איינטראגע #20 – יפה שעה אחת בעולם הזה מכל חיי העולם הבא
טייערע ברודער, גלייבטס מיר בנאמנות אז כ'האב גארנישט אין פלאן צו שרייבן, אזויפיל ווייס איך יא פון עקספיריענס אז ווען די וועטער שפילט ביי מיר אזויווי ס'שפילט יעצט איז דערווייל דאס שרייבן די בעסטע טערעפי פאר מיר, און אין איינוועגס זאלן מיינע אחים לצרה מיטהאלטן.
פארוואס שרייב איך, פשוט ווייל כ'בין אביסל צעבראכן, נעע נישט צעבראכן ענדערש פארלוירן. פארוואס פארלוירן? פארלוירן אין היינטיגן תש20 שפראך הייסט ווען דער GPS פארלירט טרעק און דער קארעלע טאמבעלט ארום דארט אויפן סקרין פארנדיג אין וואסער אריין אן קיין צוריקהאלט, וואס איז געשעהן? דער GPS האט פארלוירן זיין קאנעקשאן צו די מאפע, דעריבער טוט ער אויטאמאטיש פארלירן סיי וואו ער געפונט זיך אצינד און אויך וואו אהין ער צילט. אקוראט דאס איז וואס איך עקספיריענס אביסל אין די טעג.
אין מיין וויזיע וואלט איך געגליכן צו זעהן אן אברעמעל אין די יעצטיגע תקופת השנה אלץ אן אויסגעאיידלטער נשמה, מ'האמיר דאך פארגאסן ימים מיט טרערן די פארגאנגענע טעג, מיר האבן געגלויבט באמונה שלימה אין דעם סלחתי כדבריך, כאטש זייענדיג אין מיין מצב האב איך פארשטאנען אז קבלה על העתיד איז עפעס וואס איז לאו דוקא בידי, אבער כ'האב אבער געשריגן מיט אלע כוחות דעם ויאמר הנני, איך בין גרייט מצידי צו זיין אפגעהיטן מכל מרעין בישין מהיום ולהלאה. כ'רעד שוין נישט פון דעם וואס שטייט אין די ספרים אז דער ייצר האט קיין שליטה אין די טעג, נו, אויב אזוי וואלט איך געדארפט פארוואנדעלט ווערן אין א צדיק יסוד עולם, נישט אזוי?
כמובן שרייב איך בלויז די ווערטער ארויס פון דמיון, ווייל מיין עקספיריענס דערציילט שוין היינט גאר א צווייטע געשיכטע, אבער אויסשמועסן אט דעם דמיון שאדט זיכער נישט ווילאנג מ'ווייסט אז ס'איז בלויז א דמיון...
למעשה, וואס איז דער אמת? אן אריינגיין אין קיין אריכות הדברים, ס'דאך ערב יום טוב, אברעמעל'ס מצב כהיום איז ברוך ד' פיל בעסער ווי ס'פלעגט זיין אמאל, וואס מיינט בעסער? אסאך ריינע טעג? ניין. ריין פון יעדע זיק של תאוה? נעע. בעסער מיין איך אז אמאל איז אברעמעל געווען אומבאוויסטזיניג ווען ס'קומען צו לאסט און אירע נאכפאלגן, דער מח פלעגט זיין אויף אויטא-פיילעט פארנומען יומם ולילה מיט אט דעם מסכת, אברעמעלע פלעגט פיטערן זיין בהמה'לע מיט רייכע פארציעס פון דעם דראג, קוים קוים וואס ס'איז געווען פלאץ פאר די פאר זייטיגע 'שטותים' א שטייגער ווי ס'לעבן פון ווייב און קינדער, שיעורי תורה, ביזנעס א.א.וו. כהיום יום ערלויב איך זיך צו זאגן אז די מצב איז ברוך ד' פונקט פארקערט, איבערן טאג איז דער קאפ פארנומען מיט די אויבנדערמאנטע 'שטותים', אבער אין געוויסע מצבים קומט פרישע דערמאנונגען אז דער 'בהמה'לע' וואס האדעוועט זיך ביי אברעמעל האט נאכנישט פארגעסן דעם טעם פון דעם דראג וואס זי פלעגט געשפייזט ווערן לתיאבון, און דעריבער ווען זי טרעפט א שטיקל מצב רוח דורכאויס אברעמעל'ס פארנומענע סדר היום, טוט זיך ארויסשרייען מיט אלע כוחות פארלאנגענדיג בתקיפות איר פארשטינקענע לאסט פלעגונג.
נו וואס טוט מען, מ'שרייט ניין? ניין. דעיס ארבעט נישט, ווייל ווען ס'ארבעט ווען יא באזיץ איך נישט קיין ניק אויף הדא. וואס ארבעט יא? 2 זאכן, השתדלות און תפלה, השתדלות איז פארהאקן פארשליסן אלע לעכער וואו ס'געפונט זיך נאר אט דער מאכל בהמה, אזוי אז דער בהמה זאל חלילה נישט שמעקן פון די סחורה, ווייל די רגע דער שיכור דערשמעקט זיין טרינק, איז מער נישטא מיט וועם צו פארהאנדלען. איינמאל די לעכער זענען פארהאקט, איז מען מקיים דעם הרימותי ידי לשמים, און מ'זאגט בערתי הרע מן הבית, עשיתי ככל אשר צוות מצדי האב איך געטון כל מה שבידי אז מיין קראנקע נפש זאל נישט כאפן קיין עלערדזשי אטאקע, און יעצט בעט איך דיך טאטע זיסער הרוצה בטהרתן של ישראל, העלף מיך אז מיין בהמה'לע זאל נישט יעצט אנהייבן צו מנקר זיין באשפה צו זיכן שמוץ ווייל טאמער יא קען איך איר בשום אופן נישט אפשטעלן ווייל איר תאוה איז שטערקער ווי דער מענטשליכער כח, דעריבער אלמלא עזרו אויב באקום איך נישט די הילף פון גאט ברוך הוא, איז ברור כשמש אז לא יכול לו און איך גיי איינזינקען אין דעם פארשטינקענעם מאראסט, עפעס וואס סיי איך און סיי דו טאטע זיסער האבן אזוי נישט ליב.
דאס איז די הנהגה וואס איך האב זיך געלערנט דורכאויס די לעצטע פאר יאר, און כ'קען זאגן אז בדרך כלל האט דאס מיך געהאלטן אין די ראמען.
אצינד, נאכדעם וואס כ'האב שוין דעם בעסטן פילטער אויף מיין כלי, איך שטיי אוועק דורכאויס דעם טאג פון יעדע ווינטל וואס קען ברענגען אן עלערדזשי ריעקשאן, און איך געב זיך איבער פאר גאט ברוך הוא וברוך שמו, בין איך באשאנקן געווארן מיט א פרישער לעכל אין מיין קאמפיוטער וואס דערווייל האב איך נישט קיין קלארע וועג וויאזוי דאס צו בלאקירן, אפילו דער פילטער קאמפאני האט זיך נאך דערווייל נישט קיין עצה געגעבן מיט אט דעם לאאפ, כ'האב שוין געטון פארשידענע סארט השתדלות צו פארמאכן דעם לעכל אבער דערווייל אן ערפאלג, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז מיין קאמפיוטער איז אצינד א פתח פתוח צו די ערגסטע סחורה, מיט מיין בעסטע פילטער מיט די בעסטע שמירה.
יעצט איך ווייס וואס מיינע רעקאווערי חברים גייען שרייען אצינד, אז אויב זאל איך טון די ריכטיגע רפואה וואלט איך געקענט דורכגיין ריין אפילו ווען מיין כלי האט בכלל נישט קיין פילטער. טייערע חבר לאמיך דיך עפעס פארציילן, דורכאויס די לעצטע פאר יאר אין מיין רעקאווערי, איז מיר שוין אויסגעקומען כמה פעמים צו ארבעטן גאנצע טעג אליינס אין אן אפיס אן קיין פילטער, און בעזר שמו האב איך דאס דורכגעמאכט, וואוסנדיג פון דעם כלל אז איך קען דאס נישט פייטן, און ס'איז שטערקער ווי מיר, און אויך אן אפענע כלי מיינט בפירוש נישט אז איך מוז יעצט סורטשן וכו' וכו', וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז איך ווייס אויך פון דעם אז רעקאווערי איז נישט תלוי אינעם חפצא נאר אינעם גברא, ס'האט גארנישט מיט'ן פילטער נאר מיטן באנוצער. אבער אויב האט א מענטש א שוואכע מינוט האט דאך א נפש הבהמי זיכער פיל שוואכע מינוטן, און אויב בין איך עלערגיש צו דעם דראג, וועט נישט העלפן נישט קיין שום זאך בעולם שנה נפש וואס זאל דאס קענען באקעמפן, און על זה אנו דואגים. דא שטיי איך אצינד.
שרייבנדיג די שורות ווייס איך נישט וואס מיין נעקסטע שריט זאל זיין, וויאזוי די ישועה גייט קומען, איך ווייס און גלייב אז השי"ת האט מיר דעם נסיון צוגעגרייט פון פאראויס מיט א פלאן וויאזוי דאס בייצוקומען, אבער דערווייל ווייס איך נישט וואס דאס איז, און דערווייל גייען אדורך טעג און וואכן, יא אין די הייליגסטע דערהויבנסטע טעג פון יאר, וואס א חלק טעג קען איך זיין א בעל מסירת נפש ווי יוסף הצדיק בשעתו און דא און דארט א ... דערווייל בעט איך און כ'בין מתפלל צו גאט ברוך הוא זאל מיך היטן און מיך מגלה זיין דעם פתח וואס ער האט פאר מיך אנגעגרייט.
ביז'ן ישועה דרוק איך אויס דא מיין דעקלעראציע בשער בת רבים, אברעמעל גייט יעצט דורך א צייט וואס ס'קוקט אויס ווי פון הימל וויל מען בשום אופן נישט ער זאל זיין ריין כסדר רוקן זיך אונטער פרישע נסיונות פון אומגעראכטענע ערטער, אבער איך מצידי גיי ווייטער טון כל מה שביכלתי ויותר זיך אפצוהיטן מכל מרעין בישין, און ניין איך גיי נישט לאזן אז די שוואכע מינוטן זאלן אפמעקן אלע פריערדיגע שטארקע מינוטן, פארקערט, אונז גייען פארזיכערן אז די שוואכע מינוטן זענען די שטערקסטע מינוטן אין מיין לעבן, מינוטן וואס אפילו מיין בהמה'לע האט זיך צעלאזט, בלייבט אברעמעל ווייטער א בן יקיר צו גאט ברוך הוא, הנשמה שנתתי בי טהורה הוא, און לייגט בשום אופן נישט אראפ די געווער, און אויב וויל מען פון הימל אז איך זאל פאלן אין תהום אריין גיי איך ווייטער טון וואס איך קען זיך צו האלטן ריין, און איך גיי עס טון פשוט שלא לשמה, מה נפשך אויב איז דער רצון ד' איז זאל זיין ריין טוה איך דאך ריכטיג מיטן אנהאלטן מיין קאמפ, ווידער טאמער איז רצון ד' אז איך זאל זינקן אין שמוץ דאן וואס וועט שוין געשעהן אז איך וועל עובר זיין אויף אט דעם 'רצון ד', סך הכל אויב נישט קיין עולם הבא וועל איך כאטש זוכה זיין צו די עולם הזה פון אנהאלטן א ריין לעבן, ויפה שעה אחת בעולם הזה מכל חיי העולם הבא!
שכ'ח פארן מיך אויסהערן, און פאר די חיזוק.