ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: אברעמעל'ס טאגבוך 4208 באזוכער

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ו חשון התשע"ט 20:57 #251492

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 600 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 600 מאל

ס'דא א ווארט כסיל בשוחך הולך, און וואס טוהט דער חכם? ער בלייבט שטיין און גייט נישט ווייטער.

אזוי האט זיך דא דער אברעמ'ל אפגעשטעלט אינמיטן האסטיג רעדן צוליב די אויגן וואס קלעבן זיך.

אבער דאס ביסל איז שוין אויך עכט גענוג אסאך, דאס מיינט נישט אז מיר זענען מוותר אויף די המשך נאכן דרימל, נאכן דרימל וועסטו דיך געהעריג ארויפשארצן די ארבל, מיט א פעסטן ארטיקל.

און יעצט מזל טוב מזל טוב!!! צו דיין ריינע טאג, יום אחד שהוא ככמה אלפים.

ידידך
שמחה'לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ו חשון התשע"ט 22:59 #251493

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

זייער זיס געשריבן.
מיר ווארטן אויפן המשך

א שכח
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך כ"ד כסלו התשע"ט 16:21 #252225

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

פריער זיך געשריבן מיט אברעמעל. באקומען א לעבעדיגן גריס. (נישט געפרעגט רשות אויב איך מעג עס שרייבן, אויב דו לאזט נישט,  וועל איך עס אראפ נעמען)

מזל טוב אברעמעל פאר דיינע 49 ריינע טעג!!! 7 וואכן ריין!!!

אי״ה האפט מען בקרוב צוריק צו האבן אברעמעל מיט ביידע פיס אויפן סייט!!!

מיר אלע בענקען נאך דיר אברעמעל

ידידך מאז ומקדם 
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ו' טבת התשע"ט 03:26 #252468

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

אברעמעל איז דא געווען אפאר מינוט צוריק... וואס וועט זיין מיט אונזערע איינטראגעס???

אברעמעל מיר ווארטן!

מיט בענקשאפט.
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ח' טבת התשע"ט 19:49 #252517

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל
נטע געשריבן on ו' טבת התשע"ט 03:26:

אברעמעל איז דא געווען אפאר מינוט צוריק... וואס וועט זיין מיט אונזערע איינטראגעס???

אברעמעל מיר ווארטן!

מיט בענקשאפט.
נטע׳לע


יא, מיר זענען דא געווען, און מיר זענען נאכאלץ דא, כ'בין קיינמאל נישט אוועקגעגאנגען. אמת טאקע כ'האב שוין זייער לאנג נישט געטינקען דעם פעדער אין טינט, אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט מיין יא אדער נישט דא זיין.

זייענדיג אויסגעשטעלט צו א שרעקליכע נסיון דעם היינטיגן טאג, האב איך באשלאסן צוריק צו אפדעיטן מיין טשארט, און פראבירן אריינצוטשעקן ווי אפטער בעזרת השם, כ'בין נאך באמת שולדיג א שטיקל ערקלערונג אויף מיין אפוועזנהייט די לעצטע פאר וואכן, און בפרט וויאזוי האלקים אנה לידי צו דערגרייכן 64 ריינע טעג, אבער דערווייל האב איך נאכנישט געטראפן די צייט און געדולד צו שרייבן, אבער כ'האף בקרוב צו נעמען די צייט אי"ה.

נטע'לע וכן אלע מיינע חברים דא, א גרויסן שכ'ח פארן זיך פאראינטערעסירן אין מיר אין טשעט וכדו' די לעצטע פאר וואכן, דאס האט מיר א געוואלד ארויסגעהאלפן אין מיין וועג, לאמיר האפן מיר וועלן זיך זעהן עפטער דא בעזרת השי"ת.

ידידכם מאז ומקדם
אברעמעל

לעצט פארראכטן: ח' טבת התשע"ט 19:50 דורך אברהם העברי.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ח' טבת התשע"ט 20:20 #252519

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

מזל טוב אברעמעל פאר דיינע 64 ריינע טעג!!!

ס׳איז מיר א פערזענליכע שמחה!

און א גרויסן שכח פארן אריין קומען פארציילן!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך י"ג טבת התשע"ט 09:32 #252643

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

איך גלייייייב נישט....
אברמ'ל איז דא געווען פריער, ער האט איבערגעלאזט אפאר מעסעדזשעס אין עטליכע פלעצער, אבער צו קיין איינטראגע האמיר נישט געזוכה'ט.
אך! ווי אנטוישנד!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט"ז טבת התשע"ט 02:16 #252679

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

ע"ב ימים, חסדי ד'!

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט"ז טבת התשע"ט 02:28 #252680

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל
אברהם העברי געשריבן on ט"ז טבת התשע"ט 02:16:

ע"ב ימים, חסדי ד'!


פלאי פלאים!! חזק ואמץ. 

וויאזוי טוסטו דאס? 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט"ז טבת התשע"ט 10:10 #252684

  • טראכט גוט וועט זיין גוט
  • איצטיגע שטרעקע: 72 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 60 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל
אברהם העברי געשריבן on ט"ז טבת התשע"ט 02:16:

ע"ב ימים, חסדי ד'!


חסדי ה', ס'איז בכלל נישט צו פארשטיין.
דערצייל אונז וואס פארא כלים האסטו גענוצט וואס האט דיר אזוי שטארק געהאלפן.

לְבַד֙ רְאֵה־זֶ֣ה מָצָ֔אתִי אֲשֶׁ֨ר עָשָׂ֧ה הָאֱ-לֹהִ֛ים אֶת־הָאָדָ֖ם יָשָׁ֑ר וְהֵ֥מָּה בִקְשׁ֖וּ חִשְּׁבֹנ֥וֹת רַבִּֽים: (קהלת ז כט)

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט"ז טבת התשע"ט 11:12 #252688

  • moshe11
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 158
  • האט שוין געלייקט: 28 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 373 מאל

באמת אברהם די ביסט געווען דער ווען איך האב ערשטע מאל דא געווען אין אפגעמאכט אז איך גיי אויך אנהייבן צי ציילן

יעצט ווען איך זע ווי אזוי די קימסט אן געבט דאס מיר א שטיפ צי גיין ווייטער

ישר כח ישר כח

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט"ז טבת התשע"ט 16:08 #252696

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

מזל טוב אברעמעל!!!
דער אייבישטער זאל דיר העלפן מיט א גאנצע ריקאווערי!!!

דיין חבר 
נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ה' שבט התשע"ט 04:36 #253000

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

איינטראגע #17 –  90 טאג בעפא"ר ענ"ד עפטע"ר

ערשטענס לאמיך ענק אפגעבן מזל טוב צו מיין דערגרייכונג פון 90 טאג בשעטומ"צ, ס'איז זיכער ענקער קרעדיט, ווען נישט ענק וואלט איך זיכער נישט געהאלטן דא, סוי די מזל טוב קומט זיך פאר חברי הד"א שווה בשווה, און איך זייענדיג א חלק פון קהלא קדישא הדין וועל איך אויך אוודאי ארויסנעמען מיין פארציע פונעם מזל טוב...

איז פאר אלעם לכבוד דעם דערגרייכונג פון 90 טעג בשעה טוה, טוה איך פראקלאמירן דא ברבים אז מ'גיימיר אנהייבן א פרישע רייזע פון... יא, צוגעטראפן: איין טאג! און אז דער איין טאג וועט מיר השי"ת שענקן אלץ מתנה, וועט מען מתפלל זיין פאר א פרישע מתנה'לע.

יעצט צום ענין, שוין א לענגערע וויילע וואס כ'האב נישט אפגעשטויבט אט דעם טאגבוך, און די סיבה דערצו איז בעיקר א טעכנישע זייענדיג זייער פארנומען די לעצטע תקופה, און ניין, זייט'ס מיר נישט חושד אז יעצט האב איך יא דעם קאפ, צייט און געדולד צו שרייבן, אבער צו אזא מאורע איז פטור בלא כלום אי אפשר, ובפרט נאכ'ן באקומען עטליכע פריוואטע פארלאנגען און זאגאר פסקים פון חברים דא הלמאי כ'האב איינגענומען אזא שטילשטאנד...

90 טאג איז אסאך בכמות, אבער באיכות איז דאס פיל פיל מער, ס'גלויבט זיך באמת שווער, אז נאכ'ן דורכגיין לאנגע חדשים און אפילו צומאל יארן וואס 'ריינע טאג' איז בלויז געווען עפעס אין א מסכת וואס געהערט נישט פאר בחורים... צייטן וואס ווען כ'זאל ווען ציילן, וואלט איך אנגעקומען צו א דעפעציט, ווייל די 'הוצאות' זענען געווען ליידער פיל מער... דעריבער ווען מ'קומט אן צו אזא דערגרייכונג איז זיכער א צייט להתבונן אביסל צוריקצוקוקן און זעהן וואס האט מיר געהאלפן וואס האט מיר געגעבן דעם שטופ, און בכלל וואס מ'האט קונה געווען אין די ניינציג טאג, און צוליבדעם וואס ווי מיין שטייגער כדי צו קענען שרייבן מוז איך שרייבן אן א פלאן פון פאראויס, ווייל ווען נישט פאסירט נישט קיין ארטיקל... דעריבער וועל איך זיך פראבירן צו מצמצם זיין אויף  עטליכע נקודות וואס קומען מיר אויפן געדאנק ואין מוקדם ומאוחר, הגם די אלע נקודות האבן לאו דוקא מיט '90 טאג' כ'וואלט עס אנגערופן בעפאר הדא און עפטער הדא, און כ'האף אז דער רבונו של עולם זאל מיך אריינלייגן די ריכטיגע געדאנקן אין קאפ לתועלתי און ווי אויך לתועלת הקוראים החשובים, ובזה החלי:

א) די ערשטע זאך וואס כ'שפיר איז די פשוט'ע מציאות, אז איידער כ'האב אנגעהויבן צו ציילן איז נישט געווען אזא מציאות פון 'רווח להתבונן' דהיינו דאס אז כ'קען זיך אראפזעצן און שרייבן און זיך אביסל מתבונן זיין איז זיכער א תוצאה פון א קוואנטיטי פון ריינע טעג, איידער כ'האב אנגעהויבן צו ציילן בין איך געווען שקוע ברמ"ח ושס"ה אין טיפע בלאטע, ווען דער קאפ איז 'בלויז' געלאפן און געקראכן אויף ... און כהיום טראץ וואס דער מח און הארץ איז זייער זייער ווייט פון גענצליך באפרייט, אבער דאך שפיר איך זיך אביסל העכער פון די בלאטע אויף א לעוועל אז כ'קען פשוט נעמען די מעגליכקייט צו קוקן דעם מציאות אין פנים און טראכטן אביסל גראד איבער די ווייטער'דיגע פלענער אינעם רעקאווערי.

ב) איידער הדא איז דער לאונלינע"ס לעוועל געווען שרעקליך הויך, כ'האב זיך געשפירט אליינס אינעם שלאכטפעלד, אדער בעסער געזאגט, דער איינציגסטער לא יוצלח אויפן שלאכטפעלד, דהיינו כ'האב באטראכט דעם מלחמה ווי יעדער קען פארמיידן אט דער בלאטע, און איך אברעמעל בין דער איינציגסטער וואס כ'בין געבליבן שטעקן אין דעם דיטש, און כ'האב אפילו נישט קיינעם וועמען כ'קען בעטן נאך הילף ווייל גענוג איך אליינס ווייס וואספארא פעיליער איך בין זאל איך עס נאך גיין עדווערטייזן?? און ווער אויף דעם כדור הארץ גייט מיך בכלל פארשטיין???!!!

כ'קען זאגן די ערשטע זאך וואס האט מיך געכאפט דא אין הדא איז געווען נאכן ליינען א געוויסע ארטיקל פון ידידינו גבאי אויף אימעיל וואס האט מיר געמאכט ריעלייזן אז דער תאוה מיט וואס כ'פלאג זיך אזוי, איז נישט עפעס וואס כ'בין בלויז 'אריינגעפאלן' און כ'טרעף נישט די וועג ארויס, אמת טאקע מתחלה בין איך באמת אריינגעפאלן ווייל אנגעהויבן האט זיך עס ביי מיר נאך איידער כ'האב אפילו געוויסט וואס 'דעת' באדייט (כאשר יתבאר בעז"ה וואן דעי ווען כ'גיי זיך נעמען אויפוויקלען די ביאגראפיע), אבער כ'האב אנגעהויבן צו פארשטיין אז דאס וואס כ'ראנגעל זיך איז נישט ווי איך כ'האב ביז דאן געמיינט אז כ'בין פשוט פארכאפט און כ'בין נישט מצליח צו טרעפן די וועג ארויס, נאר דער אמת איז אז ס'איז דא עפעס אין מיר וואס 'זיכט' אט דער תאוה מיט לעכט, און איז גרייט צו טון אלעס אין דער וועלט איר צו דערגרייכן, און דאס וואס כ'שריי אז כ'זיך די וועג ארויס איז בלויז א מיטל צו פארטייבן די גילטי פילינגס, אין אנדערע ווערטער, אברעמעל חלק א' זיכט דער תאוה מיט לעכט כדי אנצופילן עפעס א נפשות'דיגער חלל, און אברעמעל חלק א' וועט טאן אלעס אין דער וועלט דאס צו עררייכן, איי פארוואס שריי איך, נעע דעס איז א צווייטער נעמליך אברעמעל חלק ב' וואס שפירט זיך ווי א פעליער פארן זיך אומגיין מיט אזוינע מעשי תועבה, און דעריבער שרייט ער אבער דאס העלפט נישט קיין סאך אויב עפעס בלויז אויף צו פארטייבן אביסעלע די גילטי פילינגס, און אויב עפעס איז דער געשריי נאך א מיטל פאר א פרישע נפילה כידוע, כ'האף כ'האב זיך גענוג קלאר ארויסגעברענגט מיט די נקודה.

איינמאל כ'האב דאס אנערקענט האב איך אנשטאט זיכן די וועג ארויס און תשובה ותיקונים וכו' האב איך זיך ענדערש ארויסגעלאזט זיכן דעם חלל אידענטיפייען דעם 'לאך' ווייל חז"ל זאגן דאך לאו עכברא גנב אלא 'חורא' גנב... דעריבער אויב וועט דער לאך ערפילט ווערן וועט נישט זיין אויף וואס דער מחלה זאל חל זיין נפל היסוד נפל הבנין.

הגם דאס איז לכאורה נישט קיין רעקאווערי, אבער עט ליעסט אן הכנה צו רעקאווערי.

ג) א צווייטע נקודה האב איך זיך דערלערנט, דאכט זיך פון לומד, דאס אז אפילו מ'לאסט, מיינט דאס נישט אז מ'מוז אויסעקטן, און כ'קען זאגן אז דאס איז די שטערקסטע טאל וואס האט מיר דערהאלטן דורכאויס די רייזע.

ד) א לעבנסוויכטיגע געצייג וואס כ'האב זיך געלערנט דא איז דאס אפטיילן דעם געראנגעל פון מיין איידענטיטי, דהיינו אז מיין סטאטוס אין ריינקייט איז נישט דאס וואס טוט אנטשיידן ווער איך בין און וואו איך געהער, און אפילו מ'פאלט ווער איך נישט בטל ומבוטל, און כ'בין נאך עלידזשעבל נאכדעם פאר ריינע טעג... און כדי דאס צו פראקטיצירן האב איך זיך שטארק אריינגעלייגט אין דער נושא פון 'מי אנכי', אפצולערנען ריכטיג מיין איידענטיטי און וויסן באמת ווער איך בין, און 'פארוואס' איך ווער באמת נישט בטל נאך א נפילה וכו' און כ'קען זאגן אז דאס איז פאר מיר ממש א לייוו-סעיווער אין דעם געביט.

ה) אינעם געביט פון עדיקשאן, האב איך אנגעהויבן צו פארשטיין דעם געדאנק אז דער ענין איז ביי אונז גענוי ווי אן עלערדזשי ריעקשאן, וואס אויב איז מען אויסגעשטעלט דערצו איז מען עלול צו באקומען גלייך א ריעקשאן אפגעזעהן אין וואספארא מצב רוח איך געפין זיך, אפילו נאך 18 שעה רצופות גמרא תוספות...

ס'איז זיכער פארהאן פיל מער זאכן וואס כ'האב זיך אביסל געלערנט, און וואס כ'האלט זיך אינמיטן דערלערנען, ס'קען זיין אז אין 90 טעג פון היינט גיי איך רעדן א אנדערע שפראך אינגאנצן, אבער דאס איז וואס קומט מיר יעצט אויפן געדאנק.

הלכה למעשה, אמת טאקע אז יעדע ריינע טאג איז א מתנה פון הימל ווי כ'האב זיך צענדליגע מאל איבערצייגט דורכאויס דעם רייזע, אבער האבנדיג די אויבנדערמאנטע אינפארמעשאן און טאלס אין באזיץ, לאזט זיך קלאר זאגן אז אברעמעל בעפאר 90 איז זיכער אנדערש ווי אברעמעל עפטער 90, און איך בעט און איך בין מתפלל אויף נאך פילע ריינע טעג עד מאה ועשרים שנה.

און צום שלוס לאמיר קלאר מאכן פאר די אלע 'געסט' דא אויפן סייט, און ווי אויך פאר די אלע וואס האבן נאכנישט דערגרייכט 90, ס'איז אמת אז ביי 90 דערגרייכט מען דעם אויבנאן אויפן 90-טאג-טשארט, און ס'איז זיכער א מייל סטאון צו דערגרייכן אזא ציפער, אבער ווען די רעדע איז פון עדיקשאן איז דאס נאך זייער זייער ווייט פון א רפואה, פארקערט גאר, דורכאויס די רייזע האב איך געהאט ביטערע שווערע טעג, ווי כ'האב געהאלטן ממש ביים שוועל פון... כ'האב אפילו דיסקאווערד נאך אפאר וועגן וויאזוי צו מאכן דעם וועג פילטער-פריי... ס'איז אבער זיכער א שפרינג נענטער צו רעקאווערי און ווי געשריבן ברענגט דאס אביסעלע קלארקייט אויפן מח אויף צו קענען טראכטן וואס די ווייטער'דיגע טריט זאלן זיין.

דערווייל לאמיר ווייטער מתפלל זיין עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני, בעטן איך אויף ווייטער ואל תטשיני, כ'זאל זוכה זיין צו נאך פילע אזעלעכע מתנות בתוך שאר חברי הד"א יעדער אויף זיין פערזענליכע רייזע, און בעיקר הורינו ד' דרכיך כ'זאל זוכה זיין צו וויסן די ריכטיגע וועג אויף זיך צו רוקן אויף פאראויס.

אקעי גענוג געשריבן פאר היינט, די ליל שישי טשולענט קילט שוין אויס, סוי לאמיר זיך גיין לייגן צו זיין אויסגערוהט פאר די פרישע רייזע פון יא, כ'האב נישט צוריקגעצויגן פון פריער: איין טאג!

ידידכם אברעמעל

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ה' שבט התשע"ט 08:15 #253001

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 204 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1040
  • האט שוין געלייקט: 996 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1287 מאל

זייער שיין געשריבן!!!
מזל טוב פאר דיינע 90 ריינע טעג!!!
זאל דיר גאט געבן נאך און נאך!!!

נטע׳לע

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ה' שבט התשע"ט 09:56 #253002

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 70 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 349
  • האט שוין געלייקט: 516 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 733 מאל

ברעמעל צו באלעקן יעדע ווארט,

כאטש איך קען מיר נישט רילעיטן גארנישט צו דיין ארטיקל, 

פארט האב איך ליעב צו זעין דיין שרייבעריי,

די עיקר איז מזל טוב, צו דיין מצב, סאיז באמת א ריזיגע,

wow

לעצט פארראכטן: ה' שבט התשע"ט 09:59 דורך Hilega.

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ה' שבט התשע"ט 11:46 #253003

  • שמע-תפלתי
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 200
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 483 מאל

Just my two cent's 
איך האב פינקט געזאגט היינט פאר איינעם פין אינזערע חברים דא, ממש הפלא ופלא, יעדער דא כולם כאחד, זענען מסלתה ומשמנה פין כלל ישראל, פיינע חשובע אינגעלייט, בני תורה אין בעלי בתים ציגלייך, אין ממש ווינדערליך ווי מיר אלע פלאגען זיך מיט די זעלבע מחלה, עס קיקט אויס ווי מיר אלע ווילען זיין עהרליך, לערנען אין דאווענען, אין דאך מיטשענען זיך מיר.
דאס איז מיין גרעסטע סימן, אז דאס טאקע וויל דער רבוש"ע פין אינז, דאס טאקע איז אינזער תפקיד, אין אינז דארף מיר זיין בשמחה מיט אינזער גורל, אין דער רבוש"ע וויל אינז זאל מיר טרעפען א מהלך ווי אזוי זיך צי היילען, יעדער ווי אזוי עס ארבייט פאר אים בעסט... מיר טארן נישט ווערן מיואש אין דיפרעסט, נאר אדרבא זיין בשמחה, אפילו ווען מען פאלט, מיז מען זיין בשמחה, ווייל אין אור בא אלא מתוך החושך, דאס איז א גיטע סימן אז עס קימט אור..... אידעלעך, לאמיר זיין בשמחה...
האטס מיר אלע א ריינע אין א גיטן שבת

להטות לבבנו אליו ללכת בכל דרכיו ולשמר מצותיו וחקיו ומשפטיו אשר צוה את אבתינו
כי עיקר מציאות האדם בעה"ז הוא רק לקיים מצות ולעמד בניסיון,  והנאות העולם אין ראוי שיהו לו אלא לעזר ולסיוע בלבד לשיהיה לו נחת רוח ויישוב הדעת למען יוכל לפנות לבו אל העבודה הזאת מסילת ישרים

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ז' שבט התשע"ט 16:30 #253012

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 505
  • האט שוין געלייקט: 1025 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

מזל טוב אברמ'ל פאר דיינע ניינציג טעג.
שכח פארן מיטיילן וואס האט דיך געהאלפן, איך גיי זיי אי"ה נוצן.
הצלחה אויף דיין רייזע פון.... איין טאג!

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ח' שבט התשע"ט 10:32 #253033

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 180 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 264
  • האט שוין געלייקט: 657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל
מזל טוב אברעמעל פאר דיינע ניינציג טעג.

און שקויעך פאר די ארטיקל

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט' שבט התשע"ט 07:09 #253047

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 760 טעג
  • יעצט אנליין
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 276
  • האט שוין געלייקט: 286 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

אברעמל
מזל טוב, מזל טוב, פאר די דערגרייכונג איך געדענק גאר גוט ווי אברעמל האט געזאגט בערך אזוי חיימעל האק דיר דאס ארויס פון קאפ עס איז נישט במציאות פאר מיר צי זיין ריין מער ווי מאקסומום אפאר טעג.
שוין ב״ה מ׳האט דערלעבט.

יישר כח פאר דיין הערליכע איינטראגע, איך האב זיך איצטער גענימען די מי און זיך מצמצם געווען צי ליינען, יא ס׳האט זיך געלוינט די אנשטרענגונג. דיין לשון לימודים צוזאמען מיט די קלארקייט אזוי צינימען אלעס אויף טעלערליך איז א זעלטענהייט ובפרט בלי הכנה כלל.
יישר כח און זאלסט זוכה זיין צי קענען זאגן ״עלינו לשבח״ אז די ביזט פטור געווארען פונם גאנצען פראבלעים און זאלסט אנקומען צי גענצליכע ריקאווערי.[לשיטת דיע וואס האלטען אז ס׳איז מעגליך בדרך הטבע ווינטש איך דיר אן א נס בדרך הטבע, און לויט דיע וואס זענען מחולק און האלטען ס׳איז נישט במציאות ווינטש איך דיר אן א  נס שלא כדרך הטבע (נטע פאר דיר)]

חיים

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך ט' שבט התשע"ט 10:37 #253049

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 730 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1000
  • האט שוין געלייקט: 4201 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

מזל טוב מזל טוב אברהמ'ל, מזל טוב גאנץ קהלא קדישא הדין. איך בין שטארק מרוגש פון דעם שמחה. 

ברכות לרוב פאר דיר פאר נאך אסאך ריינע טעג, און פאר אונז אלע. 

ענטפער: אברעמעל'ס טאגבוך נעכטן 01:12 #253070

  • אברהם העברי
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 188
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל
holychaim געשריבן on ט' שבט התשע"ט 07:09:

[לשיטת דיע וואס האלטען אז ס׳איז מעגליך בדרך הטבע ווינטש איך דיר אן א נס בדרך הטבע, און לויט דיע וואס זענען מחולק און האלטען ס׳איז נישט במציאות ווינטש איך דיר אן א  נס שלא כדרך הטבע (נטע פאר דיר)]


צייט צו מאכן א בלאט: 0.66 סעקונדעס