ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! 1807 באזוכער

קומט געבן אפאר מינוט! ו' שבט התשע"ב 17:31 #9248

  • שמעלקא טויב
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 408
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 1
בעזהשי"ת

כמה דברים מה שאמרתי בעמדי במקהילות לדרוש במסיבת פתחו שערים לחדר החדש של בית מדרשינו, חדר "לאמיר שטייגן" יום ב' לס' בשלח תשע"ב לפ"ק פה הדא יצ"ו


-

לכבוד דעם עפענונג פונעם נייעם ווינקל ביי אונז אין קהלה קדושה הדא, האט דער רב שליט"א אונז מכבד געווען מיט אפאר ווערטער בעניני דיומא זיך פורבירן אביסל צו מחזק זיין בענינים העומדים ברומו של עולם, ובחסדי ה' עלינו וועלן מיר אנהייבן, ויהי לרצון אמרי פי.

ברשות דעם מרא דאתרא שליט"א, דער עובד ה' היחיד במינו, וועלן מיר זאגן אפאר ווערטער לכבוד דעם היינטיגן מסיבה.

קודם קומט זיך א גרויסן ישר כוח פארן רב און די גבאים פאר ערמעגליכן דעם נייעם שטיבל זיך צו עפענען, ס'וועט זיכער זיין א חיזוק און א תועלת פאר יעדעם איינעם.

מיט א צייט צוריק שפאצירט זיך א איד אריין אין בית המדרש, און ער זעהט אז די ווענט זענען באקלעפט פון אלע זייטן, ממש מ'קען קוים זעהן אז דא איז דא א וואנט.
מיט נייגער גייט ער נענטער צו זעהן וואס דאס איז, און ער זעהט א מאדנע זאך, אפאר מוסדות, הייליגע מוסדות וואס העלפן כלל ישראל, האבן זיך פאראיינגט און די וואך גייען זיי מאכן איין גרויסן דינער, ווי מ'וועט איינמאל פאר אלעמאל צוזאמברענגן כלל ישראל, אויפצוקלערן דעם דעת הציבור איבער די וויכטיקייט פון די מוסדות, און אויסשרייען דעם וויי געשריי פון די חולי ישראל; פון די קינדערלאזע; פון די וואס זייערע קינדער זענען רח"ל אראפ פון וועג; און פון נאך און נאך צובראכענע אידן וואס באקומען אלץ הילף דורך די נאבעלע מעשים וואס ווערט אויסגעפירט דורך די ארגאנאזאציעס.

ווי יעדער אמעריקאנער, האט דער איד אויך נישט קיין צייט, האט ער נאר גייענדיג געלייענט די ראשי פרקים פון אלע צעטליך.
איין צעטיל האט געגעבן דעם איד א שטעל אפ.
דער צעטיל לייענט זיך ווי פאלגאנד: "קומט געבן אפאר מינוט פאר די וואס געבן פאר אוועק שעהן".
אה, דאס איז איז שוין געווען אינטערסאנט, אזא מעשה, א דינער פון אזויפיל מוסדות אויפאמאל וועט געדויערן נישט מער ווי אפאר מינוט?

נאך אביסל ליינען האב איך געזעהן און פארשטאנען דעם הסבר. "ווען איר רעכנט צוזאם אפאר מינוט פאר יעדע וואך וואס איר דארפט ווען העלפן א צווייטן, וועט איר אפקומען ביליג אין די צוויי-דריי שעה דעם מוצאי שבת אין די זאלן פון וכו'."

-

רבותי, חשובע אידן אנשי קודש חברי קהילות הדא, שטעלט אייך אפ און געבט א קלער: יעדע רגע אין טאג טוט הקב"ה פאר אונז שענקן; יעדע רגע איז פאר אונז א באזונדערע מתנה וואס מ'קען נישט גענוג משער זיין; און וויפיל מינוט געבן מיר אוועק דערפאר?

ווען א איד קומט ארויס פון בית הכבוד און ער זאגט ערליך די ברכה אשר יצר את האדם בחכמה, וויפיל איז ער זיך מתבונן אין די ווערטער, וויפיל דאנקט ער הקב"ה.
קיינער בעט נישט אז איר זאלט געבן געלט, נאר געבט אביסל התבוננות און וואס ער טוט פאר אונז, און וויפיל מיר זענען מחיוב אלץ הכרת טובה צו דאנקן דעם בורא עולם.

דאס אליין אז מיר קענען זיין דא, אזא עדה קדושה פון אידן וואס ווילן זיין ערליך און אפגעהיטן, אידן וואס ווילן מתקן זיין כתמי נפשם ועוונם; אידן וואס רייסן זיך צום רבוש"ע מיט בכיות; אידן וואס אלעס אין די וועלט וועלן זיי גרייט זיין מוותר צו זיין אבי צו ווערן הייליגער און נענטער צום בורא עולם; דאס אליין אז מיר קענען זיך אויסשמועסן און זיך דערהאלטן איז דאך א חסד ה', און מיר דארפן זיך אפשטעלן יעדען טאג אפאר מינוט, און זאגן מיט'ן מויל אויף אידיש: טאטע זיסער, א ישר כוח, איך האב א מקום מקלט, איך האב ווי צו זיין און זיך שטארקן אויף די נסיונות מיינע, וואס וואלט איך געטוען אן דעם? אוי טאטע, ישר כוח!

מיר מוזן אנהייבן רעדן מער אפט צו השי"ת. מיר האבן די געוועלדיגע זכיה ביים דאווענען אריינצוגיין בהיכל המלך מלכי המלכים, צום גרעסטן רבי'ן; צום גרעסטן דאקטאר; צום גרעסטן מלך; און אים זאגן וואס מיר ווילן, און ער הערט אונז אויס מיט רחמנות, און ער האט נאך הנאה פון דאס וואס מיר בעטן אים. פארוואס דען נישט נעמען די פאר מינוט און זיך מיט אים אויך אדורכשמועסן?!

מיר וועלן נישט אריינגיין אין די אלע וועגן פון ברסלב וכו' התבודדות, נאר מיר רעדען אלץ א פשוטער איד פון התבוננות. איר זאלט אלע וויסן זיסע ברודער: מיר האבן א זיסער לעכטיגער טאטע, וואס פאר קיינעם האט ער נישט געגעבן וואס ער האט פאר אונז, מיר זאגן אים אתה, דו טאטע, דו באשעפער וכ'ו, און מיר זענען די most fortuned people on earth!

ביי אונז אין שטיבל, כ'מיין צו זאגן בחדרי לבבינו, האבן מיר שוין לאנג צוריק אויסגערבייט א שטיקעל מהלך וויאזוי מיר בעטן יעדען טאג דריי מאל ביי שמע קולנו אין ריין אידיש צו הקב"ה. ס'מוז נישט זיין אלץ די זעלבע ווערטער, דאס האט שוין מיט די געפיל און התבוננות, אבער מ'מוז אלץ עפעס זאגן פאר ג-ט ברוך הוא. און יעדער איז מכובד זיך אליינס עס צו מאכן.

(מתקן זיין א תפילה קען זיין א פראבלעם, ווייל מ'טאר נישט מוסיף זיין, וכל המוסיף גורע, אבער ארויסצוגעבן די הרגשים, און בעטן וואס מ'ברויך, איבערהויפט ווען ס'איז בעניני קדושה און כבוד שמים)

ווי אויך פאר ידיד נפש, ווען מ'גייט זיך שטעלן דאווענען (ואגב, א הדא מעמבער, וואס איז זיך מקדש און מטהר יעדען טאג, דארף שוין זיין ביים מנין ביי ברכות, ואכמ"ל בזה) זאגט מען אפאר ווערטער פון התבוננות, ווי למשל: טאטע זיסער, היינט איז יום ב' בשלח ו' שבט תשע"ב, און דיין קינד שמעלקא איז שוין __ יאר, כ'האב ב"ה_ לעכטיגע זיסע קינדער. האסט פאר מיר אזויפיל געטוען, און כ'גיי זיך פאר דיר שטעלן דאווענן, כ'בעט דיך טאטע העלף אז כ'זאל זאגן וואס מ'דארף און אינזינען האבן וואס מ'דארף. ס'זאל זיין פאר דיר א נחת רוח. וכו' (כ'גיי אייך נישט פארציילן אלעס וואס קומט פאר אונטערן טלית...).

ס'גייט מיך בכלל נישט נישט אן אז מיין שכן וועט קוק'ן און זעהן אז כ'האב רויטע אויגן, כ'האב אים פארפאקט!
ווען א חתן וויינט ביי זיין חופה שעמט ער זיך? וואס איז אנדערש ביים דאווענען?

עכ"פ, כ'וועל נישט מאריך זיין, כ'דארף גיין ווייטער, אבער אידן געדענקט: קומט געבן אפאר מינוט פון מחשבה און אפאר דיבורים פאר דער וואס געבט אונז יעדע רגע פון אונזער לעבן!

און מיר וועלן מסיים זיין מיט א תפילה צום טאטן אין הימל.
אבינו מלכינו, שטארקער מעכטיגער טאטע, קוק אראפ און זעה ווי שטארק מיר ווילן זיין ערליך, אנן בעינן למהוי גבי מלכא, ומי מעכב? שאור שבעיסה! וועסטו דען נישט מער הנאה האבן ווען דער זויערער שטן וועט מער נישט עקזעסטירן?

ווי דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט אמאל פורים געזאגט: רבונו של עולם, שיק שוין משיח צדקינו, און איך זאג דיר צו אז די וועסט מיר נאך מכיר טובה זיין פאר די גוטע עצה.

אבער דערווייל, ביזן קרעטשמע, וועלן מיר זיין שטארק, און ס'איז זיכער אז דער נחת רוח וואס אזאליכע העלדן ווי חזק, נשמה, עזות דקדושה ועוד ועוד ועוד יעדער מעמבער דא מאכט פארן בורא עולם איז זייער חשוב, דער רבוש"ע האט הנאה ווען אידן זענען שטערקער פונעם שטן, ער האט אים באשאפן נאר ליתן שכר לצדיקים לעתיד לבוא, זאל עס שוין זיין בקרוב במהרה בימינו אמן!

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ו' שבט התשע"ב 17:52 #9251

  • מרוצה לקהל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 921
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח הרה"מ שוין לאנג נישט געהאט אזא התבוננות און דעם ענין יישר כח

האסט מיך געמאכט זיך מקבל זיין א געוויסע קבלה טובה בענין הזה

אגב דער הייליגער בעל התניא שרייבט און א בריוו אז ווער סזאגט אז תפלה איז נאר א דרבנן האט נישט טועם געווען טעם התפלה ווייל ווען איינער דאווענט מיט א אמתדיגקייט קומט ער צי א געוואלדיגע אהבת השם וואס דאס איז א מצות עשה מדאורייתא

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ו' שבט התשע"ב 18:28 #9264

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1482 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 10
שכח פאר די ווארעמע ווערטער, גערעדט זייער הארציג צום הארץ.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ו' שבט התשע"ב 18:42 #9270

  • נשמה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 334
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
אה א גוטע הכנה צום דאווענען

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ז' שבט התשע"ב 10:25 #9285

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
ישר כח פאר די הארציגע אמת'ע דיבורים היוצאים מן הלב ונכנסים אל הלב.

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ז' שבט התשע"ב 22:06 #9415

  • אידיש קינד
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
שכח פאר די ווארעמע און אמת'דיגע דיבורים

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ח' שבט התשע"ב 01:12 #9426

  • בעל תשובה
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1776
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח הרב המגיד שליט"א
בושתי וגם נכלמתי להרים פנינו
עת לדבר ואת לחשות
אשרי אדם כסוי חטאה
אוי וויי רחוק מישועתי דברי שאגתי
אפילו ווען איך דאווען יא איז עס אזוי ווייט פון אן אמתע תפילה אוי אוי מה היה לנו

עס איז דא איין לימוד זכות
עס איז געווען אן אדם גדול אנהייב קריג בשעת מלחמה האט ער אויסגעשריגן ביי א כל נדרי דרשה
אתה הבדלת אנוש מראש
רבונו של עולם דורך די צרות און פיין האסטו רח"ל אפגעטיילט דעם מענטש פון זיין קאפ
מענטשן דרייען זיך ארום אן א קאפ
מען קען זיך נישט קאנצענטרירן אויף גארנישט
רבונו של עולם ווי קענסטו נאך יעצט ערווארטן רוחניות
און ער האט זיך געוואנדן צום עולם און געזאגט
טייערע אידן
איך קען אייך מציל זיין מן הדין אויף אלע ענינים שבין אדם למקום מיט דעם ווארט
אבער בין אדם לחבירו קען איך אייך נישט העלפן
איך בעט אייך לויפט'ס בעט'ס איבער אייערע חברים
מאכט שלום בין הבריות ווייל אויף דעם קען איך אייך נישט העלפן
עכת"ד
לענינינו קען מען זאגן
היינט אין די צודרייטע משוגענע אפענע וועלט איך על כל פנים לעב אן א קאפ מען דרייט זיך ארום אן א קאפ
וואס ווער ווען ווי א דאווענען אוי געוואלד און געשריגן

טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! ח' שבט התשע"ב 06:58 #9441

  • מרוצה לקהל
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 921
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 2
חזק ימלא א גוט ווארט

ענטפער: טעמע: קומט געבן אפאר מינוט! כ"א שבט התש"פ 17:17 #264902

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2061
  • האט שוין געלייקט: 1134 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3839 מאל
  • קאָרמא: 68

האף איז דאס א הכנה לתפלה!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.46 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא