ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: נאך א טאג ברוך ה' 6774 באזוכער

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ג' סיון התש"פ 11:59 #266919

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 94 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
  • קאָרמא: 7

געלויבט ביסטו ליבער טאטע,
פארן אפהיטן הייליגער צדיק און שלום אהליך,
עס איז נאך א וועג אונז צו ווייזן אז מיר קענען נישט און מיר קענען געהאלטן ווערן נאר דורך דעם אייבירשטען 

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ד' סיון התש"פ 08:16 #266943

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שבעים ושלושה פעמים יום אחד בטהרה
נעכטן האב איך געהאט גאר א שווערע מעשה, ווען איינער האט פרובירט מיר אראפ צו ברענגען, און עס האט זיך געטוהן א מלחמה ארום מיר, דער ייצה"ר/עדיקשאן האט געשלעפט צו זיין זייט, און דער ייצ"ט האט געשלעפט צו זיין זייט, און איך בין געווארן צוריסן אינדערמיט.

איך האב מיר דערמאנט פון די ווערטל פון דעם איד וואס איז געשלאפן, און אינמיטן איז דער ייצ"ט געקומען אז עס איז צייט אויפצושטיין, און דער ייצה"ר האט געזאגט אז ער זאל נאך בלייבן שלאפן, האט ער זיי געזאגט, איך פארשטיי אז ענק ווילן זיך קריגן, אבער פארוואס דארפן ענק זיך קריגן ביי מיר אין בעט, גייטס ארויס אינדרויסן, קריגטס ענק אויס דארטן און קומט'ס צוריק צו מיר, מיר דערציילן וואס איז געבליבן.

די זעלבע איז געווען ביי מיר, איך האב געזאגט פאר דעם אויבערשטן, איך ווער צוריסן פון דעם, ארגומענטן איז נישט געמאכט פאר אונז, איך האב נישט קיין כח צו די קריגערייען, איך ווער צוריסן פון דעם, נעם מיר ארויס פון דא, דער אויבערשטער איז אריינגעקומען אין בילד, און מיר ארויסגעשלעפט פון צווישן די קריגערייען, און מיר געטראגן ווייט ערגעץ אין א אנדערע פלאץ, און איך בין געבליבן ריין.

אזוי ווי שלמה המלך שרייב אין שיר השירים "משכני אחריך נרוצה" איך בעהט זיך ביים אויבערשטן, שלעפ מיך ארויס פון דא, איך זאל נאכגיין נאך דיר, און נישט נאך די תאוות עוה"ז. "הביאני המלך חדריו" האט דער אויבערשטער מיר אריינגענומען אין זיין פריוואטע צימערן. "נגילה ונשמחה בך" און איך האב זיך געקענט פרייען צוזאמען מיטן אויבערשטן.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ד' סיון התש"פ 12:31 #266953

  • שלום גאנץ
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 570 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19

הייליגער האסט עס טאקע אראפגעלייגט און אפאר טרוקענע שורות אבער איך ווייס יא אביסל וואס ליגט אונטער דעם...  איך באוונודער דיין שטארקייט, דו ארבעטסט פעסט אויף דיין פראגרעם און דער אייבערשטער האלט דיר ריין

אסאך הצלחה אויף ווייטער 
ידידך
שלום

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ד' סיון התש"פ 16:38 #266958

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 94 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
  • קאָרמא: 7

שלום, די דארפסט זיין גאר פעסט,
די דארפסט האבן אין דיר א געוואלדיגע שטארקייט צו קענען מיטהאלטן דיינע נסיונות און באגלליטונג מיט יענעמס נסיונות...
עס איז זיכער פון די חלק פון ארבעטן פעסט און ערליך דיינע סטעפס,
און זיך נישט לאזן צובלאזן פון די שטייפע ווינטן!
האלט אן דיין שטארקייט
גדלי'

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ח' סיון התש"פ 13:24 #266975

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55

הייליגער צדיק און שלום אהליך, ענקערע מעשיות פון התגברות געבן מיך חיזוק.
קיפ איט אפ!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט' סיון התש"פ 02:35 #266985

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שבעים ושמונה פעמים יום אחד בטהרה.

עס איז ידוע דער הייליגער תפארת שלמה די וואך, וואס זאגט אויפן פסוק נשא את ראש בני גרשון למשפחותם, זאגט ער אז עס זענען דא 3 סארטן צדיקים, בני קהת בני מררי, און עס זענען דא "בני גרשון" וואס דאס זענען צדיקים וואס זענען פארטריבענע אין די וועלט, און זייער גאנצע לעבן איז אנגעפילט מיט צער, זיי זעהן נישט דעם גוטן טאג אין זייער לעבן.

דארף מען זיי אויך אויפהייבן, און געבן דעם גוטן געפיל אז זיי זענען אנגענומען ביים אויבערשטן, זיי זאלן נישט מיינען אז ווייל עס גייט זיי אזוי שווער איז א סימן אז דער אויבערשטער איז נישט צופרידן מיט זיי, נאר "גם הם" אפילו די וואס שפירן זיך פארטריבענע פון אויבערשטן, זענען אויך ערליכע אידן.

און ער זאגט נאכמער אז די צדיקים זענען יעצט זייער דערווייטערט, אבער לעתיד לבוא וועלן זיי ארויסקומען מיט זייער גאנצע לעכטיגקייט, און שטיין נאך העכער פון אנדערע צדיקים, און דאס הייסט "רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה" אז עס זענען דא אסאך צדיקים וואס דינען דעם אויבערשטן, אבער עס זענען דא צדיקים וואס זענען אזוי באהאלטן אין די גלות אז קיינער זעהט נישט זייער שיין, אבער לעתיד לבוא וועט מען זעהן אז "ואת עלית על כולנה" זיי זענען אנגעקומען העכער פון אלע אנדערע צדיקים.

אמאל ווען איך האב געלערנט די שטיקל תפארת שלמה פלעג איך טראכטן אז דאס גייט ארויף אויף די האהאלטענע ל"ו צדיקים, אבער היינטיגע צייטן האט דער אויבערשטער מיר געגעבן צו פארשטיין, אז ער רעדט פון אונז מענטשן וואס דרייען זיך ארום אין די וועלט און זיי מוטשענען זיך מיט נסיונות, וואס יעדער איינער שרייט, אזוינע מענטשן האבן נישט קיין פלאץ אין די וועלט, ווי מען ווערט נאר געוואויר אז איינער מוטשעט זיך מיט די נסיונות ווערט ער די אויסווארף פון שטאט, זיינע קינדער ווערן רחמנות'דיגע קינדער, ווייל נעבעך ער האט אזא טאטע, עס וועט אבער קומען א צייט וואס עס וועט נתגלה ווערן אונזער שיינקייט אין די גאנצע וועלט.

און ווי דער תפא"ש פירט אויס "כידוע ליודעי חן" קען מען זאגן בדרך רמז, אזוי ווי עס איז באקאנט פאר די וואס ווייסן וואס טרעפט חן אין די אויגן פון אויבערשטן.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט' סיון התש"פ 15:58 #266989

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
  • קאָרמא: 2
אמאל ווען איך האב געלערנט די שטיקל תפארת שלמה פלעג איך טראכטן אז דאס גייט ארויף אויף די האהאלטענע ל"ו צדיקים, אבער היינטיגע צייטן האט דער אויבערשטער מיר געגעבן צו פארשטיין, אז ער רעדט פון אונז מענטשן וואס דרייען זיך ארום אין די וועלט און זיי מוטשענען זיך מיט נסיונות,

עס איז ידוע פון צדיקים אז ווען עס שטייט אין ספרים הקדושים (בפרט נועם אלימלך, אבער מסתמא אויך תפארת שלמה) די ווארט צדיק מיינט א יעדן פשוטן איד,
דער פסוק זאגט ועמך כולם צדיקים, ס'שטייט נישט חוץ וכו'.....

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט' סיון התש"פ 16:01 #266990

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
  • קאָרמא: 2
און ווי דער תפא"ש פירט אויס "כידוע ליודעי חן" קען מען זאגן בדרך רמז, אזוי ווי עס איז באקאנט פאר די וואס ווייסן וואס טרעפט חן אין די אויגן פון אויבערשטן.

געוואלדיג, די רמז האט א געוואלדיגע חן.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט' סיון התש"פ 19:19 #266995

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 94 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
  • קאָרמא: 7

מורא'דיג, הייליגער צדיק,
א שטיקל רמז נאר
1+7+8 באטרעפט 16
די זעלבע ווי
גם הם 3+4 5+4 איז אויך 16
אז היינט ביי דער טאג האסטו אויסגעטראפן אז מען מיינט גאר דיר,
בדרך רמז, 
בדרך פשט, קען מען עס זעהן פשוט ווען מען זעהט דיין געוואלדיגע טעגליכע צו גאר מינוטליכע ארבעט,
חזק ואמץ

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י' סיון התש"פ 09:08 #266997

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שבעים ותשעה פעמים יום אחד בטהרה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"א סיון התש"פ 09:55 #267017

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה ושמונים פעמים יום אחד בטהרה
איך האב מיר פארגעשטעלט אז היינט וועל איך שרייבן 180 מיט גרויסער רויטע אותיות, אז איך בין אנגעקומען צו סימבאלישע האלבע יאר פון ריינקייט.
אבער מיין געפיל איז בכלל נישט אזוי, מיין געפיל זאגט מיר איך האלט און ערגעץ נישט, איך בין נישט אנגעקומען צו 180 טעג, איך בין נישט אנגעקומען צו קיין איין טאג, ווייל דער מציאות האט געוויזן ווי לאנג איך האב פרובירט זיך צו האלטן ריין בין איך נישט אנגעקומען צו גארנישט.
די מינוט וואס איך האב אויפגעגעבן אלעס, און איך האב מיר איבער געגעבן אין די האנט פון אויבערשטן, האט דער אויבערשטער אנגעהויבן צו טוהן וואס ער וויל, און ער פירט אויס דאס זייניגע, און ער האט געמאכט אז איך בין געבליבן ריין ביז יעצט.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: י"א סיון התש"פ 10:01 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ב סיון התש"פ 01:43 #267027

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שמונים ואחד פעמים יום אחד בטהרה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ב סיון התש"פ 10:29 #267029

  • israelvkosher
  • איצטיגע שטרעקע: 42 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 108
  • האט שוין געלייקט: 386 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
  • קאָרמא: 4

מזל טוב. א האלבע יאהר דאס איז מורדיג. 
יא אז מען טוט די ריכטעגע זאך קימט מען אן.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ב סיון התש"פ 12:01 #267035

  • שלום גאנץ
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 256
  • האט שוין געלייקט: 570 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19
מזל טוב!!!! 180 ריינע טעג!!!

אז דו ניצט נישט גרויסע אויתיות וועל איך מוזן, הייליגער צדיק דיין שטארקייט אנצוגיין טאג נאך טאג אפילו סאיז דיר ביטער שווער (טיילמאל) געט מיר חיזוק און העלפט מיר פאר מיין ריקאווערי

ביסט א אינספאראציע פאר מיר, כה לחי! ביז די 120 ריינערהייט
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ב סיון התש"פ 15:25 #267037

  • פראביר נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 338 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 87
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 283 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב הרב הייליגער צדיק, 
די ביסט אן אינספעראציע פאר אונז, אז אויב מ'ארבעט אין מ'טוט למעשה קומט מען אן. 
די באשעפער זאל דיר ווייטער געבן יארן פין סוברייעטי מיט שלות הנפש 

איך בין נישט קיין סאושעל ווארקער אדער א רב, איך בין א סעקס עדיקט וואס איך קען שעירן מיין אייגענע עקספיריענס. 

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ג סיון התש"פ 09:02 #267041

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שמונים ושני פעמים יום אחד בטהרה

איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע וואס האבן מיר געגעבן חיזוק, אויף מיין צוקומען צו א האלבע יאר ריין, מיטן הילף פון אויבערשטן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ג סיון התש"פ 15:24 #267048

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 491 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1096
  • האט שוין געלייקט: 842 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2102 מאל
  • קאָרמא: 47
Heiligertzadik געשריבן on י"ג סיון התש"פ 09:02:

היום מאה שמונים ושני פעמים יום אחד בטהרה

איך וויל זיך באדאנקען פאר אלע וואס האבן מיר געגעבן חיזוק, אויף מיין צוקומען צו א האלבע יאר ריין, מיטן הילף פון אויבערשטן


מ'נעמט נאך אן????

מזל טוב מזל טוב!

מזל טוב צו דיינע 180 טעג, און מזל טוב צו דיין האלב יאר ריין!

איך וואלט אויף דיר זיך אויסגעדרוקט דער מאמר חז"ל פון "כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו", וואס דאס זעהט מען אצינד בוכשטעבליך ביי דיר. א סימבאל פון א יונגערמאן וואס איז אלעמאל גרייט פאר א צווייטן.

דאס איז אבער נאר בדרך סגולה, אבער דער הלכה למעשה חלק, איז די שווערע ארבעט אין ריקאווערי וואס דו לייגסט אריין בלי הרף, וואס א טייל האלט איך אביסל מיט פון דערנאנט. נאכאמאל שיינט ארויס דאס וואס מיר ווייסן שוין פון לאנג "אז מען ארבעט" קומט מען אן, און אז מען מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אויבערשטער.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט"ו סיון התש"פ 23:34 #267070

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שמונים וחמשה פעמים יום אחד בטהרה
איך בין אריבער א שווערע וואך, גאר שווערע זאכן זענען אריבער אויף מיר, און ממש ניסי ניסים אז איך בין געבליבן ריין, איך שטיי און איך טראכט וויאזוי בין איך דאס אדורך ? איך בין ריין נאך אזא שווערע וואך ? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל.

אבער דא קומט אריין מיין גוטע ליבליכער באשעפער, וואס האט מיר געהאלטן ריין, וואס איך האב פרובירט די פארגאנגענע וואך איז געווען צו שטיין אויף די וואך, און ארבעטן די סטעפס, רופן חברים וואס זאלן מיר העלפן ארבעטן די סטעפס, און זיך איבער געבן פארן אויבערשטן.

עס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג, אבער דאס האט דער אויבערשטער מיר אויך געהאלפן, און מיר געגעבן די רואיגקייט צו קענען אנעמען וואס איך קען נישט טוישן, און גאר אסאך קוראזש צו טוישן וואס איך קען יא, און איך האב געקענט דריקן יא איך בין נאך ריין.

איך שרייב עס אראפ כדי איך זאל געדענקען יא דער אויבערשטער העלפט ווער עס זוכט אים, און ווען מען געבט זיך איבער פאר אים האלט ער דעם מענטש ריין

ווי פאסיג איז דא צו ברענגען די ווערטער פון דעם רמב״ן אויפן פסוק כל אלמנה ויתום לא תענון, און דער פסוק איז מסביר, כי אם צעוק יצעק אלי שמע אשמע צעקתו, איז דער רמב״ן מסביר געווענטליך ווען א מענטש טרעפט זיך אין א שווערע פראבלעם, וועט ער לויפן צו זיינע עלטערן, זיי זאלן אים קומען העלפן. אבער דער אלמנה און דער יתום האבן נישט צו וועמען צו לויפן, איז ווען עס פאסירט צו זיי א שוועריגקייט ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן, און זיי האבן נישט צו וועמען זיך צו ווענדן נאר צום אויבערשטן אליין, און וועגן דעם הערט זיי דער אויבערשטער גלייך אויס.

דאס לערנט אונז, ווען מיר שפירן זיך באמת הילפסלאז, קיינער קען מיר נישט העלפן, עס איז נישט דא קיין שום מענטשליכע כח אין די בריאה וואס קען מיר העלפן, וועט דער מענטש שרייען נאר צום אויבערשטן, ווייל נאר ער קען אים העלפן, און דער אויבערשטער וועט אים העלפן.

קומט רש״י און זאגט הוא הדין אצל כל אדם, אלא שדיבר הכתוב בהווה, יעדע מענטש וואס שפירט זיך הילפסלאז קומט דער אויבערשטער אים העלפן, מען דארף נאר וויסן קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דער אויבערשטער אליין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)
לעצט פארראכטן: ט"ז סיון התש"פ 01:56 דורך Heiligertzadik.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט"ז סיון התש"פ 11:25 #267079

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55
Heiligertzadik געשריבן on ט"ו סיון התש"פ 23:34:

היום מאה שמונים וחמשה פעמים יום אחד בטהרה
איך בין אריבער א שווערע וואך, גאר שווערע זאכן זענען אריבער אויף מיר, און ממש ניסי ניסים אז איך בין געבליבן ריין, איך שטיי און איך טראכט וויאזוי בין איך דאס אדורך ? איך בין ריין נאך אזא שווערע וואך ? עס לייגט זיך ממש נישט אויפן שכל.

אבער דא קומט אריין מיין גוטע ליבליכער באשעפער, וואס האט מיר געהאלטן ריין, וואס איך האב פרובירט די פארגאנגענע וואך איז געווען צו שטיין אויף די וואך, און ארבעטן די סטעפס, רופן חברים וואס זאלן מיר העלפן ארבעטן די סטעפס, און זיך איבער געבן פארן אויבערשטן.

עס איז מיר בכלל נישט אנגעקומען גרינג, אבער דאס האט דער אויבערשטער מיר אויך געהאלפן, און מיר געגעבן די רואיגקייט צו קענען אנעמען וואס איך קען נישט טוישן, און גאר אסאך קוראזש צו טוישן וואס איך קען יא, און איך האב געקענט דריקן יא איך בין נאך ריין.

איך שרייב עס אראפ כדי איך זאל געדענקען יא דער אויבערשטער העלפט ווער עס זוכט אים, און ווען מען געבט זיך איבער פאר אים האלט ער דעם מענטש ריין

ווי פאסיג איז דא צו ברענגען די ווערטער פון דעם רמב״ן אויפן פסוק כל אלמנה ויתום לא תענון, און דער פסוק איז מסביר, כי אם צעוק יצעק אלי שמע אשמע צעקתו, איז דער רמב״ן מסביר געווענטליך ווען א מענטש טרעפט זיך אין א שווערע פראבלעם, וועט ער לויפן צו זיינע עלטערן, זיי זאלן אים קומען העלפן. אבער דער אלמנה און דער יתום האבן נישט צו וועמען צו לויפן, איז ווען עס פאסירט צו זיי א שוועריגקייט ווערן זיי אינגאנצן פארלוירן, און זיי האבן נישט צו וועמען זיך צו ווענדן נאר צום אויבערשטן אליין, און וועגן דעם הערט זיי דער אויבערשטער גלייך אויס.

דאס לערנט אונז, ווען מיר שפירן זיך באמת הילפסלאז, קיינער קען מיר נישט העלפן, עס איז נישט דא קיין שום מענטשליכע כח אין די בריאה וואס קען מיר העלפן, וועט דער מענטש שרייען נאר צום אויבערשטן, ווייל נאר ער קען אים העלפן, און דער אויבערשטער וועט אים העלפן.

קומט רש״י און זאגט הוא הדין אצל כל אדם, אלא שדיבר הכתוב בהווה, יעדע מענטש וואס שפירט זיך הילפסלאז קומט דער אויבערשטער אים העלפן, מען דארף נאר וויסן קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דער אויבערשטער אליין.


צדיק, דו ביסט א ראול מאדעל!
איך בין אינספייערד פון דיין שטארקייט זיך צו האלטן אין יעדע מצב, און זוכן צו טוהן וואס איז ריכטיג.
בפרט אז חוץ פון דעם וואס דו האסט זיך אליין געהאלטן טראץ דיינע שוועריקייטן, האסטו נאך געטראפן צייט מיך (און אנדערע) אויך צו מחזק זיין און העלפן אין מיינע שוועריקייטן.
דו ביסט א שטאלץ פאר הדא!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ז סיון התש"פ 01:33 #267100

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שמונים ושישה פעמים יום אחד בטהרה.
פאר א האלבע שעה צוריק האב איך געמיינט אז איך גיי דאס נישט קענען יעצט שרייבן, איך בין געווען אויפן גאס, אהיים פארענדיג פון א שמחה, אבער עס איז מיר אינטערגעקומען א שווערע נסיון, מיין קאפ האט אנגעהויבן צו רודערן און ווירבלען מיט גאר שווערע מחשבות.
אבער דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן און איך בין געפארן ווייטער, און אפילו איך האב געוואלט צוריק פארן, בין איך אנגעקומען אהיים ריין.
איך דאנק דיר באשעפער פאר מיר אפהיטן, און פאר מיר האלטן ריין, אולי פוני מלא שירה כים ולשוננו רינה כהמון גליו וכו' אין אנו מספיקים להודות לך, און איך בעהט דיר עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך ה' אלקינו, ואל תטשנו ה' אלקינו לנצח.
אבער כדי איך זאל קענען צוקומען צו דיין הילף על כן אברים שפלגת בנו ורוח ונשמה שנפחת באפנו ולשון אשר שמת בפינו הן הם וועל איך איבער געבן פאר דיר אז זיי זאלן טוהן דיין רצון, דיין רצון זאל געטוהן ווערן נישט מיין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ח סיון התש"פ 09:12 #267146

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 141
  • האט שוין געלייקט: 92 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 13
Heiligertzadik געשריבן on י"ז סיון התש"פ 01:33:

היום מאה שמונים ושישה פעמים יום אחד בטהרה.
פאר א האלבע שעה צוריק האב איך געמיינט אז איך גיי דאס נישט קענען יעצט שרייבן, איך בין געווען אויפן גאס, אהיים פארענדיג פון א שמחה, אבער עס איז מיר אינטערגעקומען א שווערע נסיון, מיין קאפ האט אנגעהויבן צו רודערן און ווירבלען מיט גאר שווערע מחשבות.
אבער דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן און איך בין געפארן ווייטער, און אפילו איך האב געוואלט צוריק פארן, בין איך אנגעקומען אהיים ריין.
איך דאנק דיר באשעפער פאר מיר אפהיטן, און פאר מיר האלטן ריין, אולי פוני מלא שירה כים ולשוננו רינה כהמון גליו וכו' אין אנו מספיקים להודות לך, און איך בעהט דיר עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך ה' אלקינו, ואל תטשנו ה' אלקינו לנצח.
אבער כדי איך זאל קענען צוקומען צו דיין הילף על כן אברים שפלגת בנו ורוח ונשמה שנפחת באפנו ולשון אשר שמת בפינו הן הם וועל איך איבער געבן פאר דיר אז זיי זאלן טוהן דיין רצון, דיין רצון זאל געטוהן ווערן נישט מיין.


ביסט א העלד!
--- יעדער האלט אזוי, דיין יצר הרע אויך!

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' כ' סיון התש"פ 09:25 #267175

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה שמונים ותשעה פעמים יום אחד בטהרה
איך בין אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי, פארוואס ? וואס וואלט שלעכט געווען ווען איך בלייב שלאפן ? איך וואלט זיך ווייניגער געמוטשעט! ווייניגער קאליע געמאכט! ווייניגער צער געהאט! איז פארוואס האט דאס אויסגעפעלט ?

יא טאקע א גוטע שאלה, אבער דער תירוץ איז זייער קלאר.

ווער האט מיר בכלל געפרעגט צו איך וויל אויפשטיין, צו איך וויל לעבן, וויאזוי איך וויל לעבן. עס איז דא א באשעפער וואס ער האט באשאפן די וועלט, און ער וויל זאכן, און פארדעם האט ער מיר באשאפן, און פארדעם האט ער מיר היינט צוריק געגעבן מיין נשמה, אז איך זאל טוהן זיין רצון.

און ממילא איך האב נישט וואס אריינצורעדן אין דעם בכלל, עס איז נישט קיין חילוק וויאזוי מיין טאג גייט, בין איך דא אויסצופירן זיין רצון, און מיט יעדע אטעם וואס איך אטעם היינט פיר איך אויס מיין שליחות צו אים, און עס וועט אריבער גיין די פאר שעה וואס איך לעב, און איך וועל גיין שלאפן, וועל איך גיין שלאפן נאך א גאנצן טאג פון זיך דרייען אויפן וועלט, טוהן זאכן, אן וויסן פארוואס איך האב עס געטוהן, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט, און ער ווייסט פארוואס עס האט אזוי געדארפט זיין, און איך בין צופרידן מיט דעם אז איך האב עס אויסגעפירט וויאזוי ער וויל.

ספה״ק זענען מסביר אז מיר טרעפן די וואך אהרן הכהן האט געהאט חלישות הדעת אז ער האט נישט מקריב געווען קיין קרבנות בחנוכת הנשיאים, וואס האט אים געבאדערט ? נאר ער האט געשפירט אז ווען ער וואלט ווען מקריב געווען וואלט ער אויסגעגאנגען פון גרויס קדושה, אזוי ווי נדב ואביהוא, און ער האט אויך געוואלט דינען דעם אויבערשטן אין א דרגה פון מסירות נפש, האט אים דער אויבערשטער גענטפערט ״חייך שלך״ דיין לעבן ״גדולה משלהם״ איז גרעסער פון זייער עבודה.

היינט אינדערפרי ווען דער אויבערשטער האט מיר צוריק געגעבן מיין נשמה, האט ער מיר אויך געזאגט, איך געב דיר דיין נשמה, ווייל חייך שלך גדולה, דיין לעבן איז ביי מיר חשוב, און וועגן דעם בין איך דא.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' כ"ה סיון התש"פ 09:13 #267269

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאה תשעים וארבעה פעמים יום אחד בטהרה

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' תמוז התש"פ 01:26 #267350

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאתים פעמים יום אחד בטהרה 
איך וויל דאנקען דעם אויבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן "200 ריינע טעג", עס שטייט אין פסוק וַיָּקָם דָּוִד וַיֵּלֶךְ הוּא וַאֲנָשָׁיו וַיַּךְ בַּפְּלִשְׁתִּים מָאתַיִם אִישׁ וַיָּבֵא דָוִד אֶת עָרְלֹתֵיהֶם וַיְמַלְאוּם לַמֶּלֶךְ, בדרך רמז עס איז דאך ידוע אז דוד המלך איז פון איין זייט געווען זייער צובראכן, פון אלעס וואס איז אריבער אויף אים. אבער פון די אנדערע זייט איז ער געשטאנען כגיבור ואיש מלחמה, און געפירט אלע מלחמות פאר כלל ישראל.
קען מען טייטשן "וַיָּקָם דָּוִד וַיֵּלֶךְ הוּא וַאֲנָשָׁיו וַיַּךְ בַּפְּלִשְׁתִּים מָאתַיִם אִישׁ" מען האט געשלאגן פון די צד הטומאה 200 טעג, "וַיָּבֵא דָוִד אֶת עָרְלֹתֵיהֶם וַיְמַלְאוּם לַמֶּלֶךְ" און מען האט אנגעפילט די טעג פארן אויבערשטן'ס וועגן.
און אין די זעלבע צייט וויל איך בעהטן דעם אויבערשטן, עד הנה עזרוני רחמיך....ואל תטשני לנצח

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' תמוז התש"פ 10:20 #267352

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 141
  • האט שוין געלייקט: 92 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 13
Heiligertzadik געשריבן on א' תמוז התש"פ 01:26:

היום מאתים פעמים יום אחד בטהרה 
איך וויל דאנקען דעם אויבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן "200 ריינע טעג"!


איך דאנק אויך השי"ת פאר די 200 לעכטיגע טעג וואס ער האט געגעבן פאר הייליגער צדיק!
איך בין מתפלל צו אויף אים: וְקוֹיֵ ה' יַחְלִיפוּ כֹּחַ יַעֲלוּ אֵבֶר כַּנְּשָׁרִים יָרוּצוּ וְלֹא יִיגָעוּ יֵלְכוּ וְלֹא יִיעָפוּ

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' תמוז התש"פ 14:06 #267354

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 413 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 463
  • האט שוין געלייקט: 490 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 741 מאל
  • קאָרמא: 2

מזל טוב 200 טעג מזל טוב !

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' א' תמוז התש"פ 15:26 #267356

  • הכנעה
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 50
  • האט שוין געלייקט: 16 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
  • קאָרמא: 3
kosher געשריבן on א' תמוז התש"פ 14:06:

מזל טוב 200 טעג מזל טוב !

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ב' תמוז התש"פ 11:52 #267371

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 609
  • האט שוין געלייקט: 966 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
  • קאָרמא: 15

מזל טוב פאר דיינע 201 טעג !

הק' העלפמי

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ז' תמוז התש"פ 00:53 #267425

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאתים וששה פעמים יום אחד בטהרה
היינט בין איך אדורך גאר א שווערע נסיון, ממש א נסיון פון יוסף הצדיק מיט אשת פוטיפר, איך וועל נישט אריינגיין אין קיין פרטים כדי שלא.... אבער יא עס איז געווען זייער שווער, איך האב געדארפט שרייען דעם וימאן מיטן שלשלת צענדליגע מאהל, ביז איך בין מיטן אויבערשטנ'ס הילף פטור געווארן פון דעם אנשיקעניש, און יא דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן, איך בין געבליבן ריין.

נאכדעם האב איך מיר צוגעמאכט מיינע אויגן, און גערעדט צום אויבערשטן, ארויסגעברענגט פונקטליך וואס איך פיל, ווי שווער עס איז מיר, און ווי א גרויסע סכנה דאס איז פאר מיר, און איך האב זיך פשוט געבעהטן ביי אים, אז ער זאל עס אוועקנעמען פון מיר, און מיר האלטן ריין.

און וואונדער איבער וואונדער איך קען דריקן נאכאמאל דעם איך בין נאך ריין קנעפל.

ייש"כ אויבערשטער פאר די גרויסע שטארקייט אז איך האב מיר געקענט האלטן בשעת הנסיון, און נישט פאלן פאר דעם, איך ווייס אז דאס איז נישט מיין כח, נאר דיין כח ליבער טאטע.

ייש"כ אויבערשטער פאר נאכדעם מיר ארויסנעמען פון די שכרות, אז איך זאל נישט זיין פארנומען מיט דעם די איבריגע צייט פון דעם טאג, נאר קענען אנגיין ווייטער מיט מיין טאג.

ייש"כ אויבערשטער פאר מיר האלטן ריין ביז יעצט, און איך בעהט דיר אויף ווייטער געב מיר מארגן נאך א ריינע טאג.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ז' תמוז התש"פ 01:49 #267429

  • זעווי בעת
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 47 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
  • קאָרמא: 0
בעצם פיל איך מיך נישט אין פלאץ צו שרייבן דא צווישן אידן וואס האלטן שוין ביי הונדערטע ריינע טעג ווען איך האלט קוים ביי צען, אבהר כ'האב נישט געקענט באהערשן מיינע פילינג'ס.
איז כ'וויל נאר דערציילן א קליינע מעשה'לע ס'איז די ערשטע מאל איך ליין דורך דעם טרעד געהעריג כ'האב דורך געליינט א שטיקל דא א שטיקל דארט, און ווען כ'האב אנגעקומען צו די לעצטע מעשה דא נאט די סקרין אנגעפאנגען צו ווערן בלאורי, כ'האב מיך געדארפט אויף שטעלן און נעמן א טישא און אפווישן מיין אויגן!!! איך רעדט נישט פאעטיש אדער שרייבעריש כאילו אזוי קומט א מעשה כ'רעדט פון א מציאות וואס איז געווען פינף מינוט צירוק.
כ'האב נאכאלץ נישט צו זיך געקומען פון די מציאות אז איינער וואס האלט נאך אריבער 200 ריינע טעג דהיינו אריבער מיליאנע מיליאנע נסיונות וואס ער האט זיך געשטארקט, און אודך איז געקומען אזא נסיון און האט זיך געקענט ארויסזעהן מיט אזא פעסטקייט, און צו די זייט נאך מחזק זיין אנדערע, כ'האב נישט קיין ווערטער כ'האב טרערן! כ'וויס נישט וואס צו זאגן אפשר מי כעמך ישראל, אדער אפשר אזוי ווי בעלזא רב (כמדומה לי אז מ'זאגט עס נאך פון אים) אז ווער ווייסט צו די מענטשן זענען נישט מעכב די גאולה דורכ'ן געבן פארן באשעפער אזא הנאה.
כ'וואלט געלאזט מיינע פינגער'ס לויפן אויפן קיבאורד ווייטער אבער ווי כ'האב שוין געשריבן פיל איך מיך נישט אין פלאץ דא, זאל די אייבערשטער העלפן אז יעדער זאל זיך קענען מתגבר זיין און יעדער זאל זיך מתגבר זיין.!
החותם בדמעות זעווי.
דאס באדייט פון ''פעלזן פעסט'': הגם א האלץ איז הארט, ווען מ'געט עס א שטויס אדער א זעץ ציקלאפט מען זיך נישט ווייל מיט זיין שטארקייט האט עס א משהו שבמשהו וואס עס לאזט זיך בייגן, משא''כ א פעלז מיט יעדע זעץ און שטויס וואס מען פראבירט עס צו געבן באקומט מען אסאך א גרעסערע זעץ ווי די וואס די פעלז האט באקומען ווייל עס רירט זיך אויך נישט דעם משהו שבמשהו!
לעצט פארראכטן: ז' תמוז התש"פ 01:58 דורך זעווי בעת.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ז' תמוז התש"פ 11:45 #267433

  • השם עמנו
  • איצטיגע שטרעקע: 91 טעג
  • יעצט אנליין
  • פרישער חבר
  • ה' עמנו - אינגאנצען, אייביג!
  • מעלדונגען: 6
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל
  • קאָרמא: 0
"הייליגער צדיק" כשמו כן הוא!!!

זעווי, עמך אנכי, כ'האב שוין אסאך געוויינט דא, מיטהאלטנדיג וואספארא בע"ת-גבורים מ'טרעפט דא, שרעקליך, איך באגראב מיך פאר בושות צו זעהן די שטארקע יוסף הצדיק'ס דא..

די עיקר איז זיך צו לערנען פון זיי און נאכטוען..

1 פון מיינע עקספיריענס: ווי שטארק ס'פיהלט פארדעם: אוממעגליך, שווער, כ'גיי דורכפאלן, נאר יעצט.. אזוי שטארק לאכעדיג, גרינג-נישט געפערליך פיהלט עס ווען מ'איז ארויסגעדרייט.

סאו אויב מ'דערמאנט זיך פארדעם ווי פלעין ס'וועט אויסזעהן נאכדעם איז אביסל גרינגער צו דורכמאכן.

ב"ה       כ' האב געזוכט א ניק, און איך טרעף דעם שטיקל חידושי הרי"ם - פ' תשא, ס'האט זיך מיר געלוינט צו אויפסיינען פאר די שטיקל אליינס..

..רְאֵה אַתָּה אֹמֵר אֵלַי הַעַל אֶת הָעָם הַזֶּה וְאַתָּה לֹא הוֹדַעְתַּנִי אֵת אֲשֶׁר תִּשְׁלַח עִמִּי וְאַתָּה אָמַרְתָּ יְדַעְתִּיךָ בְשֵׁם וְגַם מָצָאתָ חֵן בְּעֵינָי. וְְעַתָּה אִם נָא מָצָאתִי חֵן בְּעֵינֶיךָ הוֹדִעֵנִי נָא אֶת דְּרָכֶךָ וְאֵדָעֲךָ לְמַעַן אֶמְצָא חֵן בְּעֵינֶיךָ                                         רש"י: ראה תן עיניך ולבך על דבריך אתה אומר אלי וגו' ואתה לא הודעתני וגו' ואשר אמרת לי(שמות כג) הנה אנכי שולח מלאך, אין זו הודעה שאין אני חפץ בה.                                  רמב"ן: ואיננו נכון..וכי יבקש עתה להרויח בעבור מעשה העגל?                                    וַיֹּאמַר פָּנַי יֵלֵכוּ וַהֲנִחֹתִי לָךְ.וַיֹּאמֶר אֵלָיו אִם אֵין פָּנֶיךָ הֹלְכִים אַל תַּעֲלֵנוּ מִזֶּה. וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה גַּם אֶת הַדָּבָר הַזֶּה אֲשֶׁר דִּבַּרְתָּ אֶעֱשֶׂה כִּי מָצָאתָ חֵן בְּעֵינַי וָאֵדָעֲךָ בְּשֵׁם                                     רש"י: בזו אני חפץ כי ע"י מלאך אל תעלנו מזה                                    רמב"ן: על דעת רש"י, "בזה אני חפץ, כי על ידי מלאך אל תעלנו מזה". וחלילה שיאמר "אם אין פניך הולכים" אחרי שהבטיחו "פני ילכו"!.

.. ובשם הויה ב"ה אין שייכות לשום מלאך, שממנו הכל כי הוא לבדו הוא .. 'וגם מצאת חן' הוא חן אשה על בעלה לפי שאין לה שום דבר רק מבעלה, כן ישראל ע"י שמבטלין כל חיותם וכל שיש להם לרצון הש"י יש להם חן הזה, וביקש 'ועתה הודיעני כו' ואדעך כו' למען כו' חן' כו' שכל שהדעת והדביקות יהי' יותר, יהי' החן יותר וביקש 'וראה כו' עמך' שהש"י יראה אותנו בטובת עין שלו כי עמו אנחנו והוא חן מקח על בעליו כי עם זו קנית. ומ"ש הרמב"ן "וכי רוצה להרויח יותר אחר החטא ?".. לפע"ד אמת שרוצה להרויח! כי אחר החטא צריך יותר עזר השי"ת בכל רגע שלא לחזור וליפול לבאר שחת ח"ו וצריך חסדי ה' ורחמיו, 'פני ילכו כו' אם אין כו' הולכים' כו' רמב"ן תמה מאוד וכ' חלילה שיאמר אם אין כו' אחר שאמר פני ילכו ע"ש.. שהשי"ת אמר לו פני כו' והניחותי לך שילך עמנו לתוספות טובה ולנייחא ומשה רבינו ביקש אם אין פניך הולכים אל תעלנו. שהשי"ת ילך עמנו באופן זה שא"א לנו לילך בלעדו כי אין חפצים בחיים אם לא יהי' עמנו שכן הי' עיקר צערן של ישראל. ויתאבלו על שלא ילך עמם כמ"ש רש"י ויתנצלו קיבלו מיתה עליהם ברצון לתיקון זה. כמ"ש הרמב"ן ז"ל. וזה הי' המבוקש שיהי' השי"ת עמנו בנקודת מעמקי לבנו שיהי' חיינו קשור בזה ונפלינו אני ועמך כו' שבמקום הנ"ל אין שום מגע נכרי. והבטיחו השי"ת 'כי כו' חן ואדעך בשם'. הוא מ"ש ושמי ה' כו' נודעתי. ולמרע"ה נודע בשם ה' שאין דביקות בשם הזה כ"א בני ישראל לבד כמ"ש בזוה"ק..

ה' עמנו!

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ח' תמוז התש"פ 00:42 #267439

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאתים ושבעה פעמים יום אחד בטהרה
די וואך האבן מיר די מצוה פון פרה אדומה, וואס איז מטהר טמאים, און אויף דעם האט שלמה המלך געזאגט "אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממנו" עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין וויאזוי דאס רייניגט דעם מענטש פון די טומאה.

ווערט געברענגט אין ספה"ק אז פשט אין דעם איז אזוי, ווי לאנג דער מענטש וויל פארשטיין די וועגן פון אויבערשטן מיט זיין אייגענע שכל, וועט דאס אים נאר מטמא זיין, און מרחק זיין פון אויבערשטן, ווייל דעם אויבערשטן איז נישט מעגליך צו פארשטיין, אזוי ווי די פסוק זאגט אונז, "כי לא מחשבותי מחשבותיכם, ולא דרכיכם דרכי" דער אויבערשטער טראכט אנדערש פון אונז, און ער פארשטייט א זאך אנדערש פון אונז, און ננילא קענען מיר אים נישט משיג זיין מיט אונזער שכל, און אויב מיר וועלן שפירן אז מיר מוזן פארשטיין וויאזוי ער פירט די וועלט, וועלן מיר נאר דערווייטערט ווערן פון אים.

אבער ווען דער מענטש איינערקענט, איך קען נישט פארשטיין דעם אויבערשטן, און איך וועל טוהן זיין רצון מיט א אמונה פשוטה, ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געזאגט, און אזוי וויל ער, דעמולט'ס ווערט דער מענטש באמת נאנט צום אויבערשטן, און ער ווערט אויסגעלייזט פון אלע זיינע שוועריגקייטן, און פון אלע טמאות.

דאס איז דער סוד פון פרה אדומה, דער ערשטער חטא איז געווען דער חטא עץ הדעת, וואס דאס האט גורם געווען מיתה אויף די וועלט, וואס דאס איז דער מקור הטומאה, וויבאלד א מת איז די גרעסטע טומאה וואס איז פארהאנען, און דער גאנצע רייץ צו עסן פון די עץ הדעת איז געווען "והייתם כאלקים יודעי טוב ורע" איך וועל קענען פארשטיין אלעס אזוי ווי דער אויבערשטער, און פון דעם קומט נאך אלע חטאים, אויב איך פארשטיי נישט עפעס וועל איך נישט טוהן וואס דער אויבערשטער וויל. אבער די מצוה פון פרה אדומה ברענגט אונז אריין אז איך טוה עס אן פארשטיין, וויבאלד עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין, און ממילא ווער איך אויסגערייניגט פארן אויבערשטן.

די זעלבע איז מיט אונז, ווען דער מענטש איינערקענט, איך קען נישט פירן מיין לעבן אליין, איך בין נישט דא צו פארשטיין וויאזוי די וועלט פירט זיך, און פארוואס עס פירט זיך אזוי, און עס דארף זיך נישט פירן לויט מיין אייגענע שכל, נאר איך בין גרייט אז דער אויבערשטער זאל פירן די וועלט לויט ווי ער וויל, און איך וועל מיר צושטעלן צו טוהן זיין רצון, דאס מיינט אז איך נעם אן מיין לעבן אזוי ווי דער אויבערשטער וויל מיט א פשוטע אמונה, וועט דער אויבערשטער מיר אפשיידן פון די אלע טמאות, און מיר האלטן ריין.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ח' תמוז התש"פ 09:45 #267442

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די מצוה פון פרה אדומה, וואס עס דארף זיין אינגאנצן רויט, זענען די חסידישע ספרים מסביר, רויט ווייזט אויף עברות, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, "אם יאדימו כתולע כשלג ילבינו" דאס קומט אונז ווייזן, אז ווען א מענטש טרעפט זיך אין א פלאץ אז ער איז אינגאנצן אריינגעזינקען אין עבירות זאל ער וויסן "אשר אין בו מום" איך האב נישט קיין שום פעלער, און נאר אויף דעם וועג וועט ער קענען ארויסקריכן פון די בלאטע און וואס ער איז אריינגעפאלן.

דאס איז איז גאר א שטארקע נקודה אויף אונזער ריקאווערי, ווילאנג דער מענטש וועט זיך שפירן ווי דער גרעסטע בעל עבירה, איך בין גארנישט ווערד, וועט ער נישט קענען ארויסקריכן פון זיינע פראבלעמען, אבער די מינוט וואס דער מענטש וועט איינזעהן אז באמת בין איך א גוטער מענטש, און דער אויבערשטער האט מיר ליב, און די אלע שוועריגקייטן וואס גייען אריבער אויף מיר האט גארנישט צו טוהן מיט די אמת'דיגע איך, עס איז נאר א דרויסנדיגע פראבלעם וואס קומט פון מיינע שווערע נאטורן מיט וואס דער אויבערשטער האט מיר געגעבן, און אויב איך וועל מיר איבערגעבן אין זיינע הענט, וועל איך ארויסקריכן פון די אלע פראבלעמען.

עס דערמאנט מיר נאך א ווארט אויפן פסוק "פרה אדומה תמימה אשר אין בה מום אשר לא עלה עליה עול" אויב א מענטש זעהט זיך אינגאנצן ווי א רשע, רויט פול מיט עבירות, אדער אז א מענטש זעהט ווי א מושלם אן קיין שום פעלער, ביידע איז א סימן אז "לא עלה עליה עול" ער האט נישט אנגעהויבן אין עבודת ה', א מענטש דארף וויסן, איך בין גוט, און איך האב נאך אויף וואס צו ארבעטן.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ח' תמוז התש"פ 11:11 #267445

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 124 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 142
  • האט שוין געלייקט: 203 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל
  • קאָרמא: 13

הייליגער צדיק, דו זאגסט דאך אזעלכע שטארקע דיבורים, איך דארף דאס חזר'ן נאכאמאל און נאכאמאל



ווילאנג דער מענטש וועט זיך שפירן ווי דער גרעסטע בעל עבירה, איך בין גארנישט ווערד, וועט ער נישט קענען ארויסקריכן פון זיינע פראבלעמען

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט' תמוז התש"פ 11:49 #267459

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52
היום מאתים ושמונה פעמים יום אחד בטהרה

שטייט דער כהן וואס שפריצט די אש פון די פרה אדומה, און ער פרעגט פון זיך אליין, וואס גייט פאר מיט מיר, איך גיי שפריצן די אש אויף א מענטש וואס איז טמא, יענער גייט ווערן ריין, און איך גיי ווערן טמא, בין איך נארמאל ? איך וועל מיך מטמא זיין כדי צו רייניגן א צווייטן ? און ער האט נאך א גמרא "אין אומרים לאדם חטא בשביל שיזכה חברך", מען זאגט  נישט פאר א מענטש דו זינדיג כדי צוריקצוהאלטן א צווייטן מיט א גרעסערע עבירה, איז פארוואס זאל איך מיר מטמא זיין כדי צו רייניגן א צווייטן ?

אבער דא שווימט ארויף אין זיין געדאנק דעם ריינעם אמת, פארוואס וויל איך זיין ריין, פארוואס בין איך נישט באקוועם מיט מיר אליין ווען איך בין טמא ? ווייל איך שפיר אז איך בין א כהן און איך דארף צו טוהן די עבודה אין ביהמ"ק, עסן פון די קרבנות, עסן תרומה, וואס דאס איז אלץ נאר אויב איך בין טהור, די מינוט וואס איך ווער טמא קען איך נישט טוהן די אלע זאכן, ממילא וויל איך זיין ריין ווייל אזוי וועל איך קענען אויפטוהן מיין תכלית אויף די וועלט.

אבער דא קריכט ער אריין נאך אביסל טיפער ווער האט געזאגט אז דאס איז וואס איך דארף צו טוהן אויף דער וועלט ? דער אויבערשטער וואס האט מיר באשאפן, און ער האט געמאכט אז מיין טאטע איז א כהן, און וועגן דעם בין אויף דעם פלאץ, אויב אזוי קומט אויס אז די גאנצע עבודה איז נאר מיין תכלית אויף די וועלט ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט, ממילא, אויב יעצט וויל דער אויבערשטער אז איך זאל מיר מטמא זיין דורך שפריצן די אפר פרה אויף א צווייטן איד, איז דאס מיין תכלית אויף די וועלט, און איך וועל עס טוהן מיט א פרייליכקייט.

דאס איז פשט וואס חז"ל זאגן "למה נסמכה פרשת קרח לפרשת פרה אדומה, שאמר קרח לא די שהוציא אותי מכלל כהונה ומתנות, אלא שגילח את ראשי ועשה אותי סכל, מיד נתקנא למשה לערער הריב והוא לא ידע חק פרה אדומה תהיה כפרה גדולה על ישראל."  ווייל די גאנצע ווייטאג וואס קרח האט געהאט איז געווען, אז ער האט געשפירט איך בין דער גרויסער עובד השם, איך גיי טוהן די גרעסטע עבודה אין די וועלט, און פלוצלונג בין איך אראפ געפאלן פון מיינע גרויסע עבודות, און איך קען נישט טוהן די עבודה אין משכן, פארשטייט זיך אליין ווי שטארק געפאלן ער איז געווארן ביי זיך.

און נאכדעם קומט נאכמער ער שערט מיר אפ מיין בארד אין פאות, איך פארליר מיין גאנצע צלם אלקים, וואס בלייבט איבער פון מיר ? אבער ער האט נישט פארשטאנען, אויב מיין גאנצע רצון איז נאר צו טוהן וואס דער אויבערשטער וויל, איז יעצט וויל דער אויבערשטער איך זאל אים דינען אויף די וועג, און אויב מיין איך טאקע אים וועל איך עס טוהן פרייליכערהייט.

און דא קומען מיר צו און מיר הייבן אן טראכטן, אמת ווי לאנג איך בין געלעגן אין שמוץ האב איך געהאט גאר גאר א ביטערע לעבן, איך האב געפילט אז איך וועל נישט קענען אזוי ממשיך זיין מיין לעבן. אבער געמיינט האב איך אז ווען איך וועל מיר נעמען אין די הענט אריין, און ארויסקריכן פון דעם נסיון, וועט זיך אלעס בארואיגן.

למעשה בין איך געוואויר געווארן אז ניין! מיין לעבן גייט נישט גרינגער ווערן ווייל איך וועל ארויסקריכן פון מיינע נסיונות, פאר 2 סיבות, ערשטנס איך גיי קיינמאל נישט קענען ארויסקריכן פון דעם, ווייל דער נסיון איז גרעסער פון מיינע מענטשליכע כוחות, און אפילו חז״ל זאגן אונז אין הקב״ה בא בטורניר עם בריותיו, זאגן זיי אויך יצרו של אדם מתגבר עליו בכל יום, לולי הקב״ה עזרו לא היה יכול לו, און ממילא איך אליין וועל קיינמאל נישט קענען זיך שטארקן איבער אים, נאר דער אויבערשטער קען מיר האלטן ריין. 

צווייטנ׳ס מיין עיקר פראבלעם איז נישט געווען אז איך בין נישט געווען ריין, נאר אז איך האב געוואלט אז מיין לעבן זאל פארן וויאזוי איך וויל, און דער אויבערשטער זאל זיך צושטעלן צו מיר און צו מיינע רצונות, און די גאנצע וועלט זאל ווערן געפירט לויט וויאזוי איך וויל, און די מינוט וואס עס איז נישט געגאנגען מיין וועג, האב איך מיר אויסגעטוהן פון די וועלט, און אריינגעלאפן אין מיין אייגענע וועלט פון שמוץ, און אזוי האב איך פארגעסן פון אלעס.

אבער וואס יא ? איך האב איבערגעגעבן מיין לעבן פארן אויבערשטן, אז ער זאל עס פירן וויאזוי ער וויל און וויאזוי ער פארשטייט, און ממילא איז מיין לעבן געווארן רואיג און צופרידן, און דער אויבערשטער האלט מיר ריין
אויך.

חסדי ה׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו 
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ד תמוז התש"פ 00:19 #267523

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאתים ושלושה עשר פעמים יום אחד בטהרה, אבער היינט גייט מען ציילן אזוי "היום 24 שעות שהם אלף ארבע מאות וארבעים פעמים דקה אחד בטהרה" די היינטיגע טאג האט נאך שטארקער געמאכט מיין וויסנשאפט, אז א פינטעלע לאסט איז נישט פאר מיר, און אויב איך וועל מיר נאכגעבן די ערשטע טרינק, וועל איך זיך נישט קענען קיין עצה געבן, און עס וועט מיר ברענגען צו ארגסטן ר"ל.

ומעשה שהיה כך היה, איך בין אדורך א געוויסע שוועריגקייט די לעצטע פאר טעג, און נעכטן מוצ"ש, july 4, האב איך געדארפט צופארן ערגעץ, אפטראגן איינעם פון די משפחה, און ווארטן א שעה ביז יענער איז פארטיג, און אהיים ברענגען, אבער וויבאלד עס האט א שייכות געהאט מיט די שווערע דורכגאנג, און איך בין געווען שטארק אנגעצויגן, האב איך מחליט געווען איך וועל צופארן צו א פלאץ ווי מען קען זעהן די july 4 פייערונגען, ביז יענער וועט פארטיג ווערן.

וכך עשיתי, אבער לדאבונינו איז געווען דארטן די פייער קרעקערס אין די לופט, אבער אויף די ערד איז געווען אנדערע פייער, וואס איך האב מיר אנגעקוקט דארט מער, ווי איך האב ארויף געקוקט צו די לופט, און איך בין אוועקגעפארן פון דארטן שיכור אינגאנצן, עס איז מיר געווען זייער שווער, און איך האב פרובירט עס איבערצוגעבן פארן אויבערשטן, אבער נאכן ערשטן טרונק איז עס שוין גארנישט אזוי פשוט, עס האט מיר געדרייט אין קאפ א גאנצן טאג, און עס איז מיר געווען זייער שווער.

ב"ה איך האב גערעדט מיט מיין ספאנסער און מיט חברים, און מען האט מיטן אויבערשטנ'ס הילף זיך געהאלטן ריין, אבער עטליכע וויכטיגע זאכן וואס איך זעה אז איך דארף ארויסנעמען פון די מעשה.


  • ווען איך האב א שווערע געפיל אויף איינעם אדער אויך א געוויסע זאך, מוז איך גלייך מאכן א סטעפ 4, איינערקענען אז יענער איז נישט שולדיג, און מתפלל זיין אז איך זאל האבן א ריכטיגע בליק און טאלעראנץ פאר יענעם, נאכדעם זעהן מיין חלק אין די מעשה, און ארויסנעמען מיינע פערזענליכע שלעכטע מידות און נאטורן וואס קומען ארויס פון די מעשה, און בעהטן דעם אויבערשטן עס אוועק צו נעמען פון מיר.
  • געדענקען א פינטעלע לאסט איז סכנות נפשות פאר מיר, איך קען מיר נישט ערלויבן אפילו קיין פינטל לאסט, ווייל דאס וועט מיר אראפ שלעפן צום ערגסטן.
  • איינערקענען אז מיר האנדלען מיט כיטערע אלקאהאל, וואס ער טרעפט א וועג אריינצוקומען אפילו ווען מען זוכט אים נישט, איך דארף אכטונג געבן אויף די פלעצער ווי איך גיי, און וויסן איך טאר נישט גיין צו קיין פלעצער וואס קענען זיין א סכנה פאר מיר, עס קען זיין אז פאר געזונטע מענטשן שאדט עס נישט, אבער פאר מיר איז עס סכנות נפשות.
  • געדענקען איך בין קיינמאל נישט פארזיכערט, אויב איך וועל נישט ארבעטן ערליך די פראגרעם וועל איך מיר זייער שנעל צוריק טרעפן אין דעם זעלבן אלטן לאך, און נאך אסאך ערגער פון דעם, איך האב איין עצה, וואס דאס איז ארבעטן ערליך מיין פראגרעם.
  • אונזער פערזענליכע ריקאווערי איז אנגעהאנגען אין אחדות, זיך האלטן צוזאמען איז גאר א וויכטיגע זאך, וואס אין א שווערע מינוט רופט מען א חבר וואס העלפט דיר ארבעטן די סטעפס, און אזוי ארויסקריכן פון דעם בלאטע אין וואס מען איז אריינגעפאלן.

און צום שלוס וויל איך צוענדיגן מיט הודאה על העבר ובקשה על להבא, איך דאנק דיר הייליגער באשעפער פאר מיר האלטן ריין היינט און ביז היינט, און איך בעהט דיר געב מיר א ריינע נאכט, און מארגן נאך א ריינע טאג.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ד תמוז התש"פ 00:58 #267524

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 94 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
  • קאָרמא: 7

הייליגער באשעפער איך דאנק דיר פארן האלטן דעם הייליגן צדיק ריין!
וויפל מיר האבן זיך שוין מחזק געווען אנצוהאלטן ווייטער און שטרעבן אנצוקומען מער און מער דורך די חיזוק פונעם הייליגן צדיק, 
עס איז פאר אונז א חיזוק פון אויבן פארן דיר לאזן בתוכינו כי טוב השם! 

און פאר דיר הייליגער צדיק אשריך! שניצחך הייצור הרע באמת,
אוודאי פאר דיר מוזסטו האבן די ריינע טעג, ווייל ביי אונז מיינט לאסטן שטארבן!  אבער פאר אונז אליין איז עס זייער שטארקע חיזוק צו קענען זעהן מיר די אייגענע אויגן ווי א בעל מסירות נפש געבט זיך פולקאם איבער פאר גאט, אפילו מען קען קלערן אז מען איז שוין ממילא אינעם פעקל פונעם ייצר, סא עס איז שוין א שאד די פלאג און ארבעט עפ"ל...
נאך איז חיזוק קען מען זיך גיין לייגן און גרייטן אויף א פרישע ריינע טאג בעזר השם.

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ד תמוז התש"פ 10:03 #267532

  • חנוכה
  • איצטיגע שטרעקע: 31 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • הדר פשטה נר חנוכה עדיף משום פרסומי ניסא
  • מעלדונגען: 141
  • האט שוין געלייקט: 92 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל
  • קאָרמא: 13

טייערע חבר - -


מאתי: חנוכה  - -

נישט יעדע מלחמה ענדיגט זיך מיט א קלינגעדיגן נצחון,
אבער יעדער אנטשלאסענער קעמפער איז א העלד.
לעצט פארראכטן: י"ד תמוז התש"פ 10:05 דורך חנוכה.

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' ט"ז תמוז התש"פ 19:10 #267564

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

היום מאתים וחמשה עשר פעמים יום אחד בטהרה
היינט בשעת איך האב מיר איבערגעגעבן פארן אויבערשטן, און אנגענומען אז דער אויבערשטע זאל פירן מיין לעבן, איז מיר אויפגעקומען א געדאנק, וואס האט מיר געגעבן אביסל א טיפערע בליק.

איך וועל אנהייבן מיט א משל איינער האט מיר (נישט) דערציילט אז ער האט נישט געקענט שלאפן א גאנצע נאכט, פשוט ער איז געווען גאר שטארק פארדאגה'ט, פרעג איך אים וואס איז געשעהן ?

פארציילט ער מיר אז די מצב פון קאראנא איז שרעקליך, און מען קען נישט פארן פון איין לאנד צום צווייטן, און ער זארגט זיך ווייל עס גייט קומען ראש השנה, און יעדער איינער וועט וועלן פארן צו זיין רבי'ן, און ער ווייסט נישט צו מען וועט קענען פארן, ממילא האט ער גטראכט א גאנצע נאכט וואס קען ער טוהן אז די גרעניצן זאלן זיך עפענען, און מען זאל קענען פארן.

איך הער אים אויס, און איך הייב אן צו לאכן, און איך זא אים ווען די ביסט א טרעוועל אגענט, און דאס איז דיין פרנסה, וואלט איך פארשטאנען דיין דאגה. ווען דיין רבי וואוינט ווען מעבר לים, און דו ווילסט פארן צו אים אויף ראש השנה, וואלט איך אויך פארשטאנען דיין דאגה. אבער יעצט אז דו ארבעטסט נישט אין טרעוועל, און דיין רבי וואוינט דאהי,​ פארוואס נעמסטו יענעמ'ס דאגות ?

אבער פלוצלונג האב איך מיר געכאפט בין איך נישט דער זעלבער משוגענער ? נעם איך נישט אויף מיר פרעמדע דאגות ?

דער אויבערשטער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, ער טוט וואס ער וויל, און לויט ווי ער פארשטייט, ער מאכט אלע זאכן וואס אין מיינע אויגן זעהן זיי אויס ווי פראבלעמען, און ער איז אלעס מסדר אויפן בעסטן וועג וואס איז נאר שייך, און ער בעהט פון מיר אז איך זאל טוהן געוויסע זאכן, ווייל אזוי וויל ער, אבער ער פארלאנגט פון מיר נאר צו טוהן און נישט אויפצוטוהן, ווייל צו די השתדלות וואס איך טוה זאל מצליח זיין אדער נישט, דאס איז זיין זאך, און איך האב בכלל נישט וואס אריינצורעדן אין דעם.

און ממילא פארוואס זארג איך מיר ? וואס האט דאס צו טוהן מיט מיר ? און איך זאג נאך איך געב אוועק מיין לעבן פאר אים אז ער זאל טוהן מיט דעם וואס ער וויל, ווער האט עס מיר געגעבן בכלל, ווי קום איך אריין עס אוועק צו געבן, מיין לעבן איז קיינמאל נישט געווען מיינס, עס איז געווען זיינס פון די ערשטע מינוט, און עס איז געבליבן זיינס, איך דארף נאר אכטונג געבן נישט צו נעמען א זאך וואס באלאנגט נישט צו מיר, וועל איך עס נישט דארפן אויפגעבן נאכדעם.

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: נאך א טאג ברוך ה' י"ח תמוז התש"פ 14:41 #267584

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 94 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 117
  • האט שוין געלייקט: 38 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 224 מאל
  • קאָרמא: 7

א פרישע רי"ז האבן מיר היינט ערייכט מיט די הילף פונעם אייבערשטען!
אימגלויבליך, אבער א פאקט!
אונזער הייליגער צדיק איז היינט אנגעקומען צו ווערן א פרישע רי"ז 
וואס באטרעפט די נייע טאג וואס ער האט היינט זוכה געווען צו אריינטרעטן 
217 טעג פון ריינקייט,
כה לחי,
מיר קוקן שטארק ארויף אויף דיין וואקסונק,
עס העלפט אונז זיך פארלאזן אויף השי"ת
וואס דאס מיינט פאר אונז: ריינקייט
א גוט שבת,
איך דארף שוין זייער הויעך אויפהייבן מיין קאפ צו גריסן דעם ריז....
גדלי'

גדלי' - וואס וויל און ארבעט צו זיין הייליג!


צייט צו מאכן א בלאט: 1.94 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא