ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: שיע פארציילט אויף זיין ישועה 334 באזוכער

שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 12:45 #270081

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 7

שלום עליכם צי מיין נייע טרעד וואס איך עפען אויף לכבוד מיין דערגרייכונג צי נייציג טעג ריין, איך האף אלע חבירים אין ידידם דא וועלן הנאה האבן און עס וועט קענען אפשר העלפן פאר מיר און אנדערע  און מיט א  הייסע תפילה אז עס זאל ארויס קומען נאר גוט'ס הייב מיר אן.  

יא עס גלייבט זיך שווער אבער די פאקט שרייט פין זיך אליין, אז איך טרעט היינט אריין אין מיין נייציגסטע טאג וואס איך בין ריין עס איז א געוואלדיגע געפיל א גערויסע אין ווייטגערייכענדע חלום וואס איך האב עס נישט געגלייבט פאר א אפאר וואכן צירוק, אז עס וועט ביי מיר נאך געשעהן אזאנס.
איך קען נישט פארגעסן ווי פאר נייציג טעג צירוק בשעת איך בין געזיצען אין נישט אויפגעהערט סערטשען אויף גאגעל שמוץ וואס זאל מיר קענען זאט מאכן פון מיין גערויסע תאווה און אינמיטען זיכען, טאקע אין די צייט וואס מיין קאפ איז געליגען אין שאול תחתית  טאקע דארט איז אונזער גערויסע באשעפער געקומען צי מיר אין מיר ציגעוויזען א וועג ארויס, פין מיין קאפ וועט נישט קיינמאל ארויס גיין די ווערטער וואס איז מיר דעמאלטץ אנטקעגען געקומען ווי א מלאך גלייך צי מיין נשמה "וועט חתונה האבן לייזען מיין פראבלעם ".
עס האט מיר געגעבן א שאקל אויף, איך האב געמיינט אז איך בין אנגעקומען צי עפעס א שמוציגע אדישע סייט איך האב גלייך אנגעהויבן ליינען.
אבער אנטשויט בין איך געווארן פון די גאר אנהאלטסרייכען ארטיקעל ווי די שרייבער ברענגט ארויס אז חתונה האבן העלפט נישט גאר נישט, כאטש וואס יעדער ואני בתוכם האט זיך אזוי איין גערעדט.
נאך אביסל מער נישטערין אויף די סייט טרעף איך מיר סעפרייזט נישט גלייבענדיג אז עס איז דא א וועג ארויס פון מיין פראבלעם און אז עס איז א נאך מענטשען אויף די וועלט מיט מיין פראבלעם.
אין אזוי ווי בטבע בין איך נישט א שטאטער האב גלייך אפ געמאכט אז דא וועל איך אפשר יא געהאלפן ווערן פון מיין פראבלעם און קראנקייט וואס איך קען נישט ארויסגיין זייט מייין צוועלעף יאר אין איך האב זיך גלייך איינגעשריבען, אין יענע טאג האב איך שוין אנגעהויבן ציילן די נייציג טעג טשארט, אבער אין מיין קאפ איז נישט געווען אפ' איין פארצענט טשאנס אז איך וועל דערגרייכען אפ' נאר איין וואך ריין , אבער ג-ט האט מיר געוויזען אז ער קען עס יא באווייזען אין היינט נייציג טעג שפעטער פאטשט די מציאות און פנים אז יא אז מען וויל באמת און אז מען פראבירט צי נעמען די ריכטיגע מהלך און מיט א אמת'ע תפילה קען מען אנקומען...

איך וועל פרובירן צי אפדעטין די טרעד און אביסל מיט טיילן מיין עבר  אי"ה און די קומעדיגע טעג לפי בקשות אלע צדיקים דא און איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן. 

לעצט פארראכטן: כ"ח טבת התשפ"א 13:14 דורך שיע.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 12:48 #270082

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 940 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1465
  • האט שוין געלייקט: 2323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2189 מאל
  • קאָרמא: 16

איום ונורא!!!
ס׳שרייט ארויס דעם ״איך קען נישט אבער גאט קען יא״!!!

מיר ווארטן אויף דיינע מיטטיילן מיט אונז דיינע ניסים און וואס דו טוסט פאר סאברייעטי

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

לעצט פארראכטן: כ"ח טבת התשפ"א 12:49 דורך נטע׳לע.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 13:16 #270083

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 84
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
  • קאָרמא: 5

געוואלדיגע געוואלדיגע ווערטער, דברים היוצאים מן הלב זענען נכנסים אל הלב. מ'קען זעהן פון צווישן דיינע ווערטער אז ביסט געווארן א נייע מענטשט, פנים חדשות באו לכאן, פון א מענטשט וואס "שמוץ" מאכט אים פרייליך און צופרידן, צו א מענטשט וואס "ריינקייט" מאכט אים פרייליך און צופרידן. דאס איז זיכער משפיע אויף דיר לטובה אין אלע ענינים.

איך בין יעצט נאך בתחילת הדרך ב"ה, און איך שפיר ממש די הרגשה וואס דו שרייבסט אז דו האסט געהאט פאר 90 טעג צוריק. און אז איך זעה יעצט ווי מיט סייעתא דשמיא האסטו זוכה געווען האבן אזא שיינע ריינע כברת דרך, געבט מיר עס א גרויסע גרויסע חיזוק אז אויך איך וועל זוכה זוכה זיין אנקומען אהין. האסט מיר געגעבן א שטארקע שטופ אויף ווייטער בעז"ה.

קומט אויס אז דו ביסט בגדר המזכה את הרבים, וואס חז"ל זאגן אז אין חטא בא על ידו, ממילא וועסטו זיכער זוכה זיין אויף ווייטער צו אסאך סייעתא דשמיא, האבן נאך און נאך ריינע ליכטיגע טעג.

איך מיין אויך אז עס איז כדאי זאלסט שרייבן אביסל אויף דיין עבר און וואס דו טוסט אלס אויף זיך אויסהיילן פון די ענין. חוץ פון וואס וועט דיר לכאורה העלפן לעבן מיט קאנטראל (בעיקר נאך ווען ביסט שוין אריבער די ציל פון 90 טעג), וועט עס העלפן אויך פאר אנדערע, און די זכות איז געוואלדיג, אז חוץ פון דיין ריינקייט האסטו אויך א זכות אין יענעמ'ס ריינקייט, די זכות איז כפול ומכופל.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 15:29 #270090

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 934
  • האט שוין געלייקט: 1012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
  • קאָרמא: 18

זייער שטארק פון דיר אזוי ארויסצושרייבן די אמת וויאזוי דו ביסט אנגעקומען צו דער סייט, און נאך שטערקער פון דעם איז אז דו האסט דיך גראד גענומען אין די האנט אריין צו טון הלכה למעשה !
לך בכוחך זה והצלח !!!

הק' העלפמי

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 16:12 #270095

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 136 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 23
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
  • קאָרמא: 2

איך האב נישט קיין ווערטער
WOW
וואט ען אינספייערעשאן!!!
אנטשוליגט איך ווייס נישט וויאזוי מען זאגט דעם ווארט אויף אידיש

שיע איך בין מקנא דעם געפיל, איך פריי זיך פאר דיר מיט אן אמת'ע שמחה.

יוסף ה' עליכם אלף פעמים ככה!

זאל דער אייביטער אונז העלפן צו קענען ברענגען נאך אזעלכע בשורות טובות.

לעצט פארראכטן: כ"ח טבת התשפ"א 16:33 דורך חפץ בטוב.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 16:14 #270096

  • פרייליך
  • איצטיגע שטרעקע: 276 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 17
  • האט שוין געלייקט: 52 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל
  • קאָרמא: 1
wow
מזל טוב שיע
אסאך ריינע טעג 
און הצלחה און דיין וועג

סאיז דא מענטשן וואס ווערן סאבער ווייל זיי האבן מורא צו שטארבן,

איך האב געוויסט אז איך וועל לעבן און דאס איז אסאך מער שרעקעדיג. (קרעדיט ביג בוק 518)

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 17:31 #270097

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
  • קאָרמא: 19
חפץ בטוב געשריבן on כ"ח טבת התשפ"א 16:12:



שיע איך בין מקנא דעם געפיל, 


העי דו ווילסט נישט נאכאמאל האלטן ביי נייציג ח"ו 

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
לעצט פארראכטן: כ"ח טבת התשפ"א 17:33 דורך שלום גאנץ.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 19:18 #270098

  • א הייליגער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 29 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
  • קאָרמא: 2

                     טובים מאוראות שברא אלוקנו...יאמאממאמאמאמאא! 
                                                        
                              מזל טוב ! ! ! מזל טוב ! ! !
איך האב געהערט בשם איינע פון די צדיקים: טובים מאורות שברא אלוקינו די באשעפער האט באשאפן הייליגע אידישע נשמות יצרם זייער יצר הרע בדעת בבינה ובהשכל ער קומט צו זיי בדעת בבינה ובהשכל אבער כח וגבורה נתן בהם !!! אין זיי בה"ם דיקא!!! ליהות מושלים בקרב תבל.
כה לחי! די באשעפער זאל דיר געבען כח ווייטער! אין ביי אונז אלע אויף שמחות! אז א איד איז הייליג ברענגט ער אויף די וועלט אלע השפעות טובות.

                              ידידך נאמן א הייליגער איד

לעצט פארראכטן: כ"ח טבת התשפ"א 19:20 דורך א הייליגער איד.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ח טבת התשפ"א 23:25 #270101

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 27 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 278
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל
  • קאָרמא: 12

שיע מזל טוב
מיין לשון איז שטום... מיין פעדער איז פארגליווערט...
עס שרייט זיך ארויס פון דיינע ווערטער, יא די רבש"ע קען!!!
איך קען נישט מער שרייבן מיין הענט פארשטייפט זיך שוין אויך.
שיע איך האב נישט געגלייבט עס קען געשען, די האסט יעצט פארשטערקערט מיין אמונה בהשם.
מז"ט מז"ט ביז די 120 (יאר)

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ט טבת התשפ"א 05:19 #270102

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 84
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
  • קאָרמא: 5
א הייליגער איד געשריבן on כ"ח טבת התשפ"א 19:18:

                     טובים מאוראות שברא אלוקנו...יאמאממאמאמאמאא! 
                                                        
                              מזל טוב ! ! ! מזל טוב ! ! !
איך האב געהערט בשם איינע פון די צדיקים: טובים מאורות שברא אלוקינו די באשעפער האט באשאפן הייליגע אידישע נשמות יצרם זייער יצר הרע בדעת בבינה ובהשכל ער קומט צו זיי בדעת בבינה ובהשכל אבער כח וגבורה נתן בהם !!! אין זיי בה"ם דיקא!!! ליהות מושלים בקרב תבל.
כה לחי! די באשעפער זאל דיר געבען כח ווייטער! אין ביי אונז אלע אויף שמחות! אז א איד איז הייליג ברענגט ער אויף די וועלט אלע השפעות טובות.

                              ידידך נאמן א הייליגער איד


דאכט זיך מיר אז די מקור רעיון פון די ווארט איז הרה"ק ר' אשר'ל ראפשיצער זי"ע.

איך האב נאר געטראכט צולייגן על דרך זה [בדרך צחות], אז דער באשעפער העלפט זיי: להיות מושלים, זיי זאלן געוואונען און זיין מושלים, בַּקְרָב - מיינט ביי די מלחמה, תבל, רומז אויף די תאוה וואס הייסט תֶּבֶל (רש"י ויקרא י"ח כ"ג)...

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ט טבת התשפ"א 10:57 #270108

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 7

שכח פאר ענק אלע אנגעהויבן מיט ידידי וידיד כל בית הד"א ר' נטע'לע דער גוט איד
און פאר מיין פרישע חבר ר' נישט שפעט
און פאר אונזער אלעמענס ידיד ר' HELPMEASAP
אין איך קען נישט אויסלאזען מיינע ידידם וואס איך האב אזויפיל פארברענגט איאיינעם ואלה הן חפץ הטוב אין ר' פריילעך און ר' שלום גאנץ און  דער הייליגער איד אין פאר ר' איין קוק {נחום}.
שכח פאר ענקער חיזיק און לעבעדיגקייט וואס עטץ האטס דא אריינגעברענגט און פאר ענקער חיזיק אנציגיין ווייטער, זאל ג-ט ברוך הוא ענק באווארפן מיט אלעם גוטן.
איך האף אנציהייבן מיטטיילען מיין עבר און די קומעדיגע שעה,
אבער מיט א בקשה, אז אויב איינער פילט אז עס איז נישט לתועלות וואס איך טייל מיט, אדער אויב עס קען גאר ברענגען דאס פארקערטע פון אונזער רצון זאל מיר פליז איינמעלדען אין איך וועל זיך פרייען צי פאררעכטן.
נאכאמאל א גערויסן שכח פאר ענק אלע עס בלאזט אריין אסאך חיזיק צי גיין ווייטער.

לעצט פארראכטן: כ"ט טבת התשפ"א 10:57 דורך שיע.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ט טבת התשפ"א 11:14 #270109

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 7

עס גייט נישט ארויס פון מיין זכרון אלול תשע"ב, ווען גאר א גוטע אין פיינע אינגעל איז ציגעקומען צי מיר אויפן באס פרעגען אויב איך וויל שפילען מיט אים א געם, פארוואס נישט האב איך מיט א שמחה אים גלייך גענפערט, ער הייבט מיר אן מסביר זיין איך זאל קומען אין די בעק צו די לעצטע סיט פון די באס אין דארטן גייען מיר שפילן די געם אונזזעמיר ביידע ציזאמען אהין געגאנגען, און ער האב מיר אנגעהויבן מסביר זיין אז ער גייט טוען עפעס אבער ווען ער ענדיגט איז די געים אז איך מיז אים נאכטוען אזוי גייט די געם, נא ער האט גלייך אנגעהויבן מיטן געים, עס האט מיר אנגעכאפט א ציטער ווען איך האב געזעהן ווי ער לייגט זיין הענט, עס האט מיר פשוט אנגעכאפט א שרעק, ער אבער איז געשטאנען אין געלאכט אין נאכן באבערין דארט א האלבע מינוט, זאגט ער מיר אז יעצט דארף איך אים נאכטוען, איך האב אנגעהויבן טאראכטן וואס צו טוען און איך בין געווען קלאר, אז ווען איך קום אהיים  גיי איך עס גלייך דערציילן פאר מיין טאטע,  מיין חבר שטייט אין זאגט מיר מיט א טענה אז  די געים גייט אז איך מיז עס נאכטוען בין איך געגאנגען אין אים אנגעכאפט פאר א רגע אין גלייך אוועקגעלאפן פון אים, ווען איך בין אהיים געקומען בין איך פשוט נישט געווען דאהי מיין קאפ איז געווען אין א אנדערע פלאנעט..
איך האף צו  גיין ווייטער שפעטער.
אויב האט א הארה צי צילייגען זאל ער מיקר ביטע מעלדען מען קען מיר שיקן א אימעיל צי
(די אימעיל אדרעס איז אראפגענומען געווארן צוליב די תקנת המקום, שמועסן צווישן מעמבערס קענען געפירט ווערן דורך די פרייוועט מעסעדזש סיסטעם)
הצלחה רבה.

לעצט פארראכטן: ד' שבט התשפ"א 18:02 דורך שרגא.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה כ"ט טבת התשפ"א 13:03 #270115

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 940 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1465
  • האט שוין געלייקט: 2323 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2189 מאל
  • קאָרמא: 16
שיע געשריבן on כ"ט טבת התשפ"א 11:14:

עס גייט נישט ארויס פון מיין זכרון אלול תשע"ב, ווען גאר א גוטע אין פיינע אינגעל איז ציגעקומען צי מיר אויפן באס פרעגען אויב איך וויל שפילען מיט אים א געם, פארוואס נישט האב איך מיט א שמחה אים גלייך גענפערט, ער הייבט מיר אן מסביר זיין איך זאל קומען אין די בעק צו די לעצטע סיט פון די באס אין דארטן גייען מיר שפילן די געם אונזזעמיר ביידע ציזאמען אהין געגאנגען, און ער האב מיר אנגעהויבן מסביר זיין אז ער גייט טוען עפעס אבער ווען ער ענדיגט איז די געים אז איך מיז אים נאכטוען אזוי גייט די געם, נא ער האט גלייך אנגעהויבן מיטן געים, עס האט מיר אנגעכאפט א ציטער ווען איך האב געזעהן ווי ער לייגט זיין הענט, עס האט מיר פשוט אנגעכאפט א שרעק, ער אבער איז געשטאנען אין געלאכט אין נאכן באבערין דארט א האלבע מינוט, זאגט ער מיר אז יעצט דארף איך אים נאכטוען, איך האב אנגעהויבן טאראכטן וואס צו טוען און איך בין געווען קלאר, אז ווען איך קום אהיים  גיי איך עס גלייך דערציילן פאר מיין טאטע,  מיין חבר שטייט אין זאגט מיר מיט א טענה אז  די געים גייט אז איך מיז עס נאכטוען בין איך געגאנגען אין אים אנגעכאפט פאר א רגע אין גלייך אוועקגעלאפן פון אים, ווען איך בין אהיים געקומען בין איך פשוט נישט געווען דאהי מיין קאפ איז געווען אין א אנדערע פלאנעט..
איך האף צו  גיין ווייטער שפעטער.
אויב האט א הארה צי צילייגען זאל ער מיקר ביטע מעלדען מען קען מיר שיקן א אימעיל צי

(די אימעיל אדרעס איז אראפגענומען געווארן צוליב די תקנת המקום, שמועסן צווישן מעמבערס קענען געפירט ווערן דורך די פרייוועט מעסעדזש סיסטעם)
הצלחה רבה.


שכח שיע פארן אנהייבן שרייבן דיין עבר איך בין זיכער אז סוועט צו העלפן סיי דיר און סיי מיר און סיי יעדעם איינעם וואס וועט עס ליינען.

די איידיע פון עס שערן איז לדעתי צוויי זאכן, די ערשטע איז אז סברענגט אסאך עקסעפטענס פאר מיר אליינס זעענדיג אז איך בין נישט אליינס והא ראיה קוק וויפיל חבירים רילעיטן צו מיין סטארי, סנעמט אויך אוועק דעם שעים וואס איך פלעג מיך ארום טראגן אין מיר.

ווי אויך העלפט עס פאר אנדערע, ווען איך זע א צווייטער וואס שערט א סימילער סטארי ווי מיר ווער איך אויך מער באקוועמער מיט מיין סטארי און אזאך פון די שעים פאלט אראפ.

און אודאי דער עיקר איז די ריקאווערי, דאס אז ער קען זיין ריין ווייזט מיר אז איך קען אויך זיין, נישט קיין חילוק וויפיל יאוש איך האב, אבער אז יענער קען וועל איך אויך קענען.
און צו דעם קומען מיר צו, אז דאס איז דער עיקר פונעם שערן, דעם ריקאווערי, וואס טו איך היינט מו קענען בלייבן סאבער.

אסאך מאל בלייבט מען שטיין ביי די מעשה און שוין, ניין, דער עיקר איז שער מיט אונז דיין רעסעפי, שער מיט אונז ווי דיין לעבן האצעך געטוישט, שער מיט אונז ווי גרויס דער אייבישטער, און וויפיל דער אייבישטער האט דיר ליב, שער מיט אונז ווי גוט סאיז ועען מקאנעקט מיטן אייבירשטן, שער מיט אונז וויאזוי דו קענסט דיך קאנעקטן מיטן אייבירשטן.

מעין הפתיחה, שיע גיי אן טו ווייטער דאס וואס דו טוסט, פשוט ווייל סארבייט, און טייל מיט אונז מיט וויאזוי סקען זיין אזאנס אז דו זאלסט קענען זיין סאבער דעם ערשטן מאל אין דיין לעבן פאר 90 טעג.

איך בין זיכער אז אין דעם טרעד וועלן מיר טרעפן אסאך ריקאווערי און הילינג.

כה לחי!!!

דיין חבר נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

לעצט פארראכטן: ד' שבט התשפ"א 18:02 דורך שרגא.

COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה א' שבט התשפ"א 12:37 #270131

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 7

שכח נטע'לע, ביסט זייער גערעכט און זייער גוט ארויסגעברענגט.

ענטפער: COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה ד' שבט התשפ"א 09:05 #270169

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 7

א גוט יאר טייערע ידידם.
נאכן עפענען די סייט נאך שבת בין איך גלייך געלאפן אפדעטין מיין טשארט, מייינע אויגן האבן נישט געגלייבט וואס זיי זעהן,  איך האלט שוין היינט  95 טעג וואס איך בין ריין, ריין פון לאסט קען איך נישט זאגן אז איך בין געווען די פארגאנגענע 95 טעג אבער מיין ספאנסער זאגט מיר אייביג אז 90-95% פרי פון לאסט הייסט אויך 100% פרי פון לאסט, איך בעט ג-ט יעדן טאג אז איך זאל יא קענען ערייכען 100% פרי לאסט, יא עס איז ממש א נס אנדערש קען נישט זיין אנדערש איז נישט מעגליך, ג-ט מאכט מיר ניסים יעדע רגע עס גלייבט זיך פשוט נישט.

לעצט פארראכטן: ד' שבט התשפ"א 09:07 דורך שיע.

ענטפער: COM_KUNENA_POST_RE שיע פארציילט אויף זיין ישועה ד' שבט התשפ"א 09:10 #270170

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 84
  • האט שוין געלייקט: 68 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל
  • קאָרמא: 5

מיר אלע פרייען זיך מיט, מיט דיין גרויסע שמחה.
דאס איז חיזוק פאר אונז אלע.

נאר איין הערה בדרך צחות, אפשר בשעתו אנהייב האסטו נישט געקענט גלייבן אז דו וועסט אנקומען צו 95 ריינע טעג.
אבער יעצט, ווען דו האלטסט שוין דא, מוזטו שוין גלייבן, דאס איז די מציאות... יעצט אז דו ביסט אנגעקומען צו די הכרה און ידיעה ווי שטארק דער אייביטשער האט דיר ליעב, און אז ער טוהט אלעס אלעס אלעס, קענסטו שוין גלייבן...
דער עיקר זיך ווייטעער שטארק מחזק זיין אין דעם, אזוי וועסטו בעז"ה קענען אנקומען גאר גאר גאר הויעך בעז"ה.
דיין שמחה איז אונזער שמחה

לעצט פארראכטן: ד' שבט התשפ"א 09:15 דורך נישט שפעט.

ענטפער: שיע פארציילט אויף זיין ישועה ו' שבט התשפ"א 16:48 #270269

  • אפהיטן
  • איצטיגע שטרעקע: 38 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 83 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 410 מאל
  • קאָרמא: 14

א מזל טוב איז קיינמאל צו שפעט!

מזל טוב טייערע שיע שיחי’ 
א ריזיגע חיזוק דיך צו זעהן ארומדרייען מיט דיינע ריין גאלדענע 97 טעג,
טעג וואס דער אייבערשטער האט דיך אפגעהיטן,

דער אייבערשטער זאל דיך פירן צו נאך שיינע ליכטיגע ריינע געזונטע יארן,

בדרך אגב, זייער רייך אנגעהויבן מיט דיין מעשה, 
אז מען נעמט עס ארויס פון זיך, פיהלט מען זיך פיל לייכטער בעז"ה

גדלי', וואס ארבעט זיך צו האלטן הייליג און ווערן נענטער צום טאטען
גרייט זיך צו העלפן, מיטן דיר ארויסהעלפן, איך ווארט אויף דיר פריוואט, 

ביג בוק קאפיטאל 7

לעבן וועט באקומען א נייע באדייט. מיטצוהאלטן ווי מענטשן ערהוילן זיך, צו זעהן ווי אזוי זיי העלפן  אנדערע, מיטצוהאלטן ווי אזוי איינזאמקייט ווערט פארשווינדן, צו זעהן ווי אזוי א חברותא'שאפט וואקסט  אויף ארום דיר, צו האבן א גרויסע קבוצה פון חברים - דאס איז אן איבערלעבעניש וואס דו טארסט נישט  פארפאסן. מיר ווייסן אז דו וועסט עס נישט ווילן פארפאסן.

ענטפער: שיע פארציילט אויף זיין ישועה ז' שבט התשפ"א 12:06 #270273

  • Proper
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל
  • קאָרמא: 4
מזל טוב צו זיבן און נייציגסטען טאג ריין!!!!!
הצלחה רבה אויף ווייטער!!!!!!

ענטפער: שיע פארציילט אויף זיין ישועה ז' שבט התשפ"א 13:45 #270274

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 100 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 66
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל
  • קאָרמא: 7

שכח ידידי הצדיק אפהיטן מיט ידידי הצדיק proer פאר ענקער חיזיק זאל ענק ג-ט באצאלן אלעס גוט'ס.

נא און יעצט לאמער צירוק גיין צי מיין מעשה אביסל:
איך בין אהיים געקומען זייער צימישט אין דערשראקן, ווי קען זיין אזא זאך א אידיש קינד זאל טוען א זאך וואס מען טאר נישט, איך בין געווען זיכער אז ווען איך וועל עס פארציילען פאר מיין טאטע און מנהל וועלן זיי אנפראסקענען מיין חבר, אנמיטען האב איך מיר געכאפט אז מיין חבר וועט זיכער פארציילען פארן מנהל אז איך האב אים אויך אנגעטאשט אין מיר וועט מען אויך מיעס באשטראפן, בקיצער אין האב עס פאר קיינעם נישט פארציילט, נאך יענע נאכט האב איך אנגעהויבן שפירן גאר א שטארקע רייץ צי נאכאמאל קענע שפירן די פילינג וואס איך האב געשפירט בשעת מיין חבר האט מיר אנגעכאפט, איך האב עס פארשטייט זיך עס גלייך אוועק געשטופט, אבער עס האב נישט איפגעהערט צירוק צי קומען , די נעקסטע מאל מיר זענען געווען צי זאמען אויפן באס האב איך געפילט ממש א דראנק אז איך מיז גיין זיצען נעבן מיין חבר, און איך האב זיך טאקע אראפגעזעצט נעבן אים,  פארשטיי זיך ער האט נישט געווארט אויף מיין הסכמה נאר גלייך צי געלייגט זיין הענט אין געטוען הלכה למעשה ,יעצט האב איך מען שוין געפילט באקוועם עס געהעריג צי טוען מיט אים, אין די איבריגע איז היסטערי............

איך וועל פראבירן צי ממשיך זיין ווייטער ווען איך וועל האבן מער צייט מיט הילף פון ג-ט . 

לעצט פארראכטן: ז' שבט התשפ"א 13:54 דורך שיע.

ענטפער: שיע פארציילט אויף זיין ישועה ז' שבט התשפ"א 14:13 #270277

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 303
  • האט שוין געלייקט: 606 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
  • קאָרמא: 19

אוטש! יעדעס מאל איך הער אזא מעשה קיצלט מיר די מאגן, סאיז ממש שרעקעדיג צו טראכטן וואס עס גייט פאר, און ווי קיינער איז נישט פארזיכערט אז עס זאל נישט פאסירן צו אים אדער צו זיינע קינדער

ברוך השם די קענסט עס פארציילן און פריידן, מזל טוב צו דיינע 98 ריינע טעג! גאט איז גרויס!

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: שיע פארציילט אויף זיין ישועה ז' שבט התשפ"א 17:48 #270289

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 934
  • האט שוין געלייקט: 1012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
  • קאָרמא: 18

מזל טוב צו דיין "צח" ריינע טעג !

הק' העלפמי

ענטפער: שיע פארציילט אויף זיין ישועה ז' שבט התשפ"א 17:48 #270290

  • Helpmeasap
  • איצטיגע שטרעקע: 21 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 934
  • האט שוין געלייקט: 1012 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
  • קאָרמא: 18

מזל טוב צו דיין "צח" ריינע טעג !

הק' העלפמי

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.25 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא