ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! 1131 באזוכער

בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ט טבת התש"פ 00:41 #263969

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6

שלום עליכם מיין טייערע פריינט, אחים ל...תכלית אחד
צו מיין זיבעטע טאג ריין דא ב"ה האב איך מיר שוין נישט געקענט אנהאלטן, האב איך מחליט געווען צו עפענען די טרעד לויט ווי איך זעה דא מנהג המקום, און מיטיילן מיט'ן עולם מיין עבר והוה מיינע ירידות ועליות, מיינע מיטמאכענישן, ובכלל זיך אויסשמועס'ן אז ווער עס וויל זאל אויך קענען הערן, אפשר וועט אים עס אויך העלפן
קודם דארף איך לויבן און דאנקען דער פון אויבן אז איך בין שוין דא ב"ה דורך גאנצע זיבן טאג ריין!!
הודו לה' בתוך רבים אהללנו, כי יעמוד לימין אביון [כמוני] להושיע משופטי נפשי [וואס צומאל און רוב מאל בין איך זיך אליין שופט לייאוש...] אבער ב"ה ער האט און ער געבט און ער זאל ווייטער געבן די כוחות הגוף והנפש.

איך גלייב עס נאך אלץ נישט אז גאנצע זיבן טאג זענען אדורך, אבער וואס האט עס מיט מיין גלייבן, איך גלייב יעדן טאג אויף היינט, מיין חשבון איז זייער פשוט אויב דער אויבערשטער האט מיר היינט צוריק געגעבן מיין נשמה, איז א סימן אז יא ער האלט אז איך גיי קענען געווינען די מלחמה, ווייל א גענעראל שיקט נישט ארויס צום פראנט א סאלדאט וואס טויג נישט, און אז דער רבש"ע האט מיר געגעבן מיין נשמה צופרי כאטש בעבר איז עס געווען ווי אזוי ס'איז געווען, און ער שיקט מיר אונטער די נסיון אין טאג איז עס אלעס ער, און ער ווייסט אז איך וועל קענען, נו איך וויל דאך נישט אנדערש ווי די רבש"ע מיר זאגן דאך יעדן טאג אני מאמין באמונה שלימה שהבורא ית"ש... והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים [אפי' די נסיונות] ממילא אנו לי'ה אונזער גאנצע מציאות איז דעם אויבערשטנ'ס אויב אזוי ועינינו לי'ה קענען מיר געבן אונזער אויגן אויך פאר'ן אויבערשטען, אויב דאס איז וואס די ווילסט פון אונז זייער גערן
זאל דער אויבערשטער געבן די כוחות פאר יעדן פון אונז דורך צו גייין יעדן טאג באנפין נהירין
הק' 

דאס איז אויף יעצט
פרטים פונעם עבר וועלן נאכפאלגן בעתיד

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ט טבת התש"פ 04:06 #263972

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

שלום עליכם איין קוק ווינציגער
יהא בואכם לברכה להרמת קרן הקדושה והטהרה ולהצלחת המוסדות.
קודם מזל טוב פאר דיין גאנצע וואך ריין, זאל דער באשעפער דיר געבן ריינע לעכטיגע זיסע טעג ביז דו הונדערט און צוואנציג יאר.
איך וויל דיר אפלאדירן אויף שיין שטארקייט צו עפענען דיין נייע טרעד, ווי דו וועסט קענען מיט טיילן מיט אנדערע דיינע איבערלעבענישן, און דיין ריקאווערי, און יעדער וועט קענען אריינקומען נעמען חיזוק וויאזוי מען קוקט איינמאל ווינציגער וואס מען דארף נישט, און דיר געבן די שטארקע אינטערלאנער ווי דו וועסט זיך אנלאנען ווען דו גייסט צומאכן דיינע אויגן צו געבן איין קוק ווינציגער.
און יא מיר זאגן יעדן טאג אינדערפרי ביי מודה אני "רבה אמונתיך" שטייט אין ספה"ק אז דער אויבערשטער האט אמונה אין אונז, אז אפילו די נעכטיגע טאג האט אויסגעזעהן וויאזוי עס האט אויסגעזעהן, גלייבט דער אויבערשטער אז די היינטיגע טאג וועלן מיר זיך שטארקן איבער אונזערע נסיונות, ע"כ אחי חזק ואמץ

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ט טבת התש"פ 10:40 #263980

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מזל טוב צו דיין נייע טרעד, מיר זענען אלע דא צו הערן פון דיר, זיך פרייען אין דיינע שמחות, צו העלפן שטופן דעם וואגן ווען מען דארף.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ט טבת התש"פ 17:27 #264002

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

אה...... מען קען שוין אפאטעמען אונזער חבר איין קוק ווינציגער האט שוין געפענט א טרעד מיר האפן צו הערן גוטע בשורות

.איך שטארק הנאה געהאט פון דיין שילוב פון עבר און עתיד און עס האט מיר דערמאנט א ווארט פון צדיקים 'דער אייבערשטער האט באשאפן דעם עתיד צו מתקן זיין דעם עבר קומען מענטשען און זיי נוצן דעם עבר צו שטערן דעם עתיד'

חזק ואמץ מיט דיין ריקאווערי און שרייב ווי מער עס העלפט זיך מיט אנדערע!
מיר ווארטן צו הערן

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ט טבת התש"פ 18:01 #264016

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1099
  • האט שוין געלייקט: 5838 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 951 מאל
  • קאָרמא: 19

יעפ דיין נאמען "איין קוק ווינציגער" האט מיר גלייך געכאפט
איך בין שוין אזוי פארשמירט .נו גיי איך שוין קוקן נאך אמאל..געבט מיר דיין נאמען א דערמאן .ניין ניין .
איין קוק ווינציגער

לגבי דיי נאמען פונעם טרעיד אויכעט .בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...!
וואס דארפן אינז מער פון האלטן אינזער אויגן צו השם יתברך

ענייועי הצלחה אויף דיין רייזע מיט א שמייכל

שמייכל הק' יחיאל ביי ביי

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: י"ט טבת התש"פ 18:01 דורך יחיאל.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ' טבת התש"פ 01:42 #264034

  • יש בורא עולם
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 283
  • האט שוין געלייקט: 332 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 713 מאל
  • קאָרמא: 29
שלום עליכם איין קוק ווינציגעריהא בואכם לברכה

א גיטן טייערע חבר גאט האט הנאה פון דיין שריט 

ער איז זיכער פרייליך מיט דיין שריט 
מאך דיר באקוועם דא מיר זענען אלע אזוי אזוי גרוסע משפחה 

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ' טבת התש"פ 11:17 #264042

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55

ס'בויעט זיך א פעסטע טרעד דא בעז"ה.
מזל טוב "איין קוק ווינציגער" (איך מיין אז מיט די צייט וועסטו מוזן טרעפן א פארקירצערטע ווערסיע פון דיין נאמען, פשוט ס'זאל זיין גרינגער צו קאמיוניקירן) פאר דיין נייע טרעד.
איך - בקרב כל בני קהלתינו - קוק ארויס אויף דיין הצלחה.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ' טבת התש"פ 15:51 #264054

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6

קודם באמת א גרויסן ייש"כ פאר'ן גאנצען עולם דא!
א עקסטער ייש"כ פאר די וואס האבן געשאנקן זייערע בליקן אויף מיין זייט (נישט געוואוינט דערצו מ'זאל מיר בכלל אנקוקן - אין מיין דמיון פארשטייט זיך....), קוים אריינגעקומען דא אין בית המדרש דקהל יראים הד"א, און מ'קוקט אויף מיין זייט און יעדער אינטערסירט זיך אין מיר, הודו להשם!

יארן אויף יארן וואס איך דריי זיך ארום מיט אזא מין צומישטע געפיל, יעדעס יאר ווען ס'קומט די יעצטיגע טעג פון שובבי"ם, מ'דארף דאך תשובה טוהן, נו וואס וועט דא זיין, א אינערליכע געפיל שרייט צו מיר "שרגא נו נעם דיר אין די הענט אריין טו וואס מ'דארף, כ'ווייס אמאל איז עס תעניתים אמאל זאגן דריי מאל תהילים, ועוד ועוד, יעדער קען די זאכן, זייער גוט...
למעשה קומט אייביג אריין די שלעכטע געפיל אז ווער זאגט אז ס'העלפט נאך תשובה עס שטייט דאך אין זוה"ק כך וכך אלע ספרים, אלע צדיקים, האבן אזויפיל געוויינט און געשריגן אויף דעם...
למעשה האב איך געטראפן די וואך א שטיקל אין תורת משה חתם סופר וואס זאגט מורא'דיג פייערדיג דיבורים אז עס נישט דא אזא מין זאך וואס העלפט נישט קיין תשובה... כדאי אריינצוקוקן דערין
תורת משה חתם סופר ד"ה ויאמר יתרו אל משה לך בשלום
סוף פון די שטיקל שרייבט ער אוזוי
...ויצא בת קול שובו בנים שובבים חוץ מאחר ולא היה לו להשגיח בבת קול דקרא כתיב ושבת עד ה' אלקיך ומצאת וזה נאמר בלי שום תנאי ואפי' הפורש ממינות דמיית מ״מ הרי הוא מת מתוך תשובה וחי, אבל לא להיות נדח, אלא הוא אחר לא נתן אמונת אומן בתורה כי אם במה שראה וראה מט"ט וכו' וכן במה ששמע בת קול, אבל המאמין לא יחוש לא לשמיע' ולא לראיה ולא לשום דבר כי אם בתורה כקבלת חז"ל:
שטארקע ווערטער פאר מיר עכ"פ

ס'איז שוין שפעט ער"ש
האט'ס מיר יעדער דא א לעכטיגן און זיסן שבת קודש!
שרגא'לע

לעצט פארראכטן: כ' טבת התש"פ 15:53 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ג טבת התש"פ 23:05 #264126

  • מצפה לישועה
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 9 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל
  • קאָרמא: 4

ג"א מצטרף לדברי כל החברים הקדושים והטהורים שיחיו, חזק חזק ונתחזק, האלט דיך ווייטער פעסט. 
אגב דו שרייבסט מורא'דיג געשמאק

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 00:37 #264133

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6
הודו להשם פאר מיין היינטיגע טאג ריין כן יעזור להלאה עוד יום

עפ"י בקשת החברים, ועפ"י מנהג המקום וועל איך ווייטער ממשיך זיין:

#מיין מעשה חלק א'

שרגא'לע איז א וואוילע חשוב'ע און פרומע אינגעלע אין א שיין משפחה'לע וואס צווואקסט זיך ב"ה יאר נאך יאר, א חשוב'ע ערליכע שטוב, מ'גייט פון חדר מ'קומט פון חדר, משפיעלט זיך מיט די געשוויסטער און מ'קריגט זיך מ'בעט זיך איבער כנהוג בין הבנים, בקיצור ווי יעדער נארמאלע קינד פון די  חשוב'ע גרויסע קהלה ומוסדות פון די היימישס'טע געגענטער בישראל.

שרגא'לע איז שוין ארויף א דרגא און אנגעהויבן גיין אין כתה א' און לערנען אלף בינה, גראדע אסאך געטשעפט געווארן אלס די פרומע אינגל, און נישט געוואוסט עכט ווי צו האנלדען דאס, אבער למעשה געקענט גוט אייביג, שטענדיג מיטגעהאלטן אין חדר אלעס און מיט אלע פראגראמען א.א.וו. אין כיתה ב' און ארויף,ערגעץ ווי אין יענע אינגע חדר יארן איז געווען אין א זומער טאג וואס איינער האט אים אביסל געטוען מעשים אשר לא יעשו (נישט עפעס ווייס איך וואס, אבער גענוג אויף צו האבן פיטער אויפ'ן קאפ, אבער למעשה איז דאס אוועק געגאנען און נישט געדענק דערפון אין די שפעטער יארן, זיך דערמאנט כסדר אבער מסיח דעת געווען און כאילו לא היה).

שרגא'לע איז אנגענגען ווייטער געשטיגן און געשטיגן, און געווען פון די גוטע פון די קלאס, גראדע קיינמאל(!) נישט געווען עכט צופרידן מיט זיך אליינס, נאר געוואלט און געמוזט זיין די בעסטע פון די גאנצע כיתה, כליל המעלות, קענען ווערן מכובד צו זינגען ווען מ'האט מכבד געווען איינעם מיט הלל בר"ח, אדער סתם אזוי מיט דאווענען שבת אין קעמפ, אדער זיין אייביג פון די וואס ענפערן די חידות פון די שיעור השבוע אדער פון די פרשה וכו' וכו', און חלילה וחס, חס מלהזכיר עפעס בזיונות וכ"ש וכ"ש בזיונות ברבים דאס איז געווען בלי להזכיר, געווען משוגע אז דאס זאל נישט פאסירן, אריינקומען אין קלאס שפעט (אפי' מיט א עכטע תירוץ....) ?  חס מלהזכיר, ענדערשט אויסווארטן ביז ריסעס, ווי איידער צו ליידן די צוויי סקונדעס וואס יעדער(!) גייט דאך קוקן און טראכטן דערפון, און טעג און וואכן נאכדעם גייט מען דאך זוכן סיבות און צאמשטעלן גאצנע הסברים פארוואס שרגא'לע איז יענעם דינסטאג געקומען שפעט, ועוד ועוד. דאס האט נישט געטארט פאסירן (לאכט'ס לאכט'ס... ווען די נאר וואלט נישט געווען איך, וואלט איך אויך מיטגעלאכט)
שפעטער איז געקומען די בר מצוה יאר, און....אקעי ס'הייבט אן אביסל צו רעגענען..
.
איך וועל יעצט בלייבן דערווייל דא. סייווי ווערט שוין יעצט שפעט

ייש"כ אייך פארן מיר אויסהערן, און בעיקר א ייש"כ פאר'ן גרויס'ן לעבעדיגען באשעפער וואס געט מיר די כוחות זיך ארויסצוגעבן מיין עבר (מיט אירע פארבען) דא אויף הד"א
לעצט פארראכטן: כ"ד טבת התש"פ 00:38 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 09:46 #264139

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 73 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1696
  • האט שוין געלייקט: 986 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3113 מאל
  • קאָרמא: 60

מיר ווארטן אלע מיט שפאנונג צו זעהן וואס אונזער הייליגער חבר דער בגאפטע שרייבער, און זיס קינד שרגא'לע האט נעבעך מיטגעמאכט, און מיר זענען אלע גרייט מיטצוהאלטן דיין שטארקע וועג צו ריינקייט בס"ד.

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 10:58 #264144

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 8 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 609
  • האט שוין געלייקט: 966 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל
  • קאָרמא: 15

שרגא'לע שקויעך !
איך קור ארויס פאר דיין הצלחה !

הק' העלפמי

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 11:24 #264145

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

זייער א שפאנענדע געשיכטע, מיר ווארטן אויף די פארזעצונג!
דערווייל קיפ אן טראקינג!

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 13:23 #264149

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55

ווי זאגט כרעמזל: מיר שפאנען מיט ווארטונג.
איך וואלט ווען אויך געלאכט ווען די נאר וואלט נישט געווען מיינס. איך בין געווען זייער ענליך אין אסאך זאכן וואס דו שרייבסט.
ה' זאל זיין מיט דיר אין אלעם וואס דו טוסט.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 17:27 #264165

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6

י"ג מדות של רחמים
יא נאר מיטן אייבערשטענ'ס רחמנות גיי מיר איין טאג אויף אמאל, איין קוק ווינציגער אויף אמאל

געהאט א היבשע שוועריגקייט פריער, אבער הודו להשם פאר דעם, זיך אויסגעלערנט נאך אזאך פון וואס איך דארף זיך באווארענען
ער איז דאך כולו רחמים כולו רחמים...

לעצט פארראכטן: כ"ד טבת התש"פ 17:33 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 17:31 #264166

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18

אה... מ'האמיר שרגא'נען בתוכינו...!

האסט א גוטע פעדער זיי ממשיך מיטן גאנצען קנאק

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 17:32 #264167

  • יונגערמאן
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מיט א ברען צום אייבערשטען
  • מעלדונגען: 267
  • האט שוין געלייקט: 549 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 671 מאל
  • קאָרמא: 18
איין קוק ווינציגער געשריבן on כ"ד טבת התש"פ 17:27:

י"ג מדות של רחמים
יא נאר מיטן אייבערשטענ'ס רחמנות גיי מיר איין טאג אויף אמאל, איין קוק ווינציגער אויף אמאל

געהאט א היבשע שוועריגקייט פריער, אבער הודו להשם פאר דעם, זיך אויסגעלערנט נאך אזאך פון וואס איך דארף זיך באווארענען
ער איז דאך כולו רחמים כולו רחמים...


און אוודאי איז דאך י"ג גימטריא אח"ד גייען מיר איין טאג אויפאמאל אדער ווי אונזער צדיק דא זאגט איין קוק וינציגער

ולכן, אל יפול לב האדם עליו, ואל ירע לבבו מאוד,
גם אם יהיה כן "כל ימיו" במלחמה זו
כי אולי לכך נברא וזאת עבודתו
(תניא קדישא פרק כ"ז)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ד טבת התש"פ 18:49 #264172

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55
איין קוק ווינציגער געשריבן on כ"ד טבת התש"פ 17:27:

י"ג מדות של רחמים
יא נאר מיטן אייבערשטענ'ס רחמנות גיי מיר איין טאג אויף אמאל, איין קוק ווינציגער אויף אמאל

געהאט א היבשע שוועריגקייט פריער, אבער הודו להשם פאר דעם, זיך אויסגעלערנט נאך אזאך פון וואס איך דארף זיך באווארענען
ער איז דאך כולו רחמים כולו רחמים...


כמעט צוויי וואכן!
אפשר קענסטו שעירן מער איבער דיין שוועריגקייט כדי איך (און אפשר אויך אנדערע) זאלן זיך קענען לערנען פון דיר?

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! א' שבט התש"פ 19:50 #264359

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6

היום תשעה עשר יום לטהרה
ס'האט זיך געזאגט אנדערש די ענני במרחב יה היינט ביי הלל,
הודו להשם

וועל איך אביסל ממשיך זיין מיין מעשה #חלק שני

אזוי ווערט שרגא'לע עלטער כתה נאך כתה, און שרגא'לע שטייגט טאקע מיט, ער הייבט אן מער אויסנוצן די צייט, פרובירט נאכקומען אלע פארלאנגען, פרובירט קיינמאל זיך נישט חלילה פארטשעפן מיט די מלמד מנהל הנהלה וכו', אייביג מיט דרך ארץ. זיכט דאך אייביג צו פון די גוטע אדער גאר גוטע, טאקע אריבער א היבשע שוועריגקייט אין יענע יארן מיט טוישן פון מיין כתה/חברים וואס שוין צוזאמען פון די כתה א', קיינמאל האט מען אונז נישט צוטיילט (SPLIT) ביז דאן, אבער דא בין איך ארויס  מחמח כמה רדיפות ואין להאריך צו אן אנדערע כתה, ס'איז נישט אנגעקומען גרינג, און פארשטייטסעך אז זייענדיג דער גאסט
אויף וועם מ'קוקט א גאנצע יאר...(!) [הוילע דמיונות פון א סעלפיש גיי] האט עס מיר היבש געדריקט אויפ'ן הארץ.

א גאנצע נייע כתה מיט וועם זיך צו פארמעסטן, און דא איז שוין געווען היבשע לומדים און גוטע בחורים הן בתורה והן בעבודת התפלה, בקיצור אויב מיין פארמעסט האט זיך געמערט ווי א יאר, האט זיך עס יענע יאר געדאפעלט פי כמה, שרגא'לע האט אנגעהויבן צו ווערן אביסל פארהאקט אין זיך, געמיינט האט ער אז דא וועט ער טרעפן די אפגעהאקטע ביימער, [אנדערש ווי די געוועזענע כתה וואס די ביימער דארטן האבן געהאלטן אין איין שטעכן(!) אלעס אנשטאט שרגא זאל טראכטן צו אפהאקן די אייגענע הערנער], אבער שוין, למעשה האט מען עס דורך געשטיפט, גראדע געטראפן פיינע קינדער חברים אויך, געקענט שטייגן, טאקע באקומען שטערקערע השגות אויפגעהערט צו שפילן פרייע צייט אויפגעהערט צו עסן נאש ועוד ועוד ועוד, וואס האט נאר שווערער געמאכט מיין פארמעסט.

זוץ זיך שרגא'לע אין חדר אין כתה ט' מ'לערנט שוין פעסטע שיעורים, מען לאָט שוין כמעט נישט אויס קיין תוס' פון די סוגיא, ס'הייבט זיך שוין אפי' אן די מושג פון אריינווארפען דא דארט א מהרש"א אדער מהר"ם (פארשטייט זיך נאר אויסווענדיג, נאר א עקסטרע קרעדיט), בקיצור ס'הייבט אן ווערן עכט, זיך אהערשטעלן ווי די בעסטער איז שוין גארנישט קיין חכמה, מ'דארף עפעס דעליווירן דערפאר, אבער שווער...? נע...? נישט פאר אונזער שרגא'לע וואס האט ב"ה נישט קיין שוואכע קאפ, ער שטרענגט זיך טאקע אן אבער קען כסדר א מחי' ב"ה, זיינע שאיפות זענען אביסל מער פון זייענע כשרונות מחמת גאווה ועוד, און דאס איז צושטייטליך צושטייטליך גורם א היבשע זעלבסט דערנידערונג אין זיך, זאגענדיג צו זיך אליינס קוק אן יענער האט געקענט ענטפערן ביי די בחינה די שאלה אבער איך וואלט נישט געקענט, יענער דאווענט אזא לאנגע שמו"ע אבער די האסט יא גענדיגט קודם ועוד ועוד... שרגא'לע איז אבער נאך אבער אביסל צו קליין(!) -שַׁא, שַׁא, זאג דאס נישט, שרגא איז שוין גרויס.....- און נאיוו צו כאפן און זען צו וואס דאס ברענגט אים און צו וואס דאס גייט אים נאך ברענגן בעתיד, [אוי ווען ער ווייסט ווען דעמאלס....]

ס'ווערט שפעט וועלמיר ממשיך זיין די עבר און אנדערע געלגענהייט בעתיד
א לעכטיגען און ריינע חודש פאר אלע חברים
לעצט פארראכטן: ב' שבט התש"פ 11:40 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! א' שבט התש"פ 22:03 #264362

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1099
  • האט שוין געלייקט: 5838 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 951 מאל
  • קאָרמא: 19

דער האט אזא גוטע שריפט בלע"ה אז ער נעמט אינז ממש מיט צוזאמען מיט שרגא'לע

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

לעצט פארראכטן: א' שבט התש"פ 22:04 דורך יחיאל.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ב' שבט התש"פ 23:51 #264392

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

מיט איין קוק ווינציגער האלט ער שוין ביי 20 טעג!!!

קיפ אן טראקינג!!

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ג' שבט התש"פ 16:04 #264420

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 73 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1696
  • האט שוין געלייקט: 986 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3113 מאל
  • קאָרמא: 60

מיר דורשטן פאר נאך

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ג' שבט התש"פ 22:50 #264428

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52
טייערע ברודער

מזל טוב צו דיינע 3 ריינע וואכן

איך האף אז דו האסט נישט אנגעהויבן צו קיקן אויף אונז מיט איין קוק ווינציגער, אונז ווארטן צו הערן פון דיר
טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ז' שבט התש"פ 20:07 #264476

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6

מיין מעשה - בהוה #חלק אלף
איך מוז אינמיטן איבערהאקן מיט א מעשה בהוה וואס האט פאסירט מיט מיר ווייניגער ווי 24 שעה
איך גיי דא אריינפעסטן ווי אזוי איך האב עס אפגעשריבן בשעתו, זיך גלייך אראפגעזעצט עס טייפן, אבער משום טירדות לא אסיתייעא ארויפצולייגן ביז יעצט
האסט שוין אמאל געהערט די אויסדרוק, היינט האב געהאט אזא נסיון פון א גוט פעט שטיקל ח**ר און... כ'האב מיר צוריק געהאלטן ווייל...? אזוי שטייט אין די הייליגע תורה?

געהערט האב איך עס שוין אסאך, אבער פארשטאנען האב איך עס נישט, הלמאי, וואס הייסט ס'גלוסט דיר בכלל...?
אבער.... פריער האב איך עס געשפירט אויף די אייגענע הויט.
אודה ולא בוש, פאריגע סוף וואך ווען מיין ביז יעצטיגע (געפילטערטע) 4G פליפ פאון האט אינגאנצן געסטאפט ארבעטן, האב איך געטוישט צו אן אנדערע נייע דערפון, וואס כ'האב לעצטנס געקויפט אבער נאך נישט עספיעט צו פילטערן, טראכטנדיג נא... ס'ציט דאך מיר נישט ב"ה די לעצטע תקופה די שמוץ זאכן(!) מילא דארף זיך נישט יאגן צו פילטערן, נאר ווען כ'וועל מילא אנקומען, נעבן דאס געשעפט.
ויהי בחצי הלילה... שפילנדיק מיט נייעם טעלעפאן בין איך בטעות אנגעקומען צום פארשאלטן יו טאוב (אנשטאט די גימעיל) עכ"פ זיך פארגסענדיג פאר א רגע האב איך געגעבן אזא דריק דעם קנעפל אויף אראפ צו מישן וואס איז דא אין רייע, באמערקענדיג א גוט שטיקל ח**ר ווי ס'בדארף (נישט) צוזיין אזא סארט קליפ פון די ערשטע קלאס ווי מ'זאגט (ואין להאריך וד"ל), האב איך פארמאכט דעם טעלעפאן, און... זיך געגרייט לעשות מלאכתו... (גיין אין ביה"כ קוקן, מעיין זיין, הנאה האבן ביז טון למעשה, לבטלה), בקיצור ס'האט גערונען שמאלץ פון דעם שטיקל ח**ר.... כ'האב געהאט א גרויסע נסיון ווען נאך צוויי סעקונדעס איז הדא ארויף געקומען אויף די רויבער פלאך און... אנגעהויבן צו מאכן אומבאקוועם אין די(יצר'ס) מעגדאנעלס רעסטעראנט, וואס טוה איך דא?ס'האט זיך אנגעהויבן א גאנצע מלחמה. זאל איך, זאל איך נישט? פון איין זייט, מאך יעצט צוה און געגאנגען ווייטער. פון די אנדערע זייט, ביז שוין ממילא (לכאורה) דורכגעפאלן, נו... וואס וועט שוין געשען, וועסטו אנהייבן נאכאמאל? וואס גייט דיר אן? בקיצור, זאל שוין די שמאלץ רינען.......אבער... הממ... וואס הייסט, יעדער אין הדא גייט מיטהאלטן... די בזיונות גייען דאך זיין גרויס?קומט דער יצר מיט א דריטע געדאנק און עצה אויף דעם אויך, ווייסטו וואס, וועסט נישט מעלדן אויף הדא בכלל...קיינער גייט נישט וויסן...אבער דא האב מיר געכאפט, נא נא נא נא דאס נישט, לעבן דאבעל לייוו, דאס נישט, בשום אופן! כ'קום שוין פון דארט!בקיצור, עד כאן המעשה (וואס האט גענומען גאנצע 4 רגעים)
ס'האט מיר אביסל צורידערעד, ווען נישט איך בין פארנומען היינט ווער ווייסט וואס וואלט געווען, אבער בכל יום אנו לי-ה, און דאס איז זיכער צוגעפירט מן השמים

יעצט בלייבט נאר איבער צוויי זאכן צו טון:
1. מען זאל מיר דא פסק'ן צו איך קען דרוקן דעם 'איך בין נאך ריין' קנעפל?
2. וואס ארויסצונעמען אויף ווייטער
בעזרת השם וועל איך באלד צוריקקומען מיט ישוב הדעת צום צווייטע נושא 
אבער די ערשטע וואלט איך געוואלט הערן פון די עולם דא

ס

לעצט פארראכטן: ז' שבט התש"פ 23:37 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ח' שבט התש"פ 00:12 #264482

  • כוויל זיין א צדיק
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 159
  • האט שוין געלייקט: 149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 7

וווי איך קלער. איז וויבאלד די גאנצע מעשה האט געדארט ממש אפאר סעקונדעס, און ווי איך פארשטיי בוסטו נישט צוגעקומען לידי נגיעה. און די ווידעא האסטו נישט געוואטשט, נאר געזען אויפ'ן ליסטע. 
איז אויב נאך צוויי חברי הד''א וועלן מיטשטיין מיט מיך, פסק'ן איך אז מ'קען גיין ווייטער מיטן ציילן. אבער נאר נאכן לייגן א פילטער!!!!

באשעפער האסט מיך ליב, און נאר מיט דיין הילף בין איך דא, און כ'גיי ווייטער

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ח' שבט התש"פ 00:26 #264483

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6
sure sure
די פילטער איז געווען די ערשטע זאך אויף די ליסט היינט, איך בין שוין געשטאנען ביים פילטער געשעפט נאך פאר ער האט געפענט די געיט
שוין ב"ה ארויף געלייגט, [אגב, די פילטער האט געקאסט מער ווי די פאון גופא, אבער די פרייז פון אן א פילטער איז סאך טייערער.....]

ייש"כ פאר'ן נעמען די מיה מיר צו ענפערן
לעצט פארראכטן: ח' שבט התש"פ 00:27 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ח' שבט התש"פ 11:52 #264488

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55

א קלאפ אין די פלייצע פאר דיר! דו ביסט בייגעשטאנען א שטארקע נסיון! כה לחי!
בנוגע דאס אנהייבן די טשארט נאכאמאל: ס'איז דא קלארע רעגולאציעס איבער די ציילונג פון די טשארט דו קענסט עס דא טרעפן (סעיף 8). טשארט רעגולאציעס
יעדער האט רעכט צו שטעלן זיינע גדרים אויף וואס ער ווילן ציילן ריינקייט, כידוע איז אין יעדע גרופ דא אנדערע גיידליינס אויף דעם און יעדע ספאנסאר קען אויך מדריך זיין אביסל אנדערש, אבער דא אויף די סייט דארף מען ציילן לויט די רעגולאציעס פון די סייט.
אזוי מיין איך.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ח' שבט התש"פ 13:23 #264490

  • אין שום יאוש
  • איצטיגע שטרעקע: 518 טעג
  • יעצט אנליין
  • מנהל
  • מעלדונגען: 521
  • האט שוין געלייקט: 965 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1030 מאל
  • קאָרמא: 21
איין קוק ווינציגער געשריבן on ז' שבט התש"פ 20:07:

מיין מעשה - בהוה #חלק אלף
איך מוז אינמיטן איבערהאקן מיט א מעשה בהוה וואס האט פאסירט מיט מיר ווייניגער ווי 24 שעה
איך גיי דא אריינפעסטן ווי אזוי איך האב עס אפגעשריבן בשעתו, זיך גלייך אראפגעזעצט עס טייפן, אבער משום טירדות לא אסיתייעא ארויפצולייגן ביז יעצט
האסט שוין אמאל געהערט די אויסדרוק, היינט האב געהאט אזא נסיון פון א גוט פעט שטיקל ח**ר און... כ'האב מיר צוריק געהאלטן ווייל...? אזוי שטייט אין די הייליגע תורה?

געהערט האב איך עס שוין אסאך, אבער פארשטאנען האב איך עס נישט, הלמאי, וואס הייסט ס'גלוסט דיר בכלל...?
אבער.... פריער האב איך עס געשפירט אויף די אייגענע הויט.
אודה ולא בוש, פאריגע סוף וואך ווען מיין ביז יעצטיגע (געפילטערטע) 4G פליפ פאון האט אינגאנצן געסטאפט ארבעטן, האב איך געטוישט צו אן אנדערע נייע דערפון, וואס כ'האב לעצטנס געקויפט אבער נאך נישט עספיעט צו פילטערן, טראכטנדיג נא... ס'ציט דאך מיר נישט ב"ה די לעצטע תקופה די שמוץ זאכן(!) מילא דארף זיך נישט יאגן צו פילטערן, נאר ווען כ'וועל מילא אנקומען, נעבן דאס געשעפט.
ויהי בחצי הלילה... שפילנדיק מיט נייעם טעלעפאן בין איך בטעות אנגעקומען צום פארשאלטן יו טאוב (אנשטאט די גימעיל) עכ"פ זיך פארגסענדיג פאר א רגע האב איך געגעבן אזא דריק דעם קנעפל אויף אראפ צו מישן וואס איז דא אין רייע, באמערקענדיג א גוט שטיקל ח**ר ווי ס'בדארף (נישט) צוזיין אזא סארט קליפ פון די ערשטע קלאס ווי מ'זאגט (ואין להאריך וד"ל), האב איך פארמאכט דעם טעלעפאן, און... זיך געגרייט לעשות מלאכתו... (גיין אין ביה"כ קוקן, מעיין זיין, הנאה האבן ביז טון למעשה, לבטלה), בקיצור ס'האט גערונען שמאלץ פון דעם שטיקל ח**ר.... כ'האב געהאט א גרויסע נסיון ווען נאך צוויי סעקונדעס איז הדא ארויף געקומען אויף די רויבער פלאך און... אנגעהויבן צו מאכן אומבאקוועם אין די(יצר'ס) מעגדאנעלס רעסטעראנט, וואס טוה איך דא?ס'האט זיך אנגעהויבן א גאנצע מלחמה. זאל איך, זאל איך נישט? פון איין זייט, מאך יעצט צוה און געגאנגען ווייטער. פון די אנדערע זייט, ביז שוין ממילא (לכאורה) דורכגעפאלן, נו... וואס וועט שוין געשען, וועסטו אנהייבן נאכאמאל? וואס גייט דיר אן? בקיצור, זאל שוין די שמאלץ רינען.......אבער... הממ... וואס הייסט, יעדער אין הדא גייט מיטהאלטן... די בזיונות גייען דאך זיין גרויס?קומט דער יצר מיט א דריטע געדאנק און עצה אויף דעם אויך, ווייסטו וואס, וועסט נישט מעלדן אויף הדא בכלל...קיינער גייט נישט וויסן...אבער דא האב מיר געכאפט, נא נא נא נא דאס נישט, לעבן דאבעל לייוו, דאס נישט, בשום אופן! כ'קום שוין פון דארט!בקיצור, עד כאן המעשה (וואס האט גענומען גאנצע 4 רגעים)
ס'האט מיר אביסל צורידערעד, ווען נישט איך בין פארנומען היינט ווער ווייסט וואס וואלט געווען, אבער בכל יום אנו לי-ה, און דאס איז זיכער צוגעפירט מן השמים

יעצט בלייבט נאר איבער צוויי זאכן צו טון:
1. מען זאל מיר דא פסק'ן צו איך קען דרוקן דעם 'איך בין נאך ריין' קנעפל?
2. וואס ארויסצונעמען אויף ווייטער
בעזרת השם וועל איך באלד צוריקקומען מיט ישוב הדעת צום צווייטע נושא 
אבער די ערשטע וואלט איך געוואלט הערן פון די עולם דא

ס


קודם וואוה סאיז מורא'דיג וואס די ביסט בייגעשטאנען

די שאלה איז פון ווי האסטו גענומען אז מטאר נישט האבן א נסיון? לויט ווי איך פארשטיי ביסטו נישט ארויף געגאנגען כדי צו זוכן פאר די סארט ווידיאוס נאר האסט געזעהן עפעס אין סהאט דיר זייער שטארק געכאפט... סוי א וודאי דארפסטו לייגן א פילטער אזוי ווי די האסט ב"ה געטון אבער די האסט גארנישט געטון סוי די דארפסטו זיכער נישט איבערציילן דאס איז נישט געווען א פאל נאר א גליטש 

אבער איין זאך זאלסטו איינזעהן אז די פעין פון לעבן א דאבל לייוו גייט דיר נישט האלטן סויבער....... די גייסט טראכטן נע די מאל וועט מיר עס נישט שאטן איך וועל בלייבן א נארמאלע מענטש.....וכ"ו די דארפסטו נעמען שטארקע שריט פאר ריקאבערי בכלל אין אין די עטליכע טעג בפרט דארפסטו טון אסאך מיר פאר ריקאבערי

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ט' שבט התש"פ 18:29 #264523

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

וועגן איבערציילן האט מען שוין גענטפערט און לכאורה אין כאן ירידה.

אבער עטליכע זאכן איז גוט צו קלאר מאכן.

''שפילנדיק מיט נייעם טעלעפאן בין איך בטעות אנגעקומען צום פארשאלטן יו טאוב''
עס איז זייער וויכטיג געווען פאר מיר ווען איך האב אנגעהויבן ריקאווערי צו לעבן אמת'דיג נישט נאר מיט אנדערע נאר מיט זיך אליין אויך! אנקומען צו די פארשאלטענע יו טוב איז ביי מיר מער נישט געווען א טעות, עס איז מיין מח וואס פירט מיר ארום מיט אזעלעכע טעותים כדי איך זאל חלילה וחס נישט האבן א שווערע הארץ אויף מיר אליין אז איך בין אינדערויסן פון קאנטראל. עס געשעהט מער נישט קיין טעותים ביי מיר, עס איז היינט אן עלערדזשי וואס האט א געוויסע ריעקשאן ווען איך האלט א דיווייס וואס איז נישט געפילטערט.

לייענענדיג די שורות האט מיר דערמאנט די מעשה וואס ווערט געברענגט אין די ביג בוק, די מעשה גייט מיט איינער וואס הייסט דזשים, און איך וועל עס ציטירן.

''

איך בין געקומען צו די ארבייט דינסטאג אינדערפרי. איך געדענק איך האב זיך געפיהלט אביסל אויפגערעגט אז איך דארף ארבייטן אלס א סעילסמאן פאר א פירמע וואס האט אמאהל באלאנגט צו מיר. איך האב אויסגעטוישט א פאר שארפע ווערטער מיט מיין בעלבאס, אבער נישט עפעס ווער ווייס וואס. דאן האב איך געווען מחליט ארויסצופארן אויסער די שטאט באגעגענען איינעם וואס איך האב געהאפט ער וועט קויפן א קאר. אויפן וועג האב איך מיך געפיהלט הונגעריג און איך האב מיך אפגעשטעלט אין א סערוויס וואס איז געווען דארט אויך א באר. איך האב נישט געהאט קיין שום מחשבה צו טרינקען. איך האב נאר געוואלט קויפן א סאנדוויטש. איך האב אויך געהאפט אז אפשר וועל איך טרעפן דארט א קונה אויף א קאר ווייל דער פלאץ איז מיר געווען היימיש איך האב שוין דארט אסאך מאל באזוכט במשך די לעצטע יארן.  איך האב געגעסן דארט אסאך מאל אין די חדשים וואס איך בין געווען ריין. איך האב מיך אוועקגעזעצט צו א טישל און באשטעלט א סאנדוויטש און א גלעזל מילך און איך האב נאך אלץ גארנישט געטראכט וועגן משקה. איך האב באשטעלט נאך א סאנדוויטש און איך האב באשלאסן צו טרינקען נאך א גלעזל מילך

פלוצים איז ארויף א געדאנק אין מיין מח אז אויב איך וועל אריינשיטן א קליין גלעזעלע וויסקי אין די מילך אריין וועט דאס מיר נישט שאטן אויף א פולן מאגן. איך האב באשטעלט די וויסקי און עס אריינגעגאסן אין די מילך. עס איז מיר דורך געלאפן א פארנעפלטע מחשבה אז איך טוה נישט צו די זאך, אבער כ'האב  מיך בארואיגט אז איך טרינק דאך אויפן פולן מאגן. די זאך איז אזוי גוט געלונגען אז כ'האב באלד באשטעלט נאך אביסל וויסקי אריין אין די מילך. עס האט נישט אויסגעזעהן אז עפעס טויג נישט אזוי אז איך האב באלד גענומען נאך איינס

און אזוי האט זיך אנגעהויבן פאר זשים א פרישע רייזע צום גייסטיגן שפיטאל. און ווידער איז ער געווען אין געפאר אז מען זאל אים איינשפארן, און צו פארלירן זיין משפחה און זיין מעמד. שוין נישט רעדנדיג וועגן זיין פיזישע און גייסטישע יסורים וואס דער טרינקען האט אים פאראורזאכט. ער האט גוט ארויס געהאט זיין מצב אלס אלקעהאליק. אבער אלע זיינע ידיעות און הבנה איז אוועקגעשטופט געווארן אין די זייט צוליב דעם נארישן טפשות'דיגן געדאנק אז אויב די וויסקי איז
אויסגעמישט מיט מילך וועט עס זיין אין ארדענונג

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ט"ז שבט התש"פ 15:19 #264654

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
  • קאָרמא: 47

געוויסע זאכן זענען באהאלטן פאר געסט. ביטע שרייבט אייך אריין אדער רעגיסטרירט אייך דאס צו קענען זען.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ז שבט התש"פ 17:09 #264679

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 73 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1696
  • האט שוין געלייקט: 986 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3113 מאל
  • קאָרמא: 60
33 טעג מיט א פרישקייט!!!
א נחת!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ז שבט התש"פ 22:02 #264706

  • גליקליך
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 13 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
  • קאָרמא: 2

תשובה מיינט דאך עקירת המעשים [ע' מסילת ישרים]
אויב אזוי איז טראכט אריין !
די ישמח משה שרייבט אז מהאט איהם פון הימעל מגלה געווען אין חלום אז ווען א מענטש איז צוגעבינדן צו עבירות און ער ריייסט זיך אפ דערפון דאן דארף ער נישט די אלע תיקוני תשובה וואס ספאדערט זיך פאר אן חוטא ווייל דאס אליין אז ער רייסט זיך אפ איז גרעסער פון אלעס!
(הוב''ד בשבה''ל להלכה)
אמור מעתה אז מהאט למעשה ניט געזינדיגט נאר געוואלט און געהאט די נסוין  איז אוודאי און אוודאי אז די תיקון איז גאר גרויס ממילא נישט נאר אז דו ביסט נישט געפאלן נאר דו האסט אסאך מרויח געווען דערפון!!!

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ז שבט התש"פ 22:34 #264715

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 13 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1099
  • האט שוין געלייקט: 5838 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 951 מאל
  • קאָרמא: 19

היינט איז ל'ג טעג
כדי ר' שומען לסמוך עליו

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! י"ח שבט התש"פ 00:20 #264735

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 1 טאג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 169
  • האט שוין געלייקט: 452 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
  • קאָרמא: 10

(הוב''ד בשבה''ל להלכה)


מה זה? איך וויל עס נאכקוקען

איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך הדא

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ב שבט התש"פ 18:51 #264947

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6

א גוט יאר טייערע חברים וידידים
כ'בין היבש פארנומען די לעצטע שטיק צייט,  כ'האף כ'וועל באלד אראפגנב'ן צייט צו זען וואס די עולם האט מיר דא געשריבן, אבער ייש"כ יעדן פאר'ן מגיב זיין,

אבער די עיקר לויבן דער פון אויבן!!!
וירוממהו בקהל עם, [דא ברבים אויפ'ן פארום] ובמושב זקנים יהללהו [צווישן אזעלכע חשוב'ע אידן ווי חברי הדא]
בהודי' מעימקא דליבא על העבר, פארן מיר געבן 40 ריינע טעג,
ובבקשה חמה על העתיד, רבש"ע העלפ מיר אויף ווייטער, אויף נאך א טאג ריין, נאך א קוק ווינציגער, נאך איין סקונדע ריינע מוח,
דערווייל ווערט איז נישט צופיל גרינגער
העלף יעדן און מיר אויך

לעצט פארראכטן: כ"ב שבט התש"פ 18:51 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! כ"ב שבט התש"פ 20:36 #264960

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

זיין פארנומען איז זייער א געזונטע זאך, עס העלפט אונז גאר אסאך צו אז מיר זאל =ן נישט פאלן.
און יא מען דארף לויבן דעם אויבערשטן ווען מען זעהט ווי ער געבט אונז מתנות נאך א טאג ריין וכו'
האלט דיר ווייטער פעסט מיט די הילף פון אויבערשטן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ל' שבט התש"פ 15:42 #265194

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 73 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 1696
  • האט שוין געלייקט: 986 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3113 מאל
  • קאָרמא: 60

גנב וויפיל צייט ס'גייט ווע ןא איד גנבעט באקומט ער אפיקומן 
קרעדיט לאנגזאם

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! א' אדר התש"פ 17:45 #265234

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 63
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל
  • קאָרמא: 6
49 טעג...
Wow רבש"ע כ'האב אליינס נישט געגלייבט, אזא לאנגע תקופה אין פשוטע וואכן טעג( נישט קיין דערהויבענע ימים טובים וכו' ) 

הייליקע באשעפער די האסט מיר ליעב
העלף מיר אויך אויף ווייטער

איך בין פארנומען, כקען נישט שרייבן כרגע מער, 
גוטן טאג און א פרייליכע הייליגע ריינע און רוהיגע חודש אדר אלע חברים
לעצט פארראכטן: א' אדר התש"פ 17:58 דורך איין קוק ווינציגער.

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! א' אדר התש"פ 20:30 #265242

  • Heiligertzadik
  • איצטיגע שטרעקע: 221 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 683
  • האט שוין געלייקט: 639 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1440 מאל
  • קאָרמא: 52

מזל טוב אק"ו צו דיינע 49 טעג, עס גלייבט זיך נישט וואס מען זעהט, ווי ווייט דו קומסט אן מיט דיין שווערע הארעוואניע.
קומסט שוין אן צום שער החמישים, וואס דאס איז די נ' שערי בינה, די גרעסטע מקום פון קדושה, צו וואס אידן זענען זוכה נאכן ציילן ספירת העומר, און דו קענסט יעצט אויך זאגן אז דו האסט געהאט שבע שבתות תמימות, אשריך וואויל איז דיין חלק, דער אויבערשטער גייט כאפן א רקידה'לע מיט דיר, און וואויל זענען די אויגן וואס וועלן עס קענען זעהן

טוב מאד להשליך עצמו על השם יתברך ולסמך עליו. ודרכי, כשבא היום אני מוסר כל התנועות שלי ושל בני והתלויים בי על השם יתברך שיהיה הכל כרצונו יתברך,
(שיחות הר"ן - שיחה ב)

ענטפער: בכל יום, אנו לי-ה ועינינו לי-ה...! ב' אדר התש"פ 18:53 #265294

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1631
  • האט שוין געלייקט: 3754 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2959 מאל
  • קאָרמא: 55
49! א גאנצע ספירה!

קוקטס וואו מ'קען אנקומען מיט בלויז איין קוק ווינציגער!
איך לערן מיך פון דיר!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

  • בלאט:
  • 1
  • 2
צייט צו מאכן א בלאט: 2.14 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא