ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) 1744 באזוכער

אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ט שבט התשע"ד 19:15 #22727

  • שמעלקא טויב
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 408
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 1
דעם ארטיקל האב איך געשריבן אויף אייוועלט, דא איז דער לינק,
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=21791
ס'איז כדי צו ליינען

בעזהשי"ת

אכזריות!!!

טייערע לעכטיגע ברודער, הייליגער אידן בכל מקומות מושבותיהם אתה ה' תשמרם לנצח,

ראשית דברי וועלעך מעתיק זיין לשון קדשו פון הייליגן רמב"ם אין ספר היד הלכות תעניות פרק א':

הלכה א)
מצות עשה מן התורה לזעוק ולהריע בחצוצרות על כל צרה שתבא על הצבור. שנאמר על הצר הצורר אתכם והרעותם בחצוצרות. כלומר כל דבר שייצר לכם כגון בצורת ודבר וארבה וכיוצא בהן זעקו עליהן והריעו

הלכה ב)
ודבר זה מדרכי התשובה הוא. שבזמן שתבוא צרה ויזעקו עליה ויריעו ידעו הכל שבגלל מעשיהם הרעים הורע להן ככתוב עונותיכם הטו וגו'. וזה הוא שיגרום להסיר הצרה מעליהם

הלכה ג)
אבל אם לא יזעקו ולא יריעו אלא יאמרו דבר זה ממנהג העולם אירע לנו וצרה זו נקרה נקרית. הרי זו דרך אכזריות וגורמת להם להדבק במעשיהם הרעים. ותוסיף הצרה צרות אחרות. הוא שכתוב בתורה והלכתם עמי בקרי והלכתי גם אני עמכם בחמת קרי. כלומר כשאביא עליכם צרה כדי שתשובו אם תאמרו שהיא קרי אוסיף לכם חמת אותו קרי

אין אידיש בקיצור: מיר זענען מצווה פון די הייליגע תורה אז ווען א צרה באטרעפט דעם כלל זאל מען שרייען און פארפירן – און דאס איז מדרכי תשובה אז אין די צייט פון א צרה וועט מ'שרייט וועט יעדער פארשטיין אז ס'קומט וועגן זיינע שלעכטע מעשים און דורך דעם וועט זיך די צרה אפטוען פונעם כלל – אבער אויב מ'וועט נישט שרייען און תשובה טוען נאר זאגן אז ס'איז ממנהגו של עולם איז דאס א וועג פון אכזריות און ס'ברענגט זיך צו באהעפטן אין די שלעכטע מעשים און ס'וועט קומען נאך צרות וכו'.

פירושים זענען איבריג!

די פארגאנגענע וואכן זענען מיר עדות צו צרות יגון ואנחה, כלל ישראל כאפט הייסע קלעפ, א פראסק נאך א פראסק, מ'הערט זיך אן מיט זאכן וואס נמס כל לב, ס'ציפט און ס'שטעכט צו הערן איין טראגעדיע נאכן צווייטן, אי אפשר לפורטם כי רבים הם, אבער פאר די התעוררות פון די זאך וועלעך פורבירן אויסצורעכענען:

דא הערט מען א אינגערמאן א שטיק גאלד האט נעבעך איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים און א פריעש אינגע אלמנה

א ניי געווארענע מאמע געזעגענט זיך פון איר קינד איידער זי קען עס אפי' זעהן איינמאל

אין די זעלבע משפחה, ממשפחה קדושה, פאסירט אפאר וואכן שפעטער שבר על גבי שבר, א אינגע מאמע ווערט אוועקגעריסן

אפאר טאג נאכן ברעכן טעלער צורייסט זיך די הארץ פון די עלטערן און פון די נייע מחותנים ווען א כלה גייט נעבעך פון די וועלט

א אינגערמאן א בעל חסד וואס האט געקלעטערט לטובת ביקור חולים לאזט אונז איבער נאך א שווערע מחלה

א פארפאלק בעלי תשובה ווערן טראגיש אוועקגעריסן פון אונז מיט זייער לעכטיג קינד שלא טעם חטא מימיו דורך א ביטערע פאסירונג, א גאנצע משפחה איבערגעשניטן

כל לבב דוי ווען א אינגערמאן ווערט פארכאפט און אויף אזא טראגישע אופן ווערט ער נרצח, ימים טרערן ווערט פארגאסן איבער דעם חלל חרב וואס לאזט איבער נאך זיך א חלל אין צדקה וחסד ומעשים טובים

א בחור'ל וואס איז עוסק אין גמ' תוס' לייגט זיך צום לעצטן מאל אריין אין בעט נאר צו געטראפן ווערן קאלט דורך זיינע עלטערן, א טאטע באגלייט זיין קינד, אוי ואובי

צוויי קליינע קינדער ענדיגן זייער לעבן אויף א טראגישע אופן ווען די אנדערע קינדער זענען נאך זקוק לרחמים, אוי טאטע האב רחמנות

ועוד ועוד ועוד צרות יגון וואס מ'קען אפי' נישט אויסרעכנען, מ'דארף שוין נישט ווארטן אויף סוף יאר צו מאכן א סך הכל, און הערן נאכאמאל וואס איז דער געשעענישט פון יאר, ליידער קען מען שוין מאכן אזאנס חודש'ליך, ליידער ליידער.

טייערע אידן:

וויאזוי איז אומגעקומען דער אינגערמאן?

וויאזוי איז דער בחור אוועקגעריסן געווארן?

וויאזוי זענען צוויי שעפעלעך טראגיש נישט דא?

ס'איז א מקרה?

דער עקסטערמינעיטאר?

הבל הבלים, ס'איז נאר איין זאך: דער הייליגער באשעפער האט אונז גערופן צו תשובה;

מיר האבן נישט געהערט ביי קלאר האט ער געשריגן דורך שטארק;

האבן מיר גערעדט פון די ניו יארק פאוסט וואס נאר א מנובל ומוכת שחין לייענט, האט ער גערעדט דורך כ"ץ;

הארכן מיר נאך אלץ נישט רעדט ער דורך אנדערע שוידערליכע טראגעדיעס!

שטייט אין ספה"ק, ר' אביגדור מילער ז"ל ברענגט עס ערגעץ, אז משחרב בית המקדש, ס'איז נישטא קיין אורים ותומים און קיין נביא, רעדט צו אונז הקב"ה דורך צרות רח"ל.

וואס נאך ברויכן מיר? נאך צרות ח"ו???

טייערע ברודער, מיר ווערן משוגע פארטעמט, מיר זענען געווארן אויסגעריסן פון יעדען זיק פון נארמאלקייט.

ווי קען א איד זעהן א קליפ ווי א צווייטער איד ווערט פארכאפט און נישט אראפגיין פון זינען?????????????

ווי מעג מען אזאנס האבן אויפ'ן טעלעפאון??????????????

דער גאנצער ענין פון סאושעל נעטווארק ימח שמו איז דאך עק וועלט, איין שטיק אכזריות, איין שטיק רציחה!!!

יא יא יא, דו חבר מיינער, אויב דו קוקסט דעם ארטיקל מיט דיין טעלעפאון, זיי מוחל און מאך עס צו, ס'איז א גרויל און עקל, פוי!

ווער רעדט פון די גרופע'ס, איין שטיק לצנות, ס'איז נישט בלויז לצנות, ס'איז נאר אויך דוחה נישט מאה תוכחות נאר מאה טראגעדיעס וואס פאסירט רח"ל, איז מען ביזי מיט אלע מקרה'ס וואס האט פאסירט, נאר נישט תשובה ומעש"ט, מ'ברענגט זיך אזוי רח"ל נאך און נאך צרות ווי דער רמב"ם שרייבט קלאר.

געוואלד געוואלד

דער רמב"ם פסק'ט הרי זו דרך אכזריות, ווי קען מען אזוי אנגיין, אכזרים דרייען זיך אין ביהמ"ד פראנק און פריי, רח"ל.

טייערע ברודער, באמת זענען דאך אידן אזוי וואויל, אזוי לעכטיגע און אזוי שיין, בעלי חסד עד להפליא, ווי איז נאך דא אזא פאלק, א עם קדוש, א עם הנבחר, פארוואס זאלן מיר זיך לאזן פונעם צר הצורר?

פארוואס זאלן מיר נישט זאגן למלאך המשחית הרף, גיי פון אונז אוועק.

א באקאנטער מיינער א ערליכער איד א ת"ח ויר"ש ליגט יעצט אין שפיטאל און ער דארף א גרויסע ישועה, כ'שרייב דעם ארטיקל ס'זאל זיין צו זיין רפואה, און כ'בעט אייך, נעמט אייך פאר אז כאטש ווען איר קומט אריין אין ביהמ"ד און ווען איר קומט אריין אין שטוב, רירט נישט צו דארט צו זאכן וואס גרעניצן זיך אדער זענען מלא אכזריות!

כ'בעט אייך, האט רחמנות!

הכותב בדמע ובמהירות,

שמעלקא טויב

====

אויך האבעך צוגעשריבן:

חברים ידידים,

ישר כח פאר אייערע הערות און טייערע ווערטער, בעיקר פאר ידידינו היקר שמאטע ועל כולם פארן העלד פון כלל ישראל ידידינו היקר הפרוש "והנה און און" וואס האט זיך פורש געווען פון הבלי עולם הזה, ער האט אוועקגעווארפן דעם עבודה זרה פון וואטסאפ, אשריך ואשרי חלקך.

שוועמל, האסט גערעדט וועגן די רבנים וועלעך דיר זאגן מיין קליינע מיינונג דערוועגן:

וויפיל האבן רבנים גערעדט אין די לעצטערע יארן וועגן דעם פראבלעם???? א געוואלד!!!

רבנים האלטן אין איין שרייען און וויינען, ליידער הערט מען זיי נישט אויס. כ'וואלט געזאגט אז דער חורבן איז אז מ'הערט נישט אויס קיין רבנים היינטיגע צייטן, אבער כ'ווייס אז דער עולם וועט עס נישט געהעריג אויפנעמען ליידער ליידער.

ס'וואלט שוין געדארפט זיין אז רבנים זאלן האלטן דרשות ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן די רבנים, אבער ליידער וועט יעדער זאגן אז "לכבוד עצמו הוא דורש", ווי דער הייליגער רבי ר' יונתן זאגט שוין אין יערות דבש אין א דרשה אז רבנים איז דא א גרעסערע יצה"ר נישט אויסצוהערן.

אחים לדעה, וואו זענען מיר? וואו זענען אונזערע געפילן? וואו זענען אונזערע דאגות פאר אונזערע דורות?

קיינער זאל נישט ווארטן אויף קיינעם, שטעלט אייך פאר אויב אברהם אבינו וואלט געווארט אז די רבנים זאלן אים מעורר זיין?????

דאס האב איך געהערט אויף א טעיפ פון הרב טויבער שליט"א פון מאנסי, דאכט זיך בשם המהר"ל, אז אונער דור איז דער דור יתום, א יתום מיינט דער וואס ס'האט נישט ווער ס'זאל זיך אומקוקן אויף אים, מיר קענען נישט ערווארטן אז יענער זאל אונז מעורר זיין, אויב איינער טוט נישט תשובה, אז איינער ווארפט נישט אוועק דעם עבודה זרה, און זיין אנטווארט איז ווייל די רבנים האבן אים נאכנישט געזאגט, איז ער אדער טויב, ווייל רבנים האבן שוין לאנגע גערעדט דערוועגן, נישט ווען ס'געשעהט דארף מען איבערזאגן און איבערזאגן און אויב נישט ווייסט מען נישט, אדער איז אזא איינער דער וואס זוכט תירוצים, יעצט איז עס רבנים מארגן איז עס אז די רבנים פארשטייען נישט וכו' וכו', ואין קץ לדברי רוח.
(ח"ו כ'מיין נישט ידידי ר' שוועמל, ער האט דאס נישט געמיינט, ער האט לויט ווי כ'פארשטיי געפרעגט פארוואס די רבנים רייסן נישט איין, ענטפער איך אז פאר די וואס רבנים האט נישט געהאלפן ביז יעצט וועט עס ווייטער נישט העלפן ליידער)

לכו ונשובה אל ה', אונז אלע יעדער פאר זיך זאל קומען צוריק צום רבוש"ע, דער טאטע אין הימל פרעגט נישט קיינעם: וועלעכע רב האט דיר מעוור געווען! ס'איז נישט קיין ענין פון פראצענט וואס ער דארף אראפגעבן און אויב וועסט נישט גיין דורך א רב וועט עפעס פעלן!

לאמיר אלע מקבל זיין יעצט: איך גיי אראפ פון אלע גרופעס, אלע אלע גרופעס, אחוץ אויב א דיין וואס ענטפערט מיר הלכות כריתות וועט מיר געבן א היתר לצורך פרנסה וועלעך בלייבן דערויף, אנדערש נישט!

און איך בין זיך מקבל פון היינט יום ו' עש"ק לס' משפטים קיינמאל נישט ארויפצוגיין אויף קיין שום גרופע, און זיך נישט קויפן קיין סמארטפאון בשו"א, טראץ ס'דרוקט מיר אסאך פארוואס כ'האב עס נישט, און מיינע ידידים אין ביזנעס בעטן עס וועלעך אוועקשטיין דערפון ווי פון חזיר, בעזר הבורא יתברך שמו וואס וועט מיר זיכער געבן כח עומד צו זיין אויף דעם נסיון!

א גוט שבת,

===

און אויך:

ווייזט מיר היינט א אינגערמאן אז אויף א גרופע וואס נאך זעכציג אינגעלייט זענע אויפגעסיינט דערויף, אינגעלייט פון איין יארגאנג, איז ארויף א דזשאוק געמישט מיט נבלות אויפ'ן חשבון פונעם רבי'ן צו וועם די אינגעלייט באלאנגן אפיציעל, זייער א נארישע עקלדיגע דזשאוק וואס איז אפי' נישט גוט אויף די רבי פון די אנדערע זייט פון וועם דו האלסט נישט, זיכער נישט אויף א אייגן רבי'ן.

פרעג איך אים: האט איינער מוחה געווען, אדער כאטש ערקלערט אז ער לאזט איבער די גרופע נאך אזא עקלדיגע זאך? עה!

כ'האב שיעור געבראכן דערפון, א גרויל אין עקיל.

א אנדערע חברה-מאן האט מיר געוויזן א דזשאוק וואס איינער האט געקאפי פעיסט פון א צוווייטן, א דזשאוק אויפ'ן חשבון פון משה רבינו און קבלת התורה רח"ל!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

מ'דארף זיך קריעה רייסן דערויף, להיכן הגענו? רח"ל ווי מ'זעהמיר אויס.

ס'גייט אן א גרופע פון לצים און מנובלים און א גרויסער עולם לאכט מיט זיי.

ווי שעמט זיך נישט א אינגערמאן צו שטיין אין ביהמ"ד ווי ער גייט אט אט בעטן אלע גוטע זאכן פון קוב"ה און האבן אין טאש אזא הסתה, אזא קעגנער צו קדושה? ס'איז א שרעקליכע ווייטאג.

רבותי, לאמיר נעמען די זאך אין די האנט און זיך נישט לאזן פארפירן, יא, מ'קען פארפירן און מ'דארף פארפירן, מ'טאר נישט זאגן אז מ'קען שוין נישט טוען גארנישט, דאס איז ארגער פון אלעם.

כ'האב געהערט פון א בעל דרשן אפאר יאר צוריק אז דער תירוץ וואס אידן האבן געניצט פאר הונדערט יאר צוריק אין אמעריקא אז מ'ארבייט שבת וועגן פרנסה איז אסאך מער אמת געווען ווי דער תירוץ היינט פון א אינגערמאן אז ער דארף זיין סעלפאון מיט די גרופעס דערויף וועגן פרנסה, ס'איז ליידער זייער אמת און ליידער זענען די אידן מיט די גוטע תירוצים זייער נישט גוט אנגעקומען!

לאמיר זיך כאפן באצייטנס, מיר גייען נישט אויף קיין גרופעס, נאו וועי!

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ט שבט התשע"ד 19:23 #22731

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
אין מילים

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ט שבט התשע"ד 19:31 #22734

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
  • קאָרמא: 1
ר' שמעלקא האט דערלאנגט א שנעלקא!
ערליך איז דאס ווארט!
יישר כח!

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ט שבט התשע"ד 20:13 #22741

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 2
WOW WOW WOW
דברים היוצאים מן הלב דער אייבערשטער זאל העלפן ס'זאל זיין נכנסים אל הלב.

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ט שבט התשע"ד 20:38 #22743

  • יצחקי
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
אוי ביסטו אזוי גערעכט
זעהסט איך האב ניטאמאל די אלע מינע פאון
כ'האב א פשוטע סעל
אבער ס'העלפט מיר א מכה

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ט שבט התשע"ד 23:48 #22747

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 2
יצחקי טייערע איך האב אויך א פשוטע אפגעפליקטע סעל, און..............
אויב דו ווילסט רעדן מיט מיר, קענסטו מיר שיקן א PM

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ל' שבט התשע"ד 11:22 #22758

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 1
מורי ורבי רעב שמעלקא שליט"א
קילורין לעינים

יישר כח פראן ארויסברענגען די נקודה
ראוי לציין מה שראיתי בספר ליקוטים וז"ל
מרגלא בפומיה אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל, כי כאשר אדם עובר ברחוב ובפרט בחור ואיש צעיר אשר מחשבותיו אין כדבעי למהוי, והא מתגבר על יצרו שלא לישא את עיניו ולראות, אין לנו מושג כמה צרות ומחלות ורציחות וכו' וכו' נמנעים בחסדי השי"ת מכל העיר על ידי זה, והאדם הזה שמקדש את עצמו, משפיע שמחה גדולה בשמים ושפע מרובה של רחמים עד קצה העולם, שדייקא באותו רגע שבו התגבר על יצרו, נמנע האסון כמו שבו ברגע נתגלה חומרי תבערה שכמעט גרמו נזק רב על ידי בני עוולה, וכמו"כ בשאר ענינים, ורק בזכות הצדיק הזה נמנע אסון כבד, והמון עם אינם יודעים מי היה המציל האמיתי, ושהכל בזכות נוצרי העינים ונוטרי ברית, ע"כ.

רבותי מען רעדט צו אונז, יא, מובא בראשית חכמה שער הקדושה פרק ח' אות י"ג וזלה"ק: מי שישמור עיניו מחטוא בהם, שומר כל גופו ומקיים העולם בזכותו, ע"כ, יא, מקיים העולם בזכותו, יעדער מענטש קען ברענגען רחמים וישעות אויף דער וועלט ביז צו דער גאולה, איתא בשפת אמת פרשת ויחי תרנ"ח "כי הגלות והגאולה תלווים בעין ולב ע"כ, לאמיר זיך מחזק זיין להוסיף גדרים וסייגים

רבותי ווען קען מען זאגן "ידינו לא שפכו את הדם הזה" אז מיר זענען נישט שולדיג, נאר ווען "ועינינו לא ראו" ווען מיר וועלן היטן די אויגן ריין, און דעמאלטס וועט זיין "כפר לעמך ישראל"

לאמיר שוין נאר הערן גוטע בשורות פון היינט און ווייטער
ונסיים בדברי התפארת שלמה מאמרי שבת ד"ה מעין, כמו שאדם שומר את עינו כן הקב"ה שומרו ומצילו, כמש"כ רגלי חסידיו ישמור וכו' על ידי ששומרים את עיניהם ישכנו בטח בשמירה מעולה
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.
לעצט פארראכטן: ל' שבט התשע"ד 11:25 דורך .

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ל' שבט התשע"ד 12:33 #22764

  • היום היום
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 227
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
  • קאָרמא: 1
זייער שיין רבי שמעלקא,




לאמיר זיך מחזק זיין להוסיף גדרים וסייגים


זייער שיין.
אגב שטייט די וואך אין הייליגער זרע קודש,  תרומה איז די אויתיות תורה מ,
  מקיים זיין די תורה פעלט אויס די תנאי פין אות מ"ם,
וואס איז פארמאכט פין אלע זאטען,
שטיין ווייט  פין יעדער טריגע"ר וואס קען ח"ו צוברענגען צוה שלעכטס.
לעצט פארראכטן: ל' שבט התשע"ד 12:45 דורך .

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ל' שבט התשע"ד 12:42 #22769

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
יש"כ שמעלקא
יש"כ לאמיר פארן

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ל' שבט התשע"ד 12:46 #22771

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1577
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
  • קאָרמא: 9

ר' שמעלקא האט דערלאנגט א שנעלקא!
ערליך איז דאס ווארט!


הגה: 'ערליך' און 'הערליך' איז דאס ווארט!
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ל' שבט התשע"ד 13:12 #22778

  • שמעלקא טויב
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 408
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 1
ישר כח אייך אלע, איר זענט דאך די זיילן פון די וועלט, דא זאגט מען דאך אזויפיל מאל ניין פאר די אלע שמוציגע זאכן רח"ל.

האט אלע א גוט שבת!

טעמע: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ל' שבט התשע"ד 13:14 #22780

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1577
  • האט שוין געלייקט: 442 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
  • קאָרמא: 9
גוט שבת
פאר סיי וועלכע הילף קענט איר אונז שיקן א PM אדער אן אימעיל צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it און מיר וועלן פרובירן אייך צו העלפן בס"ד

ענטפער: אכזריות!!! (פון אייוועלט) י"ח כסלו התש"פ 13:52 #263006

  • קאוונע
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 78
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
  • קאָרמא: 0

שטארק אקטועל
יעצט נאך די דזשערזי סיטי געשעהניש.

ענטפער: אכזריות!!! (פון אייוועלט) כ"ה ניסן התש"פ 00:15 #266195

  • נישט שלעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 373 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 31
  • האט שוין געלייקט: 24 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
  • קאָרמא: 2

וואס זאל מען יעצט זאגן?

ענטפער: אכזריות!!! (פון אייוועלט) ט' אייר התש"פ 17:40 #266434

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1199
  • האט שוין געלייקט: 376 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1191 מאל
  • קאָרמא: 13
נישט שלעכט געשריבן on כ"ה ניסן התש"פ 00:15:

וואס זאל מען יעצט זאגן?


זאג מיר וואס עס שטייט און די צייטאנג אויף דיין בילט 
זעה אז יעדער קיקט מיט גרויס ווינדער

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.62 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא