ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: לומד'ס טרעד 61720 באזוכער

לומד'ס טרעד כ"ד סיון התשע"ה 18:31 #240504

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
איך וויל זיך פארשטעלן פאר ענק טייערע חברים. איך בין שוין איינגעשריבן פאר קרוב צו א יאהר אויף די ענגלישע סייט מיט די נאמען lomed. איך האב ב"ה געהאט גאנץ א פיינע הצלחה אין די לעצטע 106 טעג. איך האלט שוין ביי מער ווי 90 ריינע טעג בחסדי השם. איך דריי זיך דא אין דארט ווייל איך דארף די חיזור פון זיין מחבור צו די געמיינדע חבורת אנשים וואס ארבעטן אויף זיך צו אויספירן זייערע תפקיד אויף דער וועלט. פאר דער וואס פארשטייט ענגליש האט איר א לינק וואס איר קענט זעהן מיינע דורך גאנג צו די 90 טעג. guardyoureyes.com/forum/4-On-the-Way-to-90-Days/249399-started-90-days-as-a-prepararion-of-lag-beomer!

עס איז מיר א זכיה צו זיין דא צווישן אזעלעכע ערליכע אידן וואס זענען אמת געטריי צו די רצון השם, און טוהן אלץ צו קענען זיין ריין. איך האף אז איך וועל טרעפן דא חיזוק און ווייטער קענען אהנגיין מיט ריינע טעג, טאג ביי טאג.
לעצט פארראכטן: י"ד אב התשע"ה 17:25 דורך לומד.

Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ה סיון התשע"ה 13:59 #240512

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
  • קאָרמא: 10
שלום עליכם ר' ''לומד''.
א זכיה אייך דא צובאגעגענען.

Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ח סיון התשע"ה 17:26 #240540

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
איך רוף דיך "לומד"
איך גיי פאר אידיש נישט פאר ענגליש
טייל אונז מיט אביסל אויף אידיש, לאמיר זיך באקענען

Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ט סיון התשע"ה 16:58 #240554

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
איך בין נישט באקוועם זיך אויסצופראקן נאך אמאל דא בפני קהל ועדה. עס איז מיר גענוג אז איך האב מיך אויסגעפראקט לתועלת ביי די ענגלישע סייט. פאר דער וואס וויל עכט וויסן יקחנו משם ותמצא נחת.

בסך הכל בין איך דא פאר די זעלבע סיבה וואס כמעט יעדער איז דא-סדנא דארעא חד. דהיינו איך בין דא אויף צו פאררעכטן און פארבעסערן מיינע התנהגות בעניני מין. ב"ה אז איך האב געהאט גאר שטארקע הצלחה די לעצטע פאר חדשים, כן יעזרני השם ית' להלאה.

איך האלט ביי די 111 ריינע טאג. דא אויף די אידישע סייט האלט איך ביי 89 צוליב וואס די סיסטעם האט מיר נישט געלאזט מאכן מער פון 90. איך האף און בין מתפלל אז איך וועל ממשיך זיין היינט צו זיין ריין און אזוי אויך ממשיך זיין גאר אסאך טעג.

Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! ל' סיון התשע"ה 20:18 #240579

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1826 מאל
  • קאָרמא: 48
ובשם השם תעשה ותצליח

Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! א' תמוז התשע"ה 16:46 #240594

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל
  • קאָרמא: 17
אמן

Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! ח' תמוז התשע"ה 16:19 #240754

  • geverisrael
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 133
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 1
הרב לומד, בן כמה אתה היום??????

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ב תמוז התשע"ה 16:48 #241222

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
geverisrael געשריבן:
הרב לומד, בן כמה אתה היום??????


בחסדי הקל יתברך ויתעלה האלט איך ביי134 ריינע טעג.

היות איך האב זיך נאכנישט געלאזט באקענען צו ענק וועל איך פראבירן איבערגעבן מיין איבערעלבנישן בנוגע מיינע נסיונות.

איך בין א אינגערמאן וואס איז געזעצן און געלערנט אין כולל גאר אסאך יאהרן. איך האב זיך פארהערן אויף עטליכע מקצועות בתורה ב"ה אינקלאדינג הוראה אויף חלק א' וב' פון יורה דיעה ביי עטליכע חשובע רבנים. איך בין היינט אין מסחר, און ב"ה האב נישט קיין שלעכטע הצלחה. כהיום בין איך רוב טאג אין ביזנעס און פארברענג אפאר שעה מיט א חברותא.

אלס בחור בין איך געווען גאר אומוויסנד, און דעריבער געווען אן אפגעהיטענער בחור. צו די חתונה האב איך בכלל נישט פארשטאנען צו די תאוה, און אלעס איז געווען לקיים מצות בוראי. דאס האט זיך געהאלטן פאר געציילטע חדשים וואס די תאוה האט אריינגעשטויסן און איך האב נישט געוויסט וויאזוי זיך אן עצה געבן מיט דעם.

פון ז"ל האט זיך עס געצויגן צו הערן גוישע ראדיא ניגונים, צו טשעטן און הערן שמוץ. במשך השנים האט זיך כמה פעמים געמאכט אז איך האב געהאט פאר א טאג צוויי עקסעס צו וואטשן אויף די אינטערנעט שמוץ. דאס איז געקומען צוליב אז מען האט געקויפט א נייע קאמפיוטער אדער כלי, און ביז איך האב עס געפילטערט האב איך געקענט וואטשן די ערגסטע. כאטש איך פלעג אלץ פילטערן מיינע כלים, האט זיך אלץ געמאכט גלעגנהייטן וואס איך האב אויסגעניצט צו קענען צו קומען צו שמוץ. דאס איז נאר געשעהן איין מאל צוויי מאל א יאר.

מיין שמירת עינים איז ערגער געווארן, ווי איך האב געקענט קוקן אויף קעטעלאגן און מיט דעם מוז"ל. מיט די צייט איז די ז"ל געווארן מער און מער. אז לעצטע יאר צוויי (ביז איך האב זיך אהנגעהויבן ציילן די 90 טעג) איז געווען כמעט יעדן נאכט רח"ל.

אינטרעסאנט איז אז איך האב מיך נישט צו שלעכט געפילט, ווייל איך האב געהאלטן אז דאס איז א מצב וואס דער רבש"ע האט מיר אריינגעלייגט און איך טוה וואס איך קען, און אויב איך פאל דורך, איז טו בעד. איך בין אהנגעגאנגן מיט מיין לעבן אז דאס גייט מיר באגלייט ביזן קבר.

למעשה פאר א פאהר חדשים צוריק האב איך באשטעלט טיקעטס צו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר. איז מיר אריין אן התעוררות אז איך מוז עפעס טוהן אלס אן הכנה צו דעם. איך האב געטראכט אז איך דארף פראבירן אויף דעם ענין וואס איך בין געווען גאר לקוי אין דעם. אבער איך בין געווען זיכער אז איך קען עס נישט דרוכפירן. האב איך מחליט געווען אז איך מוז פראבירן, אז עס וועט גיין איז גוט, און אז נישט האב איך כאטש געוויזן אז איך וויל זיך רייניגן פון דעם.

איך האב שוין געהאט געמאכט א פאר חדשים פריערד א נאמען אויף די ענגלישע סייט, אבער איך האב גארנישט געטוהן דארט. איך בין אריין זיך איינשרייבן אין די 90 טעג טשארט און צו אהנהייבן א טרעד (זעה אויבן די לינק). ווען איך האב געזעהן אז אויב איך גיי מצליח זיין וועל איך זיין ל"ג בעומר ביי מירון ביי די 70סטע טאג. די גאנצע זאך בין געווען גאר שטארק מסופק צו איך וועל מצליח זיין, אבער מיט די צייט און בס"ד די חיזוק וואס אנדערע דארט האבן מיר געגעבן, האב געזעהן טאג נאך טאג אז יא, עס גייט. איין טאג ריין און נאך א טאג. איך שטארק מתפלל געווען אז איך זאל מצליח זיין יענע טאג און נאך טעג. מיט די צייט האב איך געזעהן א ס"ד און ב"ה היינט בין איך ביי יום קל"ד.

צווישן די טעג איז געווען שווערערע טעג און לייכטערע טעג. עס איז געווען טעג וואס איך האב געמיינט אז איטס אווער די באללאן פלאצט, איך האב געזאגט פארן רבש"ע דו ווילסט איך זיך דורכפאלן בין איך עס מקבל באהבה, אבער אהן דיין הילף קען איך נישט, אבער בס"ד האט מען זיך מחזק געווען.

ערגעץ ביי די 97 טאג נאך איך האב שוין געהאט געפייערן די 90, האט זיך אהנגעהויבן ביי מיר א נסיון וואס איך האב שוין נישט געהאט יאהרן. דאס איז געווען אז יאהרן צוריק צוליב רופן די טשעט לייןס פלעג איך באקומען אין די פאסט, שמוציגע קעטעלאגס וואס עדווערטייזן שמוץ (א באזונדערע פרשה וויאזוי איך האב עס באהאלטן פון מיין ב"ב). איך האב זיי געשיקט זיי זאלן מיר אראפנעמען פון די ליסטע. יעדע אזא קעטעלאג האט אויף מיר געלאזט א געפערליכע רושם. ווייל די זאך אליינס איז געפערליך. חוץ פון דעם האט עס מיר געשיקט צו נייע שמוציגע זאכן וואס איך האב נישט געהאט ביז דעמאלס.

די לעצטע יאהרן האבן זיי מיר שוין נישט געשיקט די קעטעלאגד. פונקט יעצט נאך א פאהר יאהר און נאך זיין ריין פון 97 טעג שיקן זיי מיר פרישע סחורה. איך האב געזעהן די ענוועלאם (עס קומט אין א דאפעלטע ענוועלאפ, וואס אויף די צווייטע שטייט א ווארענונג אז דא איז דא סחורה וואס מען דארף זיין 18 און אויב איך וויל נישט זעהן די סחורה זאל איך עס נישט עפענען) ויאחזני רעדה. עס האט געברענט א פייער אין מיר. איך האב עס נישט געקענט אוועק ווארפן סתם, ווייל איך דארף זיכער מאכן אז עס קומט נישט אהן צו א צווייטע. חוץ פון דעם ברויך איך צוריק שיקן די אינדרויסנדע ענוועלאפ און זיי בעטן אז זיי זאלן מיר אראפנעמען פון זייערע ליסטע.

די מלחמה איז אהנגעגאנגען פאר א שעה, און בחסדי השם נאך הייסע תפילות, מיט איממערמידליכע כוחות האב איך מיך מתגבר געווען און פטור געווארן דערפון און נישט אריין געקוקט אין דעם. נאכדעם בין איך פאר א צוויי טעג געווען נישט ביי זיך עמאציעאל. די נעקסטע טאג איז די דאווענען געווען גאר עפעס אנדערש. איך האב נאך א שיינע פאר יאהר געפילט א ספיציעלע נאנטקייט צום אויבערשטן. אין א געוויסע זין קען איך זאגן אז זייט דעמאלס האט זיך מיין דאווענען געטוישט. כאטש איך האב געזאגט אלע ווערטער אבער איך האב זיך געפילט מרוחק. אבער נאך דעם נסיון (קען זיין עס איז דמיונות) דאווענט זיך אינגאנצן אנדערש.

איך מוטשע מיך נאך מיט די לעצטע נסיון. ווייל כאטש איך האב זיי שוין געשיקט עטליכע בקשות אז זיי זאלן מיר נישט שיקן קיין סחורה, באקום איך נאך פון זיי סחורה בערך איין מאל א וואך.

בהמשך צו דעם נסיעה קיין מירון, האב איך געהאט אן ענין מן השמים וואס האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. בעצם היום האב איך מיך צוגעשטיפט צום ציון פון רשב"י. עס האט געקאסט געוואלדיגע כוחות. דאס געדרענג איז עד אין שיעור. ווען איך בין שוין געווען ביים ציון האב איך אראפגעלייגט די קאפ, און געבוכה'ט ווי א קליין קינד, און מעורר רחמים געווען פאר מיר און פאר חברי הד"א. איך האב איבערגעלאזט דארט מיין גאנצע פעקן אין דעם ענין, מתפלל געווען הצלחה אויף ווייטער.

ארויסצוגיין פון דארט קאסט אויכעט כוחות. נאך זיך ארוסשטיפן פון די מערה ביים טיר שטעלט מיר אפ איד פון ארץ ישראל מיט א הדרת פנים, צו מיר האט ער אוסגעזעהן ווי חשובע איד. ער כאפט אהן מיין האנט (איך האב מיך נישט געקענט אפשטעלן ווייל מען האט מיר געשטיפט פון אונטן אויף ארויס) און זאגט מיר 'איך זעה אז דיין פנים שיינט פון קדושה'. קען זיין אז עס איז דמיונות, אבער פאר מיר איז עס געווען א חיזוק מן השמים. איך בין ארויס פון דארט כאילו מען האט מיר געזאגט נרצה מען נעמט אהן מיין עבודה.

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ב תמוז התשע"ה 17:53 #241224

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
  • קאָרמא: 1
פלא והפלא, פלאי פלאים צו זעהן וויאזוי השי"ת האט דיר געהאלפן צירוק צו קומען צום ריכטיגן וועג.
עס איז מיר באמת א חיזוק.
איך בין דאך אויך געהאלפן געווארן איך זכות פון ר' שמעון (זע אין מיין טרעיד). די יארצייט איז געווען דאנערשטיג, מוצאי שבת ווען איך בין געגאנגען שלאפן האט מיר אנגעכאפט א השתוקקות צו גיין צו ר' שמעון וואס איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געהאט אזש איך האב פשוט נישט געקענט שלאפן כמעט ביז צופרי. איך בין אויפגעשטאנען צופרי און געזאגט פאר מיין ווייב יהי' מה שיהי' איך גיי קיין מירון. פאנגט זי מיר אן צו פרעגן, וואס איז די אטאקע וואס האט דיר געכאפט ? עס פעלט אונז ב"ה גארנישט ספעציעל צו זאגן אז די 'מוזט' גיין צו ר' שמעון, ב"ה קינדער האבן מיר, און פרנסה אויך, איז וואס איז די עמערזשענסי? זי האט אבער נישט געוואוסט מיינע אמתע פראבלעמען וואס איך ראנגל זיך טאג טעגליך מיט ביטערע נסיונות..
אזוי איז עס אנגעגאנגן ביז מאנטיג נאכט, ביז איך האב איר גענוג שטארק געבעטן, שוין, זי איז דאך א וואוילע אשת חיל, זי זעהט איך וויל אזוי שטארק, נא גיי מאך א טיקעט.. אפאר מינוט דערויף האב איך געהאט א טיקעט פארשטייט זיך פאר נישט א ביליגן פרייז.. און דינסטיג נאכט האב איך זיך געהויבן, אנגעקומען מיטוואך נאכט ביים הילולא, און עס איז איבעריג צו זאגן ווי איך האב זיך אריינגערוקט צו ר' שמעון (זעהט אויז איך האב נישט אזעלכע כוחות ווי לומד ווייל צום שטיין האב איך נישט געקענט אנקומען..) און איך געדענק שוין לאנג נישט אזעלכע בכיות וואס איך האב געהאט דארט.. איך האב זיך במשך די טאג 3 מאל זיך אריינגעשטופט אין מערה מיט אזעלכע בכיות.. סוף טאג האב איך געשפירט אזויווי ר' לומד אז איך האב געפוילט.. און בערך א צוויי וואכן שפעטער בין איך געוואר געווארן פון אונזער הייליגע קהילה..
אגב, לומד, אז די ביסט געווען דער וואס האט מיר צודריקט אין מערה, בין איך דיר מוחל בלב שלם..

און א מזל טוב צו דיינע 134 ריינע טעג..קי"פ א"ן.. דער אייבירטער זאל דיר ווייטער העלפן

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ב תמוז התשע"ה 18:46 #241228

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל
  • קאָרמא: 13
טייערע ליככטיגער צדיק "לומד" שיחי'

מה נאמר ומה נדבר, איך ליין און איך וויין, האסט דאך אזוי קלאר און הארציג ארויס געשריבן וויאזוי דיין ירידה האט זיך אנגעהויבן. אוי טאטע אין הימל, מ'זעט דאך בחוש ווי הייליג און ריין זענען דיינע הייליגע ליכטיגע קינדער! די אלע נפילות זייערע געשעט נישט דורך זיי, ס'איז דאך אלעס א ביטערע יצר הרע וואס טוהט זיך אן אין זיי און ער איז זיי פשוט מכריח טוהן זאכן קען זייער אמת'ע רצון.

דער הייליגער רבי ר' אלימלך שרייבט שוין אזוי אין זיין הייליגע תפילה: כי גלוי וידוע לפניך כי לא במרד ובמעל חלילה וחלילה מרינו את פיך ודברי תורתך ומצותיך, כי אם מרוב היצר הבוער בקרבנו תמיד, לא ינוח ולא ישקוט עד אשר מביאנו אל תאות העולם השפל הזה ואל הבליו, ומבלבל את מחשבותינו תמיד... ואין אנו יכולים לעמוד נגדו כי נחלשה שכלנו ומוחנו עד מאד, וכשל כח הסבל מרוב הצרות והתאוות ומרוב טרדת הזמן...

טאטע, פרעג איך דיר, ווי קען א יונגע יונגערמאן, וואס האט קוים אנגעהויבן זיין לעבן, שטיין קעגן אזעלכע שווערע ביטערע נסיונות? ס'איז דען שייך בכלל טאטע? קוק אן, א ליכטיגע יונגערמאן וואס האט נישט געוויסט פון א הרהור עבירה צוזאגן, פאלט אזוי. איז עס דען יושר? וויאזוי לאט מען צו אזוינס?

לומד'ל, אונזער באליבטער ברודער, מ'זעט דאך בחוש ווי דער יצר הרע איז נישט מוותר אויף דיר. ער לויפט דיר נאך, ער לאקערט דיין נשמה. ער וועט נישט אזוי שנעל מוותר זיין אויף אזא גרויסן רכוש, אויף אזא הייליגע הויכע נשמה. ער וועט אינטער שיקן פון אלע זייטן נסיונות און שווערעקייטן, קעטעלאגן און מאגאזינען ושאר ירקות, אלעס כדי דיר צוריק שלעפן צו אים. וויפל מאל דו בעסט זיי נישט שיקן מער, שיקן זיי ווייטער - ווער איז דאס "זיי"? ס'איז דער ס"מ אליין וואס קען נישט צוקוקן ווי א אידיש קינד לויפט צוריק אהיים צו טאטן. ווי איינער וואס ער האט געמיינט "ער איז שוין מיינע" האט זיך אין איין שיינע טאג אפגעשאקלט און אוועק געמופט צו מחנה שכינה.

לומד'ל לומד'ל, איין זאך קען איך דיר זאגן: איך פארשטיי דיר! איך פארשטיי דיינע שווערעקייטן! איך פארשטיי דיין פארווייטאגט הארץ! א שיין חלק פון דיינע שווערקייטן בין איך דאך אויך דורך [נישט די זיך פארהערן ביי רבנים אויף הוראה אויף חלק א' וב' פון יורה דעה, דאס נישט...]

אשריך רבינו לומד אז דו האסט זוכה געווען צו אזא געוואלדיגע הארה פון אויבן און האסט זוכה געווען ארויס גיין פון יענע חברה, ארויס גיין מעבדות לחירות. אשרינו מה טוב חלקנו!
יעצט וויינט מען שוין נישט, יעצט קען מען זיך שוין פרייען, אז מ'זעט אונזער גרויסן טאטנ'ס עינא פקיחא און השגחה עליונה! מובטחים אנו אז דו וועסט זוכה זיין נתעלה ווערן העכער און העכער.
דיין לעבן וועט זיין מלא חיות און שמחה, שמחה אינעווייניג און שמחה אינדרויסן, שמחה ביי דיר און שמחה ביי דיין משפחה, ביי דיינע חברים. וועסט האבן א פיין זיס גליקליכע לעבן! סייעתא דשמיא זאל דיר באגלייטן יעדע רגע און יעדע מינוט, יעדע טריט און שריט.
מיר דאווענען און בעטן פאר דיר.

נ.ב.
לענ"ד, פרינט ארויס די ווארעמע ווערטער וואס דו האסט געשריבן, די גאנצע מגילה, און לאז א צוואה פאר דיינע קינדער מ'זאל עס מיט לייגן מיט דיר נאך די 120. מיט דעם גייסטו גלייך אין גן עדן אריין.


ווינטש דיר באמת פון הארצן טיפן
בידידות נאמנה
משכני
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ב תמוז התשע"ה 20:57 #241235

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 5
אוי אזעלכע הארציגע דיבורים, איך פיל אזז היינט איז אפעס א טאג פין התעוררות דא אויפען פארום, אזעלכע הארציגע חיזוק ווערטער האב איך נאך נישט געליינט זייט איך בין דא, סיי פין "לומד" אין סיי פין "משכינו", איך בין אינגאנצען ערשוידערט אין צירודערט, איך טרעף מיך ממש וויינען יעדער פאר מינוט.

א גרויס חלק פין וואס די שרייבסט "לומד" האב איך מיטגעמאכט אליין, איך האב פין די נסיון נישט געוויסט ביז א גיטע צען יאר נאך די חתונה, אבער ליידער ליידער...
לעצט פארראכטן: כ"ב תמוז התשע"ה 21:00 דורך מגסבמס.

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! כ"ו תמוז התשע"ה 15:02 #241310

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
יישר כחכם אלע ידידים פאר די חיזוק ווערטער. עס שטייט דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים. איך בין געווען פארקלעמט פאר איך האב געשריבן, דעם לעצטן תגובה. אזא מין הרגש אז איך ברויך זיך ארויסגעבן. באלד נאכן שרייבן האב איך געפילט ריליווד (relieved).

ענטפער: Re: לומד'ס טרעד י"ד אב התשע"ה 16:22 #241606

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
בעצם האב איך געוואלט דורך שמועסן א נושא מיט די עולם. איך האב מיך לאנג געקווענקלט צו איך זאל יא אדער נישט. למעשה האט שוין דער רבש"ע מסבב כל הסיבות מסבב געווען אז די נושא איז פאר מיר מער נישט נוגע. היות די נושא איז בהמשך צו מיינע נסיונות, גיי איך מיטטיילן גופא דעובדא.

די טעמע איז צו מען זאל און וויאזוי מען קען מיטטיילן די ב"ב איבער די נושא.


ב"ה אז דער פון אויבן האט מיר מזמין געווען א זיווג הגון שלא לפי מעשי. מיר האבן זיך געלעבט זייער גוט צוזאמן. ווען מען רעדט פון א גוטע שלום בית איז דאך אלעס רעלאטיוו. אבער נישט אריינגייענדיג אין פרטים איז די שלום בית געווען זייער א גוטע מצב. אבער... א גרויבע אבער איז די פאקט אז איך האב זיך געסטראגלט מיט נסיונות. במשך השנים האט זיך כמה פעמים געמאכט וואס זי האט געזעהן געוויסע זאכן, וואס זענען געקומען פון די פאקט אז איך האב עוסק געווען אין שמוץ. געוויסע אימעילס וכדומה. די זאכן זענען נישט געווען שמוץ ממש. ווען זי וואלט ווען געהאט א ידיעה וואס גייט פאר אין די וועלט פון לאסט וואלט זי גלייך געכאפט. היות זי איז נישט געווען באקאנט האב איך אלץ זיך געקענט אויסדרייען מיט באבע תירוצים וואס זי האט מיר געגלייבט ווייל זי האט מיר געטראסט.

בערך אפאהר וואכן פאר איך האב זיך ערנסט גענומען מיט די GYE צו ארבעטן אויף מיין לאסט, האט זיך געמאכט אז זי האט אויסגעפונען אז איך בין געווען אויף GYE. זי האט זיך שטארק געבייזערט היתכן איך באהאלט זאכן פון איר. זי האט געזעהן אז איך טוה געוויסע זאכן (לאו דוקא שמוץ) אויף די אינטערנעט וואס איך האב באהאלטן פון איר. עס האט איר געבאדערט עד דכדוכה של נפש. באמת האב איך געהאלטן אז היות זי איז זייער סענסעטיוו צו דעם און זי וועט זיך ערגערן וואס דארף איך סתם פיערן וויכוחים מיט איר און איר מצער זיין. וועל איך איר נישט זאגן, איך טוה דאך נישט קיין שלעכטס (לויט מיין מיינונג).

אבער זעענדיג ווי זי האט עס פערזענליך ווייגעטאן, האב איך מחליט געווען אז בל"נ גיי איך מער גארנישט טוהן אהן אז זי זאל וויסן. נישט קיין חילוק וואס, וועל איך איר מודיע זיין אז איך טוה דאס. ענדערש זיין אפן מיט איר, ווי באהאלטן פון איר.

א פאהר חדשים שפעטער האט איך זיך מחליט געווען אז איך גיי ארבעטן אויף דעם נסיון פון לאסט. איך האב אבער נישט געזעהן וויאזוי איך גיי איר פארציילן דערפון. איך גיי ארויף אויף GYE און איך הייב אהן מיט די עבודה. אינעווייניג האט עס מיר וויי געטאהן אז איך טוה א זאך אהן איר קענען פארציילן. אבער איך האב געוויסט אז ענדערש ארבעטן אויף דעם, ווי איידער נישט ארבעטן אויף דעם ווייל איך קען איר נישט פארציילן.

בחסדי השם יתברך האט זיך מיר געוויזן הצלחה. און איך בין מתפלל אז כה יעזור השם יתברך להלאה.

עס האט מיר זייער וויי געטוהן אז איך בין עוסק אין א ענין וואס פארנעמט מיר צייט און איך קאננעקט און שרייב אויף דעם זייטל און איך באהאלט עס פון די ב"ב. איך האב געפילט אז עס איז א גרויסע שטער צו מיין שלום בית. איך זיך דורכגערעדט מיט מעמבערס פון די ענגלישע סייט און זיי האבן מיר אפגערעדט דערפון צוליב די האקלקייט פון דעם נושא. אזוי אויך האב איך געלייענט אויף די פארוםס אז אנדערע האבן געפערליך געליטן.

לעצטנס האב איך געוואלט איבערשמועסן דאס מיט די עולם און מאכן א טרעד אויף דעם. מה עשה הקב"ה ער האט מסבב געווען אז די ב"ב האט סייווי אויסגעפונען!!!

גופא דעובדא הכי הוה. איך האב געמאכט א קשר מיט עטליכע מעמבערס אויף די טלפון. איך האב זיי אהנגעזאגט אז היות מיין ב"ב איז נישט באקאנט פון דעם ענין זאלן זיי מיר נישט טעקסטן אדער רופן, נאר נאכדעם ווי איך האב אים פון פריערד געזאגט א צייט אז דעמאלס קען ער זיך פארבינדן מיט מיר.

איינע פון די מעמבערס האבן פארגעסן פון דעם. ער האט מיר געשיקט א טעקסט א גוטע נאכט, צוועלף אזייגער ביי נאכט. די טעקסט איז אהנגעקומען צו מיר ווען איך בין געזיצן מיט מיין ב"ב אין די קאר. זי פרעגט נאטירליך ווער האט דיר געטעקסט אזוי שפעט. איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן. ליגנט האב איך מער נישט געוואלט זאגן בשום אופן. אמת האב איך נישט געקענט זאגן. זאג איך אז איך גיי פרעגן, איך שיק א טעקסט הו אר יו? ענטפערט יענער מיט זיין נאמען שרייבענדיג אז ער איז פון GYE. פרעגט מיין ווייב מאי האי?? בלית ברירה האב איך מחליט געווען אז דאס איז עס, איך גיי אלעס דערציילן און וואס דער רבש"ע וועט וועלן וועט זיין.

איך האב געשעפשעט א תפילה קצרה. און אהנגעהויבן פון מעשה בראשית! איך האב פארציילט אלעס וואס איך גיי אדורך. איך האב נישט באהאלטן קיין שום זאך. הקיצור יענע נאכט איז מען געזעצן און גערעדט ביז קרוב צו פיר אזייגער! בחסדי השם יתברך האט זי עס אויפגענומען באופן הפלא. זי האט שלעכט געפילט פאר מיינע דורכגענג. הקיצור איך האב אויסגעקלארט אלע ליגנטס וואס איך האב איר געזאגט במשך השנים, אז באמת איז די מעשה געווען אנדערש. עני שאלה האב איך איר געענטפערט.

מיר האבן במשך פון די נעקסטע פאר טעג גאר אסאך געשמועסט איבער דער נושא. ווי איך האב קלארגעשטעלט אז כאטש איך בין שוין ריין פאר 150 טעג איז דאס נאך אלס נישט קיין הבטחה אז איך גיי בלייבן ריין אויף אייביג. איך גלייב אז דער נסיון גייט מיר גאר לאנג נאכלויפן ווי איך וועל מיך ספראוון מיט דעם בע"ה. אזוי אויך אז קען זיין איך וועל איין טאג איינזעהן אז עס איז מיין טובה אז איך זאל גיין צו לייוו מיטינגס. הקיצור איך האב אלעס געעפענט אז עס זאל נישט זיין קיין שום צד סתום צווישן מיר און איר.

כאטש אז אירע געפילן האלטן נאך אינמיטן פון דאס אקסעפטן, זעט אויס אז דאס איז געווען א ריזיגע טובה פאר מיר אז עס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט. די קשר אין שטוב איז סאך שטערקער, און אזוי ווי איינער האט געשריבן אין אן אנדערע טרעד:

unanumun געשריבן:
כי טוב געשריבן:


''נקי יהיה לביתו שנה אחת''.





איז דא א אינטרסנטא מעשה וואס איר ברינגט דוקא דאר פסוק, וואלט באמתין אין א גויסר אופן ואס איז נוגע צו שלום בית (אין אלע אופנים ובפרט בנוגע לעניני קדושת הזיווג) איך פילט אז מיר גקומן צריק צו דער שטרקא קשר און הרגשים וואס מיר גהאט אין שנה ראשונה (איך בין שוין כמעט 17 יאר נאך חתונה)
מיר האט ארוס גנעמען אלא דער מחיצות בינינו ואס איך האב גבויט ביודעין ובלא יודעין במשך דער לסטר צן יאר. (בערך א הלבע יאר צריק, האב איך גרעט וגען אלץ מיט מין וויב - אבער דאס איז א לענגע מעשה. אויב ער פשטיסט אנגליש קאן ער זוכן אפן מיין טעמעס דורטון)
הודו לה' כי טוב!!
ביי אלאמען אוף שמחות


למעשה קען איך נישט מציע זיין פאר קיינעם צו ער זאל און וויאזוי ער זאל מודיע זיין פאר זיין ב"ב. אבער פאר מיר זאג איך הודו לד' כי טוב. איך בין מתפלל אז דער רבש"ע זאל מיר ווייטער העלפן אויף דעם ענין, ווייל אהן אים קען מען גארנישט טוהן.
לעצט פארראכטן: י"ז אב התשע"ה 14:19 דורך לומד.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ב אב התשע"ה 10:52 #241698

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
  • קאָרמא: 2
ידידי נפשי היקר מו"ר הרב לומד שליט"א האט נעכטען דיסקאסירט אויף די טעקס"ט גרופ א נושא וואס ס'דארף מער באהאנדעלט ווערן, איך וועל דא צוברענגען זיין קושיא און דערנאך לאזן דעם עולם מגיב זיין:

ער שרייבט (איבערגעטייטשט פון ענגליש): איך פיל איך בין אביסל פארלוירן נאכ'ן ליינען פון אזעלעכע וואס קומען צוריק צו GYE ENGLISH נאכ'ן זיין ריין אפאר יאר, הגם איך פארשטיי אז דאס איז א לעבענס מלחמה, אבער צו זעהן מענטשען נאכ'ן זיין אזויפיל יאר ריין זאלן ליידער פאלן?, וועלען מיר דארפן זיין מקושר צו GYE ווען מיר וועלען זיין 75 יאר אלט? מיר וועלען זיין עלטער זיידעס און זיך טעקסט"ן מיט א גרופ פון GYE וואספארא בושה?

און ער איז אביסל ממשיך דארט, הרב בשמחה תמיד שי' האט איהם גענפערט דארט אבער איך וועל איהם לאזן נאכאמאל ענטפערען דא אליין.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: כ"ב אב התשע"ה 10:52 דורך בעלמאנט.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ב אב התשע"ה 11:11 #241699

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
  • קאָרמא: 2
איך ציטיר דא וואס ר' ALEX ELIZER (א לאנגיעריגער מיטגליד) שרייבט אויף די ענגלישע זייט (איבערגעטייטשט):

עס זענען דא צוויי חלקים וואס מיר טוען דא
דער ערשטע חלק איז סוברייעט"י (זיך האלטן ריין), די צווייטע איז ריקאווער"י (זיך היילן)

סוברייעט"י וואס מיר רעדן מיינט, זיך האלטן ריין פון די דרא"ג (תאווה), ריקאווער"י איז א פראצעדור פון צוריקבאקומען דיין אמת'ע נפש, און דיין לעבן. דאס איז כולל דיין באציאונגען צו דיין משפחה און חברים, ווי אויך קען זיין עקסערסיי"ז און האבבי"ס (וואס א מענטש האט ליב צו טאן), עס קען אויך אינהאלטן זיך מאכן א חברותא צו לערנען, אדער א צייט צו רעדן צום אייבישטער'ן.

די 12 סטע"פ פראגראם שטעלט צו א מסגרת וואס אן אדיק"ט קען טוען זיך צו היילן, מיט די מיטלען וואס ער ארבעט וועט זיין גרינגער זיך צו האלטן ריין.

פאר פילע, איז דאס די איינציגע וועג זיך צו האלטן ריין פאר א לאנגע צייט, (פארשטייט זיך איין טאג אויף אמאל).

מיט פיל הצלחה אויף דיין נסיעה, עכ"ל.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ה אב התשע"ה 12:34 #241731

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 0
איך בין אין א פרישער דא, א גרינער, און קען זיין אז מ'רעדט שוין ערגעץ אנדערש פון די נושא. אדרבה אויב מ'רעדט שוין דערפון זאל עמיצער דאס ביטע אנצייכענען, והי' המשכן אחד.

איך וויל מיך באציען צו דאס וואס לומד האט בארירט, נעמליך צי מ'זאל דערציילן פאר די ווייב דערוועגן.

איך קען נישט קיינעם עצה'ענען, ווייל כ'האב נישט באקומען קיין לעסנס פאר שלום בית, איך קען אבער יא מיטטיילן פון מיין אייגענע ערפארונג. (עוד חזון למועד צו באשרייבן מיין געשיכטע באריכות בעז"ה).

איך בין אדורכגעפאלן א שטיקל תקופה מיט'ן קוקן שמוץ אויף מיין קאמפיוטער איידער כ'האב עס געפילטערט, און משום סיבה האב איך עס אמאל דערציילט פאר מיין ווייב במשך א רואיגע מוצ"ש שפאציר אויף די פרישע לופט.

כ'האב באמת נישט געהאט בדעה דאס צו טון, ווייל כ'האב שוין עטליכע מאל געהערט אז מ'זאל נישט דערציילן פאר די ווייב זאכן וואס קענען איר מאכן גרינגשעצן דעם מאן. דאך האב איך ב"ה באמת גאר גאר א גוטע און נאנטע קשר מיט מיין ווייב, כ'דאנק דעם אויבערשטן אויף דעם, ווייל מיין לעבן נאך די חתונה איז באמת אינו דומה ווי מיין לעבגן פאר די חתונה (על אף מיינע פארשידענע שוועריגקיייטן וואס פארדעם בין איך דא אויף הד"א), מיין ווייב האט מיך באמת ארויסגעהאלפן אן א שיעור, און הפנים האב איך געפילט אסאך רואיגער עס צו דערציילן פאר איר.

איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי זי וועט עס פארדייען, למעשה האט זי עס אבער גוט אנגענומען (ב"ה), זי האט ארויסגעברענגט איר שעצונג צו דעם וואס כ'האב עס נישט געלאזט צו לאנג נאר געטון די נויטיגע שריט צו פילטערן די כלי.

זייט דעמאלטס איז איר אויסגעקומען עטליכע מאל מיר צו זאגן אז זי שפירט זיך רואיגער זייט דעמאלטס, ווייל אויב כ'האב מיטגעטיילט מיט איר אזעלכע פערזענליכע זאכן, איז זי אסאך רואיגער אז ס'וועט גארנישט פאסירן מיט מיר, ווייל איך וועל איר שטענדיג אלעס מיטטיילן.

זי האט צוגעלייגט אז די ערשטע שטיק נאכדעם בעת תשה"מ האט זי זיך געקענט טרעפן טראכטן וואס ס'איז אריבער אויף מיר, וכל מה שראיתי וגו', אבער אצינד א צייט נאכדעם טראכט זי שוין נישט דערפון.

דאס איז וואס איך קען מיטטיילן מיט'ן ציבור דערוועגן, און באמת איך כשלעצמי וואלט מיט איר אויך מיטגעטיילט לגבי מיין זיין דא אויף הד"א, און מיין פלאן זיך אנצושליסן אין די 90 טעג טשארט, און די 12 סטעפס. אבער אזוי ווי איך האב שוין געזען (סיי דא און סיי אויפ'ן ענגלישן פארום) אז דער עולם איז דערקעגן (פארוואס?), דעריבער וועל איך איר לע"ע נישט מיטטיילן דערמיט.

זייט געזונט טייערע חברים, אויב איר האט געוויסע פראגן, פילט אייך רואיג צו פרעגן.

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ה אב התשע"ה 15:59 #241735

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 0

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ה אב התשע"ה 16:10 #241738

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
אין די האנטבוק, ווערט אין די ערשטע טייל אביסל ארום גערעדט וועגן מיטטיילן די ווייב אין דיע ענינים. דא האט איר צוגעלייגט די אידישע וועטסיע פון די האנטבוך.

איך צוטיר דא דע ענגלישע ווערסיע:


If our wives know about our struggle, they can be one of the best accountability partners. We will feel their pain when we are slipping even more acutely than with others, and this will be a big incentive for us to remain clean. (Although it’s never good to go into too much detail about our struggle with our wives). If our wives do not know, it may be extremely helpful in the long term for them to find out. However, this should be done only once we are taking serious steps to recover and are seeing good progress. Also, it should best be done with careful preparation and preferably in the presence of a therapist or Rabbi that can help her understand the nature of the addiction and offer guidance on how to cope. Although it is often very painful for the wife to find out about our struggles in this area, in the long term it generally does more good than damage. Aside from the strong "accountability" that this provides us with, a couple can ultimately grow much closer together when there are no secrets between them
אטעטשמענטס:
לעצט פארראכטן: כ"ה אב התשע"ה 16:15 דורך לומד.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ה אב התשע"ה 16:54 #241742

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
בעלמאנט געשריבן:
ידידי נפשי היקר מו"ר הרב לומד שליט"א האט נעכטען דיסקאסירט אויף די טעקס"ט גרופ א נושא וואס ס'דארף מער באהאנדעלט ווערן, איך וועל דא צוברענגען זיין קושיא און דערנאך לאזן דעם עולם מגיב זיין:

ער שרייבט (איבערגעטייטשט פון ענגליש): איך פיל איך בין אביסל פארלוירן נאכ'ן ליינען פון אזעלעכע וואס קומען צוריק צו GYE ENGLISH נאכ'ן זיין ריין אפאר יאר, הגם איך פארשטיי אז דאס איז א לעבענס מלחמה, אבער צו זעהן מענטשען נאכ'ן זיין אזויפיל יאר ריין זאלן ליידער פאלן?, וועלען מיר דארפן זיין מקושר צו GYE ווען מיר וועלען זיין 75 יאר אלט? מיר וועלען זיין עלטער זיידעס און זיך טעקסט"ן מיט א גרופ פון GYE וואספארא בושה?

און ער איז אביסל ממשיך דארט, הרב בשמחה תמיד שי' האט איהם גענפערט דארט אבער איך וועל איהם לאזן נאכאמאל ענטפערען דא אליין.


יישר כח הרב בעלמאנט פארן צוברענגן דא דער נושא.

איין נקודה האלט איך און זעהן ביי מיר, און אויך ביי אנדערע.

ווען איך בין אהערגעקומען האב איך געהאט אן אנדערע מיינדסעט ווי איך האב היינט. מיין מח איז ליידער פארשמירט מיט נעגאטיווע זאכן וואס איך מיך אהנגעזעהן און אהנגעטראכט. דאס האט געמאכט פאלשע הנחות. ווען איך בין אהערגעקומען (קודם די ענגלישע סייט) האב איך מיך נישט געקענט איידענטיפיצירן מיט די מוסכמות פון די אנדערע מעמבערס. מיט די צייט זעה איך מער איין אז יא, איך האב גאר אסאך היימארבעט צו טוהן אויף מיר. די מער איך קריך אריין אין ריינע טעג, די מער זעה איך אז די מצב איז ביי מיר געווען ביטער, און איך האלט ווייט ווייט פון ריקאווערי.

חסדי השם יתברך שמו ויתעלה, אז איך האב זוכה געווען צו 166 ריינע טעג. א זאך וואס איך וואלט געשווארן ביי א ספר תורה אז דער רבש"ע פארלאנגט דאס נישט פון מיר. איך בין געווען זיכער אז אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, און אז איך זאל אויפהערן צו זינדיגען איז א טרוניא. אבער ברוב רחמיו וחסדיו האלט איך דא, כן יעזרני אויף ווייטער.

מיט דעם קומט מיט די ווייטאגן. די מער איך זעה איין אז איך מוז גיין צום שורש, מער און מער זעה איך איין אז עס איז נישט גענוג צו זיין ריין, נאר איך מוז אויסהיילן מיין נפש. דאס טוהט זייער וויי.

אבער, דאס איז שוין די ווייטאג פון וויסן אז מען איז קראנק. עס טוהט ווי צו וויסן אז (קען זיין-נאך נישט גרייט צו אקצעפטירן) איך בין קראנק. אבער די געוויסן איז די ישועה פאר מיר.

תפילתי אז ער זאל מיר חונן דעת זיין און ינחני במעגלי צדק למען שמו יתברך

ענטפער: לומד'ס טרעד ג' אלול התשע"ה 13:06 #241837

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
ווייסט איינער פון א היימישע רב אדער עסקן וואס וואלט מיר געקענט מייעץ זיין איבער מיין מצב. ער זאל זיין איינער וואס איז א קלוגער א ברייטער און האט א ברייטע ידיעה אין די נושא פון לאסט און אדיקשאן.

מען קען מיר אויך שיקן אין אישי אויב מען איז נישט באקוועם צו שרייבן אין די טרעד.

יישר כח

ענטפער: לומד'ס טרעד ג' אלול התשע"ה 19:50 #241840

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
  • קאָרמא: 2
א גוטן הרב לומד, איך האב יעצט געליינט דיין טרעד, איך וויל מיך באציען אויפן ענין פון פארציילן פארן ווייב.

מיין ווייב שעצט מיר זייער שטארק זי קוקט מיר זייער ארויף, זי רירט זיך נישט קיין ריר אן מיר, מער ווי א הייסע חסיד פון זיין רבי'ן, איך פיל אז מיין שלום בית איז זייער גוט, (כאטש מיין אדיקשאן האט גורם געווען אז איך האב איר אסאך געלאזט אליין אינדערהיים אין שווערע צייטן, וכו' אבער פון איר זייט איז זי געבליבן זייער צוגעבינדן צו מיר). איז יעצט אויב איך וועל איר פארציילן וואס עס טוט זיך ביי מיר, איז אזוי ווי איך נעם א מעסער און איך שטעק דאס אריין אין איר הארץ, עס וועט זיין א דעמעטש אויף אייביג, ממילא ביי מיר איז ברור אז איך טאר גארנישט פארציילן.

איך בין אין א לייוו פראגראם פון SA, אלע מעמבער (בערך 20) האבן שוין פארציילט פאר זייערע ווייבער, איך בין דער איינציגער וואס נישט, רוב פון זיי ליידן זיך אן צרות צרורות פון זייערע ווייבער אז השי"ת זאל אפהיטן, אסאך מאל פון אנפאנג ווערן די ווייבער איבערגענומען און זיי פראבירן צו העלפן די מענער, אבער מיט די צייט ווערן זיי זייער צובראכן, מיין מאן איז א סעקס אדיקט, מיין לעבן איז מיר גארנישט ווערד, און דעמאלט פאנגט זיך אן די ביטערע ציפעדיגע צרות, עס זענען דא פרויען וואס לאזן נישט די מענער אליין מיט די קינדער ווייל זיי האבן מורא פון מעלעסטערן, עס זענען דא אפאר מעמבער וואס די ווייבער ווילן נישט שלאפן אין איין שטוב מיט זיי, פון עונה איז אפגערעדט, מען שיידט זיך אפ פון די ווייבער פאר אפאר יאר, בקיצור כמעט קיין איינער האט נישט קיין חיים טובים פון זייערע ווייבער.

משא"כ ביי מיר ב"ה אינדערהיים איז זייער גוט, דער עולם האלט מיר און איין זאגן, "מען קען נישט זיין זויבער אויב די ווייב ווייסט נישט", און איך פייפ זיי אן ווי גרויס זיי זענען.

למעשה נעכטן ביי א מיטונג, איז אנגעקומען א מעמבער וואס האט שוין 28 יאר פון סאברייעטי, און ער האט געהאלטן א פייערדיגע רעדע פון זיין היסטאריע, און למעשה ער האט פארציילט אין די בראשית יארן פאר זיין ווייב, און דערנאך האט ער פארציילט וואס ער האט זיך אלץ אנגעליטן פון זיין ווייב, ער האט שוין נישט געוואוינט מיט איר פאר איבער 28 יאר (ער איז שוין היינט 71 יאר), ער האט אויסגעפירט אז היינט וואלט ער קיינעם נישט געראטן צו פארציילן פארן ווייב איבער די גאנצע נושא. איך האב געהאט א שטיקל זיג אז איך בין יא גערעכט.

למעשה קען זיין אז איינער פארציילט פאר זיין ווייב אז ער איז אן אדיקט, איז ערגער ווי ער פאציילט סתם אז ער מוטשעט זיך, איך ווייס נישט.

עכ"פ איך האב פשוט געוואלט מיטטיילן פארן עולם מיין עקספיריענס, און אדרבה אויב איינער וויל ענטפערן בין איך גרייט צו הערן.

ענטפער: לומד'ס טרעד ד' אלול התשע"ה 14:26 #241843

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
א גוטן מלחמת חיים.

קודם וויל איך דיר באגריסן אין מיין טרעד. איך שעץ דיר זייער אז דו ארבעטס אויף דיין סטראגל. נאך מער שעץ איך דיר אז דו גייסט צו עס עי מיטינגס, וואס איז א סימן אז מען מיינט עס ערנסט און וויל בכל מחיר זיך רייניגן פון דעם שווערן נסיון וואס מיר גייען אדורך.

איך האב נישט קיין קלארע שטעלונג צו מען זאל יא אדער נישט פארציילן פאר די ווייב. ווי איך פארשטיי פון וואס איך ליין דא אדער אין די ענגלישע סייט, אדער פון ארטיקלעך פון פראפעשאנעלס אין דעם געביט, איז קלאר צוויי זאכן. איינס אז איינער וואס וויל באמת ריקאווערן וועט סוף כל סוף מוזן ארויסקומען פון באהעלטעניש און פארציילן פאר זיין ב"ב. צווייטנס אז דאס מוז געטוהן ווערן ווען די צייט איז רייף און נאר ווען מער איז אליינס גרייט דערפאר, און מיט די באגלייטונג פון א חכם וואס וועט אונז באגלייטן און זיכער מאכן אז די שאדן איז נישט צו גרויס. דאס זאג איך נישט אז עס מוז זיין אזוי, נאר אז דאס פארשטיי איך פון וואס איך לייען.

בנוגע מיר, איך האב געוויסט אז איך גיי איר איין טאג פארציילן, אבער נישט געפלאנט דעמאלס צו פארציילן. די סיבה פארוואס איך בין געווען געצווינגן צו פארציילן, איז ווייל איך האב בשום אופן מער נישט געקענט לעבן די דאבל לייף. איך האב בשום אופן מער נישט געקענט זאגן מיין ווייב קיין ליגנט. ווען זי האט מיר געפרעגט אויף א געוויסע טעקסט (פון אחד מידידי פון דא) ווער איז דאס, האב איך געהאט צוויי ברירות אדער מאכן עפעס א ליגנט, אדער זאגן די אמת. ביי מיר איז די זאגן ליגנט פאר מיין ווייב מער נישט געווען קיין אפציע. עס האט מיר געדרוקט עד דכדוכה של נפש נישט צו זאגן איר קיין ליגנט. אפילו אויף די פרייז פון זיך אהנליידן צרות פון איר, איז מיר געווען בעסער ווי איך זאל איר זאגן ליגנט.

בלית ברירה האב איך איר פארציילט די גאנצע אמת.

זייט דעמאלס איז ביי מיר אין נפש א שווערע תקופה. די וואנדען זענען אפען. כאטש זי פראבירט מיט אלע כוחות מיר דן צו זיין לכף זכות, איז דאך א בשר ודם, און זי פילט מיט רעכט אז זי איז געווען אפגענערט. איך בין אויך געווען איר רבי (און גראדע בין איך נאך היינט!). זי האט זיך גערעכנט מיט מיר און מיר געשעצט גאר שטארק. אבער דאס האט געדארפט געשעהן. יעצט ארבעט איך אויף אויסהיילן די וואנד. אין מיין הארץ פיל איך אז איך מוז זיך אהנשטרענגן איר צו קוקן אין פנים אריין. עס איז שווער פאר מיר. מן הסתם גיי איך גיין צו א טעראפיסט בימים הקרובים.

עם כל זה ווען איך פרעג מיך צו ווען איך קען צוריק דרייען די זייגער, צו איך וואלט געזאגט ליגנד. זאג איך קלאר ניין. עס קומט איר נישט אז זי זאל האבן א מאן א בלאפער א פאפער. זי איז א חשובע פרוי. אז זי וועט מיר מאכן אומבאקוועם, איז עס איר בחירה, און עס קומט מיר סאך ערגער פון וואס אומער פיין איך גיי באקומען פון איר.

מיר האבן אין די לעצטע וואכן גאר א סאך געשמועסט און פראבירט צו פארגלייכן די ענינים און זיך פארשטיין איינער דעם צווייטן. בתוך הדברים האט זי מיר געפרעגט: דו טראכסט אז מיר גייען נאך אמאל האבן די זעלבע געשמאק ווי אונז האבן געהאט אלע יאהרן? נאך אפאר סעקונדעס טראכטן האב איך איר געזאגט אז איך האף אז נישט! זי האט דאס גוט פארשטאנען. אז כאטש מיר זענען געווען זייער נאנט און ליב געהאט איינער די צווייטע, איז עס אין מיינע אויגן געווען פאלטש. איך וויל אז מיר זאלן האבן אמת'ע אהבה אהן קיין ווענט און סודות צווישן אונז.

איך האף און בין מתפלל אז זאכן וועלן ווערן מסודר באופן הכי טוב (און אזוי זעהט עס אויס).

צוריק צו די שאלה כללי, זאל מען פארציילן פאר די ווייב? איך קען נישט ענטפערן אויף די שאלה. אבער לייג צו דעם שאלה, גיי איך קענען אהנגיין מיט די לעבן און ריקאווערי אהן דעם וואס איך גראד אויס די נושא מיט מיין ווייב?

הכלל, מען מוז האבן ריכטיגע הדרכה אויף די נושא.

ענטפער: לומד'ס טרעד ד' אלול התשע"ה 15:42 #241844

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
  • קאָרמא: 2
א"כ ידידי היקר הרב לומד שי'

איך וויל דיר בעטן דו זאלסט נישט ווערן אנגעשראקן פון וואס הרב מלחמות שי' האט געשריבן, דע לך אחי אהובי א איד וואס לעבט מיט אמונה פשוטה דארף נישט מורא האבן פון גארנישט, דער באשעפאר האט געפירט אז דו זאלסט פארציילן פאר דיין אשת חיל ווייל אזוי האט ער געוואלט "אך ורק לטובתך" כי מאתו לא תצא הרעות, איך בין בטוח אז דו וועסט מצליח זיין ארויס צו קריכן פון די בלאטע און ווערן א בעסערע איד, און אויך דיין ב"ב וועט איבער קומען די שוועריקייט בעז"ה.

הרב מלחמות חיים שי', ניין איך ראט דיר נישט צו פארציילן פאר דיין ב"ב, אויב דער רבש"ע וועט אזוי פירן וועסטו שוין פארשטיין, בנוגע די אלע אנדערע וואס האבן יא פארציילט און ליידן זיך צאם פון די ווייבער, דאס איז אויך פארשריבן פון אויבן, יעדער געשעניש וואס גייט אריבער אויפן מענטש איז פונקטליך אזוי פארשריבן פונעם גרויסן טאטן אין הימל הן וואס ער זעט לטב והן חלילה וואס ער מיינט אז ס'איז פארקערט, און אפשר איז דאס גאר פאר זיי א כפרה.

די וואך אין די פרשה האבן מיר דער יסוד גדול פון 'תמים תהי' עם ה"א' רש"י הק' חזר'ט איבער צוויי מאל די לשון התהלך עמו בתמימות, מיר דארפן זיך שטארקען אין די אמונה אז מיר טוען גארנישט אליין אלעס איז פון איהם און נאר ער קען אונז העלפן און היילן, ואז תהי' עמו ולחלקו.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: ד' אלול התשע"ה 15:48 דורך בעלמאנט.

ענטפער: לומד'ס טרעד ה' אלול התשע"ה 18:11 #241862

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
  • קאָרמא: 2
א גוטן הרב בעלמאנט, דער אמת איז אז פון דיינע ווערטער הערט זיך אז דו האלטסט שוין ביי קרוב צו א יאר זויבער, עס הערט זיך אנגעזאפט מיט אזויפיל אמונה אין אמת, השי"ת זאל העלפן אז דו זאלסט ווייטער שטייגן.

און פאר דיר לומד א גרויסן יישר כח פארן ענטפער, איך האב דערהערט וואס דו האסט געזאגט, איך שעם זיך וויפיל ליגענט איך זאג פאר מיין ווייב, (מען פארגעסט זיך אז ליגענט איז פשוט א גראבע עבירה פונקט ווי יעדע עבירה), אבער איך פיל נאך אלץ אז מיין ווייב וועט דאס נישט אויסהאלטן, איר לעבן וועט איר ווערן פינסטער אויף אייביג, דארפסט פארשטיין עס איז געווען תקופות וואס איך פלעג מאכן קידוש פרייטאג צונאכטס אין א סידור הרש"ש און מכוין געווען כוונות, מאכן ברכות מיט כוונות, וכו' און פליצלונג ווערט זי געוואור אז ער איז א פלעינע סעקס אדיקט...
איז ממילא פראביר איך נישט צו זאגן קיין ליגענט אבער דער אמת אויך נישט, ביזדעווייל פארט עס זייער גוט, (איך האב נישט קיין טעקס, און ווען א מעמבער קאלט מיר אינדערהיים הייב איך קיינמאל נישט אויף).

השי"ת זאל אונז אלעמען העלפן מיר זאלן זוכה זיין שטייגן מער און מער מיט מדת האמת, און מדת יסוד, איך האף אז נאך זיין א יאר זויבער, און ענדיגן ארבעטןן אויף די 12 סטעפס וועט זיך אלעס טוישן, לאמיר האבן געדולד.

ענטפער: לומד'ס טרעד ט' אלול התשע"ה 14:51 #241907

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
חסדי השם כי לא תמנו!!

היינט יום ב' פרשת כי תצא למלחמה בין איך אהנגעקומען צו 180 טעג!

דאס איז א חסד חינם פון דעם רבש"ע אז איך האב ערריכט א זאך וואס איך בין געווען זיכער אז עס וועט קיינמאל נישט געשעהן, און איך בין אויך געווען זיכער אז קיינער קען עס נישט עררייכן. אבער ברוב רחמיו וחסדיו האב איך זוכה געווען צו דעם טאג.

אין אמת'ן וואלט איך געדארפט מאכן א סעודת הודאה פאר אזא טאג. אבער מפני כבוד הבריות וועל איך ליידער נישט קענען מאכן א סעודה ברב עם. כדי יוצא צו זיין האב איך היינט אריין געלייגט א סכום געלט אין די קאווע פישקע אז איך זאל געבן כעין תיקון. אבער אזויווי דער עולם קען מיר נישט פערזענליך וואונטשן, נעם איך אהן די ברכות דורך די פארום!

אזוי אויך גיי איך בל"נ אפשרייבן קורצע דברי תורה וואס איך 'וויל' זאגן ביי די היינטיגע סעודת הודאה.

תפילתי לקל עלון, עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך, ואל תטשינו ה' אלקינו לנצח, און ווייטער זוכה זיין צו מוסיף זיין אין ריינע טעג, טאג ביי טאג. ובזו השעה וויל איך וואונטשן פאר אלע חברי המקום אז איר זאלט אלע אויך ווייטער זוכה זיין צו ריינע טעג, און תמיד מבשר זיין בשורות טובות.

ענטפער: לומד'ס טרעד ט' אלול התשע"ה 15:01 #241908

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל
  • קאָרמא: 13
מזל טוב! מזל טוב!


פאר אונזער טייערע ליכטיגע חבר


הרה"צ רבי לומד שליט"א

המוסר נפשו כפשוטו לעשות נחת רוח להבורא ית"ש


לכבוד די גרויסע שמחה פון אנקומען צו


יום המאה ושמונים לטהרה



דער אייבישטער זאל דיר געבן ווייטער די כוחות און רצון זאלסט קענען שטייגן העכער און העכער, מיט א שטענדיגע שמחה און הרחבת הדעת


ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו כמו דור ודור
כי אורך ימים ושנות חיים ושלום יוסיפו לך
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: ט' אלול התשע"ה 15:02 דורך משכני אחריך.

ענטפער: לומד'ס טרעד ט' אלול התשע"ה 15:46 #241909

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 707 מאל
  • קאָרמא: 10
לומד, דו ביסט אונז א מוסטער! זאלסט מצליח זיין ווייטער, בעזר השם.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: לומד'ס טרעד ט' אלול התשע"ה 16:26 #241912

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל
  • קאָרמא: 13
להודות ולהלל ולשבח, דאס איז אונזער געפיל
ווי קען מען שאצן ריינקייט אזוי לאנג, אזוי פיל
מיר דארפן זיך לערענן פון דיין גרויס הצלחה
דער אייבישטער זאל דיר ווייטער באגלייטן מיט ברכה


[יישר כח אויף דיין קארצע נאמען;) ;) ;) ]
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: לומד'ס טרעד ט' אלול התשע"ה 17:59 #241913

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
טייערע ברודער און גוטע פריינט.

אודה ה' מאד בפי ובתוך רבים אהללנו, ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, ברוך שעשה לי נס במקום הזה.

איך האב נישט די ווערטער ארויסצוברענגן מיינע לויב און דאנק ווערטער צום רבונו של עולם. איך בין געווען אין א מצב אזויווי עס שטייט אין ספרים אז עס איז דא צוויי מינע קראנקע מענטשן. איינס איז איינער וואס ווייסט אז ער איז קראנק. דער צווייטע איז דער וואס ווייסט ניטאמאל אז ער איז קראנק. איך בין ליידער געווען אין א מצב ווי דער צווייטע. ווי יעדן טאג האב איך געטוהן זאכן נגד רצון השם, און איך האב נישט געטראכט אז עפעס איז שלעכט מיט מיר. ביי מיר איז געווען פשוט אז די נסיון פון ז"ל איז א נסיון וואס נאר צדיקים אין תמימותדיגע מענטשן זענען עומד.

עס איז אהנגעקומען צו א מצב אז איך האב אפילו נישט געפילט שלעכט נאך אן עבירה. איך האב אויך נישט געזיכט קיין לעזונג צו מיין פראבלעם.

בזכות התנא רבי שמעון בר יוחאי האט מיר דער פון אויבן אהנגעכאפט ביים הענט און מיר צוגעפירט דא אהער, ווי איך האב בס"ד אהנגעהויבן צו ריקן צו די ריכטיגע וועג, און ארבעטן אויף ריינקייט.

די אלע וואס האלטן מיט מיין ציילונג, ווייסן אז איך האב אפילו נישט געטראכט אז איך וועל אמאל אהנקומען צו מער ווי א וואך אדער צוויי. אבער ברוב רחמיו וחסדיו האט ער מיר צוגעפירט ביז אהער.

איך דאנק דעם רבונו של עולם אז ער האט מיר מזכה געווען מיט 180 ריינע טעג. נאך מער ווי דעם דאנק איך אים אז ער האט מיר געגעבן די הכרה אז איך האב א פראבלעם וואס מען קען זיך היילן פון דעם. איך געב אפ א שבח והודי' אז ער האט מיר חונן דעת געווען מיט א הבנה און א רצון צו וועלן זיך היילן. חסדי השם כי לא תמנו ולא כלו רחמיו.

אין לקוטי תורה פרשת ראה שטייט אויפן פסוק כי מנסה ד' אלקיכם אתכם, לדעת. זאגט ער אז יעדער נסיון וואס א מענטש האט קען אים צוברענגן צו הויכע השגות און מדרגות אין דעם בורא.

ער ברענגט דארט א משל פון א וואנט וואס פאלט איין. די העכסטע שטיין וועט פאלן די ווייטסטע. זאגט ער אז יעדער נסיון האט ניצוצות וואס זענען מחיה דעם נסיון. אויס איז די א ניצוץ קדוש מוז זיין אז עס קומט פוןגאר א הויכע שורש. ווייל דיווייטער עס איז געפאלטן מוז זיין אז עס קומט פון א העכערע ארט.

ווען איינער איז עומד בנסיון האט די ניצוץ אן עליה צוזאם מיט די מענטש וואס איז עומד בנסיון. דער מענטש הייבט זיך צו די שורש פון ווי די ניצוץ קומט (עיין ליקוטי תורה פרשת ראה ד"ה אחרי ד')

מיט דעם טייטש ער כי מנסה ד' אלקיכם אתכם- פארוואס שיקט דער אויבערשטער א נסיון פאר א מענטש, לדעת- אז ער זאל צוקומען צו מדריגות אין דעת את ד'.

יעדער נסיון ברענגט פאר אונז דער דעת אז מיר ווערן נענטער צום באשעפער.

לענינינו, נאך אזא שטיקל קענען מיר קוקן אויף אונזערע נסיונות ווי מתנות פון דעם רבש"ע אז ער געבט אונז געלעגנהייטן אז מיר זאלן זיך קענען ברענגן נענעטער צו אים און האבן מער השגות אין אהבת ויראת השם.

זאל דער פון אויבן אונז אלע אויסלייזן פון אונזער שוועריגקייטן, מיר זאלן האבן א רפואה שלימה בכל הענינים, מיר זאלן זיך קענען פרייען צוזאמען אויף מער און מער ריינע הייליגע טעג, (אויף אונז קען מען זאגן די ווארט בא בימים, ווען יעדעס טאג איז א מלחמה פאר זיך) ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די טעג פון משיח, ווען עס וועט מקויים ווערן תקע בשופר גדול לחרותינו ושא נס לקבץ גליותינו, וקרב פזורינו מבין הגיום ונפצותינו כנס מירכתי הארץ בביאת הגואל במהרה דידן ברוב רחמיו וחסדיו.

ענטפער: לומד'ס טרעד ט' אלול התשע"ה 18:08 #241914

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל
  • קאָרמא: 13
ונאאאמר אממן----

מלא-תוכן'דיגע דרשה!
מוראדיגע רעיון!
אייזענע ווערטער!
געוואלדיגע חיזוק!

יא יא, מיר מוזן אנהייבן שעצן אונזערע נסיונות!!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: לומד'ס טרעד י' אלול התשע"ה 07:01 #241918

  • סאלאמאן
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 0
לך ענו שירה בשמחה רבה ואמרו כולם
וינועו אמות הסיפין מגודל התרגשות ושמחה
מי יתנה תוקף תפארתך וגודל חשיבותך
ד'ודי ל'י ו'אני ל'ו זכית להתקרב ליוצרך ובוראך


א ווארעמע הערצליכע ברכת מזל טוב פאר ידידינו הרב לומד שליט"א
די גאנצע פמליא של מעלה, קוב"ה ושכינתי' איז שטאלץ מיט דיר!
יעדער קוקט זיך צו ווי אזוי א בשר ודם פון פלייש און בלוט, איז זוכה לקדש את שמו של הקב"ה בעולמו, און טון דעם רצון ה', על אף די אלע שוועריגקייטן וואס קומען כסדר אונטער!
לך בכוחך זה כי לכך נוצרת!

המברך מקרב לב,
הק' סאלאמאן

*

א באזונדערן יישר כח פאר דיינע ווארעמע לעכטיגע ווערטער!

"ונפש השנית בישראל היא חלק אלוה ממעל ממש... כך כביכול נשמת כל איש ישראל נמשכה ממחשבתו וחכמתו ית'... שורש כל הנפש רוח ונשמה כולם מראש כל המדריגות עד סוף כל דרגין המלובש בגוף עמי הארץ וקל שבקלים נמשך ממוח העליון שהוא חכמה עילאה"... (ליקוטי אמרים תניא פ"ב).

לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ה 07:04 דורך סאלאמאן.

ענטפער: לומד'ס טרעד י' אלול התשע"ה 10:27 #241925

  • ddmm11219
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 286
  • האט שוין געלייקט: 29 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 1
אל כבוד הרב לומד שליט"א
קודם מזל טוב צו דיין "ואת יקר תפארת גדולתו ימים רבים "שמונים ומאת יום" זאל דער בוכ"ע העלפן, ובמלאות הימים האלה מער אין מער.
אז די ווילסט הערן וואס דער עולם האלט: די זאלסט טוישן דיין נאמען פון לומד צו מלמד
די ביסט א גוטע מלמד די געסט אונז אסאך חיזוק און קוראדז.
יישר כח גדול
...וְאִם גַּם אֶתְאַמֵּץ בְּעֵצוֹת וְתַחְבֻּלוֹת וְכָל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל יַעַמְדוּ לִימִינִי לְהוֹשִׁיעֵנִי וְלִתְמֹךְ נַפְשִׁי, מִבַּלְעֲדֵי עֻזְּךָ וְעֶזְרָתְךָ אֵין עֶזְרָה וִישׁוּעָה...‬

מתוך תפילה נפלאה שחיבר הרה"ק רבי מאיר מאפטא זצוק"ל, בעל מחבר ספר "אור לשמים", ונדפסה בתחילת ספרו.

ענטפער: לומד'ס טרעד י' אלול התשע"ה 12:23 #241931

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
  • קאָרמא: 10
מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב, מזל טוב,

עס איז מקוים געווארן די פסוק, וואס שטייט די וואך.
כי-תצא למלחמה, על-אויבך; ונתנו ד' אלוקיך, בידך.

די ביסט ארויס א ''למלחמה, על-אויבך'', א קעגען דער פיינט די שווערע אדיקשען, און געהאט די זכיה אז, ''ונתנו ד' אלוקיך, בידך''.

זאל דער באשעפער דיר העלפן זאלסט זוכה זיין לחיים טובים ונקיים עד מאה ועשרים.
לעצט פארראכטן: י' אלול התשע"ה 12:24 דורך כי טוב.

ענטפער: לומד'ס טרעד י' אלול התשע"ה 14:10 #241934

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
יישר כח פאר אלע ווארעמע ברכות.

אמן כן יהי רצון

ענטפער: לומד'ס טרעד י' אלול התשע"ה 14:41 #241936

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 2035 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל
  • קאָרמא: 8
מזל טוב לומד

מיר לערנען זיך פון דיר אסאך, אז מיר קענען עכט יא

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ד תשרי התשע"ו 15:24 #242245

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
א גוטן

ב"ה עס איז אריבער די הייליגע טעג. מיר נעמען מיט מוט זיך הייליגע כוחות, כן יעזרנו השם יתברך ויתעלה, אויף די נייע יאהר. מיר זאלן אלע האבן געפויעלט א גוט געבענטשטע יאהר בגשמיות וברוחניות.

יום טוב מיט אלע עליות, איז אבער געווען פיל מיט נסיונות. ב"ה ער האט מיר געהאלפן אז איך בין נישט געפאלן. אבער עס איז נישט געווען לייכטע טעג. פון די אנדערע זייט זכרני ימים מקדם וואס ביי מיר האט א יום טוב תקופה געמיינט אז איך האב געהאט עטליכע פיינע נפילות. ובפרט באלד נאך יום טוב. ובכן, אודה לד' על כל הטוב אז איך קען נאך זאגן אז איך בין נאך אלס ריין.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ד תשרי התשע"ו 15:55 #242253

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל
  • קאָרמא: 13
ס'איז א געוואלדיגע שמחה
זר לא יבין את זאת!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ד תשרי התשע"ו 16:21 #242261

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 2035 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל
  • קאָרמא: 8
דאס בלייבן ריין אין די טעג איז דאך ביטער שווער, ליידער האב איך נישט געהאט די זכיה. זאל השי"ת העלפן זאלסט אלץ בלייבן הייליג און ריין און מיר אלע אינאיינעם זאלן שוין זיין נאר ריין פאר הקב"ה

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ד תשרי התשע"ו 16:24 #242267

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
בא לטהר געשריבן:
דאס בלייבן ריין אין די טעג איז דאך ביטער שווער, ליידער האב איך נישט געהאט די זכיה. זאל השי"ת העלפן זאלסט אלץ בלייבן הייליג און ריין און מיר אלע אינאיינעם זאלן שוין זיין נאר ריין פאר הקב"ה


יא ווען עס איז דא אן התגברות פון קדושה איז דא אן התגברות פון לעומת זה און די טומאה פארלייגט כוחות צו אראפברענגן די מענטשהייט.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ד תשרי התשע"ו 16:26 #242269

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 466 מאל
  • קאָרמא: 13
ס'איז אויך טעכניש, דאס אז ס'איז דא אסאך ארבעט און מ'איז אויסגעמוטשעט און געדריקט מיט געלט/ארבעט, מיט די קינדער אין שטוב, קען זייער אסאך מאל גורם זיין צו א נפילה
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.08 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא