ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: "די ציל און תועלת" פון די דאזיגע פארום. 1610 באזוכער

"די ציל און תועלת" פון די דאזיגע פארום. ב' שבט התשע"ב 18:56 #9131

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1482 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
בעזהש"ת

[size=11pt]מיר לעבן היינט און א וועלט פון אטאמאטיש, אלעס גייט פון זיך אליין, מען דארף נישט מער עפענען קיין טיר, מען דארף נישט אנצינדן קיין פייער אויף צו האבן א פיינע נאכטמאהל, א.א.וו. מיר רעדן נישט דא, פון 50 60 יאר צירוק וואס מען האט אוועק גענימען פון די פרויען די ביטערע שווערע ארבעט פון גיין צום טייך און וואשען די וועש,
מיר האלטן שוין אסאך ווייטער פון דעם, עס איז שוין כמעט נישט געבליבען פארן אינדיוויטשעיל מענטש וואס צו צוגעבען פאר די וועלט יעדער מיט זיינע פעיקייטען, ווייל עלעקטער האט איבער גענימען די אויפגאבע, דער מענטש דארף נאר באצאלן געלדט און אזוי הנאה האבן פון די ארבעט וואס דער דומם האט אהער געשטעלט. דאס האט פארארזאכט א גרויסע שאדען פאר די מענטשהייט, מענטשען קענען זיך נישט אליין, און קיינער ווייסט נישט צו וואס ער איז מסוגל, און אויב מען ווייסט נישט צו וואס מען איז ווערט בכלל, האט מען נישט קיין שעבוד פון נישט וועלן קאליע מאכען א ווערטפאלע זאך.

אויך איז היינט א וועלט וואס זאגט צו די מענטשהייט "טו וואס די הארץ גליסט דיר", זיך צירוק צו האלטן פון טון זאכען וואס די הארץ גליסט ווערט און א געוויסע זין באטראכט ווי א זעלבסט פאניגונג.
א קליינע משל וואס דער נמשל גייט אסאך ווייטער פון דעם, אבער פאר א משל איז עס אויך גוט.

אז די וועסט גיין צום דאקטאר זיך אפרעדן אז די מאגן ברענט דיר, וועט ער באלד אויסשרייבן א פערסקריפשען, נעם דאס איין, איינס יעדען צפרי און מאך א לעבען, אויב וועט עם איינער געבן א פרעג הער דאקטאר, אפשר זאגסטו מיר וואס איך מעג עסן און וואס נישט, און איך וועל אכט געבן אויף מיין דייעט, געווענטליך וועט די דאקטאר נישט שענקען קיין עקסטערע אויפמערקזאמקייט פאר אזא שאלה, אויב יא וועט זיין די תשובה, מאך דיך נישט נאריש, איין דעבלעט אינדערפרי און פארגעס אז די האסט א מאגן.


דאס זאגט די וועלט היינט פארן מענטש לעב ראיג אן א פרעשער, (?) און אויף אלע שאדן וואס קען ארויס קומען פון דיין נאכלעסיקייט האבן מיר שוין ציגעשטעלט א לעזונג.





דער אויבן דערמאנטע סיסטעם אין אינזער לעבן האט א דירעקטע און אומדיקעקטע השפעה אויף אינזער גאנצע מציאות און מהות און אלע ענינים, ווי עס זעט זיך שטארק אן איז,
ווי אסאך פון אינז האבען זיך נישט און די האנט, און עס שטארט ארויס אויף אסאך אופנים, דא ביים אויפשטיין אינדערפרי, דא ביים האבן א שיעור קבוע,
און בכלל א יעדע זאך וואס פארלאנגט זיך קביעות פון אינזער זייט, אן דעם וואס עס זאל זיין א ווינט וואס עס זאל אינז שטופן דערצו, זענען מיר ממש הילפסלאז, מיר זענען אינגאנצען אינטערטעניגט אינטער אינזערע הרגשים און אלגעמיין, רוב זאכן וואס אינזערע זיידעס האבן געטון און זענען נישט געווען אינטערסירט אז איינער חוץ דער אייברשטער זאל דערפון וויסן, גייט עס ביי אינז נאר ווען דער ווינט ארום אינז שטימט דערמיט צו, און דאס איז א גרויס חלק די שילד פון אינזער מיטשעריי און עניני קדושה אויך. א חוץ וואס מיר זענען היינט באשאנקן מיט די כלים מכלים שונים.


אשר על כן עפענען מיר דא דעם פארום וואס וועט זיין די פלאץ ווי מען וועט קענען שטייגען און וועליכע ענין מען וויל, צוזאמען מיט די חברים, גרופס, אדער א חברותא פון 2  אדער אליין אלס כדוגמת ספירת תשעים, מען קען זיך אליין מאכן די מספר פון טעג, זיכער איז ראטזאם זיך צו האלטן צו די ארבעים יום וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך שרייבט און צעטל קטן אז דאס איז די שיעור פון הרגל נעשה טבע שני
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ו' שבט התשע"ב 11:19 דורך .
The topic has been locked.

טעמע: א איבערבליק איבער די ציל און תועלת פון דעם פארום ג' שבט התשע"ב 13:55 #9158

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1482 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
[size=11pt]איינער פון אינזערע חברים האבן געשריבען אויפן פארום דאס פאלגענדע.

ווען א מענטש איז אריינגעפאלען אין די אלע פראבלעמען וואס אונז שמועס מיר דא (עניני קדושה) ווערט ער זייער צובראכען עס איז שווער ארויסצוקריכן דערפון - אין ווי אויך ער האט שוין אזויפיל פרובירט אנפאנגען  און ער פאלט נאכמאל אדורך ועוד ועוד מחשבות וואס א מענטש טארכט אז ער קען און ער טויג נישט וכו' וכו' - וואס געשעהט איז אז ער ווערט מיואש און ער טוהט נישט גארנישט ער קען נישט אין פארטיג.
איז דא אן אויסגפריווטע עצה, וואס עטליכע חברים אויפן פארום האב שוין געזעהן דערון א גרויס תועלת.
מען נעמט זיך פאר איין גוטע זאך וואס איך גיי טוהן אדער פאר א געוויסע מאס טעג, אדער אן קיין באשטימטע צייט, נישט פון די ענינים וואס מיר רעדן נאר גאנץ א אנדערע זאך,
וואס איינער האט געטוהן איז, ער האט זיך פארגענומען אז גייט פון היינט אן א יעדע צופרי זאגען ברכות התורה אינעווייניג אין א סידור זאל זיין וואס זאל זיין. און ער זאגט אזוי,

מיינט נישט אז עס איז געוועהן אזוי גרינג
נאך דערצו אז מען איז נישט צוגעוואינט געוועהן דערצו
אבער נאך אפאר חדשים דאס צו טוהן
איז עס געווארן א רגילות
און היינט צוטאגס 3 יאר שפעטער טוה איך עס נאך יעדען טאג

נאכדעם האב ער גענומען די צווייטע זאך (נישט מער פון איין זאך אויף אמאל) אז ער גייט ליינען קריאת שמע ביינאכט אין א סידור זאל זיין וואס זאל זיין,
וזה לשונו


אזוי ווי איך האב שוין געהאט איין גוטע זאך אדורך געבראכען
האט עס מיר געהאלפן נאך שנעלער אנצוקומען צום ציל
אין איך האלט עס נאך אויך אן ביז יעצט ב"ה השי"ת זאל העלפן אויף ווייטער
אזוי בין איך געגאנגען צו נאך א זאך
היינט האלט איך במשך פון דריי יאר ביי פיר פעסטע זאכען וואס איך ריר מיר נישט אוועק פון דעם זאל זיין וואס זאל זיין
(עס איז נישט שווער ווייל עס איז מיר געווארן א רגילות ב"ה).

יעצט וועל מיר קומען צום אוספיר נאכדעם וואס א מענטש האט אנגעפאנגען און ער האלט שוין מיט אפאר זאכען פעסט וואס ער לאזט נישט אפ געט עס אים א געוואלדיגע שטארקייט אין חיזוק אויף אנדערע ענינים - קוק דו קענסט יא ב"ה פרוביר צוביסלעך מיט איין זאך אויף איינמאל ווי למשל איין מאל א טאג וועל איך זיך איינהאלטן פון צו קוקן אויף א פרוי  אבער נישט מער ווי אינמאל אבער
דאס גיי איך איינהאלטן מיט א פעסקייט און אזוי ווייטער מיט יעדע זאך צוביסלעך בויעט מען זיך די מחשבה אז מען קען זיך שטארקן אויף די נסיונות מיטן אויבערשטענס הילף
אבער געדענקט נאר שטייטלעך צוביסלעך אויף אמאל



סך הכל
1) ווען א מענטש זעט זיך אז ער האט זיך נישט און די הענט פילט ער זיך ווי א בהמה, (ומותר האדם מן הבהמה אין)
2) די מידה פון וואס מיר רעדן האט די שטערקסטע יצר הרע,
3) נעם דיך און די הענט אויף א גרינגערע זאך, און באקום צירוק די געפיל אז די ביסט יא א מענטש,
4) אויב די ביסט שוין איבערצייגט אז די ביסט א מענטש, און עס איז שייך אזא זאך די זאלסט דיך האבן און די הענט, קענסטו שוין זיך נעמען צי אינזער מידה אלס מענטש.
(קרעדיט שיר השירים)
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ו' שבט התשע"ב 11:21 דורך .
The topic has been locked.

טעמע: א איבערבליק איבער די ציל און תועלת פון דעם פארום ג' שבט התשע"ב 13:55 #9159

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1482 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
אזוי שרייבט די שערי תשובה לרבינו יונה

והנה התאוה הנתונה בלב אדם שורש כל הפעולות. לכן אם יתקן התאוה. תחת אשר כל האיברים ישרותה ימשכם אחרי השכל. וילוו עליו וישרתוהו. יכשרו כל הפעלים. שנאמר (משלי כא) וזך ישר פעלו. ונאמר (שם יג) תאוה נהיה תערב לנפש. נהיה כמו נשברה מלשון (דניאל ח) נהייתי ונחליתי.

אמר כי כאשר ישבר אדם תאותו גם בדברים המותרים. בזה תצליח הנפש. והמדה הזאת תערב לה. כי ירים השכל ידו וגבר.

ותועבת כסילים סור מרע.

הכסילים אשר אינם שוברים תאותם. ורודפים תמיד תענוגות בני האדם. כי תפגע תאותם בדרך חטא וכל דבר רע. לא יסורו ממנו.

ונקראו כסילים על רדיפת התענוגים כמו שנאמר (משלי כא) וכסיל אדם יבלענו. ונאמר (ישעיה ה) הוי משכימי בבקר שכר ירדפו וגו' והיה כנור ונבל וגו' ואת פעל ה' לא יביטו וגו'. ונאמר (משלי יג) ובטן רשעים תחסר. ונאמר (מלאכי ב) וזריתי פרש על פניכם פרש חגיכם. ואמרו רבותינו זכרונם לברכה אלו בני אדם שכל ימיהם כחגים. ויאמר (משלי יח) לתאוה יבקש נפרד בכל תושיה יתגלע. פירושו - מי שמבקש ללכת אחר תאותו ורצונו. נפרד מכל חבר ועמית. כי ירחקו ממנו אוהב וריע. כי תאות בני אדם ומדותם חלוקות. אין רצונו של זה כרצונו של זה. אכן אם ילך בדרך השכל אז יתחברו לו החברים. ויהיו אוהביו רבים. ואמרו במוסר. מי שהוא רוצה את מדותיו רבו הקופצים עליו. ויש לפרש על הענין הזה בעצמו לתאוה יבקש נפרד. איש נפרד מכל אח וחבר לתאוה הוא מבקש. ובעבור שמבקש ללכת אחרי רצונו. למען זאת מרעהו רחקו ממנו. כענין (משלי יט) וכל מרעהו יפרד. בכל תושיה יתגלע. ההולך אחר תאותו לא בדבר אחד יחטא בלבד. אך בכל זאת שבתורה יתגלע כי יעבור על כולנה. מלשון (שם כ) וכל אויל יתגלע:

ועוד תמצא לו תועלת בשברו התאוה הגשמית. כי אם תשאלנו תאותו דבר בליעל ועבירה. ידבר אל לבו. הן בהיתר לא אמלא תאותי. ואיך אשלח ידי באיסור:

ועוד תמצא בשבירת התאוה תועלת רבה ועצומה. כי יגלה בצדק לבו וטוב חפצו לתשובה. כי הוא מואס הטבע אשר גרם לו חטא. ובזה יתרצה אל הש"י וימצא חן בעיניו. וכן כתוב (תהילים נא) זבחי אלהים רוח נשברה לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה. רוח נשברה הוא הרוח הנמוכה והנכנעת. ולב נשבר על שבירת התאוה הגשמית. כי התאוה נתונה בלב. כמו שנאמר (תהילים כא) תאות לבו נתת לו. ובמזמור התשובה נאמר המקרא הזה. ובאמרו לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה. למדנו מזה כי בעל התשובה מתרצה אל השם בשבירת התאוה הגשמית. וכי זה מעיקרי התשובה ועוד נאמר בענין התשובה (ישעיה נז) להחיות רוח שפלים ולהחיות לב נדכאים:
לד. ואמרו רבותינו זכרונם לברכה כל מי שיש בו שלש מדות הללו מתלמידיו של אברהם אבינו. עין טובה. ורוח נמוכה. ונפש שפלה.

ענין נפש שפלה. שאינו הולך אחר התאוה הגשמית גם בדברים המותרים.

כמו שמצינו שאמר אברהם (בראשית יב) הנה נא ידעתי כי אשה יפת מראה את. שלא נסתכל בה עד היום ההוא להתבונן על תכונת יפיה. ואמרו רבותינו זכרונם לברכה במה שכתוב (ש"ב כ) ותהיין צרורות עד יום מותן אלמנות חיות. בכל יום היה דוד מצוה להיטיב את ראשן ונותן תמרוקים לקשטן. כדי להציק לתאותו ולהכניעה. באשר יכבוש יצרו מהן. למען יתכפר לו על דבר בת שבע.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ה' שבט התשע"ב 15:56 דורך .
The topic has been locked.

טעמע: "די ציל און תועלת" פון די דאזיגע פארום. ה' שבט התשע"ב 23:49 #9187

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1482 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
צעטל קטן מרבינו ה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זיעועכ"י

האדם לא נברא בעולם רק לשבר את הטבע לכן יזרז א"ע לתקן מדותיו......

....וכן מי שבטבע עצל,

ירגיל את עצמו מ' יום רצופים לעשות כל דבר בזריזות

1) הן בהולך לשכוב על מטתו

2) הן לקום בבוקר ממשכבו

3) הן בזריזות לבישת בגדים

............משם ואילך מן השמים יעזרוהו להיות מוסיף והולך בשבירת מדות הרעות עד תומם:
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום
לעצט פארראכטן: ה' שבט התשע"ב 23:51 דורך .
The topic has been locked.
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.39 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא