חיים חייקל.
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 1.13 סעקונדעס

Are you sure?

יא