ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: לומד'ס טרעד 61719 באזוכער

ענטפער: לומד'ס טרעד ט"ו אייר התשפ"א 11:44 #271998

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
נישט שפעט געשריבן on י"ב אייר התשפ"א 15:09:
אויב אזוי קומט אייך נישט נאר 1 מזל טוב לכבוד די 180 טעג [בנוסף צו דיין פריעדיגע ספירה], נאך עס קומט אייך 180 מזל טוב'ס, אויף יעדע טאג באזונדער. איין מזל-טוב אויפאמאל...


ס'איז מיר א גרויסע חיזוק הערן ווי שטארק איר רעדט פון די נקודה פון איין טאג אויפאמאל, וואס פאר מיר הקטן זעט דאס אויך אויס איינע פון די גאר שטארקע כלים אויף זיך צו קענען האלטן.
פארשטייט זיך אז דאס איז א נקודה וואס מ'דארף אסאך ארבעטן אויף דעם כדי קענען לעבן כסדר מיט די הרגשה אמת'דיג. אשריך אז איר האלט שוין דארט.

בפרט די גאר שטארקע נקודה וואס איר שרייבט:
"די זעלבע ווען איך האב געהאט מיין נפילה, האב איך נישט געהאט קיין מורא'דיגע בראך. סך הכל איך בין יענעם טאג נישט געווען ריין. ברוך ה' אז נאר יענעם טאג בין איך נישט געוווען ריין און דערנאך בין איך אלץ געווען  ריין"

דאס מיינט אז אפילו באותו יום פון נפילה האט איר שוין געשפירט א געוויסטע רואיגקייט וויסנדיג אז מארגן וועט שוין זיין גוט? איר האט נישט בשעתו קיין שום דאגה אז אפשר קען עס חלילה גורם זיין א געוויסטע רפיון און שוואכקייט?

שלום וברכה,

עס איז שווער פונקט צו זאגן וואס איך האב דעמאלס געפילט. אבער למעשה האב איך נישט געשפירט די זעלבע פארלוירנקייט ווי איך האב מרגיש געווען ביי  די פריערדיגע נפילה. קיין שום דאגה? דאס איז שוין א גוזמא. בכלל יעדן טאג קען איך דאגה,נען אז איך גיי פאלן נאכאמאהל ביז א טאג אדער צוויי. איך קען נישט דערהייבן מעהר ווי די היינטיגע טאג. פאר היינט בין איך אוקעי בס"ד. די זעלבע איז ווען איך בין געפאלן. יכול להיות אז אין א וואך גיי איך נאכאמאהל פאלן. אבער דאס מיינט נישט אז איך 'מוז' וועגן דעם היינט פאלן. 


יעדעס מאהל וואס איך נעם א מעשה פון לאסט אפילו אויב איך בין נישט געפאלן בפועל ממש בין איך אין א סכנה אז איך האב מעהר ציה צו פאלן. וק"ו אויב איך האב געפאלן איז די שכרות פון די תאוה-עדיקשאן איז גורם אז איך האב מעהר טשענסעס צו פאלן נאכאמאהל. און טאקע וועגן דעם מוז איך אכטונג געבן פון יעדן זיז פון לאסט. ווייל איך קען נישט פארנעמן אפילו א משהו חמץ-לאסט. אבער נאך  איך האב שוין אריינגענומען לאסט (באונס אדער ברצון) מיינט נישט יעצט אז איך 'מוז' פאלן. איך קען ווייטער ארבעטן און מתפלל זיין צו מיין ליבער טאטע אז ער זאל מיר האלטן ריין נאר פאר היינט, ואולי יחוס אז איך גיי טאקע נישט פאלן.

איך האף אז איך האב דיר פארענטפערט דיין שאלה. אויב נישט קענסטו פראבירן מיר קלארער צו מאכן.

ענטפער: לומד'ס טרעד ט"ו אייר התשפ"א 17:03 #272028

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

זייער שיין און קלאר
שכח

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: לומד'ס טרעד ט"ו אייר התשפ"א 18:45 #272037

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
נישט שפעט געשריבן on ט"ו אייר התשפ"א 17:03:

זייער שיין און קלאר
שכחנעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.


איך ציטיר דא פון דיין חתימה. די ווערטער הערן זיך זייער גוט. אבער איך נעם נישט קיין עול אפילו נאר פאר די היינטיגע טאג, און איך בין נישט אהנגעצויגן!!

איך קען קיין עול נישט פארנעמען. אבער איך קען זיין א בעל אחריות פאר די היינטיגע טאג. היות איך בין מאכטלאז איבער לאסט, לכאורה וואלט עס געמיינט און ממילא קען איך מעהר גארנישט טון. ממילא קען איך יעצט עקטן אויט עד אשר יצא מאפכם, און דאס געשעהט נישט אזוי שנעל.  ואפילו עס איז שוין יא יצא מאפי, קען איך סייווי נישט סטאפן. ממילא בין  איך אויף געהאקטע צרות - שאך מאט- נישט איך קען סטאפן און נישט איך קען נישט סטאפן.

דא קומט אריין מיין שלמזל'דיגקייט וואס העלפט מיר. איך בין א פארלוירענער. דהיינו איך קען זיך אליינס נישט העלפן. ממילא, א' איך הער אויף אריינצוגיין און די מלחמה זאנע. עני זאך וואס שמעקט פון לאסט וויל איך שטיין ווייט נאך מעהר ווי פון פייער. פארוואס? ווייל היות ווען איך הייב אהן קען איך נישט סטאפן, וועל איך ענדערש שטיין ווייט פון נסיונות - מלחמה זאנע. צוויי, אז איך נעם נישט קיין עול. אליינס קען איך גאהרנישט. איך ארבעט מיט קליינע שטיקלעך אויף אמאהל. איין טאג אוויף אמאהל, איין שעה אויף א מאהל, איין מינוט אויף אמאהל, איין טריגער אוויף א מאהל.

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! ט"ז אייר התשפ"א 14:00 #272066

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23
לומד געשריבן on ג' אייר התשפ"א 23:47:


כנראה אז איך האב היי יאהר נאך אמאהל באקומען אן איינלאדענונג צו גיין צום ציון הק' קיין מירון ביום ל"ג בעומר הבעל"ט. איך האף בעזרת ה' צו זיין דארט און מתפלל זיין פאר די גאנצע חבריא און פאר גאנץ כלל ישראל.

בשורות טובות


חסדי השם יתברך אז איך בין יעצט אנגעקומען קיין מירון! אין לי די מילים להודות לשם על כל הטוב. איך בין מתפלל פאר אונז אלע. הזכרות קען מען שיקען אין אישי. זכותו יגן עלינו

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! ט"ז אייר התשפ"א 16:09 #272075

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 376 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2007
  • האט שוין געלייקט: 1120 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3749 מאל
  • קאָרמא: 68
WOW WOW WOW

מאכסט מיר וויינען

כ'האב באמת געוואלט זיין דארט!!!!

שוין פועל אויס אלדאס גוטס

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: Re: איר קענט מיר רופן לומד אדער lomed! י"ז אייר התשפ"א 23:13 #272111

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23

עיני עיני יורדה מים. איך מיטגעלעבט דעם נאכט די ערגסטע סצענע אין מיין לעבן. איך האב געהאט ס"ד באופן נפלא. איך בין געווען דארט געווען עטליכע מינוט פריערד אויף דעם פלאץ. בחסדי ה' בין איך אוועק פון דעם ווינקל און זיך געריקט צו א פלאץ וואס איז אביסל בעסער.

הרופא לשבורי לב זאל מחזק זיין אלע לבבות נשברות

ענטפער: לומד'ס טרעד י"ח אייר התשפ"א 08:39 #272115

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 2011 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 427
  • האט שוין געלייקט: 895 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל
  • קאָרמא: 14

אוי לומד. ווען איך האב זיך דערמאנט אז דו ביסט דארט אין ארצינו הקדושה איז געווען א בחינה פלצות אחזתני. איך דאנק און לויב דעם פון אויבן השם נפשך בחיים.

נישט חלילה אז עס מאכט דעם אומגליק קלענער מיט דעם וואס מיין חבר איז צווישן די לעבנסגעבליבענע, אבער למעשה שטייט דאך אז ווען דער אויבערשטער ברענגט אן אומגליק אויף א מענטש נעמט ער אויך אריין אין חשבון אלע זיינע באקאנטע און די צער וואס זיי וועלן האבן און נאר אויב זיי אלע פארדינען דעם צער דעמאלס קען עס געשעהן. איז אז לומד איז לעבן געבליבן האט דאך דער הייליגער באשעפער מיר איינגעשפארט דעם צער.

איך דאנק און לויב גאט אז איך לעב היינט און אז איך בין ריין היינט.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"א אייר התשפ"א 17:34 #272177

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1069
  • האט שוין געלייקט: 4551 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1696 מאל
  • קאָרמא: 23

בין איך יעצט אויפן פליגער אויפן וועג צוריק. עס איז א מחזה שלא ראיתי מעולם. דריי משפחות וואס זענען אבלים. אינקלאדינג א באבע, עלטערן, געשוויסטער. א גאנצע משפחה געזעצן אין טערמינאל אויף די ערד מיט קריעות. 

טאטע זיסע, די הארץ איז צו שוואך דאס צוציקוקן..
רחמנא רחם עלן, רחמנא דעני למכיכי רוחא ענינן, מיר זאלן שוין זוכה זיין צו הקיצו ורננו שוכני עפר, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולנו.

ענטפער: לומד'ס טרעד כ"ב אייר התשפ"א 08:17 #272188

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

לומד, דאס הארץ ווערט צוריסן נאר צו הערן וואס דו זעהסט צו.

איך האב נישט געוואלט לייקן די תגובה ווייל ווי קען אזא תגובה ווערן געלייקט???

טאטע דערבארעם זיך שוין

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.73 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא