ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע 1334 באזוכער

עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ה אלול התשע"ח 21:47 #250695

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2

אקעי, אויגן אין קאפ האט יעצט אפאר מינוט...

מיין ביאגראפיע בקיצור, איך בין שוין אדורך פארשידענע תקופות, דערינטער גאר סטרעספולע ענקזייעטי צייטן (וואס איז מיסטומע באקאנט דא פאר רוב חבירים..), און זייענדיג א אש נאטור צוזאמען מיט א בעל מחשבות בין איך אריין געפאלן צייטנווייז אין יענע מעשה נעבעך...

איך האב שוין אין די פארגאנגענהייט אינטערגענומען גאר דראסטישע שריט צו באקעמפן דעם מעשה, צווישן זיי: געלעכערט די רעדער פון מיין ליעסד קאר, און עס דערנאך אויפגעגעבן, אריינגעווארפן א סמארטפאון אין וואסער, אויפגעגעבן א זייטיגע קליינע ביזנעס, (פארשטייט זיך אסאך תפילות) וכו', די אלע מלחמות האלטן מיר ב"ה אין די ראמען, אבער די לעכער פון צייט צו צייט זענען נאך דא.

איין זאך וואס גיבט מיר חיזוק, איז אז איך בין קלאר און זיכער אז איך וועל נאך איין טאג קענען לעבן א רואיגע ערליכע לעבן, צוליב וואס אין מחשבה גיב איך קיינמאל נישט אויף דעם קאמף  [איין פרט פון נישט אויפגעבן די קאמף איז אז איך וויל נישט מוותר זיין אויף די "קלייניקייטן" (צ.ב. ליגן זייטיג, זיך איינהאלטן ווען די נסיון איז נישט גרויס וכדו') אפי' ווען מען פאלט דורך מיט גרעסערע זאכן], איך בין נאר מתפלל אז די טאג זאל שוין אנקומען

מיין עיקר פראבלעם איז אז איך בין אליינס, פון נאטור וויל איך שטענדיג טוען און נאכמער אויפטוען מיר צו זעטיגן, אבער מה' מצעדי גבר, און איך טרעף מיר און שפיר מיר אין אן איינזאמע וועלט נישטא וועמען צו פרעגן און מיט וועמען צו רעדן...

דערפאר ווען איך האב געטראפן די חבורה דא האט עס מיר אריין געבלאזן פרישע ענערגיע, איך האב מיר נישט אויסגעמשלט אז סדא אן אקטיווע מיליטער אויפן פראנט מיט 2018 געווער אפצושלאגן די אטאקעס פונעם שונא...

איך האב נישט קיין סאך צייט ב"ה, אבער איך האף אז די ביסל צייט וואס איך האב יא וועל איך מיר אנשעפן פון די דאזיגע קוועלער און נישט פונעם שונא ח"ו..

איך וויל מחזק זיין יעדן און אויך מיר אליין, אין די אלגעמיינע וועלט ביי וואלן ווען איין צד געווינט מיט 51%, גייען אלע אנדערע 49% לטמיון, אבער אין  אונזער קאמף ציילט יעדע שטימע אפי' אויב די שונא זאל האבן 99% זעמיר אונז די געווינער מיט די 1%...... דערפאר טארן מיר נישט אויפגעבן אויף יעדע איינצעלע שטימע....

נאך א איין געדאנק בעפאר איך גיי, בדרך כלל איז מען נישט באקוועם צווישן מענטשן פון אנדערע קרייזן, ווייל מען שפירט אז איך בין די ריכטיגע וועג ביז משה מסיני, אבער דא וואס יעדער געפונט זיך פאר די ריין און לויטערע ציל שפירט מען אז מיר זענען אלע איין מסורה פון איין אפשטאם ביז יוסף הצדיק....

איך האף צו קענען זיגן מיט ענק נאך שטימעס אין צוקונפט.... א זיס לעכטיג און הייליג יאר פאר אונז אלע....

אויגן אין קאפ.

עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ו אלול התשע"ח 07:37 #250696

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14

וואףףףףף!!
שטארקע דרשה!

חברה ס׳קומען פרישע כוחות, מיר גייען זיגן!!

עיניו, דו ביסט אויפן ריכטיגן פלאץ. 
מיר גייען מיט גיין צוזאמען מיט דיר.
הייב אן ציילן 90 טעג, עפען אויף א טרענד, און אפדעיט אונז וויאזוי ס׳גייט די רייזע.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ו אלול התשע"ח 10:52 #250700

  • moshe11
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 227
  • האט שוין געלייקט: 66 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל
  • קאָרמא: 4
אויגן אין קאפ (בעסער געזאגט שכל אין קאפ) מורא'דיגע רייד
ב"ה איך מיין בערך די זאך האט מיר אויך געהאלטן,ווי נידריג איך בין געפאלן האב איך נישט געוואלט אויפגעבען מיין אמונה, כאטש נישט איינמאל האב איך געהאט די נסיון צי ווייל אזוי איז מיר געווען באקוועמער, צי גיטע ( ליין  שלעכטע) פריינד געוואלט בארויגען אז ר"ל..., דאס האב איך נישט אוועק געבען וזאת עמדי לי

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ו אלול התשע"ח 18:02 #250708

  • לוי
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 42
  • האט שוין געלייקט: 11 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
  • קאָרמא: 0

ברוכים הבאים כבוד עינו בראשו שיחי'

עס איז א כבוד און א זכיה דיר צו האבן דא מיט אונז. יהא בואך לברכה, און זאלסט זוכה זיין ריינקייט.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ו אלול התשע"ח 18:31 #250710

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 191 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 613 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
  • קאָרמא: 1

ברוכים הבאים ידידינו הרב הצדיק החכם עיניו בראשו!
אין דיינע פאר פערעגראפן האב איך מיך גאנץ שטארק געטראפן, ובפרט:

עיניו בראשו געשריבן on כ"ה אלול התשע"ח 21:47:
 [איין פרט פון נישט אויפגעבן די קאמף איז אז איך וויל נישט מוותר זיין אויף די "קלייניקייטן" (צ.ב. ליגן זייטיג, זיך איינהאלטן ווען די נסיון איז נישט גרויס וכדו') אפי' ווען מען פאלט דורך מיט גרעסערע זאכן], 

איך האב נישט נאכגעלאזט דארט ווי איך בין יא גוט, והיינו דאהני לי.
עיניו'ל, מיר ווארטן צו הערן פון דיר!!
שמחה'לע

לעצט פארראכטן: כ"ו אלול התשע"ח 18:33 דורך כי בשמחה תצאו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ו אלול התשע"ח 20:50 #250713

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1822 מאל
  • קאָרמא: 47

שלום עליכם אויגן אין קאפ!

בוזט אויף א גוט פלאץ, בוזט בכלל נישט אליין אויף די וועלט, מיר אלע זענען דא מיט דיר, דו בוזט נישט אליין אויף דער וועלט, דו האסט דעם באשעפער וואס פארשטייט דיר, ער ווייסט אלעס וואס דו גייסט אדורך היינט און נעכטן און אלעמאל, ער ווייסט פונקטליך וואס איז גוט פאר דיר, און ער ווייסט און האט אויסגעקליבן דיר צו טראגן די נסיונות וואס דו טראגסט אין דיין טאג טעגליכן לעבן, ווייל ער האט דיר זייער ליב, ווען נישט געבט ער דיר דאס נישט.

די מלחמה פון וואס דו רעדסט מיט די קאמפ וואס דו פירסט קענסטו רואיג אויפגעבן, אויף מיין אחריות געב אויף די קאמפ, דער אייבערשטער פירט שוין די קאמפ פאר דיר, דו דארפסט נישט פייטן, דער אייבערשטער איז אסאך א שטערעקער גיבור, ה' גיבור מלחמה, לאז אים פירן די קאמפ, א שאד פאר דיינע כוחות.

דו נעם דעם וואנדער שטעקן, און הייב אן ארויפקריכן דעם לייטער איין טאג אויפאמאל, דו דארפסט נאר ציילן און פארשטייט זיך בעטן דעם אייבערשטן די גאנצע צייט ער זאל פירן די קאמפ פאר דיר, דו לאז דיך ארויס פונעם קאמפ, דו וועסט נישט און דו קענסט נישט געוואונען די קאמפ קעגן דעם יצר, דער אייבערשטער קען יא, נו א שאד זיך צו פלאגן.

געדענק איין טאג אויף אמאל, הייב אן ציילן נקיים, לאז אונז אלע וויסן יעדן טאג דיין פארשריט וואס דו מאכסט, מיר וועלן אינאיינעם ציילן מיט דיר, צוביסעלעך איין טרעפעלע אויף אמאל, ביז מען דערזעהט זיך מיט ריזיגע סומע'ס ריינע טעג.

הצלחה אויף דיין רייזע.
משה'לע.

נ.ב. ווער איז דאס לוי? קיינמאל באגעגנט די אדמיניסטראטער, איך בין אזוי אלט?

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ו אלול התשע"ח 22:52 #250714

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14

תתחדש עיניו פאר דיין טרעיד.
משה׳לע אוי האסטו גוט געזאגט, ה׳ גיבור מלחמה, ער פירט עס!

לוי איז דער מנהל.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ז אלול התשע"ח 00:26 #250717

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2

לאמיר שנעל טייפן...
עס איז נישט קיין סוד אז משטיימיר אין א שווערע תקופה, די דור ליידט פון צוויי מאסיווע דעסטרויערס, די ערשטע איז יענע מעשה וואס לייגט אוועק יונג און אלט, און די צווייטע איז די מעשה וואס לייגט אוועק יונג און אלט, עס זענען דא מערערע ענליכקייטן צווישן די פיזישע מעשה צו די גייסטישע מעשה, ביידע שפירט מען נישט די שעדליכע אפעקטן אין אנהויב, ביידע שעמט מען זיך און מען וויל נישט מזאל געוואויר ווערן, ביידע זענען די טריטמענטס זייער ביטער, ביידע פאלן ארויס די האר ביי מערערע מענטשן, ביידע פאלן אסאך קרבנות... איך שרייב עס אוודאי נישט צו מאכן אומוטיג, נאר כדי צו באקעמפן די מחלה מוז מען וויסן ווי שעדליך דאס איז...

* * *

ערשטהאנטיגע גאר קראנטע שפיאנאזש אינפארמאציע איז אונז איבערגעגעבן געווארן איבערן שונא, דאס וואס מיר מיינען אז די שונא האט פארגעשריטענע מאכטפולע געווער איז נישט מער ווי א פסיכאלאגישע שפיל, ווי די אינפארמאנטן זאגן (ספרים הק') באשטייען די גאנצע וואפן זאפאזסן פון פאפיר, באלאנס, און לעגאס..., אבער זיי לייגן צו אז די שונא וחיילותיו איז איבערגעטריבן קלוג (והנחש היה ערום), זיי האבן באוויזן אריינצוהעקען אין אונזערע טיפסטע פלעצער, און פירן א פסיכאלאגישן קאמף און דערפאר איז אונז אלעס אזוי פארבלענדעט און פארוואלקענט...

יעצט נאך אלעם וואס קענען מיר טוען?? מאי אהני אז די מלחמה איז פסיכאלאגיש, די פאקט איז אז עס איז די א ביטערע מחלמה...,אבער מיר דארפן בלויז נעמען א שטרוי און זיך נעמען זעצן... ווייל אזוי ווי זיין געווער איז פון לופט וועט אפיר א שטרוי עס צוזעצן... און דאס איז וואס מיר האבן געמיינט פריער אז מדארף זיך אנהאלטן ביי די קלייניקייטן... אוודאי געלונגט אמאל(אדער בעסער אסאך מאל)אז משיסט באמבעס, אבער א שטרוי איז נישט אוועק צו מאכן...

* * *

מיר טוט אויך וויי וואס לומד האט געשריבן:

  1. מיר האלטן אין איין גיין ארום און ארום אין די זעלבע רונג און מען פראבירט זיך איינרעדן אז 'יעצט איז אנדערש'. מען פארלאזט זיך אויף די הייליגע ר"ר זושא וואס האט געזאגט 'אה"נ אז זושא האט פאריאהר אויך געזאגט אז ער גייט זיין וואויל, אבער יעצט מיינט עס זושא טאקע ערנסט'. ואין הכי נמי אז פאריאהר האט זושא געזאגט אז ער מיינט עס ערנסט, אבער יעצט מיינט זושא עס טאקע ערנסט.

דעריבער איז די עצה ווי פריער דערמאנט, תפסת מרובה לא תפסת,"מגייט שוין זיין וואויל" איז צו סאך... לאמיר זיך פארנעמען געוויסע נקודות וואס מיר ווייסן אז מוועט קענען ביישטיין, יעדער אין זיין דרגא, און זיך טאקע האלטן דערצו אין היצן און קעלט, דאס אליין איז שוין א גוטע שטרוי, און מיט די צייט וועלן נאכקומען באמבעס....

* * *

איך האב געהערט אז דא דרייען זיך די גרעסטע צדיקי הדור, צדיקים נסתרים (אמאל האבן זיי געוואוינט אין כאטקעס ביים עק שטאט, אבער היינט הער איך איז שוין נישט אזוי...), דעריבער וויל איך ענק בעטן דאווענטס פאר מיר ראש השנה, מיין נאמען איז "עיניו בראשו" (מיין מאמעס ניק ווייס איך נישט).

ווער עס שרייבט זיין קבלה אויף קומענדיגע יאר וועל איך מתפלל זיין פאר אים.

מיר גייען אלע זיגן אינאיינעם בס"ד!!!....
עיניו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ז אלול התשע"ח 01:29 #250718

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14

זייער שטארק געשריבן. שטארקע חיזוק.
ווי ניד מאר...

איך נעם מיך פאר אויפן קומענדיגן יאר, צו אריין קומען דא אפט! צו (דער)ציילן.

און צו אנהייבן פון פריש צו ציילן אפי׳ חלילה וחס איך פאר דורך.

נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ז אלול התשע"ח 02:38 #250719

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 1265 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1027
  • האט שוין געלייקט: 4368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1480 מאל
  • קאָרמא: 13

ווועלקאם צו די חברה עיניו בראשו. 

נייס טו העוו יו וויט אס. עס זעהט אויס אז די חבורה וואקסט. 

אפשר וואלט געווען שוין צייט צו מאכן א לעבעדיגע צוזאם קום! איך מיין איך קעןקען דא יעדער איינער ביז די טיפסטע קושקע! יעדער קעןקען מיר בעסער ווי מיין ברודער קען מיר... אולי איז שויןשוין צייט צו לייגן אפנים צו לומד, נטע , עיניו בראשו, כרעמזל, עד כאן, משה11, לוי, סוד, כי בשמחה, און גבאי. אפשר חול המועד סוכות?

לומד, ביסט אראפ פון זינען? 

קעי ,קעי ,בראויגטס ענק. נעם מיך נישט אזוי ערנסט יעדעס ווארט. איך האב שוין געשריבן אז נישט אלעס וואס לומד זאגט איז תורה מסיני....

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ז אלול התשע"ח 09:51 #250720

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 792
  • האט שוין געלייקט: 1846 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 999 מאל
  • קאָרמא: 25

יאפ דער האט אויגן אין קאפ ביג טיים
גוט געזאגט שיין געשריבן
איך נעם מיר פאר אז דאס יאר מיין איך אמתדיג איך זאג דיר צו

לומד שיק ארויס אינוועיטעישנס מיט א ריטירן ענוועלאפ און זעה ווער ס'שיקט עס צירוק אפשר וועט מען יא מסכים זיין 

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע ד' טבת התשע"ט 23:22 #252452

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
א גוטן חשובע חבירים, איך האב ליידער נישט קיין צייט דא אריין צו קומען צו אפט....
איך בין אוועליבעל אויב איינער זוכט א webchaver וואס זאל באקומען וועכענטליכע אימעלס פון די אינטערנעט סוירטשעס, איך גיי עס בעז"ה איבערקוקן יעדע וואך!.... (און גלייכצייטיג מחזק זיין דיר מיט מיר)

//​http://webchaver.com

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע ד' טבת התשע"ט 23:36 #252453

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14
עיניו בראשו געשריבן on ד' טבת התשע"ט 23:22:
א גוטן חשובע חבירים, איך האב ליידער נישט קיין צייט דא אריין צו קומען צו אפט....
איך בין אוועליבעל אויב איינער זוכט א webchaver וואס זאל באקומען וועכענטליכע אימעלס פון די אינטערנעט סוירטשעס, איך גיי עס בעז"ה איבערקוקן יעדע וואך!.... (און גלייכצייטיג מחזק זיין דיר מיט מיר)

//​http://webchaver.com

פאר מיר ווען איך בין מיט אן אפענעם אינטערנעט בין איך נישט ביי מיך... איך געדענק איך האב אפאר אמאל געדינגען א לעפטאפ פון א קיאסק וואס דארט ארבייטן טעקנישנס, און זיך נישט געקענט איינהאלטן... סאו וועב חבר וואלט מסתם נישט געארבייט פאר מיר.

 זיכער נישט אויב איינער וואס פארשטייט מיר קוקט עס איבער...

אבער קען זיין אז פאר אנדערע וואלט עס יא געהאלפן.

אלנפאלס, אז דו ביסט שוין דא, פארצייל אונז, וויאזוי גייט דיין רייזע?

נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע ד' טבת התשע"ט 23:39 #252454

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14
לומד געשריבן on כ"ז אלול התשע"ח 02:38:

ווועלקאם צו די חברה עיניו בראשו. 

נייס טו העוו יו וויט אס. עס זעהט אויס אז די חבורה וואקסט. 

אפשר וואלט געווען שוין צייט צו מאכן א לעבעדיגע צוזאם קום! איך מיין איך קעןקען דא יעדער איינער ביז די טיפסטע קושקע! יעדער קעןקען מיר בעסער ווי מיין ברודער קען מיר... אולי איז שויןשוין צייט צו לייגן אפנים צו לומד, נטע , עיניו בראשו, כרעמזל, עד כאן, משה11, לוי, סוד, כי בשמחה, און גבאי. אפשר חול המועד סוכות?

לומד, ביסט אראפ פון זינען? 

קעי ,קעי ,בראויגטס ענק. נעם מיך נישט אזוי ערנסט יעדעס ווארט. איך האב שוין געשריבן אז נישט אלעס וואס לומד זאגט איז תורה מסיני....

איבערקיקענדיג דעם טרעד האבעך דאס געטראפן...

יא יא, מיר האבן עס געטון 2 מאל אין די פארגאנגענע 2-3 חדשים. 

פאר מיר האט דאס געטוישט מיין לעבן, (אדער אנגעהויבן צו טוישן מיין לעבן)

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 14:04 #267239

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
שלום וברכה אלע חשובע אידן דא

שוין א לאנגע צייט נישט אריינגעקומען דא, אבער איך שלאף ב"ה נישט

צום ערשט וועל איך שרייבן פארשידענע זאכן וואס האט מיר געהאלפן ביז היינט בס"ד:

א) איך האב געליינט אינעם האנט בוך איבער "טריגערס" וואס מאכן ערגער, און איך האב אויפגעפאסט אז ווען איך דארף גיין הכנות (אויף א לענגערע צייט) איז מיין כח המעצור אסאך שוואכער, איז אנשטאט נאכגיין די תאות האב איך אנגעהויבן ארויסגיין אין צייט, און עס העלפט אסאך ארויסאזוי אויך ווען איך בין שטארק אויסגעמוטשעט ווערט די פראבלעם שטערקער, און איך פרוביר טאקע צו שלאפן גענוג אויף וויפיל סאיז מעגליך

ב) איך האב אנגעהויבן א שיעור פארטאגס וואס איך האלט מיר אויפצושטיין דערצו דורך צאלן קנסות אויב איך שטיי אויף שפעט, אזוי האב איך ווייניגער צייט ביינאכט און מער אריינגעטון אין רוחניות ב"ה

ג) ברוב סייעתא דשמיא האט זיך פארבעסערט א וויכטיגע ענין אין שלום בית ואכמ"ל וואס פארגרינגערט שטארק ארויסאון אזוי איז ב"ה די טעגליכע ירידות געפאלן צו חודשליך אדער יאר קווארטל וכן יעזור ה' הלאה

***
און יעצט צום ענין וואס איך אפעליר הילף פון די חשובע צדיקים דא:

ליידער זענען נאך די ירידות א מציאות, ווען איך בין אויסגעמוטשעט אדער מוהטלאז און סאיז נישט דא גענוג ארבעט אין אפיס מיר צו האלטן פארנומען קען איך אנהויבן צו קריכן אויסצוטרעפן א לאך אין איינע פון די בעסטע פילטערס, און ליידער קען מען אנקומען צו פון די "ערגסטע" וועבסייטס מיט די "בעסטע" פילטער. און זאת ועוד, ווען עס קומט א ירידה ווערט עס ליידער נאר ערגער פון די פאריגע ל"ע (דערנאך בעט מען צוצומאכן די שמוציגע וועבסייטס)

אויך ווען איך בין אויסגעמוטשעט אדער מוהטלאז קען מיר כאפן גאר נארישע און נידריגע מחשבות ל"ע, און איך קען שפירן "וַאֲנִי כִּמְעַט נָטָיוּ רַגְלָי כְּאַיִן שֻׁפְּכוּ אֲשֻׁרָי", און מיין זארג איז אז וואס איך האב אמאל אנגעקוקט פאר אזעלעכע ווייטע זאכן האב איך יעצט מורא "כִּי קִנֵּאתִי בַּהוֹלְלִים שְׁלוֹם רְשָׁעִים אֶרְאֶה", בס"ד ווען איך שטיי אויף אויסגערוהט די נעקסטע טאג קען איך מיר צורוקכאפן  און שפירן וַאֲנִי קִרֲבַת אֱלֹהִים לִי טוֹב, איך וויל אבער סזאל זיין וַאֲנִי תָמִיד עִמָּךְ אָחַזְתָּ בְּיַד יְמִינִי.

ביטע מיר ארויסהעלפן מיט חיזוק, און מיט עצות

עיניו
לעצט פארראכטן: כ"ד סיון התש"פ 14:06 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 14:55 #267240

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3

שלום וברכה אלע חשובע אידן דא

שוין א לאנגע צייט נישט אריינגעקומען דא, אבער איך שלאף ב"ה נישט

צום ערשט וועל איך שרייבן פארשידענע זאכן וואס האט מיר געהאלפן ביז היינט בס"ד:

א) איך האב געליינט אינעם האנט בוך איבער "טריגערס" וואס מאכן ערגער, און איך האב אויפגעפאסט אז ווען איך דארף גיין הכנות (אויף א לענגערע צייט) איז מיין כח המעצור אסאך שוואכער, איז אנשטאט נאכגיין די תאות האב איך אנגעהויבן ארויסגיין אין צייט, און עס העלפט אסאך ארויסאזוי אויך ווען איך בין שטארק אויסגעמוטשעט ווערט די פראבלעם שטערקער, און איך פרוביר טאקע צו שלאפן גענוג אויף וויפיל סאיז מעגליך

זייער גוט טוסטו.

איך טראכט אז ס'ווענט זיך אויך ווי אזוי מ'שלאגט זיך דערמיט. אפשר קענסטו פרובירן אז חוץ מזה וואס דו געסט אכטונג צו זיין גוט גוט אויסגערוהט און אויך אין א גוטע גיסטע, און אויך כסדר ארויסגיין ווען מ'דארף, איז אפשר כדאי זיך אויסצולערנען אז מ'דארף נישט נוצן מאכט (power) כדי זיך צו שלאגן מיט דעם, פרוביר צו נוצן בלויז עקשנות, און אריינטראכטן אז אויב איך וויל טון די רצון השי"ת מיינט עס אז איך זאל נישט ליב האבן אזעלכע זאכן. און אויב עס האט זיך מיר ליב, וויל איך אז ס'זאל דורכגיין, און אוועקגיין פון מיר, ווייל איך זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל. פרוביר צו ס'ארבעט מיין וועג, יא יא, נישט נישט.

ב) איך האב אנגעהויבן א שיעור פארטאגס וואס איך האלט מיר אויפצושטיין דערצו דורך צאלן קנסות אויב איך שטיי אויף שפעט, אזוי האב איך ווייניגער צייט ביינאכט און מער אריינגעטון אין רוחניות ב"ה

חזק, חזק. השי"ת זאל העלפן זאלסט שעפן פיל חיות פון אויפשטיין און לערנען די הייליגע תורה.

ג) ברוב סייעתא דשמיא האט זיך פארבעסערט א וויכטיגע ענין אין שלום בית ואכמ"ל וואס פארגרינגערט שטארק ארויסאון אזוי איז ב"ה די טעגליכע ירידות געפאלן צו חודשליך אדער יאר קווארטל וכן יעזור ה' הלאה

אמן

און יעצט צום ענין וואס איך אפעליר הילף פון די חשובע צדיקים דא:
ליידער זענען נאך די ירידות א מציאות, ווען איך בין אויסגעמוטשעט אדער מוהטלאז און סאיז נישט דא גענוג ארבעט אין אפיס מיר צו האלטן פארנומען קען איך אנהויבן צו קריכן אויסצוטרעפן א לאך אין איינע פון די בעסטע פילטערס, און ליידער קען מען אנקומען צו פון די "ערגסטע" וועבסייטס מיט די "בעסטע" פילטער. און זאת ועוד, ווען עס קומט א ירידה ווערט עס ליידער נאר ערגער פון די פאריגע ל"ע (דערנאך בעט מען צוצומאכן די שמוציגע וועבסייטס)

אויך ווען איך בין אויסגעמוטשעט אדער מוהטלאז קען מיר כאפן גאר נארישע און נידריגע מחשבות ל"ע, און איך קען שפירן "וַאֲנִי כִּמְעַט נָטָיוּ רַגְלָי כְּאַיִן שֻׁפְּכוּ אֲשֻׁרָי", און מיין זארג איז אז וואס איך האב אמאל אנגעקוקט פאר אזעלעכע ווייטע זאכן האב איך יעצט מורא "כִּי קִנֵּאתִי בַּהוֹלְלִים שְׁלוֹם רְשָׁעִים אֶרְאֶה", בס"ד ווען איך שטיי אויף אויסגערוהט די נעקסטע טאג קען איך מיר צורוקכאפן  און שפירן וַאֲנִי קִרֲבַת אֱלֹהִים לִי טוֹב, איך וויל אבער סזאל זיין וַאֲנִי תָמִיד עִמָּךְ אָחַזְתָּ בְּיַד יְמִינִי.

ביטע מיר ארויסהעלפן מיט חיזוק, און מיט עצות

עיניו

געב א פרוביר מיין מהלך. האב גארנישט מורא פון שלעכטע מחשבות. זאל עס זיין פון גאר גאר א נידעריגן סארט זאלסטו נישט מורא האבן דערפון. בשעת דו האסט די מחשבות זאלסטו קוקן אין דיין הארץ און טראכטן: וואס וויל איך יעצט? וויל איך יעצט נאכגיין נאך אזעלכע זאכן? איך דארף דאך וועלן טון דעם רצון השי"ת. איי איך פיל אז איך וויל טראכטן נישט גוטע זאכן, איך ערלויב אז דאס זאל אריבערגיין. איך לאז דאס אריבערגיין ווייל איך בין א יוד. איי איך טראכט נידעריג, דאס זאגט גארנישט וועגן מיין ווערד. דאס קען נישט דרייווען מיין גיסטע, אראפצוקלאפן מיין גיסטע. מיין זעלבסט-ווערד

פרוביר אריינצוקומען אין די פארומס און מחזק זיין אנדערע. פרוביר שטארק צו האלטן זיין זעלבסט-ווירדע, מיט אלע כוחות. לאז דיך נישט שפירן געפאלן. ס'איז א שטענדיגע מלחמת היצר זיך צו האלטן אין א געזונטע זעלבסט-ווירדע. נישט אז דו ביסט ווייסעך וואס, אז דו ביסט מער פון אנדערע, און דו ביסט ספעציעל, און נישט אז דו ביסט גארנישט ווערד. פרוביר אריינצוקוקן אין דיר, און געב א קוק "וויאזוי פיל איך איז מיין סעלף עסטים". אויב דו שפירסט דיך געקלאפט, לאז דיך נישט.

און דער גוטער באשעפער זאל שוין העלפן.
לעצט פארראכטן: כ"ד סיון התש"פ 15:07 דורך הכנעה.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 15:44 #267245

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
​יישר כח פארן זיך אנשטרענגען און ​טייפן פאר מיר 1344 אותיות

איך האב מיר שוין אסאך געשלאגן און פרובירט צו שטארקן, אבער לאמיר זאגן אז עס העלפט נאר אין %50 פעלער, קען איך מיר נישט פארלאזן אויף דעם אליין, בפרט ווען איך בין גאר אויסגעמאטערט וכדו'

מיין עיקר דאגה איז אז איך מוז צוקומען צו אזויפיל מיטלען נישט דורכצופאלן און איך שטיי נישט אויף מיין פיס אליין, צום ביישפיל איך האב מורא אויב איין טאג וועל איך נישט האבן קיין זשאב ח"ו וואס דעמאלטץ האלט איך אז מיין נסיונות וועלן ווערן גאר שטארק ח"ו און איך קען אנקומען גאר טיף ח"ואון אזוי אויך אויב זאל איין טאג נישט זיין קיין פילטער ביי מיין ארבעט זעה איך נישט בדרך הטבע וויאזוי איך זאל קענען בלייבן נארמאל

איז ב"ה איך פרוביר צו טוהן אלעס אז די נסיונות זאלן מיר נישט שטיין פאר די אויגן און איך זאל זיין פארנומען וכדו', אבער וויאזוי קען איז ווערן געבויעט אויף אזא וועג אז סזאל זיין א בחינה פון לבי חלל בקרבי, סזאל מיר בכלל נישט זיין אינטערסאנט השטן וכת דיליה אפי' איך זוץ פארנט פון אפענע אינטערנעט (כמובן אסור להביא עצמו לידי נסיון, וכתבתי רק שאף אם אשב וד"ב)
לעצט פארראכטן: כ"ד סיון התש"פ 15:45 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 15:56 #267247

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 522 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1126
  • האט שוין געלייקט: 877 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2128 מאל
  • קאָרמא: 50

שלום עליכם, איך זעה דער פאריגע מאל דו ביסט דא געווען איז געווען נאך פאר איך בין אהער אנגעקומען.

איך האבה שנעל געגעבן א בליק דורך דיין טרעד, איך האב אבער נישט געפינען צו דו פילסט אז דו ביסט בגדר א עדיק אדער נישט, ולמאי נפק"מ, פשוט צו וויסן וועלכע מהלך צו נעמען. פון געוויסע שטריכן וואס דו שילדערסט, איז מעגליך אז דו ביסט אין אן עדיקשאן מצב, אבער ס'איז מעגליך אז נישט. אין דער האנט בוך איז דא 20 שאלות וואס קען העלפן זעהן צו מען איז אן עדיק אדער נישט.

אני הק' בין שוין דא פאר אזויפיל ריינע טעג וואס איך האב ב"ה, כאטשיג זיי זענען נישט ממש גענצליך ריין פון לאסט, און פון גליטשן דא און דארט, איז עס אבער יא גענצליך ריין פון מעסטערבעישן און פאראגראפי וכדומה.

עס האט מיר גענומען א יאר און א האלב צו אנערקענען אז איך בין אן עדיק, און ב"ה איז בין היינט אין א 12 סטעפ פראגראם, און אויפן וועג צו א פולע ריקאווערי בעז"ה.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 16:09 #267251

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
עיניו בראשו געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 15:44:
​יישר כח פארן זיך אנשטרענגען און ​טייפן פאר מיר 1344 אותיותיא, איך האב מיר שוין אסאך געשלאגן און פרובירט צו שטארקן, אבער לאמיר זאגן אז עס העלפט נאר אין %50 פעלער, קען איך מיר נישט פארלאזן אויף דעם אליין, בפרט ווען איך בין גאר אויסגעמאטערט וכדו'מיין עיקר דאגה איז אז איך מוז צוקומען צו אזויפיל מיטלען נישט דורכצופאלן און איך שטיי נישט אויף מיין פיס אליין, צום ביישפיל איך האב מורא אויב איין טאג וועל איך נישט האבן קיין זשאב ח"ו וואס דעמאלטץ האלט איך  אז מיין נסיונות וועלן ווערן גאר שטארק ח"ו און איך קען אנקומען גאר טיף ח"ואון אזוי אויך אויב זאל איין טאג נישט זיין קיין פילטער ביי מיין ארבעט זעה איך נישט בדרך הטבע וויאזוי איך זאל קענען בלייבן נארמאלאיז ב"ה איך פרוביר צו טוהן אלעס אז די נסיונות זאלן מיר נישט שטיין פאר די אויגן און איך זאל זיין פארנומען וכדו', אבער וויאזוי קען איז ווערן געבויעט אויף אזא וועג אז סזאל זיין א בחינה פון לבי חלל בקרבי, סזאל מיר בכלל נישט זיין אינטערסאנט השטן וכת דיליה אפי' איך זוץ פארנט פון אפענע אינטערנעט (כמובן אסור להביא עצמו לידי נסיון, וכתבתי רק שאף אם אשב וד"ב

דו זאגסט נישט צופיל אנדערש ווי חז"ל. און ווי אלע אונזערע צדיקים. יעדער האט מורא געהאט. יעדער האט געטון פעולות צו ווערן געראטעוועט פון נסיונות. דוד המלך האט געמיינט אז ער קען שוין, האט ער געזעהן אז ער קען נישט. האב נישט מורא. בעהט השי"ת. קיינער איז נישט פארזיכערט מיט גארנישט. מ'איז נאר פארזיכערט וויפיל השי"ת וועט אים העלפן.

אבער עס קוקט מיר אויס אז דו ביסט אומרואיג. ווי שטייט אז דו דארפסט זיין נערוועז. דו דארפסט טון וואס דו קענסט. האב נישט מורא. ס'קוקט אויס ווי דו האסט אינערליכע פיין וואס שטופן דיך, צווינגען דיך, און מאכן דיך משוגע. רעד אויס צום באשעפער אלעס וואס דו ביסט דורך אין דיין לעבן, אלעס וואס דו ביסט געפייניגט געווארן, אלעס וואס דו ביסט געווארן אביוזד. אלעס וואס מ'האט דיך נישט פארשטאנען. אלעס וואס דו גייסט דורך אינדערהיים. און נאך און נאך. שווענק אויס דיין הארץ צו אים.

דו דאפסט דיך בארואיגן. איך קען שפירן אז ס'איז נישט אזוי ווייט די תאווה וואס ברענט אין דיר, ווי דו ווילסט פון עפעס אנטלויפן. שובי נפשי למנוחיכי. איך וואונדער מיך צו דו ווערסט געפייניגט אינערליך פון עפעס. רעד דיך אויס.

זאלסט וויסן צדיק, אז עס ווארט דיך א גרויסע שכר. האב נישט מורא. טו וואס דו קענסט. קיינער קען זיך נישט שלאגן מיט די יצר הרע. פארקערט, ווי מער א מענטש ווייסט אז אליין קען מען נישט, אלץ מער ווערט ער צעבראכן ביי זיך, און ער ווארפט זיך ארויף אויף זיין טאטע אין הימעל וואס האט אים אזוי ליב. און דער אייבערשטער זאל שוין העלפן.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 16:39 #267254

ייש"כ פאר די חיזוק

ב"ה איך בין נישט געווארן אביוזד און געפייניגט, איך בין נאר א בעל מחשבות (עי' ב"מ דף קז: ת"ר י"ג דברים נאמרו בפת שחרית מצלת וכו' ונזקק לאשתוואינו מתאוה לאשה אחרת וברש"י שם: נזקק לאשתו - אם בעל הרהורים הוא ומתוך שלבו טוב בבקר שאכל קצת תובע לאשתו ובצאתו לשוק ורואה נשים אינו מתאוה להן) און מיט הייסע בלוט, און אין וואס מיינע מחשבות לויפן דארט ליג איך ראשו ורבו. אויב שטיי איך ליידיג און איך האב נישט עפעס א ענין מיט אינטערסע וואס צו טראכטן לויפן מיינע מחשבות צו די נישט גוטע ריכטונג

סיי וויאזוי, דיינע ווערטער גיבן שטארק צו, איך וואלט טאקע געוואלט באקומען יעדן טאג אן אימעל מיט עפעס חיזוק פון ספרים וכדו', איז דא אזא זאך? עפעס האב איך געליינט דא וועגן אימעלס פון הרב הערשקאוויטש, גייט עס נאך אן?
לעצט פארראכטן: כ"ד סיון התש"פ 16:40 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 16:43 #267255

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
אחכה לו געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 15:56:

שלום עליכם, איך זעה דער פאריגע מאל דו ביסט דא געווען איז געווען נאך פאר איך בין אהער אנגעקומען.

איך האבה שנעל געגעבן א בליק דורך דיין טרעד, איך האב אבער נישט געפינען צו דו פילסט אז דו ביסט בגדר א עדיק אדער נישט, ולמאי נפק"מ, פשוט צו וויסן וועלכע מהלך צו נעמען. פון געוויסע שטריכן וואס דו שילדערסט, איז מעגליך אז דו ביסט אין אן עדיקשאן מצב, אבער ס'איז מעגליך אז נישט. אין דער האנט בוך איז דא 20 שאלות וואס קען העלפן זעהן צו מען איז אן עדיק אדער נישט.

אני הק' בין שוין דא פאר אזויפיל ריינע טעג וואס איך האב ב"ה, כאטשיג זיי זענען נישט ממש גענצליך ריין פון לאסט, און פון גליטשן דא און דארט, איז עס אבער יא גענצליך ריין פון מעסטערבעישן און פאראגראפי וכדומה.

עס האט מיר גענומען א יאר און א האלב צו אנערקענען אז איך בין אן עדיק, און ב"ה איז בין היינט אין א 12 סטעפ פראגראם, און אויפן וועג צו א פולע ריקאווערי בעז"ה.

די ענטפער אויף דעם איז אינטערסאנט, ב"ה יעצט אויף די מינוט קען איך נישט זאגן אז איך בין אן אדיקט, סגייט ב"ה דורך וואכן אן פראבלעמען, אבער אויב זאל איך נישט האבן איינע פון די אלע זאכן וואס האלטן מיר צוזאם (זשאב, שיעור, ווייב, פילטער וכו') וואלט איך געוועהן אן אדיקט ל"ע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 18:25 #267260

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 41 מאל
  • קאָרמא: 3
@עיניו.

איך טראכט נאך א עצה וואס ווערט געברענגט אין ספר דרך אמת, נעם א פאר מינוט א טאג און טראכט אריין אז יעדע מין תאווה, יעדע סארט היץ, רייץ, די אלע זאכן, דערווייטערן מיך פון השי"ת, עס דערווייטערט מיך פון מיין אייגענעם חלק אלוק ממעל. און דאס מיינט אז זיי דערווייטערן מיך פון לעבן. און דערפאר האב איך עס פיינט. נישט סתם פיינט נאר טאקע אזוי ווי איך האב פיינט דאס טויט. פרוביר.

טו עס מיט א רואיגקייט. נישט נערוועז. סתם דאס איז דער אמת. דו האסט עס פיינט. לאז דיך נישט. גיי שטאטלעך און האלט אן. זעה וויאזוי עס קומט אריין אין דיין הארץ א שנאה דערצו, ווי איך האב פריער געשריבן. גיי שטאטלעך, רואיג, און מאך עס מער און מער. האלט קאפ. חזר דיך איין פארוואס דו האסט עס אזוי פיינט. ווייל דאס דערווייטערט מיך אויף אייביג אייביגקייט פון השי"ת. דו דארפסט זיין איבערצייגט אז דאס דערווייטערט. און ס'איז נישט שווער צו כאפן פארוואס יעדע סארט תאווה, דערווייטערט. אונז זעמיר צוגעוואוינט אז די אלע זאכן זענען גוט. אבער דאס קומט ווייל מיר כאפן נישט וואס ס'מיינט גוט. דער אייבערשטער איז פונקט דאס פארקערטע ווי די אלע זאכן. די אלע ליבשאפטן. די אלע תאוות. די אלע געפילן. און ווען מ'פילט זיך אן דערמיט, ווערט מען דערווייטערט. אפילו מ'מיינט אז מ'איז נאנט צום אייבערשטן, איז מען נישט.
אויב דו פילסט אז דו האסט יא ליב, לאז דיך נישט. גיי צוריק צום אמת. "איך האב דיך פיינט, ווייל דו דערווייטערסט מיך פון השי"ת. דו דערווייטערסט מיך פון עולם הבא. איך האב דיך פיינט, און איך וויל מיך אפלאזן פון דיר. אינגאנצן.
אויך זאלסטו למען הרחמים פרובירן אנצוהאלטן דיין סעלף עסטים.
פארגעס נישט אז דו מוזט דיך פארשטיין אויך. זיי נישט טאף צו דיך אליין. ס'העלפט דען? גיי רואיג. אויב דו ביסט אן אדיקט, אדער כמו אדיקט מוזטו האבן מיטגעפיל מיט דיך אליין. דו דארפסט האבן געדולד. חלילה אז דו זאלסט דיך פיינט האבן דערוועגן. חלילה. איך רעד פון פיינט האבן דעם תאווה. נישט דיך. ישמע חכם ויוסיף לקח. ודי לחכם אליין צו פארשטיין.
און דער אייבערשטער זאל דיך העלפן
לעצט פארראכטן: כ"ד סיון התש"פ 18:41 דורך הכנעה.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ד סיון התש"פ 18:54 #267261

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
הכנעה געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 18:25:

דו זאגסט זייער גוט, פונ'ט נעכטן האב איך אנגעטון פאר די מחשבה תאוה א נייעם אנצוג, ער קומט אזוי שיין אנגעטון און אהערגעשטעלט מיט א שמייכל, יא איך ווייס טאקע אז מטאר נישט אבער די תאוה שמייכלט, האב איך אים אנגעטון אן אנצוג פון א בער מיט א שטרענגע פנים וואס וויל מיר צורייסן, איך דארף מיר טאקע דאס חזרן, און ווען עס איז מיר ארויפגעקומען די מחשבות האב איך אים יעדע מאל אנגעטון זיין אמתע אנצוג

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע כ"ה סיון התש"פ 14:22 #267274

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 761 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1381
  • האט שוין געלייקט: 2039 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2018 מאל
  • קאָרמא: 14
עיניו בראשו געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 16:43:

אחכה לו געשריבן on כ"ד סיון התש"פ 15:56:

שלום עליכם, איך זעה דער פאריגע מאל דו ביסט דא געווען איז געווען נאך פאר איך בין אהער אנגעקומען.

איך האבה שנעל געגעבן א בליק דורך דיין טרעד, איך האב אבער נישט געפינען צו דו פילסט אז דו ביסט בגדר א עדיק אדער נישט, ולמאי נפק"מ, פשוט צו וויסן וועלכע מהלך צו נעמען. פון געוויסע שטריכן וואס דו שילדערסט, איז מעגליך אז דו ביסט אין אן עדיקשאן מצב, אבער ס'איז מעגליך אז נישט. אין דער האנט בוך איז דא 20 שאלות וואס קען העלפן זעהן צו מען איז אן עדיק אדער נישט.

אני הק' בין שוין דא פאר אזויפיל ריינע טעג וואס איך האב ב"ה, כאטשיג זיי זענען נישט ממש גענצליך ריין פון לאסט, און פון גליטשן דא און דארט, איז עס אבער יא גענצליך ריין פון מעסטערבעישן און פאראגראפי וכדומה.

עס האט מיר גענומען א יאר און א האלב צו אנערקענען אז איך בין אן עדיק, און ב"ה איז בין היינט אין א 12 סטעפ פראגראם, און אויפן וועג צו א פולע ריקאווערי בעז"ה.

די ענטפער אויף דעם איז אינטערסאנט, ב"ה יעצט אויף די מינוט קען איך נישט זאגן אז איך בין אן אדיקט, סגייט ב"ה דורך וואכן אן פראבלעמען, אבער אויב זאל איך נישט האבן איינע פון די אלע זאכן וואס האלטן מיר צוזאם (זשאב, שיעור, ווייב, פילטער וכו') וואלט איך געוועהן אן אדיקט ל"ע

איך בין א פריאדיקט עדיקט. דאס הייסט נישט אייביג איז מיין קאפ דארט געווען, אפי׳ חדשים וואס נישט, אבער ווען יא... 

קענסט ריטשען אוט צו מיר קוק אין מיין סיגניטשור.

הצלחה

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע י' תמוז התש"פ 12:24 #267482

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח @הכנעה @אחכה לו @הייליגערצדיק פארן מיר ענטפערן

לויט ווי איך האב אנגעהויבן צו באמערקן בין איך ב"ה נישט קיין אדיקט, נאר איך האב אנדערע שוועריקייטן וואס איך אנטלויף דערפון און לויף אריין אין א צווייטע פראבלעם...

איך פלעג מיר פלאגן מיט OCD אין אמונה זאכן, און בכלל ווערן איבערגענומען פון געפילן וכו', לעצטנס איז עס אביסל צוריקגעקומען און עס האט געטריגערט די קדושה ענין, איך האב גערעדט מיט איינעם וואס האט מיר אויסגעלערנט אביסל וויאזוי צו הענדלען די OCD, און מיטן אויבירשטענס הילף ווערט עס בעסער

די פראבלעם פון קשיות אין אמונה וכדו' מאכט אסאך שווערער די קדושה נסיונות ווייל ווען איך הויב אן צו טראכטן "איך אעשה הרעה הגדולה הזאת וחטאתי לאלקים", קומען אריין די OCD ספיקות וכו', איז ווי געזאגט האב איך ב"ה אנגעהויבן ארבעטן מיט א מהלך, און אויך ארבעט איך מיט מיטלען מיר צו האלטן רואיג וכו',

און איך בין אנטשלאסן קיינמאל אראפצולייגן די געווער, איך וועל בעז"ה טון וואס מען דארף און וואס מען קען מיר אנצוכאפן אינעם הייליגן באשעפער און דערגרייכן א פולקאמע ריינקייט בעז"ה

אויב איינער האט עפעס צוצוגעבן וואלט איך זיכער הנאה געהאט, און איך וואונטש יעדן הצלחה אין זיין וועג, איך האב ב"ה ווייניג צייט צו שרייבן, אבער איך ליין דא לעצטענס אפט און עס גיבט מיר אסאך חיזוק וויאזוי אנדערע ארבעטן (הצדיק שלום אהליך, הצדיק זעווי, ועוד (איך האב דיר אויסגעלאזט? אנטשולדיגט! איך מיין דיר אויך!))

עיניו
לעצט פארראכטן: י' תמוז התש"פ 14:03 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע י' תמוז התש"פ 21:44 #267488

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 232 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 297 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 258 מאל
  • קאָרמא: 24

איך בין שוין לאנג נישט דא געווען. איך האב שוין נישט געהעריג קיין צוטריט איבערן טאג צו הד"א. ווען איך קום אריין איז עס נאר אויף א קורצע באזוך.

OCD איז בלויז א סימפטעם. דהיינו עס איז סימן אז עפעס גייט פאר אינעווייניג. אזוי ווי איינער האט פיבער, איז נישט די פיבער די פראבלעם, נאר עס ווייזט אז ערגעץ אין די קערפער איז דא אן אינפעקציע. מען קען נעמען טיילענאל צו גרינגער און באקוועמער מאכן די פיבער אבער עס וועט נישט העלפן פאר די אינפעקציע. 

אויב ביסטו נייגעריג צו הערן מער פון מיר. קענסטו זיך פארבינדן מיט מיר פריוואט.

זיי מצליח.

יונה'לע

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע ח' אב התש"פ 18:47 #267879

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 14
  • האט שוין געלייקט: 10 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
  • קאָרמא: 2
בעזר צורי וגואלי

מזעהט אמאל צוויי קינדער זיך ארומקריגן אין הויף פון תלמוד תורה, דער שרייט סאיז מיינס און דער שרייט סאיז מיינס, און סגייט הענט און פיס, אין וואס ווענדט זיך בעיקר די מחלוקה? ווער סהאט שטערקערע מוקסלען...

יעצט לאמיר אריבער גיין אין ישיבה, משה מיט מעכיל זענען שוין גרעסערע בחורים, און ווייטער קריגען זיי זיך, אבער דא גייט שוין נישט קיין הענט אין פיס, נאר די מחלוקה איז שוין אביסל טיפער, ווער סהאט א בעסערע צינגעל פרובירט אראפ צוקלאפן דעם צווייטן און די צווייטער פרובירט צוריקצושיסן וכו'

גיימיר יעצט אריבערלויפן היבש אביסל יארן, משה מיט מעכיל זענען שוין אנגעזעהנע בעלי בתים, פני וחשובי הקהל, און עס האט אויסגעבראכן א סוכסוך צווישן זיי, דא ווערט שוין די מחלוקה מער קאמפלעצירט, יעדער פרובירט מיט זיין כוחות הנפש צו געווינען איבערן צווייטן, משיקט שלוחים, מבארעדט אין די גאס, רופט צו דין תורה, בקיצור ממוז איינשפאנען אלע כוחות הגוף והנפש כדי איבערצושטייגן דעם צווייטן

און ווער רעדט נאך ווען די רעדע איז איבער צוויי מדינות, ברויך מען האבן די פארגעשריטענסטע כלי מכשירים, קלוגסטע קעפ, און א אויסגעשולטע ארמיי, און נאר אזוי קען מען זיך פארמעסטן מיט די צווייטע לאנד

***

יעצט לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיטן מלחמת היצר, אין וואספארא תחום שלאגן מיר זיך מיט אים? אויף וואס צילט ער? און וואס זענע אונזערע מיטלען אים בייצוקומען? די ענטפער אויף דעם איז לויט ווי עס שטייט פון חז"ל אז "רחמנא ליבא בעיא", וואס דאס מיינט די רצון! דאס איז וואס דער אויבישטער וויל פון אונז, און דאס איז וואס דער שטן פרובירט אוועקצונעמען פון אונז (כדאיתא בחז"ל הרהורי עבירה קשים מעבירה)

קומט אויס אז די גאנצע מלחמה ווערט געפירט אין גאר א קליינע שטח, אין אונזערע טונקעלע מוח קעמערלעך, דאס גאנצע וואס די שטן ארבעט אן איז צו צוברעכן אונזער רצון, איי ווי קומען אריין דא אונזערע מעשים? אלע אונזערע מעשים זענען אדער א תוצאה פון אונזערע מחשבות און רצונות, אדער איז עס מעשים וואס מיר טוען כדי צו בייאיינפלוסן אונזערע מחשבות און רצונות (אזוי ווי עס ווערט מבואר אין די ראשונים אז די אלא מצות מעשיות איז נאר ווייל אדם נפעל כפי פעולותיו)

למעשה וואס איך וויל צוקומען איז אז אונזער עיקר עבודה איז: רצון, רצון, רצון, רצון..... און דערנאך דארפן מיר פרובירן אויסצופירן די רצון וואס מיר האבן, און דאס נעמט אריין צווישן זיי:

א) תפלה (אין אידיש) אז מזאל ווילן זיין ערליך, תפלה אז מזאל קענען זיין ערליך וכו'
ב) טוען וואס סאיז בידינו אוועקצושטיין פון זאכן וואס מאכן שווערער, און טוען זאכן וואס ברענגן אונז נענטער צום אויבירשטן
ג) נישט אויפגעבן ווען מהאט א דורכפאל (ווייל דאס איז דאך וואס די שטן וויל אוועקנעמען פון אונז, די רצון!)
ד) ארבעטן אפי' מזעהט נישט קיין באלדיגע רעזולטאטן
ה) אפילו אויב מקען נישט לעת עתה מצליח זיין מיט גרעסערע זאכן מוזן מיר טוען כאטש וואס מקען יא

און וואס איז אויב איך בין נאך אלץ נישט מצליח ח"ו? איך געב אבער נישט אויף די רצון! ווייל דאס איז דאך מיין עבודה! און דערנאך סוף הכבוד לבא בעז"ה!

אנטשולדיגט פארן מקצר זיין, איך שרייב עס אזוי ווען מיין בעה"ב זעהט נישט....
לעצט פארראכטן: ח' אב התש"פ 18:53 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: עיניו בראשו מיט פרישע ענערגיע י' אב התש"פ 11:30 #267886

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 155
  • האט שוין געלייקט: 892 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 364 מאל
  • קאָרמא: 16

עיניו בראשו דו זאגסט זייער גוט!

וואלסט געמעגט באזיכן דא אביסל אפטער....

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

לעצט פארראכטן: י' אב התש"פ 11:30 דורך חיים חייקל.
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.39 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא