ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אברעמעל'ס טאגבוך 13080 באזוכער

אברעמעל'ס טאגבוך ו' ניסן התשע"ח 23:47 #248079

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

שלום וברכה מיינע ליבע ידידים, כ"א בשמו הטוב, און דא מיין איך דעם ריכטיגן אומפארשלייערטן נאמען, יבורך.

יראתי בפצותי שיח להתחיל, נאך צענדליגער יארן וואס איך בין פון די ראשי המדברים, מויל-מאכערס בלע"ז צווישן מיינע חברים וידידים, מיט וועמען איך טוה כסדר פארברענגען, הן בע"פ זיצנדיג איבער א טעלער קושקע ביי א וואכנאכט, אדער אין שוהל דרייענדיג די דיקע פיאות לאקן איבערן שטערן מיט א קאווע צו דערזייט, און וואו נישט… והן בכתב שרייבנדיג תשובות מאהבה צי דורך אימעיל, טשעט, צו דורך אנדערע פלאטפארמעס, די היימישע און די מער-היימישע, צי דורך די פארשידענע סאציאלע מידיע וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין אין אזא 'מקום קדוש', א.א.וו. נאכן אזויפיל יארן זיך דרייען מיט אזא צהלתו בפניו, און אנשטעלן א פנים פון שלו' עלי נפשי, און זיך אהערשטעלנדיג אלץ עימיצער וואס זיין ריין און לויטער איידל הארץ איז עלערגיש צו ס'מינדעסטע עוולה, וכו' וכו',  איז יעצט ענדליך געקומען די צייט זיך צו באקענען, און זאגן העלאו צו מיינע 'אמת'ע' חברים, מיינע באליבטע ידידים, מיינע פריינד וואס קענען און פארשטייען מיך באמת, מיינע אחים לצרה, מיינע שותפים וואס שמאכטן אין די זעלבע טורמע ווי מיר, יעדער אין זיין אפגעזונדערטע צעל, אבער שרייען די זעלבע הוציאה ממסגר נפשי, די וואס זענען זיך משתתף צוזאמען מיט מיין במסתרים תבכה נפשי. דאס ערשטע מאל, און יא טאקע דאס ע-ר-ש-ט-ע מאל, וואס איך ברעך די אייז, די פארפרוירענע אייז וואס האט זיך אנגעלייגט ארום מיין צובראכן הארץ דורכאויס מיינע אלע יארן, און איך בין ריכטיג מכיר את מקומי, און איך שטעל זיך אריין צווישן די הייליגע חבורה, און איך נעם אנטייל אין דעם אומגלויבליכן איש את 'רעהו', זיין עכטע חבר, 'יעזורו', הן דורך אויסהערן און מיטפילן מיט א צווייטן און הן דורך מיטטיילן און ארויסשטעלן אויפן פלאטפארמע מיין פעקל, 'ולאחיו', די חשובע אחים לצרה ואחים לדעה, יאמר חזק חזק ונתחזק.

דער אמת איז, איך דריי זיך שוין ארום אין די געגענט פון הדא א שטיקל וויילע, אנגעהויבן האב איך בלויז דורך שטיין פונדרויסן און אריינקוקן דורך א שפאלט, טראכטנדיג\פאפנדיג נעע דאס איז געמאכט פאר די… ווייסט וואס איך מיין… דע… יוש כ'קען נישט טרעפן דעם ווארט, בקיצור אין איין ווארט: נישט פאר דיך 'אברעהמעל', פאר דיר וועט שוין גארנישט נישט העלפן! (איינער קען פון ערגעץ דעם סטעיטמענט?…) אבער דער גוטער באשעפער האט מסבב געווען אז אברעהמעל זאל כאפן נאך אפאר געזונטע ירידות לצורך עליות, וואס דאן האט שוין דער מלאך רע בעל כרחך מודה געווען אז ס'איז צייט אנצורירן די קלאמקע פון דעם הדא געביידע, און זיך זעהן אריינצובאקומען, וכך עשיתי, און כעת האלט איך שוין נאכן זיך דרייען אין די קעלערן פון הדא פאר עטליכע טעג, און אינצווישן געבן און באקומען עטליכע ווארעמע גלעטעלעך און קלעפ אין רוקן דורך פארשידענע טשעט פענסטערלעך, זה בכה וזה בכה, מיין קאנטעקט ליסט פון מיין פריש געעפענטע אימעיל אקאונט איז פארפלייצט געווארן מיט אזויפיל ווארעמע אפענע ארעמעס וואס זענען מיר גרייט צו געבן א האנט אנצוקומען צום דרך הישר, אבער פארט האב איך זיך נישט געקענט ברענגען צו ארויפקומען דא אויפן פלאטפארמע, מחמת סיבות שונות הידועים ליודעים. אמנם נאך א לענגערע שקלא וטריא אויף טשעט מיט ידידי היקר הרב הייליגע שליט"א, זענען מיר געקומען צום מסקנא אז דא אין הדא מוז מען אוועקלייגן אלע חשבונות און ארויסגעבן אלעס וואס זיצט אויף אונזער הארץ, ולא יאמר לכשאפנה ווייל שמא לא תפנה...

נאך א רייע פון פולע זיצונגען צווישן דעם דרויסנדיגן איידל-אויסזעהנדן צהלתו בפניו'דיגן אברעהמעל, און די אינעווייניגסטן פארגרעבטער\פארווייטאגטער אבלו בליבו'דיגער אברעהמעל, איז געבליבן, אז יעבור עלי מה, ס'מוז געטון ווערן שריט, אברעהמעל מוז זיך ארויסגעבן פאר יעדע פרייז, אלקים ברא את האדם ישר מיט א ריינע נשמה וואס איר עגרידיענס ערלויבט דורכצוגיין בלויז 'איין' עולם הזה, און דערנאך דורך דעם פרוזדור צוצוקומען צו איין עולם הבא, און ס'איז פשוט נישט בכוחינו אנצוגיין מיט א לעבן פון צוויי עולם הזה'ס א דאבע"ל ליי"וו, און ווער ווייסט וואספארא עולם הבא… דאס אומגיין מיט אזא מהלך האט שוין געברענגט אין עבר און ברענגט בהווה א פשוט'ע חורבן, אזש ס'בלייבט א תוהו ובוהו פון אלע עולמות, העולם חשך בעדי…

ויאמר אברעהמעל ויאמר הנני, אז מ'האט אזוי באשלאסן, דארף מען דאך מקיים זיין, אבער, אבער דער גרויסער א-ב-ע-ר וואס פאניגט מיר שוין די לעצטע צענדליגער יאר: אברעהמעל, אבער דער עולם וועט דאך געוואויר ווערן... דיינע חברים וועלן אויפהערן רעדן מיט דיר, זיי וועלן בלויז רעדן וועגן דיר… וויאזוי וועסטו פעיסן דיינע ברודערס און שוואגערס וואס וועלן באלד לעזן דיינע שורות… אברעהמעל דיין אמת'ער פרצוף וועט דאך נתגלה ווערן!!!!... דעריבער טייערע באליבטע חברים, ס'זאל ענק נישט באדערן אז כ'גיי מיך אפאר מינוט אויסשמועסן מיט די אלע פון וועמען איך האב מורא, און כ'זאג אייך צו אז ווען זיי וועלן שוין זיין 'פארשלאפט' וועל איך זיך היימיש מאכן מיט ענק, אבער 'היימיש' מאכן…

צום ערשט מיין ליבער חבר יענקל, מיט וועם איך פארברענג אזויפיל צייט אויף טשעט, ביהמ"ד, מקוה, שוויץ, אדער מיין חברותא מיט וועם איך לומדות ארום צופרי און ביינאכט: איך בין זיכער אז ווען דו גייסט דא אריינוואנדערן משום איזה סיבה שהוא, 'גייסטו' דערקענען מיין שריפט! וויפיל איך זאל זיך נאר פראבירן צו פארשטעקן, גייסטו מיך כאפן ביי די מעשה. פינטל. יעצט אזוי, אויב האסטו דא אריינגעוואנדערט לצורך עצמך און זיך נארוואס איינגעשריבן מיטן ציל צו זיכן אייגענע הילף, נו אויב אזוי, מזל טוב! זענען מיר דאך אצינד געווארן סאך נענטערע חברים… אצינד קענען מיר זיך געבן אן אמת'ע ווארעמע האנט, מיט די זעלבע ווארעמקייט וואס דו האסט, און דו גייסט ווייטער באקומען פון אלע אנדערע חברים דאהי, און לאמיר זיך וואונטשן הצלחה איינער דעם אנדערן, און איך געב דיך דא בשער בת רבים מיין גרייטקייט דיך צו העלפן מיט סיי וואס דו ברויכסט נאר לאורך הדרך. ווידער טאמער ביסטו דא אלץ גאסט וואס אבזערווירט פונדערהייך דיינע געפלאגטע ברודער, לראות בסבלותם, און יעצט ליינענדיג און דערקענענדיג מיין שריפט ווערסטו געכאפט אין שאק, וואס?! א-ב-ר-ע-ה-מ-על-ל???!!! אויף דיך איז די לעצטער אויף וועם כ'האב געגלייבט אזא מעשה!... איז ממה נפשך, אויב קוקנדיג דא צווישן די שורות שפירסטו זיך היימיש, דאן איידער דו גייסט מיך בארעדן אפילו צו דיר אליינס, דריי א רגע אויס די שפיגל צו דיר… יעצט כ'ווייס וואס דו טראכסט יעצט: מילא איך, איך בין דאך איך, און איך, נו וואס? בקיצור ס'איז איך, אבער אברעהמעל?! סארא נידערטרעכטיגער טו-פעיסער ער איז… איז דיר קען איך בלויז בעטן, אז איידער דו נעמסט ווייטער'דיגע שריט, קליק נאך אביסל ארום דא צווישן די טרעדס איך גלויב אז ערגעצוואו וועט עפעס קליקן צו דיר, און דאן וועסטו קענען צוריקגיין צו אנפאנג פון דעם פאראגראף. ווידער טאמער שפירסטו באמת נישט דא דיין פלאץ דו האסט בלויז אהערגעוואנדערט זיכנדיג צו 'דאונלאודן א גליון' לכ' שבת, און פערצופאל האסטו אויף א וועג געמאכט דיין וועג אהער, איז קעגן דיר בין איך באמת מאכטלאז, איך קען דיך בלויז בעטן אלס דיין געוועזענע גוטע חבר, אז צווישן די גליונות וואס דו טוסט דא דאונלאודען, זאלסטו אויך דאונלאוידן דעם הדא האנט בוך, און זיך באקענען אביסל מיט דיין חבר'ס סטראגעל, און אזוי האפנטליך צו באקומען דעם ריכטיגן בליק אויף אים און אויף אלע זיינע חברים יושבי חושך וצלמות וואס איז יצרם גדול מיצרך…

און יעצט צו די וואס קענען מיך פון דערווייטנס, און איך קען זיי אדער יא אדער נישט, און ביז דאן האבן זיי מיך רעספעקטירט, און נישט גע'חלומ'ט אז איך געהער אויך צו די קרייז, וויל איך דיך פארציילן נייעס אויב דו ווייסט נאכנישט, אז דער וועלט און כ"ש יענע וועלט איז פול מיט סופרייזעס, און דו קענסט נישט וויסן וויפיל נאך פון דיינע ארומיגע זענען אויך א חלק פון דער קהלה, דעריבער איידער דו טוישסט מיין סיט פון די עליונים קאטאגאריע צו די תחתונים, זאל ביי דיר קלינגען אין אויער דעם מאמר חז"ל פון עליונים למטה ותחתונים למעלה, און די נעקסטע מאל וואס דו באגעגנסט מיר זאל זיך דיך דאכטן ווי דו וואלסט מיר אקורשט געטראפן אין דעם ביקור חולים שטובל אין שפיטאל ווען דו ביסט דארט פאר א שמחה, און דו ווערסט איבערגענומען ווען דו זעהסט אז דיין באקאנטער מוטשעט זיך מיט א קרענק וואס קיינער ווייסט נישט פון, און גענוי וויאזוי דו וואלסט דעמאלטס געטראכט, און געעקט, גענוי אזוי זאלסטו דאס באהאנדלען וד"ל, און טאמער ביסטו פון די וואס האבן נישט קיין שכל אין אזא מצב, האסטו דאך אויך נישט קיין שכל יעצט ווען איך שרייב צו דיר, דאן איז טאקע בעסער אז דו האקסט אפ פון מיר…

און צו מיין ברודער, שוואגער, אדער קאזין וואס זענען נאך כעת אונטער שאק, טרעפנדיג זייער פעמעלי מעמבער אין אט דעם קלאב, צו אייך האב איך איין מעסעדזש: אתם ידעתם את כל התלאה אשר מצא את אחיכם, און איך גלויב שווער אז איך פארצייל ענק דא עפעס נייעס, און כ'בין כמעט זיכער אז איר גייט דורך די זעלבע אדער ענדליכס, און יא אפילו דיך מיין איך אויכעט, דעריבער שפירטס זייט מוחל די זעלבע וואס איך וואלט ווען געשפירט ווען איך וואלט געווען דער מוצא אנשטאט דער נמצא, און חוץ א קאפיטעל תהלים מיט א מיטגעפילישער געוויין, ערווארט איך גארנישט מער פון אייך.

און יעצט איין ווארט צו די ענגע קרייז פון בני גילי, פאר וועם איך פארצייל בכלל נישט קיין נייעס, די וואס ווייסן ליידער יא מיין אמת'ע פרצוף פון 'אייגענער ערפארונג', פון ווען עטץ האטס ענק באקענט מיט מיר אדער איך האב זיך באקענט מיט ענק בין תנור לכרים אין די ימי הבחרות, איך בעט ענק ברחמים, לערנטס אייך אפ פון מיר, און אנערקענט אויך ענקער מצב, און אנשטאט מיך באשולדיגן און אנווארפן ענקער מצב אין מיר, געדענקט אז איך בין אין ערגעץ נישט אנגעקומען ווען איך האב ארויפגעווארפן מיין ביטער פעקל אויף ענק… און שליס דיך אויך אן צוזאמען מיט מיר אין די חבריא, און לאמיר צוזאמען באחדות אויסשרייען דעם הושענא נפש מבהלה…

און יעצט צום שלוס, טאמער ליינסטו נאך די שורות, און דו האסט זיך נאכנישט געטראפן דא דאן הייב אויף א האנט… אדער הייב פיס פון דאנעט…

און מיט דעם האב איך געענדיגט מיין הקדמה'לע (משום והייתם נקיים: די 'לע' איז צוגעלייגט מחמת חביבות נישט צוליב איר 'קליינעם' סייז), און איך באדאנק זיך זייער פאר ענק מיינע אמת'ע חברים וואס האבן אויסגעווארט מיט דרך ארץ מיין גאנצע דיאלאג מיט מיינע ביז היינטיגע באקאנטע, און יעצט, מיט א רואיגע געמוט לאמיר זיך צוזאמען זעצן צום רינדיגן טיש און אנגיסן א גלעזעלע טיי אדער קאווע, לויט דיין געשמאק, און לאמיר זיך צונויפשמועסן לחזק ולהתחזק...

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 00:40 #248081

  • 5050
  • איצטיגע שטרעקע: 558 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 251
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל
  • קאָרמא: 7
wow קיק וואס קימט דא עס איז ממש א ברכה צימאכן איך קען נאך נישט כאפין מיין אטעם פין ליינען דיין פוסט דער אייבשטער שיקט אריין אין אינזער חבירה פיו די שענסטער אין די בעסטער  
אין צי אלע שוואכער שרייבערס אזוי וי מיך וויל איך זאגין מען דארף נישט מורה האבין צי שרייבען אפי' עס קימט  א זאכע פארפעשניל שרייבערס איך וועל וייטער זיין דא ענק צי מחזק זיין 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 00:56 #248082

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

ידידי הרב 5050: לאמיר זיך נישט פאפען, ווען ס'קומט צו אונזערע מצבים איז פראפעשענאל געשרייבאכץ ווערד זילטש! איך ווייס דאך יא וואס באהאלט זיך אונטער די 'פראפעסיאנאלקייט'… כ'קען דיך איין זאך זאגן, און גלייב מיר בנאמנות, אז ווען איך נויטיג זיך אין א ווארעמע האנט, זענען די א.ג. אומפראפעסיאנאלע געשרייבעכץ ווערד א מיליאן מאל מער! אין אזא צייט ווערן אלע פראסיאנאלע ווערק אינדערזייט געלייגט, און איך וועל ענדערש גריבלען צווישן די וואס גיבן ארויס זייער מיטגעפיל מיט א ריין הארץ, וואס שרייט ארויס מיטן גאנצן ריינקייט פון צווישן די צעבראכענע אומפראפעסיאנאלע האנט ארבייט!

אדרבה, די חיזוק דארפן גיין טאקע צו די פראפעסיאנאלע שרייבער, אז זיי זאלן קענען מיט זייערע אמת'ע געפילן איבערשרייען זייער פראפעסיאנאליזם, און זיך קענען ריכטיג ארויסגעבן סיי אויף צו נעמען און סיי אויף צו געבן.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 03:26 #248085

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1555 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 422
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1115 מאל
  • קאָרמא: 20

שלום עליכם אברהם!
די שרייבסט הערליך יא שרייבן העלפט נישט אונעם נסיון אבער נעם די קאמפלעמענט as is .
אויך דיין מהלך המחשבה איז געוואלדיג קוקענדיג און צו נעמען א זאך ווי א ר׳ חיים.
די ביזט אויף א גוטע פלאץ, בלייב דא דריי דיר ארום, נעם-גיב חיזוק, שמיס דיר אויס מיט די הדא חברים (היילוג האמיר פארלוירען ב״ה פארן מקיים זיין ביעור חמץ).
לויף נישט אוועק אויב ח״ו זאכן גייען נישט ווי געפלאנט, ביי אונז ווערט מען נישט אראפגעקוקט פאר סיי וואס.
הצלחה רבה 
אויב איך מעג וויל איך דיר בעטן אז די זאלסט ניצן דיין לשון לימודים אויפצולעבן הדא דיינע טאלאנטען קענען זיין א הילף פאר די טהרה פון אנדערע.
ייש״כ למפרע 
היילוגע חיים

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 10:08 #248087

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 890
  • האט שוין געלייקט: 2047 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1068 מאל
  • קאָרמא: 29

שלום עליכם אברעמעל
אפי איך האב דיר שוין געגעבן פריוואט נעמסטו נאכאמאל אין פאבליק איא??

וואס זאל איך זאגן מה נאמר מה נוואבער (קוק ווי איך בין אנגעקומען) [נדבר]
איך בין שפראך לאז נאך אזא ווארעמע דרשה וואס האט מיר דא אפ געווארט היינט 
ניין איך בין נישט אזא שרייבער ווי דיר
און בכלל נישט קיין שרייבער
איך האף צי קענען הערן פין דיר נאך
און די זאלסט קענען משפיע זיין פאר אונז אלע
און שעפן פון אונז אלע 

נאכ'ן ליינען אזא דרשה בין איך שוין איבערצייגט אז די ביסט טאקע פון די חשובה אידן 
און די פראבלעמען מאכן זיך טאקע ביי אלע
עס בלייבט נישט איבער מער פון איבער ווינטשען מיינע פרידעגע ברוכת 
און מיר זאלן קענען שטייגן ציזאמען און גיין קעגען משיח ציזאמען ומלכּני בּרשני (וועלעכע?)
במהירה ובימנו אמן

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 10:11 #248088

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 189
  • האט שוין געלייקט: 394 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
  • קאָרמא: 1
חזק חזק!

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 10:37 #248089

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3

אברעמל שלום עליכם

די ביסט געוואלדיג גוט די דארפסט עפשער נישט מיין חזיק אבער די גייסט זיין א געוואלדיגע מזכה את הרבים סקען זיין אז די רבונו של עולם האט דיר געשיקט די ירידות נאר אהער צוקימען אין מיט דיינע קשרונות אינז אלע ארויסהעלפן צוזאמען מיט דיר השי"ת זאל דיר באגלייטן אין שיקן השפעות אויף דיין רייזע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 11:07 #248091

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 115 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1

א ווארעמע שלום עליכם אברהמ"ל!

מבין השיטין שרייט ארויס פון דיינע ווערטער, אז נאך לאנגע יארן פון זיך אויסקענען פון אלץ אין דער וועלט, און וואס נישט, 
וואס ס'טוט זיך ביי רעכל, און וואס ס'מאכט מעכל,

האסטו ענדליך באמערקט אז יא, ערגעץ אימיטן די גרויסע פילפארביגע בריאה, באהאלט זיך א נשמה'לע לויטער און ריין, אברהמלע, ער געפונט זיך אויך דא אויף דעם כדור הארץ...... מ'דארף טראכטן פון אים אויך.............. 

וויל איך דיר וואונטשן מזל טוב!!! פארן טרערפן דעם אמת'ן זיך, 

די דאזיגע מציאה איז א מציאה פאר אונז אלעמען,

דיין שריפט פון גאלד ווועט אודאי אונז אויפהייבן אסאך אסאך,

מיר מאכן א ברוך הטוב והמטיב, דיך צו טרעפן דא,

זיי אונז/דיך מחזק דא ביי אונז אין שטעטלע הד"א,

וישועתינו קרובה לבא.

החותם באה"ר כי בשמחה תצאו

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 12:09 #248094

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4
kosher געשריבן on ז' ניסן התשע"ח 10:37:

די ביסט געוואלדיג גוט די דארפסט עפשער נישט מיין חזיק


Kosher טייערער, אויף דעם אז כ'בין געוואלדיג גוט האב איך שוין דורכאויס מיינע צענדליגער יארן באקומען אסאך חיזוק, אבער אז איך קום דא אהער, איז מיין שריפט בלויז א סייד עפעקט, אבער יא בתוך עמי אנכי יושבת און מיר זענען אלע אנגעוויזן אויף גרויס חיזוק, און טאקע יא פון דיך און פון אלע אנדערע וואס געהערן צו דעם קרייז, די שענסטע און בעסטע חיזוק איז ווען עס קומט פון א הארץ וואס פארשטייט פערסענעל דעם מצב פון אייגענער ערפארונג, ומתוך דעם מצב שרייט ער ארויס דעם חזק ונתחזק, אפגעזעהן מיט וואספארא שריפט.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 12:21 #248095

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

כי בשמחה, פאר דיין ווארעמע ברוך הבא, קען איך זיך נישט באגענוגען מיט א בלויזער קליק אויפן דאנק קנעפל, נאר ארויפקומען דא אויפן סטעידזש און דיך באדאנקען מיט א פולן מויל.
דיינע ווערטער בלאזן אריין אין מיר א חיזוק צו ווייטער ציען דעם טאגבוך בעז"ה. ספעציעל ווען דו ליינסט ריכטיג ארויס די צווישן די שורות.
און בחדא מחתא ליין איך אויך צווישן דיינע שורות אז, טאקע א פראגע פון צייט, אבער סוף כל סוף וועלן מיר פון דיין ווארעם הארץ און אינהאלטסרייכע שריפט אויך פיל מער געניעסן, לאמיר ווארטן מיט שפאנונג.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 12:24 #248096

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 339 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1963
  • האט שוין געלייקט: 1100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3685 מאל
  • קאָרמא: 67

מאכסט א גוטן דזשאב מיט אים קיפ אן

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' ניסן התשע"ח 12:47 #248099

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3
אברהם העברי געשריבן on ז' ניסן התשע"ח 12:09:

kosher געשריבן on ז' ניסן התשע"ח 10:37:

די ביסט געוואלדיג גוט די דארפסט עפשער נישט מיין חזיק


Kosher טייערער, אויף דעם אז כ'בין געוואלדיג גוט האב איך שוין דורכאויס מיינע צענדליגער יארן באקומען אסאך חיזוק, אבער אז איך קום דא אהער, איז מיין שריפט בלויז א סייד עפעקט, אבער יא בתוך עמי אנכי יושבת און מיר זענען אלע אנגעוויזן אויף גרויס חיזוק, און טאקע יא פון דיך און פון אלע אנדערע וואס געהערן צו דעם קרייז, די שענסטע און בעסטע חיזוק איז ווען עס קומט פון א הארץ וואס פארשטייט פערסענעל דעם מצב פון אייגענער ערפארונג, ומתוך דעם מצב שרייט ער ארויס דעם חזק ונתחזק, אפגעזעהן מיט וואספארא שריפט.

אברעמל זאגט א געדאנק אז סוף סןף איז יעדער דא פאר די זעלבע מטרה אין פרעצאפאל קען איינער שרייבן אין איינער נישט אבער דא איז נישט א שרייב פארמעסט דא העלפט מען זיך איינער די צוויטען איש את רעהו יעזרו ולאחיב יאמר חזק

אמת אבער אברעמל איינער וואס קען גוט שרייבן איז א מתנה פין השם אין קען העלפען אנדרע מיט חזיק ישר כח פארן אינז געבן פין דיינע קשרונות

אין אגב פין דיינע ווערטער ברענגסטו ארויס גוט פארוואס נישט צו ארויפקימען דא אין מיט דעם אלעם קימסטו דא ארויפ זיך צו העלפן עס איז געוואלדיג

לעצט פארראכטן: ז' ניסן התשע"ח 12:48 דורך kosher.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט' ניסן התשע"ח 14:24 #248111

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3
אברהם העברי
אינז ווארטן געשפאנט 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט' ניסן התשע"ח 20:35 #248116

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4
kosher געשריבן on ט' ניסן התשע"ח 14:24:
אברהם העברי
אינז ווארטן געשפאנט 

איך ווארט אויך געשפאנט... ווי געשמועסט אין טשעט, האב איך דעם טרעד געעפענט על אפי ועל חמתי, פשוט אלץ א טרייב מיטל מיך צו פירן אפילו בלויז אויף אראפצונעמען דען מוילשלאס פון מיין פי האתון, ווייל פאר דעם איז אפילו פון דעם אויך קיין קלער געווען. אבער עם כל זאת דארף איך זיך נאך אביסל צוזאמקלויבן אויף צו פארן ווייטער, אבער סוף כל סוף גייט מען אהין אנקומען בעז"ה.

אפילו די 90 טעג קלאמקע האב איך אויך נאכנישט געהעריג אנגערירט, די אייז דארף זיך ערשט אביסעלע מער אויפלאזן. אבער ביז דערווייל פראביר איך זיך, ווי איר זעהט זיך צו האלטן אין דעם תחום, און האפנטליך נאכ'ן טיילן פאר מיינע חברים וועט זיך אין מיר אויך עפעס אנקלעבן אויף זיך צו קענען ארויפזעצן אויף די גראדע רעלסן בעזר שמו יתברך.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"א ניסן התשע"ח 22:24 #248200

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

איינטראגע #2 - אברעמעל: דו באלאנגסט יא דא!

אקעי טייערע חברים, קוקט אויס ענקערע תפילות זענען אנגענומען געווארן והא ראי' נאך ווינציגער ווי א וואך צירוק האט זיך אברעמעל ממש געצווינגען צו עפענען אט דעם טאגבוך, און היינט נאך א פולע טאג פון אנגעשטרענגטע ארבעט, זיצט זיך אברעמעל און ערלויבט זיך אפצוקלאפן א פרישע איינטראגע אין דעם שפאגל-נייעם טאגבוך.

וואס גייט היינט זיין די נושא? גלויבטס מיר ס'איז באמת נישטא קיין פלאן, נאר וואסזשע דען, ווי געשמועסט מאכן מיר אפט מיטונגען ביני לבין עצמי, יא אזויווי ענק אלע, האב איך געקלערט, אז אויב זיצן מיר שוין סייווי ביי איין טיש, פארוואס זאלן ענק מיינע נייע חברים נישט מיטהאלטן, ובפרט ווי איך פארשטיי און ווי כ'האב פארשטאנען פון די פארשידענע פידבעק, פלאגן מיר זיך אלע מיט איידענטיקעל צעמישענישן, מיר באהאנדלען די זעלבע נושאים כל אחד כפי דרגתו ביי זיינע פערזענליכע דיאלאגן, דעריבער שפיר איך אז ס'קען זיין א טובה אז איך לייג צו א קיבאורד און א מויז צו מיינע געדאנקען, ואולי וועט עימיצער פון די חברים האבן צוצולייגן פון אייגענעם ערפארונג, וזה נהנה וזה נהנה, נישט אזוי?

איז וואו האמיר געהאלטן? קודם יעצט נאכן אפשרייבן א פולער מפיגו-פחד'דיגער ארטיקל פאריגע וואך, מיטן ציל אפצואווארפן פון מיר, און פון אלע וואס הערן זיך אונטער, דעם נאטורליכע פחד ווען עס קומט צו שרייבן אין דעם נושא, וואס איז פשטות די טאפ-סיקרעט ביי אונז אלע, פארקלאפט מיט ציין און נעגל פון סיי וועלכע פרעמד אויג, וואס אונז אלע שפיר מיר אז ווען דאס גייט חלילה אויפגעדעקט ווערן, גיימיר באטאפן די אנדערע זייט צוים פונעם בריק… דעריבער ווען כ'האב זיך מיט מיינע דערשרעקער אויסגעשמועסט, איז מיר געוויס געווארן אסאך לייכטער אויפן געוויסן, ווייל מיינע חברים האבן זיך מיט מיר אלעמאל גוט פארשטאנען, דעריבער לייג איך עס אויפן חזקה אז דאס מאל וועלן זיי מיר אויך נישט אנטוישן, און ריכטיג פארשטיין און מיטפילן דעם מצב אונזערע.

נו אויב אזוי קענען מיר זיך שוין רואיג זעצן צום טיש און צוזאמען פראבירן צו ברעכן די קומענדיגע שיכט אייז.

סוי אברעמעלע, איידער מ'גיימיר אפמאכן וואס אונזער נעקסט סטעפ אויף הדא איז, צי ארייצונשפרינגען אין א 90 טאג סעסיע, אדער גאר אויפברעכן די פארהאקטע שלעסער ארום 'יענעם קעמערל' אין דיין העפי-לוקינג הארץ, לאמיר זיך קודם צוזאמנעמען און טראכטן א רגע וויאזוי און פארוואס האסטו בכלל דאהי אריינגעוואנדערט.

דו ביסט אהערגעשווימען קיין הדא, צוליב דעם וואס א געוויסע שטימע, אביסל אן ענליכע שטימע צו דיין געווענליכע שטומע, וואס באוואשט דיך שוין אין דיין סאבקאנטשעס, זינט יענע מינוט ווען דו האסט די ערשטע מאל זיך באקענט מיט דעם ביטערן טראפ וואס האט דיך אויף די סעקונדע זיס געמאכט אויף די געוויסן, און תיכף ומיד דערנאך דיך פארווארפן אין א כף הקלע פון ביטערע יאוש… אט דער שטימע הערט נישט אויף צו מאנען און שרייען און וויינען אברעמעלע אברעמעלע, ווען וועסטו שוין זיך רוקן צו דער שאלדער פון די 85 מ.פ.ש. הייוועי, און א קוק טון אויף דיין דזשיפיעס, צו זעהן צי דאס וואס דו פארסט און בלאנדזזשעסט אויף די זעלבע ראוד שוין צענדליגער יארן און דו ריקאלקאלעידסט אזויפיל מאל און דו קומסט נישט אן אפילו צו קיין פלעינע רעסט-עריע, צי איז דאס נאכנישט גענוג א באווייז אז ס'איז צייט צו מאכן א 180 דעגרי יו-טורן?! אט דער שטימע וואס גייט דיר צומאל אפילו אויף די נערווען, און דו האסט דאס שוין פראבירט שטיל צו מאכן גענוי אזוי ווי דו פראבירסט שטיל צו מאכן דיין יענקעלע ווען ער מוטשעט דיך בשעת א געשמאקע קאנווערסעשאן, אנפאנג דורך אים איינרעדן, אז באלד תיכף נאך דעם קאנווערסעשאן גייט איך הערן וואס דו זאגסט, און אין אונזער פאל תיכף נאכן נאך-איין-מאל פארזיכן דעם ביטערן טראפ גיי איך זיך אומקערן צו דיך, און דיך אויסהערן, אדער דורך אים פארשפילן מיט עפעס א טוי, און אין אונזער פאל, דורך אים אהינגעבן אפאר מצוה'לעך פון די 'אין לך אדם שאין לו שעה' קאסע, און מיט דעם אים אויפווייזן אז צדיק אני ושלו' עלי נפשי, אדער גאר דורך א שטרענגע בליק: יענקעלע זיי שוין שטיל! זעהסטו דען נישט אז טאטי איז פארנומען?! און אין אונזער פאל, ווען איך שריי אויף אים: פארפאלן, אברעמעלע האט זיך אט דעם וועג אויסגעקליבן און מיט דעם פארנומען, און דו, אויב קענסטו מיר נישט דעליווערן עפעס זיסערס, דאן שווייג! אט דער מיסטעריעזער שטומע, וואס איז אמאל שטילער און אמאל העכער און אמאל סאך העכער, האט דיך איינמאל נאך א שווערע גליטש אויסגענוצט דעם שוואכן\שטארקן מינוט און דיך אריינגעשליידערט דא, און הער יו אר, דא ביסטו, אביסעלע ווי א יון אין די סוכה, אדער א בעסערע משל ווי אברהם העברי אין הדא…

יעצט דו פרעגסט אוודאי, פארוואס יון אין די סוכה, שפירסטו דען נישט אז יעדער איינער, יא י-ע-ד-ע-ר איינער רעדט דאך אזוי צו 'דיין' הארץ, פון 'דיינע' ענינים, פון 'דיינע' געשיכטעס, און פון 'דיינע' מיטמאכענישן?!

דו ווייסט וואס כ'גיי דיך זאגן, כ'הייב אן טראכטן אז דו ביזט טאקע גערעכט, אין פאקט אויב קענסטו רילעטן צו יעדע געשיכטעלע, און אלע וואס האבן געהאט אן ענליכע געשיכטע צו דיר, שפירן אז זיי באלאנגען דא, מוז זיין אז אברעמעלע באלאנגט טאקע דא, און נישט סתם דא, נאר אויפן אויבנאן! איי פארוואס שפירט ער זיך אביסל out of place, דאס איז פשוט צוליב וואס דורכאויס די יארן האט זיך ביי אברעמעלע אין הארץ אויפגעבויעט א מויער, א חומה בצורה וואס איז צאמגעשטעלט פון יאוש, Denial, עבר ושנה, אחטא ואשוב, און קאלטקייט צו דער גאנצער ענין, וכו' וכו' וואס צוליב דעם פילט נישט אברעמעלע גענוג סיבה אז מ'דארף עפעס טון תכלית, ווייל פארוואס זאל איך ציילן 90 טעג ווען ממה נפשך, בין איך נישט קיין מצב פון א נסיון, דאן האב איך אפילו נישט וואס צו ציילן, ווידער אויב בין איך אין א מצב פון זיך אנפרעסן טאג נאך טאג לתיאבון מיט אלע מינע איבלען, דאן פארוואס זאל איך ציילן, קודם כל כ'שפיר קוים אז דאס איז א פראבלעם, ווייטער אויב איז דאס א פראבלעם, האב איך גלייך שתי תשובות בדבר (און דא קענען אלע באטייליגטע מיטזאגן מיט מיר) איינס, איך גיי עס יעצט טון נאך איין מאל, און דערנאך גיי איך אפילו נישט דארפן ציילן, ווייל דאס איז דאך ס'לעצטע מאל, והשנית, וואס האב איך פון ציילן, כ'האב דאך שוין 'אן א צאל' מאל, געזאגט אז גענוג איז גענוג, און טראצדעם שטיי איך וואו איך שטיי.

יעצט אברעמעלע, לאמיך דיך פארציילן א סוד, זייענדיג א שטיקל מבין אויף דיין שריפט, האב איך ארויסגעליינט פון צווישן די שורות פון די פריערדיגע פאראגראף דריי פאקטן: יאוש, יאוש, און יאוש.

נו אויב אזוי איז דאך לאחר יאוש, נו וואס האב מיר דען צו טאן?... אבער לאמיר קלאר מאכן איין זאך אברעמעלע: די מויערל פון וואס דו האסט פריער גערעדט, האסטו אליינס אויפגעבויעט, ניין איך באשולדיג דיך יעצט נישט נאכאמאל אזויווי איך באשולדיג דיך אלעמאל, איך וויל דיר נאר קלאר מאכן אז דו האסט דאס אויפגעבויעט מיט די אייגענע האנט נישט צוליב שלעכטיגקייט, נישט צוליב דעם וואס דיינע מלמדים האבן דיך בא'טיטל'ט אלץ רשע, ניין נישט צוליב דעם, דו האסט דאס אויפגעבויעט פשוט און פראסט כדי דו זאלסט קענען סורווייוון, כדי זאלסט קענען חתונה האבן און פירן א נארמאלער לעבן פון אויפשטעלן געזונטע ערליכע דורות, און דיין רצון דערצו איז געווען אזוי פעסט, אז דער מויער וואס דו האסט אויפגעבויעט איז סאך סאך שטערקער פון טראמפ'ס מעקסיקא וואנט, דו ביסט דיך ממש מוסר נפש אז קיין איינער זאל דאס נישט איינברעכן, נישט דיין בני בית, נישט קיין טערעפיסט, און כ"ש נישט דו אליינס. אבער אברעמעלע, וויסן זאלסטו אז וויפיל דו ווילסט נאר קענען סורווייוון, גייסטו און דו טוסט זיך כסדר אנשטויסן דערין, דו סטראגעלסט וועגן דעם, יא, ס'פאסט דיך אפשר נישט, אבער יא דו אברעמעלע, וואס האלט זיך אלץ דער געזונטסטער מענטש אויפן כדור הארץ, צי דו ווילסט אדער נישט, דו סטראגעלסט! און אויב וועסטו נישט איינמאל פאר אלעמאל אנשטאט שטערקער מאכן דעם עקשנות'דיגן מויער, עס צוביסליך צונעמען, דורכ'ן אויסהיילן די אלע באשטאנדטיילן וואס האלטן איר אן, גייסטו נישט ארויסקריכן פון דיין עולם חשך'דיגע וועלט אין וואס דו וואלגערסט דיך שוין פאר די לעצטע צענדליגער יארן.

לאמיר זיך נישט פאפן, די סיבה וואס האט דיך אברעמעלע אהערגעברענגט, איז צוליב דעם וואס די אינערליכע אברעמעלע, דער ריינער אברעמעלע, דער אומשולדיגער אברעמעלע וואס רייסט זיך פאר יסורים פון די פולע אנשיקענישן מיט וואס זי איז געקלאפט און צעקלאפט געווארן דורכאויס די יארן, אט דער אברעמעלע שרייט צו דיר שוין מיט א הייזעריגע שטומע: גענוג זיך דערשטיקט! געב א קוק אזויפיל פון דיינע חברים האבן זיך שוין דורכגעדרייט הדא, און אנערקענט אין דעם ערשטן סעיף פון די 12 סטעפס, אז זיי זענען מאכטלאז, און דורכדעם איז זייער יאוש נעלם געווארן ווען זיי זענען צוגעקומען צום צווייטן סעיף, און אנערקענט אז מ'קען יא געהאלפן ווערן, ס'פעלט נישט אויף צו לעבן אונטער א מויער, מ'קען לעבן א חירות'דיגער לעבן, א לעבן אן א שמוציגע פארהויכטע וואלקן ארום דעם מוח, א לעבן וואס מ'זאל קענען רעדן א גראד ווארט צו א חבר, מיט א קלארע געוויסן אן אים זעהן פון אן אומאיידעלן פערספעקטיוו, און אויב אזוי אברעמעלע פארוואס זאלסטו נישט זיין א חלק אין דעם, פארוואס זאלסטו נישט איינמאל פאר אלעמאל זען אביסל לעכטיגקייט אין דיין לעבן?!

יעצט דו פרעגסט גוט, וואס זאל איך יעצט טאן? סיי וואס דו גייסט טון גייט דאך עס זיין מיט א מצוות אנשים מלומדה'דיגער צוגאנג, זאל דאס זיין אנהייבן ציילן, כ'האב יעצט נישט וואס צו ציילן ווי אויבנדערמאנט, ווידער זאל איך אנהייבן אויסגיסן מיין געשיכטעלע, פארוואס פאר ווען פאר וואו? פארוואס זאל איך זיך טרעפן פנים אל פנים מיט א מציאות וואס איך זיך אזוי צו אנטלויפן פון, ווען ס'איז מיר אזוי באקוועם וויאזוי איך בין יעצט?!

אוי אברעמעלע שוין ווייטער פארקריכסטו, לאמיך דיך נאכאמאל דערמאנען, קודם כל: דו ביסט נישט באקוועם! שתי ראיות בדבר, איינס, וואו ביסטו גאנץ לעצטנס געלאפן ווען זאכן זענען נישט געפארן וויאזוי דו האסט געוואלט?! מיט וואס האסטו זיך פראבירט צו בארואיגן?! שעמסט זיך צו זאגן, הא? ווייסטו וואס דו דארפסט טאקע נאכנישט אלעס פארציילן (ווייל די חברה פארשטייען אן דיין דערציילן), והשנית, אויב זענען די זאכן בסדר, פארוואס ביסטו גלייך נאכדעם געקומען צו לויפן צו הדא?! נו אויב אזוי געדענק, אז דאס און טאקע דאס איז גענוג באווייז אז דו ביסט יא אויפן ריכטיגן פלאץ, און דו דארפסט יא נעמען שריט! וועלכע שריט? דאס לאז פאר דיינע חברים וואס האבן זיך געדולדיג אונטערגעהערט דורכאויס דעם גאנצן דיאלאג אונזערע, זיי האבן האפנטליך גענוג פארשטאנען דיין מצב, גענוג אויף צו קענען צואווייזן דעם ריכטיגן וועג…

לעצט פארראכטן: י"א ניסן התשע"ח 22:24 דורך אברהם העברי.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ב ניסן התשע"ח 10:48 #248204

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3
אברעמעל איך וויל שרייבן אבער איך פיל אז יעדע ווארט איז איבריג בבחינות כל המוסיף גורע 
שרייב ווייטער מיר ווארטן דערויף אין סהעלפט אידשע קינדער זיך האלטן שטארק
KEEP IT UP  

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ב ניסן התשע"ח 10:58 #248209

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 115 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1

אלקי אברהם בעזרו, זיך צו עפענען אביסל, און מיט א מומחיות ארויסצולייגן אויפן טיש די אלע אינערליכע וויכוחים און געפיהלן, מיט וואס מיר אלע מוטשענען זיך ארום.
אחד היה אברהם...! וואס האט געמאכט א רעוועלוציע דא באנונז אין שטעטלע הד"א, יעצט איז די צייט אויף אברעמעלע זעלבסט, מיר ווארטן אויף פרישע סחורה.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ב ניסן התשע"ח 11:27 #248210

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4
kosher:

מיט דיין 'נישט שרייבן' געסטו מיר פיל חיזוק יא צו שרייבן...

כי בשמחה:
איך טוה זייער עפרישיעיטן דיין שטארקע עפרישיעשאן...

ווי אויך א הארציגן דאנק פאר אלע דאנקערס בעבר ובעתיד, ענקער קוועטש אויפן דאנק קנעפעלע קוועטשט מיך ווייטער צו שרייבן בעז"ה.

לעצט פארראכטן: י"ב ניסן התשע"ח 11:29 דורך אברהם העברי.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג ניסן התשע"ח 10:46 #248222

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

איינטראגע #3 – דערהערט דעם רוף

טייערע ידידים, כ'האב בכלל נישט געהאט אין פלאן, און כ'האב יעצט אויך נישט אין פלאן צו שרייבן א פרישע ארטיקל, אבער זייענדיג אונטערן רושם פון אן אינטערעסאנטער עפיזאד וואס איך האב ממש יעצט מיטגעלעבט, האב איך געקלערט אז כ'מוז נעמען די מי און עס דורכטראכטען דא אויף דעם פלאטפארמע, דא וואו איך האב זיך קובע מקום געווען צו 'טראכטן הויך' אין ענינים וואס מיינע קאלעגעס דא קענען געניסן פון.

הער אן אינטערעסאנטער זאך: אויפן פלאץ וואו מיין אפיס איז סטאנציאנירט דרייען זיך דורך אסאך מענטשן, אידן און להבדיל גויים, טייל פון זיי בין איך אין נאנטע פארבינדונג, און טייל בלויז א שאקל מיטן קאפ ווען מ'באגעגענט זיך, אבער מיט די להבדיל'ס האב איך על פי רוב גאנץ קנאפ שייכות. היינט אריינקומענדיג אין ביורא, קומט צו מיר צו א גוי, מיט וועמען כ'האב אפשר איינמאל אדער צוויי מאל אויסגעטוישט א קורצע טעקניקל ווארט און ער זאגט מיך ווי מ'רופט עס out of the blue בזה הלשון:

  You know, today is my fifth day that I’m completely sober, no marijuana at all! And look at me, I look so great, my body looks much better, and even my mood is excellent!

פארשטייט זיך איך האב אים אפלדירט מיט א גרויסע WOW, און כ'האב איך צוגעגעבן אז:

I’m worrying that in a few days I won’t recognize you…

 אבער איך בין נבהל ונשתומם, ווייל די לעצטע פאר טעג, זייענדיג אן 'אקטיווער חבר' דאהי אינעם שטעטל, שלאג איך זיך כסדר אין מחשבה, צי כ'זאל אנהייבן עפעס צו טון יעצט (איך בין א פראפעסיאנאלער אנהייבער, ווי לומד דרוקט זיך אויס), אהער און אהין, און דא קומט צו מיר א שמוציגער גוי, א יונגער דראג-אדיקט, מיט געמיינע אמביציעס, און רימט זיך צו מיר, עימיצער מיט וועם ער האט 0 שייכות, און ער טיילט מיט זיין פריוואטער סוקסעס אין זיינע שוואוילטאגן, און ברענגט ארויס ווי גוט ער שפירט און ווי בעסער ער קוקט אויס... איך שרייב נישט קיין ווארט ווייטער איבער דעם ווייל כל המוסיף גורע, און לאמיר נישט קאליע מאכן.

טייערע ידידים, איך גלויב אז כ'פארצייל אייך נישט קיין נייעס, איבער דעם גם בחושך ה' אור לי, איבער די פריוואטע קליינע גלעטעלעך און קליינע ליכטיגקייטן וואס אונזער באליבטער פאטער וואס ווארט אזוי אויף אונז, לייכט אונז אריין דא אין דארט אריין אין עומקא דתהום דארט וואו אונז סטראגל מיר, אזוינע געשיכטעלעך איז זיכער פארהאן אויף מערערע אופנים זה בכה וזה בכה, כל אחד אין זיין פערזענליכע סטראגל, אבער ליידער דער טמטום הלב גלייכט בעסער דאס צו באסטעמפלען אלץ א מקרה, א פערצופאל. דעריבער ווען ס'קומט אונטער אזא געשיכטעלע, טראכט איך צו מיר אזוי:

אברעמעל, דו רעדסט, דו שרייבסט, דו טיילסט חיזוק, און דו צייגסט א פרייליך פנים לכל עובר ושב, אבער ווען ס'קומט צו אט דעם פערזענליכע סטראגל, ווען ס'קומט צו דיר פריוואט, ווייסט קיינער נישט אין וואספארא טמטום אין יאוש דו ליגסט, נאר דער רבונו של עולם, דער אלקים הנראה ללבב, ווייסט און פארשטייט קלאר דיין מצב, און ער זעהט ווי שטארק דו וואלסט ווען געוואלט האלטן ביי דעם ווי דו ביסט מחזק אנדערע, וויפיל דו וואלסט ווען געוואלט וועלן ווילן אנצוהייבן א פרישע בלאט, א פרישע התחדשות, אריינשפרינגען פונדאסניי אין א געיעג נאך טהרה, ער דער רוצה בטהרתן של ישראל זעהט צו דיין צער, און זעהט צו מיט וויפיל קנאה דו קוקסט זיך צו צו דיינע חברים אין דיין מצב וואס טרייבן אויף אזויפיל ריינע טעג מיט פיל חשק און חיזוק, ואני עדיין לא מצאתי ידי ורגלי אין אט דעם פארמעסט, און דעריבער פארשטייט ער אויך אז אין אזא טיפע יאוש תהום, וועט אברעמעלס מיואש'דיגע געפילן ליידער כאפן ווייניג התפעלות פון בלויז ארומקליקן צווישן קלוגערע חברים פון אים וואס האבן שוין יא גענומען שריט להטיב מצבם, דעריבער האט דער רוצה בתשובה מיט זיין גרויס גענאדע געשיקט דעם משכיני אחריך נרוצה, פון די מערסטע אומערווארטעסטע מקור, און אזוי כאפן א טרייסל אין אלע גלידער, און פון דארט דערהערן דעם איכה מיט די פילע קוועסטשאן מארקס דערנאך...

טייערע חברים, ענקערע חיזוק האט ביי מיר, פונקט ווי ביי ענק, א גאר שטארקע און טיפע באדייט, ענקער חיזוק האט אין מיר פריש מעורר געווען דעם פארשטויבטן מיואש'דיגע וויכוח ביני לבין עצמי, אויב איך זאל אנהייבן פונדאסניי נעמען שריט, און דעריבער זייענדיג אין דעם שטורעמישן ספיקות גערויש, האב איך פיין געקענט דערהערן דעם פערזענליכע אינווענטעשאן פון השי"ת דער רוצה בתשובה, און דעריבער טייערע חברים (ניין נישט געפלאנט אין אנהויב פון דעם איינטראגע די קומענדיגע ווערטער) טוה איך אננעמען דעם איינלאדענונג, און איך בין אנטשלאסן תיכף נאכן פאוסטן די שורות זיך ארויפזעצן אויף דעם טשארט, און מיטפארן מיטן זעלבן באן וואו אזויפיל פון ענק טוען שוין בחסדי ה' געניעסן. ובשם ה' ובדיבוק חברים נעשה ונצליח!

לעצט פארראכטן: י"ג ניסן התשע"ח 10:54 דורך אברהם העברי.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג ניסן התשע"ח 10:55 #248223

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 890
  • האט שוין געלייקט: 2047 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1068 מאל
  • קאָרמא: 29
WOW WOW  
שלום עליכם ר' אברעמעל פארן אריין קומען אין די חבורה פין 90 טעג
יאפ די אייבעשטער שיקט צי 
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג ניסן התשע"ח 11:18 #248224

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 115 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1

שלום עליכם אברעמל!!!!!!!!!!
מזל טוב! פארן נעמען די שריט, און אויפשטייגן אויפן 90'גער באן, אונז וועלמיר האבן קאמפעני אויפן וועג,

זעצט אייך אראפ, טעיק ע סיט, פיל דיך היימיש דא אויפן באן, מיר גייען עס מאכן. 

אבער געדענק האב נישט קיין רייזע פיבער, ס'נישט קיין רייזע פון 90, נאר פון איין טאג!!!...

90 מאל 1, כידוע לחברי הד"א, אונזער ציהל איז א טאג אויף אמאל.

יעצט לאמיר צוענדיגן מיט א גוטן תפלת הדרך, זאלסט האבן א גליקליכע און גרינגע רייזע, און זעהן הצלחה אין דעם וועג.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג ניסן התשע"ח 12:05 #248230

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 362
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 6
איך גיי נאר זאגן אז איינער וואס איז פארנומען צו קוקן און טראכטן פון נאקעטע פרויען, אדער מענער, און ער האלט א טאג נאך אדער פאר מוז"ל זיין, און יעדער צווייטע מענטש וואס ער זעהט טוט ער אים אויסטוהן במחשבתו די קליידער, און האט געוואטשט שמוץ אין די לעצטע שטיק צייט, לדעתי פארשטייט נישט וואס מען רעדט. ער וועט אלעמאהל זעהן די תאוה אין תורה. ער פארשטייט אלע רש"י'ס וואס מען לאזט אויס. 

מיין הצעה פאר זיך אליינס און פאר אנשים כמוני, צו בעסער זיך ארינלייגן אין הלכות הגעלת כלים וכדומה ווי זאגן און פראדזשעקטן מיינע אייגענע תאות אויף אנדערע מענטשן,

אברעמעל אברעמעל 

איך ווייס נישט ווי אנצופאנגען, דיינע ארטיקלען זענען דאך אזוי מייסטערהאפטיג,

איין מינוט קודם למיך דיך באגריסן פארן אוריףקימען, 

פין די מינוט וואס אברעמעל האט באטראטן די באדן פין הדא, האט זיך אנגעפאנגען א נייע עפאכע, יא באקענט אייך מיט די נאמען איינטראגע, אין מיט הערליכע ווערק אין א שטאנדהאפטיגע השקפה אין קלארע מיינונג, מחשבות וואס לויפן דיר דורך יעדע מיניטקעלע פין טאג, ווערן אויסגעגאסען אויף פאפיר, 

אין אזוי קען מען מאריך זיין, וועל איך אפשר צירוק קימען שפעטער סווערט מער אריכות, אבער צום לעצט צו באגריסן די נינציג טעג לייטער, אין איך וועל דיר זאגען יא מקען פאלן נאכדעים אויך אבער עס ברענגט די מענטש צו געוויסע פלעצער ווע מאיז נישט געווען פארדעים,

הצלחה אין דיין וועג

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג ניסן התשע"ח 12:16 #248231

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

הייליגע, דיינע 2 צענט דא, איז ביי מיר ווערד א מיליאן!

אלעס אין דיין זכות, דו האסט געגעבן דעם ערשטן און דעם פיינעל פוש אויף צו נעמען דעם פעדער אין די האנט, און עווענטועל אלע אירע נאכפאלגן בעז"ה.

לאמיר האפן זאלסט עפטער טרעפן דעם טירעלע דא צו הדא, און זיך טרעפן אינדרויסן בלויז נאכדעם וואס דו וועסט זיך שוין נישט געפונען דאס פלאץ דא...

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג ניסן התשע"ח 13:33 #248236

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3

אברמעל 
איך האב נישט קיין צייט צו שרייבען אבער די באשעפער האט דיר געגעבן ריזיגע כשרונות 
אין זאלסט וויסען אז ווען די גייסט ציילן ריינע טעג איז נישט קיין שאלה אז אסאך וועלען זיך האלטן ריין וועגן דיר 
שכרך הרבה מאוד 
אין א  זוכו הרבים איז פין די גרעסטע זאכן 
ישר כח

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ג ניסן התשע"ח 15:00 #248265

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

איינטראגע #4 – לאמיר פארזיכערן א סעיף-לענדינג

א גוטן אסרי חג און א גוט יאר באליבטע חברים,

ווי שוין מיין טראדיציע, הייב איך אן שרייבן אן קיין פלאן פון פאראויס, ווייל רבו עלי חברי אז אזוי קומט עס ארויס ארגינעל און נאטורליך בעזר שמו יתברך.

אבער פארוואס האב איך בכלל זיך אריינגעזעצט דא אין דעם פיר-קאנטיגע ליידיגע קעסטל וואס ערווארט צו פאבליצירן מיינע ווערטער נאכן כאפן א שטויס אויפן 'שיק' קנעפל? פארוואס טאקע?! כ'וועל ענק זאגן פארוואס.

די פשוטע הסבר איז ווייל הארט איידער דעם יו"ט פסח האב איך צוליב א פערזענליכע מעסעדזש פון מיין באליבטער פאטער, זיך ארויפדערזען אויפן 90'ער באן, אויף אן אומבאקאנטער רייזע, פארוואס שרייב איך אומבאקאנט? ווייל באמת בסוד סודות ששש… זאג פאר קיינעם נישט אויס, עכט איז מיר אט די סארט רייזע שוין איינמאל באקאנט, איך פאר אויף דעם סארט רייזע שוין צענדליגער יארן, איך קען שוין דעם ראוד זייער פיין, כ'ווייס אפילו ווען ס'קומט א באמפ… אבער היות ביז יעצט פלעג אויף דעם רייזע פארן מיט מיין אייגענעם סינגעל-פעסענדדזשער קאר (מיט א ייצר הרע אין טראנק), אויף א טונקעלע ליידיגע ראוד, און איצט האב איך גענומען דעם רייזע דורך פאבליק-טרענספארטעשאן, מיט א באלאכטענעם באן מיט פילע וואגאנען, מיט פילע גאר היימישע פאסאזשירן, דעריבער האף איך אז מיטן שרייבן 'אומבאקאנטע' רייזע, וועל איך איבערשרייען דעם קאלטן יאוש געפיל וואס טשאדערט מיר אין מח דורכאויס דעם גאנצן יום טוב: אברעמעל, מה שהי' הוא שיהי'…

אלזא, זיץ איך אויף דעם באן, און… מ'פארט… דערווייל גאנץ רואיג, און היות ס'איז רואיג האב איך אביסל צייט זיך אונטערצוהערן צו דעם שטילן געראטשקע וואס טוט זיך צווישן אברעמעל דאתגליא, און אברעמעל דאתכסיא (א באגריף וואס כ'האב אמאל געלעזט אין אברעמעל'ס טאגבוך אויף הדא), איז וואס איז טאקע דער מדובר צווישן זיי ביידע?

אברעמעל דאתגליא: אברעמעל, ס'איז נאך פסח, ס'איז דורך א שיינע פאר רואיגע ארבעטסלאזע טעג, יעצט איז צייט אפצולאזן אלע זייטיגע זאכן, און יאלא געגאנגען צוריק צו די ימי עשי', איי פאר פסח האסטו אנגעהויבן א רייזע און מ'דארף פאלאו-אפ'ן, נעע דאס איז געווען פשוט ווייל דעמאלטס ביסטו געווען אין אזא גיסטע, ווייסטעך ס'איז געווען אביסל אנגעשטרענגט און דו ביסט כמה וכמה געלאפן צו דיין קאמפארט ווינקל… סוי דעריבער האסטו באשר הוא שם גענומען דעם סטעפ, אבער יעצט, ביסטו דאך פריש, און ארבעטס פעהיג, נו צו וואס צוריק גיין פאטשקענען מיט די אומבאקוועמע טעמעס?!

אברעמעל דאתכסיא: אברעמעל, ווי האסטו פריער געשריבן? מה שהי' הוא שיהי', ווער נאך ווי דו ווייסט וואס ס'שפילט זיך אפ נאכן פארברענגען א וויילע אויפן אפפער-לעוועל פונעם ברידזש… יעצט שפירסטו טאקע נישט אין די גיסטע פון די זאכן, אבער אט דער אומשולדיג אויסזעענדע גיסטע איז טאקע דער וואס גייט דיך אהינפירן צו וואו דו ווילסט נישט, און ווען דו גייסט דארטן אהין אנקומען גייט שוין זיין אביסעלע שפעט…

אלזא ליבע ידידים, לאמיר זיין אפען, איך האב דא אריינגעסטאפט פשוט אויף צו אפדעיטן מיין נארוואס געעפענטע טשארט, און טראצדעם וואס דורכאויס דעם יו"ט, בפרט חוה"מ, האב איך זיך אנגעשטויעסן אין אפאר קליינע (?) נסיונות'לעך, אבער דאך איז דאס נישט גענוג שטארק געווען אז דער שטרעקע פון 10 טעג זאל מיר איבערנעמען, ס'הייסט די יעצטיגע פאזאטיווע התחדשות'דיגע גיסטע איז ביי מיר יעצט שטערקער, און די 90 טעג קוקט מיר כעת אויס אומנויטיג, דעריבער מאך איך נישט קיין בימה-קלאפעריי איבער מיין 10 טאגיקע שטרעקע, אבער פון ערפארונג ווייס איך אין וואס איך גיי זיך אנשטויעסן גאנץ בקרוב, איך ווייס קלאר וואו אהין מיין הארץ גייט מיר ציען, וואס ציען? צווינגען!, אין די רגע וואס איך גיי זיך טרעפן מיט מיר אליינס, אין די רגע וואס די זויל פון מיין שיך גייט באטרעטן די באדן נאכן לאנדען מיט דעם פערישאט אין וואס איך פלי יעצט… דעריבער לאמיר יעצט ווען די קאפ איז נאך אביסעלע קלאר, קלארשטעלן: רבותי, טראצדעם וואס ס'איז אריבער 10 ריינע און שטילע טעג, און דערווייל צייל איך נאך מיט א ברכה… באלאנגט אברעמעל נאכאלץ אין די הדא קאמיוניטי, און אין די רגע אברעמעל סיינט ארויס פון דא איז ער אין א סכנה פון פאלן, בלי שום ספק! דעריבער טייערע חברים איך פאר מיט ענק מיט, און לאמיר זיך צוזאמען אנכאפן און ציילן א טאג נאך טאג, און לאמיר צוזאמען מתפלל זיין אז די לאנדונג נאך די געהויבענע ימי חירותינו, זאל זיין א סעיף-לענדינג, און מ'זאל מיר זיך האלטן ריין כאוות נפשינו הטוב.

יעצט נאכן אפטייפן און איבערליינען די שורות וואס ווי ערווענט זענען געשריבן געווארן אן טראכטן פון די נעקסטע ווארט איידערן טייפן די יעצטיגע ווארט, איז די סך הכל קלאר: טייערער חבר: איך ווייס נישט וויאזוי דיינע פסח טעג זענען אויף דיר אריבער, אבער טאמער האסטו זיך געטראפן אין די שורות, פארסטו מן הסתם אויפן זעלבן וואגאן ווי מיר, און איך גלויב אז דו האסט אויך דעם ערפארונג צו וויסן וואס ס'ווארט אונז אפ, מ'גיימיר בקרוב לאנדען, נאך אסאך שנעלער ווי דו מיינסט (איך האלט שוין אינמיטן לאנדען בעת'ן שרייבן אט די שורות), און כאטש מיר האפן און גלויבן אז די הייליגע יום טוב האט אויף אונז געלאזט אן השפעה לטובה, איז אבער קלאר אז דער ייצר הרע גייט אויך צוריק צו די ארבעט תיכף נאך יום טוב, און פונקט ווי אונז, גייט ער אויך פראבירן אויפצוטרייבן דאס וואס ער האט פארפאסט… און ווער רעדט נאך ווען די רעדע איז פון עדיקטשאן, איז איבריג מסביר צו זיין ווי שנעל אונזער קרענק גייט אונז פירן 'דארטן' נאכ'ן זיין אפוועזנד אפאר טעג, דעריבער לאמיר אלע צוזאמען קלאר קוקן דעם מציאות אין פרצוף, און זיך צוזאמען גרייטן און זיך אנכאפן אויף צו פארמיידן סיי וועלכער גליטש המתרחשות לבוא בדרך, ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק!

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ג ניסן התשע"ח 15:16 #248267

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 362
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 6

אן אנטווארט צום איינטראגע,
אברעמעל גיסט אריין חיזוק, אין מוט, צו גיין ווייטער, יעדער טרעפט זיך, גלייב איך אין זיינע ווערטער איינער באתגליא איינער באתכסיא, איינער אין זיין טראנק פין די קאר, אין איינער אין זיין באן, למשל איך טרעף זיך דארט אבער אויף א שנעלע ריטעם, א מינוט צירוק געלאנדעט, אין מפליט שוין ווייטער, אין נאכאמאל גרייט צו לאנדען, 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ג ניסן התשע"ח 15:22 #248269

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

אה ווי געשמאק ס'פארט זיך ווען מ'האט הייליגע מיט זיך אין טראנק...

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד ניסן התשע"ח 10:33 #248272

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3

אברמל 10 טעג wow wow 
חזק סשטיפט מיר צו בלייבן ריין

לעצט פארראכטן: כ"ד ניסן התשע"ח 10:36 דורך kosher.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד ניסן התשע"ח 15:21 #248277

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 164 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1061
  • האט שוין געלייקט: 4537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל
  • קאָרמא: 23

מזל טוב אברהם העברי שיחי' פאר די צעהן ריינע טאג.

ביי מיר ארבעט בעיקר איין טאג אויף אמאהל. כאטש די מאמענטאם געבט חיזוק ווייטער אהנצוגיין מיט די עבודה, איז די עיקר דגוש אויף די היינטיגע טאג. איך קען נישט היינט זיין ריין פאר נעכטן, און איך קען נישט היינט זיין ריין פאר מארגען. איך בין היינט ריין פאר היינט און דאס איז עס.

ווער איז די לענגסטע ריין ביי אונז אין די חברה? דער וואס איז די פריעסטע אויפגעשטאנען 'היינט' דער איז די לענגסטע  ריין! 

אלזא איך בין היינט אויפגעשטאנען 6:45. אויב איז איינער אויפגעשטאנען פאר דעם איז ער לענגער ריין ווי מיר.

לעצט פארראכטן: כ"ה ניסן התשע"ח 00:50 דורך לומד.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד ניסן התשע"ח 17:08 #248279

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1555 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 422
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1115 מאל
  • קאָרמא: 20
ווער איז די לענגסטע ריין ביי אונז אין די חברה?
 דער וואס איז די פריעסטע אויפגעשטאנען "היינט" דער איז די לעגנסטע ריין!!! 


קרעדיט לומד

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ג אייר התשע"ח 23:48 #248678

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

איינטראגע #5 - אין קורצן פון פריער...לאמיר האפן אויף א פארזעצונג

די מעשה גייט אזוי, איידער כ'האב געעפענט אט דער טרעד נאך אלץ 'גאסט' אויף דעם זייטל, ליינענדיג די אלע געשיכטעלעך דא, האב איך כסדר געשפירט א שטארקע דראנג אויסצושרייען צו דעם באטרעפנדן: ליבע חבר! דו ביסט נישט אליינס אין די געשיכטע! איך קען פון אייגן ערפארונג באשטעטיגן יעדעס אות, אבער ווי נאר כ'האב א קוועטש געטאן דעם 'ענטפער טעמע' קנעפל, בין איך גלייך אפגעשטעלט געווארן מיט די שטייפע פארלאנג אז כ'מוז זיין א חלק פון די גרופע כדי צו לאזן מיין שטימע לויפן דא, אבער דא איז אפירגעקראכן די נאטורליכע דענייעל און געשריגן אברעמעל ביזט נישט פארט פון די גרופע און דו ביסט עפעס אנדערש… אפילו ווען כ'האב גע'טענה'ט אז יא מיין די.ענ.עי. צייגט קלאר אז איך געהער צו אט די פאמיליע, איז גלייך ארויפגעשווימען די בושה און צוריקגעצויגנקייט און בעיקר פחד פון שמא יתגלה, און דאס האט מיך באוואויגן צו דרוקן דעם 'צו צוריק' קנעפל, און די קנעפל האט טאקע געארבעט… און האט מיך צוריקגעפירט יא טאקע צוריקצואוועגס, צוריק צו די טיפע בלאטע פון זיך טינקן און זעטיגן אין דעם משביעו רעב'דיגן איבל. אבער טיף אין הארץ האט מיר די געוויסן געשמיסן אז לא טוב היות אדם לבדו, און ס'צייט ארויסצוקריכן פון די טונקעלע איינזאמקייט און אפיציעל דערקלערן קריג מיט דעם מצב, אדער בעסער געזאגט אראפלייגן די געווער און מודה זיין אויף דעם אומקאנטראל מיט וואס איך מוטשע זיך שוין אזויפיל יאר.

אבער ווי נעמט מען די קוראזש צו ברעכן די אייז?! אט דא יזכר אותו האיש לטוב, ה"ה ידידינו הרב הייליגע וועלכער האט מיך גע'עצה'ט אז אויב איז די פחד וואס שטערט מיר, זאל איך טאקע אט דאס נעמען פאר מיין אריינפיר און אויסשמועסן מיין פחד מיט'ן ציבור, און אזוי זיך באקוועם מאכן.

אומר ועושה, און געלאזט אין גאנג דעם ערשטן איינטראגע, וליתר שאת, האב איך גערופן מיין טרעד אלץ 'טאגבוך' האפנדיג אז דאס וועט מיך אויך טרייבן אריינצוקומען דא אויף א טעגליכע פארנעם, און זיך לאזן הערן כאוות נפשי הטוב. און ב"ה די עצה האט אביסל געהאלפן און אביסעלע געבראכן די אייז, און ס'האט זיך ערלויבט צו שרייבן א צווייטע און נאך א צווייטע קומט אויטאמאטיש א דריטע פאר ווער ס'פארשטייט צו מעטעמאטיק אביסעלע.

ולא זו אף זו, כ'האב אפילו זיך אהערגעשטעלט ווי א גרויסע חיזוק-טיילער, און געטיילט ווי א עושר רעכטס און לינקס. אויך האב איך אנגעהויבן ציילן מיט א ברכה און דערגרייכט דארט ביז ווי מיין קליינער קען ציילן: ביז צעהן!...

אבער דא האט פאסירט א זאך, אז מחמת כמה וכמה סיבות, אריינרעכנדיג א רייע נאכאנאנדע ירידות ונפילות, בין איך שטארק אפגעקילט געווארן, און ס'איז מיר אין א וועג פארגאנגען דאס אפעטיט פון עוסק זיין בטהרות, און איך בין אריינגעשליידערט געווארן אין א יאוש, הגם ס'איז ווייט נישט מיין ערשטע באזוך אין דעם ריזן עולם התוהו המכונה בשם יאוש, איך בין דארט שוין א זקן ותושב פאר אסאך יארן, אבער ווי נישט ווי האב איך עטליכע מאל גענומען א וואקאציע און ארויסגעפארן פון דעם געגנט, אביסל אויף די לא להתייאש'דיגע עולם, אבער דאסמאל האט דאס מיר באנומען ווי קיינמאל בעפאר, און ס'גאנצע דראנג זיך צו לאזן הערן איז זיך צערינען ווי א זייפן בלאז.

אין א ניכטערע מינוט, האב איך זיך פראבירט צוזאמצוקלייבן און גענומען מטכס עצה זיין מיט זיך אליינס, וגם לרבות מיט ידידי הרב הייליגע כדת מה לעשות, ווי טוט מען זיך דא צוזאמנעמען די עצמות יבשות און דעם לב נשבר הקשה כאבן אויף צו זען תכלית. און לאמיר טאקע דא מיטטיילן מיינע חברים וואס מ'האמיר געטון אפשר וועט נאך איינער האבן נוצן פון דעם.

ס'איז אונז אויסגעקומען אז א גרויס חלק פון די ירידות קומען געווענליך פאר ווען מען זיצט ביחידות אין אפיס, און מ'קומט נישט אן גארנישט צו טאן מחמת עצלות ועצבות, און דאס מאכט געפערליך אוממוטיג אויף די געוויסן, און וואו אנטלויפט מען פון אוממוטיגע געפילן? איינער דארף אן ענטפער?... דעריבער זענען מיר געקומען אויף א מהלך, אז כדי צו פארמיידן דאס יחוד, גיי איך אים ארייננעמען מיט מיר אין אפיס דורך דעם טשעט פענסטערל, דהיינו ווי נאר איך טרעט אריבער די שוועל פון אפיס, לויף איך גלייך צום טשעט צו דערציילן פאר הייליגע אז אברעמעל איז אנגעקומען און איך מאך א פלאן וואס מ'גיימיר טון פאר די נעקסטע שעה וכדו' און נאך די באשטימטע צייט דארף איך ברענגען א רעפארט צי ס'איז דורך בשלו'. וואס זאל איך אייך זאגן, ס'האט געארבעט ווינדערליך! אפילו אין צייטן וואס הייליגע איז נישט געווען עוועלעבעל א שטייגער אינמיטן די נאכט, האט מיר די פרעשור אז עימיצער גייט זיין אינוואלווד אין וואס איך טו געטריבן זיך צו האלטן צום ענין, און אוועקשטיין פון די געמיינע ערטער, און אז איין שעה איז אריבער סוקסעספול, איז קיין אוממוטיגע געפילן נישט געווען בנמצא, און אז ס'איז נישטא קיין חורא איז קיין עכברא אויך נישט פארהאן. אבער ניין זייטס מיר נישט חושד אז די צייטן זענען דורך אזוי גלאטיג בלי נפילה, אבער אין קוואנטיטי איז עס זיכער געפאלן ב"ה.

אלזא, למעשה בין איך נאך ליידער היבש פארזינקען אין דעם אומקאנטראלבארער סייקל, אבער מיין לאגיק האלט מיך צו באזיכן דעם זייטל ווי אפטער, כאטש וואס פון שרייבן איז דערווייל נישטא קיין רעדע, כ'בין אבער געקומען געבן דעם באריכט אין שטיצע פון ידידינו כרעמזל'ס מוטשעניש צו אקטיוויזירן דעם זייטל, ווייל ווי געשמועסט אנערקען איך אויך דעם וויכטיגקייט פון דעם זייטל, און איך האף צו האפן צו וועלן ווילן איינמאל זיך צו עפענען אביסעלע, און אויספירן מיין טיטל אלץ 'אקטיווער חבר' כאטש א פערטל וויפיל כרעמזל טוט אויספירן זיין אונטערשריפט…

ביזדערווייל טייערע ידידים זייט'ס ווייטער מתפלל פאר מיר אז כ'זאל זיך כאטש וועלן נעמען אונטער קאנטראל, און המתפלל בעד חבירו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחלה, איז לאמיר האפן אז מיטן עסן זאל קומען ס'אפעטיט, און מיט דעם וואס כ'האב אזוי פונקטליך ארויסגעגעבן מיינע געפילן, כאטש קאלט און פארקלאפט, אבער דאך אמת'דיג, זאל עפעס ווירקן אויף אברעמעל און ס'זאל ברענגען פארזעצונגען…

לעצט פארראכטן: כ"ג אייר התשע"ח 23:53 דורך אברהם העברי.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 01:36 #248679

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1555 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 422
  • האט שוין געלייקט: 511 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1115 מאל
  • קאָרמא: 20

געוואלדיג אברהם
איך קען אויך מעיד זיין אז חברינו היקר היילוג איז א געוואלדיגער כח מיט א טיפער אמת׳ער פארשטאנד.
מגלגלין זכות כו׳

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 08:01 #248680

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 362
  • האט שוין געלייקט: 525 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 6

אברעמעל כוח פארן מיר אזוי שיין באדאנקען, אבער כהאף אז דאס איז נישט א פארט פין די בראוקערידש,

האליחיים, די ווייסט דאך אין האלטס מיט מיינע פלאגענישן, מיט מיין געוואלדיגע כח אין טיפע פארשטאנדץ

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 13:15 #248688

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 825 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 496
  • האט שוין געלייקט: 575 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 780 מאל
  • קאָרמא: 3

אברהם אברהם 

דיינע כשרונות איז ריזיג גרויס די האסט די כח צו זיין א משפיע 

מיר האפן אז די וועסט זיין דא א אפטע גאסט

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 14:17 #248695

  • MATSLEACH
  • איצטיגע שטרעקע: 1251 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 17 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
  • קאָרמא: 0

אברהמעלע, דיין פעדער איז א ברכה צו מאכן. 
אין וועכע מצב די זאלסט נישט זיין ווייס אז דא ביסטו אלעמאל וועלקאם
קום שרייב אין וואספארא מצבים די ביסט ווי זוי די פילסט אין וואס די פילסט . 

 חזק חזק!

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 20:59 #248712

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

מי שברך וכו' הוא יברך את holychaim, ואת Hilege, ואת kosher, ואת MATSLEACH, פאר'ן מיך שענקן חיזוק. וגם לרבות די אלע דאנקער בעבר ובעתיד, ענקער ערשיינונג געבן אונז חיזוק אויף ווייטער, ישלם ה' פעלכם הטוב.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 21:00 #248713

  • גלותיוד
  • איצטיגע שטרעקע: 162 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל
  • קאָרמא: 0

א גוטן אברמלי, דו האסט דו פענע און דער האנט.. דו געפילן דיינע, זענען אזוי רואשיג און שטארק, געמישט מיט טאלאנט, קומט עס ארויס אויף צו קענען ליינען...
וואס דו שרייבסט בנוגע זיין אליינס און אפיס, איז מיר גאר גאר היימיש,,, נישט אליינס מצד יחוד כמובן,, נ
בדידי הוה שכיחא מאד, ווען און אפיס, געארבעט א שעה א שעה א האלב, אזא סארט איינזאם, נישט פון עצבות נאר עפעס א וואלקן לאזט זיך אראפ אויף מיר, און איך הייב אן זיכן עפעס לעבדיגקייט, און וואס א לעבדיגקייט קען איבער נעמן דער מענטש און רגעים אויב נישט דעס, און מען גייט צום ארגסטען, און נאך אפאר מוניט געוונדליך בין איך שוין אגרסיוו און דעם, פארגעסן פון דו ארבעט, און א נשמה אחרת נכנס בי, 
דו הדא זייטל, איז יאויך א הילף מצד דאס לעכצן נאך לעבדיגקייט, עס געט דו action און מח,
ווי פלעג איך זאגן "א שטאטע קאמפיוטער איז תחילת פגם הברית", ביי מיר עכ"פ, ס'קלאצט מזיצט און אפיס, מיט 50/50 חיות, און פולצילונג, ער איז דא, און פון דארט איז history ביז דו נעקסטע מאל מען טראכאט!
אקעי אברמיל we want more 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 22:12 #248714

  • אברהם העברי
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 584 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 764 מאל
  • קאָרמא: 4

גלותיוד, גאר גאר גאר גוט און 'היימיש' ארויסגעברענגט.

די געדאנק אז "א שטאטע קאמפיוטער איז תחילת פגם הברית" איז ווערד א פארמעגן, ס'האט באוויזן צו צעשפרייטן די לעפצן מיינע אפילו אין א פארוואלקענטע גיסטע...

א גרויסן שכח פאר די חיזוק.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד אייר התשע"ח 23:40 #248715

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 339 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1963
  • האט שוין געלייקט: 1100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3685 מאל
  • קאָרמא: 67
אברהם העברי געשריבן on כ"ד אייר התשע"ח 22:12:

גלותיוד, גאר גאר גאר גוט און 'היימיש' ארויסגעברענגט.

די געדאנק אז "א שטאטע קאמפיוטער איז תחילת פגם הברית" איז ווערד א פארמעגן, ס'האט באוויזן צו צעשפרייטן די לעפצן מיינע אפילו אין א פארוואלקענטע גיסטע...

א גרויסן שכח פאר די חיזוק.


יא ליידער אויך איך האב זיך געשפירט היימיש דערמיט...

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ה אייר התשע"ח 10:23 #248720

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 115 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 641 מאל
  • קאָרמא: 1
גלותיוד געשריבן on כ"ד אייר התשע"ח 21:00:

"א שטאטע קאמפיוטער איז תחילת פגם הברית"




גלותיוד האט עס ארויסגעברענגט אויפן היימישן מאמע לשון.
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.90 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא