איך וויל צוטיריטן א מעשה וואס איז מיר לעצטנס ארויף געקומען אין זכרון ווען איך בין געווען א יונגל בערך 7/6 יאר שבת נאכמיטאג מיין טאטע מאמע האבן זיך געלייגט שלאפן, שינה בשבת תענוג, אין איך אין מיין ברודער זענען געגאנגען אין אונזער צומער, אויך צו שלאפן, ערגעץ אינמיטן איך וויס נישט ווי בין איך אנגעקומען מיט מיין ברודער אין טוילעט, קוקט אויס אז מיר האבן אויף געוועקט מיין מאמע אדער נישט געלאזט איינשלאפן, אין מיין מאמע איז אנגעקומען אינמיטן די עבודה, נישט עפעס ספעציעל נאר זיך געטאשט, איך בין געווען זיכער אז די וועלט האט זיך גענדיגט דא, זי גייט אונז צוזאם הארגענען די ביינער, איך דארף צו לייגן מיין מאמע איז פון די נשים צדקניות א ווארעם הארץ א יראת שמים, למעשה האט מיין מאמע אריין גערופן מיין ברידער אין א צימער צו געמאכט די טיר אין געזאגט א שטרענגע דרשה, נאכדעם מיר אריין גערופן אין געזאגט א שטרענגע דרשה אז סאיז א גרויסע עבירה מען דארף שטארק ווינען תשובה צוטון דערויף וכו' איך געדענק נישט פונקטליך וואס זי האט געזאגט, אבער דאס איז עס געווען מער ווייניגער איך האב נאר געהאפט אז זי זאל נאר נישט זאגן פאר מיין טאטע, איך ווייס נישט צו זי האט אים יא אדער נישט געזאגט למעשה איך האב גארנישט געהערט פון אים,
יעצט איך אלס א טאטע היינט צוטאגס נישט קיין גרויסע קינדער אבער זיי גייען איין טאג אינטער וואקסן בעזר השם, טראכט איך אז וואס טו איך אז איך כאפ אזוי מיינע חברה? צו איך וואלט עס די זעלבע געהאנדלט ? איך מיין אז ווען איך כאפ דעמאלסט א גיטע פראסק וואלט מיר עס אביסל מער געהלפן אויף ווייטער! וואס זאגט איר ???