ברוכים הבאים, גאסט

נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל!
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! 954 באזוכער

נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! כ"ב אלול התשע"ה 10:17 #242128

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 58 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 651
  • האט שוין געלייקט: 558 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 954 מאל
  • קאָרמא: 29
יא איר ליינט גוט, ער איז איין גרויס שטיק דורכפאל! אדרבה קוק אים אן וועסטו זעהן!

נחום א חשובער אינגערמאן, אבער נעבעך ל''ע ער ליידט פון פארשידענארטיגע מחלות פאר קיין שום איד געוואונטשן, איינע פון זיינע גרעסטע פראבלעמען איז אז ער פארלירט זייער אפט זיין באלאנס, ער קען אראפטראסקענען אויף דער ערד עטליכע מאל אין טאג נעבעך, און אויב איז דאס נישט גענוג, ליידט ער אויף א מחלה וואס מאכט אים טרייסלען זיינע גלידער, אזוי אז זיינע הענט אין פיס ווארפן זיך אמאל ערגער און אמאל שוואכער, ער פרובירט זיך כסדר אנצוכאפן אין אנדערע מענטשן אז די טריט זאל אים גיין גרינגער, ער גייט זייער פאמעליך, איין טריט אויף אמאל, עס קומט בכלל נישט אן גרינג פאר אים, עס גייט אים זייער זייער שווער.

אינעם זעלבן ביהמ''ד פון נחום, דרייט זיך דארטן א לץ א ליידיגייער, און ער זוכט כסדר זיך אונטערצוהאלטן, און פארשטייט זיך אויף יענעם'ס חשבון, און אויב קען ער מיטברענגען שותפים מיט זיך וואס זאלן מיטלאכן איז דאך מה טוב ומה נעים.

קומט אריין אונזער צוקלאפטער נחום אין שול, און דער צודרייטער לץ נישט האבנדיג קיין בעסערע קרבן פאר היינט, גייט ער צו און ער דערלאנגט פאר נחום א גלעזל קאווע, נחום וואוסענדיג זיין מצב, אנטזאגט זיך פון די גלעזל קאווע, אויס מורא עס זאל פאסירן אומאנגענעמליכקייטן, אבער דער לץ לאזט נישט נאך, אפשר דאך, דו זעהסט אויס זייער נישט גוט היינט, טרינק, פארזוך די קאווע, עס וועט דיר בעסער ווערן, און אזוי דרייט ער אן דעם נחום ער זאל איבערנעמען די קאווע, עס נעמט נישט צו לאנג, דער לץ מיט זיין געשליפן צונגל האט באוואויגן נחום צו איבערנעמען די קאווע, און דער ליידיגייער שטיפט אים עס גוט אריין אין די הענט, אזוי אז די ערווארטעטע דורכפאל זאל זיין מיטן גאנצן קנאק.

דער לץ מאכט שנעל זיינע פיס טריט אויף צוריק, אזוי אז ער זאל קענען גוט מיטהאלטן דעם גאנצן סצענע וואס גייט זיך אט אט אפשפילן, און די זעלבע צייט נישט ווערן א טייל פונעם דורכפאל.

דאס גלעזל קאווע הייבט זיך אן שאקלן, נעבעך דער אומגליקליכער נחום קען נישט האלטן דעם גלעזל געהעריג, עס ווארפט זיך די נענועים צו אלע ד' רוחות, און פארשטייט זיך אז אויף דער ערד ווערט נשפע גרויסע השפעות, און עס נעמט נישט צו לאנג, נחום כאפט א גוטן גליטש מיט זיין קאווע אין די הענט אויף די נארוואס אויסגעגאסענע השפעות.

פון דער זייט שטייט אונזער לץ און קען זיך קוים האלטן דעם אטעם פאר געלעכטער, אט דאס האט ער דאך אנגעדרייט מיט זיין גרויס חכמה, יעצט הייבט ער אן צייגן פאר יעדן דורכגייער, נעבעך קוק וואסערע גליטש דער האט געכאפט, אוי האט ער אראפגעטראסקעט, קוק ווי באגאסן ער איז, איין גרויס שטיק דורכפאל.

אבער משה'לע נעמט די קוראזש, און ער געבט דעם לץ א קיתון של שופכין, דו שעמסט דיך נישט? האסט נישט געטראפן קיין בעסערע קרבן מיט וועם זיך אונטערצוהאלטן נאר מיט אזא אומגליקליכן אינגערמאן? דו זעהסט נישט אז ער איז נעבעך א צובראכענע אינגערמאן? אנשטאט ארויסהעלפן דעם איד, שטופסטו אים אונטער א גלעזל קאווע אין די האנט אריין ווען דו ווייסט קלאר אז ער קען עס נישט קאנטראלירן? און נאכדעם ווען ער טראסקעט לאכסטו א גוט'ס, איז דעס נארמאל? וואס שרייסטו ער איז א דורכפאל, דו האסט דאך אים עס אונטערגעשטעלט, ווייז נישט פאר יעדן וואו ער ליגט אויף דער ערד, ווייז פאר יעדן וואו ער מוטשעט זיך צו האלטן זיין סטאביליטעט, ווייז פאר יעדן ווי זיינע הענט און פיס ציטערן אים!

פנה נא אל התלאות ואל לחטאות.

מיר דרייען זיך ארום א הייפעלע צובראכענע אינגעלייט, מיר האבן ליידער צובראכענע גופים, מיר זענען באשאנקן געווארן מיט אן עדיקשאן, מיר קענען זיך קוים האלטן סטאביל, די הענט און פיס ציטערן ווען מיר גייען אויף די גאס, אדער ווען מיר זיצן ביי די ארבעט, מיר קענען זייער שנעל כאפן א גליטש, יא מיר זענען ליידער קראנק, א אינוואליד! אבער מיר פרובירן זיך אנצוכאפן איינער אינעם צווייטן, און שטייטלעך גיין אז מיר זאלן זיך נישט אויסגליטשן, עס קומט נישט אן גרינג, עס גייט זייער זייער שווער, נסיונות קומען אונטער יעדע מינוט, און מיר דארפן זיך אן עצה געבן דערמיט.

קומט צו גיין דער לץ, און ער דערזעהט ווי אומגליקליך מיר זענען, באשלוסט ער אז ער גייט זיך אונטערהאלטן מיט נישט קיין צווייטן נאר מיט אזעלעכע אומגליקליכע אינגעלייט, און ער רוקט כסדר אונטער א גלעזל קאווע, און אויב זאגט מען אים אפ, שטופט ער עס ממש אריין אין די האנט אריין, ער מאכט אונז טראכטן וואו אונז מוז מיר דאס טרינקן, און אונזער אומגליקליכע נפש הייבט אן זיך וואקלן, יא ניין יא ניין, און דערנאך אויב מיר כאפן אזא גוטן גליטש, שטייט ער אין די זייט און ער לאכט, און נאכדעם לויפט ער ארום מיט אונזער דורכפאל און דערציילט דאס פאר יעדן איינעם.

אבער רבונו של עולם, מיר האבן היינט געזאגט אין די סליחות, פנה נא אל התלאות ואל לחטאות, קוק אויף אונזער אומגליקליכע נפש, קוק אויף אונזער יסורי הנפש וואס מיר האבן יעדן איינציגן טאג זיך צו קענען האלטן סטאביל, קוק ווי מיר מוטשענען זיך אנצוכאפן די הענט איינער דעם צווייטן אז מיר זאלן נישט כאפן א גליטש, קוק נישט אויף די גלעזלעך קאווע וואס דער לץ האט אונז אריינגערוקט אין האנט אריין כדי זיך אונטערהאלטן מיט אונז, צדק צועקיך נעם דיך אן פאר אונז רבונו של עולם, שריי אן דעם לץ ער זאל זיין שטיל, און קשוב נא חינונם הער שוין צו די תחנונים פון די אלע אומגליקליכע צוקלאפטע עדיקטן וואס בעטן זיך צו דיר מיר קענען נישט אליינס, העלפ אונז!

געשריבן מיינע הרגשים פונעם היינטיגן סליחות.
דער אומגליקליכער משה'לע.

ענטפער: נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! כ"ב אלול התשע"ה 10:56 #242129

  • tatahelfmich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 253
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערע משה'לע

יישר כח מעומק הלב דיינע דיבורים זענען מיר כמים קרים על נפש עיפה

איך האב מיך אויפגעוועקט שפעט און זיך אזוי מיטגעכאפט מיטן סליחות באמת פיל איך נישט אזוי שלעכט מיט דעם אבער טיף אינעווייניג האב איך יא געוואלט אויפשטיין פרי און מאכן אלע פעסטע הכנות ,מקוה,קנאקעדיגע ברכות התורה, אביסל תהילים ,

און יעצט ליינענדיג דיינע ווערטער שפיר איך ווי דו רעדסט צו מיר די אלע געפילן זענען פשוט די לץ וואס וויל זיך אונטערהאלטן אויף מיינע שוואכע גלידער

יישר כח נאכאמאל

ענטפער: נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! כ"ג אלול התשע"ה 08:55 #242133

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 1
wow wow wow
פני משה כפני החמה
יישר כח פארן צוגעפאסטן ביישפיל
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.

ענטפער: נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! כ"ג אלול התשע"ה 15:31 #242143

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1032 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1019
  • האט שוין געלייקט: 4329 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1412 מאל
  • קאָרמא: 11
געוואלד! לייענענדיג דיינע ווערטער זענען מיר געקומען טרערן אין די אויגן. די ווערטער זענען געשריבן מיט טינט פון בלוט. אוי אוי איז דאס ריכטיגע ווערטער. רבש"ע הער שוין אויס אונזערע תפילות און העלף אונז שוין.

איך האב מיך געטראפן אין די ווערטער 'גלגל בחסד לסליחה ותירוף', וואס מיינט אז ער זאל אונז ארויפקוילערן מיט חסד, א סליחה און א רפואה. האב איך געטראכט אז געווענטליך טרעפט מען נישט די בקשה רפואה צוזאמען מיט סליחה. נאר עס קען זיין מער רעדט פון אזעלכע קראנקע וואס האבן עדיקשאן'ס, און מיר בעטן סיי א סליחה פאר די אלע אופנים וואס מיר האבן עובר געווען די רצון השם, און פאר רפואה פון אונזער קרענק.

ענטפער: נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! כ"ג אלול התשע"ה 16:17 #242144

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
  • קאָרמא: 13
עד כאן געשריבן:


אבער רבונו של עולם, מיר האבן היינט געזאגט אין די סליחות, פנה נא אל התלאות ואל לחטאות, קוק אויף אונזער אומגליקליכע נפש, קוק אויף אונזער יסורי הנפש וואס מיר האבן יעדן איינציגן טאג זיך צו קענען האלטן סטאביל, קוק ווי מיר מוטשענען זיך אנצוכאפן די הענט איינער דעם צווייטן אז מיר זאלן נישט כאפן א גליטש, קוק נישט אויף די גלעזלעך קאווע וואס דער לץ האט אונז אריינגערוקט אין האנט אריין כדי זיך אונטערהאלטן מיט אונז, צדק צועקיך נעם דיך אן פאר אונז רבונו של עולם, שריי אן דעם לץ ער זאל זיין שטיל, און קשוב נא חינונם הער שוין צו די תחנונים פון די אלע אומגליקליכע צוקלאפטע עדיקטן וואס בעטן זיך צו דיר מיר קענען נישט אליינס, העלפ אונז!

געשריבן מיינע הרגשים פונעם היינטיגן סליחות.
דער אומגליקליכער משה'לע.


אוי אוי אוי
איך ליין און איך וויין....
האסט געשריבן נישט נאר דיינע הרגשים נאר אונזער'ס אלע הרגשים!

אונז דארפן א אנדערע קאווע, "קוה" אל ה'.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: נעבעך! קוק אים אן, איין גרויס שטיק דורכפאל! כ"ג אלול התשע"ה 16:20 #242145

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל
  • קאָרמא: 13
מיר האבן גיכאפט די ווערטער:

שֶׁלְּךָ הֵם עֲבָדֶיךָ וְעַמֶּךָ. לַבֵּב כִּימֵי קֶדֶם מַנְעִימֶיךָ. מָשְׁכֵנוּ אַחֲרֶיךָ שִֹימֵנוּ בִּרְשׁוּמֶיךָ. הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ


יא יא, אפילו נישט אלעמאל זעט מען עס פון אינדרויסן, אבער די אמת דארף געזאגט ווערן בקול אדיר וחזק עד מאד:

הכל חפצים ליראה את שמך - - -
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.34 סעקונדעס

Are you sure?

יא