ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד 675 באזוכער

כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"א אייר התשפ"ב 6:00 PM #286040

  • מחובר
  • איצטיגע שטרעקע: 104 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 104 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 128 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
א גוטן טייערע חברים. 

איידער איך הייב אהן, וויל איך זיך מתנצל זיין, איך בין נישט אזוי באהאוונט אין שרייבען יידיש, פאר מיר איז ענגליש אסאך גרינגער. פאר דעם סיבה בין איך מער אקטיוו אויף די ענגלישע סייט. אבער כ'שפיר ס'קען מיר זיין א שטערקערע תועלת זיך צו באקענען מיט די עולם דא.

מיין מעשה איז כמעט אזוי אלט ווי איך בין.

כ'בין אויפגעוואקסן אין א חסידישע שטוב, געגאנגען צו חסידישע חדר, ישיבה וכו'. בקיצור, די גאנצע סיסטעם.

מיין פרי'סטע זכרון פון הז"ל איז ווען איך איז געווען 7 יאר אלט. איך געדענק אפילו וואס איך האב געזען וואס האט עס גורם געווען. מיין מאמע האט מיר איינמאל גאכאפט אין יענע יארן, זי האט מיר שטארק געווארנט דעס מער נישט צי טוהן. פארשטייט'זיך, פון דעמאלסט אהן האב איך שטארק אכטונג געגעבן כ'זאל נישט געכאפט ווערן.

אין מיין בחורישע יאָרן, האט די תאווה זיך פארשפריייט צו זכרים אויכט. כ'האב ב"ה נישט עובר געווען אויף קיין אסורי כריתות, אבער ליידער בין איך געקומען גענוג נאנט ר"ל.

ווען איך בין געווען 19, האט א חבר מיר געגעבן א שמוציגער קליפ (איך קען נאכאלץ נישט פטור ווערן פון די זכרונות) און מיינע ניסיונות זענען, פאַרשטייט'זיך, פילפאכיג שווערער געווארן. זייט כ'האב באקומען עקסעס ביז בערך א חודש צוריק  איז נישט אדארך מער ווי א וואך וואס כ'האב נישט געזוכט כל מיני שמוץ און מוציא געווען ז"ל. געווענדליך איז עס געווען אפאר מאל א וואך און אויפטמאל אפילו אפאר מאל א טאג.

איך האָב חתונה געהאַט ביי די 20, האפענדיג אז כ'וועל עס "אויסוואקסן". אבער ווי מיר ווייסן זייער גוט, ס'ארבעט נישט אזוי.

די לעצטע 9 יאר איז געווען א כ'סדר'דיגע ראלער-קאסטער וואס גייט עפעס מער אראפ ווי ארויף. אסאך מער.

גלייך פאר דעם פארגאנגנעם פסח האב איך באשלאסן אז איך וועל טאקע פרובירן זיך צו פארבעסערן. איך האב זיך איינגעהאלטן פאר 14 טעג, לענגער ווי איך האב מיך איינגעהאלטן עניטיים פריער. דער קראך וואס האט נאכגעפאלגט איז אויכט געווען גרעסער ווי איך האב געהאט מאז ומקדם (כ'מיין, 4 מאל אין ווייניגער ווי 24 שעה... די לחכימא).

2 טעג שפעטער, האב איך זיך צוריק געכאפט און אינסטאלט א פילטער אויף מיין פאן - פאר די ערשטער מאל פון מיין אייגן רצון.

ב"ה, איך בין יעצט 15 טעג ריין (א נייע רעקארד) און, ביזדערווייל האב איך נאכנישט געהאט קיין געפערליכע נסיונות. איך ווייס אז זיי וועלן קומען און איך פרוביר זיך צו גרייטן אויף ווען זיי קומען...
כי בתחבלות תעשה לך מלחמה ותשועה ברב יועץ. (משלי כ״ד ו')
מיט כוח אליינס קען מען נישט אנקומען.

ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך ​(אבות ד' כ"ב)
לאז זיך נישט ווערן איינגערעדט אז די שווארצע לאך איז אן "עסקעפ".

מיין נסיעה

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"א אייר התשפ"ב 7:45 PM #286042

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 961 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 678 מאל
WOW!!!

מזל טוב צו דיין ערשטע פאוסט! און צו דיין טרעד!

זייער ווייטאגליך צו הערן דיין עבר, זייער צופרידשטעלנד צו הערן דיין בליק אויפן עתיד.
בפרט דיינע לעצטע ווערטער "איך ווייס אז זיי וועלן קומען און איך פרוביר זיך צו גרייטן אויף ווען זיי קומען..."

גיי אן מיט א שטארקייט! השם יתברך זאל זיין מיט דיר.
זאלסט טאקע שנעל און גרינג ווערן אן אמת'ער חסיד!
זיין אמת'דיג מחובר מיט זיך, מיט די ארומיגע, און מיט הקב"ה!

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"א אייר התשפ"ב 10:03 PM #286047

  • 353
  • איצטיגע שטרעקע: 149 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 149 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 300
  • האט שוין געלייקט: 368 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 341 מאל

שלום עליכם הרב מחובר!

איר זענט אנגעקומען צום ריכטיגע פלאץ, מיר וועלן אינאיינעם ווערן מחובר צום אייבערשטער! 

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"א אייר התשפ"ב 10:34 PM #286053

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 209 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 699 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1674
  • האט שוין געלייקט: 1358 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2981 מאל

שלום עליכם און מזל טוב!
געוויינט בשעת'ן ליינען דיין פאוסט, איך רילעיט זייער, און איך פיל די פעין זייער שטארק.

איך דאנק דעם אויבערשטן פארן מיך צו שיקן צו די היימישע SAAPP  צוועלף סטעפ גרופע וואס האט געראטעוועט מיין לעבן מאפילה לאורה. פאר מער אינפאו וועגן די גרופ קענט איר קאנטאקטן גענצליך אנאנימוס:
This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"ב אייר התשפ"ב 12:19 AM #286060

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 37 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1814
  • האט שוין געלייקט: 337 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1586 מאל

שלום עליכם הייליגער טייערער חבר! 
מיט דיין אמת’ע רצון וועסטו בעז"ה אנקומען גאר גאר ווייט, זאל דיר השי"ת שענק די כוחות!

והעיקר בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן און ווידעראמאל בעטן פון השי"ת! 

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"ב אייר התשפ"ב 12:26 AM #286062

  • לוי יצחק
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 211
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

אוי וויי אזא ווייטאג

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"ב אייר התשפ"ב 9:54 AM #286077

  • מחובר
  • איצטיגע שטרעקע: 104 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 104 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 128 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
ישר כח, חברים יקרים, פאר די ווארעמע ברוך הבא.

טאקע דאס האט דער נביא ישעי' געמיינט ווען ער האט געזעגט "איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק".

נאר צוזאמען וועלן אונז קענען ארויפגיין בהר השם און בלייבן במקום קדשו!
כי בתחבלות תעשה לך מלחמה ותשועה ברב יועץ. (משלי כ״ד ו')
מיט כוח אליינס קען מען נישט אנקומען.

ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך ​(אבות ד' כ"ב)
לאז זיך נישט ווערן איינגערעדט אז די שווארצע לאך איז אן "עסקעפ".

מיין נסיעה

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"ב אייר התשפ"ב 12:00 PM #286086

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 20 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1377 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1167
  • האט שוין געלייקט: 4924 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1947 מאל

שלום וברכה

עס איז א כבוד אייך צו האבן מיט אונז. דאס עפענען א אייגענע טרעד איז א גרויסע טובה פאר דיר און פאר אנדערע.

קען זיין עס וואלט געווען כדאי צו שרייבן מעהר וואס דו האסט אלץ פראבירט זיך צו העלפן אין די לעצטע יאהרן און פארוואס האט עס יא/נישט געהאלפן.

הצלחה מרובה און א גוט שבת

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"ב אייר התשפ"ב 3:40 PM #286104

  • מחובר
  • איצטיגע שטרעקע: 104 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 104 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 129
  • האט שוין געלייקט: 128 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל
כ'וועל פראבירן צו זיין זייער אמת'דיג.

איך קוק אהן די לעצטע פאר חדשים (בערך) ווי די ערשטע מאל וואס איך פראביר באמת צו ווערן בעסער און זיך אויסהיילן.

פון די 7 ביז כ'האב אויסגפיגערט אז טאקע דעס וואס איך טו איז הז"ל האב איך עס פלעין ענדזשוי'ט.

ווען כ'האב געכאפט וואס ס'גייט פאר (בערך 14 יאר אלט) האב איך פון צייט צו צייט פראבירט צו אויפהערן, אבער מיט א פערטל הארץ. כ'בין געווען גאנץ באקוועם מיט דעם, נאר מיט אביסל חרטה - וואס כ'האב שטיל געמאכט.

ווען א בחור האט מיר פארגעשלאגן א "חברותא'שאפט" האב איך נישט פראבירט צו זאגן ניין, איך בין געווען עקסייטעד...

נאכן חתונה האבן האב איך אנגעהויבן איינזען אז דאס אז איך גיי נישט מער ווי א פאר טעג אן הז"ל איז נישט סתם ווייל איך ענדזשוי עס, נאר איך קען עס נישט אויפהערן. והא ראיה, ממש נאכ'ן זיין מיט מיין ווייב, האב איך עס געדארפט טון אליינס... נאך א זייער קורצע אינערלעכע וכוח האב איך באשלאסן אז טו בעד. למעשה האב איך הנאה דערפון און ס'באדערט מיך נישט אזוי שטארק. איך בלייב מיט דעם. מ'העט זיך שוין אפרעכענען מיט'ן באשעפער אן אנרעס מאל.

בערך 4 יאר צוריק, האב איך געדארפט לייגן א פילטער אויף מיין פאן מטעם המוסדות. האבענדיג פארלוירן עקסעס צו פארנאגרעפי, בין איך צוריק געגאנגען צו הז"ל ווי אין די "אלטע צייטן".

אפאר חדשים צוריק האב איך אנגפארגן צו ליינען אסאך וועגן עדיקשין בכלל און איבער פארנאגרעפי/ מעסטארבעשן עדיקשין בפרט. כ'האכ איינגעזען אז איך האב אן עדיקשין. 

ס'איז די ערשטע מאל וואס כ'האב מודה געווען באמת אז איך האב אן עדיקשין. כ'האב אנגעפאנגן פראבירן זיך איינהאלטן און ציילן טעג, כ'האב נישט גע'לעסט מער ווי א וואך...

די יעצטיגע זאך וואס איך ניץ איז א מהלך וואס רופט זיך The easy Peasy Method. קען זיין אז אנדערע האבן שוין גערעדט פון דעם אויף הד"א. איך פיל אז פאר מיר איז דאס א געוואלדיגע תועלת. כ'האלט שוין ביי 16 טעג - די לענגסטע וואס איך האב גע'לעסט אין מיין גאנצע לעבן - און, סא פאר, האב איך נאך נישט געהאט קיין ערענסטע תאווה פאר פארנאגרעפי (הז"ל איז א צווייטע מעשה, כ'בין ריין פון דעם אויכט, אבער ס'איז שווערער)

דא שטיימיר יעצט. טאג 16, איך פיל נישט ווי איך דארף מיך שלאגן כסדר, און איך מיין אז ס'איז א דאנק The easy Peasy Method.
כי בתחבלות תעשה לך מלחמה ותשועה ברב יועץ. (משלי כ״ד ו')
מיט כוח אליינס קען מען נישט אנקומען.

ואל יבטיחך יצרך שהשאול בית מנוס לך ​(אבות ד' כ"ב)
לאז זיך נישט ווערן איינגערעדט אז די שווארצע לאך איז אן "עסקעפ".

מיין נסיעה

ענטפער: כ'וויל ווערן א אמת'ער חסיד י"ב אייר התשפ"ב 3:58 PM #286106

  • alefbeisveis
  • איצטיגע שטרעקע: 267 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 267 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 376
  • האט שוין געלייקט: 1725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 351 מאל
Wow! You're an inspiration!

Keep it up! 
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.63 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא