איך האב דא אזוי אדורכגעבלעטערט דעם רייכן בלאט דא,
זע איך אז מען האט זיך לעבעדיג געהאלטן אויף דיינע הארצליכע ווערטער, און עס קען דיר אביסל שווערער מאכן דעם לעשות רצון אבינו שבשמים,
זייענדיג שוין דא אריבער א יאר, און זייענדיג אין א פולע היימישע פראגרעם און רעדענדיג אסאך מיט פילע אנדערע וואס זענען אינעם זעלבן מצב פון אונז אלע, וויל איך דיר אביסל קלאר מאכן טייערע נאכאמאל,
ראשית דארף מען וויסן אז די עדיקשאן איז א קרענק און דאס איז א קרענק אין לעבן וואס ביי יעדעם קלאפט עס אויס אויף אן אנדערן מהלך און מען קען בכלל נישט לערנען פון איינעם אויפן אנדערע ווייל די עדיקשאן איז נאר וואס קומט ארויס פון דעם קרענק וואס מען האט, און טאקע פארדעם איז די רפואה פון די 12 סטעפס בכלל נישט אויסצוהערן מיט די עדיקשאן נאר אויסצוהיילן (איינשטילן) די קרענק, און דאס איז זיכער אז ביי יעדעם קומט אנדערש ארויס די עדיקשאן, והא ראי' די רפואה איז פאר אלע עדיקשאן'ס בדרך כלל די זעלבע,
שנית, זייער אסאך פון אונז האבן זיך געטראפן טיעף באגראבן ביי א בחינה וואס די גוי זעהט ניטאמאל איין קיין פראבלעם דערפון, ווייל ביי אים איז עס מותר לכל הדיעות (ווי לומד האט דערמאנט אויפן שפיץ גאפל) ממילא ער דארף זיין אסאך ווייטער און טיעפער כדי צו כאפן אז ער איז אן עדיקט, און דאס איז איינע פון די הויפט מעלות אז מיר זענען יודן און מיר ווילן טוען דעם רצון השם,
און אוודאי עס איז דא אסאך דא וואס זענען געווען זייער ווייט, אבער עס איז דא אסאך וואס זענען ב"ה נישט אנגעקומען דארט, און דאך האבן זיי אנגעהויבן צו ארבעטן אויף זיך, און זיי האבן איינגעזעהן זייער ווייטע קרענק נאך פארן דארפן זיין טיעף אינעם אדמה דארט ווי דער גוי דארף אנקומען כדי זיך צו כאפן ווי ווייט ער איז פארקראכן,
שלישית, סעקס עדיקשאן ביים גוי איז אינגאנצן אנדערש ווי ביים יוד!
ביי אונז איז עס טאקע פון איין זייט פיל גרינגער ווייל דער אייבערשטער האט אונז אנגעגרייט אסאך זאכן אז עס זאל אונז גרינגער זיין נישט צו דארפן זיך פארקוקן, צו נישט דארפן האבן שייכות מיט פרויען וכו' אבער פון די צווייטע זייט ווען מיר בליקן אריין אינעם צווייטן זייט מחוצה איז עס פאר אונז עפעס און פאר זיי גאר א לכתחילה, (דאס איז נאר א משל, יעדער קען עס אליין אויסטייטשן),
רביעית, ביי יודן איז סעקס עדיקשאן אסאך מער ווי אלקאהאליק טאקע ווייל מיר דארפן נישט גיין אזוי ווייט ווי דעם גוי צו זיין א סעקס עדיקט און מיר קענען עס גרינגער האלטן ביי זיך ווי דעם גוי, און טאקע פארדעם די קרענק איז טאקע די זעלבע, אבער ווי באלד מיר צילן צו טון דעם רצון השם קלאפט אונזער עדיקשאן אויס ביי סעקס און אסאך מער צוזאמעגעצויגן ווי ביים גוי,
חמישית, נישט יעדער דא איז אן עדיקט!
און טאקע דאס איז זייער א שטארקע זאך, ווען מיר האבן אויך א ייצר הרע און ער רעדט אונז צו נישט צו טון דעם רצון השם און אפילו ווען מיר זענען נישט קראנק האבן מיר האך אלץ א חטא הידוע וכו' און טאקע ווייל מיר ווילן יא טוען דעם רצון השם ווילן זיך אפטון דערפון, און אוודאי זעען מיר דערנאך ווי שטארק עס האט אונז שאדן געמאכט אונזער לעבן ביז אהער, הן ביודעים והן בלא יודעים, נישו יעדער כאפט עס באפאר און נישט יעדער אפילו דערנאך, אבער עס איז זיכער אז עס שאדט פאר לעבן און פארן משפחה, אבער זייער אסאך קומען צו דערצו צו ארבעטן און גרייט זיין צו ענדיגן טאקע ווייל דער אייבערשטער האט אונז דאס באפוילן, און טאקע דורך ווילן טון דעם אייבערשטען ווילן און פאלגן דעם ייצר טוב און תשובה טון איז דא פילע וואס קענען זיך היילן פון זייער קרענק טאקע נאר ווייל זיי האבן געהיטן די מצוות,
און דערנאך איז טאקע דא וואס זיי זענען נאכנישט צו ווייט אינעם עדיקשאן און עס קומט זיי אויס צו טראכטן אז איך האב יא אזוי הנאה און דערווייל האב איך נאכנישט איינגעזעהן אז פאר מיר שאד עס, פארוואס זאל איך נישט אויסנוצן נאך די שטיק צייט הנאה צו האבןף און טאקע נאר די דברי מוסר, און דאס וואס זיי ווילן וויסן אז זיי קענען נישט גובר זיין דעם ייצר הרע וואס דאס איז ביי זיי די סטעפ 1 דאס העלפט זיי ארויס פיל שנעלער אנצוהייבן זיך ארויסצוזעהן פון זיין קרענק,
סיום, מיר באקומען שכר פארן ארבעטן, און די גוי נישט!
פארוואס געבט מיר דער אייבערשטער שכר אויב עס האט נאר מיט מיין קראנקייט און גארנישט מיט יודישקייט?! נאר טאקע ווייל ווען איך האב אינזין זיך צו היילן איז עס אויך לעשות רצון אבינו שבשמים,
טייערע נאכאמאל איך האף אז די האסט פארשטאנען מיינע אריכות הדברים, ואדרבה אויב האסטו סיי וועלעכע שאלה (און סיי ווער) פרעג מיך דא אדער פריוואט, און דארט וועל איך דיר אויך קענען געבן מיין אימעיל און דיך קלאר מאכן די פרטים,
הצלחה אלע מיינע פריינד
גדלי'