ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? 3960 באזוכער

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י"ח אייר התשע"ט 02:42 #254657

  • ber
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 151
  • האט שוין געלייקט: 837 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 394 מאל
  • קאָרמא: 2
אחכה לו געשריבן on י"ז אייר התשע"ט 08:36:
איך בין אנגעקומען צו הד"א אויף אן אינטערעסאנטע וועג, איך האב געהערט דערפון קודם סתם אזוי צוליב א אנדערע סיבה אינגאנצן, עפעס וואס איז מיר שווער מסביר צו זיין.

אבער געשעהן איז עס טאקע איינמאל ווען איך האב בשעת'ן זוכן שמוץ מיר באגעגענט אויף גאגעל מיט די ווערטער "טרעפט איר זיך זוכן שמוץ אויפן קאמפיוטער?" אזוי ווי די תירוץ ביי מיר איז ליידער געווען א גרויסע יא, בין איך גלייך אריין דארט, און אנגעקומען צו ה"דא.

עטליכע טעג האב איך מיר אומגעקוקט, דעס ענין איז מיר געפאלן, אין בעק אויף מיי מיינט האב איך זייער גוט געוואוסט אז איין טאג גיי איך מיר מוזן טוישן, אויב אזוי האב איך באשלאסן זאל עס זיין שוין יעצט ווען איך בין נאך יונג, און נישט אויף קיין אומבעטעמטע אופנים שפעטער אין לעבן. נאך אפאר טעג האב איך מיר צו מיין גרויס מזל איינגעשריבן, און געווארן א חלק פון קהילה קדישא הדין, און אצינד פראווע איך היינט מיין צוויי און זיבעציגסטעע טאג.

אזוי ווי ס'איז דא אסאך נייע חבירים, וואלט איך געלאדענט אז דער עולם זאל קומען דערציילן וויאזוי זיי זענען אנגעקומען אהער, ס'קען געבן אסאך חיזוק פאר יעדעם, און אביסל מער אויפלעבן די סייד.

און אגב מזל טוב צו מיין 100'סטע תגובה!

ממער וויניגער די זעלבע.....
דהיינו גענישטערט פאר שמוץ און זוך געטראפן מיט די קשיא "טרעפט איר.... וכו'" און די תירץ איז געווען..... יא מיט באלק אותיות....
די רעסט איז היסטערי.....
גראדע האב איך מיך נישט איינגעשריבן ביי די ערשטע מאל... און נישט נאר דאס, איך האב פארגעסן ווי אזוי עס הייסט... זוך געבראכן קאפ עפעס eye.... אבער ב"ה דא בינעך....!!!!
שכח הייליגער בורא!!!!!

בערעלע.

איך בעט דיך, האלט דיך רואיג.... בערל!!

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י"ח אייר התשע"ט 09:23 #254665

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 246 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1482 מאל
  • קאָרמא: 26
בערעלע דו האסט געמאכט מיין טאג......

מזל טוב צו דיין ערשטע טאג ריין, ס'זאל געקרוינט ווערן מיט אסאך הצלחה!!!

מיר קוקן אלע ארויס פאר דיין הצלחה, מיר ווייסן שוין אביסל דיין עבר, און מיר ווייסן ווי שווער ס'קומט דיר אן, אבער דו גייסט עס בעז"ה מאכן! נישט דא וואס צו רעדן...

שבע יפול צדיק וקם!

מ'קען זיך לערנען פון דיר: יתגבר כדו"ב
איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? כ"א תמוז התשע"ט 12:31 #257345

  • יא איך קען!
  • איצטיגע שטרעקע: 112 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל
  • קאָרמא: 6

צום קעפל,
געווען איז עס צוויי וואכן צוריק, א רעגעלע פרייטאג פארמיטאג איך בין ארויף געגאנגען אויף די וועבסייט אידיש ווינקל צו אראפ נעמען די גליונת וואס איך גלייך,

אזוי מישן'דיג באגעגן איך א גליון מיין האנט בוך עס איז מיר געווען אינטרעסאנט צו זעהן וואס דאס איז ? געב איך א קליק דערויף,

איך בין ממש אויפגעשפרינגען דאס איז ממש פאר מיר,

און יא יעצט בין איך דא, און יא איך קען! און איך וועל בלייבן ריין און ערליך אי"ה

לעצט פארראכטן: כ"א תמוז התשע"ט 12:32 דורך יא איך קען!.

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י"ז אב התשע"ט 23:46 #258123

  • friend
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1059
  • האט שוין געלייקט: 342 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1021 מאל
  • קאָרמא: 12
Why is the book there ? For advertisement

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י"ח אב התשע"ט 14:50 #258158

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 605
  • האט שוין געלייקט: 2341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל
  • קאָרמא: 10
ניין עס איז דארט אז אויב איינער דארף הילף

אין קומט פינקט דארט אן זאל ער עס האבן צו ליינען

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? כ"ו אב התשע"ט 16:57 #258585

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 239 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל
  • קאָרמא: 7

וויאזוי בין איך אנגעקומען צו הד"א?
איך האב מיר זייער שטארק געמוטשעט אין א נקודה פון שלום בית, און אינמיטן א שמועס מיט מיין חתן רבי רופט ער זיך אן, דו האסט ערגעץ ווי דו קענסט אנקומען צו א קאמפיוטער? זאג איך אים גראדע יא, איך האב לעצטענס אנגעהויבן א ארבייט וואס איז ממש א קורצע צייט אבער איך האב א קאמפיוטער א גאנצען טאג (וואס אגב דעס העלפט אויך נישט), זאגט ער מיר איך האב עפעס וואס קען דיר העלפן, האב איך געפרעגט וואס איז דאס? זאגט ער מיר רוף מיר קומענדיגדע וואך, איך האב געמיינט אז דאס איז עפעס א סייט אדער ענליך וואס האט שיעורים אדער הילף פאר שלום בית. ווען איך האב אים געטראפן קומענדיגע מאל האב איך אים געפרעגט וואס איז געווארן מיט וואס די מג"ש האט געזאגט? זאגט ער מיר ניין עס איז נישט פאר דיר, און דא איז געווען די עקסטערע שמירה פון הימל אז איך האב אים נישט געגעלייבט נאר געפרעגט וואס איז דאס? זאגט ער מיר אז ער ווייסט נישט פארוואס ער האט מיר געזאגט פון דעם אבער עס איז נישט פאר מיר, האב איך ווידער געפרעגט וואס איז עס, האט ער מיר געזאגט אז עס איז א סייט וואס הייסט גארד יאר אייס און עס איז געמאכט פאר מענטשן מיט ניסיונות אין שמירת עינים וכדו', זאג איך אים מן הסתם האב איך געזאגט אז מיין מצב העלפט מיר נישט מיט מיינע ניסיונות, און אז עס קען יא זיין אז עס איז פאר מיר. די נעקסטע טאג האב איך אויפגעזוכט דעם סייט און געטראפן אז עס איז דא אין אידיש אויך און איך האב מיר איינגעשריבן און נאכן ליינען פאר א שטיק צייט און מיט חיזוק פון איינער פון די חבירים האב איך אריינגעשפרינגען שוין אין די ערשטע טאג אינעם 90 טעג רייזע און ב"ה איך האלט דא און איך האף בעזרת השם ווייטער צו ממשיך זיין

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? כ"ו אב התשע"ט 19:56 #258596

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1065 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 375
  • האט שוין געלייקט: 426 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
  • קאָרמא: 10

רבותי!!!
מיר האלטען שוין ערגעץ, די חתן רבי זאגט פון GYE, דאס איז א דערגרייכונג!!!!!!

יונגערמאן, שלום עליכם זאלסט האבן סייעתא דשמיא און הצלחה סיי און סאבערטי און סיי שלום בית.

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? ה' אלול התשע"ט 21:19 #259213

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 605
  • האט שוין געלייקט: 2341 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל
  • קאָרמא: 10

איך האב געזוכט שמיץ אויף אנליין .ביי א קאמפיאטער וואס האט א פילטער .אביסל איז מיר געלאנגען אביסל נישט.  מיט אמאל זעי איך א באשריבען פון שמיץ. איך בין געווארן זייער איקסייטעט.איך האב עס אויפגעמאכט אין דורך געליינט עס איז געוועין א באשרייבינג. פון א יונגערמאן וואס האט מיטגעמאכט אין איז געווארן אויפגעראכטן דורך gye . איך האב געטראכט לאמיר זעין וואס דאס איז.זוך געדרייט א שטיקצייט .הרב נטע'לע האט מיך געטרייט צו קאנטעקטן איך האב נישט געוואלט. זוך געשעימט,
איך האב זוך נאר געדרייט.נאך א א שטיק צייט ביז איך בין געווארן אריין געדרייט ב''ה

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? ט' חשון התש"פ 19:23 #261189

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 84 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 80
  • האט שוין געלייקט: 273 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 6
שטיי אויף געשריבן on י"ב שבט התשע"ו 12:57:
על פי הצעת החברים עפן איך אויף א טרעד, געווידמעט פאר אלע חשוב'ע מעמבער'ס אין אונזער קהלה נייע און אלטע,וואו מען וועט קענען מיטטיילן וויאזוי דער מסבב כל הסיבות האט אים אהערגעברענגט צו אונזער סייט.
די תועלת איז דערפון איז געוואלדיג, אז מיר זאן אנערקענען די אומגעהויערע ליבשאפט וואס אונזער טאטע און הימל האט צו אונז אלע פארבלאנדזשעטע שעפעלעך. און ווי שטארק ער קוקט ארויס און שיקט אונטער אומצאליגע אופנים און געלעגנהייטן אז מיר זאלן זיך קענען ארויסזעהן פון אונזער פראבלעם, און צוריקקומען אהיים.
טייערע חברים, נעמט ארויס אייער פעדער און לאזט אייך הערן...

לעצטענס זענען צוגעקומען א שיינע פאר פרישע מעמבערס.

אויב איר קענט ביטע לאזט אייך הערן ווי אזוי איר זענט אנגעקומען דא

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? ט' חשון התש"פ 21:06 #261190

  • Pupa tzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל
  • קאָרמא: 2

איך האב עפעס געסירטשט (גראדע פאר נישט גוט'ס) און איינע פון די זאכן וואס איז ארויפגעקומען איז געווען 'היט דיין אויגען'.  בשעת מעשה האב איך געסעיפט אלס באאקמארק, אז ווען כ'וועל וועלן זאל איך וויסען ווי צו גיין. נאך א היפשע שטיק צייט בין בה געקומען צום שכל און זיך אויפגעסיינט. און בה היינט בין איך דא

כ'וועל נאר זאגן איין ווארט ר. מיין גרויסער טאטע האט מיר אינזין געהאט נאך בשעת איך בין געווען טיף פארסינקען

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? ט' חשון התש"פ 21:10 #261191

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 67
  • האט שוין געלייקט: 109 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
  • קאָרמא: 8
Pupa tzadik

די  זאגסט אזווי גוט מען זאגט אזוי ר"ה 
עד יום מותו תחכה לו אם ישיב מיד תקבלו

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? ט' חשון התש"פ 21:45 #261194

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 168 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 1238
  • האט שוין געלייקט: 2390 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2186 מאל
  • קאָרמא: 33
Pupa tzadik געשריבן on ט' חשון התש"פ 21:06:

איך האב עפעס געסירטשט (גראדע פאר נישט גוט'ס) און איינע פון די זאכן וואס איז ארויפגעקומען איז געווען 'היט דיין אויגען'.  בשעת מעשה האב איך געסעיפט אלס באאקמארק, אז ווען כ'וועל וועלן זאל איך וויסען ווי צו גיין. נאך א היפשע שטיק צייט בין בה געקומען צום שכל און זיך אויפגעסיינט. און בה היינט בין איך דא

כ'וועל נאר זאגן איין ווארט מיין גרויסער טאטע האט מיר אינזין געהאט נאך בשעת איך בין געווען טיף פארסינקען



שלום עליכם "פאפא צדיק".
פארוואס זאלסטו זאגן נאר איין ווארט? זאג מער! קום אריין מאך דיך היימיש און רעד אסאך.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י' חשון התש"פ 00:13 #261208

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 246 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1482 מאל
  • קאָרמא: 26
ich vil zan ehrlich געשריבן on ט' חשון התש"פ 21:45:

Pupa tzadik געשריבן on ט' חשון התש"פ 21:06:

איך האב עפעס געסירטשט (גראדע פאר נישט גוט'ס) און איינע פון די זאכן וואס איז ארויפגעקומען איז געווען 'היט דיין אויגען'.  בשעת מעשה האב איך געסעיפט אלס באאקמארק, אז ווען כ'וועל וועלן זאל איך וויסען ווי צו גיין. נאך א היפשע שטיק צייט בין בה געקומען צום שכל און זיך אויפגעסיינט. און בה היינט בין איך דא

כ'וועל נאר זאגן איין ווארט מיין גרויסער טאטע האט מיר אינזין געהאט נאך בשעת איך בין געווען טיף פארסינקען



שלום עליכם "פאפא צדיק".
פארוואס זאלסטו זאגן נאר איין ווארט? זאג מער! קום אריין מאך דיך היימיש און רעד אסאך.

גא"מ

איך בין נישט קיין פוסק, און נישט קיין מכריע. ווען איך שרייב עפעס איז עס בדרך כלל נאר מיטגעטיילט מיין ערפארונג און איך בין קיינעם נישט מחייב אנצונעמען מיין מיינונג, אויב מ'וויל קען מען עס פרובירן און זען צו ס'ארבעט, און איך האב נאכאלץ דער פולסטער רעספעקט און כבוד צו א צווייטנ'ס מיינונג אפי' עס איז אנדערש אדער מחולק מיט מיין מיינונג.

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י' חשון התש"פ 03:10 #261220

  • Dac2813
  • איצטיגע שטרעקע: 18 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 76
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 172 מאל
  • קאָרמא: 15

ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן ווען מוצאי ראש השנה נאך א לעכטיגע געהויבענע יום טוב, האב איך מיר נישט געשפירט גוט מיט מיר אליין, איך האב נישט געוויסט וואס האט מיר געטריגערט, אבער איך האב מיר געטראפן פלוצלונג מתפלל זיין צום טאטן אין הימל, רבש"ע איך בעהט נישט אויף גארנישט נאר געב מיר א יאהר מיט שמחת חיים, א יאהר וואס איך זאל שפירן גוט מיט דיר, און גוט מיט מיר אליין, איך האב מיר גוט אויסגעוויינט און נאכדעם האב איך געשפירט אסאך בעסער.
אבער אביסל שפעטער איז דער זויערע געפיל צוריק געקומען, און עס איז געווארן ערגער און ערגער, ביז איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס ציט מיר נסיונות אין עניני קדושה, איך האב מיר אויסגערעדט צו א חבר מיינער, אז עס איז מיר זייער שווער, האט ער מיר געזאגט אז אינטרעסאנט ווייל ער האט געהאט די זעלבע מעשה, און זייט נאך ראש השנה מוטשעט ער זיך געפערליך.
אפאר טעג שפעטער האט ער מיר גערופן דערציילן אז ער איז געוואויר געווארן פון הד"א, און איך האב מיר ארויפגעסיינט דערויף.
ב"ה איך שטיי שוין היינט ביי 15 טעג, דער אויבערשטער זאל מיר באגלייטן ווייטער, און מיר העלפן אז איך זאל קענען טוהן די ריכטיגע שריט וואס פעלט אויס פאר מיר.

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י"ב חשון התש"פ 05:32 #261245

  • הייליגע נשמה.
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
  • קאָרמא: 2

איך פלעג אדורך פאלן כסדר, אבער אייביג פלעג איך גלייך סטאפן פאר א וואך צוויי, במילא פלעג איך גארנישט טיהן וויל איך האב מיר אנגעקיקט אלס א עוורעדזש אינגערמאן, ביז איינמאל בין איך אריין אין דו תאווה ראשו ורבו פאר א לאנגע צייט, אין דאס האט מיך שוין ממש צושאקלט ווייל איך האב מיך געזען אלס פארפאלענער אן קיין שום קאנטראל אויף מיר אין ווער ווייסט צו איך וועל נאך אמאל ארויסקריכן פון דעם, האב איך געעפענט מיין מויל צו אונזער טאטע און הימל, און געבעטן הילף צו טרעפן א וועג ארויס פון דו בלאטע, למעשה נאך יענע טאג האב איך געטראפן א חבר און "פונקט" האט ער דערמאנט דו סייט GYE, איך האב געפילט ווי דו באשעפער האט מיך פשוט געענטפערט אויך מיין תפילה, בין איך געגאנגען מיט איין שמחה אז דאס איז עס איך האב געטראפן דו וועג ארויס, למעשה פון יענעם טאג קום איך ארויף אויף דע סייט כמעט יעדן טאג און ברוך השם בין איך קלין פון יענעם טאג, דו אייבישטער זאל העלפן ווייטער, און איך בעט דעם אייבערשטן אז איך זאל אנקומען צו 90 טעג (און ווייטער) אין אויב איך גיי נאכאמאל דורכפאלן זאל איך נישט ווערן צוקלאפט נאר זיך גלייך צוריק אויפשטעלן און אנהייבן נאכאמאל צו ציילן מיינע ימים נקיים

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? י"ב חשון התש"פ 15:11 #261256

  • יונגערמאן
  • איצטיגע שטרעקע: 82 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 239 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל
  • קאָרמא: 7
Dac2813 געשריבן on י' חשון התש"פ 03:10:

ביי מיר האט זיך עס אנגעהויבן ווען מוצאי ראש השנה נאך א לעכטיגע געהויבענע יום טוב, האב איך מיר נישט געשפירט גוט מיט מיר אליין, איך האב נישט געוויסט וואס האט מיר געטריגערט, אבער איך האב מיר געטראפן פלוצלונג מתפלל זיין צום טאטן אין הימל, רבש"ע איך בעהט נישט אויף גארנישט נאר געב מיר א יאהר מיט שמחת חיים, א יאהר וואס איך זאל שפירן גוט מיט דיר, און גוט מיט מיר אליין, איך האב מיר גוט אויסגעוויינט און נאכדעם האב איך געשפירט אסאך בעסער.
אבער אביסל שפעטער איז דער זויערע געפיל צוריק געקומען, און עס איז געווארן ערגער און ערגער, ביז איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס ציט מיר נסיונות אין עניני קדושה, איך האב מיר אויסגערעדט צו א חבר מיינער, אז עס איז מיר זייער שווער, האט ער מיר געזאגט אז אינטרעסאנט ווייל ער האט געהאט די זעלבע מעשה, און זייט נאך ראש השנה מוטשעט ער זיך געפערליך.
אפאר טעג שפעטער האט ער מיר גערופן דערציילן אז ער איז געוואויר געווארן פון הד"א, און איך האב מיר ארויפגעסיינט דערויף.
ב"ה איך שטיי שוין היינט ביי 15 טעג, דער אויבערשטער זאל מיר באגלייטן ווייטער, און מיר העלפן אז איך זאל קענען טוהן די ריכטיגע שריט וואס פעלט אויס פאר מיר.


דער חבר איז אויך דא? ער ווייסט ווער די ביסט?

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: וויאזוי זענט איר אנגעקומען צו הד"א? נעכטן 04:07 #261354

  • געש
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • לאמיר זיך שטארקן
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 1

ווען איך האב געהאט צייט בין איך געגאנגען אויפן קאמפיוטער און געזוכט ......
לעצטענס האט די משוגעת געזאגט אז מדארף זוכן אויף אידיש היימישע ......
און אזויווי איך זוך קומט ארויף נאכאמאל און נאכאמאל היט דיינע אויגן 
נו ממוז אריינגיין אבער אפשר איז עס סתם מוסר .....
נו מגייט אריין און די הארץ פלאצט וואאאאאו
און די רעס"ט איז היסטער"י

זיי פרייליך אז דו ביסט א איד

לעצט פארראכטן: נעכטן 04:09 דורך געש. אורזאך: פעלט א אות
  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 0.60 סעקונדעס

Are you sure?

יא