ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: נאך א טאג ברוך ה' 2089 באזוכער

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י' טבת התש"פ 08:11 #263627

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41
שלום1 געשריבן on י' טבת התש"פ 07:37:

גוט מארגן!

וואי אזוי איז געוועין דיין ערשטע טעיג דא ?

פאר מיר איז ביטער שווער די 6טע טאג דא


פרוביר ארויפגיין אויף די 90 טעג טשארט, עפען דיר אויף א טרעד און צייל דארטן הויעך יעדן טאג מיט א לשם יחוד פארשטייט זיך, און קוק אויב עס העלפט דיר.
לייען די האנט בוך, עס איז דא דארטן א געוואלד מיט הילף.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י' טבת התש"פ 09:29 #263629

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
שלום1 געשריבן on י' טבת התש"פ 07:37:

גוט מארגן!

וואי אזוי איז געוועין דיין ערשטע טעיג דא ?

פאר מיר איז ביטער שווער די 6טע טאג דא


מיינע ערשטע טעג זענען געווען נאך א אנהייב פון זאכן ואס איך האב געטוהן, עס האט געארבעט אביסל און איך בין ווייטער דורך געפאלן, ביז מיט הילף פון אויבערשטן, און התייעצות פון גוטע חברים בין איך אנגעקומען צו מיין האפענטליכע ריכטיגע וועג.
דער אויבערשטער זאל מיר ווייטער באגלייטן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"א טבת התש"פ 02:06 #263667

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

היום שלשה ושלושים יום שהם ארבעה שבועות וחמשה ימים לטהרה.
היינט איז ביי מיר ל"ג בעומר, כדאי ר' שמעון לסמוך עליו בשעת הדחק, טייטשן די ספה"ק אז ווען א מענטש געפינט זיך אין א שעת הדחק, קען מען זיך פארלאזן אויף ר' שמעון בן יוחאי, אז אין זיין זכות וועט מען געהאלפן ווערן, איך גיי אדורך שווערע צייטן די לעצטע צוויי טעג, עס איז מיר גאר שווער, איך דאנק די אויבערשטער אז איך בין נאך ריין, און איך בעהט אים געב מיר נאך א ריינע טאג, בזכות כל הצדיקים ובפרט רשב"י, וואס האט געזאגט יכול אני לפטור את כל העולם מן הדין, זאל דער אויבערשטער העלפן און מיר ארויסנעמען פון די אלע שווערע דינים, וואס ווילן אפהאקן צווישן מיר און באשעפער, איך זאל קענען בלייבן נאנט צו גאט, און טוהן זיין רצון

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"א טבת התש"פ 13:48 #263682

  • מצפה לישועה
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל
  • קאָרמא: 3

א גוטן, פרידן צו דיר הייליגער צדיק!!! כ'האב יעצט צום ערשטן מאל געליינט דיינע מיטמאכענישן איך קען דיר נישט זאגן ווי שטארק עס נעמט מיך איבער און טוט מיך וויי עד דכדוכה של נפש בפרט די געשיכטע מיט דיין רב, אבער איך בין fully מיט דיך שטארק דיך דו טוסט גאר גוט והשי"ת יעזור בלי ספק במהרה

לעצט פארראכטן: י"א טבת התש"פ 13:49 דורך מצפה לישועה.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"א טבת התש"פ 17:48 #263686

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 858
  • האט שוין געלייקט: 4393 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל
  • קאָרמא: 15
wow מען גייט דורך א שווערע קייט אין מען האלט זוך ריין
מען דארף זוך לערנען פון דיר
שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"א טבת התש"פ 21:55 #263692

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
  • קאָרמא: 5

מזל טוב צי ל''ג טעג. האלט דיך ווייטער שטארק לאז נישט נאך.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ב טבת התש"פ 03:16 #263703

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

היום שלשה וארבעים יום, דאס איז יום שנכפל בו כי טוב, צוויי מאל טוב באטרעפט ל"ד, זאל דער אויבערשטער אונז באגיסן מיט אלע גוטע ברכות

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט"ז טבת התש"פ 01:53 #263795

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

היום שמונה ושלושים יום שהם חמשה שבועות ושלושה ימים, שהם 912 שעות, שהם 54,720 דקות לטהרה.
וואס האט זיך געטוהן אויבן אין הימל יעצט ווען איך האב געגעבן א דריק דעם איך בין נאך ריין קנעפל, עס האבן זיך צוזאמען גענומען 54,720 ריינע הייליגע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון מיינע ריינע מינוטן, און יעדער איינער איז ארויף געלאפן אויף די פארענטשעס, ארויסגענומען די קוקערס, צו קענען בעסער מיטהאלטן, ווי עפעס א אינגערמאן, וואס מוטשעט זיך צו טוהן דעם רצון השם גייט מיט א לשם יחוד דריקן דעם קנעפל נאכאמאל, אלע בילדער מאכער'ס פון אויבן אין הימל זענען געשטאנען און געכאפט בילדער, מען גייט עס אריינלייגן אין די אויסגאבעס וואס קומען ארויס יעדע וואך אנגעפילט מיט בילדער פון אידן וואס טוען דעם רצון השם.
און דער אויבערשטער שטייט דארט מיט א שמייכל און ער זאגט יא איך האב דיר געגעבן נאך א טאג

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט"ז טבת התש"פ 10:39 #263801

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 125 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 862
  • האט שוין געלייקט: 757 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1608 מאל
  • קאָרמא: 41

זייער שטארק!
על חיינו המסורים בידיך!!!
ועל נסיך שבכל יום עמנו, ערב בקר וצהרים!

ממש נסים נגלים!

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז טבת התש"פ 02:06 #263846

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

היום תשעה ושלושים יום שהם חמשה שבועות וארבעה ימים לטהרה.
לכבוד מיין 39 ריינע טעג וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן, וויל איך אביסל אויסשמועסן ווי איך בין אנגעקומען דורך הד"א, איך בין סך הכל אויף הד"א פונקט 2 חדשים, אבער איך בין אנגעקומען גאר גאר ווייט אין די קורצע צייט.
די ערשטע בין איך אנגעקומען צו א טערעפיסט, וואס דאס איז געווען גאר א שווערע זאך פאר מיר, קודם דאס מודה זיין אז איך דארף טערעפי, און נאכדעם זיך ברעכן די בושה און גיין רופן רעליף צו פרעגן ווער איז די פאסיגע טערעפיסט, און נאכדעם אנרופן דעם טערעפיסט און מאכן דעם אפוינטמענט, און נאכדעם דאס גיין צו אים די ערשטע מאל, יעדע פרט ופרט איז מיר אנגעקומען גאר שווער, און נאר א דאנק דער הייליגער באשעפער וואס האט מיר געהאלפן, און די געטרייע חברים פון הד"א בין איך אנגעקומען צו דעם.
נאכדעם בין איך ארויף אויף איינע פון די 12 סטעפ פראגרעמס, און איך האלט שוין טיף אינמיטן די ארבעט, ב"ה מיט די הילף פון אויבערשטן, און די הילף פון די געטרייע חברים פון הד"א.

און איך וויל אויסדריקן א פערזענדליכע ייש"כ פארן אויבערשטן וואס ער האט מיר צוגעפירט דא ארויפצוקומען, און באקומען די ריכטיגע הילף וואס איך דארף, און מיר באגלייטן אויף טריט און שריט.
אויך וויל איך אויסדריקן א ייש"כ, פאר ידידי היקר בעילום שם וואס האט מיר מודיע געווען פון דעם סייט.
און פאר מיינע טייערע חברים
עד כאן
פרוביר נאכאמאל
יש בורא 
יונה מצאה
לומד
אשרי זקנותינו
יחיאל שמייכל ביי ביי
אחכה לו
יונגערמאן
פרייליכער
דורך ענקער הילף בין איך אנגעקומען ביז אהער, און איך האף צו גיין ווייטער, מיטן אויבערשטנ'ס הילף
מיט א חלק פון ענק האב איך מיר שוין געטראפן פערזענדליך, מיט א חלק האב איך נאר גערעגד אויפן טעלעפון, און מיט א חלק האב איך נאר געליינט ענקערע באשרייבונגען, און ענק ווייסן אפילו נישט אז ענק האבן מיר געהאלפן.
זאל דער אויבערשטער ענק באצאלן מיט כל טוב וטוב ברוחניות ובגשמיות

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: י"ז טבת התש"פ 08:59 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז טבת התש"פ 14:24 #263867

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

שטייענדיג אין דעם 39'סטן טאג פון ריינקייט, האב איך מיר איינגערעדט אז עס איז שוין א בחינה פון אדורך געגאנגען אלע ל"ט מלאכות, אזויפיל געארבעט, אזויפיל געהארעוועט, אזויפיל זיך איבערגעגעבן אין די הענט פון באשעפער, און ער פירט מיר אזוי שיין און גוט. 
און יעצט האלט מען שוין אביסל ביי בא שבת בא מנוחה, מען קען שוין האבן אביסל וויקעישאן, איך ליג אין די הענט פון באשעפער, און ער טראגט מיר כאשר ישא איש את בנו.
אבער דער אויבערשטער האט מיר געוויזן, אז דו ווילסט איך זאל דיר טראגן דארפסטו זיך נאכאמאל איבער געבן פאר מיר, דו ביסט נישט באמת איבער געגעבן, דו האסט נאך א ווייטער וועג צו גיין.
דער ייצה"ר איז אריינגעשפרינגען אין די ארבעט, ער האט מיר געשיקט דעם שלאנג מיר צו געבן צו עסן פון די עץ הדעת, אז איך זאל זיך איינרעדן והייתם כאלקים יודעי טוב ורע, איך קען שוין אליין פארשטיין וואס איז גוט און וואס איז שלעכט, איך שוין אליין זיך האלטן, און דא בין איך געוואויר געווארן, אז ניין איך קען נישט גארנישט, די נסיונות זענען שטערקער פון מיר, איך האב נישט די כח זיי צו ביקומען, עס איז מיר זייער זייער שווער, איך דארף האבן דער אויבערשטער זאל זיך אנטפלעקן צו מיר, און מיר ארויפלייגן די הענט אויף מיין פלייצע, און מיר זאגן מיין טייער קינד איך בין דא מיט דיר, און איך וועל דיר נישט לאזן פאלן, די טרערן פון מיינע אויגן רינען און איך בעהט זיך אויבערשטער געב מיר נאך היינט א ריינע טאג,
איך קען מער נישט שרייבן טייערע ברודערס דאווענטס פאר מיר

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז טבת התש"פ 14:35 #263868

  • שלום1
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
  • קאָרמא: 1

געב נישט אויף

די האסט מיר געגעיבן אזוי פיל חיזוק 

האלטן זיך פעסט,, עד העלפט מיר אהן א שיעור

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז טבת התש"פ 15:19 #263871

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4

ווער בין איך צוזאגן... 
אבער אדם הראשון האט זיך אויך געשטארקט נאך אזא מיאוס'ע דורכפאל
און אנגעגאנגען ווייטער בשמחה טוען זיין פרישע ארבעט, און פון דעמאלס און ווייטער האט ער גאר באקומען א נייע טיטל, נישט פלעין א מענטש נאר א גענעראל אויפ'ן פראנט [ואליך תשוקתו אבער ואתה תמשול בו],

און דאס און נאר דאס איז אונזער חיות, אז מיר ווייסן מיר זענען נישט פשוט'ע מענטשען מיר זענען די סאלדאטן, גענעראלן, אדער - איך וואלט געזאגט - "הויפט גענעראלן" אויף אן אקטיווע שווערע פראָנט קעגן א גאר שרעקליכע מיליטער וואס האט זייער אסאך מיליציע און פְרַאקסִי באנדעס (ערגער ווי איראן) וואס האבן געווענליגע און אומגעווענליכע סטראטעגיעס, אפענע און באהאלטענע אונטער טירליך, צו אריינקומען צו אונז אדער ארויס שיסן פון זיך זייערע ראקעטס, באליסטישע מיסל'ס, שפיציגע און נישט שפיציגע..... ועוד

מיר דארפן זיך האלטן שטארק און נוצן נאפוליען'ס טריקס פון שטארקען מאראליש די סאלדאטן יעדע'ן טאג און יעד'ן מינוט, מיט מוזיק וכו'. און זינגען צו זיך כסדר, יא מיר זענען גרויס, יא מיר זענען מעכטיג, יא מיר זענען שטארק און יא מיר וועלן געווינען די היינטיגע טאג!!!!

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז טבת התש"פ 18:10 #263887

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
  • קאָרמא: 5

ב''ה די נייע חבירים זענען פיל מיט חיזוק.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז טבת התש"פ 20:38 #263902

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

דער הייליגער ראפשיצער רב פאר זיין פטירה האט ער געזאגט ביז יעצט האט דער ייצה"ר געמיינט אז איך בין זיינער, און יעצט איז ער געוואויר געווארן אז נישט, הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, ביז יעצט האט דער ייצה"ר געמיינט אז איך בין זיינער, אבער ער איז יעצט געוואויר געווארן אז ניין איך בין נישט זיינער, איך באלאנג צום אויבערשטן, און ער קען קומען מיר אויספרובירן, און איך וועל אנטלויפן פון אים, איך האב ווי צו לויפן, איך האב א טאטע וואס גוט אכטונג אויף מיר, אזוי ווי רש"י זאגט אין פרשת בשלח אויפן פסוק ויבא עמלק, תמיד אני ביניכם ומזומן לכל צרכיכם איך בין שטענדיג צווישן ענק און בין גרייט פאר אלע ענקערע באדערפענישן, ואתם אומרים היש ה' בקרבנו אם אין און ענק פרעגן איז דער אויבערשטער צווישן אונז אדער נישט ? חייכם שהכלב בא ונושך אתכם ואתם צועקים אלי איך זאג ענק צו אז דער הינט וועט קומען ענק בייסן, און ענק וועלן שרייען צו מיר, ותדעון היכן אני און ענק וועלן וויסן ווי איך בין.
רש"י לערנט אונז דא אויס, אסאך מאל פארגעסט דער מענטש אז ער דארף צוקומען צום אויבערשטן, און דעמולטס קען דער ייצה"ר זיך אריינכאפן, אבער רש"י פירט אויס וואס זאלסטו טוהן, גיי צוריק צום אויבערשטן און שריי צו אים, אז דו קענסט נישט אן אים, און רש"י זאגט צו דעמולט'ס וועסטו וויסן ווי ער איז, ווייל ער וועט דיר קומען העלפן.
היינט האב איך אזוי געטוהן כפשוטו, איך האב מיר געזעצט וויינען צום אויבערשטן, און איך האב אים איבערגעגעבן מיין גאנצע שוועריגקייט, איינמאהל און נאך אמאהל ביז איך האב ביי מיר געשפירט אז עס ווערט מיר גרינגער, און טאקע צוביסלעך האט דער אויבערשטער עס אוועק גענומען פון מיר.
און איך האף אז פון היינט און ווייטער וועל איך נישט פרעגן די קשיא מער פון היש ה' בקרבנו אם אין, איך וועל נישט זוכן צו קענען אליין, נאר זיך פארלאזן אויף די הבטחה פון אויבערשטן אז תמיד אני ביניכם ומזומן לכל צרכיכם, און אזוי וועל איך מיר קענען האלטן ריין ווייטער פאר נאך איין טאג מיטן אויבערשטנס הילף.

ספעציעל וויל איך מיר באדאנקען פאר די טייערע חברים וואס האבן מתפלל געווען פאר מיר, און מיר מחזק געווען, סיי אויפן סייט און סיי פריוואט, און סיי אויפן טעלפון, עס האט מיר נישט אויסגעזעהן אז איך אדורך מאכן די קומענדיגע פאר שעה ריינערהייט, איך געוויינט און כמעט אויפגעגעבן, אבער ענק האבן מיר געהאלפן צוריק קומען בעהטן הילף פון אויבערשטן, און אזוי בין איך נאך אלץ ריין.
לאמיר אלע צוזאמען ארויסגיין אין א טאנץ חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, בך בטחו אבותינו בטח ותפלטמו אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.
און איך וועל מכבד זיין אונזער דראפעטע רבי צו טאנצן אינדערמיט

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ח טבת התש"פ 14:53 #263937

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15

היום ארבעים יום שהם תתק״ס שעות כשיעור מקוה.
דער הייליגער בני יששכר שרייבט אויפן פסוק מקוה ישראל ה׳ זאגן חז״ל מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקב״ה מטהר את ישראל, אז ווען איינער ווערט טמא דארף ער גיין אין מקוה כדי צו ווערן ריין, די שיעור פון א מקוה איז תתק״ס לוג.
די זעלבע איז ווען א איד זינדיגט ווערט ער טמא, און דער אויבערשטער האט אים געגעבן 40 טעג, פון ראש חודש אלול ביז נאך יום כיפור, וואס איז תתק״ס שעות, און דער אויבערשטער איז מטהר דעם איד אין די מקוה פון די 40 טעג.
ממילא לענינינו ווען מען האלט ביי 40 טעג וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן א מתנה, און אן אים וואלט איך עס בשום אופן נישט געקענט באווייזן, איז עס א סימן רז דער אויבערשטער איז מיר מטהר.
בלייבן מיר איבער צו בעהטן פון אויבערשטן, ביי די מבול שטייט אז די מבול איז געווען 40 טעג, ווייל די דור המבול איז געווען געשלאגן אין גילוי עריות, האט די 40 טעג געדינט פאר א תיקון, זאל די 40 ריינע טעג זיין א תיקון אויף וואס עס איז געווען ביז יעצט, און געב מיר נאך א ריינע טאג

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ח טבת התש"פ 15:31 #263939

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 432 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 661
  • האט שוין געלייקט: 1581 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 846 מאל
  • קאָרמא: 10

אז די ברענגט עפעס נאך פון די בני יששכר שרייב כאטש צי אז היינט איז די יארצייט

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ח טבת התש"פ 16:31 #263942

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 11
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 4

מזל טוב צו דיינע 40 טעג
מיט דעם ברעכט מען א מדה און יעדע זאך
כיודע מהרה"ק רבי ר' אלימלך זי"ע בצעטל קטן אות טז
הָאָדָם לֹא נִבְרָא בָּעוֹלָם רַק לְשַׁבֵּר אֶת הַטֶבַע לָכֵן יְזַרֵז אֶת עַצְמוֹ לְתַקֵן מִדוֹתָיו בִּשְׁנַת שְׁמוֹנָה עֶשְׂרֵה דַוְקָא כְּמוֹ שֶׁאֲבֵאֵר כְּגוֹן מִי שֶׁנוֹלַד בְּטֶבַע שֶׁל עַקְשָׁנוּת יְשַׁבֵּר אֶת טִבְעוֹ אַרְבָּעִים יוֹם רְצוּפִים לַעֲשׂוֹת דַוְקָא לְהֵיפֶךְ מִמַה שֶׁיַעֲלֶה בְּמַחְשַׁבְתּוֹ וְכֵן מִי שֶׁבְּטֶבַע עָצֵל יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ אַרְבָּעִים יוֹם רְצוּפִים לַעֲשׂוֹת כָּל דָבָר בִּזְרִיזוּת וכו'
יעזור לך ה' להלאה בטהרה יום אחר יום

אגב: ייש"כ פאר'ן דערמאנען דעם הייליגן בני יששכר וואס איז היינט די יארצייט,

כ'דענק א מעשה פון אים נישט פונקטליך, אדרבה ווער עס קען זאל מיר אויסבעסערן.
ווען ער איז נאך געווען קליין האט ער איינמאל געלוטן שטארק אויף די אויגן, די דאקטער האט געהייסן נישט ליינען אדער זיך אנשטרענגן מיט די אויגן אבער די קליינע הערש מיילכ'ל האט זיך נישט געקענט אנהאלטן, האט מען איינגעשפארט אין בוידעם, אויך דארט האט אפיר געזוכט און געטראפן א מחזור לימים נוראים, און געקוקט און געזאגט דערין יומם ולילה אזוי ארום האט ער שפעטער געקענט די יוצרות בעל פה ממש, זי"ע.
וואס מיר לערנען ארויס לענינינו למעשה, נישט אריילאזן די איינזאמקייט אין אונז, נאר זוכן מיט וואס זיך באשעפטיגן לערנען, דאווענען, זאגן תהלים און אפי' זאגן מחזור שלא בזמנו, די עיקר אז אזוי וועלמיר נישט אריין לאזן יענע חברה צו טרעפן זייער לאָסט ביי אונז, נאר אויף די גוים געזאגט
זכות כל הצדיקים יגן עלינו במלחמתינו עד עולם

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ח טבת התש"פ 18:04 #263946

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 174
  • האט שוין געלייקט: 117 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 431 מאל
  • קאָרמא: 15
פּרובירט געשריבן on י"ח טבת התש"פ 15:31:

אז די ברענגט עפעס נאך פון די בני יששכר שרייב כאטש צי אז היינט איז די יארצייט


איך האב נישט געוויסט אז היינט איז זיין יארצייט, ייש״כ פאר מיר אויפמערקן.
זעהט אויס אז מן השמים האט מען צוגעפירט אז און די טאג פון זיין יארצייט זאל ער אונז קומען מחזק זיין

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
צייט צו מאכן א בלאט: 0.62 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא