ברוכים הבאים, גאסט

רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ 403 באזוכער

רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ה תשרי התשפ"א 03:17 #268703

  • מיטן באשעפערס הילף
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 3

איך וואלט געוואלט פרעגן דעת הקהל איבער די נושא פון רעדן מיט קינדער מער אפען וועגן זאכן וואס האבן שייכות מיט אוה"מ. אבער כדי צו פארשטיין פון וואס איך רעד וויל איך אביסל רעדן וועגן מיינע שוועריקייטן און ווי אזוי עס האט זיך אונגעהויבן.

פון ווען איך בין געווען זייער קליין האב איך אייביג געהאט קשיות וואס האבן מיך געבאדערט ווי למשל וואס טוט מען ביי א ברית מילה? און פארוואס מאכט מען א ברית מילה נאר פאר א אינגל? פון ווי ווייסן די עלטערן אויב איך בין א אינגל אדער א מיידל? אין אויב האט מען געקויפט מיין ברידער פון א סטאר ווי אזוי מאכט א סטאר א בעיבי? און פארוואס מאכט נישט די סטאר אויך גרויסע טאטעס? וואס איז געשעהן מיט די אבר פון די מיידלעך, ווי איז עס פארשווינדען געווארן? וכדו'...
ווען איך בין אביסל עלטער געווארן אין איך האב אונגעהויבן לערנען חומש האב איך געלערענט וועגן אברהם האט געמאכט א ברית פאר אים אין פאר ישמעאל האב איך אונגעהויבן קוקן אין אלע זייטן אין חומש צו זעהן אויב איך קען קליגער ווערן און זעהן אויב עס שטייט ווי ער האט געמאכט א ברית מילה און וואס ער האט געטוהן ביז איך האב געטראפן ערגעץ שטיין אז מען מאכט א ברית במקום שניכר בין זכר לנקיבה. האב איך אונגעהויבן האבן אנדערע קשיות ווי למשל וואס טוט מען דארט מאכט מען דעמעלטס א לאך אז מען זאל קענען גיין מאכן? אויב יא וואס טוט א גוי אדער א איד וואס זיינע ברידערס זענען געשטארבן פון מאכן א ברית מילה וואס זיי מאכן נישט קיין ברית מילה קענען זיי נישט גיין אין בית הכסא?
און אויב מאכט מען יא א לאך וואס איז פריעה?
ביז איך האב געטראפן א געמאלענע בילד אין א ספר וואס ווייזט די סדר פון א ברית אבער עס איז געווען זייער נישט קלאר פאר מיך צו פארשטיין אין פארשטייט זיך באקומען נאך קשיות.
אזוי איז געפארן אלע מיינע יארן פול מיט קשיות און פארשטייט זיך אז ביי אלע יארן האב איך געקוקט אויף אנדערע קינדער און מענטשען כדי צו באקומען מיינע תיריצים ביי געלעגענהייטן ווי למשל און מקוה ערב שבת ווי מיין טאטע האט מיך גענומען זייט איך בין נאך געוועהן זייער קליין, אדער קעמפ/דעי קעמפ ווען מען איז געגאנגען שווימען, אדער סטאם דורכן יאר ווי מיינע (חבירים און חברתות) פון מיין גאס אדער אין חדר אדער מיינע ברידערס און שוועסטרס האבן מיך אריינגעשלעפט שפילן דאקטער וכדו'
און אזוי און נאך בין איך געווארן אריינגעשלעפט אין די ווייטאגליכע פיינינגען אין וואס איך פראביר זיך יעצט ארויסשלעפן

קים איך יעצט צוריק צו מיין שאלה בין איך די איינציגסטע וואס איז אריינגעפאלן אויף אזא אופן?

אויב נישט איז נישט בעסער מקדים צו זיין אויף א געוויסן אויפן אז די קינדער זאלן וויסן אביסל מער און אפשפארן צו זוכן און פרעמדע פלעצער ווי למשל אינטרנט ווי עס איז צום סוף געוועהן אלע און נאך תירוצים ביי מיך (און פארשטייט זיך נאך קשיות)?

לעצט פארראכטן: כ"ה תשרי התשפ"א 03:44 דורך מיטן באשעפערס הילף.

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ה תשרי התשפ"א 11:39 #268705

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 224
  • האט שוין געלייקט: 490 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל
  • קאָרמא: 3

שלום עליכם הרב מב"ה (אביסל א לאנגע נאמען פאר מיר) יהא בואך לברכה.

הגם איך רילעיט נישט דוקא אז דאס זאל זיין מיין התחלה, זעט אויס איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אינעם ענין פון 'תורה הוא וללמוד אני צריך' ממש אדורכצוזיפן א נושא ביז הלכה למעשה ממש... אבער יא די קשיות האבן מיר אויך געבאדערט, זייער זיס און הומאריסטיש צעלייגט, אבער ניין איך האב אנדעקט דאס ענין איידער כ'האב געהאט תירוצים אויף די אלע קשיות...

איך וועל לאזן דאס ענין ענטפערן די וואס רילעטן מער, כ'בין זיכער אז דו ביסט נישט דער איינציגסטער, אפילו ס'לאזט זיך צומאל שפירן אזוי. אגב ס'איז דא כמה טרעד'ס ערגעץ דא אין די ארכיון איבער וויאזוי צו באהאנדלען דעם נושא מיט קינדער, הגם נישט ספעציפיש פון דעם פריספעקטיוו פון וואו דו קומסט אבער אולי וועט דאס דיר ברענגען נענטער, עיין כאן.

אבער צו איין זאך פארשטיי איך יא, אז דו האסט א געשמאקע פעדער און א מסודר'דיגער געדאנקענגאנג אויף צו צונעמען א זאך מיט א קלארקייט, דעריבער זעה ביטע צו האלטן דיין פעדער פייכט און אונז מהנה זיין ווי עפטער.

הצלחה אין דיין וועג,
ידידך אברעמעל

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ה תשרי התשפ"א 14:56 #268707

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

שלום וברכה הרב מב"ה

איך בין נייגעריג אויב דו האסט אמאל געפרעגט דיינע עלטערן איבער האבן קינדער, פון ווי מען ווייסט וועגן אינגל מיידל, וועגן ברי"מ, אדער וועגן או"מ. און אויב דו האסט געפרעגט ווי אזוי האבן זיי רעאגירט....?

יונה'לע

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ה תשרי התשפ"א 20:12 #268709

  • מיטן באשעפערס הילף
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 3

וויפיל איך געדענק האב איך אייביג געהאט א פחד פון רעדן וועגן די אלע זאכן מיט מיין עלטערן ווייל זיי האבן געוויסט אז איך מיטשע מיך מיט די פראבלעמען דורך חבירים אין שכנים און ווען איך בין געוועהן גאר קליין האבן זיי מיך אויך געכאפט בשעת מעשה עס טוהן מיט שכנים אבער זיי האבן קיינמאהל נישט געוויסט אז איך מיטשע זיך מיט די אלע קשיות

זיי האבן זייער אסאך חושד געוועהן אז איך טוה די זאכן מיט שכנים אבער ווי עלטער איך בין געווארן איז עס געווארן זייער שווער פאר זיי צו באמערקן אז עפעס באדערט מיך ווייל א יעדע מאל וואס זיי האבן מיך געכאפט ביי די מעשה ווען איך בין געווען קליין האב איך ארויסגענומען פון דעם אז איך מיז מיך מער אויפפאסן מען זאל מיך נישט כאפן, אזוי ווייט אז יארן לאנג האבן זיי געמיינט אז עס איז שוין גענדיגט, און איך טוה עס מער נישט אבער עס איז אייביג נאר געווארן שווערער און שווערער ווייל אלע יארן בין איך געוועהן זייער א שטילע און געציטערט צו זאגן ניין פאר א חבר וואס האט געוואלט עפעס טוהן מיט מיך און פארשטייט זיך אז עס איז געקומען מיט א סטראשע אז איך טאר נישט זאגן פאר קיינעם ווייל אויב יא....... והמבין יבין

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ו תשרי התשפ"א 09:14 #268711

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

וואס איך פארשטיי פון וואס דו דערציילסט:
1) א פחד פון פרעגן און אויסשמועסן צימישעניש מיט די עלטערן.
2) זיך געמוטשעט מיט 'פראבלעמען' דורך חבירים און שכינים. וואס מיינט אז דו האסט געהאט א געברויך צו הייפער-סענסארי סטימיולעישן אויך דורך ס*ק*שואעל סטימיולעישן און צו עקספלארן פון אלס קלענער קינד. 
3) מען האט דיר זייער אסאך 'חושד' געווען. ממילא האסטו געלעבט אונטער די שאטן פון חשדות אז מען קוקט דיר נאך. און א פחד אויף ווען מען גייט דיך כאפן.
4) האסט געלעבט פארמאכט אין זיך. פארמאכט פון געפיהלן, 
5) זייער א נידריגע "זעלבס -ווירדע" (סעלף-עסטיעם)... פון נישט קענען זאגן ניין פאר א חבר.
6) מן הסתם אויך געווארן "ס*ק*שואעל עביוזד דורך אנדערע דורכאויס די יארן.

האב איך ריכטיג פארשטאנען?

יונה'לע.

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ו תשרי התשפ"א 15:12 #268714

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 174 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1797
  • האט שוין געלייקט: 1028 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3356 מאל
  • קאָרמא: 63

יונה ווי אלעמאל קורץ און צום פינטל אנאליז!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ו תשרי התשפ"א 20:48 #268718

  • מיטן באשעפערס הילף
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 3
WOW WOW WOW

מורא'דיג קלאר און שטארק ארויסגעברענגט און צום פינטל

אויב קענסטו אזוי גוט אראפלייגן די גאנצע בילד שווארץ אויף ווייס וואס וואלסטו רעקעמאנדירט אז איך דארף יעצט טוהן?

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ז תשרי התשפ"א 00:46 #268719

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1376 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1033
  • האט שוין געלייקט: 4387 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1506 מאל
  • קאָרמא: 12

שלום וברכה ידידיי היקרים שיחיו,

איך גיי נישט ענטפערן אויף די לעצטע תגובה צוליב צוויי סיבות. איינס צוליב עס איז נישט געווענדעט צו מיר, עס איז א בקשה צום שרייבער. צוויי, צוליב דעם אז לדעתי ענטפערן דירעקט צו יענעם ווען איך קען אים נישט און ווען איך בין נישט א מומחה איז זיכער יעצנו רע.

לגבי די שאלה מעיקרא, לדעתי, דעס נישט רעדן וועגן דעם מיט עטלטערן וואס איז א סעיף  פלאץ וואס א קינד דארף, איז א גרויסע דעמעדזש פאר אים לכל ימי חייו

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ז תשרי התשפ"א 12:34 #268729

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

לאמיר נישט ענפערן דירעקט וואס עס פעהלט זיךאויס צו העלפן. דאס איז פערזענליך פאר יעדן איינעם.יעדער דארף טרעפן זיין וועג זיך צו קענען העלפן און זיך צו וועלן העלפן. עס ווענד זיך אויך איבער ווי אזוי עס האט אויסגעקלאפט און אין וואספארא מצב מען געפונט זיך.

אין אלגעמיין איז עס צוויי שאלות.
1) איז נארמאל פאר קינדער צו זיין נייגעריג און זיך פלאגן צו דערגרינטעווען איבער די פריוואטע ענינים? (און אן ערוואקסענע נייגעריגקייט ווי אזוי עס איז ביי אנדערע מענטשן).
2) ווי אזוי זאל איך האנדלן מיט מיינע קינדער?
_____________
יעדעס קינד פון ווען ער הייבט אן צו האבן שכל איז נייגעריג סיי אויפן דרך החיים און סיי אויף די אייגענע קערפער און זיינע פונקציענירונגן.

א געזונט קינד מיט געזונטע פארשטענדליכע עלטערן און אין א זיכערע סביבה וועט פאראבירן צו פרעגן. און וועט מיט די צייט זיך לערנען אז עס נישט שרעקעדיג צו פרעגן און עס איז נישט שרעקעדיג נישט צו וויסן אלעס. און עס איז דא זאכן פון וואס עס איז נישט איידל צו רעדן און מען מוז נישט אלעס וויסן. אזוי ווי די רש"י'ס וואס מען לאזט אויס אין חדר.

א קינד וואס איז נישט פארזיכערט אין זיך און מיט זיינע עלטערן וועט אויך נישט זיין זיכער מיט זיינע נייגעריגקייטן און וועט אויטאמיש זיך פלאגן מיט וועלן וויסן וואס עס גייט פאר אפילו ער ווייסט אז דאס זענען זאכן וואס מען רעדט נישט און עס איז נישט איידל. אבער היות ער שפירט נישט זיכער (סעיף) מיט זיך וועט ער "מוזן" וויסן.
דער אפעקט ווענד זיך אסאך אין ווי אזוי די ריספאנס איז געווען ווען עס איז געווען די ערשטע אומשולדיגע פראגע. אויב ווערן די געפרעגטע דערשראקן, נישט קיין חילוק וואס מען ענפערט וועט די קינד שפירן אין דעם ענין שרעק און וועט מורא האבן דערפון. אויב פראבירן די געפרעגטע אנשרייען און פארשעהמען פארן פרעגן וועט דער קינד זיך לערנען אז דער ענין איז מיאוס און ער איז א שגץ/משוגענער פארן פרעגן. און וועט האלטן דער ענין אין זיך. א. א. וו.

געווענליך קינדער אין סיי וועלכע עלטער ווייסן אז עס איז דא זאכן פון וואס מען רעדט נישט נאר אויב עס וויכטיג אויסצישמועסן און אויסקלארן וועלן זיי פרעגן זייערע עלטערן. און זיי וועלן שפירן זיכער מיט זיך און מיט זייערע עלטערן.

קינדער מיט טראמא (טראמא מיינט נישט א שרעקעדיגע קאר עקסידענט, געווען אין א פייער, אדער פארלוירן עלטערן. מען רעדט פון טראמא מיט די סביבה און מיט די עלטערן) קענען זיין מער נייגעריג און אפילו נעמען שריט פאר זייער נייגעריגקייט. און אומבאלאנסירטע סענסארי (אויך אן אפעקט פון טראמא - אפילו פרי-נעטל טראמא) איז אויך אן סיבה אז קינדער זאלן דארפן מער "שפירן" וואס זיי פיהלן פיזיש און פראבירן עס צו עקספלארן מיט אנדערע.
__________
אין אלגעמיין איז דער כלל "חנוך לנער ע"פ דרכו". עלטערן דארפן וויסן ווי אזוי צו ריאגירן צו יעדן קינד לויט זיין מצב.

קליינע קינדער אונטער 6 וואס פרעגן שאלות. קען מען פשוט ריפלעקטן זייער שאלה און מען מוז נישט ענפערן ספעסיפיש אויף די שאלה.. 
לדוגמא:
משה'לע: מאמי ווי אזוי געבוירט מען א בעיבי.
מאמע: משה'לע ווילסט עכט וויסן ווי אזוי מען געבוירט א בעיבי?
משה: יא!  
מאמע: אמת ווילסט שוין אונז זאל מיר האבן נאך א בעיבי. חיים איז שוין 2 יאר.... צו וועמענס הויז ווילסטו גיין אויב מאמי געבוירט מאך א בעיבי?

אזוי קען מען אויסהערן און פירן די שמועס ערגעץ אנדערש (מיט א רואיגקייט)....

קינדער וואס זענען שוין עלטער און האבן שוין אביסל שכל, איז די צייט פשוט אויסצולערנען אז עס איז דא זאכן וואס מען קען זיין נייגעריג און מען מוז נישט וויסן. און אויב ער גייט עס דארפן וויסן וועט מען אים עס זאגן. (אזוי אז ער דארף נישט זוכן ערגעץ אנדערש אינפארמאציע)..

קינדער וואס זענען שוין עלטער פון ארום 12 יאר און זיי זענען שוין אין אלגעמיין אין די פיובערי סטעיש מעגן שוין (און דארפן שוין) וויסן אסאך זאכן. זיי מעגן וויסן איבער וואס עס איז ש"ז און וואס עס געשעהט דערמיט. נישט אין דעטאלן אבער וויפיל עס איז וויכטיג פאר א קינדס זיכערקייט און רואיגקייט. און פארשטייט זיך אויך ארומרעדן איבער זיך האלטן הייליג און אוועקשטיין פון מענטשן וואס ווילן צורירן וכו... (ווי איך האב שוין געשריבן באריכות ערגעץ דא אויף די בלעטלעך)
עס איז דא אויף די ענגלישע סייט א גליון איבער ווי אזוי צו רעדן צו בחורים.
__________
אין אלגעמיין איז עקסטרים נייגעריגקייט און אריבערגיין גדרים אן אפעקט פון טראמא. און דאס דארף הילף זיך צו היילן. 

יונה'לע

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ז תשרי התשפ"א 20:30 #268746

  • מיטן באשעפערס הילף
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 3
און עס איז דא זאכן פון וואס עס איז נישט איידל צו רעדן און מען מוז נישט אלעס וויסן. אזוי ווי די רש"י'ס וואס מען לאזט אויס אין חדר.

דאס איז געווען איינס פון די רויטע לעמפלעך ביי מיך אין חדר. א יעדע זאך וואס מען האט אויסגעלאזט איז געווען א זאך וואס האט מיך געזאגט "דאס דארף איך לערנען אפשר דא גייט פארענטפערט ווערן מיינע שאלות"

עס גייט אזוי ווייט אז עד היום הזה קען איך נאכנישט לערנען אליינס ווייל איך קען נישט אזוי גוט קיין לה"ק אדער ארמיש וכד"ו אבער ווען עס איז געקומען צו לערנען די זאכן וואס מען האט נישט געלערענט בין איך געזעצן איבער דעם און געמאכט זיכער אז איך פארשטיי כאטש עפעס וואס עס שטייט דארט

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ח תשרי התשפ"א 09:20 #268752

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

יאפ, זייער גוט פארשטאנען.

די זעלבע ווי אין חדר וועלן אין אלגעמיין קינדער פארשטיין פשוט אלס א פאקט אז עס איז דא זאכן וואס מען לאזט אויס. און ווען זיי ווערן אביסל עלטער ווייסן זיי שוין בערך וואס די תוכן אין די רש"י איז. און מיט די צייט וועלן זיי שוין וויסן אפילו ווען זיי לערנען אליין אז די זאכן לאזט מען אויס (און וועלן זייך פרייען צו מסיים זיין די מסכתא מיט צוויי בלאט ווייניגער). 
און עס איז אויך דא קינדער וואס מוזן גרונטליך דורכלערנען און פונקטליך פארשטיין וואס די רש"י'ס מיינען. און עס איז פארשטענדליך אז עס איז דא א סיבה פארוואס דער קינד קען נישט אננעמען די פאקט אז עפעס ווייסט ער נישט, און ער שפירט אז מען באהאלט עפעס פון אים. וואס ער מוז איבערקומען.

די זעלבע איז ביי די פשוט'ע ידיעות איבער פריוואטע נושאים, וועלן געזונטע קינדער זיין באקוועם מיט די פאקט אז זיי ווייסן נישט אלעס. און וועלן נישט דארפן זוכן צו דערשנאפן מער אינפארמאציע ארום זייער פריוואטע לעבן.
עס איז אבער דא קינדער וואס צוליב געוויסע סיבות (הויפזענליך א אוממזיכערקייט מיט זיך - וואס זיי שפירן אויב זיי וועלן וויסן מער וועלן זיי זיין מער זיכער, און דאס ציהט זיי די נייגעריגקייט צו עקספלארן מער, און איינס ברענגט דאס צווייטע) וועלן זיי יא מוזן זוכן אין די פריוואטע ענינים און וועלן זיין פארנומען דערמיט. 

יונה'לע

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ח תשרי התשפ"א 09:31 #268753

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 167
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל
  • קאָרמא: 8

יונה'לע, סארי סארי הרב הצדיק ר' יונה שליט"א
א ריזיגין ייש"כ פארן אזוי שיין, קלאר און נאכדערצו זייער איידל צו לייגט די נושא, עס אנכאפענדיג אויף איר ריכטיגע וועג

סתם פאר נייגעריקייט, וואס האסט געמיינט מיט 'פרי-נעטל טראמא' ? טראמא בעפאר געבורט? (אויב יא, פארענטפערט עס מיר געוויסע קשיות)

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ח תשרי התשפ"א 10:42 #268755

  • מיטן באשעפערס הילף
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 3
יונה מצאה געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"א 09:20:

יאפ, זייער גוט פארשטאנען.

די זעלבע ווי אין חדר וועלן אין אלגעמיין קינדער פארשטיין פשוט אלס א פאקט אז עס איז דא זאכן וואס מען לאזט אויס. און ווען זיי ווערן אביסל עלטער ווייסן זיי שוין בערך וואס די תוכן אין די רש"י איז. און מיט די צייט וועלן זיי שוין וויסן אפילו ווען זיי לערנען אליין אז די זאכן לאזט מען אויס (און וועלן זייך פרייען צו מסיים זיין די מסכתא מיט צוויי בלאט ווייניגער). 
און עס איז אויך דא קינדער וואס מוזן גרונטליך דורכלערנען און פונקטליך פארשטיין וואס די רש"י'ס מיינען. און עס איז פארשטענדליך אז עס איז דא א סיבה פארוואס דער קינד קען נישט אננעמען די פאקט אז עפעס ווייסט ער נישט, און ער שפירט אז מען באהאלט עפעס פון אים. וואס ער מוז איבערקומען.

די זעלבע איז ביי די פשוט'ע ידיעות איבער פריוואטע נושאים, וועלן געזונטע קינדער זיין באקוועם מיט די פאקט אז זיי ווייסן נישט אלעס. און וועלן נישט דארפן זוכן צו דערשנאפן מער אינפארמאציע ארום זייער פריוואטע לעבן.
עס איז אבער דא קינדער וואס צוליב געוויסע סיבות (הויפזענליך א אוממזיכערקייט מיט זיך - וואס זיי שפירן אויב זיי וועלן וויסן מער וועלן זיי זיין מער זיכער, און דאס ציהט זיי די נייגעריגקייט צו עקספלארן מער, און איינס ברענגט דאס צווייטע) וועלן זיי יא מוזן זוכן אין די פריוואטע ענינים און וועלן זיין פארנומען דערמיט. 

יונה'לע

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ כ"ט תשרי התשפ"א 22:50 #268762

  • מיטן באשעפערס הילף
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 3
יונה מצאה געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"א 09:20:

יאפ, זייער גוט פארשטאנען.

די זעלבע ווי אין חדר וועלן אין אלגעמיין קינדער פארשטיין פשוט אלס א פאקט אז עס איז דא זאכן וואס מען לאזט אויס. און ווען זיי ווערן אביסל עלטער ווייסן זיי שוין בערך וואס די תוכן אין די רש"י איז. און מיט די צייט וועלן זיי שוין וויסן אפילו ווען זיי לערנען אליין אז די זאכן לאזט מען אויס (און וועלן זייך פרייען צו מסיים זיין די מסכתא מיט צוויי בלאט ווייניגער). 
און עס איז אויך דא קינדער וואס מוזן גרונטליך דורכלערנען און פונקטליך פארשטיין וואס די רש"י'ס מיינען. און עס איז פארשטענדליך אז עס איז דא א סיבה פארוואס דער קינד קען נישט אננעמען די פאקט אז עפעס ווייסט ער נישט, און ער שפירט אז מען באהאלט עפעס פון אים. וואס ער מוז איבערקומען.

די זעלבע איז ביי די פשוט'ע ידיעות איבער פריוואטע נושאים, וועלן געזונטע קינדער זיין באקוועם מיט די פאקט אז זיי ווייסן נישט אלעס. און וועלן נישט דארפן זוכן צו דערשנאפן מער אינפארמאציע ארום זייער פריוואטע לעבן.
עס איז אבער דא קינדער וואס צוליב געוויסע סיבות (הויפזענליך א אוממזיכערקייט מיט זיך - וואס זיי שפירן אויב זיי וועלן וויסן מער וועלן זיי זיין מער זיכער, און דאס ציהט זיי די נייגעריגקייט צו עקספלארן מער, און איינס ברענגט דאס צווייטע) וועלן זיי יא מוזן זוכן אין די פריוואטע ענינים און וועלן זיין פארנומען דערמיט. 

יונה'לע


איך נעם ארויס פון דעם אז:

1) נארמאלע געזונטע קינדער האבן נישט דעם פראבלעם וואס איך האב געהאט צו זיין נייגעריג צו וויסן די אלע זאכן (און דאס פארענטפערט וואס איך האב דא געפרעגט אין דעם טעמע)

2) אפילו ווען מען זאל ווען פרעגן א געזונטע קינד צו ער וויל וויסן מער וועגן די נושא וואלטן זיי בעסער נישט געוואלט וויסן און עס נישט ליב געהאט צו הערן און צו וויסן ביז ווען זיי וועלן עס מוזן וויסן ווען עס וועט זיין נוגע פאר זיי.

3) בעיקר געשעהט די פראבלעם מיט קינדער וואס זענען נישט זיכער מיט זיך, און דאס וועט געשעהן ביי א יעדע זאך נישט נאר ביי די נושא פון קדושה, נאר אפילו ביי יעדע זאך וועט ער זיין זייער אינטערעסירט צו וויסן אלעס און אפילו מען וועט זאגן אלעס וואס די קינד וויל וויסן וועט ער קיינמאל נישט זיין צופרידן און וועט אלעמאל וועלן וויסן נאך און נאך אין דאס וועט זיין אהן קיין סוף

4) א קינד וואס האט די אויבערדערמאנטע פראבלעם וועט זיך קיינמאל נישט קענען אויסהיילן פון דעם פראבלעם ביז ער וועט פילן מער זיכער מיט זיך און וויסן אז אפילו מען באהאלט זאכן פון אים איז עס נאר פאר זיין טובה און עס פעלט נישט אויס צו וויסן אלעס.

האב איך גוט פארשטאנען?

אויב יא פארשטיי איך אז איך בין אין גרויסע צרות

איך קען זאגן קלאר אויף מיך אז איך לייד געפערלעך פון דעם פראבלעם און אלע הינזיכטן ווי למשל אויב וועט איינער מיך פרעגן עפעס וועגן א געוויסע ענין נישט קיין חילוק וואס וועל איך רוב מאל האבן א תירוץ אדער כאטש וויסן מער פון די אנדערע (עס ווענט זיך אויב עס איז א ענין וואס איז געווען א זאך וואס אינטערעסירט מיך צו וויסן)

אדער אפילו מיט לערנען קומט מיך עס אהן זייער שווער וועגן איך וועל קיינמאל נישט זיין צופרידן ביז איך וועל פינקטלעך פארשטיין אלעס, און פארשטייט זיך אז אזא זאך איז זייער שווער וועגן דאס מיינט אריינגיין זייער זייער טיף אין די גמרא רשי תוס' מפרשים וכדו'

איז דא דא איינער וואס וואלט מיך געקענט העלפן מיט דעם?

לעצט פארראכטן: כ"ט תשרי התשפ"א 23:25 דורך מיטן באשעפערס הילף.

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ ל' תשרי התשפ"א 13:52 #268769

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

על ראשון ראשון.

לכבוד הרב אק"וו.
סענסארי - זענען פיזישע סענסארס (אויכאפערס - דערשפירערעס) וואס איז כולל בכלליות אלע סענסעס (חושים) פונעם מענטש. וואס דאס זענען די אינפארמאציע ברענגער פארן מח, ווי עס ברענגט כסדר אינפארמאציע צום מח פון די דרויסענדיגע וועלט.
די סענסארס ווערן דעוועלאפט אלס עובר (fetus). ווי עס ווערט ציביסעלעך געבויט שטאפל אויף שטאפל. און טייל ווערן פארענדיגט נאכן געבוירט. ווען א מאמע איז אין  סטרעס - סיי וועלכע צו עס איז אנגעצויגנקייט, דעפרעשן אדער סיי וועלכע אנדערע זעלישע שוועריקייט וועט דאס אויסקלאפן אויפן עובר. און מען זעהט דאס אויך אין חז"ל אז ווי אזוי די מאמע איז בשעת עוברה וועט דאס אויסקלאפן אויפן עובר.

ווען מען זעהט אן ערוואקסן מענטש מיט זיינע פראבלעמען און מען פארשטייט די אנטוויקלונג פונעם מענטשעלע אינעם בריאה קען מען זעהן צומאל ביי וועלכע צייט די טראמא זענען געווען און ווען און ווי דער מענטש איז געבליבן שטיין אין זיין אנטוויקלונג. 

ווען א מענטש'ס אלגעמיינע סענסעס זענען אומבאלאנסירט. דאס מיינט אז געוויסע זאכן קען ער בכלל נישט פארנעמען און געוויסע זאכן מוז מען האבן גאר שטארקע סטימיולעישן. לדוגמא עסן, זייער סענסיטיוו און קען נישט פארנעמעו געוויסע עסן. און די עסן וואס מען גלייכט יא מוזן שטארק געספייסט אדער שטארק זאלציג שטארק ציקערדיג וכדומה.
כלליות'דיגע סענסארי אומבאלנס וואס האט דבר והפכו נישט קענען פארנעמען געוויסע זאכן אין דעם סענס און אין די זעלבע צייט מוזן האבן פארקערטע גאר שטארקע סטימיולעישן. (מען קען דאס בעסער זעהן ביי קלענערע קינדער) איז א סימן אויף פרי-נעטעל (בעפאר-געבוירט) טראמא. אויסער אויב עס איז דא עפעס ספעסיפיש וואס זאל אנדייטן די סיבה דערצו.

לכבוד הרב מב"ה
 איך וועל ענפערן אויף דיינע שאלות לויט די נומערן:

1) קינדער פון א געזונטע שטוב האבן געווענליך נישט דעם פראבלעם. אבער דער פראבלעם איז (ליידער) זייער "נארמאל". דאס היייסט עס איז זייער אפט.

2) ווי שוין געשריבן פריערד. גאר קליינע קינדער דארפן נישט אלעס הערן. גערעסערע קינדער דארפן וויסן אז מען מוז נישט אלעס וויסן, און גרויסע קינדער און בחורים דארפן שוין וויסן.
און בעיקר איז עס נישט אזוי ווייט וואס מען זאגט נאר ווי אזוי מען זאגט עס.

3) עס איז מיט קינדער וואס זענען נישט זיכער מיט זיך. אבער דאס מיינט אויך אז זיי האבן נישט קיין זיכערע סביבה ווי זיך צו פארזיכערן.
און יא דאס אפעקטירט נישט נאר בעניני קדושה נאר אויך אין אלע אנדערע הינזיכטן. און די זעלבע סארט פארבינדונג וואס א מענטש האט צו זיינע עלטערן וועט ער האבן צו זיינע אנדערע נאנטע און נאכדערצו צו זיין ווייב/מאן. און אזוי אויך צום רבש"ע. און פאר יעדעס קינד לויט זיינע נאטורן און  מצבים וועט עס אנדערש אפעקטירן.

4) זייער ריכטיג, אבער נישט נאר א קינד נאר אויך אן ערוואקסענער מענטש וועט זיך נישט קענען היילן דערפון בעפאר ער שפירט זיכער מיט זיך.

כדאי א מענטש זאל שפירן זיכער מיט זיך דארף ער האבן אין וועם צו אנהענגן זיין זיכערקייט און זיך קענען אנלאנען.

כדאי א מענטש זאל קענען זיך אנלאנען אויף א צווייטן דארף ער קענען טראסטן אין יענעם.

כדאי א מענטש זאל קענען טראסטן דארף שפירן זיכער מיט יענעם. און אוועקנעמען די טראמא וואס מאכט שפירן אומזיכער מיט די ארומיגע. וכו...

ביסט נאר אויף צרות ווען דו ווייסט נישט מיט וואס דו פלאגסט דיך און דו ביסט נישט גרייט זיך צו העלפן. אויב אבער ביסטו גרייט זיך צו העלפן פאר יעדן פרייז ביסטו נישט אויף צרות.

וויסן אסאך און מער פון אנדערע מענטשן איז נישט קיין פראבלעם פאר זיך. דארפן בלייבן מיט די לעצטע ווארט און מאכן מענטשן שפירן אז זיי ווייסן גארנישט און זענען נאריש איז שוין יא א פראבלעם. דאס באדערט פאר מענטשן.

דער איינער וואס קען דיך העלפן ביסטו אליין. דורך זיין גרייט זיך צו לאזן העלפן..... און וועלן זיך העלפן..

יונה'לע

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ ל' תשרי התשפ"א 16:25 #268771

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 848 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1403
  • האט שוין געלייקט: 2074 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2075 מאל
  • קאָרמא: 15

אויב מעגעך, איך מיין ח״ו קיינאיינעם צו וויי טון, אבער אין מיין עקספיריענטס און די עקספיריענטס פון אנדערע וואס זענען דורך דאס וואס איך און אנדערע דא גייען דורך, איז אז אלעס דארף זיך אנהייבן מיט א סאבער מאן/טאטע פאר דעם האט ביי מיר און ביי אנדערע גארנישט ארבייטן.

הצלחה

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

לעצט פארראכטן: ל' תשרי התשפ"א 16:29 דורך נטע׳לע.

ענטפער: רעדן מיט קינדער מיר איבער די נושא פון או"מ א' חשון התשפ"א 10:08 #268784

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 308 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 223
  • האט שוין געלייקט: 299 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 267 מאל
  • קאָרמא: 26

זייער ריכטיג ר' נטע.

 די ערשטע און וויכסטיגסטע זאך איז צו זיין סאבער-ריין. 

אבער ווען מען פארשטייט אז פשט פון עדיקשן איז אז דער מענטש איבערנוצט-עביוזד א ריליעף מעטאד צו שטילן זיינע זעלישע ווייטאגן. און צומאל ווערט ער אויך אנגעהאנגן דערין. פארשטייט מען אז כדאי א מענטש זאל זיך קענען 'האלטן' ריין דארף ער זיך לערנען ווי אזוי צו זיין זיכער מיט זיך און זיך קענען אנלאנען אויף אנדערע. פילע סטעפס אין די 12 סטעפ פראגראם זענען באזירט אויף דעם.

אויב דער מענטש קען נישט שפירן זיכער מיט זיך וועט ער צוריקפאלן כסדר, אדער וועט עס אויסקלאפן אויף אנדערע אופנים אין אנדערע עדיקשנס וואס דאס וועט בלויז דיספלעידן די עדיקשן. אדער וועט ער אריינגיין אין א מעידזשער דיפרעשן (וואס קומט געווענליך צוריק צו דורכפעלער)...

אויך פארשטייט זיך אז אונזער סארט עדיקשן ברענגט מיט זיך אסאך שולד געפיהלן און נאך אסאך זייטיגע טעכנישע פראבלעמען (ווי נישט קענען ארבעטן - שוועריקייטן אין שטוב). וואס דאס אליין שטערט זיך צו קענען לערנען ווי אזוי צו זיין זיכער מיט זיך און ווי אזוי זיך אנצוהענגן אין אנדערע. און קענען רעדוצירן די אינערליכע ווייטאגן.

דאס איז בלויז גערעדעט אויף צו פארשטיין די געברויך פונעם מענטש. דאס איז זיכער סיי ברחניות און סיי בגשמיות אז די ערשטע ארבעט אונזערע איז, זיך צו האלטן הייליג און ריין איין טאג אויפאמאל. זיך אפשטעלן און מחליט זיין אז נישט קיין חילוק וואס עס וועט נעמען וועל איך ארבעטן אפצולאזן די עדיקשן און זיך ארויפזעצן אויפן וואגאן און ציילן ריינע טעג. און אויב עס ארבעט נישט וואס איך האב געטוהן ביז יעצט צו זיין סאבער וועל איך טוהן וואס נאר מעגליך זיך צו העלפן אפילו עס איז שווער.

דאס איז אונזער חיוב סיי לגבי בין אדם לעצמו, בין אדם לחבירו און בין אדם למקום.

יונה'לע

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.05 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא