נאכאמאל האט זיך נאכאמאל אויסגעגליטשט.
יא א גליטשט נישט א גליטשט, יא א פאל נישט א פאל… איר קענט די מלחמה? איך רוף דאס מלחמת היצר, דער יצר שלאגט זיך מיט מיין באוואוסטזיין און ער פרובירט מיר איבערצייגן אז ס'איז נישט ממש געווען א פאל און קוים א גליטש.
זיין פארדינסט דערפון? כ'האב איהם נישט געפרעגט אבער איך שטעל זיך פאר אז קודם פארדינט ער אז איך קלער אז ס'איז נישט קיין פאל און אזוי וועט ער מיר ווייטער קענען אראפ שלעפן מיט דעם זעלבן מעטאד און שפעטער ווען איך וועל שוין זיין טיף אין די אדמה וועט ער מיר אנהייבן זאגן, איי דו שגץ אויסווארף, קוק דיר אהן ווי פארשמירט און פארזינדיגט דו ביזט, נאו האופ.
אשר על כן האב איך זיך מיישב געווען אז איך וועל איהם הייסן זיך שלאגן ערגעץ אנדערשוואו און מיר צורוה לאזן איך זאל קענען טוען וואס איך וויל לויט ווי איך זעה פאר ריכטיג בסייעתא דשמיא, ער האט נישט אזוי שנעל אפגעטרעטן אבער נאך א וויילע פון אן ערענסטע קריג האט ער ב"ה אויפגעגעבן, און איך האב מיטן אויבערשטענס הילף ריסעט מיין טשארט מיט א פריע אנהויב און התחדשות מיט א תפלה לקל חי אז ער זאל ווייטער זיין מיט מיר און מיר העלפן אין מיין וועג נענטער ווערן צו איהם.
און יעצט א ווארט איבער די פאל, כ'האב געוואוסט פון א מעגליכע לעכל אויף מיין קאמפיוטער, יעצט איך ווייס אז ווען איך קלער איבער א לעכל ווער איך הייפער און איך שמעק שוין די אלקעהאל.
איר קענט זיכער די מעשה מיט דעם אומהעלפבארע שיכור וואס איינער האט איהם געוואלט העלפן, האט איהם יענער גע'עצה'ט אז פון היינט און ווייטער זאל ער נאר טרינקן מיט א חברותא, דער שיכור האט מסכים געווען, צומארגנס גייט ער אין גאס מיט זיין פלעשל וואדקע און ער גייט ארויס זוכן א שותף, ער זוכט און זוכט אבער אומזיסט, קיינער האט נישט קיין צייט פאר איהם, נאך א שטיק צייט זעצט ער זיך אוועק אויסגעשעפט און כמעט מיואש אויף א באנק און קלערט צו זיך, "וואס וועט דא זיין, איך בין דאך אזוי דארשטיג אבער איך קען נישט טרינקן, איך בין דאך א ווארטס מענטש" נאך א וויילע בליצט איהם אויף א געדאנק, די פלאש קען מען דאך עפענען, ער עפענט עס אויף און א שטראם פון די אלקעהאל גערוך קיצלט אריין אין זיינע נאזלעכער, ער וויסט נישט וואו זיך אהין צוטוען פון עגמ"נ, נאך א מינוט קלערט ער צו זיך, אנגיסן די גלעזער עס זאל זיין גרייט מעג מען דאך אויך נאר נישט טרינקן, ער גיסט אהן צוויי גלעזער, און פלוצלינג, יופס, א פליג האט זיך באזעצט איף איין גלאז, ער שפרינגט אונטער פאר פרייד, יאפ איך האב שוין א חברותא, מ'האט מיר נישט געזאגט אז ס'מוז דייקא זיין א מענטש, און ער האט געטרינקן און נאך ווי.
סעים היער, צום אלעמען ערשט האב איך גערופן מיין פילטער קאמפעני זיי זאלן בלאקן די לאך, אבער זיי האבן עפעס נישט גענטפערט די קאל, שפעטער האב איך זיך צוגעזעצט צום קאמפיוטער נאר אנצוצונדן יענע סייט, נאכער איז בייגעפאלן א ברעינוועיוו, ווער זאגט אז די לאך איז טאקע דא אפשר מאך איך זיך סתם משוגע, איך גיי עס אויסטשעקן אויף א כשר'ע אופן פארשטייט זיך, איינמאל די כשר'ע אופן איז אדורך און כ'האב געזעהן אז ס'איז אפן האב איך מיט לומדות ווייטער געקלערט, ווער זאגט אז די אומווערדיגע חלק איז אויך אפן אפשר ווערט עס בלאקד ווען מ'רירט צו אהין, און די רעסט איז היסטערי…