ברוכים הבאים, גאסט

ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים 3126 באזוכער

ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 10:42 #29397

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
איך האב געעפענט א טרעד ווי זיך אויסצוגעבן די מרה שחורה אבער ממוז האלטען א באלאנס אז מ'זאל פארציילען אויך די גוטע זאכן ווען ס'גייט דיר יא גוט
עפען איך דעם טרעד אז דא זאל יעדער קומען פארציילען וואס ס'גייט אים גוט מוז נישט זיין אז מ'האט געמאכט א מיליאן דאלער דיעל נאר אפילו די מינדעסטע קלייניקייט ווי למשל אז יעדען טאג דארפסטו זיכען דיין שיך און היינט איז געליגען שיין נעבן דיין בעט קום עס דא פאציילען און דאנק דעם באשעפער בתוך רבים
איך האב אמאל געטראכט אז  א איד הייבט אן דעם טאג מיט א 20 ברכות בערך
ס'קומט צו זאגען פארן איד נאך פאר ער הייבט אן צו דאווענען מאך פאר די טאג הייבט זיך אן
קוק אן וויפיל זאכען די האסט שוין צו דאנקען דעם באשעפער
שוין רבותי מאכטס מיך נישט צו נאר לאזט אונז הערען וואס איר האט צו פארציילען

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 10:47 #29403

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
נעכטען נאכט בין איך געגאנגען שלאפעו זייער דעפרעסט
היינט צופרי בין איך ב"ה אויפגעשטאנען אין סאך א בעסערע מוד
געלויבט איז דער הייליגער באשעפער
ער זאל ווייטער העלפען ס'זאל אנגיין אויף א גאנצען טאג

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 11:00 #29407

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
איך קוק מיך צוריק זעה איך אז ב"ה דעם געוועזענעם יאר בין איך אסאך געשטיגן
גענומען צוויי חברותות איינס פארטאגס, איינס ביינאכט
דאס דאווענען איז אסאך ערנסטער, מער כוונה
די שלום בית איז גאר אסאך בעסער, איך מאך מער נישט קיין עסק אויב עס פונקט פארקערט ווי עס שמעקט מיר
מיין סאשעל לייף איז מוראדיג געשטיגן, געווארן אסאך מער אפן צו מענטשן, באקומען מער טיעפערע ידידות מיט חבירים
מיין אמונה ובטחון איז מוראדיג ארויף
מיין גשמיותדיגע געזונט צושטאנד איז אסאך בעסער


אבער אבער ווען מען דארף אהנצוקימען פון 1 צו 100, און מען איז געשטיגן פון 1 צו 6-7 איז עס טאקע א שמחה
אבער די עגמ"נ אויף די 10-15 יאר וואס איז געגאנגען לאיבוד איז איום ונורא
עס רייסט ביים הארץ פארוואס האט דאס מיר אויסגעפעלט פאר אלע שווארצע יארן
אפשר די לעצטע פאר שורות דארף איך שרייבען אין דיין אנדערע נייע טרעד
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 13:56 #29431

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל
  • קאָרמא: 13
שמייכעלע

דו ביסט זיכער אין א מדרגה פון "זדונות נעשות לזכיות"!
ס'איז א בחינה פון תשובה מאהבה, ווען מ'לאזט אפ די אהבות זרות, ודו"ק.

די אלע 15 יארן ווערן גלאנצעדיגע לעכטיגע יארן. ס'איז פשוט אזוי.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 14:48 #29457

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
איך האב פריער באקומען פון איינעם א אומגעראכטענע קאמפלימענט
דאנקע שיין הייליגער באשעפער

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 14:55 #29459

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5

אבער אבער ווען מען דארף אהנצוקימען פון 1 צו 100, און מען איז געשטיגן פון 1 צו 6-7 איז עס טאקע א שמחה
אבער די עגמ"נ אויף די 10-15 יאר וואס איז געגאנגען לאיבוד איז איום ונורא
עס רייסט ביים הארץ פארוואס האט דאס מיר אויסגעפעלט פאר אלע שווארצע יארן
אפשר די לעצטע פאר שורות דארף איך שרייבען אין דיין אנדערע נייע טרעד


שטייט אין זוהר הקדוש
ליכא נהורא אלא מגוי חשוכא

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 14:55 #29460

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
זייער א שיין געדאנק די טרעיד

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 15:51 #29474

  • עבד השם
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 829
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 1

איך האב פריער באקומען פון איינעם א אומגעראכטענע קאמפלימענט
דאנקע שיין הייליגער באשעפער

פילס גוד הא??

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 15:56 #29477

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל
  • קאָרמא: 13

איך האב פריער באקומען פון איינעם א אומגעראכטענע קאמפלימענט
דאנקע שיין הייליגער באשעפער


דערצייל אונז
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: כ"ג אלול התשע"ד 15:58 דורך .

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 15:56 #29479

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5

פילס גוד הא??

נישט סתם
די פראבלעם איז אז ווען עס קומען די מרה שחורה געפילן האבן מיר ליב זיך צו טינקן דערין און איבערקייען

ווייטער א גוטער געפיל
וואפט מען שנעל אוועק אדער ווייל אפשר איז עס בעיביש
אדער אפשר גאוה
נעבעך אויף אונז
און מיט דעם אלעם איז אויך נישט געפערליך...

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 17:14 #29497

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17

איך קוק מיך צוריק זעה איך אז ב"ה דעם געוועזענעם יאר בין איך אסאך געשטיגן
גענומען צוויי חברותות איינס פארטאגס, איינס ביינאכט
דאס דאווענען איז אסאך ערנסטער, מער כוונה
די שלום בית איז גאר אסאך בעסער, איך מאך מער נישט קיין עסק אויב עס פונקט פארקערט ווי עס שמעקט מיר
מיין סאשעל לייף איז מוראדיג געשטיגן, געווארן אסאך מער אפן צו מענטשן, באקומען מער טיעפערע ידידות מיט חבירים
מיין אמונה ובטחון איז מוראדיג ארויף
מיין גשמיותדיגע געזונט צושטאנד איז אסאך בעסער


אבער אבער ווען מען דארף אהנצוקימען פון 1 צו 100, און מען איז געשטיגן פון 1 צו 6-7 איז עס טאקע א שמחה
אבער די עגמ"נ אויף די 10-15 יאר וואס איז געגאנגען לאיבוד איז איום ונורא
עס רייסט ביים הארץ פארוואס האט דאס מיר אויסגעפעלט פאר אלע שווארצע יארן
אפשר די לעצטע פאר שורות דארף איך שרייבען אין דיין אנדערע נייע טרעד


שמייכעלע זיסע....
פאלט דיר גארנישט ביי... א אנצוקומען צום ציהל דארף מען אדורך גיין א טונקעלע וואלד.....??
די 15 יאר האט אונזער זיסע טאטע אויסגערעכענט פאר דיר דיך צוצוברענגען צו דיין לעכטיגע ציהל... נישטא וואס צו זיין צובראכן דערפאר.....
עבירות קען מען אויסמעקן מיט איין ווידוי יום כיפור איז עיצומו של יום מכפר.... נישטא מער!!!!

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 17:19 #29498

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
איך דארף דאנקען דעם אויבערשטן אויף זייער אסאך זאכן.... הכתב יכלו והם לא יכלו
ס'איז מיר גרינגער צו שרייבן די פאר זאאכן וואס נישט... און אזוי וועט מען שוין פארשטיין אז אלעס אנדערש איז יא גוט!!!

אבער פטור בלא כלום אי אפשר
עס שטייט דאך יודו להשם חסדו ונפלאותיו לבני אדם!!

איך פיהל דא אויסצודרוקן מיין הודאה צום הייליגן באשעפער אז ער האט מיך געברענגט אהער צו דעם הייליגן שטעטעלע, ווי א נייע לעבן פון קדושה און בריאות ביינזאם, געבן מיר די מעגליכקייט צוריק צו נאנט ווערן צו מיין טאטן אין הימל

טאטע איך דאנק דיר ... טאטע איך לויב דיר... ווייל איך בין א איד.....

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ג אלול התשע"ד 18:18 #29505

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1562
  • האט שוין געלייקט: 405 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 246 מאל
  • קאָרמא: 8

מיין סאשעל לייף איז מוראדיג געשטיגן, געווארן אסאך מער אפן צו מענטשן, באקומען מער טיעפערע ידידות מיט חבירים

נאר פארוואס קענען פונקט "אונז" דא נישט זוכה זיך צו ציילן צווישן די מענטשן דא אין דיינע שורות???
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ד אלול התשע"ד 10:41 #29542

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
דא אין דעם פארום רעדט מען פון אינעווייניג
דא דרייט מען זיך ארים אהן א מאסק
דא איז א בחינה פון רעדן צו זיך אליינס
אין שול אין גאס אין שטוב לעבט מען אין א געוויסע פרעים
און לויט דעם געפרעימטען פנים, קלעבן זיך אן ידידים וואס גלייכען אזא כאראקטער
גיב א קוק דא אין דעם טרעד וועסטו טרעפן אז יעדער איינער וויל באמת לאמיתו זיין ערליך
מען הערט דא בלויז קרעכצעריי און ווייטאג אויפ'ן שלעכטן עבר
און טאקטיקן אויף צו זיין וואויל לעתיד
ווייל דא רעדט מען פון איניווייניג
איך האף אז איר האט פארשטאנען, עס איז אביסעלע האקעל
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים כ"ד אלול התשע"ד 11:02 #29547

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
זייער גוט געזאגט שמייכעלע...
אבער ווען די רעדסט צו איינע פון די חברים דאהי, אפילו פנים אל פנים קענסטו רואיג אויסטוהן דעם מאסקע....
דעם מאסקע איז נאר וועגן בושה, דא מיט אונז האסטו זיך נישט פון וועם צו שעמען... מיר אלע זענען אייניג חשוב...

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ו' תשרי התשע"ה 17:27 #29899

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
בן למקום
לאמיר הערן עטליכע גוטע נקודות וענינים פון דעם פארלאפענעם ראש השנה
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ו' תשרי התשע"ה 18:13 #29905

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
איך האב גראדע וואס צו זאגען אבער מארגען אי"ה
אויב די צייט וועט ערלויבען שטייצעך

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 09:04 #29934

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17

איך האב גראדע וואס צו זאגען אבער מארגען אי"ה
אויב די צייט וועט ערלויבען שטייצעך


ס'איז שוין מארגן....
מיר האפן די צייט וועט ערלויבן....

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 09:52 #29948

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
נאכדעם וואס איך האב מיך דא אביסעל אפגעלאדנט דאס הארץ וויאזוי מיין ר"ה קוקט אויס
האט דער רבש"ע ברוב רחמיו וחסדיו מיר צוגעשיקט א 3 גוטע דרשות וואס האט מיר סיי אביסעל קלאר געמאכט אפאר ענינים וואס איז מיר קשה געווען און סיי אביסעל דערווארעמט דאס הארץ ממילא אזוי אז א שטיקעל הכנה האב מיר שוין געהאט איז אריינקום פון יו"ט שוין געווען גאר אנדערש
המשך יבא

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 09:56 #29950

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
המשך יבא
מיר ווארטן מיט איינגעהאלטענקייט
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 10:38 #29963

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17

המשך יבא
מיר ווארטן מיט איינגעהאלטענקייט

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 14:27 #29974

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
נו פארשטייט זיך אז ס'איז געווען עפעס א שטיקעל הכנה , צו שלעכט קען שוין דער יו"ט נישט אויסקוקען!
האמיר טאקע פרובירט צו האלטען דעם מח וואך א גאנץ יו"ט צו געדענקען אין וואספארא טאג מ'שטיימיר בעיקר האמיר שטארק געארבעט נישט אריינצופאלן אין קיין קטנות ח"ו פרובירט צו זיין די מערסטע אויפגעלייגט וואס מעגליך ביים דאווענען האמיר געטרייט אונזין צו האבען פשוטע פירוש המילות נישט קיין גרויסע כוונות און ס'איז טאקע געווען געוויסע שמונה עשרה'ס וואס מ'האמיר געדאווענט כמעט די לענגסטע פונעם גאנצען עולם אזוי אז נאך א מזל אז דער רב דאוונט אויך זייער לאנג אזוי האמיר נישט פארפאסט קיין חזרת הש"ץ
ביי מוסף גראדע דעם ערשטען טאג האמיר טאקע אלע 3 מאל געדארפט מפסיק זיין אינמיטען ווייל מ'האט שוין געבלאזען
איין זאך נישט פארגעסען אז דאס אלעס קען נאר צושטאנד קומען ווייל אונז האמיר א גרויסען טאטען אין הימל וואס טראפט אריין אין אונז א טראפעלע נאך א טראפעלע מיר זאלען קענען אנגיין אן אים קענען מיר גארנישט
המשך יבא אויב דער עולם איז פאראינטערעסירט

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 15:11 #29976

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 467 מאל
  • קאָרמא: 13

נו פארשטייט זיך אז ס'איז געווען עפעס א שטיקעל הכנה , צו שלעכט קען שוין דער יו"ט נישט אויסקוקען!
האמיר טאקע פרובירט צו האלטען דעם מח וואך א גאנץ יו"ט צו געדענקען אין וואספארא טאג מ'שטיימיר בעיקר האמיר שטארק געארבעט נישט אריינצופאלן אין קיין קטנות ח"ו פרובירט צו זיין די מערסטע אויפגעלייגט וואס מעגליך ביים דאווענען האמיר געטרייט אונזין צו האבען פשוטע פירוש המילות נישט קיין גרויסע כוונות און ס'איז טאקע געווען געוויסע שמונה עשרה'ס וואס מ'האמיר געדאווענט כמעט די לענגסטע פונעם גאנצען עולם אזוי אז נאך א מזל אז דער רב דאוונט אויך זייער לאנג אזוי האמיר נישט פארפאסט קיין חזרת הש"ץ
ביי מוסף גראדע דעם ערשטען טאג האמיר טאקע אלע 3 מאל געדארפט מפסיק זיין אינמיטען ווייל מ'האט שוין געבלאזען
איין זאך נישט פארגעסען אז דאס אלעס קען נאר צושטאנד קומען ווייל אונז האמיר א גרויסען טאטען אין הימל וואס טראפט אריין אין אונז א טראפעלע נאך א טראפעלע מיר זאלען קענען אנגיין אן אים קענען מיר גארנישט
המשך יבא אויב דער עולם איז פאראינטערעסירט


אשריך וטוב לך!! אזא שמחה!
איך האב אויך געהאט א בעסערע ר"ה פון וואס איך האב געמיינט, אבער גאר ווייט פון אזא ראש השנה וואס דו האסט געהאט!
אבער מיר זענען זיך נישט מייאש, בעז"ה וועט קומען גוטע צייטן!

מיר זענען זייער אינטרעסירט צו הערן נאך וואס דו האסט צו זאגן!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 15:56 #29978

  • DrivingFwd
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

נאכדעם וואס איך האב מיך דא אביסעל אפגעלאדנט דאס הארץ וויאזוי מיין ר"ה קוקט אויס
האט דער רבש"ע ברוב רחמיו וחסדיו מיר צוגעשיקט א 3 גוטע דרשות וואס האט מיר סיי אביסעל קלאר געמאכט אפאר ענינים וואס איז מיר קשה געווען און סיי אביסעל דערווארעמט דאס הארץ ממילא אזוי אז א שטיקעל הכנה האב מיר שוין געהאט איז אריינקום פון יו"ט שוין געווען גאר אנדערש
המשך יבא

אויב די צייט וועט 'אויך' ערלויבן וואלט געווען אינטרעסאנט וועלכע ענינים איז דיר קלאר געווארן (בקיצור נמרץ) ווי אויך וועלכע דרשות

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 16:15 #29980

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
יא מיר זענען שטארק אינטערעסירט צו הערן נאך, אויך פון די דריי דרשות

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 17:41 #29982

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
בן למקום
דו ביזט מיר א געוואלדיגע חיזוק
מיר ווילן הערן ווייטער
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 17:46 #29983

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
ס'האט געהערשט ביי מיר א גרויסע צומישעניש וואס מ'דארף טון ראש השנה, פון איין זייט ווייס מיר נאך פון ווען מיר זענען געווען אין וויגעלע אז ראש השנה טוט מען תשובה און מ'בעט פונעם רבש"ע אלעס וואס מ'דארף , שפעטער ווען מיר זענען עלטער געווארען האבען די מגי"ש אנגעהויבען נאכברענגען פון זוהר אז צווחין ככלבין הב הב וכו' איז איין זאך אראפ בעטען נישט נאר אויף די גאולה שלימה, פיין די גאולה וועט דאך ברענגען א סוף צו אלעם בין איך געווארן נאך עלטער הייב איך אן צו הערן אז ר"ה רעדט מען נישט פון קיין עבירות מ'איז נאר ממליך דעם רבש"ע (פונקטליך וויאזוי מטוט עס האט מיר קיינער נישט מסביר געווען) בין איך געבליבען אז תשובה טון דארף מען נישט בעטן אויף אלעס גוטס דארף מען נישט נאר מ'רעדט נאר פון העכערע זאכען ממליך זיין דעם רבש"ע , תיקון השלם, זייער פיין , אבער און נאכאמאל אבער, איך האב דאך יא געהאט בקשות צום רבש"ע אין מיין סידור איז דאך יא געשטאנען תפילות וואס צו בעטן עפעס זאגט מען דאך יא החזירנו בתשובה שלימה לפניך
בין איך געשטאנען זייער צומישט, וואס טו איך יא און וואס נישט? וואס איז למעשה געשען איז אז איך האב נישט געטון נישט דאס און נישט דאס, און וויאזוי מיין ראש השנה האט אויסגעקוקט האב איך שוין געשריבען פאריגע וואך,
למעשה באקום איך אויף אימעל די שיעורים פון הרה"ג ר' מנשה רייזמאן שליט"א וואס ער איז באשאנקען מיט א זעלטענע כח הסברה און די וואך פון סליחות האט ער אסאך ארומגערעדט פון די ענינים אויף א הערליכען אופן שיין מסביר געווען מתובל מיט ענינים פון אלע חסידישע ספרים און דאס האט מיר אביסעל געעפענט די אויגען צו זען אביסעל וואס ליגט אלץ באהאלטען אין דעם ר"ה
אויסער דעם האמיר געהערט הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א וואס האט אריינגעגבן א שטיקל חיות אין מיר
המשך יבא אם יהי פנאי כמובן
האטס מיר אלע א גוטע נאכט

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 18:01 #29987

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
זייער אינטערעסאנט וואס די זאגסט, ווייל גענוי אזוי פלעג איך צו זיין אינגאנצן צומישט
ביז היי יאר ווען איך האב געהערט פון ר יחזקאל ראפאפארט א שטארקע דערהער
אז ר"ה מיט יו"כ א גאנצן טאג זאל מען האלטן אין איין טראכטן "רבוש"ע איך  ו ו י ל  זיין גוט"
נישט אז איך וועל זיין גיט
איך ווייס דאך נישט ווי שווער די נסיונות גייען זיין
אבער ווילן וויל איך וויל באמת לאמיתו זיין גיט
דעמאלטס האבן די חיצונים נישט קיין רעכט דיך דן צו זיין, נאר השי"ת אליין איז דיך דן
ווייל אז א יוד וויל זיין גיט, איז ער דבוק בהשי"ת
און ווען השי"ת איז דיך דן איז עס זיכער לטובה
דעמאלטס גייט דער גאנצע דאווענען אויף דעם מהלך, ממליך צו זיין השי"ת אויף מיר אינגאנצען
בקשת מחילה לשעבר, ובקשת עזר להבא
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ז' תשרי התשע"ה 23:11 #29997

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
זייער שיין בן למקום, מיר ווארטן צו הערן נאך.
שמייכל יישר כח פאר דיינע ווערטער.

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 09:08 #30003

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
ייש"כ שמייכעל
א פיינער דערהער וועל מיר טון אי"ה יו"כ

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 12:01 #30009

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
יישר כחכם בן למקום און שמייכל



ס'האט געהערשט ביי מיר א גרויסע צומישעניש וואס מ'דארף טון ראש השנה, .....הייב איך אן צו הערן אז ר"ה רעדט מען נישט פון קיין עבירות מ'איז נאר ממליך דעם רבש"ע (פונקטליך וויאזוי מטוט עס האט מיר קיינער נישט מסביר געווען)


איך האב אמאל שוין געשריבן אין אן אימעיל, וויאזוי איז מען ממליך דעם אויבערשטן
איך וועל עס דא נאכציטירן....



בעז"ה

יום ד' פרשת בחוקותי
י"ד אייר, פסח שני, שמונה ועשרים למ"טמונים, תשע''ד לפ''ק

אימעיל #50

איבער דעם וואס מיר האבן געשמועסט אז מיר קענען זיך ארויסדרייען פון זיינע הענט און נישט אויפגעבן אז מיר זענען פארכאפט אונטער די יצר הרע'ס נעגל, האב איך געהערט א שיינעם שמועס ערב ראש השנה, איבער אונזער עבודה אין ראש השנה, און עס איז דא אין פלאץ עס נאכצוברענגען.
ווי באקאנט איז אונזער עבודה ראש השנה ממליך צו זיין דעם אויבערשטן, דורך אויסשרייען המלך!! אז ער איז אונזער קעניג.
די אלע פסוקים וואס זאגן אז דער באשעפער איז "מלך", איז כדי צו קעניגן דעם אויבערשטן.
אבער וואס טאקע מיינט דאס אז אונז זעמיר ממליך דעם אויבערשטן? וואס מיינט דאס טרוקן גערעדט?

עס איז דא נאך איינער וואס האלט אז ער איז א קעניג און ער פראבירט יעדן צו איבערצייגן אז ער איז דער קעניג, און יעדער פאלט אונטער זיין מעכטיגקייט. קיינער קען זיך נישט שטעלן קעגן איהם.
דער מלך, איז דער באקאנטער מלך זקן וכסיל, וואס ארבעט אגאנץ יאר אונטערצודרוקן די מענטשהייט, און געבן דעם געפיהל אז ס'איז פארפאלן. איך בין אונטערגעווארפן אונטערן שטן און איך געב אויף!
דאן האט מען געקעניגט דעם יצר הרע אויף זיך.
די רגע וואס א מענטש זאגט אז איך בין נישט אונטערגעווארפן און איך קען מיך נאך יא שלאגן, האט ער צובראכן די מלוכה און ער איז באפרייט.
דאס איז אונזער עבודה ראש השנה.
אויסצושרייען: איך געב נישט אויף!! איך בין נישט אונטערגעווארפן אונטערן שטן!! ווייל אין עוד מלבדו! נישטא נאך א קעניג!
נאר דער איין איינציגער באשעפער ער איז קעניג און אונטער איהם בין איך אונטערגעווארפן, און נישט אונטער דעם יצר!

רבותי! מיר זענען אלע באפרייט!

רבינו שאג בקול רעש גדול: "אין שום יאוש בעולם כלל"

ווי עס ווינטשט: מצוה גדולה להיות  "בשמחה תמיד"

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 12:29 #30011

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
לאמיר דיר מסביר זיין וואס איך פארשטיי נישט
ווען מ'זאל מיר יעצט זאגען אז אין מדינה פלוני איז נישט דא קיין קעניג, גיי ארום קוק דיך אום ווער ס'איז פאסיג צו די מלוכה, און וועם די מאכסט אפ, גיי צו צי אים און זאג אים אדוני איר ווערט קעניג אין יענע מדינה ,
איז פשט אז "איך" האב יעצט יענעם געמאכט פאר קעניג , און אין לשון קודש וואלט איך עס אנגערופען אז איך האב אים ממליך געווען
אבער ווען ס'איז שוין דא א קעניג אין לאנד, נאר צוליב סיי וועלעכע סיבה וויל די קעניג אז איינמאל א יאר זאלן אלע בני המדינה קומען אויסשרייען די ביזט אונזער קעניג , צו ווייל די קעניג טוט עס צו באפעסטיגען זיין מלוכה, צו ווייל ס'איז דא א צווייטער וואס וויל מאכען אן אויפשטאנד און די קעניג וויל אז יעדער זאל זיך קומען אינטערוואפען אינטער אים, צו סתם ווייל די קעניג וויל פאר זיין כבוד, קענסטו עס אבער נישט אנרופען ממליך זיין , קענסט אנרופען מקבל מרות זיין , אפגעבן כבוד, וכדו' אבער איך מאך אים נישט פאר קעניג ,
בקיצור וואס דריקט מיך באמת איז די לשון און איך גלייב אז אין די ספרים שטייט אז אונז זעמיר ממליך דעם אייבערשטען טו מיר אונז באמת עפעס א פעולה וואס יא איך מאך אים פאר קעניג ,
איך פארשטיי נאר נישט וויאזוי און וואס איך דארף טון דערצו?

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 13:02 #30019

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
זייער גוט געפרעגט

די ענטפער איז:
דער אויבערשטער איז קעניג אן דעם וואס די ביזט איהם ממליך!!!!
ער דארף בכלל נישט צוקומען צו דיר צו זיין מלך.... ווייל נאכפאר ער האט באשאפן די וועלט איז ער שוין געווען קעניג
אדון עולם "אשר מלך בטרם כל יציר נברא".....

ער וויל סך הכל אז די זאלסט איטהם ממליך זיין אויף "דיר!!!!"
די זאלסט אנ'נעמען זיין מלוכה אויף דיר-די זאלסט מקבל מרות זיין, און זיך אונטער ווארפן אונטער איהם!!!!

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 13:07 #30020

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
איך פארשטיי
מקבל מרות זיין מיינט ממליך זיין אויף מיר! פיין !
אבער דאס טו איך דאך כסדר
2 מאל א טאג ווען איך ליין קרי"ש
יעדעס מאל וואס איך האלט מיך צוריק פון טון וואס ער לאזט נישט
יעדעס מאל וואס ס'גייט מיר נישט וויאזוי איך וויל און איך בין עס מקבל באהבה
מיט וואס איז די ראש השנה'דיגע ממליך זיין אנדערש ווי א גאנץ יאר?

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 13:11 #30022

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
איך וויל דיר פרעגן!!
יעדעס מאל די פאלגסט דעם קעניג ביזטו איהם ממליך?

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 15:02 #30032

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
איך וועל מיזען טרעפען א נייע משל ווייל לויט ווי איך פארשטיי איז ביים בוכ"ע יא אזוי

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 15:35 #30033

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
קען זיין טאקע אז יעדעס מאל די טוסט דעם רצון השם ביזטו איהם ממליך אויף דיר
אבער דאס איז די מצוות היום פון ראש השנה, אויסצורופן הויעך, און בלאזן שופר, און זאגן מלכיות זכרונות שופרות, ווייל דאס אלעס טוט מטביע זיין אין די אז דיין חומר זאל אנ'נעמען עול "מלכות" שמים

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ח' תשרי התשע"ה 18:30 #30045

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 150 מאל
  • קאָרמא: 18
אולי קען זיין אז איר האט ביידע רעכט
ר"ה איז די זמן וואס השי"ת האט באשאפן די וועלט, ער איז געווארן אויף עפעס א מלך
דעמאלטס משפט ער די וועלט צו מען זאל דאס אנהאלטן נאך א יאר
און ווי אזוי, וויפיל, וואסערע תנאים, ארעם-רייך, געזונט-אדער פארקערט ח"ו, וכו וכו
ממילא אה"נ מען איז ממליך השי"ת אויף זיך כמ"פ ביום
אבער איצט דארף מען תשובה טוען אויף וואס מען האט מורד געווען במלכיתו יתב' בשעת החטא במשך כל השנה והשנים שעברה
און זיך מקבל זיין אויפן קומענדיגע יאר, אז איך ווארף זיך כולו אונטער השי"ת'ס מלוכה, נאר אים צו פאלגן
כדי אונז זאלן באקומען אנגעשריבן א גוט יאר
און אויך כדי צוריק אריינברענגען מיין גוף אונטער השי"ת מלוכה לכל השנה
אזוי ווי עס איז דא א חילוק פון אדם נידון בכל יום, און אדם נידון בראש השנה
די זעלבע איז דא א חילוק פון קבעמ"ש בכל יום, און קבעמ"ש בראש השנה
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים ט' תשרי התשע"ה 09:19 #30047

  • בן למקום
  • איצטיגע שטרעקע: 40 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 394
  • האט שוין געלייקט: 6 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 3
זייער פיין שמייכעל
א שיינער מהלך

ענטפער: טעמע: ס'גייט דיר גוט ? פארצייל פארן עולם! און דאנק השי"ת בתוך רבים י"ח אייר התשע"ט 20:29 #254699

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1125
  • האט שוין געלייקט: 5883 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1011 מאל
  • קאָרמא: 21

ב''ה   חסדי השם   
איך האב זיך ב''ה געשטארקט אויף א שטארקע נסוין 
א פרוי וואס איך פלעיג האבען שייכות אויפען טעלפאן,   און שוין לאנג נישט גערעדט
ב''ה,  האט מיך היינט גערופען, און עס איז געוועיזן א מיסט קאל 
איך האב געוואלט צוריק רופען נאר צו זאגען אז זי זאל מיך נישט רופען,
[ תריץ צוריק צו ריפען צו רעדן , אדער פילן אז זי וויל רעדן וד''ל]
האב איך געטראכט אפאר מניט פון די סייט   פון א יעדעמס נסיונת
און   בחסד השם האב איך עס אויס געמעקט  די נאמבער און נישט צוריק גערופען עס האט געפילט מוראדיג גוט ב''ה 
שמייכל הק' יחיאל  ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ח אייר התשע"ט 20:44 דורך יחיאל.
  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.04 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא