ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: פארשטענדליך'ס טרעד 217 באזוכער

פארשטענדליך'ס טרעד י"ז אייר התשפ"א 09:41 #272099

  • פארשטענדליך
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0

א גוט מארגן פארשטענדליכע חברים,
איך צייל שוין ברוך השם היינט מיין 39'סטע טאג ריין אויפן סייט, איך שעפ חיזוק פון אלע פארשטענדליכע חברים דא אויף הדא, סיי פון די מאמרים, און פשוט פון זיך דרייען אין אזא הייליגע סביבה, דער באשעפער זאל מיר געבן כח אויף ווייטער צו זיין אויפריכטיג און פארשטענדליך,
יישר כח גדול!
ענקער נייע חבר. פארשטענדליך

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד י"ז אייר התשפ"א 09:48 #272100

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

זייער פארשטענדליך
פאר ווייטער מיט א פעסטקייט און ה' זאל זיין מיט דיר.

געדענק נאר איין זאך, אפי' אמאל איז עפעס נישט אזוי פארשטענדליך מאכט נישט אויס, דער באשעפער איז דער וואס טוט אלעס און ער פארשטייט, נא וואס דארף מען מער אז דער גרויסער באשעפער וואס וויל נאר אונזער גוטס פארשטייט...

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד י"ז אייר התשפ"א 11:08 #272103

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13

עס איז פשוט פארשטענדליך צי געבן א מזל טוב צי דיין נייע טרעד, אין אזוי אויך פאר דיין דערגרייכונג צי 39 טעג סאבער. 
שכח פארן אונז אלע אריינברענגען אין דיין  ניסעה אונז זאלן קענען מיט האלטן דיין רייזע, וואס קוקט אויס צי זיין גאר סוקסעפול, זאל גאט דיער ווייטער העלפן.
עס גייט אריין א מוירעדיגע חיות ווען מען זעהט עס קומט אריין א פרישע חבר אין איז גלייך מצליח ב"ה.
זאל דיר גאט ווייטער געבן כח זאלסט קענען בלייבן סאבער בז די הונדערט אין צוואנציג. "איין טאג אויפאמאל"

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד י"ז אייר התשפ"א 16:49 #272107

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 42
  • האט שוין געלייקט: 192 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

מזל טוב הרב פארשטענדליך צו דיין נייע טרעיד

מזל טוב הרב פארשטענדליך צו דיינע 39 ריינע טעג

השי"ת זאל דיר געבן כח אנצוגיין מיט א פרישקייט עד מאה ועשרים געזינטערהייט

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ' אייר התשפ"א 13:31 #272138

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

ווי פארשטענדליך איז וואונטשן אונזער חבר לכבוד די נייע טרעד און לכבוד די 42 טעג.
ס'איז א גרויסע חיזוק זעהן א נייע חבר הייבט אן ציילן פון ווען ער האט זיך איינגעשריבן דא, און ער ציילט פיין ב"ה.

מ"ב ימים זענען רומז אויף די מ"ב מסעות פון בני ישראל אין מדבר, און ווי עס שטייט אין ספה"ק גייט יעדע איד דורך בחייו מ"ב מסעות.
אונז דא אין הד"א קענען דאס זיכער מעיד זיין, וויפל מסעות אונז גייען דורך, עליות און ירידות, רעכטס און לינקס, אבער צום סוף וועט מען בעז"ה אנקומען. אויב מ'פארט קומט מען אן.
חזק ואמץ. שרעק דעך נישט פון גארנישט. געדענק אייביג אז דיין ליבער טאטע אין הימל באגלייט דיר כסדר און נעמט נישט אראפ א אויג! הנה לא ינום ולא יישן שומר ישראל.
ווען דו וועסט דאס געדענקען, וועלן זאכן גיין גרינגער.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ' אייר התשפ"א 13:33 דורך נישט שפעט.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ' אייר התשפ"א 16:26 #272152

  • טוב לי
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 42
  • האט שוין געלייקט: 192 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

מזל טוב צו דיינע 42 טעג 

42 טעג זענען די "ימי השובבים" וואס כידוע איז עס תשובה צו טון אויף די ענינים, און אז מזעהט אונזער חבר גייט מיט אזא שטארקייט און האלט שוין ביי 42 טעג איז עס ווי ער שרייט אויס ברבים "שובו בנים שובבים" יא סאיז מעגליך, יא מקען, יעדער קען, מיט א אמת'דיגע רצון קען מען אלעס אפילו וואס סקוקט אויס אוממעגליך.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ"ג אייר התשפ"א 20:10 #272238

  • פארשטענדליך
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0

חבל על דאבדין!!
נאכן אפשרייבן מיין איבערלעבעניש האט זיך עס דעליטעד ל"ע ועוד חזון למועד.
ענקער חבר, פארשטענדליך

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ"ג אייר התשפ"א 20:12 #272239

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13
פארשטענדליך געשריבן on כ"ג אייר התשפ"א 20:10:

חבל על דאבדין!!
נאכן אפשרייבן מיין איבערלעבעניש האט זיך עס דעליטעד ל"ע ועוד חזון למועד.
ענקער חבר, פארשטענדליך


אוי קען איך גוט די געפיל שוין געהאט אפאר מאל, עס איז שווער.
ימלה ה' את החסרון...

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ"ד אייר התשפ"א 08:38 #272244

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

די וואס האבן שוין מיטגעמאכט אז אנטוישונג זאגן אז ס'איז אלץ גוט ווען מ'שרייבט אראפ א לענגערע ארטיקל זאל מען עס אפטייפן אין אימעיל ווי ס'ווערט Auto-saved און דערנאך פעיסטן צום סייט, ובדידי הוא עובדא כמה פעמים ביז כ'האב מיר אויסגעלערנט די טעכניק

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ"ד אייר התשפ"א 08:43 #272245

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16
שלום אהליך געשריבן on כ"ד אייר התשפ"א 08:38:

די וואס האבן שוין מיטגעמאכט אז אנטוישונג זאגן אז ס'איז אלץ גוט ווען מ'שרייבט אראפ א לענגערע ארטיקל זאל מען עס אפטייפן אין אימעיל ווי ס'ווערט Auto-saved און דערנאך פעיסטן צום סייט, ובדידי הוא עובדא כמה פעמים ביז כ'האב מיר אויסגעלערנט די טעכניק


נאך בעסער אין א WORD, אזוי איז גרינגער פארעכטן און טוישן, מאכן באלד וכו', און דערנאך פעיסטן צום סייט

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ"ד אייר התשפ"א 08:58 #272247

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

אמת, א ווארד איז אבער נאר גוט אויף א פריוואטע קאמפיוטער, וההסבר מיותר

פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד כ"ח אייר התשפ"א 08:24 #272311

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

א הארציגע מזל טוב לכבוד יום החמישים!
כ"ה יתן ה' כ"ה יוסיף!

מיר ווארטן הערן פון דיר עפעס מער...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 10:18 #272459

  • פארשטענדליך
  • איצטיגע שטרעקע: 53 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 4
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
  • קאָרמא: 0

פארשטענדליכ'ס געשיכטע
פארט זיך אזוי געמיטליך א קאר אויפן ראוד,א שווארצע קנויל פון רויעך שלייכט זיך ארויס פון הינטערוויילעכס און דרייט זיך צווישן גאסן ארויף און אראפ, ביז ער גריייכט אט אט דעם רעמפ ארין צום הייוועי, ער גיבט א בליק לכאן ולכאן און ער רוקט זיך אריין אינעם שנעלפארנדע שאסיי מיט אן אימפעט, דער קאר פארט שנעלער און שנעלערער ביז ער גרייכט שוין אט אט דעם ספיד פונעם הייוועי, נאכן פארן א שטיקל וויילע שפירט ער ווי די קאר פארט אביסל צו שנעל! ער דריקט אראפ דעם ברעיק, אבער עס ארבעט נישט! אוי געוואלד וואס טוט מען דא?! ס'צרות! ער פרובירט נאכאמאל אבער עס גייט נישט, די קאר פארט שנעעלער שנעעעעלער און שנעעעעעעלער, ער הייבט אויף זיין טעלעפאון און רופט אן חברים, טריפל עי, פאליציי, און וועם ער קען נאר, און שרייט ראטעוועט! ס' צרות די קאר איז אוט אוו קאנטראל, אלע קארן אויפן הייוועי זענען אין סכנה ווי נאר ס'קומט אריין דעם קאל לאזן זיך די חברה ארויס אויפן וועג און גייען צום הייוועי, ער זיצט אין קאר מיט פחד און שרעק אט אט זעהט ער שוין הילף פון הינטן קומט צוגיין עס בליטשקעט אים אריין אין קאר מיט אלע קאלירן ער בארוהיגט זיך אביסל, דאקעגן דער הילף טרעקל זעהט דעם אויטא פארן אזוי אומסטאביל נעמט ער דעם דרייסטקייט און ער גיבט זיך א רוק אריין פארויס פונעם שנעלפארנדען קאר, און דער שנעלפארנדע קאר גיבט א זעץ אריין מיט הויכהילכענדיגע קראך און א זעץ און קומט ענדליך אן צו אן אפשטעל, דער מעמבער קומט ארויס פון זיין אויטא און קוקט אן דעם האלב צומזיקטן קאר און זעהט ווי דער דרייוער זיצט אין קאר ב"ה אומבאשעדיגט, ער זעהט אבער וויי די רעדער פון דעם קאר דרייען זיך נאכאלס אן א אפשטעל ווי עס וואלט געווען אויף א געהעריגע ראוד, ער טראכט וואס צו טאן דא ערשט, זאל ער קודם ארויסראטעווען דעם דרייוער אדער.. אבער נאך פאר וואס וואו ווען, הערט ער מיטאמאל א שרעקליכן קוויטש! ער גיבט א קוק! אוי געוואלד! די קאר האט זיך אוועקגעדרייט דורך די דרייענדיגע רעדער און פארט צוריק אויפן הייוועי אויף דעם פארקערטן ריכטונג מיט אן אומגעהויערן שנעלקייט!! ער שרייט אריין אין זיין ראדיא, מאכט'ס זיכער אז קיינער פארט נישט אויף דעם הייוועי! א סכנה הערשט אויפן ראוד! פרובירט'ס צו קומען פון דעם פארקערטן ריכטונג און שטעלט'ס אפ דעם קאר פון דארטן, זיי לאזן זיך ארויס אויף דעם מיסיע און זיי פארן צום אנגעבליכן ריכטוג און זעען טאקע פון דערווייטנס ווי דער קאר פליעט זיי אנטקעגן, זיי שטעלן זיך אויס מיט א מייסטערהאפטיגן שנעלקייט אויף דעם ברייט פונעם ראוד און דער קאר גיבט א זעץ אריין אין זיי און קומט צו אן אפשטעל, זיי אטעמען שוין ענדליך אפ! אה געלונגען! אבער נאך פאר וואס וואו ווען, אודך..... די קאר גיבט זיך א גליטש ארויס און פארט צוריק אויפן אדערן ריכטונג, אוטש! וואס טוט מען דא! ביז איינער גיבט זיך א רוף אן! איר פארשטטיט נישט! די קאר איז צובראכן! מען ברויך דאס פארעכטן! מיטן עס אפשטעלן סתם, וועט דאס נישט העלפן, זיי רופן אן א קאר-מאקעניק זאל אראפקומען צום סצענע און זיי ארויסהעלפן, און אזוי ווארט די נעקסטע גרופע אויפן ראוד אפווארטנדיג דעם קאר, ווי נאר די שנעלפארנדע קאר קומט אן און גיבט א זעץ אריין אין דעם טראק לויפט די מעקעניק צו און קריכט אינטערן קאר, אידענטיפיצירט דעם פראבלעם, פארעכט עס שנעל, אט אט הערט מען שוין ווי די רעדער שטילן זיך אפ פון זייער געלויף און עס שטעלט זיך אפ, ב"ה עס איז פאראכטן, דער אויטא קען שוין ווייטער פארן אויפן ראוד געהעריג,

בערך אזוי איז געווען מיין געשיכטע! ווערנדיג אביוזט אויף א געוויסן פארנעם, האבן זיך די רעדער אין מיר גענומען דרייען צו דעם תאוה אויף א שרעקליכן אופן אריינפאלנדיג אין אין גרויסע בלאטע (מחמת נקיון המקום אין להאריך) אבער נאכן זיך דערזעהן ווי איך האלט און וויזוי ס'שטינקט שוין ארויס האב איך זיך אפגעשטעלט מיט א הילכיגן שארט סטאפ, נישט אויפגעהויבן די אויגן אין גאס און פארמאכט די אויגן אין מקוה אויף אן עקסטרימען אופן, אבער נאך א שטיק צייט האט דאס געקראכט און איך בין ליידער צירוק אריינגעפאלן אין בלאטע שוין סך א טיפערע פון פריער, אבער נאך א יאר צייט האב איך ווייטער געמאכט א שארט סטאפ און געמכט מיין קאמפיוטער צו אימעיל אנלי, געמאכט א וועב חבר, אבער נאך א שטיק צייט האט דאס אויך געקראכט, ביז איינער פון מיינע נאנטע האט צו מיר גערעדט און איך האב ב"ה גאכאפט וואס און ווי איך ווער אביוזט, און דערנאך מיט שטארקע גבורת הנפש אפגעהאקט פון יענעם אביוזער, האב איך שוין אנגעהויבן פילן ווי עס בארוהיגט זיך אין מיר איך קען ב"ה ארבעטן אויף מיר אן א "ריזיגע מלחמה"

(עוד חזון למועד מיט נאך אינטערסאנטע אנקעדאטן)

ענקער חבר פארשטענדליך

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 11:02 #272464

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 11 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 87
  • האט שוין געלייקט: 129 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל
  • קאָרמא: 1
WOW זאפטיג . . .  ממש א יאיר וויינשטאק מעשה . . . געליינט מיט אן איינגעהאלטנעם אטעם . . .  פאר א מינוט געמיינט אז איך זיץ אין דעם קאר . . .

זייער שיין ארויס געברענגט ב''ה אז סהאט למעשה געהאט א גיטע סוף . . 

מיר ווארטען צי הערן נאך פין דיר . . .
נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!
אין ווי זאגט דער וועלט: טעג קריכען אבער יארן לויפן . . . וק''ל

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 11:05 #272465

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 34
  • האט שוין געלייקט: 203 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

מזל טוב !!! צו דיינע 53 טעג 
53 איז ג"ן
יא ! גן עדן 
דארט זענען מיר !!!
גן עדן איז נקנה ביסורים אזוי שטייט אין ספה"ק
אבער עס לוינט זיך !
נישט אזוי ?

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 11:10 #272467

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 212 טעג
  • יעצט אנליין
  • אחראי
  • מעלדונגען: 237
  • האט שוין געלייקט: 479 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
  • קאָרמא: 13
i want געשריבן on נעכטן 11:02:
WOW זאפטיג . . .  ממש א יאיר וויינשטאק מעשה . . . געליינט מיט אן איינגעהאלטנעם אטעם . . .  פאר א מינוט געמיינט אז איך זיץ אין דעם קאר . . .

זייער שיין ארויס געברענגט ב''ה אז סהאט למעשה געהאט א גיטע סוף . . 

מיר ווארטען צי הערן נאך פין דיר . . .

גא"מ מויעריג אינהאלטסרייך גאר אראפגעלייגט

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 13:55 #272480

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 306
  • האט שוין געלייקט: 443 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
  • קאָרמא: 8

יוש......... מיין הארץ באכעט נאך פון די קאר.
שכח. ווי וואנט מאאאאאאאאאאארררררררררררר

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 15:43 #272483

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 510 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 326
  • האט שוין געלייקט: 457 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 412 מאל
  • קאָרמא: 42
WOW אזוי שטורעמיש!

אפילו עס איז געשריבן ברמיזה איז עס גאנץ פארשטענדליך.

אונז ווארט מיר צו הערן מער פון דיר..

זיי מצליח!

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 16:19 #272485

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 30 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 586
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
  • קאָרמא: 16

יויויש איז דאס שרעקדיג, נישט געזונט ליינען פארן שלאפן...

און נאך טראכטן אז אזא מעשה האט זיך אויסגעמעקט פריעדיגע מאל 

ב"ה יעצט איז עס שוין דא, בכל תוקף תהלות תפארתו!

גאר שטארק!!
מיר ווארטן אויף נאך

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: פארשטענדליך'ס טרעד נעכטן 17:57 #272491

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 95 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 34
  • האט שוין געלייקט: 203 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שכח מיין חבר הרב "פארשטענדליך" פאר די מעשה מיטן קאר ! סהאט מיר שטארק באנומען !
געווענדליך ווען איינער פארציילט א מעשה און מען וועט נאכדעם פרעגן דעם עולם וואס מנעמט ארויס דערפון וועט די ענטפער זיין פארשידענארטיג
עס וואלט געווען אינטערעסאנט צו הערן פינעם עולם וואס מנעמט ארויס פון די שוידערליכע מעשה (משל)
אני הקטן בין געווארן זייער איבערגענימען פון דער וואס איז געווען גרייט אריינקריכן אינטערן קאר בשעת עס האט זיך נאך געדרייט (טשילס...... כוויל נישט טראכטן וואס סקען געשען) ממש מסירת נפש !!!!!!!!!
דא ביי אינזער נמשל איז עס דער "פארשטענדליך" !!! יא ! ממש מסירת נפש ! זיך אליינס צו העלפן
ווער נאך ווי אינז אלע דא ווייסן ווי שווער סאיז יעדע פעולה יעדע קבלה  .........
"פארשטעדליך" טייערער. מיר דארפן אזעלעכע מעשיות מער אפטער WE WANT MORE 

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.02 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא