א גוט יאר טייערע ברודער.
יא, מען האלט שוין יעצט צוויי דריי טעג נאך פורים, זאכן הייבן אן פאלן אין פלאץ, נאך אזא דריי טעג וועקעשין דארף מען צירוק אריין גיין און נארמאלע סדר היום.
היינט ציפרו בין איך אויפגעשטאנען אויף זייער א נישט גוטע זייט, איך האב געמיינט אז ס'גייט זיך ענדיגן קאטעסטראפיש, איך האב ממש געציטערט, איך בין געווען קלאר אז איך קען נישט אליין בלייבן סאבער, איך האב גערעדט צי אפאר חבירים, געגאנגען צים מיטינג היינט ציפרו, אין איבער געטראכט און איבער געשמועסט מיט אנדערע וואס איך וועל האבן פון עקטן אט, עס גייט מיר גארנישט ברענגען נאר צער אין ווייטאג איך וועל ביטער חרטה האבן, אבער איך האב געפילט אז ממש עס גייט נישט, עס איז מיר געווען קלאר אז אויב איך וועל קענען אדורך גיין דעם טאג סאבער, מיז זיין, אז עס איז דא א העכרע כח וואס ער קען מיר יא האלטן סאבער, און יא, איך שטיי יעצט ביינאכט, אין עס איז ביי מיר קלאר אז עס איז דא א העכערע כח וואס ער קען מיר יא האלטן סאבער, איך דאנק דיר ג-ט, אין איך בעט דיר אויף נאך 24 שעה מיר צי האלטן סאבער.