ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיין געשיכטע! 523 באזוכער

מיין געשיכטע! י' ניסן התשפ"א 17:48 #271440

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1
עליכם השלום! צו אייך חשובע בני החבורה חבורתא קדישתא הדין,

נאך זיך גוט איבערקלערן בין איך געקומען צום החלטה אז ס'וועט זיין א גרויסן תועלת פאר מיר און א תועלת הרבים צו מיט טיילן מיט אייך מיין געשיכטע וואס האט זיך פארגעשפילט ביז לעצטע וואך מוצאי שבת ווען איך האב זיך אנגעשלאסן און אט דער הייליגע חבורה...

מיטן אויברשטנס הילף וועל איך פראבירן מיט די קומענדיגע פאר שורות צו שילדערן מיין געשיכטע, און מיט דעם וועט בעזהשי"ת פאר-ענטפערט ווערן - וואס מיין סטראגל איז? - ווי לאנג עס גייט שוין אן אזוי? - און ווי אזוי איך בין דא אנגעקומען?....
מיין געשיכטע האט זיך אנגעהויבן מיט בערך אזא 15 יאהר צוריק ווען איך בין נאך געווען א בר מצוה בחורל - איך בין פון אלס געווען א קינד מיט העכערע שאיפות און כסדר געשטרעבט צו אהבת השם און צו תורה עבודה ויראת שמים... אבער פונקט ווי אונז אלע האב איך פארשטייט זיך געהאט אויך די צד שכנגד - דער שעור שבעיסה אשר מביאנו אל תאוות העולם השפל הזה ואל הבליו... און ווי עלטער איך בין געווארן איז די טייגל מיט געוואקסן מיט מיר גרעסער און גרעסער, אבער איך האב זיך כסדר געשטארקט און מחזק געווען אויף מיינע נפילות בבחינת שבע (הגה: אלף) יפול צדיק וקם נישט קוקנדיג אויפען עבר וויסנדיג אז דאס איז יעצט די רצון השם...

צום באמערקן: ביז מיין חתונה האב איך נישט געליטן אויף א טעכנעלאגישע נסיון קודם פשוט ווייל איך קום ב"ה פון א ערליכע משפחה וואס די אלע זאכן האבן נישט קיין דריסת הרגל און נאך דעם ווי געשמועסט בין איך געווען א שטארקע כאראקטער וואס האט בכלל נישט געזיכט דאס... נאר מיין נסיון איז בעיקר געווען דורך אנטרעפען גוי'אישע שמוציגע קאטאלאג'ן וכדו' . (דאס איז א וויכטיגע געשיכטע פאר זיך... ועוד חזון למועד) א.אז.וו. אבער מיט דעם אלעם איז דאס געווען זייער וויטאגלעך אז כ'האב געפיהלט ווי איך דראפע זיך אויף די גראדע ווענט... (די יצר הרע האט זיך שוין זייע טאקטיקן, ער איז אן עקספערט און די זאכן...).

אזוי זענען פארביי געלאפען די יאהרן און איך האב ב"ה חתונה געהאט בשעטו"מ אויפשטעלנדיג א בית נאמן בישראל... ויהי היום און ס'איז געקומען די צייט צו ברענגען ברויט אין שטוב - צורך פרנסה! האב איך דעמאלטס געטראפען א גראפיק קורס וואס קאסט אפ א נישטיגע $4,000 אבער היות איך וואוין ווייט פון יענע שטאט האבן זיי מיר געזאגט אז די איינציגסטע עצה איז צו עס נעמען דורך אינטערנעט, קודם האב איך נישט געוואלט הערן דערפון ביז זיי האבן מיר צו-געזאגט אז מקען פילטערן אלעס ארום דעם (וויי"ט ליס"ט בלע"ז).... שוין, געזאגט און געטוהן, געסיינט קאנטרעקט, געקויפט א לע"פ טא"פ, געטראגען צו עס פילטערן, און שוין... אבער למעשה בין איך גאאאר שנעל געוואר געווארן אאאאז ס'נישט ממש אזוי... און מיינע תאוות האבן געברענט ווי א פלאם פייער! און ליידער ליידער האב איך נישט געקענט ביישטיין די נסיון. און אזוי איז אריבער טעג און וואכן וואס איך האב זיך ליידער צאמגעזעהן ראיות אסורות אשר לא ראו ולא שערו אבותינו - די ווייטאג איז געווען עד לב השמים! און אזוי האב איך כסדר אנגערופן די פילטער קאמפאני צו בלאקן דעס און יענס ביז איך האב געזעהן אז ס'נעמט נישט קיין עק, וויפיהל מען בלאקט און וויפיהל איך נעם זיך צאם די כוחות צו ריפען די קאמפאני מאך איך זיך נאך אלץ שמוציג יעדע שני וחמישי האב איך מחליט געווען אז מיין יודישקייט איז מיר וויכטיגער פון די פיהר טויזענט דאלאר און איך האב אלעס אויף געגעבן און געהייסן די פילטער קאמפאני זאל עס געהעריג בלאקן...

אבער למעשה פון די מעשה האב איך אנגעהויבן שפירן ווי איך בין נישט מיך... אויף מיין לע"פ טא"פ האב איך טאקע נישט געקענט סורטש"ן, אבער דעי רייץ און צוקראפט האט זיך מער קיינמאל נישט אפגעטוהן פון מיר עד היום הזה! און ווען איך האב געהאט די געלעגנהייט האב איך געשפירט עפעס ווי איך מיז... איך האב געהאט אזא געפיהל ווי איך מיז זיך יעצט פארשאפן עפעס א סמארטפאון! למעשה האב איך דעמאלטס געטראפען א דזשא"ב ביי א געוויסע געשעפט ווי איך האב זיך פיין געסעטעלט און מצליח געווען. ביז.......... ווען איך בין געוואר געווארן אז די קאמפיוטערס זענען גענצליך אפען!!!! אוי איז דאס געווען א שווערע תקופה.....! שווערע מלחמות!!! ביז איין טאג האב איך געזאגט פאר מיין בעל הבית (א היימישע יונגערמאן...): "היתכן די לייגסט נישט קיין פילטער???" האט ער מיר געענטפערט - 'מקען עס נישט פילטערען ווייל די קרעדיט קארדס גייט דורך די אינטערנעט...' (תירוץ פארן באבע'ס קאץ!!! א פאג!!! א רעיטעך!!!) האב איך איהם געזאגט: הער מיך איין, 'איך' בין פון פלייש און בלוט און 'איך' האב א יצר הרע! ביז 3 טעג אויב דאס איז נישט געפילטערט קום איך מער נישט צוריק!!! - נאך יענע טאג האט ער ארויף געלייגט א פעסווארד אז מען זאל נישט קענען ארויסגיין פון די ביזנעס חלק!!!! ס'איז נישט ארבער קיין שטיק צייט, און עודך כי אניסנו! די סקרי"ן האט זיך עפעס אויסגעלאשן וואס דאס מיינט אז מ'דארף יעצט די פעסוואר"ד צו צוריק אריין לאגע"ן (מיין בעל הבית געפונט זיך כמעט נישט און די געשעפט) האב איך געמוזט נעמען די פעסווארד אויפן טעלעפאון (פארשטייט זיך אז ער האט מיך צוגעזאגט אז ער גייט עס שוין טשענדזשע"ן....יא זיכער!...) און אזוי זענען אריבער אויף מיר פיינפולע שווערע וואכן און חדשים ביז איך האב זיך נאך אמאל געשטארקט, געגעבן נאטי"ס פאר מיין בעל בית און דעסיידי"ד אז איך וועל מיך עפענען אן אייגענע געשעפט אהן קיין אינטערנעט!!!! (נישט ממש אהן... אבער באמת גוט גוט געבלאקט)

כך הוה, נאך חדשים הארעוואניע איז ב"ה פאר געקומען די גרויס ארטיגע גרענ"ד אפענינ"ג פון א מעכטיגע סוקסעספולע געשעפט מיטן העכסטן סטאנדארט און קוואליטעיט! און פארשטייט זיך אז כ'האב אנגעזאגט פאר די POS GUY אז ער זאל זיכער מאכן אז אלעס חוץ די POS סיסטע"ם זאל זיין גענצליך געבלאקט "יא! אוואדאי! זיכער! שאאר! אלעס וועט זיין געבלאקט! נישטא וואס זיך צו זארגן!" און אזוי האב איך איבער געפרעגט נאך אמאל אין נאך אמאל (ממש בבחינת OCD). די ערשטע פאר וואכן בין איך נאך געוועהן גוט ביזי, אבער איינמאל סהאט שוין אנגעהויבן אביסעלע נאך לאזן האב איך מיט אמאל אנגעהויבן צו באמערקן אז אלעס איז גענצליך אפען!!!!! - "און מיין געשעפט וואס איך האב אריין געלייגט בלוט און שווייס מיטן איינעם ציל אז איך זאל קענען לעבן בשלוה און זיין מיין אייגענע בעל בית - קפץ עליו רוגזו של יוסף!!!!!!!!!!!!" איך האב פארשטייט זיך עטליכע טעג דערויף אלאמירט די POS GUY "היתכן מען האט געהאט אפגעשמועסט....?" ענטפערט ער "יא אוואדאי קען מען עס כשר'ן ס'איז נאר דא אויף דעם אן עקסטערן טשארדזש" (ש'כויעך!!!!!! חכם פון די מה נשתנה!!! קענסט מיך דעיס נישט זאגען פון פארדעם....?!?!) בקיצור המעשה ס'האט גענומען אפאר וואכן ביז ער האט געקענט אריבער קומען, און דערווייל די יצר הרע שלאפט נישט פאר קיין רגע.... און אפילו ווען ער האט עס שוין יא געפילטערט האט זיך כסדר געמאכט לעכער אין שיף... כ'האב מיך כסדר געטראפען מיט פאנטשערס און זייטלעך וואס זענען נאך 'בטעות' פארגעסן געווארן און איך האב כסדר געהאלטן אין איין אינפארמירן אז ער זאל עס בלאקן, און פארשטייט זיך אז דער יצר הרע האט עס נישט אריבער געלאזט אהן א געזינטע טובל דערין און ליידער האב איך זיך אהנגעזאפט פיהל מיט שמוץ פון די גרועים שבגרועים.

ברוך השם אז ביז לעצטנס איז שוין מער ווייניגער אלעס געבלאקט (איך האב נאך געהאט לעצטנס נאך אזא ענדליכע מעשה מיט א ווע"ב סיי"ט קאמפאני... וואס איך וועל עס מיזן לאזן פאר א צווייטן מאל... כ'מיין ס'איז שוין טא"א מאט"ש) אבער איך האב נאך אלץ דעי געפיהל פון רייץ און פארלוירן קייט אריין געגעסן און מיר, אז ס'מאכט זיך זייער אפט אז איך זיץ און פארבלענד שעות אויף שעות און די נאכט אריין צו סורטש"ן אפילו ווען סגעלונגט מיר נישט קיין איין ראיה אסורה!!! ס'איז א פחד און א שרעק!!! - טראכט איך צו מיר א גאנצען צייט "וואס וועט זיין מיט מיר???" "וועל איך אזוי אפ-פיסטעווען מיין גאנץ לעבן????" "איך בין אינגאנצן צעמישט! פארלוירן! מיואש!" "וואס טוה איך דא? רבונו של עולם!!!" "איז דאס טאקע דער אמת'ער 'איך'???" און כסדר האב איך פארגאסן טייכן טרערן פארלוירנערהייט צום טאטן אין הימל "טאטע און הימל איך בעהט דיך הצלינו נא מיד...!!! נעם מיך ארויס פון דעם זומפ דער שאול תחתית!!!! איך בעהט דיר האב רחמנות!!!!" און אזוי דריי איך זיך שוין ארום מיט מיואש'דיגע מחשבות און הרהורים פאר חדשים טראכטענדיג "דאס איז עס מיט דיר! אזוי וועסטו שוין בלייבן כל ימי חייך! נעבעך וואס קען מען טוהן דאס איז דיין גורל! אזוי איז פארזיגלט געווארן און הימל...!" .......................ביז...........................!!!!!!!!!!!!!!!

מוצאי שבת קודש; פרשת ויקרא דהאי שעתא: זיץ איך מיר 2 אזייגער באנאכט ביים קאמפיוטער, קוים געענדיגט די חשבונות און ס'כאפט מיר אהן א תאווה'לע די פייער'ל ברענט אונטער מיר און איך הייב צו סורטשען אהער און אהין אפשר דאך וועט מיר עפעס געלונגען... אזוי טראכט איך צו מיר "באשעפער און הימל וואס וועט דא זיין מיט מיר? איך קען נישט מער!" און פלוצלינג!!!!!!!!!!! הופס! ס'איז מיר געלונגען עפעס צו עפענען!!! "היט דיינע אויגן.קאם" נאכן ליינען אפאר שורות זענען מיינע אויגן אויפ-געלאכטן געווארן איך שטראל פאר שמחה!!! ברוך השם!!! חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!!! איך האב זיך תיכף אויף געסיינט און איך האף מיטן אויבערשטנס הילף בקרוב אנהויבן מיט א פרישקייט אויף למעשה!

א נייעם בלעטל אי"ה!!!!!!!!!!!!

כ"ד ידידכם וידיד כל בית ישראל: הקטן חיים שיש בהם!

ענטפער: מיין געשיכטע! י' ניסן התשפ"א 20:57 #271441

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13

יא יא!!! פון א:
חיים שיש בהם שמוץ.. ציבראכנקייט.. פארלוירנקייט..
האסטו דערגרייכט צי א:
חיים שיש בו ליכטיקייט.. פריילעכקייט.. רואיגקייט..ריינקייט..
ביסט אריינגעקומען מיט א שטארקייט, מיט דיין גוטע אין רייכע פעדער מיטגעטיילט דיין געשיכטע,{איך וואלט  גערופען די טרעד "אונזער געשיכטע" ווייל דאס איז אונזער אלעמענס געשיכטע} זאל דיר ג-ט ווייטער העלפן פונקט ווי ער דיר געהאלפן בכלל טרעפן די הייליגע סייט, אבער איין מינוט, ביטע, פאר דיין תועלות אין די תועלת פון אלע חברים דא וואס ווילן מיטהאלטן דיין רייזע ארויף, איז זייער ראטזאם צו ציילן אויפן ספעציעלן 90 טאג טשארט, וואס וועט דיר אין אונז אלע, גאר שטארק צי העלפן.
גיי אן, האלט דיר פעסט, און מיט די הילף פון ג-ט וועסטו קענען זיך האלטן, אין בלייבן, סאבער אין ריין, ביז די 120, "איין טאג אויפאמאל".

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: י' ניסן התשפ"א 20:58 דורך שיע.

ענטפער: מיין געשיכטע! י' ניסן התשפ"א 21:23 #271442

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1050 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1528
  • האט שוין געלייקט: 2691 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2333 מאל
  • קאָרמא: 16

איך און אסאך פון דא קומען פון דארט! דו ביסט נישט אליינס, אבער מיט ווילגנעס און אפען מיינדנעס קען איך בלייבן סאבער איין טאג אויפאמאל.

איך ווינטש דיר און פאר יעדעם א סאבער 24

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: מיין געשיכטע! י' ניסן התשפ"א 22:00 #271443

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 34
  • האט שוין געלייקט: 203 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

א גוטן רבי "חיים שיש בהם"
קודם כל שלום עליכם !
צום ערשט א באגריסונג אויף דיין ארינקומען דא אין אונזער הערליכע קהילה 
עס ווארט דיר אפ דא א קבוצה פון חברים וואס זענען דיר גרייט צו העלפן מיטן גאנצן הארץ 
חברים וואס פארשטייען דיר 
חברים וואס ווייסן די ווייטאג פון א איד וואס וויל אזוי שטארק זיין גוט און סגייט נישט
חברים וואס קוקן דיר נישט אראפ וועגן דיין עבר 
חברים וואס פילן יעדעס מאל וואס זיי העלפן א צווייטען אז זיי ווערן געהאלפן 

זייער שיין אראפגעלייגט דיין עבר 
האמיר שוין נאך א גוטע פעדער  דא אויף הד"א
הצלחה ! הייב אן די 90 טעג (מיר העלפט עס זייער) זיי געזונט

ענטפער: מיין געשיכטע! י"א ניסן התשפ"א 11:10 #271449

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 87
  • האט שוין געלייקט: 129 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
  • קאָרמא: 1
ברוכים הבאים ראלטס ארויס דעם רויטע קארפעט פארן נייער חבר חיים שיש בהם (נאכן זיין דא א שטיק צייט וועט ער שוין קענען שרייבן די ווערטער וואס קומען נאך חיים שיש בהם . . .)

זייער שיין אריינגעקימען אויפן ערשטן פאסט (די שרייבסט זייער גיט)!! אין אזוי ווי אינזער חבר שיע האט שוין ארויסגעברענגט עס איז באמת אינזער געשיכטע אין ב''ה אז ס'האט זיך געענדיגט דא אויפן סייט, דער אייבירשטער זאל העלפן ווייטער!!

סא בלייב דא מיט אינז, ליין די אלטע דרעדס ס'איז מלא תוכן, אין יא שרייב דיך איין אין די 90 טעג טשארט, אין לאמיר שטייגן ציזאמען!!

הצלחה אין דיין וועג צי ריינקייט (ליין: פרייהייט!!)
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!
אין ווי זאגט דער וועלט: טעג קריכען אבער יארן לויפן . . . וק''ל

ענטפער: מיין געשיכטע! י"א ניסן התשפ"א 11:36 #271451

  • נאכאמאל
  • איצטיגע שטרעקע: 61 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 30
  • האט שוין געלייקט: 21 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2
i want געשריבן on י"א ניסן התשפ"א 11:10:
 (נאכן זיין דא א שטיק צייט וועט ער שוין קענען שרייבן די ווערטער וואס קומען נאך חיים שיש בהם . . .)


ברודער טייערע, פארוואס נאר נאכן זיין דא א שטיק צייט?

פארוואס דען האט איהם אלע יארן וויי געטוען זיין אויפירונג אויב נישט זיין יראת שמים.
פארוואס דען האט ער פרובירט זיך שטארקן די אלע יארן אויב נישט זיין יראת שמים.
פארוואס דען איז ער געווען גרייט מער ווי איינמאל אויפצוגעבן זיין דזשאב אויב נישט זיין יראת שמים.
פארוואס דען האט ער זיך אריינגעווארפן אין אויפבויען אליין א ביזנעס אויב נישט זיין יראת שמים.
פארוואס דען איז ער געווען גרייט צו צאלן פאר א בעסערע פילטער אויב נישט זיין יראת שמים.
פארוואס איז ער דא בכלל אויב נישט זיין יראת שמים.

נאר וואס דען, אונזער גוטער באשעפער וויל איהם האבן צוזאמען מיט אונז אלע אז מיר זאלן איהם דינען מיט א איבערגעגעבנקייט און געטריישאפט דוקא אויף דעם אופן און מיט דעם קראנקהייט וואס ער האט אונז באשאנקען, און אז מיר נעמען אהן דעם דעם רצון ה' באהבה און מיר פרובירן איהם דינען מיט די כלים וואס מיר האבן דאן איז הערשט א ראי' אז מיר האבן יראת שמים.

ע"כ ברודערלעך טייערע, יא מיר זענען ירא שמים און מיר לעבן א חיים שיש בהם יראת שמים.

ענטפער: מיין געשיכטע! י"א ניסן התשפ"א 14:16 #271452

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

שלום עליכם און ברוכים הבאים טייערע ברודער.
ס'איז טעג פון אסאך טירדות, ממילא איז אביסל שווער מאריך זיין.

איך מוז דיר זאגן, אז אויב דיינע קלאמפישע נישט-ריינע-צייטן האבן אזוי אויסגעזען, מיט אזויפיל השתדלות זיין אריין, און נישט מורא האבן זאגן און סטראשען דיין בעה"ב בלאקן די אינטערנעט, וואס דאס ווייזט גאר שטארק אויף יראת שמים ויראת חטא - קען איך מיך נאר פרובירן פארשטעלן וויאזוי דיינע הייליגע טעג פון יעצט און ווייטער וועלן זיין אי"ה, גאר גאר הויעך מיט גרויסע השגות.
ס'איז מיר א זכיה זיין אין אזא חבריא וואס אזא איד ווי דיר איז אריין געקומען.

האסט געטוהן א געוואלדיגע זאך מיט די אריין קומען אהער. וועסט דא טרעפן בעז"ה גוטע וועגן און מהלכים וויאזוי זיך העלפן און מיט די צייט בעז"ה ארויסקריכן אינגאנצן, כפי שאיפת לבבך הטהור.
זיי דיך מדבק צו די חבריא קדישא און בעז"ה תראה נפלאות.

לגבי דיין נאמען "חיים שיש בהם", און די נידון לגבי שיש בהם יראת שמים ויראת חטא, איך מיין אז די ווערטער "חיים שיש בהם" זאגן אליין אסאך: א לעבן וואס האט אין זיך! ס'האט שמחה, ס'האט תכלית, ס'האט הנאה, ס'האט העכערקייט!

מיט אסאך הצלחה!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין געשיכטע! י"א ניסן התשפ"א 15:41 #271453

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 510 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 326
  • האט שוין געלייקט: 457 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
  • קאָרמא: 42

ברוך הבא חש״ב. יהא בואך לברכה.

לייענדיג דיין געשיכטע דערציילט עס פון דיין קוראש און דרייוו צו טוהן למעשה ווען דו שפירסט פאר וויכטיג. אפילו ווען עס מיינט נעמען א ריסק.

א נקודה א טעות מיט וואס אסאך אינדרויסן פון אונזער חבריא מאכן. אז זיי מיינען אז דער סמארטפאון אדער אינטערנעט איז וואס ברענגט זיי אין עדיקשן. זיכער אז אינטערנעט און סטארט דיווייסעס זענען א פראבלעם. אבל לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.
עס קענען זיין צוויי מענטשן וואס האבן געזעהן די זעלבע ראי׳ איינעם מאכט עס נישט אויס און ער דרייט זיך אוועק מיט פאראיבל. און פארן צווייטן דרייט זיך די קאפ און ער קען נישט לויז ווערן דערפון. וואס ברענגט אים צו דארפן נאך און נאך. (און מען רעדט נישט דווקא פון אידן ווי מען קען זאגן דער האט מער אדער ווייניגער יראת שמים. מען רעדט אפילו להבדיל ביי גוים)

עדיקשן איז א קרענק וואס מיר זענען געשלאגן דערמיט. יעדער וואס האט דער קרענק האט עס אנדערש מיט אנדערע פארבן.
בכלליות פשט פון עדיקשן איז אז מיר נוצן א סאבסטאנץ צו בארואיגן אונזער טראמא, סטרעס, און אנגעצויגנקייטן.

אוודאי, טאר מען נישט האבן קיין אפענע אינטערנעט אבער א צוגעמאכטע אינטערנעט איז נאכאלס נישט די ישועה. מיר זענען קראנק! און מיר דארפן זיך היילן!

ווען מען האט מייז אינדערהיים איז נישט גענוג אז מען לייגט מייז כאפערס (פילטערס) מען דארף קודם פארשטאפן די לעכער פון ווי די מייז קומען אריין.
אין אונזער ענין. עס איז נישט גענוג אז מען לייגט פילטערס. אוודאי גדרים וסייגים זענען וויכטיג. מען דארף אבער אויך וויסן אז מען דארף ארבעטן אז אונז זאל מיר נישט שפירן ליידיג סטרעסט און אנגעצויגן. אזוי אז מיר זאלן נישט דארפן די עדיקשן.

עס זענען פארהאן פארשידענע מיטלן פארדעם. 
שרייבן און רעדן מיט אנדערע העלפט אסאך זיך ארויסצוזעהן פון די איינזאמקייט.

די 12 סטעפ פראגראמען. מיטונגען זענען אלע געווידמעט סיי אונז צו האלטן אין א פארעם און אויך צו רעליעסן פון די סטרעס און אנגעצויגנקייט אין לעבן.

עס איז אויך דא פארשידענארטיגע טעראפי. יעדע לפי זיין מצב.

אז מען פארט ארויס קומט מען אן. 

וואונטש דיך הצלחה
יונה׳לע

לעצט פארראכטן: י"א ניסן התשפ"א 16:07 דורך יונה מצאה.

ענטפער: מיין געשיכטע! י"א ניסן התשפ"א 17:28 #271454

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1
א נקודה א טעות מיט וואס אסאך אינדרויסן פון אונזער חבריא מאכן. אז זיי מיינען אז דער סמארטפאון אדער אינטערנעט איז וואס ברענגט זיי אין עדיקשן. זיכער אז אינטערנעט און סטארט דיווייסעס זענען א פראבלעם. אבל לאו עכברא גנב אלא חורא גנב.

קודם, א גרויסן יישר כח אויף דיינע ווארימע אויפנאמע און חיזוק ווערטער,

יעצט, הינדרעט פראצענט אז די ראי' איז די גורם אויף די עדיקשאן אויפן מענטש. אבער ווי מ'זאגט 'אם אין חורא אין כאן גנב...' איז ממילא איך בין נישט דא געקומען זאגען צו מ'מעג האבן א סמארטפאון אדער נישט נאר לגבי מיין געשיכטע (אנטשולדיגט: אונזער...) האב איך ביז די חתונה נישט געהאט דעם 'חורא' פאר א גנב...

...סוף גנב לתלי'......

לעצט פארראכטן: י"א ניסן התשפ"א 18:04 דורך חיים שיש בהם.

ענטפער: מיין געשיכטע! י"א ניסן התשפ"א 18:34 #271459

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 510 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 326
  • האט שוין געלייקט: 457 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
  • קאָרמא: 42

זיך אביסל אויסצוקלארן איבער וואס איך האב פריערד געשריבן:

נישט די מיטל פון די עדיקשן איז וואס ברענגט עדיקשן.

עדיקשן איז דער נפשיות׳דיגער לאך וואס מען זוכט אנצופילן. (פינטעלע)  
צו דעם איז נישט קיין נפקא מינה וועלכע מיטל מען נעמט זיך אנצופילן דעם לאך. צו איז דאס איבער-עסן, רייכערן, אלקאהאל, ס**ס, פארנאגראפי, געמבלינג, מעדיקעישן אדער דראגס.

פארשטייט זיך אז עס איז א חילוק וועלכע מיטל מען נוצט פאר די עדיקשן. טייל זענען נישט אזוי שעדליך אויף די מינוט אזוי ווי איבער-עסן. און טייל זענען פאטאל אזוי ווי דראגס. די תוצאות איבער די מיטל זענען אנדערש. און פארדעם איז געמאכט געווארן די גדרים וסייגים אז מען זאל נישט צוקומען צו שעדליכע עדיקשן. לדוגמא די רעגירונג וואס קאנטראלירט די דראגס. די רבנים וואס האבן גע׳אסר׳ט די אלע כלים. 
אבער וואס מיר דארפן זיין קלאר איז אז מיר האבן א געברויך און נוצן פון די עדיקשן. עס איז דא ביי אונז פאר א סיבה. עס באדינד אונז מיט עפעס. און דאס איז די רעליעס פון טענשאן וואס מיר זוכן.

וואס דאס איז אונז א נפקא מינה, איז צו אנערקענען אז מיר זענען פשוט קראנק מיט עדיקשן וואס איז דא אונז צו העלפן לינדערן די אנגעצויגנקייט סטרעס און טראמא וואס זיצט אין מח און מען וויל פטור ווערן דערפון.

ווען אונז ווייס מיר אז מיר זענען קראנק ווייסן מיר אז אונז זעמיר נישט שולדיג אויף די קרענק. און אונז ווייס מיר אז אונז דארף מיר ארבעטן אויף זיך. און עס גייט נישט פון זיך אליין נעלם ווערן (הלוואי ווען יא). מיר האבן א חיוב זיך צו היילן.!

איך האף אז איך בין קלאר. אויב נישט פרעג איבער.

יונה׳לע

לעצט פארראכטן: י"א ניסן התשפ"א 18:36 דורך יונה מצאה.

ענטפער: מיין געשיכטע! י"ג אייר התשפ"א 02:34 #271925

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1

טייערע ברידער!
איך דארף שטארקע חיזוק...
איך בין געפאלן עטליכע מאל און זיך שטארק צו קלאפט!
אוי וויי!!! ואני אנא אני בא!!!

ענטפער: מיין געשיכטע! י"ג אייר התשפ"א 08:28 #271929

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13
חיים שיש בהם געשריבן on י"ג אייר התשפ"א 02:34:

טייערע ברידער!
איך דארף שטארקע חיזוק...
איך בין געפאלן עטליכע מאל און זיך שטארק צו קלאפט!
אוי וויי!!! ואני אנא אני בא!!!


חברינו היקר הטהור חיים שיש בהם
ווי שוין איינמאל ערווענט שרייבסט נישט נאר דיין געשיכטע, נאר אונער אלעמען'ס געשיכטע ,אין טאקע דאס וואס די שרייבסט עס איז שווער די דארפסט חיזוק, דאס איז ווייטער אונזער אלעמענס באקאנטע געשיכטע.
עס איז דא טעג וואס גאט געבט אונז א מתנה און עס פארט דורך רואיג אן קיין לאסט וכ"ו, אבער עס איז דא שווערע טעג וואס מען זעהט א גרויסע חומה, אין מען קען נישט גיין ווייטער.
די בעסטע עצה איז פשוט איבער ציגעבן די גאנצע נסיון אין די גאנצע טאג פאר גאט, אין אים זאגן קלאר און עס אויך ארייננעמען אין קאפ, אז איך קען נישט אליין בלייבן ריין איך האב שוין אזויפיל יארן פרובירט, און נאר גאט קען מיר האלטן סאבער אין ער וועט טאקע דיר האלטן ריין אי"ה.
אז די וועסט טוען וואס די דאפסט וועסטו קענען בלייבן סאבער אין ריין ביז הונדערט אין צוואציג "איין טאג אויפאמאל"

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיין געשיכטע! י"ג אייר התשפ"א 10:11 #271935

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

טייערע הייליגע ליבער חבר

כולנו אחים, מיר אלע זענען ברודער, און אפשר אפילו נאך מער, מיר אלע זענען איין הארץ. יעדער שפירט בחוש דעם צווייטנס ווייטאג, דעם צווייטנס פארלוירנקייט, דער צווייטנס מוטשעניש.

ווער נאך ווי אונז קענען פארשטיין דאס וואס דו שפירסט יעצט און וואס דו גייסט דורך. מיר אלע גייען דאס דורך מזמן לזמן. יא, נאך אפאר ריינע טעג קומט א גליטש, און אסאך מאל ברענגט דאס נאך א גליטש און נאך, עס קען זיך ציען אפאר טאג און אמאל מער. וואס זאל איך זאגן, מבשרי אחזה, איך קען מעיד זיין אויף דעם פון מיין הויט און ביינער.

אבער טייערע חבר. ס'איז באקאנט פון הרה"ק ר' נחמן ברעסלווער זי"ע, ווען ער האט געזאגט ווי שווער גייט זיין די רוחניות און אמונה פאר ביאת המשיח, האט ער ציגעלייגט, אז פארוואס זאגט ער דאס? כדי אז ווען די צייט וועט קומען, זאלן זיך די אידישע קינדער ווייניגער דערשרעקן ווייל מ'וועט דאך וויסן פון פאראויס אז אזוי דארף צו זיין, דאס איז די סדר העולם. און אדרבה, דאס וועט זיין פאר זיי א חיזוק, אז אויב די שווערעקייטן קומען שוין, מוז זיין אז מ'האלט שוין נאנט צו משיח.

קען זייך אויך לענינינו.
ווען מ'גייט ארויס צו א מלחמה, א מערכה, ווייסט מען אז מ'גייט נישט אייביג לעקן האניג. ס'איז א חלק פון די מציאות החיים און סדר העולם. אונז פייטן דא. אונז שלאגן זיך. אמאל פאלט מען אמאל געווינט מען.
אבער דו דארפסט עס אריין נעמען אין קאפ פון פאראויס! עס קענען געשען נפילות!! זיי נישט באזארגט. דעמאלטס ווען די נפילות וועלן קומען, וועסטו זיין ווייניגער דערשראקן און ווייניגער אראפ געקלאפט, ווייל דו האסט געוויסט אז עס קען געשען. ס'איז א חלק פון די זאך. [איי פארוואס? כי לכך נוצרת! ויש להרחיב בזה ואכה"מ].

ווען מ'קריכט ארויף א הויעכע בארג, איז עס נישט גרינג. מ'קען גליטשן פון מאל צו מאל. אבער מ'הייבט זיך און מ'קריכט ארויף ווייטער.
די שווערעקייטן ווייזן אז דיין וועג איז גוטע וועג.

איך האב שוין געשריבן פאר אפאר חברים, א טייער ווארט פון הייליגן גר"א זי"ע, אז מ'זעט אין מגילת רות ווי נעמי פרובירט אוועק שיקן אירע צוויי שנירן, ערפה און רות, אבער זיי ווילן נישט צוריק גיין. נאכן מוטשען איז ערפה צוריק, אבער רות וויל נישט צוריק גיין. זי וויל גיין מיט נעמי!

ווען האט נעמי אויפגעהערט מוטשען רות?

שטייט אין פסוק: וַתֵּרֶא כִּי מִתְאַמֶּצֶת הִיא לָלֶכֶת אִתָּהּ וַתֶּחְדַּל לְדַבֵּר אֵלֶיהָ!

זי האט געזען אז פלוצלינג ווערט שווער פאר רות צו גיין, זי דארף זיך אנשטערענגען, כי מתאמצת היא ללכת!

האט נעמי פארשטאנען אז זי מיינט עס ערסנט! אויב עס קומט איר אן שווער, האט זי אן אמתע גוטע כוונה. דערפאר ותחדל לדבר אליה.

זאגט די הייליגער גר"א, אז ווען מ'זעט אז עס גייט שווער, דאס איז די סימן אז מ'גייט גוט!

איז טייערע הארציגע ברודער, זאל זיין וואס זאל זיין, זאל געשען וואס זאל געזען, שאקל דיך אפ פון אלעס וואס האט פאסירט. פארגעס וואס איז געשען. קום צוריק אהיים מיט א פרישקייט. מיט שמחה. כל זמן וואס "חיים שיש בהם", מ'האט לעבן, איז קיינמאל "נישט שפעט"...

פרוביר און א רואיגע מינוט אויך זעהן וואס האט דיר גורם געווען. טריגער'ס? אינטערנעט? ליידיגע צייט? אנגעצויגנקייט?

אלע חברים זענען דא פאר דיר בכל לב ובכל נפש!!

חזק ואמץ.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: י"ג אייר התשפ"א 10:21 דורך נישט שפעט.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ' אייר התשפ"א 23:57 #272164

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1

אוי וויי!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
כ'צעהאק מיך און צעזעץ מיך!!! אוי איז דאס געווען א געזינטע גליטש....!
טאטע העלף!!!!! ראטעוועט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

לעצט פארראכטן: כ"א אייר התשפ"א 10:44 דורך חיים שיש בהם.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"א אייר התשפ"א 19:23 #272179

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 4

חיימ'ל, אוי וויי, איך וויל דיר אזוי שטארק העלפן, איך האב זייער ענליכע שטריכן צו וואס דו דערציילסט, איך פלעג אמאל ארבעטן אליינס וכו', היינט ב"ה בין איך א ארבייטער אין א גוט געפליטערטע ארבייט פלאץ, בנוסף וואס עס זענען דא נאך ארבייטערס אגאנצן טאג בין איך נישט אויסגעשטעלט צו די נסיון יעדן טאג

אפשר מאכסטו א וועב חבר וואס קען זעהן יעדע סוירטש וואס דו מאכסט? אפשר וואלט דיר געהאלפן א לעבעדיגע חבר וואס דו רופסט יעדע מאל דו ביזט ליידיג און האבט א נסיון?

אידן קומטס אריין העלפן דעם חיימ'ל

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.
לעצט פארראכטן: כ"א אייר התשפ"א 19:30 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"א אייר התשפ"א 19:24 #272180

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 4
.
דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.
לעצט פארראכטן: כ"א אייר התשפ"א 19:25 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"ח אייר התשפ"א 08:36 #272314

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

ידידי היקר "חיים שיש בהם"
מזל טוב לכבוד דיין הייליגע ריינע וואך!!
א וואך איז א חפצא, א ברייה, א דבר השלם.
חזק ואמץ אויף ווייטער.



"בפסוק [קהלת ז כז] ראה זה מצאתי אמרה קהלת אחת לאחת למצוא חשבון. יש לרמז, כי 'קהלת' רומז על יום עצרת שנקרא 'יום הקהל', כמ"ש בפרשת עקב [דברים ט י] 'אשר דבר ד' עמכם בהר מתוך האש ביום הקהל'. וזוכין ליום המובחר הזה על ידי מצות ספירה. וזהו 'אחת לאחת למצוא חשבון', על ידי שסופרין אחת לאחת, כי בתחלה סופרין לימים אחדים, ואחר כך כוללין שבעה ימים לעשות מהם שבוע אחת, עד שגומרין החשבון"

אמרי נועם להרה"ק מדזיקוב זי"ע, לשבת חוהמ"פ

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"ח אייר התשפ"א 12:20 #272319

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 4

א גרויסע שמחה אז חיים לעבט און ארבעט!

הצלחה אויף ווייטער בעז"ה!

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.
לעצט פארראכטן: כ"ח אייר התשפ"א 13:25 דורך עיניו בראשו.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"ט אייר התשפ"א 15:21 #272365

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1
נישט שפעט געשריבן on כ"ח אייר התשפ"א 08:36:

ידידי היקר "חיים שיש בהם"
מזל טוב לכבוד דיין הייליגע ריינע וואך!!
א וואך איז א חפצא, א ברייה, א דבר השלם.
חזק ואמץ אויף ווייטער.



"בפסוק [קהלת ז כז] ראה זה מצאתי אמרה קהלת אחת לאחת למצוא חשבון. יש לרמז, כי 'קהלת' רומז על יום עצרת שנקרא 'יום הקהל', כמ"ש בפרשת עקב [דברים ט י] 'אשר דבר ד' עמכם בהר מתוך האש ביום הקהל'. וזוכין ליום המובחר הזה על ידי מצות ספירה. וזהו 'אחת לאחת למצוא חשבון', על ידי שסופרין אחת לאחת, כי בתחלה סופרין לימים אחדים, ואחר כך כוללין שבעה ימים לעשות מהם שבוע אחת, עד שגומרין החשבון"

אמרי נועם להרה"ק מדזיקוב זי"ע, לשבת חוהמ"פ


א גרויסע יישר כח פאר די טייערע חיזוק ווערטער מיט די טרעפליכע ווערטער פון הרה"ק מדזיקוב זי"ע!!!

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"ט אייר התשפ"א 19:36 #272375

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13

מזל טוב חיים!!!
עס איז א געוואלדיגע שמחה צי זעהן ב"ה דיין הצלחה
זאל דיר גאט געבן ריינקייט ביז די הונדערט אין צוואנציג, "איין טאג אויפאמאל"

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיין געשיכטע! כ"ט אייר התשפ"א 22:32 #272378

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1
הודו לד' כי טוב!!!
ברוך השם נאך איבער א וואך צייט פון זיך ארום רייסן מיט מיין פילטער קאמפאני איז מיר ענדליך געלונגען צו בלאקירן מיין אינטערנעט 100 פראצענט!!! מ'קען גארנישט סורטשען וכדו' נאר אי מעיל, באנק אקאונט, היט דיינע אויגען און דעט"ס אי"ט!!!! און רבותי רעדס אייך נישט איין תירוצים "לצורך פרנסה וכו" ס'איז אלץ "שטותים" איך האב ברוך השם א גרויסן ביזנעס... מ'האט מיר פראבירט איינרעדן די "מיזט" האבן דעס די "מיזט" האבן יענס....  שטותים והבלים!!!!!!!!!!!!!!!!!! מיזט גארנישט האבן!!!! חוץ א פילטער...   צו איך קען זאגען אז ס'קומט מיך אהן גרינג??? בכלל נישט זיכער... אבער אהן א פילטער איז סאך סאך שווערער הן ברוחניות הן בגשמיות והן איפעקט עס גאר שטארק פארן הצלחה פונעם ביזנעס!!!!!

כ'האב נישט מער וואס צוצולייגן................................................................

ענטפער: מיין געשיכטע! א' סיון התשפ"א 10:21 #272385

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12
חייב אני לומר מתי יגיעו מעשי למעשיך...



טאטע זיסער, גיב מיר דעם רצון, פלאקער מיר אויף מיין הארץ.
פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: מיין געשיכטע! א' סיון התשפ"א 13:18 #272391

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1
שלום אהליך געשריבן on א' סיון התשפ"א 10:21:
חייב אני לומר מתי יגיעו מעשי למעשיך...



טאטע זיסער, גיב מיר דעם רצון, פלאקער מיר אויף מיין הארץ.

נו, אומר ועושה!!! צו לייגן א שטארקע פילטער איז נאר איין קליינע שטארקע החלטה... אהן א פילטער איז עס מיליאנע שווערע החלטות יעדע רגע בתמידית...

ענטפער: מיין געשיכטע! א' סיון התשפ"א 19:30 #272435

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 58
  • האט שוין געלייקט: 39 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 4
חיים שיש בהם געשריבן on כ"ט אייר התשפ"א 22:32:
הודו לד' כי טוב!!!
ברוך השם נאך איבער א וואך צייט פון זיך ארום רייסן מיט מיין פילטער קאמפאני איז מיר ענדליך געלונגען צו בלאקירן מיין אינטערנעט 100 פראצענט!!! מ'קען גארנישט סורטשען וכדו' נאר אי מעיל, באנק אקאונט, היט דיינע אויגען און דעט"ס אי"ט!!!! און רבותי רעדס אייך נישט איין תירוצים "לצורך פרנסה וכו" ס'איז אלץ "שטותים" איך האב ברוך השם א גרויסן ביזנעס... מ'האט מיר פראבירט איינרעדן די "מיזט" האבן דעס די "מיזט" האבן יענס....  שטותים והבלים!!!!!!!!!!!!!!!!!! מיזט גארנישט האבן!!!! חוץ א פילטער...   צו איך קען זאגען אז ס'קומט מיך אהן גרינג??? בכלל נישט זיכער... אבער אהן א פילטער איז סאך סאך שווערער הן ברוחניות הן בגשמיות והן איפעקט עס גאר שטארק פארן הצלחה פונעם ביזנעס!!!!!

כ'האב נישט מער וואס צוצולייגן................................................................


מיין הארץ איז פול מיט פרייד אויף די מוראדיגע גבורה וואס דער חיים האט באוויזן! קענמיר גוט די שוועריקייטן..... פונקט היינט האט א טעקנישן געארבעט ביי מיין ארבעט פלאץ און האט געדארפט אראפנעמען די פילטער, איך האב אים געבעטן עס צוריקצולייגן, ער ענטפערט: אודאי, אין איין מינוט.. ווען ער האט שוין געהאלטן ביים גיין דערמאן איך אים צורוקצולייגן (איך האב מיר געשעמט משוגע צו מאכן...), זאגט ער יא, זיכער, אין איין מינוט......

וואס מיינסטו? עטליכע מינוט נאך וואס ער איז אוועקגעגאנגען בין איך געוועהן מיטן פילטער קאמפעני אויפן ליין עס צוריקצולייגן.............

דאס איז עס, דאס איז אונזער עבודה דא...... און ב"ה פאר חיים'ס שטארקייט און הצלחה! זאלסט ווערן א עושר אדיר און נישט פארגעסן צו שטיצן הד"א.......

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: מיין געשיכטע! נעכטן 01:28 #272446

  • חיים שיש בהם
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 18
  • האט שוין געלייקט: 95 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל
  • קאָרמא: 1

פונקט היינט האט א טעקנישן געארבעט ביי מיין ארבעט פלאץ און האט געדארפט אראפנעמען די פילטער, איך האב אים געבעטן עס צוריקצולייגן, ער ענטפערט: אודאי, אין איין מינוט.. ווען ער האט שוין געהאלטן ביים גיין דערמאן איך אים צורוקצולייגן (איך האב מיר געשעמט משוגע צו מאכן...), זאגט ער יא, זיכער, אין איין מינוט......

וואס מיינסטו? עטליכע מינוט נאך וואס ער איז אוועקגעגאנגען בין איך געוועהן מיטן פילטער קאמפעני אויפן ליין עס צוריקצולייגן.................

אשרי חלקך!!!!!!!
איך בין דיר באמת מקנא! נישט אייביגאיז מען אין די ריכטיגע מוחין צו קענען גלייך מתגבר זיין און שוין תיכף רופן..... ס'איז מיר א געוואלדיגע חיזוק צו הערן!!!

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.52 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא