ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: נאך א טאג ברוך ה' 4590 באזוכער

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' כ"ט אדר התש"פ 18:47 #265947

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

הודו לה' איך דאנק דעם אויבערשטן איך בין אנגעקומען צו 110 ריינע טעג, 110 איז בגימטרי' נס, דאס איז די גרעסטע נס וואס דער אויבערשטער האט געטוהן מיט מיר, און דאס האט צוגעברענגט צו נאך אסאך ניסים, דעם אויבערשטנ'ס חסדים זענען גאר גאר גרויס, איך האב א גוטער טאטע אויבן אין הימל וואס קוקט אראפ אויף מיר, און ער האלט מיר אונטער, און ברוב רחמיו וחסדיו איז ער גרייט מיר צו האלטן ריין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: כ"ט אדר התש"פ 19:23 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' ניסן התש"פ 01:05 #265948

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28
Heiligertzadik געשריבן on כ"ט אדר התש"פ 18:47:

הודו לה' איך דאנק דעם אויבערשטן איך בין אנגעקומען צו 110 ריינע טעג, 110 איז בגימטרי' נס, דאס איז די גרעסטע נס וואס דער אויבערשטער האט געטוהן מיט מיר, און דאס האט צוגעברענגט צו נאך אסאך ניסים, דעם אויבערשטנ'ס חסדים זענען גאר גאר גרויס, איך האב א גוטער טאטע אויבן אין הימל וואס קוקט אראפ אויף מיר, און ער האלט מיר אונטער, און ברוב רחמיו וחסדיו איז ער גרייט מיר צו האלטן ריין.


א אינטרעסאנטע נקודה וואס איז מיר אריין אין קאפ לכבוד די נס וואס דער אויבערשטער האט געמאכט מיט מיר, מיר טרעפן ביי פסח א אינטרעסאנטע נקודה אנדערש ווי ביי אנדערע ימים טובים, חנוכה און פורים מאכט מען א ברכה שעשה ניסים לאבותינו, סוכות איז א זכר אויף די ענני כבוד וואס אונזערע עלטערן האבן געהאט אין מדבר, פסח אבער זאגט מען חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים, שפעטער זאגט מען לפיכך אנחנו חייבים להודות וכו׳ למי שעשה לאבותינו ולנו את כל הניסים האלו הוציאנו וכו׳ נאכדעם זאגט מען אשר גאלנו וגאל את אבותינו ממצרים, זעהט מען די גאנצע צייט רעדט מען אז אונז זענען אויסגעלייזט געווארן.

פשוט פשט איז אז ווען נישט מען לייזט אויס אונזערע עלטערן, וואלטן אונז אויך געווען אין גלות מצרים, אבער עס קען זיין א טיפערע נקודה, אונז ווייסן אז די עיקר שוועריגקייט אין מצרים איז געווען די ערוות מצרים, די טומאה איז געווען זייער שווער, און ווען א איד פאלט אריין אין אזא מצב פילט ער אז ער איז גארנישט ווערד, און ווען ער זאל ווען זיין אין מצרים וואלט ער זיכער געשטארבן אין די שלושת ימי האפילה, דער אויבערשטער וואלט אים נישט אויסגעלייזט.

אויף דעם ארויף קומען מיר יעצט דערציילן ווען עס איז געקומען די צייט ארויס צו גיין פון מצרים, האט דער אויבערשטער מיר ארויס גענומען, אפילו איך בין אזוי ווי איך בין, און נישט וויל איך בין פשוט די חלבנה פון כלל ישראל, נאר ווייל עס איז אים געווען ווערד די אלע עשר מכות און די גאנצע יציאת מצרים אפילו נאר פאר מיר אליין, אזוי ווי די מכילתא זאגט אויפן פסוק בעבור זה עשה ה׳ לי, מלמד שכל אחד מישראל היה כדאי שיעשו נסים על ידו.

און דער אויבערשטער וויל אונז ווייזן אפילו ווען איינער איז אריין געפאלן אין די נידריגסטע פלעצער, וועט דער אויבערשטער מאכן ניסים און אים ארויסנעמען פון דארט, און ממילא לאמיר זיך שטארקן אינאיינעם, און גלייבן אז יא דער אויבערשטער וועט אונז מאכן ניסים

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' ניסן התש"פ 01:08 #265949

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל
  • קאָרמא: 6

ס'איז דאך מורא'דיג...
און דאס איז שוין ווען ער פילט נישט גוט... עטס הערט'ס?! 

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' ניסן התש"פ 09:47 #265950

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

א גוט מארגן און א גוטן חודש
רבוש"ע אונז שטייען ראש חודש ניסן, עס איז א חודש וואס מיר גלייבן באמונה שלימה, בניסן נגאלו ובניסן עתידין להיגאל, האף איך צו דיר און איך בעהט זיך ביי דיר, לייז אונז שוין אויס מיט א גאולה פרטיות, נעם מיר ארויס פון די בלאטע אין וואס איך געפון מיר, העלף מיר אז איך זאל שפירן דיין לעכטיגקייט דא אויף די וועלט, ווען יוסף הצדיק איז געשטאנען אין גלות מצרים, און ער איז געשטאנען פאר א ביטערע נסיון מיט אשת פוטיפר, נראה לו דמות דיוקנו של אביו, האט ער געזעהן די לעכטיגע פנים פון זיין טאטע, און דאס האט אים געגעבן דעם כח זיך צו דערהאלטן. בעהט איך דיר מיין ליבער טאטע באווייז דיין לעכטיגע פנים צו מיר, שענק מיר דעם ליבליכן שמייכל, אז איך זאל שפירן מיט א אמת אז אפילו דא אין די טיפסטע פלעצער ווי דו האסט מיר אריינגעשיקט, כאפסטו אן מיין הענט און דו טראגסט מיר אזוי ווי א טאטע טראגט זיין קינד, ווען עס רינט א טרער נאך א טרער פון מיינע אויגן פון די אלע שוועריגקייטן וואס גייען אריבער אויף מיר, זאל איך שפירן אז דו זיצט דא לעבן מיר, און דו ווישט אפ א יעדע טרער, און דיין ליבליכע וווארעמע שטימע רעדט צו מיר, און זאגט מיר מיין טייער קינד, איך בין דא מיט דיר, איך האב דיר באגלייט ביז יעצט, און איך וועל דיר באגלייטן ווייטער, האב נישט קיין מורא, שטעל נאך א טריט, און נאך א טריט, איך וועל דיר אינטערהאלטן.

אבער איך וויין טאטע עס איז מיר אזוי שווער צו שטעלן א טריט, ואציעה שאול, איך ליג אין מיין בעט וואס ליגט אין שאול תחתית, איך האב נישט קיין כח ארויס צו קריכן פון דעם בעט, איך קען נישט, איך האב מורא צו עפענען מיינע אויגן, ווייל איך ווייס נישט וואס די היינטיגע טאג גייט מיר ברענגען. אבער דו זאגסט מיר מיין טייערע זיסע קינד, איך בעהט נישט פון דיר ארויס צו קריכן, עפן נאר אויף דיינע אויגן וועסטו זעהן אז איך בין דא צוזאמען מיט דיר, איך זיץ אויף דיין בעט, און איך בין דא גרייט דיר צו העלפן צו אדורכגיין דעם קומענדיגן טאג, עס איז א חודש אשר ישועות בו מקיפות, און ווי דער הייליגער דברי חיים איז מסביר, אז די חילוק צווישן א קרבן וואס א איד ברענגט צו יציאת מצרים, איז אז א קרבן איז טייטש אז דער איד קומט און ער וויל זיך דערנענטערן צום אויבערשטן, אבער יציאת מצרים איז געווען ווען די אידן זענען געווען פארזינקען יעדער איינער אין זיין בלאטע, הללו והללו עובדי עבודה זרה, און דער אויבערשטער איז געקומען און געזאגט דיר וויל איך האבן פאר מיר, און דיר וויל איך ארויסנעמען פון מצרים, און דאס איז יעדער חודש ניסן, ווען דער אויבערשטער קומט צו אונז אין דעם פלאץ וואס מיר געפונען זיך און ער נעמט אונז ארום, און ער זאגט איך וויל דיר האבן, און איך וועל דיר ארויסנעמען פון דיין מצרים.

ממילא זאגט מיר דער אויבערשטער, האב נישט קיין מורא פון די פלאץ ווי דו ביסט, ווייל איך וועל דיר ארום נעמען פון אלע זייטן, און איך וועל דיר ארויסנעמען גוי מקרב גוי, און דיר נעמען פאר מיין פאלק, אז דו זאלסט קענען אנטפלעקן מיין כבוד אין די וועלט, אויף דעם וועג וואס איך וויל.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ה' ניסן התש"פ 07:57 #266008

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

היום מאה וחמשה עשר יום לטהרה, ווער וואלט עס געגלייבט ? יעדער איינער ארום מיר האט געהאלטן דו קענסט, דו גאנצע וועלט האט געשריגן אז מען וויל קען מען, אבער איך האב געוויינט איך וויל און איך קען נישט, איך האב אזוי שטארק געוואלט, איך האב אזוי שטארק פרובירט, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב געטוהן אלעס אין די וועלט, און אלעס מיין איך אלעס, אבער עס האט מיר נישט געהאלפן, איך בין אייביג צוריק געפאלן, און איך האב זיך נישט געקענט האלטן.

איך האב שוין געמיינט אז עולם חשך בעדי, איך וועל שוין אזוי אויסלעבן מיינע יארן אין שאול תחתית, אין ביטערע צובראכענע שולד געפילן, און אזוי וועל איך ענדיגן מיין לעבן, איך האב שוין געווארט אז דער טאג זאל אנקומען, און איך האב געהאפט אז עס וועט קומען שנעלער כדי איך זאל נישט דארפן ליידן אזוי סאך, און איך זאל נישט קאליע מאכן מער, און איך זאל נישט צוקומען צו א מצב וואס מיינע באהעלטענישן וואס טוט זיך אינעווייניג אין מיר וועלן אויפגעדעקט ווערן, און עס וועט זיין טיפע בושות פאר מיר און פאר מיין משפחה, אונז וועלן זיך שעהמען ארויס צו גיין אין גאס באווייזן אונזער פנים.

אבער דו מיין טייערע ליבער טאטע אין הימל האסט געהאט פאר מיר א אנדערע פלאן, האסט מיר צוגעברענגט צו הד"א, ווי מיט די הילף פון די געטרייע חברים כאו"א בשמו הטוב יבורך, בין איך אנגעקומען צו מיין נייע לעבן, א לעבן פון עקסעפטן מיין מציאות, א לעבן פון אננעמען וואס דער אויבערשטער וויל פון מיר, א לעבן פון איינערקענען די שוועריגקייטן וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן אין לעבן, און דורך דעם בין איך אנגעקומען ביז אהער.

יא דער אויבערשטער האט עס באוויזן, ער קען אויך מיר העלפן בלייבן ריין, איין טאג, נאך א טאג, און אזוי ווייטער, ביז איך בין אנגעקומען צו דעם היינטיגן טאג ווי איך צייל שוין 115 ריינע טעג. אבער וואס איז דער סוד וואס האט מיר געהאלפן, וויאזוי האט עס געארבעט ביי מיר, וואס האט מיר געמאכט בלייבן ריין ?

איך מיין אז דער תירוץ איז זייער פשוט, אבער ווי פשוט עס הערט זיך, אזוי שווער איז געווען אנצוקומען דערצו, און דאס איז איך וויל נישט דינען דעם אויבערשטן אויפן וועג וויאזוי איך וויל, נאר אויף דעם וועג וואס ער וויל, איך בין נישט אראפגעקומען אויף די וועלט כדי מיר צו דינען, אז איך זאל זיין דער גרויסער עובד השם, אז איך זאל זיין דער געלונגענער אינגערמאן, אז איך זאל זיין דער תלמיד חכם, וואס ווייסט אריינצורעדן אין יעדע שאלה, און אין יעדע נושא זאל איך האבן א מיינונג, און מיין מיינונג זאל אנגענומען ווערן,ווייל איך בין דער איש מכובד, נאר איך בין דא אראפגעקומען אים צו דינען, אין דעם פלאץ וואס ער וויל מיר, און וועגן דעם איז צייט צו איינערקענען, יא איך בין באשאפן געווארן מיט אומגעהויערע תאוות, מיט שווערע נסיונות, און דא איז מיין פלאץ פון עבודת השם, יעדע מאל וואס איך וועל מיר פרובירן ארויס צו נעמען פון דעם פלאץ, און זיך שטעלן אויף א אנדערע עבודה, וועל איך מיר פלוצלונג טרעפן צוריק אין מיין לאך.

ווי פאסיג איז עס יעצט צו די טעג פון פאר פסח, ווען אלע ספרים זענען פארנומען אז מצה וויזט אויף דעם ייצ"ט, און חמץ ווייזט אויף דעם ייצה"ר, און די חילוק צווישן חמץ ומצה זענען אז דער חמץ בלאזט זיך אויף, און ער וויל טוישן זיין מציאות פון וויאזוי מען האט אין געמאכט, ער בלאזט פון זיך צו אלע זייטן, אבער דער מצה איז צופרידן אזוי ווי מען האט אים געמאכט, ער בלייבט די זעלבע דינע צולעכערטע מצה, און ער טוישט זיך נישט גארנישט. דאס ווייזט אז די עבודת השם פון א איד, איז צו איינערקענען וויאזוי דער אויבערשטער האט אים באשאפן, און זיין צופרידן מיט דעם, אפילו ווען ער זעהט זיין פלאץ פון עבודת השם אינגאנצן אויסגעדארט און צולעכערט, נעמט ער עס אן מתוך שמחה ובטוב לבב, אזוי ווי עס שטייט די לשון אין דרך פקודיך ישמח ויעוז במתת גורלו כי מתת אלקים הוא, און יעצט איז דו צייט דאס מער צו אריינבאקן אין הארץ, און אריין נעמען אין זיך, רבוש"ע איך בין צופרידן מיט דעם וועג וואס דו האסט מיר באשאפן, און מיט דעם וועג וואס דו ווילסט אז איך זאל דיר דינען.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ה' ניסן התש"פ 14:14 #266011

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

טאטע איך וויל דיר דאנקען פאר די גרויסע חסד וואס דו האסט מיט אונז געטוהן, מיט'ן אריינשוקן צו אונז (הד"א) דעם הייליגן צדיק, טאטי פארוואס האסטו אים געגעבן אזעלעכע נסיונות?! זיכער האט עס אסאך חשבונות טייל וואס מיר קענען אביסל פארשטיין, און נאך מער וואס מיר פארשטייען נישט, אבער איינס דערפון איז זיכער כדי ער זאל אנקומען דא, אפאציעל זיך צו העלפן, אנקומען נענטער צו דיר, אבער בעיקר ער זאל דא זיין און נאס מאכן די בלעטער פון הד"א, נאס מאכן די הערצער פון נאך אידישע קינדער, דורך ווייקן די הערצער פון אידישע וואוילע קינדער מיט האפענונג און חיזוק אויף ווייטער! טייערע הייליגער צדיק "גיב נישט אויף" מיר שפאצירן מיט דיר, מיר ליינען א יעדעס ווארט מיט דארשט!
און צו דיר הייליגער צדיק: פאר דיר דארף איך נישט ארויסברענגען, גיי אן ווייטער, ביטע טראכט נישט (וואס דער יצר הרע קען זיך מלבוש זיין אין אן 'אצטלית דרבנן') אז מען שרייבט מיר אזעלעכע זאכן וויל איך נישט אנקומען צו גאווה.
חס ושלום! מיר זענען אלע דא צו ווערן נענטער און נענטער צום טאטן אין הימל, אז השי"ת גיבט דיר גוטע מחשבות, ביטע קלאפ עס ווייטער אריין, מיט א חשק און א ברען, ביסט מגייר מענטשן וואו אברהם בשעתו, און יא לאזט'זיך פירן ווייטער פון די אמת'ער כח היחיד!

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ו' ניסן התש"פ 19:45 #266017

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

מודה אני לפניך מלך חי וקים אויף דעם וואס דו האסט מיר געגעבן נאך א טאג ריין, נאך א טאג וואס מיין הארץ איז אפן צו דיר, נאך א טאג וואס מיין הארץ איז אפן צו מיין ווייב אין קינדער, טראץ די אלע שווערע אומשטענדן אין וואס מיר געפונען זיך, און דורך דעם בין איך אנגעקומען צו גאנצע 116 טעג וואס איך בין ריין נאר דורך דיין הילף.

אויך וויל איך דיר דאנקען אז איך בין אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי, און איך פיל זיך בעסער ווי נעכטן, איך וויל זיך ווי א נייע מענטש, איך האב נישט קיין יסורים, אן דארפן צוקומען צו קיין שום מעדעצין, אן דארפן צוקומען צו קיין דאקטורים, אדער שפיטעלער ח"ו, נאר דורך דעם הילף פון דעם רופא נאמן, וואס לאזט נישט איבער קיין שום סיידעפעקטס, און דו מאכסט עס אן קיין שום יסורים מיט שוועריגקייטן, דאס ווייזט מיר ווי דו מיין געטרייע טאטע אין הימל באגלייסט מיר אויף טריט און שריט, יעדע מינוט וויאזוי איך זאל פילן, וויאזוי איך זאל עס אננעמען, וויאזוי מיין מאאד זאל זיין, און נישט ווייל עס קומט זיך מיר, ווייל איך בין געווען ספעציעל גוט און וואויל ברענסטו מיר איך זאל פילן בעסער, נאר ווייל דו ווילסט אז עס זאל מיר זיין גוט.

דאס געבט מיר גאר א שטארקע געפיל וואס איז געזאגט געווארן אין אלע ענינים, זייער אסאך מאל קוקט מען אן אונזער קשר מיטן אויבערשטן אזוי ווי א ביזנעס, מען קויפט און מען פארקויפט, מען פארדינט געלט און מען פארלירט געלט, און מען זעהט אויב דו ביזנעס פארט גוט מען מאכט געלט, איז א סימן אז די ביזנעס איז א גוטע ביזנעס, און אויב מען פארלירט געלט, אדער מען מאכט נישט קיין געלט, איז א סימן אז אדער דארף מען עפעס טוישן אין די ביזנעס, אדער דארף מען טוישן צו א אנדערע ביזנעס. דו זעלבע לעבט דער מענטש מיטן אויבערשטן, אויב איך וועל זיין וואויל וועט דער אויבערשטער מיר געבן גוטס, און אויב נישט וועל איך נישט באקומען.

אבער דא האב איך געכאפט אז דאס הייסט בכלל נישט קיין קשר מיטן אויבערשטן, נאר דאס הייסט א קשר צו די אלע גוטע זאכן וואס איך וויל האבן, ווי צום ביישפיל, געזונט, שלום בית, גוטע קינדער, עולם הבא, און אזוי ווייטער, און ווען איך קען ווען דאס באקומען אנדעם וואס איך זאל מקיים זיין תורה ומצוות וואלט איך דאס אויסגעוועלט ר"ל, אבער דער אויבערשטער ווען ער האט מיר ארויסגענומען פון מצרים איז ער בכלל נישט געגאנגען אויף דעם ריכטונג, נאר דער אויבערשטער האט געמאכט גאר א טיפע קשר מיט מיר, ער האט גאר א שטארקע ליבשאפט צו מיר, וואס איז נישט פאר קיין שום סיבה אין דער וועלט, נאר ווייל אזוי וויל ער, ער וויל מיר וויאזוי איך בין, אין וועלכע מצב איך בין, אפילו אויב איך בין אין די נידריגסטע מצב, ווייל ווען ער האט געשיקט משה רבינו קיין מצרים מיר ארויס צו נעמען פון דארט, איז נישט געווען קיין חילוק צווישן מיר אין דער מצרי, אונז האבן ביידע געדינט עבודה זרה, און די גאנצע צייט פון די מכות האב איך געהאלטן און איין פאלן נידריגער און נידריגער, און ער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון דעם, און ווען איך בין אנגעקומען צו די נידריגסטע פלאץ פון מ"ט שערי טומאה, האט ער מיר ארויסגענומען, און מיר אנגעזאגט דו זעהסט איך בינד אן מיין קשר מיט דיר אפילו ווען דו ביסט אין אזא נידריגע מצב, דו זאלסט עס אייביג געדענקען, איך האב דיר ליב אפילו דו ביסט נישט ווי עס דארף צו זיין, און ממילא זאלסטו קיינמאל נישט פילן אז דו ביסט אזוי פארזינדיגט אז די האסט אפגעהאקט די קשר וואס דו האסט מיט מיר.

געווענטליך ווען א מענטש הערט אזוינע ווערטער, הייבט ער אן צו שרייען מען טאר נישט אזוי רעדן, ווייל דאס וועט צוברענגען אז דער מענטש זאל שפירן איך מעג זינדיגן, דער אויבערשטער האט מיט ליב אזוי אויך, און אפילו עס איז אמת טאר מען זיך נישט חזר'ן די ווערטער, נאר מען דארף רעדן ווי דערווייטערט מען ווערט פון אויבערשטן ווען מען זינדיגט, און אזוי וועט דער מענטש זיך צוריק האלטן פון זינדיגן.

אבער אז א מענטש טראכט אריין אמת'דיג זעהט ער אז עס איז נישט אמת, פונקט פארקערט, די שפראך פון ווערן דערווייטערט פון אויבערשטן, טוט נאכמער דערווייטערן פון אויבערשטן, דער מענטש פילט איך בין שוין ממילא דערווייטערט פון אויבערשטן, און דאס איז גורם אז ער זאל זיך נישט קענען דערהייבן, (איך וויל קלאר שטעלן איך רעד נישט פאר קיינעם נאר פון מיר אליין) וויפיל האט דאס מיר דערווייטערט אין די פריערדיגע יארן, וויפיל מאהל האב איך געפילט שוין אז איך בין שוין ממילא דערווייטערט זאל כאטש זיין עפעס אויף דער וועלט, און וויפיל מאל בין איך אנטלאפן צו לאסט וכו' וכו' ואכהמ"ל נאר כדי זיך צו באפרייען אביסל פון דעם ביטערן געפיל, און אפילו איך האב געוויסט אז איך מאך מיר נישט בעסער מיין לעבן מיט דעם, האב זיך אבער נישט געקענט שטארקן איבער די צובראכענקייט, און איך בין געפאלן נאך טיפער און טיפער אין דעם טיפן גרוב.

אבער זייט איך בין געוואויר געווארן פון דעם אמת'דיגן קשר וואס איך  האב מיטן אויבערשטן, אז עס נישט אנגעהאנגען אין גארנישט, נאר פשוט אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט, און ער האט מיר אויסערוועלט פאר זיין קינד, און ער האט מיר ליב אזוי ווי איך בין, צוזאמען מיט אלע מיינע שוועריגקייטן, און ער שטייט לעבן מיר און ער באגלייט מיר, און ער זאגט מיר קום מיין טייער קינד איך וויל דיר העלפן, איז מיר פשוט ליכטיג געווארן, איך שפיר איך האב צו וועמען צו רעדן ווען איך האב א שוועריגקייט, ער גייט מיר נישט אראפקוקן וועגן דעם, פונקט פארקערט ער גייט מיר שטארקן אין מחזק זיין, אזוי ווי א געטרייע טאטע מאמע זארגן פאר זייער צובראכן קינד וואס ליגט אומבאהאלפענערהייט אויפן קראנקן בעט, ווערט מיין צוגעבינדנקייט צו אים שטארקער און שטארקער פון טאג צו טאג, און איך זוך וויאזוי קען איך טוהן זיין רצון מער און מער, און מיין געשמאקסטע און זיסטע געפיל איז אז איך קען טוהן פאר מיין געטרייע באשעפער וואס ער וויל פון מיר.

אזוי ווי עס שטייט אין זוה"ק "אילו הוי ידעין בני נשא רחימותא דרחים קוב"ה לישראל", ווען אידן וואלטן געוויסט ווי שטארק די ליבשאפט וואס דער אויבערשטער האט ליב די אידן איז, "הוו שאגין ככפיריא למירדף אבתריה" וואלטן זיי געשריגן ווי אינגע לייבן צו נאך לויפן נאך אים, און ווי דער רעק"א שרייבט אויפן פסוק ואהבת את הק אלקיך וגו', אז וויאזוי קען מען צווינגען א מענטש צו ליב האבן דעם אויבערשטן, מען קען נישט צווינגען א מענטש עפעס ליב צו האבן, אויב האט ער עס ליב איז גוט און אויב נישט וויאזוי קען מען אים הייסן האב עס ליב, ענטפערט ער "דאהבת ישראל להקב"ה הוא בטבע" די ליבשאפט וואס אידן האבן ליב דעם אויבערשטן אין אריינגעבאקן אין אונזער טבע, "כיון שהקב"ה אוהב אותנו" וויבאלד דער אויבערשטער האט אונז ליב, "ממילא מתעוררים אנו לאהוב את הקב"ה" דורך דעם וועקן מיר זיך אליין אויף צו ליב האבן דעם אויבערשטן, "על דרך כמים פנים לפנים" אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אז די הארץ שפירט א הארץ.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ז' ניסן התש"פ 00:27 #266022

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו, היינט לאזן מיר זיך ארויס אויף א טאנץ, וואס איז היינט ? יעדער זיצט אזוי איינגעשפארט, איז וואס איז די שמחה ? אפשר ווילסטו אביסל אויפלעבן די מצב ?

ניין איך בין נישט דא צו אויפלעבן די מצב, אבער פאר 4 חדשים צוריק ח' כסליו תש"פ האב איך אנגעהויבן צו ציילן פון פריש ריינע טעג, און יעצט שטייען מיר ח' ניסן תש"פ, און מיטן אויבערשטן'ס הילף בין איך נאך אלטס ריין, גאנצע 4 חדשים אויפן אידישן קאלענדער, וואס דער הייליגער באשעפער האט מיר אפגעהיטן, און געהאלטן אויף זיינע ארעמעס, אז איך זאל בלייבן ריין.

און אזוי ווי עס איז שטיל דא, איך גלייב נישט אז אין די יעצטיגע פארנומענע טעג, וועט איינער אנקומען עס צו ליינען, וועל איך מיר נעמען די מיה, און איך וועל אפשרייבן אפאר ווערטער פון מיין הארץ ארויס, צו דיר הייליגער באשעפער, ארויס צו ברענגען מיינע שטארקע געפילן פון תודה והודאה.

ווען יהודה די פערדע קינד איז געבוירן געווארן האט לאה געזאגט הפעם אודה את ה' זאגט די גמרא אין מסכת ברכות לא היה אדם שהודה לה' עד שבאתה לאה. פרעגט דער כתב סופר האבן דען די אבות הקדושים נישט געלויבט דעם אויבערשטן, מיר טרעפן דאך אז זיי האבן מקריב געווען קרבנות צום אויבערשטן, און געדאנקט דעם אויבערשטן ?

נאר די גמרא זאגט אין מסכת שבת כל האומר הלל בכל יום הרי זה מחרף ומגדף, לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס איינער וואס געדענקט יעדן טאג די חסדים פון אויבערשטן הייסט א מחרף ומגדף, צו דען ווייל ער געדענקט די חסדים פון אויבערשטן, און ער לויבט אין דאנקט דעם אויבערשטן אויף דעם זאל ער שאדן האבן, חז"ל זאגן דאך אויפן פסוק כל הנשמה תהלל י-ה על כל נשימה ונשימה תהלל י-ה, זעהט מען אז א מענטש איז יא מחויב צו האלטן און איין דאנקען דעם אויבערשטן, אויף אלע חסדים וואס דער אויבערשטער טוט מיט אים, און ממילא וואס איז די גרויסער עולה אז ער זאגט הלל יעדן טאג ? איז ער מסביר די חילוק אז איינער וואס זאגט הלל, מיינט ער צו זאגן אז יעצט האט ער נישט וואס צו דאנקען דעם אויבערשטן, נאר ער איינערקענט די גרויסע חסדים וואס דער אויבערשטער האט מיט אונז געטוהן ווען ער האט געמאכט פאר אונז אויסערגעווענטליכע ניסים ונפלאות, אבער אויף די פשוטע זאכן וואס דער אויבערשטער פירט אונז יעדן טאג, דאס טוט ער אנהענגען אין די טבע, און ממילא שפירט ער נישט אז ער דארף דאנקען דעם אויבערשטן, ממילא ווערט ער אנגערופן א מחרף ומגדף.

אבער איינער וואס דאנקט דעם אויבערשטן על כל נשימה ונשימה, דאס איז טייטש ער איינערקענט אז דער אויבערשטער טוט מיט אים חסדים יעדע רגע, ער קומט און ער איז מודה אז דער אויבערשטער פירט אים יעדע רגע, און דאס איז די ריכטיגע וועג וואס מען דארף דאנקען דעם אויבערשטן.

פירט ער אויס אז די הייליגע אבות הקדושים האבן טאקע געדאנקט דעם אויבערשטן, אבער די אלע פלעצער וואס מיר טרעפן אין די תורה אז זיי האבן געדאנקט איז געווען אויף א ספעציעלע נס וואס דער אויבערשטער האט געמאכט מיט זיי, און נישט אויף פשוטע טעגליכע זאכן וואס דער אויבערשטער האט זיי געפירט, אבער לאה האט געדאנקט דעם אויבערשטן אויף א זאך וואס דער מענטש קען זיך איינרעדן אז דאס איז פשוט די סדר הבריאה, אז ווען מען האט חתונה האט מען קינדער, און זי איז געקומען און מודה געווען אז דאס איז נישט פון די טבע, נאר א מתנה וואס דער אויבערשטער האט איר געגעבן, אזא סארט לויבן דעם אויבערשטן איז קיינצאל נישט געווען ביז יעצט.

ווי פאסיג איז די ווארט אין דעם יעצטיגן מאמענט ווען מען שטייט נאך 4 חדשים זיין ריין, וואס דער מענטש קען זיך איינרעדן, איך האב געמאכט א פעסטע החלטה, אז די אלע זאכן ביי מיר איז ערגער פון טויט, און ממילא וועל איך טוהן אלעס אין די וועלט צו בלייבן ריין, און איך בין ארויף אויף א פראגרעם וואס איך האב געארבעט שווער יעדן טאג, און ממילא בין איך געבליבן ריין, און דער מענטש קען צוקומען צו דעם געפיל, יא איך האב מצליח געווען, אבער דא קום איך אריין און איך בין מודה, מיין זיסע לעכטיגע געטרייע טאטע אין הימל איך אליין קען נישט גארנישט, קיין איין זאך קען מיר נישט העלפן, קיינער ווייסט נישט אזוי גוט ווי דו ווייסט וויפיל איך האב פרובירט אין מיין לעבן צו בלייבן ריין, און גארנישט האט מיר געהאלפן, איך בין אייביג א דורך געפאלן, אבער אזוי ווי איך האב דיר אריינגענומען אין דעם בילד פון מיין לעבן, און איך האב מיר געוואנדן צו דיר, אז איך קען נישט בלייבן ריין, און נאר דו קענסט מיר האלטן ריין, ביסטו אריינגעקומען און מיר געהאלטן ריין, וואס דאס ווייזט, אז דו פירסט מיר יעדן טאג מיין טאג טעגליכער לעבן, און דו האלסט מיר ריין.

אויף דעם וויל איך דיר דאנקען טאטי, און ווי פאסיג איז דא די ווערטער וואס שטייט אין צרור המור "אבל עכשיו שהייתי שכולה וגלמודה שכוחה ועזובה מאוסה כנדה" אבער יעצט ווען איך בין געווען פארלאזט, אליין, פארגעסן, פארלוירן, און פארמיסט אזוי ווי א נדה, "וה' עזרני ומעפר הקימני" און דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן, און מיר אויפגעהויבן פון די זאמד, "ראוי לי להודות לה' על טובות גמלני" איז פאסיג און ריכטיג פאר מיר צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, אויף די אלע גוטס וואס ער האט מיט מיר געטוהן, "וזהו הפעם אודה את ה', און דאס האט לאה געמיינט צו זאגן הפעם אודה את ה'.

ווען איך טראכט אריין ווי איך בין געשטאנען 4 חדשים צוריק, אזוי פארלוירן, און האפענונגסלאז, צובראכן און צוקלאפט, און יעצט זעה איך איין ווי דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן און אויפגעהויבן, איז אזוי פאסיג צו דאנקען און לויבן דעם אויבערשטן, און איך וועל עס פרובירן צו אויסשמועסן.


  • ראש וראשון איך האב מיר געפילט פארלוירן, איך האב מיר נישט געטראפן דאס פלאץ און מיינע אייגענע ד' אמות, איך האב מיר אליין נישט געקענט סובל זיין, און היינט 4 חדשים שפעטער בין איך געווארן א מענטש מיט רואיגקייט, איך האב מיר ליב אין די פלאץ ווי איך בין, איך בין צופרידן מיט מיר אליין, איך קען מיר קוקן אין פנים אריין און זאגן פאר מיר אליין, הייליגער צדיק דו ביסט א גוטער מענטש, דער אויבערשטער האט דיר ליב, און איך האב מיר אליין אויך ליב.
  • איך פלעג זיך ארום דרייען א גאנצן טאג מיט שווערע ביטערע מחשבות פון לאסט, עס האט מיר נישט איבער געלאזט אויף קיין איין מינוט, ווי איך בין געגאנגען און ווי איך בין געשטאנען האט עס מיר באגלייט, ממש קשורה בו ככלב, און היינט 4 חדשים שפעטער, דער כלב האט אפגעפיצט, אמאל אמאל זעה איך אים פון דערווייטענס, און ער וויל קומען צו לויפן, אבער טאטי דו שטייסט לעבן מיר, און הייבסט אויף דיין שטעקן, און ער פיצט זיך אפ צו די פלאץ ווי די שווארצע פעפער וואקסט.
  • איך פלעג נישט קענען קוקן מיין ווייב אין פנים, איך האב מיר געפילט אזוי פארשעהמט פון איר, און לכבוד דעם פלעג איך אייביג זיין זייער נערוועיז ווען איך בין געווען אינדערהיים. היינט 4 חדשים שפעטער, איז מיין געשמאקסטע רואיגסטע פלאץ אינדערהיים, די צייט ווען די קינדער שלאפן שוין, און איך זיץ און פארברענג אליין מיט מיין ווייב, איז ממש א טעם גן עדן.
  • איך פלעג נישט האבן קיין געדולד צו מיינע קינדער, איך האב שולדיג פאר זיי, אז זיי האבן נישט קיין טאטע וואס האט געדולד צו זיי, און ממילא האב געזיכט זיי צו אויסמיידן וויפיל איך האב געקענט. היינט 4 חדשים שפעטער איז מיין קשר געווארן זייער גוט מיט זיי, איך קען זיצן מיט די עלטערע קינדער און לערנען מיט א געשמאק, און מיט די אינגערע ליגן אויפן ערד און שפילן לעגאוס מיט קליקס צוזאמען מיט זיי, מיטן פולסטן רואיגקייט, און יעדער איז זיך מחיה.
  • מיין גאנצער געפיל אין א דאווענען האט אויסגערינען, איך האב געפילט איך קען נישט דאווענען, איך בין נישט ווערד צו דאווענען, דו איינציגסטע וועג ווי איך פלעג קענען דאווענען איז געווען, זיך אויסוויינען צום אויבערשטן אויף מיין שרעקליכע מצב. און היינט 4 חדשים שפעטער האב איך א געשמאק אין א דאווענען, איך שפיר א זיסקייט אין יעדע ווארט פון דאווענען, עס איז פשוט א תענוג גשמי זיך צו שטעלן רעדן צום אויבערשטן.
  • מיין לערנען איז געווארן זייער אפגעשוואכט, און אפילו איך האב געלערנט איז עס אבער געווען געצווינגענערהייט, אן קיין טעם, און היינט 4 חדשים שפעטער איז אזוי געשמאק אדורך צו אקערן א סוגיא מיט א געשמאק.
  • והעולה על כולנה, מיין קשר צום אויבערשטן, מיין געפיל צום אויבערשטן, מיין ווילן צו טוהן זיין רצון, מיין געשמאק ווען איך קען עפעס אוועק געבן פון מיר פאר זיינעט וועגן איז נישט פשוט.

וואס קומט ארויס פון דעם אלעם איך בין געווארן א אנדערע מענטש, אינגאנצן א אנדערע מענטש, איך דערקען מיר נישט אין קיין איין פרט פון מיין לעבן, ואילו פינו מלא שירה כים ולשוננו רינה כהמון גליו וכו' אין אנחנו מספיקים להודות, ווייל אלעס וואס איך האב געשריבן איז נאר אפס קצהו, פון די אלע זאכן וואס האבן זיך געטוישט ביי מיר, און איך בעהט דיר טאטי, איך בין טאקע גאר אסאך בעסער געווארן, אבער איך בין נאך ווייט פון פארטיג, העלף מיר אז איך זאל ווייטער קענען שטייגן און ווערן נאך נאנטער צו דיר יעדע מינוט, עד הנה עזרוני רחמיך ואל תטשנו ה' אלקינו לנצח

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ז' ניסן התש"פ 08:25 #266025

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

הייליגער צדיק, חזק ואמץ דיינע ווערטער פון חיזוק פאר דיר אליין איז מחזק מיר און אלע אנדערע חבירים (כ'האף דו ביסט נישט ברוגז אז איך האב זיך אונטערגעהערט...)
איך מוז מוסיף זיין אז אלע דיינע געפילן וואס דו שילדערסט אז ס'האבן זיך געטוישט מן הקצה אל הקצה דורכאויס די פארגאנגענע פיר חדשים, שפיר איך שוין אויך לפי ערך, כאטש איך שטיי נאר/שוין ביי צוואנציג טעג! (א ריזיגע דערגרייכונג פאר מיר)


  • איך ווייס ווער איך בין און וואו איך געפין זיך, איך ארנעקען מיינע אמת'ע מעלות און איך האב נישט מורא צו איינזעהן מיינע חסרונות.
  • די נסיונות ווערן בכלליות שוואכער, איך קען גיין אויפן גאס און נישט שפירן דעם אויסטערלישן מסירות נפש אוועקצוקוקען פון א ראי' אסורה (נישט אלעמאל אבער ס'איז אסאך לייכטער פון אמאל ב"ה)
  • מיין ווייב? איך האב אייביג געמיינט אז מיר האבן דעם בעסטן שלום בית אין די וועלט, איי עפעס טיף קוועטשט? מן הסתם איז עס איר שולד... אבער דורכאויס די פארגאנגענע פאר וואכן בין איך געוואר געווארן וואס מיינט שלום בית און ריכטיגע תורה'דיגע און איינוועגס געשמאקע קשר מיט מיין אשת חיל שתחי'.
  • מיינע קינדער? ווען בין איך לעצטע מאל געזעצן מיט זיי און זיי פארציילט א מעשה און געהאט געדולד פאר אלע זייערע פראגן און שאלות? ווען בעפאר האב איך זיך געזעצט שפילן מיט זיי מיט א רואיג הארץ נישט וועלנדיג א גאנצע צייט האלטן דערנאך? און זייער צופרידענע שמייכל איז אלעס ווערד.
  • דאווענען? מאן דכר שמי'! איך קיינמאל נישט הנאה געהאט פון רעדן צום אויבערשטן, אלעס געווען נאר יוצא צו זיין און פטור אן עסק, כתינוק הבורח מבית הספר.
  • און אזוי אויך לערנען, כ'האב עס בכלל נישט מחשיב געווען און די גאנצע לערנן איז געווען בכפי', היינט איך זיץ כמה שעות מיט א ספר און איך פשוט ענדזשוי עס בגשמיות, ס'איז פשוט געשמאק.
  • אבינו שבשמים האב איך געמיינט אז עס איז א קאנצעפט און א ענין העכערע זאכן און הויכע כוונות, יעצט וויס איך און איך פיל בחוש ווי מיין ליבער געטרייע טאטע שטייט נעבן מיר און ווארט מיר צי זעהן שטייגן און האלט מיר אונטער אין יעדע שווערע מינוט.

איז אזוי, כאטש איך פארשטיי איך האב נאך גאר א ווייטע וועג אנצוקומען ואל תאמין בעצמך עד יום מותך דאך זעה שוין יעצט מקצת מן הזיסקייט וואס קומט ווען מ'פירט זיך אויף ווי עס בעדארף צו זיין, ע"כ בעט איך דיר רבש"ע, עד הנה עזרני רחמיך ולא עזבינו חסדיך ה' אלוקינו לנצח, בעט איך דיר זיסער טאטע לאז מיר נישט פילן אליינס ווייל איך בין נישט אליינס, נאר מיט דיר וועל איך קענען גיין ווייטער אויפן גוטן וועג און מצליח זיין בכל מעשי ברוחניות וגשמיות

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' נעכטן 00:42 #266036

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 32 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 83
  • האט שוין געלייקט: 57 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל
  • קאָרמא: 9

א מחיה!
טייערע Heiligertzadik און אויך הייליגע שלום אהליך יעצט געליינט וואס ענק האבן געשריבן, אה אזוי Juicy און Sweet אראפ געלייגט די חילוק פון אמאל צו היינט, די געשמאקע לעבנס טויש! און יא די חילוק וואס יעדער פון אונז קען מעיד זיין, א יעדער וואס ארבעט מיט אן אמת זיך אפציגעוואונען פון די נישט גוטע מעשים, פילט ברחניות דערהויבן, און נאך מער פילט ער די חילוק 'בגשמיות'! און דאס איז וואס ענק שרייבן! און איז ווערט אראפגעשריבן צו ווערן! ייש"כ
שפאן ווייטער שפאן! פון 4 חדשים צו אן האלבע יאר, און פון דארט צו א גאנצע יאר, און ווייטער און ווייטער... אבער איין זאך בעט איך דיר זייער, ווען וועסט שוין זיין ריין פאר א לאנגע צייט, לאז אונז נישט איבער, שרייב ווייטער שרייב!
וועסט בלייבן מיט אונז אמת?!

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' היינט 01:49 #266062

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 119 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 444
  • האט שוין געלייקט: 407 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל
  • קאָרמא: 28

ייש״כ שלום אוהליך און חנוכה פאר דו גוטע ווארימע ווערטער, און פאר דו גוטע ברכות, איך האב עס זייער ליב געהאט.

היינט ברוך השם ציילט מען 119 טעג, יא 119 מאל איין טאג אויף אמאל, אדער לויט ווי מען רעכנט עס אין די יעצטיגע שווערע טעג איז עס 2,856 שעות, איין שעה אויף אמאל, און מיר איינערקענען קלאר אז מיר האבן נאך א וועג צו גיין, אבער געלויבט דער אויבערשטער מיר ווערן בעסער און בעסער, מיר זענען נישט געווארן מלאכים נאר בעסערע מענטשן, און ווי לאנג מיר לעבן קענען מיר שטייגן און ווערן נאך בעסער, לאמיר אריינכאפן נאך א מינוט, נאך א טראפעלע בעסער

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' היינט 10:01 #266064

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 22 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 35
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל
  • קאָרמא: 1

הייליגער, איך רעכן אייביג אויף מינוטן, נישט נאר יעצט, ווייל איך ווייס אז דאס וויל דער רבש"ע פון מיר און ער פריידט זיך אויסטערליש מיט יעדע מינוט מיינע וואס איך בין ערליך און טוה זיין רצון, נאר דא אויף הד"א ציילט מען טעג צייל איך מיט ווייל דאס העלפט שטארק צו, אבער לכשעצמי צייל איך יעדע מינוט עקסטער ווי א דיאמאנט.\
א גוט שבת

לעצט פארראכטן: היינט 10:02 דורך שלום אהליך.
צייט צו מאכן א בלאט: 0.57 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא