ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: מיין רייזע צו ליכטיגקייט 713 באזוכער

מיין רייזע צו ליכטיגקייט י"ט תמוז התשפ"א 19:56 #273517

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום עליכם מיינע טייערע פריינט!
איך פיל ווי א נייער מענטש פיל מיט פרישע ענערגיע זייט איך האב אנגעטראפן און מיך אויפגעסיינט אויף הדא.
באמת האב איך אריגינעל אנגעטראפן די ענגליש סייט פון GYE בערך פיר וואכן צוריק זייענדיג טיף אין דער אדמה, איך האב שוין אנגעהויבן פארלירן האפענונג אויף דעם פראבלעם וואס מוטשעט מיר שוין פאר איבער צוואנציג יאר זייט מיין צוועלעף, איך בין געווען באמת מיואש און פארלוירן נישט וואוסענדיג וואס צו טון אדער וואו אהין זיך צו ווענדן, אפשר וועל איך שפעטער מיטטיילן מער פון מיין רייזע (journey) בעיקר וויל איך יעצט פאוקאסירן אויף די לעצטע כמעט יאר.
ערגעץ אינמיטן חודש אלול תש”פ האב איך אפגעמאכט מיט א פעסטקייט. ’זאל זיין וואס זאל זיין איך גיי מיטן קאפ אין וואנט און איך וועל זיך מער נישט ברעכן’. און טאקע דאס יאר די הייליגע טעג איז ב”ה געווען עפעס אויסנאם איך האב תשובה געטון און זיך אויסגעוואשן ווי קיינמאל בעפאר!

אזוי האט עס אנגעהאלטן ביז חנוכה. די ערשטע פאר טעג פון חנוכה זענען אדורך באמת דערהויבן איך האב שוין יארן נישט אזוי געשפירט, אבער דאן... דאן... בין איך געפאלן, טיף געפאלן, די תאוה האט געפלאקערט אן א מעגליכקייט צו גיין אויף צוריק איר ווייסט מסתמא ווי נידריג און פוסט עס האט זיך געשפירט.נאך א צוויי וואכן איז מיר בעזרת השם געלונגען זיך צו געבן א דריי אויף צוריק, זיך אפגעשאקלט און צוריק אויפגעהויבן.

איך געדענק נישט פונקטליך איבער די ווינטער וויאזוי עס איז געגאנגען מעגליך אז האב איך האב געהאט נאך נפילות אבער נישט אזאלעכע וואס האבן מיר טיף צובראכן, איך האב אקטיוו געארבעט אויף מיין ריינקייט.פורים איז געווען גאר דערהויבן ענדליך צו מיין ערשטע האלב חנוכה. ליידער... שושן פורים אינדערפרי... בין איך געווען אין א מקוה מיט רינעדיגע וואסער... מיין תאוה איז געווארן אויפגערייצט און איך בין ליידער אדורך געפאלן.

א טאג דערויף האב איך מיט מיינע חברים אנגעהויבן פלאנען א נסיעה צו אייראפע ’מקומות הקדושים’ עס האט מיר געגעבען א פרישע חיות און מיך געגעבן מוט זיך צו אויפהייבן. ב”ה די פאר טאגיגע נסיעה האט מיר געגעבן פרישע חיזוק, זיך אויסגעוויינט און אויסגעוואשן אויף די קברי צדיקים און אנגעגאנגן מיט א שטארקקייט.

א וואך נאך ל”ג בעומר האט די תאווה ווידער אנגעהויבן פלאקערן, ווידער טיף געפאלן און זיך שטארק צוקלאפט. דא, דא האב איך פארלוירן מיין קאנפידענס און געהויבן הענט, איך האב נישט געקענט זען וויאזוי איך גיי דא ווייטער, מיין רוח החיים האט געטראסקעט.דאך האב איך נישט אינגאנצן אויפגעגעבן, און זיך נאכאלץ געשלאגן  אין א בחינה פון ’איין טאג א גלח איין טאג א מלאך’ שבועות איז גראדע געווען גאר געהויבן.

מוצאי שבועות, יא מוצאי שבועות איז עס געשען, איך בין געפאלן, און געפאלן און מיין הארץ און אפגעמאכט, דאס איז נישט פאר מיר, איך קען נישט מער, דאס איז נישט א זאך וואס איך קען בייקומען, גענוג געליטן, איך גיי פלאקערן אין גיהינום, דאס איז מיין גורל, איך מוז מיך נאכגעבן מיינע תאוות, איך ווייס נישט ווי זיך צו ווענדן אדער בכלל וויאזוי איך קען נאך עפעס טון מיך צו פאררעכטן, איך בין פארלוירן... ’אויף אייייביג’... רחמנא ליצלן.

מיין רוח החיים און ענערגיע איז געפאלן צו גאר נידעריגע שטאפלען. צו אלע צרות בין איך אדורך גאר שווערע צייטן (וואס איז גראדע נאכאלץ אקטיוו) מיט מיין פרנסה, מיין גייסט איז געפאלן נאך נידעריגער, מיינע נאנטע האבן אנגעהויבן נודזשען ’וואס גייט מיט דיר פאר לעצטנס’ אויף וואס איך האב מיר נאר געקענט בייסן מיינע ליפן.

דא, און די פינסטערע צייט האט אויפגעשיינט די ליכטיגקייט פון GYE און הדא. איראניש איז אז דורכען זיכן און נישטערן ’נישט דווקא גוטע סחורה’ האט זיך די ליכטיגקייט באוויזן.ב”ה איך בין שוין דא קרוב צו א חודש (26 טאג ריין) די ליכטיגקייט איז צוריק דא, איך לעב אויף אלע באקן, איך שטייג און וואקס ב”ה, מיין שלום בית און באנעמונג מיט חברים איז ווי קיינמאל בעפאר. איך בין א נייער מענטש, איך האף און בעט צום בורא עולם נישט נאכאמאל צו דורכפאלן, אבער וויכטיגער פון אלעם איז די הכרה אז אפילו אויב חס ושלום איך וועל יא אדורכפאלן בין איך נישט אליין און איך האב די ’קאמיוניטי סופארט’ און איך וועל נישט ווערן שטארק צוקלאפט. דאס אליין גיט מיר די רואיגקייט און העלפט מיר זיך צו האלטן שטארק בעז”ה.שלום וברכה וכל טוב סלה.
האלטס ענק שטארק
BeVeryStrong

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשפ"א 19:58 דורך BeVeryStrong.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט י"ט תמוז התשפ"א 20:06 #273518

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 284 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 504
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19

אוי איז דעס געוואלדיג... דאס איז אונזער רייזע נישט נאר דיין...
מיין טייער פריינד, יא האסט געטראפן די גוטע פלאץ.
זאל דיר גאט ווייטער העלפן זאלסט קענען בלייבן סאבער "איין טאג אויפאמאל"
דיין שטארקייט איז גרויס איך האף האסט דורכגעליינט די האנט בוך וואס מאכט זייער קלאר וואס איז די ריכטגיע שריט צי טוען.
איך בעט פאר דיר אין פאר דיין הצלחה. 
קום ארויף אפט אין טייל מיט דיין רייזע מיט אונז דיינע פריינד 
הצחה רבה

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט י"ט תמוז התשפ"א 20:36 #273519

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 167 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 340 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל
דיין ארטיקל האט מיר זייער איבערגענומען !
דיין פעסטקייט מער נישט צו פאלן איז מוראדיג !
און כוויל דיר וואונטשען הצלחה אויף דיין רייזע
און איך בין מתפלל פאר דיר
פון: א הארץ וואס שפירט א הארץ.
טויש

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט י"ט תמוז התשפ"א 21:22 #273520

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1115 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 2872 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2439 מאל
  • קאָרמא: 20

שלום עליכם!

איך רילעיט צו זייער אסאך וואס דו האסט געשריבן.

קיפ קאמינג בעק!!!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט י"ט תמוז התשפ"א 22:58 #273524

  • דראפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 135 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 111 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל
  • קאָרמא: 30

שלום עליכם

סאיז שווער, אבער קיין ברירה איז נישט דא, ממוז.

האלט דיך שטארק, האלט אונז שטארק, אין די לעצטע יאר צוויי זייט איך בין דא, בין איך טאקע געפאלן איינס אדער צוויי מאל, אבער אינו דומה צו בעפאר, קודם די צאל ריינע טעג, צווייטנס דאס וויסן אז איך בין נישט אליין, דריטנס די ריכטיגע מחשבות, די ריכטיגע וועג פון חרטה, זיך קענען שנעל צוריק אויפהייבן, און בעיקר לעבן מיט האפענונג שוין צו פארבלייבן ריין, פונקט ווי פילע וואס האבן דאס באוויזן.

בלייב מיט אונז, און זיי פאר אונז א מוסטער.

ה' נגדך כל תאותי, ואנחתי ממך לא נסתרה.

לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשפ"א 22:59 דורך דראפעט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט י"ט תמוז התשפ"א 23:16 #273526

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1081
  • האט שוין געלייקט: 4597 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1721 מאל
  • קאָרמא: 25

ברוכים הבאים!

יישר כח פארן שרייבן דא. פאר מיר איז עס געווען א שווערע טריט און איך בין זיכער פאר דיר איז מן הסתם אויך געוווען. פאר מיר איז דאס געווען פון די ערשטע טריט וואס האט מיר געלייגט אויף די שינעס פון ריקאווערי, און איך האף פאר דיר אויכעט וועט עס זיין.

איך רילעיט זייער שטארק צו דיין מעשה. דער הייליכע די צייט אדער די התעוררות איז די מעהר בין איך געפאלן דעמאלס אדער דערנאך. מחרת יום הכיפורים, חנוכה, שושן פורים, מוצאי שבועות, און נאך. גראדע מיין תאוה איז נישט מקפיד אז דוקא נאך דיע צייטן. מיין תאוה קען מיר איבערנעמען ווען איך  בין פרייליך, טרויעריג, מיעד, אויסגעריט, ביזי, אדער בארד, נישט קיין חילוק ווען. דער תאוה קומט און גייט צו מיר אזויוווי א בעל הבית און טוהט וואס ער וויל. ביז איך האב זיך געטראפן אין א מצב ווי איך קען זיך נישט העלפן.

איש בשורה אנכי היום לפניך!! טאמער איך קען היינט זיין ריין בחסדי שמו פאר א טאג, דער זעלבע באשעפער קען דיר אויך האלטן ריין!! בלייב דא און גיי נישט אוועק פאר דו טרעפסט די ריכטיגע מהלך וואס קען דיר האלטן ריין.

אסאך הצלחה

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ' תמוז התשפ"א 08:17 #273531

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ' תמוז התשפ"א 08:48 דורך נישט שפעט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ' תמוז התשפ"א 08:50 #273533

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
ברוכים הבאים טייערע הייליגע חבר
האמת אומר, אז כ'האב געהאט היינט זייער א שוואכע מוד, כמבואר כאן, אבער ווען איך האב געזעהן א נייע הייליגע חבר קומט אריין להצטרף ללגיונו של מלך און איך האב געליינט דיינע ווארעמע הארציגע ווערטער - האט מיר עס געגעבן שטארקע חיזוק און א שטארקע שטופ זיך קענען דערהייבן און זיך מחזק זיין. האסטו שוין א גרויסע זכות.

טייערע חבר
האסט א זכייה אהער קומען נאך מאכן אזא גרויסע הכנה די לעצטע יאר. זעט אויס אז פארן אנקומען צו די ריכטיגע ישועה דארף מען דורך גיין שווערע זמנים. איז בנוסף צו דיינע 20 יאר ביז אהער - כמעט ווי ביי מיר... - האסטו נאך געהאט לעצטע יאר אסאך התעלות צוזאמען מיט אסאך עגמת נפש - דאס אלעס כדי זאלסט אהער קומען מיט א פעסטקייט און גאר א שטארקע החלטה, וויסנדיג אז דו מוזט מאכן א שטארקע טויש אין דיין לעבן מיט ריכטיגע מהלכים בעז"ה.

די מקום קדוש דא איז א מקום מסוגל. ראשית, ווייל דא איז א קהילה וואס יעדער דא מאכט מיט די זעלבע ענין ווי דיר, זה בכה וזה בכה, דא ביסטו שוה בין שווים. דא קוקט קיינער נישט אראפ אויף דיר, ווייל אונז פארשטייען זייער גוט אז ס'איז נישט באמת דו, ס'איז די תאוה וואס איז שולט.אונז זענען גוטע וואוילע זיסע ליכטיגע נארמאלע מענטשטן, נאר מיט א זייטיגע פראבלעם פון די תאוה, וואס דאס קען משפיע זיין אויף אונזער גאנצע לעבן בהיחבא.
די רגע וואס דו ווייסט קלאר אז דו ביסט א נארמאלע מענטש, און אפילו אן ערליכער און א ירא חטא - ווייל די תאוה איז נישט דיין אמת'ע מהות - וועסטו קענען אנהביין ארבעטן ריכטיג, ווערן ריין און אויסגעהיילט פון די תאוה.

און אגב, נישט נאר מ'קוקט דיר דא אן נארמאל, נאר נאך מער, ווי א צדיק און בן עליה גדול מאד!! פארוואס? ווייל אונז ווייסן זייער גוט וויפל די תאוה ציהט אויף א שרעקליכע אופן, וואס אסאך מאל איז כמעט נישט ביכולת פון א בשר ודם דאס דורך טראגן - און אעפ"כ קומסטו מיט א התלהבות דקדושה טוהן אלעס אין די וועלט זיך ארויס זעהן פון דעם! דו ביסט גרייט גיסן בלוט און רייסן שטיקער פון דיר כדי ווערן הייליג, ריין און ניכטערנו, זאג דו אליין, ביסטו נישט א צדיק? ביסט נישט א בן עליה??

צדיק'ל, מאך דיך באקוועם, גרייט דיר צו א קאווע, ליין וואס אנדערע שרייבן, שעפ חיזוק, טרינק עצות, כאפ אריין הדרכה, זיי מקיים ותשועה ברוב יועץ.

שרעק זיך נישט פון שווערעקייטן וואס קענען פארקומען, בעיקר אין אנהייב וועג, דאס איז א נארמאלע זאך. די חברים דא וועלן טוהן אלעס אין די וועלט וואס איז ביכולתם די העלפן בעצה בהדרכה ובמעש.

אויף די התחלה זיי דיר מקבל אפאר קבלות, עפעס גדרים ביים פילטער, שטערקער שמירת עינים, וכדומה - דאס וועט זיין א שטארקע כלי אנהאלטן דיין התעוררות.

און א הארציגע מזל טוב פאר דיינע 26 טעג, כמנין שם הוי' - מקור הרחמים. זאל די אייבישטער העלפן דיין הייליגע וועג וואס דו הייבסט יעצט אן, זאל זיין באגלייט מיט רחמים וחסדים, המתקות און טובות, דו זאלסט שפירן די גוטע השפעה פון דיין ריינקייט אויף דיין גאנצע מהלך החיים!

חזק ואמץ

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ' תמוז התשפ"א 08:51 דורך נישט שפעט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ' תמוז התשפ"א 22:49 #273576

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 79 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 106
  • האט שוין געלייקט: 133 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום עליכם הרב Be Very Strong. 

ס'איז מוראדיג וויאזוי דו ביסט אריין געקומען מיט א פעסטקייט, די שרייבסט זייער שיין און ווארעם, קיפ איט אפ.  

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"א תמוז התשפ"א 10:35 #273587

  • i want
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 231
  • האט שוין געלייקט: 287 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל
  • קאָרמא: 2
WillKeepHoping געשריבן on כ' תמוז התשפ"א 22:49:
שלום עליכם הרב Be Very Strong. 

ס'איז מוראדיג וויאזוי דו ביסט אריין געקומען מיט א פעסטקייט, די שרייבסט זייער שיין און ווארעם, קיפ איט אפ.  

גא''מ. אריינגעקומען זייער שטארק און מיט א פרישקייט וואס לעבט אויף דעם גאנצען קהילה!!

האלט דיר שטארק!! און אסאך הצלחה!!

נעם נאר די היינטיגער טאג פאר דיין ציל!!
ווייל נאר אזוי וועסטו אנקומען צי גאנצע ריינע וואכן!!

נייער אפטיילונג *ספעציעלע רייכע אינטערוויוס מיט אונזערע מעמבערס* ליינט אין האט הנאה!

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"א תמוז התשפ"א 10:47 #273589

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

יישר כוח מיינע טייערע און חשובע חברים פאר ענקער ווארעמע אויפנאמע!
איך האב אין מיין לעבן נישט געחלום’ט אז איך וועל האבן ווי צו אראפלייגן מיין פעקל, נו האב איך עס ליידער אליין געדארפט שלעפן. אבער מיט אזעלעכע חשובע און ’קעירינג’ חברים האב איך ב”ה געטראפן די ריכטיגע פלאץ אין די ריכטיגע מינוט.  
געדענק  ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ב תמוז התשפ"א 00:07 #273631

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
אכט און צוואנציג טאג ריין!
און א חודש סייקל גייט מען אדורך סיי די ריינע און נישט ריינע טעג (פונעם ב”ב) וואס ביידע פון די צייטן האבן זיך זייער אייגנארטיגע נסיונות.
ב”ה מוצאי שבת קום איך אן צום דרייסיגסטען טאג! עס איז מיר א געוואלדיגע דערגרייכונג. עס איז נישט אז איך האב נאכנישט געהאט אזא מצב. נאר און די מצב וואס איך בין געווען פאר די שלושים יום, ווען נישט GYE און הדא ווער ווייסט וואו איך וואלט יעצט געווען.
הודו לשם כי טוב כי לעולם חסדו! מאפילה לאור גדול!
געדענק ~  BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ב תמוז התשפ"א 00:28 #273632

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
נישט שפעט געשריבן on כ' תמוז התשפ"א 08:50:
ברוכים הבאים טייערע הייליגע חבר
האמת אומר, אז כ'האב געהאט היינט זייער א שוואכע מוד, כמבואר כאן, אבער ווען איך האב געזעהן א נייע הייליגע חבר קומט אריין להצטרף ללגיונו של מלך און איך האב געליינט דיינע ווארעמע הארציגע ווערטער - האט מיר עס געגעבן שטארקע חיזוק און א שטארקע שטופ זיך קענען דערהייבן און זיך מחזק זיין. האסטו שוין א גרויסע זכות.

אויף די התחלה זיי דיר מקבל אפאר קבלות, עפעס גדרים ביים פילטער, שטערקער שמירת עינים, וכדומה - דאס וועט זיין א שטארקע כלי אנהאלטן דיין התעוררות.

און א הארציגע מזל טוב פאר דיינע 26 טעג, כמנין שם הוי' - מקור הרחמים. זאל די אייבישטער העלפן דיין הייליגע וועג וואס דו הייבסט יעצט אן, זאל זיין באגלייט מיט רחמים וחסדים, המתקות און טובות, דו זאלסט שפירן די גוטע השפעה פון דיין ריינקייט אויף דיין גאנצע מהלך החיים!

חזק ואמץ

איך האב דאס נישט געזען ביז יעצט. נישט קלאר פארוואס.
איך האב הנאה צו הערן אז מיט מיין אריינקומען דא האב איך דערפרייט און מחזק געווען די בני הקהילה בכלל און דיר בפרט!

לגבי שמירת ענים, בעצם בין איך זייער אויסגעארבעט לגבי הסתכלות נשים דער באשעפער זאל העלפן ווייטער. איך האב אנדערע ערליי הסתכלות מיט וואס איך (פלעג מיך) מוטשע מיך. די מציאות מיט דער הסתכלות איז אז אויב ווער איך נכשל אפילו מיט א קלייניגקייט הייבט זיך אן א סייקל פון וואס איך קען מיך שוין נישט ארויסדערזען און עס איז א שאלה פון טעג ביזן ’עקטן אוט’ (האב איך שוין גוט ארויס די טערמס וואס מ’נוצט אויף דעם סייט?).

ממילא פארשטייט זיך אז פאר איך האב בכלל געקענט מאכן א החלטה אז ’דאס איז עס’ און איך גיי זיין ריין פון מעשים האב איך געדארפט מאכן א ’דאבעל פעסטע’ החלטה און קבלה אז די הסתכלות איז עפעס וואס גייט נישט מער געשען בעזהשי”ת.

געדענק ~  BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: כ"ב תמוז התשפ"א 00:29 דורך BeVeryStrong. אורזאך: פארגעסן צו סיינען

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 00:45 #273653

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

רבותי איך בין שוין ריין ”דרייסיג טעג”. וואאאאס??? יאאאא! ”דרייסיג טעג”.
איך ווייס נישט ווי זיך אהינצוטוהן פון פרייד פון די אלע קרבנות וואס איך האב (מיך) מקריב געווען פארן רבונו של עולם די לעצטע חודש צייט.
איך בין איבערגענומען ביזן טיפעניש פון מיין הארץ און נשמה.
עס רייסט זיך ארויס א לויב און דאנק צום גרויסן בורא וואס האט מיך געגעבן די זכיה זיך צו קענען האלטן ריין און מיך געגעבן די כוחות צו אנגיין. עד הנה עזרונו.. און איך בעט און וויין טיף אין מיין הארץ אויף ווייטער ואל תטשנו ד’ אלוקינו לנצח!

געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 02:23 #273655

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 272 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1081
  • האט שוין געלייקט: 4597 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1721 מאל
  • קאָרמא: 25

מזל טוב! נאך א סאך ריינע טעג

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 13:14 #273666

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

א הארציגע ברכת מזל טוב לכבוד דיין ריינע גאנצע חודש. ראש חודש זאגט מען הלל... איז געדענק טאקע געבן א שבח והודיה פארן הייליגער באשעפער וואס האט באוויזן צו דיר זיין גרויסע אהבה און דיר אויסגעשטרעקט זיינע ביידע הענט כדי דיר ארויף שטעלן על דרך המלך.
זיי א מודה על העבר ומבקש על העתיד.

געדענק אויך אז ראש חודש איז רומז אויף "התחדשות". די לבנה הייבט אן פון ניי נאך איר ירידה וואס זי האט געהאט פון אינמיטן פריעדיגע חודש... התחדשות איז גאר א וויכטיגע זאך, בפרט נאך א לענגערע ריינע תקופה, ווען מ'קען אריין גיין אין א געוואוינהייט און זיין ווייניגער פארזיכטיג.
איך האב שוין געברענגט דא אמאל פון ספה"ק שם משמואל (נצבים שנת תרע"ה), וזל"ק:
דקיומו של דבר הוא כאשר יש לו התחדשות מחליף כח. דבלתי התחדשות, וכאתמול כן היום, נתיישן הדבר, ונוטה לחסרון יום אחר יום, שהרי נתישן בכל יום יותר ונפחת החיות עד שנכבה זיק החיות לגמרי ונופל ולא יכול קום, אבל כשנתחדש בכל יום, וחביב כל שעה ושעה כשעה ראשונה, זה יש לו קיום...
עכל"ק.

איך וויל דיר וואונטשן זאלסט קענען ווייטער אנגיין מיט פוהל סייעתא דשמיא, זאל דיר קומען זיס און רואיג, געשמאק און פרייליך, זאלסט קענען שטייגען העכער און העכער בעז"ה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 13:21 #273667

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

לכבוד הרב נישט שפעט שליט”א
דיין חיזוק ווערטער זענען כמים קרים על נפש עייפה. הלל, פשיהא! (אומר ועושה) איך לויב און דאנק דיר רבונו של עולם פארן מיך געבן א ריינע חודש!
נאכאמאל יישר כח אלע טייערע חברים 
געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 14:47 #273668

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
מיין שווערסטע זאך איז ווען עס קומט אינטער שווערע זמנים. מיין פרנסה איז זייער שווער יעצט און מיינע הוצאות זענען אסטראנאמיש איך דארף אסאך חיזוק אין די יעצטיגע טעג. די לעצטע דרייסיג טעג האב איך בעיקר געפייט אויף דעם נישט צו ווערן אראפגעשלעפט דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער.
דאס בעצם בויט מיר זייער שטארק אין פערזענליכער לעבן, נישט זיך צו ליפטערן מיט א צייטווייליגע מעדעצין נאר זיך צו בויען פון יסוד ארויס
יישר כח פארן מיך אויסהערן
געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 15:27 #273671

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

איך בין זיך שטארק משתתף מיט דיין צער און דיין שווערעקייט. מ'קען דאס זייער גוט פארשטיין, דאס קען אוועק נעמען די מנוחת הדעת ושלוות הנפש. הלוואי הלוואי ווען איך דיר מער העלפן בפועל, אבער מיט א הייסע תפילה וועל איך דיר זיכער אינזינען האבן, די הייליגער באשעפער, דער זן ומפרנס, זאל דיר שיקן שפע און הרחבה אין אלע ענינים.

און ווען די אייביטשער שיקט פרנסה, שיקט מיט דעם חיות אויך, אזויווי חז"ל זאגן (תענית ח ע"ב) מאן דיהיב שובעא לחיי הוא דיהיב - וועט ער דיר אי"ה משפיע זיין אויך לעבן בגשמיות און לעבן ברוחניות - ריינע הייליגע ניכטערע לעבן.

*

איינע פון די שטארקע כללים פון זיך היילן איז די יסוד פון "איין טאג אויף אמאל" - און דאס דארף מען שטארק אריין נעמען אין קאפ, נישט האבן קיין דאגה פון נאך א וואך, און אפילו נישט פון מארגן און איבער מארגן. וואס וועט דיר די דאגה צו געבן? גארנישט, נאר פרעשע און אנגעצויגנקייט.
טראכט נאר פון היינט - וועט דיר זיין אסאך גרינגער!
בפרט טאקע אין שוורערע אנגעצויגענע טעג בעניני פרנסה, וואס דאס קען זייער שווער מאכן - איז וויכטיג כאטש די עול פון ריינקייט אנעעמען ווי גרינגער ס'איז שייך און טראכטן נאר פון היינט בלבד, מיט די גאנצע אמת.

און אויב שוין - ביי פרנסה זעט מען אויך די ענין פון איין טאג אויף אמאל, אזויווי חז"ל זאגן (סוטה מח ע"ב) "כל מי שיש לו פת בסלו ואומר מה אוכל למחר אינו אלא מקטני אמנה". הלוואי מיר זאלן האלטן דערביי באמת, אבער כאטש דארף מען דאס וויסן. און ברור אז דער וואס לעבט מיט די אמונה ביי פרנסה, האט א רואיגערע לעבן.

ס'איז דא א מוראדיג ווארט פון הייליגן מאור ושמש אויף די גמרא (קידושין פב ע"א) "רבי שמעון בן אלעזר אומר, ראית מימיך חיה ועוף וכו' והן מתפרנסין שלא בצער וכו' ואני נבראתי לשמש את קוני אינו דין שאתפרנס שלא בצער, אלא שהורעתי מעשי וקפחתי את פרנסתי".
פרעגט די מאור ושמש, ווי קען מען זאגן אז בעלי חיים זענען מתפרנסין שלא בצער, ס'איז דאך ידוע אז אויך בעלי חיים מוטשענען זיך שטארק אויף זייער עסן, און די בעלי חיים קענען זיך אמאל ארום דרייען אפאר טאג ביז זיי טרעפן עפעס א צווייטע בעל חי וואס זיי קענען אויף אויפעסן, און אמאל דארפן זיי זיך ארום שלאגן און ארום בייסן ביז זיי האבן עפעס [היינט קען מען דאס אלעס זעהן און מיטהאלטן...].
זאגט די מאור ושמש א שטארקע דערהער און א נייע כוונה: די בעלי חיים זענען מתפרנס שלא בצער - דאס מיינט אז ווען זיי האבן שוין יא פרנסה און זיי האבן וואס צו עהסן, זענען זיי נישט מיט קיין שום צער און דאגה וואס זיי וועלן מארגן עסן... די רגע וואס זיי האבן יעצט צו עסן איז שוין אלעס פיין און וואויל, נישטא קיין שום דאגה למחר! משא"כ די מענטשטן זענען זיך מתפרנס בצער - ווייל אפילו ווען מ'האט שוין יא פרנסה, איז מען שרוי בצער אויף מארגן. און דאס האט רשב"א געזאגט אלס מוסר השכל, אז אונז וואס נבראנו לשמש את קוננו, דארפן זיכער זיין די מדרגה פון מתפרנסין שלא בצער. ודפח"ח.

זאל די איייבישטער אונז אלע העלפן און שיקן פרנסה בהרחבה גדולה מאד אזויווי עס פאסט פאר בני מלכים, און בפרט פאר די וואס הוטן זיך בעניני קדושה, וואס קדושה איז יסוד השפע והפרנסה. און מיט די שפע זאל קומען א רוח חיים ורוח קדושה וטהרה אויף אונז אלע.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 22:15 #273679

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 284 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 504
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19
א גוטן חודש BeVeryStrong  מזל טוב צי דיין ריינע אין הייליגע 30 טעג, איין טאג אויף אמאל!!!!
זאל ג-ט דיר און אונז אלע ווייטער באגלייטען ריינעהייט ביז סוף טאג!!
דו לעבסט אויף גאנץ הד"א מיט דיין חיזוק וואס דו ווארפסט אויף אלע זייטן, אין די זכות זאל דיך ה' געבן נאך און נאך ריינע טעג.

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 22:23 #273680

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 169 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 2
נישט שפעט געשריבן on כ"ד תמוז התשפ"א 15:27:

דיינע ווערטער זענען מורא'דיג נעם איין טאג אויף אמאל ס'געבט רואיגקייט א גרויסע שכח ר' נישט שפעט ס'שיינט ארויס שטארקע חיזוק פון דיר

בעזהשי"ת
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 22:24 #273681

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 169 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 2

מזל טוב BVS  די באשעפער זאל דיר באגלייטען און זיין מיט דיר

בעזהשי"ת
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 22:41 #273685

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
שיע געשריבן on כ"ד תמוז התשפ"א 22:15:
א גוטן חודש BeVeryStrong  מזל טוב צי דיין ריינע אין הייליגע 30 טעג, איין טאג אויף אמאל!!!!
זאל ג-ט דיר און אונז אלע ווייטער באגלייטען ריינעהייט ביז סוף טאג!!
דו לעבסט אויף גאנץ הד"א מיט דיין חיזוק וואס דו ווארפסט אויף אלע זייטן, אין די זכות זאל דיך ה' געבן נאך און נאך ריינע טעג.

יישר כוח ר’ שיע פאר די קאמפלימענט!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ד תמוז התשפ"א 22:42 #273686

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
בדרך געשריבן on כ"ד תמוז התשפ"א 22:24:

מזל טוב BVS  די באשעפער זאל דיר באגלייטען און זיין מיט דיר

יישר כח ’בדרך’ דיין חיזוק מיינט אסאך צו מיר

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 07:01 #273722

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

רבותי! איך האב גרייט אראפגעשריבן א גרויס חלק פון מיין עבר.
איינער איז אינטערעסירט עס צו הערן?
אזוי נישט מיר נישט דיר בין איך שוין ביי 32 טעג. די שמחה איז אין לשער. 
א ריינע קאפ! יוא.. דער באשעפער איז א גוטער... דער באשעפער איז א גוטער, יודען פארלאזט ער נישט... אשר ישלטו... היהודים... ביצר הרע... 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 07:08 #273723

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
BeVeryStrong געשריבן on כ"ו תמוז התשפ"א 07:01:

רבותי! איך האב גרייט אראפגעשריבן א גרויס חלק פון מיין עבר.
איינער איז אינטערעסירט עס צו הערן?
אזוי נישט מיר נישט דיר בין איך שוין ביי 32 טעג. די שמחה איז אין לשער. 
א ריינע קאפ! יוא.. דער באשעפער איז א גוטער... דער באשעפער איז א גוטער, יודען פארלאזט ער נישט... אשר ישלטו... היהודים... ביצר הרע...

אויב איינער איז אינטרעסירט?? ממש נישט!!
נישט איינער נאר אלע זענען אינטרעסירט, בלי יוצא מן הכלל!
אבער בזריזות...

און מזל טוב פאר דיינע ל"ב ימים, זאל דיין לב אייבער שטערבן און גליסטן צום גוטן

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 08:50 #273731

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 284 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 504
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19
נישט שפעט געשריבן on כ"ו תמוז התשפ"א 07:08:

BeVeryStrong געשריבן on כ"ו תמוז התשפ"א 07:01:

רבותי! איך האב גרייט אראפגעשריבן א גרויס חלק פון מיין עבר.
איינער איז אינטערעסירט עס צו הערן?
אזוי נישט מיר נישט דיר בין איך שוין ביי 32 טעג. די שמחה איז אין לשער. 
א ריינע קאפ! יוא.. דער באשעפער איז א גוטער... דער באשעפער איז א גוטער, יודען פארלאזט ער נישט... אשר ישלטו... היהודים... ביצר הרע...

אויב איינער איז אינטרעסירט?? ממש נישט!!
נישט איינער נאר אלע זענען אינטרעסירט, בלי יוצא מן הכלל!
אבער בזריזות...

און מזל טוב פאר דיינע ל"ב ימים, זאל דיין לב אייבער שטערבן און גליסטן צום גוטן

איך בין  ביז די לעצטע שעה צי ריפרעשין מיין קאמפיטער יעדע האלבע מינוט צי זעהן אויב די האסט עס שוין ארויף געלייגט 
אונז ווארטן מיט שפאנוג 
עס העלפט זייער ארויס מיט טיילן מיט נאך מענשטן דיין עתיד 

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 14:24 #273734

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

ס’איז שאאאא שטיל דא. 
דער עולם ארבעט/לערנט פלייסיג!!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 15:30 #273739

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 167 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 340 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

א גוטן רבי בי ווערי סטראנג !
ווען קומט עס שוין ארויף ?

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 15:55 #273740

  • מבקש אור
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 2
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 1
 ס'זעט אויס אז ר' בוו''ס איז נאך נישט זיכער אז דער עולם איז אינטערסירט אבער דער עולם ווארט מיט גרויס שפאנונג און נייגער!!
לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשפ"א 15:55 דורך מבקש אור.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ו תמוז התשפ"א 21:33 #273747

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 169 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
  • קאָרמא: 2

ר' בוו"ס נ"י 
 איך וויל הערן דיין מעשה ס'געבט חיזוק פאר מיר צו זעהן וויאזוי א מענטש איז גרייט צו ארבעטן אפילו ס'איז אים געווען שווער מיט נסיונות, און לכאורה פאר אסאך אנדערע  קען עס אויך געבן די חיזוק

בעזהשי"ת
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ז תמוז התשפ"א 07:01 #273752

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3
היום ל”ג בעומר!!! אשריכם... אשריכם... אף הקב”ה מטהר את ישראל! 
אוקעי מיין סקריפט איז אין פיינעל עדיטינג איך האף אז עס איז גענוג דראמאטיש, דער עולם דא איז געווארן צו אנגערייצט...

לאמיר חזר’ן ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ז תמוז התשפ"א 11:01 #273756

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 284 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 504
  • האט שוין געלייקט: 519 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 592 מאל
  • קאָרמא: 19
BeVeryStrong געשריבן on כ"ז תמוז התשפ"א 07:01:
היום ל”ג בעומר!!! אשריכם... אשריכם... אף הקב”ה מטהר את ישראל! 
אוקעי מיין סקריפט איז אין פיינעל עדיטינג איך האף אז עס איז גענוג דראמאטיש, דער עולם דא איז געווארן צו אנגערייצט...

לאמיר חזר’ן ~ BeVeryStrong 

מזל טוב מזל טוב הצלחה צי דיין רייזע

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ז תמוז התשפ"א 14:27 #273784

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21

מזל טוב טייערע הייליגער חבר
די אייבישטער זאל העלפן די ג"לג"ל זאל ווייטער פארן און די לופט זאל נישט ארויס גיין...

מיט הצלחה

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ"ח תמוז התשפ"א 08:52 דורך נישט שפעט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תמוז התשפ"א 10:27 #273816

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
BeVeryStrong געשריבן on כ"ו תמוז התשפ"א 07:01:

רבותי! איך האב גרייט אראפגעשריבן א גרויס חלק פון מיין עבר.
איינער איז אינטערעסירט עס צו הערן?

העלא!!
איז זיץ שוין צוויי טעג אויף איין פלאץ, איך ווער צוגעקלעבט צום בענקל, שוין געטרינקען 55 גלעזער קאווע!!
דו ווארסט מ'זאל שיקן א מכובד'יגע דעלעגאציע? די שבעה טובי העיר?
ברענג שוין אהער דיין זאפטיגע סחורה!
איך גלייב אז פעסטע פליישיגע סחורה, דארף מען אריין כאפן נאך פאר די ניין טעג!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תמוז התשפ"א 10:46 #273818

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 51 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 131
  • האט שוין געלייקט: 136 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 126 מאל
  • קאָרמא: 3

דו ביסט פיינע נייעס! (כלשונך)

איך דארף עס נאך איינמאל איבערגיין און מגיה זיין. איך האף עס צו האבן בקרוב. 
נעכטן איז געווען דא זייער א פארנומענע טאג מיט גאר וויכטיגע נושאים.
זייער פארנומען געווען דורך צו ליינען און ענטפערן... 

בד”וו אז מען רעדט שוין יא איז היינט ל”ד בעומר. היכי תמצא די רמ"א’ס יארצייט זאל אויסקומען אינמיטן די דריי וואכן...

געדענק ~ BeVeryStrong

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תמוז התשפ"א 11:06 #273820

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ"ח תמוז התשפ"א 11:08 דורך נישט שפעט.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תמוז התשפ"א 11:10 #273821

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 103 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 966
  • האט שוין געלייקט: 795 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1548 מאל
  • קאָרמא: 21
BeVeryStrong געשריבן on כ"ח תמוז התשפ"א 10:46:

דו ביסט פיינע נייעס! (כלשונך)

איך דארף עס נאך איינמאל איבערגיין און מגיה זיין. איך האף עס צו האבן בקרוב. 
נעכטן איז געווען דא זייער א פארנומענע טאג מיט גאר וויכטיגע נושאים.
זייער פארנומען געווען דורך צו ליינען און ענטפערן... 

בד”וו אז מען רעדט שוין יא איז היינט ל”ד בעומר. היכי תמצא די רמ"א’ס יארצייט זאל אויסקומען אינמיטן די דריי וואכן...

געדענק ~ BeVeryStrong

רמ"א'ס יארצייט איז ל"ג בעומר. נישט ל"ד. הייסט אז ס'איז געווען נעכטן... טאקע אויך אין די דריי וואכן...
פאר ווער ס'האט געקלערט צינדן לעכט...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תמוז התשפ"א 12:29 #273823

  • jo
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
  • קאָרמא: 2

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תמוז התשפ"א 12:40 #273824

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1115 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 2872 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2439 מאל
  • קאָרמא: 20

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.02 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא