ברוכים הבאים, גאסט

נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל
(1 באזוכער) החפץ חיים
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל 739 באזוכער

נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 15:16 #271183

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
א גיטן חבר לדבר מצוה. באמת האט זיך עס אנגעהויבן נאך פין אלטץ קליין קינד אין קאפ אבער ווען איך בין געווארן א גרויס בחור איז עס געגאנגין צום נעקסטן לעוויל געטראפן א חבר ווי מיר, אין . . . . . אבער זייט מיין חתונה (שוין באלד דריי יאר) האב איך נישט צוגערירט צי קיין פרעמדיר אבער לגבי קוקן בין איך נאך טיף אין דער ערד אין ערגער ווי קיינמאל ביפאר איך קען מיך טרעפן זיצן אין קוקן דאס ארגסטע וואס איז נאר דא (גלייב מיר). ב"ה נישט איעדן טאג אבער איינמאל א וואך צוויי. אבער סתם אזוי אויפן גאס ווען איך באמפ נאר אריין אין עפעס נישט איידל זענען מיינע אויגן דארט . . . איין טאג זיכענדיג פאר שמיץ האב איך זיך אנגעשטויסן אין דעם סייט אין איך האב מיך פארגענימען איז איך הער שוין אויף אבער נאך א דרוכפאלן נאך אפאר מאל האב איך באשלאסן געניג איז געניג אין איך האב מיך געהעריג אנגעשלאסן אין די הייליגער חבירה אבער נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל אן . . .  עס טיט מיר זייער וויי אבער איך גיב נישט אזוי שנעל אויף!! עס וועט מיר זיין זייער שווער ווייל בשעת מעשה איז עס אזוי געשמאק אבער נאך דעם פילט מען ווי א שמאטע מען זעט אליין אז עס איז נאר א אויג פארבלענדענישט אין אמתער הנאה איז גאר עפעס אנדעש די פאקט איז איז ווען די נשמה האט הנאה פין עפעס איז דער גוף אויך ציפרידען מען פילט עפעס וואס מען פילט נישט ווען דער גיף האט עפעס אן חומר הנאה, נאר וואס דען די יצר הרע ווייסט דאס אויך אין ער רעט אינץ איין אז ווען איין חומר הנאה לויפט אויס זאל מען גיין צים נעקסטן אבער די רעזלטאטן זעט א יעדער אליין!! איך וואלט נאך געשריבן אבער נישטא מער קיין צייט יעצט
לעצט פארראכטן: כ"ד אדר התשפ"א 17:49 דורך i want.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 16:49 #271184

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 479 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 290
  • האט שוין געלייקט: 383 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
  • קאָרמא: 36

שלום וברכה ״איך וויל״ (אין אידיש)

ווייסט דאך ווי אזוי די מעשה גייט. א קינד איז אהיימגעקומען און דערציילט פאר זיין טאטע׳ן אז זיין רבי האט איז געוואלט שלאגן. פרעגט אים די טאטע פון וואנעט ווייסטו אז ער האט געוואלט. ענפערט דאס קינד. ווייל ער האט מיך געשלאגן.

פון ווי ווייסט מען אז מען וויל ווען מען טוט צו די זאך.

קום אריין דא און מאך זיך היימיש. לייען (לערן) דורך די האנט בוך עס אינהאלט אסאך אינפארמאציע. קום אריין און טייל מיט דיינע איבערלעבענישן. צייל מיט א פעסטקייט נישט קיין חילוק וואס עס געשעהט. 

זאלסטו האבן אסאך הצלחה אין דיין רייזע. 

יונה׳לע 

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 17:25 #271185

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
  • קאָרמא: 4

שלום עליכם 
מיינע רבי'ס אין חדר פלעגן אלעמאל זאגן אז דער עיקר איז דער רצון.

וויאזוי פלעגט מען נאר זאגן אויף ווילנער גאון "וויל נאר" וועסטו ווערן א גאון 

אונזער חשוב'ער חבר אמת עס איז נישט לייכט אבער "וויל נאר" וועסטו מצליח זיין אין דיין רייזע און דו וועסט זיין אמת'דיג זאבער.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 17:31 #271186

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 55 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 190
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
  • קאָרמא: 30

איך וויל, 

אויסעקטן איז נישט קיין סיפוק, עס איז קאקעין, נעקסט לעוועל דאופ, ממוז סטאפן, דאס לעבן איז נישט קיין לעבן אזוי, און מיט די צייט ברענגט דאס ריזן חרבנות, מענטל און סאשעל, מאך זיך באקוועם דא, און באקום צוריק דיין לעבן.

חזק חזק, מיר אלע קומען פון דארט.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 17:45 #271187

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

אזוי אמת!! ממש נישט קיין לעבן!! סאיז אן הנאה וואס האלט זיך נישט גארנישט ממש!!!

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 18:21 #271189

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 315
  • האט שוין געלייקט: 634 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 689 מאל
  • קאָרמא: 19

שלום עליכם ר' איך וויל! זייער א שיינע נאמען האסטו דיר געגעבן אז מוויל עכט העלפט דער אייבערשטער

ס'זייער שטארק פון דיין זייט גלייך ארויפצוקומען שרייבן און מעלדן א דורכפאל סווייזט אז דו האסט די קוראזש וואס פעלט זיך אויס צו ארויסקריכן פון אונזער פראבלעם

פיל דיר באקוועם און לאז דיר הערן אונז אלע זענען און די זעלבע שיף און מיטן הילף פונעם אייבערשטען גיי מיר אונז אלע מצליח זיין

חזק ואמץ

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ד אדר התשפ"א 18:45 #271191

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1814
  • האט שוין געלייקט: 4361 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל
  • קאָרמא: 60

א גוטן חבר "איך וויל"
האסט געטוהן די ריכטיגע זאך מיטן זיך אנשליסן אין די חבורה! אז מ'האט א חברה מיט וועם מ'פארשטייט זיך איז די גאנצע זאך גרינגער.

איך רילעיט זייער שטארק צו וואס דו זאגסט אז בשעת מעשה איז עס געשמאק אבער נאכדעם פילט מען ווי א שמאטע. דא האסטו א לינק צו עפעס וואס איך האב געשריבן פאר צוויי יאר צוריק. דרוק דא

אסאך הצלחה אין דיין עבודה! ה' זאל זיין מיט דיר!

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח

***

Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

לעצט פארראכטן: כ"ד אדר התשפ"א 18:46 דורך ich vil zan ehrlich.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ה אדר התשפ"א 07:03 #271206

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

טייערע חבר

ברוך הבא בשם השם לצל קורת חבורת מבקשי ה' דק"ק הד"א.

האסט געטוהן א געוואלדיגע טריט מיט די אריין קומען אהער. דאס וועט זיין אי"ה א פיינע התחלה לקראת העתיד.

וועסט דא טרעפן חברים אחים לצרה, אחים לדעה, אחים לישועה. חברים וועלן דיר מחזק זיין און דיר העלפן טרעפן די גוטע וועג און גוטע מהלך וואס פאסט פאר דיר, זאלסט זיך קענען ארויס זעהן און ארויס קריכן בעז"ה פון די נסיונות.

דו וועסט שפירן ווי א נייע מענטשט, א געשמאקע נייע לעבן, א לעבן פון יציאה מעבדות לחרות, משעבוד לגאולה. האבן א רואיגע פרייליכע לעבן, פרייליך באמת, נישט זיין פארשעמט און צוזעצט און צוקלאפט בעיני עצמך, נאר לעבן פון התרוממות און ריינקייט.

*

נאר איין זאך טייערע חבר:

ס'איז כמעט נישט במציאות קענען אנהייבן זיך רייניגן, ווען מ'האט נאך די גרינגע וועגן אנקומען צו שמוץ. אונז זענען זייער זייער שוואכע מענטשטן. אין איין מינוט ווען עס ווערט שווער, קומט גלייך צוריק אן אהין.

ממילא, די ערשטע זאך, וואס אן דעם איז ממש נישט שייך, איז טוהן געוויסע גדרים. אויב דו האסט א מעגליכקייט אנקומען טאג טעגליך צו שמוץ דורך אינטערנעט, מוזטו די ערשטע זאך פארמאכן און פארשטאפן די "פירצה קוראה לגנב" דורך א גוטע שטארקע פילטער. אין ברירה אחרת בידינו.

די פילטער מוז קומען צוזאמען מיט א שטארקע פעסטע החלטה פון דיר, אז מער נישט!!! איך כאפ עס מער נישט אן. איך גיי מער נישט אהין. חזר עס איין מאל און נאכאמאל: דאס איז נישט מיין הנאה, נישט מיין שמחה, ס'איז נאר דמיון וואס ברעגנט צרה יגון ואנחה. א פילטער אן א פעסטע החלטה, איז שווער צו האלטן, אזויווי איינער בויעט א גדר ארום די דאך, אבער אויב ער וויל דווקא אראפ פאלן קען עס פשוט איבער שפרינגען...

אזוי אויך זיך אונטער נעמען שטארק די ענין פון שמירת עינים. ס'איז להנאתך ולטובתך. כל זמן די אויגן שפאצירן ארום, קומען אריין אין מוח נאך און נאך מראות און מחשבות, וואס רייצן אן זייער שטארק און זענען מונע די יכולת פון זיך רייניגן. נעם אריין אין קאפ, "שמירת עינים" איז נישט א עונש, ס'איז א עצה טובה וסגולה נפלאה. איך קען דיר זאגן לגבי מיר, אסאך מאל שפיר איך אז איך היט מיינע אויגן פאר מיין גשמיות'דיגע טובה. איך ווייס פשוט ווי די אלע ראיות גייען מיר שפעטער נאר שווערער מאכן און מוטשען געפערליך, און ס'איז דאך בעצם נאר הנאה המדומה פון דמיון, איז וואס פעלט מיר עס אויס. והחכם עיני"ו בראשו.

ס'איז דא נאך אפאר זאכן וואס איז כדי צו וויסן, אבער לדעתי איז דאס די ערשטע וויכטיגע זאך.

*

טייערע חבר, בלייב דא, דריי זיך דא אין די מקום קדוש.

איך וועל מסיים זיין מיט א מילתא דבדיחותא וואס איך געהערט [אדער אפשר געזען...] פון רא"מ מלאך וואס ער האט דערציילט פורים.

האט ער דערציילט אזוי:

ער טרעפט א איד וואס לערנט אין איינע די מסגרות הלימוד, און פרעגט אים: וויפל צייט דארט דיר לערנען די בלאט?

ענפערט יענער: ווי א בלאט, עס ווענד זיך וויפל תוספות ס'איז דא.

זאגט ער אים: אזוי, זייער שיין, איך האב נישט געוואוסט אז דו לערנסט מיט תוספות.

ענפערט די איד: ניין, איך לערן נישט מיט תוספות, נאר פשוט יעדע בלאט וואס איז דא דארט אסאך תוספות, ממילא איז דא דארט ווייניגער גמרא, נעמט עס שנעלער...

ולעניננו י"ל, ווי מער דו וועסט זיך דא דרייען, וועסטו זיך ממילא ווייניגער דרייען אין אנדערע פלעצער...

אבער מ'האט שוין גערעדט אז דו גייסט ארויף לייגן א פילטער...

האב אסאך הצלחה און סייעתא דשמיא אין די עבודת הקודש.

הייבסט יעצט אן א נייע לעבן. ביסט כקטן שנולד דמי. א פנים חדשות. מזל טוב!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך שוין היינט נאכאמאל כ"ה אדר התשפ"א 10:48 #271210

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
wow דער עולם קימט אריין אזוי שטארק!! שכח א יעדער איינער פארן נעמען די צייט מיך צי עטפאנגען ס'האט מיר געגעבן א שטארקע שטיפ אריין אין די זאך פילענדיג צים ערשטען מאל אז ס'איז דא נאך מענשן אויף דער וועלט וואס פארשטייען איינער דעם אנדערן אין דעם נושא!!! לאמיר זיך שטארקן אין איינעם!! מיר וועלן זיגן!! מיר האבן די בעסטע אין שטערקסטע געווער דאס איז די כח פון ''ווילן''!!!! 

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ו אדר התשפ"א 14:08 #271246

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 46 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1234
  • האט שוין געלייקט: 1014 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2261 מאל
  • קאָרמא: 54

באמת וואלט איך געדארפט שרייבן מער,
אבער פאר יעצט וועל איך מיך באגנוגען מיט א קורצע אויפנאמע, שלום עליכם, און מזל טוב צו דיינע צוויי ריינע טעג!

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ז אדר התשפ"א 18:43 #271274

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

אן אימשולדיג קשיא!! פארוואס איז א מענטש באשאפן געווארן מיט אזא שטארקע ווילן צי דעם תאוה ממש אהן קיין סוף, אבער דער מענטש דארף עס אליין איינצוימען ווייל מ'טאר נישט אין ס'איז אן אסור דאוריתה?


איך האף אז מ'פארשטייט מיין קשיא!!  איך פארשטיי אז מ'טאר נישט ווייל אזוי שטייט אין די תורה אבער איך וויל הערן א שיינע הסבר וואס וועט מיר מאכן פילן גוט צי זיין ריין סיי פין א תורהדיגע שטאנדפאנק אין סיי פין א גשמי שטאנדפאנק, מ'פילט טאקע ווי א גארנישט דערנאך, אבער די זעלבע פילט מען ביי אסאך אנדערע גשמי זאכן וואס איז נישט אסור, אין ביי דעם האט מען אן הנאה בשעת מעשה וואס מ'האט נישט ביי עפעס אנדערש,

לעצט פארראכטן: כ"ז אדר התשפ"א 18:44 דורך i want.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ז אדר התשפ"א 18:48 #271275

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

איך גלייב אז אסאך יודן באדערן די קשיא אין באמת ווייס איך יא וואס פארא שלעכטץ דאס ברענגט אבער איך שפיר יעצט low סא וויל איך הערן פין דער עולם

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ז אדר התשפ"א 19:23 #271276

  • טאטע העלף מיר
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 70
  • האט שוין געלייקט: 123 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
  • קאָרמא: 4

א שטארקע קישא

אין אז מען פרעגט שוין וויל איך פרעגן:

פארוואס ווען מען האט א תאווה אין נאכדעם פילט מען אז מער גיי איך דעס נישט טין קיינמאל קיינמאל אין מען פילט זיך ווי א שמאטע, אבער די נעקסטע טאג מיטן גאנצן פרישקייט פרישער פין פריש עס ברענט מען וויל פין אלע ציזאגאכצער איז נישט דא קיין זכר ??????????

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ז אדר התשפ"א 22:34 #271278

  • myself
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
  • קאָרמא: 3
i want געשריבן on כ"ז אדר התשפ"א 18:43:

אן אימשולדיג קשיא!! פארוואס איז א מענטש באשאפן געווארן מיט אזא שטארקע ווילן צי דעם תאוה ממש אהן קיין סוף, אבער דער מענטש דארף עס אליין איינצוימען ווייל מ'טאר נישט אין ס'איז אן אסור דאוריתה?


איך האף אז מ'פארשטייט מיין קשיא!!  איך פארשטיי אז מ'טאר נישט ווייל אזוי שטייט אין די תורה אבער איך וויל הערן א שיינע הסבר וואס וועט מיר מאכן פילן גוט צי זיין ריין סיי פין א תורהדיגע שטאנדפאנק אין סיי פין א גשמי שטאנדפאנק, מ'פילט טאקע ווי א גארנישט דערנאך, אבער די זעלבע פילט מען ביי אסאך אנדערע גשמי זאכן וואס איז נישט אסור, אין ביי דעם האט מען אן הנאה בשעת מעשה וואס מ'האט נישט ביי עפעס אנדערש,



איך וויס נישט אויב דאס איז וואס דו ווילסט הערן , איך שרייב נאר וויאזוי איך קוק עס אן,

דער אויבערשטער האט גענוג שטיינער ביימער און מלאכים וואס טוהן זיין רצון אייביג און האבן נישט קיין ניסיון צו טוהן אנדערש,
ער האט באשאפען דעם מענטש און אים געגיבן א בחירה ווייל דאס איז להבדיל דעם אויבערשטנס נחת רוח ווען א ילוד אשה שטארקט זיך אויף זיינע נטיות נאר ווייל ער האט געהייסן, א מענטש וואס די ניסיון ברענט אין אים, ער שטארבט פאר די תאוה, און ער שטארקט זיך נאר ווייל אזוי וויל דער אויבערשטער,

פארן מענטש איז עס א טובה ווייל ווען מען באקומט שכר אויף יענע וועלט אן ארבייטן דעראויף  איז עס נהמא דכיסופא, דער מענטש האט נישט הנאה דערפון, נאר נאכען ארבייטן, רצה הקדוש ברוך הוא לזכות את ישראל, לפיכך הרבה להם תורה ומצוות,

און עס איז דא א צורך הבריאה אויך אין דעם ווי די גמ' זאגט אז חז"ל האבן עס מבטל געווען און קיינער האט נישט געהאט קיין קינדער פאר 3 טעג, האבן זיי עס צוריק געלאזט און נאר שוואכער געמאכט,

לעצט פארראכטן: כ"ז אדר התשפ"א 22:36 דורך myself.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ח אדר התשפ"א 10:53 #271290

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

צום פינטל!! קיינמאל נישט געהערט פין די גמרא!! שכח הרב מיין זעהל (myself)

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 08:19 #271297

  • נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 21 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2

"והנה טוב מאוד"
מדרש בראשית רבה, ט', ט': "'והנה טוב מאוד - זה יצר טוב. 'והנה טוב מאוד' - זה יצר רע. וכי יצר הרע טוב מאוד. אתמהה. אלא שאלולי יצר הרע לא בנה אדם בית ולא נשא אישה ולא הוליד ולא נשא ונתן...".

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 08:36 #271298

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

ס'איז גאר א ברייטע נושא, אבער די נקודה איז טאקע אזויווי myself האט געשריבן. וויפל מ'ארבעט שווערער, באקומעט מען מער שכר. און די אייבישטער וויל אונז געבן ווי מער שכר, געבט ער אונז זאכן וואס מ'דארף זיך פלאגן און הארעווען ביטער שווער.
יעדער ארבייטער ווייסט אז ווי מער שעות ער ארבעט, און ווי שווערער די ארבעט איז, וועט זיין געהאלט וואקסן.
את אשר יאהב ה' יוכיח - מיינט נישט דווקא מיט יסורים, דאס קען זיין אויף מיט נסיונות וואס קענען גורם זיין גאר שווערע יסורי הנפש, און מ'באקומט שכר אויף דעם.
און היות אז רחמנא לבא בעי, איז אפילו אויב מ'פאלט אמאל, און אפאר מאל אדער אסאך מאל, אבער די אייבישטער זעט אונזער ציבראכן הארץ. צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן נאך נישט געזעהן א גאנצע מלאך וואס איז באשאפן געווארן פון א עבירה פון א איד, כי רבות אנחותיו ולבו דוי בשעת העבירה.

און בפרט טאקע ביי די תאוה, וואס מ'קען ממש נישט מסביר זיין ווי שווער דאס איז. ווער עס ווייסט, ווייסט דאך. ווער עס ווייסט נישט וועט נישט קענען פארטשיין ווי ביטער ס'איז. מ'פאלירט ממש די חושים, מ'פארגעסט פון איין רגע צום צווייטן, מ'ווערט פארלוירן ברגע כמימרא.
און טאקע פונקט דערפאר דארף מען וויסן ווי גרויס די שכר גייט זיין אויף יעדע התגברות, ממש עד אין לשער ואין לתאר כלל וכלל. יעדע קליינע התגברות, און זיכער ביי א גרויסע שווערע התגברות, יעדע שמירת עינים, יעדע התרחקות, יעדע השתדלות, יעדע פרישות, יעדע גדר - איז די שכר עד אין שיעור וערך.

יש עוד לכתוב בענין, ועוד חזון למועד בעז"ה

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 11:03 #271299

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שכח א יעדעם פאר נעמען די צייט אין ענטפערן עס מיינט אסאך פאר מיר!!! 

מוז''ל אינמיטן שלאף הייסט א דארכפאל (לגבי ציילן)???
איך האב אפי' געפילט שרעקליך אין חלום אז איך בין דריכגעפאלן אין ווען איך האב מיך דרכגעוועקט האב איך געהאפט אז ס'איז נאר געווען א חלום אבער ליידער איז עס געשעהן !!

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 11:09 #271300

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9
i want געשריבן on א' ניסן התשפ"א 11:03:

שכח א יעדעם פאר נעמען די צייט אין ענטפערן עס מיינט אסאך פאר מיר!!! 

מוז''ל אינמיטן שלאף הייסט א דארכפאל (לגבי ציילן)???
איך האב אפי' געפילט שרעקליך אין חלום אז איך בין דריכגעפאלן אין ווען איך האב מיך דרכגעוועקט האב איך געהאפט אז ס'איז נאר געווען א חלום אבער ליידער איז עס געשעהן !!


ביי מענטשן וואס זענען עדידקעט, איז אפילו ווען זיי זענען אויף, קען מען זיי נישט ביישולדיגן, ס'איז נישט זיי, ס'איז די תאוה וואס איז שולט אויף זיי.
על אחת כמה וכמה ביי די מקר"ה אינמיטן שלאף, האט עס גארנישט מיט דיר!
פארגעס און געגאנגען ווייטער!
הייב אן א פרישע טאג.
נוץ אויס דיין ציבראכנקייט אויף אנהייבן די טאג מיט א התעוררות און רצון זיין ריין.

ועי' צדקת הצדיק אות קה

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: א' ניסן התשפ"א 11:35 דורך נישט שפעט.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 11:49 #271302

  • חיים חייקל
  • איצטיגע שטרעקע: 33 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 260
  • האט שוין געלייקט: 1437 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 505 מאל
  • קאָרמא: 16
i want געשריבן on א' ניסן התשפ"א 11:03:

שכח א יעדעם פאר נעמען די צייט אין ענטפערן עס מיינט אסאך פאר מיר!!! 

מוז''ל אינמיטן שלאף הייסט א דארכפאל (לגבי ציילן)???
איך האב אפי' געפילט שרעקליך אין חלום אז איך בין דריכגעפאלן אין ווען איך האב מיך דרכגעוועקט האב איך געהאפט אז ס'איז נאר געווען א חלום אבער ליידער איז עס געשעהן !!


לויט די כללים אין הד"א טשארט הייסט עס נישט א דארוכפאל.

לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו

זיך צו לאזן היילן איז טאקע שווער. אבער צו בלייבן קראנק איז נאך שווערער

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 12:20 #271305

  • נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 21 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2

זעה דעם שטיקל פלא יועץ ותחי רוחך:
והאיש אשר הוא טהור, לו בחיל ולו בכח יגבר לדחות מעליו מדה זו במחשבות טהורות, שאם בא לו העצבות מחמת שעשו לו נגד רצונו, ושלא עשו רצונו כרצונו, ישפיל עצמו ויחשב, מה אני ומה חיי, ומה יתן ומה יוסיף אם מכבד אותי או מבזני אדם שכמותי להבל דמה, והכל הבל. ואם העצבות בא לו מחמת איזה מקרה, יחשב, כי לא מקרה הוא, אלא גזרת הבורא לטובתו, כי את אשר יאהב השם יוכיח, וישמח לבו ויגל כבודו על כי השם אהבו.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 13:35 #271309

  • myself
  • איצטיגע שטרעקע: 129 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 55
  • האט שוין געלייקט: 32 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל
  • קאָרמא: 3
נאכאמאל געשריבן on א' ניסן התשפ"א 08:19:

"והנה טוב מאוד"
מדרש בראשית רבה, ט', ט': "'והנה טוב מאוד - זה יצר טוב. 'והנה טוב מאוד' - זה יצר רע. וכי יצר הרע טוב מאוד. אתמהה. אלא שאלולי יצר הרע לא בנה אדם בית ולא נשא אישה ולא הוליד ולא נשא ונתן...".


איך האב גערעד פון די גמ'


תלמוד בבלי יומא סט ב

נחמיה ט) ויצעקו אל ה' אלקים בקול גדול מאי אמור,
אמר רב ואיתימא ר' יוחנן בייא בייא, היינו האי דאחרביה למקדשא, וקליה להיכליה, וקטלינהו לכולהו צדיקי, ואגלינהו לישראל מארעהון, ועדיין מרקד בינן, כלום יהבתיה לן אלא לקבולי ביה אגרא, לא איהו בעינן, ולא אגריה בעינן, נפל להו פיתקא מרקיעא דהוה כתב בה אמת, אמר רב חנינא שמע מינה חותמו של הקב"ה אמת,
אותיבו בתעניתא תלתא יומין ותלתא לילואתא, מסרוהו ניהליהו, נפק אתא כי גוריא דנורא מבית קדשי הקדשים, אמר להו נביא לישראל היינו יצרא <דעבודת כוכבים> דעבודה זרה שנאמר (זכריה ה) ויאמר זאת הרשעה, בהדי דתפסוה ליה אשתמיט ביניתא ממזייא, ורמא קלא ואזל קליה ארבע מאה פרסי, אמרו היכי נעביד דילמא חס ושלום מרחמי עליה מן שמיא, אמר להו נביא שדיוהו בדודא דאברא וחפיוהו לפומיה באברא, דאברא משאב שאיב קלא שנאמר (זכריה ה) ויאמר זאת הרשעה וישלך אותה אל תוך האיפה וישלך את אבן העופרת אל פיה,
אמרו הואיל ועת רצון הוא נבעי רחמי איצרא דעבירה,
בעו רחמי ואמסר בידייהו, אמר להו חזו דאי קטליתו ליה לההוא, כליא עלמא, חבשוהו תלתא יומי, ובעו ביעתא בת יומא בכל ארץ ישראל ולא אשתכח, אמרי היכי נעביד, נקטליה, כליא עלמא ניבעי רחמי, אפלגא, פלגא ברקיעא לא יהבי, כחלינהו לעיניה, ושבקוהו ואהני דלא מיגרי ביה לאיניש בקריבתה,
לעצט פארראכטן: א' ניסן התשפ"א 13:40 דורך myself.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 17:12 #271312

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
wow שטארקע ווערטער!! שכח יעדער איינער ממש מזעט ווי יעדער איינער פילט פאר א צווייטער דאס אליין גיבט כח צי גיין ווייטער!!
אי''ה מארגען גיימער פייערן איין גאנצע ריינע וואך ב''ה 

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 22:15 #271313

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1019 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1509
  • האט שוין געלייקט: 2657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2304 מאל
  • קאָרמא: 16
i want געשריבן on א' ניסן התשפ"א 11:03:

שכח א יעדעם פאר נעמען די צייט אין ענטפערן עס מיינט אסאך פאר מיר!!! 

מוז''ל אינמיטן שלאף הייסט א דארכפאל (לגבי ציילן)???
איך האב אפי' געפילט שרעקליך אין חלום אז איך בין דריכגעפאלן אין ווען איך האב מיך דרכגעוועקט האב איך געהאפט אז ס'איז נאר געווען א חלום אבער ליידער איז עס געשעהן !!


ביי מיר איז עס א סימן פון סאברייעטי!

מיין מח איז געווען צוגעוואוינט יעדע פאר טעג צו רעליסן, אז איך בין סאבער ווערט עס רעליסט אין מיטן שלאף. ממילא איז עס א סימן פון סאברייעטי.

איך רעדט פארשטייצעך נישט ווען מ׳לאסט ארום אגאנצן טאג.

אנפאנג פון מיין סאברייעטי/ריקאווערי האבעך עס געהאט גאר אסאך, היינט ממש מער קיינמאל.

מיין ספאנסער האט מיר אויסגעלערנט צו זיין גרעיטפול פאר גאט פארן שיקן א גיפט!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל א' ניסן התשפ"א 22:17 #271314

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1019 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1509
  • האט שוין געלייקט: 2657 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2304 מאל
  • קאָרמא: 16
i want געשריבן on כ"ז אדר התשפ"א 18:43:

אן אימשולדיג קשיא!! פארוואס איז א מענטש באשאפן געווארן מיט אזא שטארקע ווילן צי דעם תאוה ממש אהן קיין סוף, אבער דער מענטש דארף עס אליין איינצוימען ווייל מ'טאר נישט אין ס'איז אן אסור דאוריתה?


איך האף אז מ'פארשטייט מיין קשיא!!  איך פארשטיי אז מ'טאר נישט ווייל אזוי שטייט אין די תורה אבער איך וויל הערן א שיינע הסבר וואס וועט מיר מאכן פילן גוט צי זיין ריין סיי פין א תורהדיגע שטאנדפאנק אין סיי פין א גשמי שטאנדפאנק, מ'פילט טאקע ווי א גארנישט דערנאך, אבער די זעלבע פילט מען ביי אסאך אנדערע גשמי זאכן וואס איז נישט אסור, אין ביי דעם האט מען אן הנאה בשעת מעשה וואס מ'האט נישט ביי עפעס אנדערש,


איך האב אסאך אסאך צו שרייבן דערויף, אבער גאר אסאך האבעך שוין געשריבן דערויף, כאפ א בליק אין מיין טרעד די לעצטע פאר בלעטער וועסטעך אסאך באגעגענען מיט דעם.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ב' ניסן התשפ"א 10:27 #271322

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
הודו לה כי טוב!!

א גאנצע וואך ריין!! 
א גאנצע וואך נענטער צום אויבירשטען!!
א גאנצע וואך נענטער צו מיר אליין!!
א גאנצע וואך געוויזען אז איך קען יא!!


טאטע העלף מיר ווייטער אין מיין וועג צו ריינקייט (פרייהייט).

אין שכח גוטע פריינד פארן מיר העלפן אנקומען ביז אהער!!

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ב' ניסן התשפ"א 13:55 #271328

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 340 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
  • קאָרמא: 9

WOW WOW WOW WOW!!!!!   מזל טוב מזל טוב מזל טוב מזל טוב!!!!!!
יא ג-ט קען אלעס!!!! אז מען געט אים איבער די גאנצע נסיון, נעמט ער דאס גוט קעיר ווייל אונז קענען סייווי נישט אליין נאר מיט זיין הילף.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ב' ניסן התשפ"א 18:35 #271333

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

טאקע זייער א גרויסע שמחה אין שטעטל. ב"ה. נאך א חבר א אידישע נשמה איז זיך מצטרף צו מחנה שכינה.
א גאנצע ריינע וואך איז שוין עפעס א "יש", מ'זעט די סייעתא דשמיא וואס באגלייט דיר. די אייבישטער זאל העלפן זאלסט שפירן ווייטער דעם טאטנ'ס ליבשאפט צו דיר, דיין וועג זאל נישט זיין גאר שווער. די ריינקייט זאל משפיע זיין אויף דיין גאנצע מהלך החיים לטובה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ט' ניסן התשפ"א 10:34 #271393

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

קוים געווען א וואך, און שוין איז צוויי...
מ'זעט שטארק י"ד ה' וואס באגלייט דיר
און אי"ה אויף ווייטער

און ש'כח פאר דיינע געשמאקע הודעות!
ברענגסט אריין א רוח חיים

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ט' ניסן התשפ"א 10:58 #271395

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 174 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

מזל טוב הרב "i want" צו דיינע 2 ריינע וואכן.

דיין נאמען איז ממש איינס פון די יסודות וואס מדארף האבן ווען מוויל אנהייבן זיין ריין,
די רצון, i want, איך וויל, רצון ברעכט אייזן, אין נאר מיט א אמת'דיגע רצון קען מען גיין מעלה מעלה 
די אייבישטער זאל די געבן נאך אין נאך הייליגע ריינע טעג, וואכן, חדשים, און יארן, געזינטערהייט

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ט' ניסן התשפ"א 13:55 #271397

  • איין קוק ווינציגער
  • איצטיגע שטרעקע: 45 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 329
  • האט שוין געלייקט: 106 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 447 מאל
  • קאָרמא: 15
טוב לי געשריבן on ט' ניסן התשפ"א 10:58:

מזל טוב הרב "i want" צו דיינע 2 ריינע וואכן.

דיין נאמען איז ממש איינס פון די יסודות וואס מדארף האבן ווען מוויל אנהייבן זיין ריין,
די רצון, i want, איך וויל, רצון ברעכט אייזן, אין נאר מיט א אמת'דיגע רצון קען מען גיין מעלה מעלה 
די אייבישטער זאל די געבן נאך אין נאך הייליגע ריינע טעג, וואכן, חדשים, און יארן, געזינטערהייט


גם אני מסכים 
מזל טוב

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל ט' ניסן התשפ"א 15:32 #271406

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
WOW דער עולם האלט מיט. שכח סגיבט מיר אמתדיגע חיזוק!!

יא ב''ה 2 וואכן אריבער כ'האב אליין נישט געגלייבט אז עס וועט ארבייטן, אבער יא דער אייבערשטער זאגט פתחו לי פתח כחודו של מחט אין ער העלפט גיין ווייטער, איך שפיר עס ממש בחוש!!

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל י' ניסן התשפ"א 00:40 #271423

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 164 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1061
  • האט שוין געלייקט: 4537 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1647 מאל
  • קאָרמא: 23
שלום וברכה כבוד ידידינו החדש 'איי וואנט' שיחי'

קודם וויל איך דיר באגריסן פארן נעמען די שריט און אהער קומען, און זיך איינשרייבן. יהא בואך לברכה ולחיזוק פאר דיר און פאר די גאנצע חבריי קדישא שיחיו.

צווייטנס טוה איך באוואונדערן דיין גרייטקייט זיך אביסל צו עפענען דא און מיטטיילן דיין איבערלעבענישן. דאס איז די נעקסטע לעוועל פון זיך היילן אז מען טיילט מיט איינער מיט די צווייטע און מען זעהן אז מען איז נישט אליינס און חזק חזק ונתחזק.

דריטנס, ריקאוווערי איז אזויווי א צוויבל. מען שיילט איין שאלעכטס און מען טרעפט נאך א שאלעכטס ווען מען דארף פון פריש זיך נעמען שיילן. דאס איז א לייף נסיעה ווי מען וואקסט וואס א טאג מעהר און מעהר. די לענגער וואס מען איז אין ריקאווערי די טיפער קריכט מען און די מעהר ואקסט מען אלץ א תוצאה פון דעם. בלייב דא און דו וועסט זעהן ווי ווייט מען קען אהנקומען.

פערטנס, ריקאווערי איז נישט לייכט. מען באקומט בערך לויט וויפיל מען איז משקיע. די מעהר כוחות מען לייגט אריין, די מעהר קאמיטמענט וואס מען האט פאר די אייגענע ריקאווערי די מעהר און העכער רעזאלטאטן וועט מען באקומען.

פינף, דו האסט געפרעגט א שאלה פארווואס דער באשעפער האט באשאפאן אזא שווערע תאוה און אז מען דארף זיך איינהאלטן? (קען זיין אז איך פרעג נישט פונקט דיין שאלה- אבער די כוונה איז בערך די זעלבע). און טייל חברים האבן שיין געענטפערט.

אבער איך וויל מחלק זיין באופן כללי. עס איז דא טייל חברים דא אויף די סייט (ממש יחידים), וואס מוטשען זיך מיט די תאוה בערך אזויווי נארמאלע מענטשען. פאר זיי איז דיין שאלה גאהר פאסיג און די תשובות והערות בענין זה איז זייער אויסגעהאלטן.

פאר אנדערע חברים וואס זענען אזויווי מיר (דהיינו אז די תאוה האט פארלוירן די באלאנס פון נארמאלקייט - עד כדי כך אז ביי טייל פון זיי אז עס אפילו געווארן אן עדיקשאן), איז די שאלה נישט נוגע. פונקט ווי איך פרעג נישט פארוואס האט דער באשעפער גאמאכט אז איינער זאל באקומען סטרעפט און דערנאך זיך היילן מיט אנטיביאטיק, אדער פארוואס האט דער באשעפער גאמכט קענסער און זיך צו דארפן הייילן מיט קימא, וכו. עס מוז זיין א סיבה פארוואס דער באשעפער האט געמאכט אז געוויסע בריאים דארפן דורך גיין שוועריגקייטן און מיר פארשטייען נישט פארוואס. אזוי אויך דארף איך דורך גיין די שוועריגקייטן פון זיין אן עדיקט מאיזה סיבה שהוא אשר מובן לאדון כל.

וואס יא? פונקט ווי דער חולה קענסער דארף גיין צו רופאים מומחים בענין זה און מקבל זיין את הדין באהבה, אזוי דארף איך גיין צו מיינע מומחים און מקבל זיין מיין מחלה באהבה.

אלזא אויב ביסטו א נארמאלע מענטש, איז דיין קשיא במקומה עומדת. אויב ביסטו ווי מיר דעמאלס אנשטאט פרעגן קשיות פארוואס, ענדערש פרעג וואס? וואס וויל דער באשעפער איך זאל טוהן פאר מיין פראבלעם? אויב איך פרעג זיך דעם קשיא מיט אן אמת וועט ער מיר שוין צופירן צו די ריכטיגע וועג.

זעקס, מזל טוב פאר דיינע צוויי ריינע וואכן. חזק ואמץ

ידידך 
לומד

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ג ניסן התשפ"א 12:40 #271508

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
א גוטן אסרו חג אין א געזינט זימער!!

איך וויל פשט לאזן וויסן דער עולם אז ב''ה א שיין יו''ט געווען, אין מ'זעמיר דא צוריק שלום בגופו ושלם ב . . .

ס'איז געווען שווערע מאמענטן בפרט ביים ארימגיין חל המועד, אבער ב''ה אז מקען ווייטער ציילן מיט א שטארקייט!!

(אגב איך קען זאגן איז איך האב געשפירט די זמן חריתנו דאס יאר מער ווי אנדערע יארן)

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ג ניסן התשפ"א 13:33 #271511

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

ב"ה אז ביי דיר איז געווען זמן חירותנו און זמן שמחתנו בחדא מחתא.
ס'איז פאר אונז אלע א חיזוק דאס הערן, אז אזא יום טוב וואס בדרך הטבע קען עס ברענגען פארשידענע טריגער'ס, און האסט זוכה געווען צו סייעתא דשמיא עס דורך גיין בשלום.
דער אייביטשער זאל דיר ווייטער העלפן.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ה ניסן התשפ"א 12:46 #271574

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

היום שלושים יום . . .  ​ב''ה דאס ציילן העלפט מיר באמת!! 

30 טעג פון רייקייט אהההההההההה א מתנה פין אייבשטער פאר מיר, אין א מתנה פין מיר פארן אייבשטער!!!

אגב כ'האב געזען א מורדיגער עבודת ישראל אויף פסח וואס איז כדי פאר יעדעם צי זעהן:

מתחלה עובדי עכומ"ז היו אבותינו ועכשיו קרבנו המקו' לעבודתו. פי' שבעל הגד' סידר לספר בזמן גאולתינו בכדי שלא יאמר אדם הואיל והרעותי את מעשי עד הנה אין לי תקנה להתקרב אל ה' אלא אדרבה יתחזק האדם עכ"פ לשוב מהיום ויאמר בלבו הלא מתחלה עובדי ע"ז היו אבותינו ואעפ"כ קרבנו המקום לעבודתו . . .

איך מיין אז ס'דארף נישט קייין איבערזעץ, ס'רעד פאר זיך אליין!!!!



ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ה ניסן התשפ"א 13:14 #271575

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 335 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל
  • קאָרמא: 9

מזל טוב טייערע ברודער לכבוד די דרייסיג טעג! די שמחה איז זייער גרויס.
שטייט אין ספרים אז די אות ל' ווייזט אויף שאיפה צו התעלות, אזויווי די אות ל' גייט אויף ארויף.
די אייבישטער זאל העלפן זאלסט קענען טאקע נתעלה ווערן העכער און העכער, א טאג נאך א טאג, מיט פוהל רחמים וחסדים, זאלסט אייביג קענען שפירן די שמחה און די מתיקות פון זיין ריין.

און די ווארט פון הייליגן קאזניצער מגיד, איז דאך מוראדיג, אזוי צו די זאך! און מ'זאגט עס ביים ליל הסדר - יסוד האמונה. מ'מוז דאס אייביג גלייבן און וויסן.

אין ספרים האט מען אויך מדייק געווען אין די לשון "ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו". עכשיו מיינט יעצט. יעדע רגע און יעדע מינוט קען די מענטשט מחליט זיין אז יעצט בין איך מקבל אויף מיר קירבת אלקים ועבודתו ית"ש.

גיי ווייטער אן טייערע חבר

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ו ניסן התשפ"א 10:21 #271594

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 3 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 37
  • האט שוין געלייקט: 40 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

אוי 

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ו ניסן התשפ"א 13:31 #271598

  • חפץ בטוב
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 49
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
  • קאָרמא: 4
OUCH

ענטפער: נאכן זיך אנשליסן נעכטן הייב איך היינט אן נאכאמאל כ"ו ניסן התשפ"א 13:40 #271599

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 179 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 340 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
  • קאָרמא: 9

אוי וויי טאטע!!!

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 1.87 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא