ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: א ניק וואס וויל זיין נקי 357 באזוכער

א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ו אייר התשפ"א 20:27 #272038

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

א שעפעלע זי דרייט זיך ארום,
עפעס א שטיקל גרינס זי זוכט,
קוקט זיך ארום אומעטום,
אט באגעגנט זי א ליבליכן געזיכט.

גייט צו מיט בענק און בעט,
אפשר עפעס עסן האסטו פאר מיר,
א אויסעגשטרעגקטער ארעם זי זעט,
קום אריין עפענט ער די טיר.

די שעפעלע נישט זי ווייסט,
ווער איז די געזיכט באדעקט מיטן מאסקע,
וואס באהאלט זיין אכזריות'דיגן גייסט,
און שלעפט איר אריין אין פאסטקע.

וואס איז דאס שפעלע אזוי שולדיג,
אריינגעבלאנדזשעט אין זומפ אריין,
קוקט ארויף אויפן הימל אומגעדולדיג,
ווען וועל איך שוין פון דא ארויסגיין.

פרובירט אלעס וואס זי קען אלץ ידען און בקי,
אבער אלעס געענדיגט מיט גארנישט,
אזוי שטייט דארט אינעם זומפ "ניק נקי",
אינגאנצן צעמישט....

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ו אייר התשפ"א 23:39 #272039

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

שלום וברכה. עס פרייד זיך דיר צו זעהן דא!

וויפיל איך געדענק ביסטו נישט אזוי ניי דא. אדער איז שוין געווען בעפאר איינער מיט דער ניק. ריכטיג?

יונה׳לע

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 06:50 #272045

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

שעפעלע שעפעלע זאלסטו וויסן

זאל דיין הארץ נישט ווערן צוריסן

א אידישע נשמה האט א צוועק

צו די מיטמאכענישן וועט קומען אן עק

ודבק לבנו דיין הארץ זיי מחזק

ווי גרעסער די ירידה איז להזיק

אזוי גרויס איז די עליה לתועלת

ירידה איז לצורך עליה לתפארת

פאר יעדעם איז אלעס באשריבן

פון ווען, ביז ווען, מ'זאל זיין אין די גריבן

מיט וויפל ירידות ער זאל לעבן

ווען די ניצוץ זאל א פלאקער געבן

ליבער ברודער, האסט א הייליגע נשמה, אזוי ליכטיג

האסט א תכלית וואס נאר דו קענסט אויפטוהן ריכטיג

נישט לחינם האט מען דיר געשיקט אויף דעם וועלט

אלע לעכצטן דיר זעהן צוריק קומען ריין אין געצעהלט

בלייב דא צדיק'ל מיט אונז, דא איז דיין צוועקל

אונז וועלן דיר העלפן שלעפן די שווערע פעקל

אינו דומה יחיד לרבים, זיין אליין איז נישט גוט

דא שעצט מען דיר, מ'פארשטייט, מ'פילט מיט

לַכל - זמן ועת, לכל תכלה - קץ ראיתי

יעצט איז די באשערטע מינוט, קווה קוויתי

פארליר נישט די התעוררות די געלעגנהייט

עס קומט א נייע לעבן פון אמתע פרייהייט

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: ט"ז אייר התשפ"א 06:52 דורך נישט שפעט.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 10:44 #272051

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

קיין גרויסער גראמער בין איך נישט (דערווייל. . . ) אבער איך קען דיר אויפנעמען מיט א פשוטער ווארימער ברוכים הבאים !!

קום אריין מאך דיר באקוועם, טייל מיט מיט אינז פון ווי די קומסט, אין נאך וויכטיגער ווי אזוי דיין וועג צי ריינקייט גייט!!

מיר זענען איין גרויסער משפחה דא, מיט איין ציל צי זיין היינט ריין, נישטא קיין נעכטן אין נישטא קיין מארגן, קוק נאר אויף היינט, ווייל נאר אזוי קומט מען אן צי אסאך ריינע טעג!!!

אסאך הצלחה. מיר ווארטען צי הערן פין דיר!! זייער קלאר אין שיין אריינגעקימען אויפן ערשטן פאסט!!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 12:05 #272056

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

ברודער טייערע, איך האב געזעהן אז יונה'לע שרייבט אז דו האסט זיך שוין איינגעשריבן א שיינע שטיק צייט האב איך געכאפט א שנעלע בליק אויף דיין פראפייל און געזעהן אז דו ביזט שוין טאקע דא פון טו"ב אדר ב' תשע"ט, דאס איז טאקע א שיינע שטיק צייט.
לאמיר דיר פארציילן א טראפ איבער מיר, איך האב מיך אהער איינגעשריבן ר"ח סיון תשע"ה און דאס איז מיין ערשטע תגובה איך האב דאן געשריבן און געווען אקטיוו פאר גאר א קורצע צייט ביז ט"ז סיון תשע"ה, דאן בין איך אראפ געפלויגן צום תהום און געווען דארט סטאק ביז אדר תש"פ ווען הקב"ה האט מיר געהאלפן און מיר ארויפגעפירט צוריק בדרך הישר, וואס איז דעמאלסט געשען? כ'ווייס נישט אבער אזויפיל יא, פון דעמאלסט וויל איך באמת זיך העלפן, מיין רצון צו בלייבן ריין און הייליג איז שטאל שטארק און איך פרוביר זיך גענצליך איבערגעבן פארן אויבערשטען ווייל איך ווייס אז איך אליין בין מאכטלאז און גארנישט בכח אליין צו טוען.
טייערע ליבער ברודער, שפרונג אריין אין ריקאווערי, וועסט זעהן ווי זיס דאס איז, האסט שוין געהאט די הפסק, יעצט קענסטו אנהויבן מיט א פעסטקייט ארבעטן, פרינט ארויס די האנט בוך און הויב אדורך גיין דח כלים וואס ווערן געברענגט דארט, גיי אדורך כלי ביי כלי און טוה וואס דארט שטייט, ארבעט שווער ווייל לפום צערא אגרא, און די פרותיהן בעולם הזה איז גרויס, פשוט מ'הויבט אהן לעבן, ווי דו ביג בוק זאגט אונז: "לעבן וועט באקומען א אנדערע באדייט" דאס איז א ריזיגע הבטחה, און טאמער מעג איך משפר זיין דאס לשון לעבן וועט באקומען א אנדערע באדייט, וועסט זעהן ווי דאס לעבן ווערט א לעבן פיל מיט געשמאק ברוחניות און בגשמיות.
הויב אהן טראקן, לחיים ולשלום.
אחיך אוהבך מצפה לראותך ברום המעלה
שלום אהליך

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 12:22 #272061

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 5
ניק-נקי געשריבן on ט"ו אייר התשפ"א 20:27:

א שעפעלע זי דרייט זיך ארום,
עפעס א שטיקל גרינס זי זוכט,
קוקט זיך ארום אומעטום,
אט באגעגנט זי א ליבליכן געזיכט.

גייט צו מיט בענק און בעט,
אפשר עפעס עסן האסטו פאר מיר,
א אויסעגשטרעגקטער ארעם זי זעט,
קום אריין עפענט ער די טיר.

די שעפעלע נישט זי ווייסט,
ווער איז די געזיכט באדעקט מיטן מאסקע,
וואס באהאלט זיין אכזריות'דיגן גייסט,
און שלעפט איר אריין אין פאסטקע.

וואס איז דאס שפעלע אזוי שולדיג,
אריינגעבלאנדזשעט אין זומפ אריין,
קוקט ארויף אויפן הימל אומגעדולדיג,
ווען וועל איך שוין פון דא ארויסגיין.

פרובירט אלעס וואס זי קען אלץ ידען און בקי,
אבער אלעס געענדיגט מיט גארנישט,
אזוי שטייט דארט אינעם זומפ "ניק נקי",
אינגאנצן צעמישט....


זייער שיינע גראמען געוועהן, יעצט הייבט מען אן שנה ראשונה, 'נָקִי' יִהְיֶה לְבֵיתוֹ שָׁנָה אֶחָת....

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 15:08 #272069

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל
אנבעליוועבל וואסס דא טוט זיך.
יעדער איינער איז דא מיטן גאנצן הארץ פאר א צווייטן.
איך בין שוין דא אלט אבער נישט אקטיוו.

ש'כח נישט שפעט פאר די הערליכע גראמען.

איך בין אויך נישט קיין ספעציעלע גראמער, כ'בין נאר געווען אין א מצב וואס איך האב מיר אויסגעגעבן אין א פארעם פון גראמען.

שכ'ח שלום אהלך פאר די גיידליינס.

שכ'ח יעדער.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 15:39 #272072

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

געלויבט דעם באשעפער בין איך שוין איין טאג ריין.
איך בעט אים אויף ווייטער.

נישט שפעט אין ליין נאכאמאל און נאכאמאל דיינע גראמען, האסט עס געמאכט ספעציעל פאר מיר?

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 16:15 #272077

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 405 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2027
  • האט שוין געלייקט: 1131 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3787 מאל
  • קאָרמא: 68

וועלקאם בעק!!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 16:19 #272084

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
ניק-נקי געשריבן on ט"ז אייר התשפ"א 15:39:

געלויבט דעם באשעפער בין איך שוין איין טאג ריין.
איך בעט אים אויף ווייטער.

נישט שפעט אין ליין נאכאמאל און נאכאמאל דיינע גראמען, האסט עס געמאכט ספעציעל פאר מיר?


זיכער פאר דיר ספעציעל וואספאראשאלע
דו הייבסט אן ארויף גיין מעלה מעלה
והיית למעלה ולא תהיה למטה
דאס בעט אייביג פון דיין הייליגע טאטע

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז אייר התשפ"א 16:35 #272088

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

און א עקסטערע מזל טוב לכבוד דיין ערטשע טאג!
ויהי ערב ויהי בוקר יום אחד.
די ערטשע איז די חשוב'סטע, ווייל אן א ערשטע איז נישט דא א צווייטע און א דריטע...
חזק ואמץ לכבוד דיין התחלה

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי כ' אייר התשפ"א 13:37 #272139

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

מ'האט שוין לאנג נישט געהערט פון ניק נקי.
"ניק נקי" עולה כמנין "ואשובה", קום צוריק און לאז זיך הערן.
עס מוז נישט זיין מיט גראמען 
מ'ווארט הערן פיינע נייעס

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי כ"ג אייר התשפ"א 09:22 #272223

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

השבת אבידה
אויב איינער טרעפט א ריינעם ניק [ניק נקי בלע"ז], ביטע מקיים זיין מצות השב תשיבם, און אים צוריק אהיים ברענגען.
שוין פארשוואונדן א וואך צייט
די זארג איז גרויס

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי כ"ט אייר התשפ"א 16:43 #272369

  • i want
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 157
  • האט שוין געלייקט: 216 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
  • קאָרמא: 1

מיין הארץ גייט אויס פאר שרעק . . . ווי איז ער???

איינער האט אפשר געזען ניק-נקי

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי כ"ט אייר התשפ"א 18:10 #272373

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

איך האב געשריבן און בטעות זיך אויסגעמעקט. הכל בהשגחה. איך וועל עס איבערשרייבן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי כ"ט אייר התשפ"א 18:13 #272374

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

קודם זיך באדאנקען פאר די געטרייע חברים וואס האבן מיך אינזין.

בקיצור די מעשה, דעם פרייטאג איז פלוצלונג אנגעקומען אז דרייוו צו קוקן קליפס. און נאך פאר וואס ווען האב איך שוין געהאלטן אינמיטן ליידער.

ערגעץ אינמיטן האט זיך מיר געדאכט אז איך הער איינעם אריינקומען ביי מיר , בין איך אויפגעטאנצן פון שרעק און אלעס אויסגעלאשן.

למעשה האב שוין גארנישט געטון פון דעמאלטס, אבער איך בין געבליבן גוט אפגעפאטשט, ווייל א דורכפאל בין שוין ממילא, און זיך אויסגעבן אויך נישט. בקיצור נישט אהער נישט אהין.

מיין שאלה איז יעצט אויב בין איך נישט אנגעקומען צום "גמר" דארף אנהויבן פון פריש אדער נישט.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי א' סיון התשפ"א 01:58 #272381

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1080 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1541
  • האט שוין געלייקט: 2749 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2349 מאל
  • קאָרמא: 17
ניק-נקי געשריבן on כ"ט אייר התשפ"א 18:13:

קודם זיך באדאנקען פאר די געטרייע חברים וואס האבן מיך אינזין.

בקיצור די מעשה, דעם פרייטאג איז פלוצלונג אנגעקומען אז דרייוו צו קוקן קליפס. און נאך פאר וואס ווען האב איך שוין געהאלטן אינמיטן ליידער.

ערגעץ אינמיטן האט זיך מיר געדאכט אז איך הער איינעם אריינקומען ביי מיר , בין איך אויפגעטאנצן פון שרעק און אלעס אויסגעלאשן.

למעשה האב שוין גארנישט געטון פון דעמאלטס, אבער איך בין געבליבן גוט אפגעפאטשט, ווייל א דורכפאל בין שוין ממילא, און זיך אויסגעבן אויך נישט. בקיצור נישט אהער נישט אהין.

מיין שאלה איז יעצט אויב בין איך נישט אנגעקומען צום "גמר" דארף אנהויבן פון פריש אדער נישט.


שלום וברכה, קענסטעך מיט מיר פארבינדן אין הענגאוטס צו This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it איך ועל מיך משתדל זיין צו העלפן בסייתא דשמיא

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי א' סיון התשפ"א 18:32 #272426

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
ניק-נקי געשריבן on כ"ט אייר התשפ"א 18:13:

קודם זיך באדאנקען פאר די געטרייע חברים וואס האבן מיך אינזין.

בקיצור די מעשה, דעם פרייטאג איז פלוצלונג אנגעקומען אז דרייוו צו קוקן קליפס. און נאך פאר וואס ווען האב איך שוין געהאלטן אינמיטן ליידער.

ערגעץ אינמיטן האט זיך מיר געדאכט אז איך הער איינעם אריינקומען ביי מיר , בין איך אויפגעטאנצן פון שרעק און אלעס אויסגעלאשן.

למעשה האב שוין גארנישט געטון פון דעמאלטס, אבער איך בין געבליבן גוט אפגעפאטשט, ווייל א דורכפאל בין שוין ממילא, און זיך אויסגעבן אויך נישט. בקיצור נישט אהער נישט אהין.

מיין שאלה איז יעצט אויב בין איך נישט אנגעקומען צום "גמר" דארף אנהויבן פון פריש אדער נישט.


טייערע הייליגע ליבער חבר.
על פי חוקי הטשארט, ווערט גערעכנט א נפילה נאר אויב ס'איז געשען בפועל. אויב מ'האט זיך אפגעשטעלט פאר די "גמר", נישט קיין חילוק די סיבה, הייסט עס נישט א פאל און מ'קען ממשיך זיין ציילן. 
טאקע כדאי זאלסט נאך היינט צייכענען ביים טשארט אז ביסט נאך ריין, ווייל שוין 14 טעג האסטו עס נישט געטוהן... דיין נאמען איז שוין רויט, אכטונג...


און בנוגע דיין נישט געשמאקע הרגשה, פון "נישט אהער נישט אהין", איך פארשטיי דיר זייער גוט, שוין אויך געהאט כמה פעמים.
אבער מ'דארף וויסן אז אפילו אויב עס געשעט יא די "אהער" [אדער די "אהין", איך ווייס נישט פונקט וועלכע חלק מיינט די "גמר"...] טאר מען אויך נישט זיך פראלירן, נאר ווי שנעלער משתדל זיין מסיח דעת זיין און מתחזק זיין מיט שמחה און מיט אמונה אויף פון יעצט אין ווייטער. אריין קומען מיט דערציילן און בעטן חיזוק און באקומען עצות הדרכות תפילות און געפיל.

לגבי וואס דו שרייבסט "אינמיטן האט זיך מיר געדאכט אז איך הער איינעם אריינקומען" - פארשטייסט אליין וואס די קול איז געווען, יא? די קול איז געווען די "בת קול היוצאת מהר חורב", וואס דאס וועקט אויף א מענטשט לתשובה.
כעין זה שרייבט די הייליגער תולדות זי"ע פרשת ויקרא:



דהקשה מורי מה שאמרו חז"ל (אבות ו, ב) בכל יום בת קול יוצאת מהר חורב ומכרזת וכו'. ממה נפשך, אם אי אפשר שישמע שום אדם הכרוז הזה א"כ למה יוצא בת קול כלל, ואם אפשר שישמע, א"כ מ"ט לא נשמע... וביאר כי למעלה אין אומר ואין דברים רק עולם המחשבה, א"כ מה שמגיע לאדם הרהורי התשובה הוא מן הכרוז וכו' ודפח"ח. הרי כי אם יטה אוזן לשמוע קול הקריאה והכרוז אפשר לכל אדם שישמע והיינו במחשבה.



נאך א וויכטיגע זאך:
דו מוזט זעהן צו בלאקן די אלע מקורות וואס שיקן דיר דרייוו מיט זאכן וואס ברענגען מכשולות. דאס די ראשית, די התחלה. דאס וועט זיין בגדר "הבא" לטהר, מסייעין אותו.


זיי דיך מחזק ברודער, אלע ווארטן פאר דיין הצלחה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ג' סיון התשפ"א 10:12 #272501

  • ניק-נקי
  • איצטיגע שטרעקע: 6 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 7
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

געאפדעיט מיין טשארט.
6 טעג נקי!
יישר כח פאר די וואס קומען אריין מיט חיזוק, עס געבט מוט אנצוגיין ווייטער.
ב"ה מיין קאמפיוטער איז אינגאנצן געפילטערט, איך ביזדערווייל נישט אנקומען אין ערגעץ, אבער אין מיין אפיס האב איז דא נאך א קאמפיוטער וואס באלאנגט נישט פאר מיר, איך האב עקסעס צו עס ווען עס איז ליידיג, דארט איז אויך דא א גוטע פילטער, אבער דאך האב איך דארט לעכער דורך וואו איך קען אנקומען.

איך בעט פאר מיר און פאר אלע חברים א יום נקי.
א גוט שבת.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ג' סיון התשפ"א 13:52 #272508

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

אה שכח פארן אפדיעט, דער עולם האט געווארט דערויף...
זאל דיר גאט געבן נאך א טאג ריין. 
אין ביטע קום מער אפט אפדיעטן מיר ווילן מיטהאלטן דיין הצלחה בס"ד

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ג' סיון התשפ"א 15:14 #272509

  • יחיאל
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • זוך שטארקען
  • מעלדונגען: 1125
  • האט שוין געלייקט: 5883 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1008 מאל
  • קאָרמא: 21
welcome back

זוך שטארקען און נאכאמאל זוך שטארקען בוז מען וועט ווערן 
א גיבור  [הכובש את יצרו]

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט' סיון התשפ"א 14:43 #272588

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

וואס איז מיט ניק-נקי??
מ'ווארט דיר גאר שטארק.
קומסט און ווערסט נעלם? וואס טוהט זיך דא?
ברענג א צעטל פון דיין טאטע...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: א ניק וואס וויל זיין נקי ט"ז סיון התשפ"א 13:36 #272698

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

וואס הערט זיך הייליגע חבר?
שוין לאנג זעהט מען דיר נישט

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.34 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא