ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: . . . עליכם שלום ! 729 באזוכער

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ח' תשרי התשפ"ב 16:49 #275981

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

צווישן היינט און נעכטן, האב איך געהאט צוויי דריי אומגעווענליכע מצבים, וואו איך וואלט געקענט אראפ פארן פון די רעלסן, אבער דער רבונו של עולם כאפט מיך אן און לאזט מיר נישט פאלן.

היינט אינדערפרי זאגט מיר דער רב [הערנדיג פון מיר מיין גוסטע און מיינע נסיונות] "פאר דיר צו זיין אנידערגעשלאגן / צובראכן איז זעלבסט אן עבירה"
פשוט זעהנדיג די מציאות פון ביז יעצט, צו וואס עס פירט.
האמיר טאקע פראבירט זיך האלטן פריש און אויפגעלייגט, און פראבירט צו העלפן אנדערע, און דער אייבערשטער האט געהאלפן !

שכח אייבערשטער !
און איך בעהט דעם אייבערשטן ער זאל מיך געבן מיט זיין גרויס גענאדע נאך איין ריינע טאג !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ח' תשרי התשפ"ב 16:58 #275982

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

איך האב געוואלט מיטטיילן פארן עולם פארשידענע שטיקלעך פון דאווענען, וואס זייט איך בין אויפן וועג צו ריקאווערי [איך בין נאנישט אין ריקאווערי, אבער האפענטליך אויפן וועג אהין] שפיר איך שטארק מקושר צו די שטיקלעך.

  • די תפילה וואס מען זאגט נאך המעביר שנה "ואל תביאיני לא לידי חטא ולא לידי עבירה ועון, ולא לידי נסיון, ולא לידי בזיון, ואל ישלוט בנו יצר הרע, . . . וכוף את יצרינו להשתעבד לך"
  • מזמור שיר חנוכת הבית לדוד, "מה בצע בדמי ברדתי אל שחת, . . . שמע ה' וחנני ה' היה עוזר לי"
  • מודים אנחנו לך "ועל נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת"
  • ביי סליחות, "ותן בלבינו לעזוב דרך רשע"
  • אויב קום איך אמאל אן 'די תפילה פון רבי ר' אלימלך' עס ברענגט שטארק ארויס אז מיר ווילן אזוי שטארק "כי אם מרוב היצר הרע הבוער בקרבינו תמיד, ומרוב התאוות ומרוב טרדת הזמן"

איך דאנק די ר רבונו של עולם פארן מיר געבן א געשמאקע געפיל דערביי.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ח' תשרי התשפ"ב 18:37 #275983

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

די לעצטע 2 וואכן בין איך געווען דער לעצטער איינגעשריבענער חבר.
היינט האבן זיך איינגעשריבן 2 הייליגע נייע חברים וואס ווילן טוישן זייער לעבן צו א בעסערע

ברוכים הבאים !
יום ליבשה
אוי וויי
זאל אייך דער אייבערשטער היטן און שענקן פון אלעם גוטן

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 15:47 #276014

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3

איך בין קראנק . . . מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

די היילייטעד ווערטער שטעכן מיר, 
דו ביזט נישט קראנק
דו ביזט א היימישע, געשמאקע, לעבעדיגע, חסיד'ישע, שטארקע, אפגעהיטענע, יונגערמאן, וואס פירט אן מיט א וועלט מלחמה קעגן דעם יצר הרע.
מיט פילע זאפטיגע מאמרים, אויפצולעבן די חברים המקשיבים.

לעצט פארראכטן: י"א תשרי התשפ"ב 15:48 דורך יום ליבשה.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 16:06 #276015

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

טייערע הייליגע חבר יום ליבשה !
דו ווייסט נישט וואס דו טוסט מיט מיר, מיט דיינע פילע טיטלען אויף מיר, איך פיל מיך ממש אין די זעקסטע הימל.
אבער . . . [און דא קומט די אבער . . .]
אויב וועל איך נישט אנערקענען אז איך בין קראנק, וועט פאסירן איינס פון די צוויי, אדער וועל איך באשליסן אז איך בין שלעכט, אדער וועל איך נישט זוכן ארויסצוגיין פון מיין מצב.
קוק אן, שטעל דיר פאר איך לייד פון דייעביטיס, און איך שרייב אין מיין אונטערשריפט ' איך בין א דייעבעדיק'
[אויב דו ווילסט קען מיר האבן א לענגערע שמועס דערוועגן, אבער נישט היינט]
איך האף אז ס'שטעכט מער נישט.

אבער איין זאך מוז איך דיר זאגן אז דאס וואס דו האסט געשריבן אויף מיר, שפיגלט שטארק אפ דיין כאראקטער !
גיי אן !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 16:42 #276017

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3

איי טאוטעלי דיס'עגרי. 
דעס וועסטו זאגן אין קלע"ס אדער פארנט פון א דאקטער. 
אין ערגסטן פאל קענסטו זאגן "איך האב א קראנקהייט". איך בין??? דאס בין איך???
איך בין א קלוגע, זיסע, געשמאקע איד, וואס זעט איין דעם אמת אויף דער וועלט, און איז נישט גרייט נאכצוגיבן פארן יצר א כי הוא זה, און איך פארמאג א געזונטע קאפ, און א אנגעווארעמט הארץ, צו פירן א שטרייט מיטן שטן.
איך פארמאג אן אסטראנאמישע סומע פון פערצן טעג, רבותי זאל יעדער וואוסן גאנעצ פערצן טעג האט א. גרין אין זיין קאסע, פערצן טעג פון ארויסקומען מיט א שטארקקייט, מיט אן אומגעהויערע פאווע"ר צו דערשלאגן אונזער גרעסטע שונא.
די פערצן טעג וועט מיר באגלייטן מיין גאנץ לעבן, ביזן הונדערט-און-צוואנציג יאר, און דערנאך וועט דעס ארויפקומען אויבן און וועט באלייכטן די גאנצע הימל, א מסירות נפש פון א איד אום 2021. און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט דאס זיך ציען ווייטער צו גאר גרויסע שטרעקעס.
נאר וואס דען, סוכ"ס האט ער - דער יצר - זיך אריינגעבראכן, זיך אריינגעבראכן ביים קעניג אין פאלאץ, אבער ווי עס זעט אויס גייט אים נישט גוט זיין דארטן, ווי עס שיינט ביזטו אויפן גוטן ארט, מיט די ריכטיגע שאיפות, נו דארף מען זען וויאזוי מען קען אים ארויספירן...
איך בין נישט קראנק, אפשר קענסטו זאגן 'איך האב א קראנקהייט', איך דארף נאך טראכטן אויב דאס אויך
און מיטן אייבערשטן'ס הילף, און מיט'ן כח החבורה הקדושה, הרבה חברותא עושה, וועט דער שונא זיין אינדרויסן בקרוב ממש, 
פערצן טעג איז אן אייזערנע חידוש!!!

לעצט פארראכטן: י"א תשרי התשפ"ב 17:02 דורך יום ליבשה.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 18:45 #276020

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 165 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 188 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל
  • קאָרמא: 6

שלום עליכם הרב גרין, זייער אנגענעם דיך צו האבן (אויב ביסט נאך דא), זייער שיין דיינע געשרייבאכצער, מיטן אייבישטענס הילף וועסטו מצליח זיין. 

איין נקודה נאר, דו האסט צוטיילט דיינע סטראגעלס אין 3 חלקים, וואס איז זייער שיין און אמת, אבער לדעתי זענען די 3 זאכן שוין א דירעקטע רעזולטאט פון די עיקר, וואס דאס איז: לאסט. 

די ערשטע 2 פיטערן די לאסט, און די 3טע איז שוין א ווייטערדיגע - כמעט אומפארמיידבארע - תוצאה פון לאסט. 

אלנפאלס, ס'קוקט אויס ווי די ארבעטס אריין, און ווי זאגן די אלט-געזעסענע דא אייביג - אז מ'ארבעט, ארבעט עס. 

דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא. 

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"ג תשרי התשפ"ב 19:20 #276067

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

האמיר שוין ברוך השם א משגיח אויפן סייט . . . 
יא אזויווי איר הערט
מיר זענען מקבל פנים בברכה אונזער נייע הייליגע חבר וועלכע האט זיך נארוואס איינגעשריבן, צו טוישן זיין לעבן אויף א בעסערע.
מיר קוקן ארויס אויף זיין הצלחה !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד תשרי התשפ"ב 17:57 #276170

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

הייסט עס א פאל ?
געגאנגען אין א קיאסק, [ווייל איך בין געווען נישט אין מייו שטאט,]
עוסק געווען אין מיינע ענינים,
דערנאך, אויסגעטשעקט די דרגא פון די פילטער, [תירוצים פארן באבע'ן . . . ] געזוכט, דאס קען מען אויך זעהן ? און דאס אויכעט ? אזוי ?
אויף יעדע זאך האט מען נאר געקוקט א האלבע סעקונדע שטייצעך.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד תשרי התשפ"ב 19:08 #276171

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3

פריי זיך אז דו קענסט נאך אפדעיטן דיין טשארט ברוך השם, גיי ווייטער אן
ס'איז נישט קיין צייט צו טראכטן אויף צוריק......
דשאסט מאוו פארווער"ד!!!!

לעצט פארראכטן: כ"ד תשרי התשפ"ב 19:08 דורך יום ליבשה.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד תשרי התשפ"ב 20:37 #276172

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
יום ליבשה געשריבן on כ"ד תשרי התשפ"ב 19:08:

פריי זיך אז דו קענסט נאך אפדעיטן דיין טשארט ברוך השם, גיי ווייטער אן
ס'איז נישט קיין צייט צו טראכטן אויף צוריק......
דשאסט מאוו פארווער"ד!!!!

גוט געענטפערט!
יעדער דא האט א יצר, האבן א שלעכטע תאוה איז נישט די פראבלעם. 
האסט דאך זיך אפגעשטעלט באצייטנס. איז גיי ווייטער אן מיט א פעסטקייט 
געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 11:39 #276248

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

א גרויסן יישר כח פארן ענטפערן !

ליידער האב איך שוין נישט די שאלה . . . איך האב סייווי געדארפט ריסעטן די טשארט . . .

די לאסט אין וואס איך געווען פארזונקען האט מיר געשלעפט און געצויגן מיט עבותות העגלה, ביז כלי המעשה גומרים.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 14:17 #276256

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3

עס איז זייער א פעינפול פילינג, פאר דיר, און פאר אונז אלע חברים, אבער מיט דיין שטארקקיט, מיט דיין ווארעמע רצונות, דיין ברען פאר אידישקייט, דיין ליבשאפט צו א צווייטן, די גבורת הנפש וואס דו ווייזט ארויס דא, וועסטו אי"ה גיין ווייטער, 
אפילו יעצט איז אויך נישט קיין צייט צו אריינצוטראכטן צו טיף, דשאסט ד"ו וואט יו הע"וו ט"ו ד"ו ענד גא"ו פארווער"ד, שטעל דיך נישט אפ, אפדעיט די טשארט, טראכט אביסל פון די פעין, ממש א מינוט'קעלע, און הער אויס נטע'לע'ס ניגון, דו ביזט א גוטע מענשט, הוי דו ביזט א גוטע מענטש.
איין מינוט, טראכט אריין אין די געוואלדיגע שטרעקע וואס דו האסט געהאט ביז אהער, דאס איז הויכע פארדינסט, דו ביזט א בן עולם הבא, פארדעם אליין האט זיך שוין אלעס געלוינט. און כש"כ ק"ו ב"ב של ק"ו ווען עס ווארט דיר אפ א געשמאקע לעבן, שמחת החיים, א גן עדן התחתון, וואס דו וועסט עררייכן מיט דיין עזות דקדושה.
לאז דיך נישט פארפירן פון די עצבות. די עצבות איז נישט דא דיך צו העלפן, עס איז נאר א טרע"פ דיך אריינצוכאפן, אוועקצוכאפ, קידנעפ"ן אזאך הייליגע חבר פון אונזער חבורה קדושה.

לעצט פארראכטן: כ"ז תשרי התשפ"ב 14:21 דורך יום ליבשה.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 15:34 #276262

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

איך בין באמת דאנקבאר דעם אייבערשטן פון די טיפעניש פון מיין הארץ פארן מיר האלטן ריין בדרך נס פאר אזא לאנגע שטרעקע פון 27 און אהאלב טעג.
און דאס אלעס אין א צייט ווען עס איז נישט דא פת בסלו.

אילו פינו מלא שירה כים קען איך נישט גענוג דאנקן און לויבן דעם פון אויבן, פאר זיינע חסדים גלויים, און מתנות חינם.

איך וואלט זיך נישט פארגעשטעלט אז איך וועל דאס קענען באווייזן, און איך קען טאקע נישט, אבער דער אייבערשטער קען יא.
און איך בעט אים;
רבונו של עולם גיב מיר נאך איין ריינע שעה !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 16:07 #276263

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

די תאווה פון א איד זיך נישט צו ברעכן כאטש מ’איז דורכגעפאלן דאך גייט מען אן מיט א שטארקייט! 
נישט דא קיין שום זאך אויף דער וועלט וואס איז שטערקער פון דעם!
חזק ואמץ ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 17:34 #276266

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3
א. גרין געשריבן on כ"ז תשרי התשפ"ב 15:34:

איך בין באמת דאנקבאר דעם אייבערשטן פון די טיפעניש פון מיין הארץ פארן מיר האלטן ריין בדרך נס פאר אזא לאנגע שטרעקע פון 27 און אהאלב טעג.
און דאס אלעס אין א צייט ווען עס איז נישט דא פת בסלו.

אילו פינו מלא שירה כים קען איך נישט גענוג דאנקן און לויבן דעם פון אויבן, פאר זיינע חסדים גלויים, און מתנות חינם.

איך וואלט זיך נישט פארגעשטעלט אז איך וועל דאס קענען באווייזן, און איך קען טאקע נישט, אבער דער אייבערשטער קען יא.
און איך בעט אים;
רבונו של עולם גיב מיר נאך איין ריינע שעה !

אוי זאגסטו גוט, דעס איז א געוואלדיגע מעסעדש, יסודות הדת!!!
wow נאך איין ריינע שעה.....

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 18:38 #276268

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 186 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
  • קאָרמא: 3

לגבי די נפילה, האב איך באקומען אויף די אימעיל ביי מיין נפילה, אז ווי שנעלער מען כאפט זיך צוריק, וועסטו אלץ מער אנהאלטן די מאמענטום וואס דו האסט דיך אנגעזאמעלט ביז אהער, ממילא אינא'אמת'ן קען טאקע זיין מען שפירט זיך צוקלאפט, נאך אזא שיינע עלי', און ס'איז געשען אזא ירידה, מאיגרא רמא לבירא עמיקתא ווי מען זאגט, אבער א שאד צו פארפאטשקענען די מאמענטום, כאפ עס אן שטארק, עס וועט אודאי צונוץ קומען.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ז תשרי התשפ"ב 23:38 #276277

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 249
  • האט שוין געלייקט: 697 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 323 מאל
  • קאָרמא: 12
א. גרין געשריבן on כ"ז תשרי התשפ"ב 15:34:

איך בין באמת דאנקבאר דעם אייבערשטן פון די טיפעניש פון מיין הארץ פארן מיר האלטן ריין בדרך נס פאר אזא לאנגע שטרעקע פון 27 און אהאלב טעג.
און דאס אלעס אין א צייט ווען עס איז נישט דא פת בסלו.

אילו פינו מלא שירה כים קען איך נישט גענוג דאנקן און לויבן דעם פון אויבן, פאר זיינע חסדים גלויים, און מתנות חינם.

איך וואלט זיך נישט פארגעשטעלט אז איך וועל דאס קענען באווייזן, און איך קען טאקע נישט, אבער דער אייבערשטער קען יא.
און איך בעט אים;
רבונו של עולם גיב מיר נאך איין ריינע שעה !

27 איז זייער א שטארק! קאנגרטלאציעס! דאס וועט בלייבן אין ווערט נישט פארלוירן
אז ביסט געפאלן אין די האסט זיך תיכף אויפגעשטעלסט מיט א פעסטקייט דאס איז נאך שטערקער!
אין אז מען איז זיך באמת מחזק וועלן מיר מיטן באשעפער'ס הילף צירוק קוקן שפעטער אין זעהן אז יעדע ירידה האט אינז סוכ"ס נענטער געברענגט צו רעקאווערי

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 14:39 #276322

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

ברוך השם אז ארום די דורכפעלער פון נעכטן און היינט האב איך געהאט אפאר ריינע שעות !

יישר כח אייבערשטער !
איך בין עס נישט ווערד . . .

אבער איין זאך באדערט מיר זייער, און מאכט מיר בעצבות,
די פאקט אז איך בין באקוועם אין מיין מצב, אין עס באדערט מיר ניטאמאל, איך בין שוין ליידער אזוי שטארק אימיונד אז עס באדערט מיר שוין נישט.
עבר, ושנה, ושנה, ושנה, (לייג צו וויפיל ס'גייט . . .) נעשה לו כהיתר גמור.

נעבעך . . .

זייטס מתפלל פאר מיין נשמה ! ! !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 14:53 #276325

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

נישט ווערט? וואס עפעס? דו ביזט א חלק אלוקי ממעל! יא א שטיק פונעם הייליגען און ריינער באשעפער, נו פארוואס זאלסטו נישט זיין ווערט? 
זיי נישט בעצבות לגבי דיין מצב, גיי ווייטער אן מיט דיינע ריינע טעג. די געפילן וועלן שוין נאכקומען...
און איך וועל מתפלל זיין... שוין יעצט!
רבונו של עולם העלף א. גרין (אלכסנדר? אשר? אברהם? אביעזר? ) בן מרת גרין צו זיין הייליג און ריין מיט איין כוונה למען שמו יתברך. 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 15:04 #276328

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 14:53:

נישט ווערט? וואס עפעס? דו ביזט א חלק אלוקי ממעל! יא א שטיק פונעם הייליגען און ריינער באשעפער, נו פארוואס זאלסטו נישט זיין ווערט? 
זיי נישט בעצבות לגבי דיין מצב, גיי ווייטער אן מיט דיינע ריינע טעג. די געפילן וועלן שוין נאכקומען...
און איך וועל מתפלל זיין... שוין יעצט!
רבונו של עולם העלף א. גרין (אלכסנדר? אשר? אברהם? אביעזר? ) בן מרת גרין צו זיין הייליג און ריין מיט איין כוונה למען שמו יתברך.

אמן !

יישר כח ! ! !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 15:31 #276331

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20

אט אזוי ממך ילמדו! מדארף זיין מוראדיג פרייליך מיט יעדע ריינע מינוט! ווייל דאס איז שלא כדרך הטבע! נאר מיט שמחה קען מען ווייטער אנגיין

און דאנק דעם באשעפער אז דו ביסט נישט בעצבות, עצבות איז אונזער גרעסטע פראבלעם דאס איז סם המוות ממש! אפילו נאר א טראפ דערפון!

וואס יא? די נפילה דארף זיין א wake up call און מדארף מאכן א גרינטליכע חשבון הנפש וואס מדארף זיך פארבעסערן אבער נאר מיט שמחה!

גיי אן מיט א שטארקייט

דיין חבר וואס קוקט ארויס אויף דיין הצלחה
שלום

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 15:33 #276333

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

ממש א סתירה, 'עס באדערט מיר זייער אז ס'באדערט מיך נישט'
באדערט דיך יא אדער נישט....

אבער די אמת איז, אז אלעס איז פונעם בורא, ער האט אונז אריינגעלייגט אינעם מצב ווי מ'איז, מיינט נישט נאר די עצם סטראגל, נאר מיט אלעס ארום און ארום, אויך דעיס אז מ'שפירט שוין גארנישט, די הארץ איז פארשטאפט, מ'וויל ס'זאל וויי טון , אבער ס'טוט נישט...
דארף מען צו אים בעטן, ליבער טאטע, העלף מיך ארויס ווייל איך קען נישט מער זיין אין דעי פארשטאפטקייט, העלף מיך אז ס'זאל מיך וויי טון א פאל, העלף מיך איך זאל מיך קענען מחזק זיין נאכדעם, ווייל דעיס איז דאך דיין רצון, און אפי' יעצט ווען איך בעט דיך דעיס, שפיר איך אויך גארנישט, העלף מיך ארויס פון מיין פלאנטער, איך וויל שוין אנקומען צו מיין ענדגילטיגע ישועה
און ניין מיין נישט אז אייביג קומען די געפילן ערגעץ ווי אינמיטן, נאכדערצו ווען מ'ווארט ס'זאל שוין אנקומען אביסל טרערן וואס זאל אויסוואשן מיין נשמה, אבער ס'גייט מיך נישט אן ווייל אויב וויל יעצט די אייבערשטער אזוי, וויל איך אויך אזוי
אויב בעט מען אים יעדן טאג, האט מען נישט וואס צו זיין בעצבות, ווייל דעיס וויל ער יעצט פון אונז, צובראכן יא, בעצבות נישט, 'קרוב ה' לנשברי לב'

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 18:41 #276347

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
נאר בשמחה געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 15:33:

א גרויסן יישר כח פארן זיך אפגעבן מיט מיר.
עס מאכט מיר אסאך אויס.

ביי מיר איז דערוויל פונקט פארקערט, איך בין בעצבות פארוואס איך בין נישט במרירות . . . 

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 18:54 #276349

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1765 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 451
  • האט שוין געלייקט: 531 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1188 מאל
  • קאָרמא: 22
א. גרין געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 14:39:

ברוך השם אז ארום די דורכפעלער פון נעכטן און היינט האב איך געהאט אפאר ריינע שעות !

יישר כח אייבערשטער !
איך בין עס נישט ווערד . . .

אבער איין זאך באדערט מיר זייער, און מאכט מיר בעצבות,
די פאקט אז איך בין באקוועם אין מיין מצב, אין עס באדערט מיר ניטאמאל, איך בין שוין ליידער אזוי שטארק אימיונד אז עס באדערט מיר שוין נישט.
עבר, ושנה, ושנה, ושנה, (לייג צו וויפיל ס'גייט . . .) נעשה לו כהיתר גמור.

נעבעך . . .

זייטס מתפלל פאר מיין נשמה ! ! !

די כח פונעם ייצר הרע איז עפעס געוואלדיג.
האמיר א איד וואס האט א שטארקע משיכה צו שמיץ אווזי ווייט אז ער האלט אז ס׳איז שוין ביי אים עבר ושנה וכ׳ 
און אנשטאט זוכן שמיץ קומט ער אהער, א פלאץ וואס בעזרת השם וועט אים לבסוף מאכן אפלאזן די שמיץ.
און עכ״ז האלט ער אז ס׳באדערט אים נישט.......
היש לכם כסיל גדול מזה?  ייצר הרע מאכט מיר זאלן גלייבן זאכן וואס זענען קלאר קלאר היפוך מהמציאות.

א.גרין, די ביזט שוין אויפן וועג ארויס בדרך נס שוין געהאט כמעט א חודש ריין.
נעם די חיזוק פין דיר אליין און פין אלע חברים שטארק דיר און מאך איין טאג ריין.

חברך 
הקדוש חיים

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 18:54 #276350

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ח תשרי התשפ"ב 20:01 #276358

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20

איי דער האלי חיים איז דאך הייליג גערעכט!

אגב מיטן ארויפקומען דא מעלדן די דורכפאל און אנהייבן פון פריש האסטו געטון אלע פיר חלקי תשובה דהיינו חרטה, ווידו, עזיבת החטא, און קבלה על להבא איז פארוואס פונקט ווילסטו פילן מרירות? וואס גייט דיר דאס צוגעבן?

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ל' תשרי התשפ"ב 14:32 #276502

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

איך דאנק דיר רבונו של עולם פארן מיר געבן 32 ריינע שעות ביז יעצט,
איך בעט דיר טאטע נאך 1 ריינע שעה !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ל' תשרי התשפ"ב 15:18 #276509

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20

ביי אונז פלעגט מען זאגן זאסט זיין ריין פאר א שעה און נאך 5 מינוט... נישט אלץ מוז גיין פונקט ווי דו ווילסט...

מזל טוב צו דיין הייליגע לעכטיג 32 שעה, מעני מאור טא קאם מיטן באשעפערס הילף

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ל' תשרי התשפ"ב 15:54 #276516

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום גאנץ געשריבן on ל' תשרי התשפ"ב 15:18:

ביי אונז פלעגט מען זאגן זאסט זיין ריין פאר א שעה און נאך 5 מינוט... נישט אלץ מוז גיין פונקט ווי דו ווילסט...

מזל טוב צו דיין הייליגע לעכטיג 32 שעה, מעני מאור טא קאם מיטן באשעפערס הילף

אמן !
האסט מיר ארויבפגעברענגט א שמייכל אויפן פנים . . .
יישר כח !

און יישר כח אייבערשטער פאר די ריינע שעה און 5 מינוט . . . ! ! !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ל' תשרי התשפ"ב 16:15 #276525

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3

פונקט 34 שעה און 5 מינוט !
יישר כח אייבערשטער !
ביטע נאך איין שעה !

איך האב געזעהן אין ישמח ישראל אויף סוכות ווי ער טייטשט אויף וואס מיר האבן היינט געזאגט ביי הלל "מאשפות ירום אביון" אז עס רעדט זיך פון איינער וואס איז ליידער פארזונקען אין עניני קדושה,
יא יא מ'רעדט פון מיר, דער אייבערשטער הייבט מיר אויף !

ענטפער: . . . עליכם שלום ! א' חשון התשפ"ב 03:16 #276568

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1230
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל
  • קאָרמא: 15

א גוטן טייערע חבר 
א. גרין

איך זעה אז די געסט נישט אויף, הייבסט אן נאכאמאל און נאכאמאל
געב נישט אויף, די גייסט מצליח זיין און אנקומען.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: . . . עליכם שלום ! א' חשון התשפ"ב 12:56 #276601

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
friend געשריבן on א' חשון התשפ"ב 03:16:

א גוטן טייערע חבר 
א. גרין

איך זעה אז די געסט נישט אויף, הייבסט אן נאכאמאל און נאכאמאל
געב נישט אויף, די גייסט מצליח זיין און אנקומען.

יישר כח מיין פריינט !
יא ברוך השם דער אייבערשטער האט מיר היינט נאכאמאל געגעבן די געלעגנהייט צו אנהייבן פון פריש
[איך מיין שוין די זיבעטע מאהל אין די לעצטע 6 טעג].

אבער ברוך השם היינט האב איך געמאכט אפאר ערנסטע טריט פאר ריקאווערי,כאטש איך בין נאך זייער, זייער, ווייט דערפון, האף איך מיטן אייבערשטן'ס הילף אז איך בין אויפן וועג אהין. דרך תשובה הורית
בעזר השם געב איך מיר א שאקל אפ פון אלעס און מ'הייבט אן מיט א פעסטקייט, איך ווייס און איך בין איבערצייגט אז איך קען נישט, אבער דער אייבערשטער קען יא, און ער שלעפט מיך ארויס דערפון.
ער זאגט מיר "מיין קינד ! דו ווילסט נישט זיין דא, און איך וויל אויך נישט דו זאלסט זיין דא, לאמיר סטאפן איינמאל פאר אלעמאל."
און איך בין שוין מגלה דעת; אפילו אויב ס'וועט זיין נפילות אינמיטן וועג, איך האב אויפגעהערט פאר אייביג !

[דרך אגב לעצטנס שרייב איך אראפ פאר מיר אליינס, אלעס, וואס איך האב געטוהן, ווילאנג איך האב מיר געראנגעלט, וויפיל ריסק איך האב גענומען, וואס מיינע תירוצים זענען, און וואס איך האב דערלייגט צוליב דעם, און וואס איך גיי טוהן אז ס'זאל נישט געשען, און צו ס'האט געארבעט צו נישט, ווי שטארק איך האב יא אדער נישט געוואלט, פשוט אז איך זאל מיר נישט פאפן און זעהן אין פנים אריין וואו איך האלט אויף דער וועלט, און אליינס קענען מאכן א ריכטיגע סטעפ 1. איך וואלט געראטן יעדן דאס צו טוהן ווייל די זכרון פאפט א מענטש און דער מענטש אליין וויל זיך אויך פאפן]

יעצט צום שלוס;
איך האב געמאכט [אויפגעפרישט] א פעסטע קבלה מיטן הילף פון דעם רב וואס העלפט מיר אז 'איך וועל נאר נוצן דעם קאמפיוטער פאר צרכים פון מיין פרנסה און עסקנות'
דעריבער וועל איך אויך אראפגיין פון די סייט בעזר השם, איך וועל בלי"נ בעטן מיין פילטער קאמפאני דאס צו בלאקן.
איך ווייס שוין לאנג אז דאס איז נישט פאר מיר ווי איך האב שוין געשריבן, פאר מיר האט עס ממש נישט צוגעגעבן, און נאר געבויט מיין קרענק פון עגאאיזם און צו זיין סעלף סענטערד א. א. וו.
ס'איז זיכער אז ס'דא מענטשן פאר וועם עס איז וויכטיג, אבער נישט פאר מיר. (דרך אגב אין די אינטערוויו מיט 'עד כאן' שמועסט ער אביסל פון די נקודה לגבי זיך.)

תכלית;
איך בין קלאר ביי מיר אז דאס איז רצון השם פון מיר. איך ווייס אז עס גייט מיר זיין זייער זייער שווער ווייל איך בין אביסל עדיקטעד דערצו, אבער איך בעהט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן די כוחות, ער איז דאך א כל יכול.

איך וויל מיר זייער באדאנקן פאר יעדן איינעם, סיי ווער האט מיר אמאל געשיקט א מעסעדזש, געשריבן אין מיין טרעד, געגעבן א לייק, אדער געענטפערט א טשעט, וכדו' און בכלליות פאר יעדן הייליגער חבר דא, איך זייער הנאה געהאט דא, מ'האט מיר שיין געהענדלט. יישר כח ! און איך וואונטש ענק איר זאלט שנעל צוקומען צו פולקאמע ריקאווערי, גרינגערהייט

ענטפער: . . . עליכם שלום ! א' חשון התשפ"ב 13:26 #276602

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 669 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 409
  • האט שוין געלייקט: 618 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל
  • קאָרמא: 50

מיר וועלן דיר פארפאסן. אבער אז מיר ווייסן אז דאס איז פאר דיין טובה. איז דאס אונזער טובה.

זיי מצליח..
אויף ווידער זעהן!

יונה'לע

יונה מצאה בו מנוח…
יונה מצאה בגמטריא "אור"
בו מנוח בגמטריא קי״ב כמספר שם אלוקים ושם ה-ו-י-ה וגם כמספר , "יום יום", "בנין", "נו נו", "ודבק", "געלט"

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' חשון התשפ"ב 00:46 #276826

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1230
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל
  • קאָרמא: 15
א. גרין געשריבן on א' חשון התשפ"ב 12:56:

friend געשריבן on א' חשון התשפ"ב 03:16:

א גוטן טייערע חבר 
א. גרין

איך זעה אז די געסט נישט אויף, הייבסט אן נאכאמאל און נאכאמאל
געב נישט אויף, די גייסט מצליח זיין און אנקומען.

יישר כח מיין פריינט !
יא ברוך השם דער אייבערשטער האט מיר היינט נאכאמאל געגעבן די געלעגנהייט צו אנהייבן פון פריש
[איך מיין שוין די זיבעטע מאהל אין די לעצטע 6 טעג].

אבער ברוך השם היינט האב איך געמאכט אפאר ערנסטע טריט פאר ריקאווערי,כאטש איך בין נאך זייער, זייער, ווייט דערפון, האף איך מיטן אייבערשטן'ס הילף אז איך בין אויפן וועג אהין. דרך תשובה הורית
בעזר השם געב איך מיר א שאקל אפ פון אלעס און מ'הייבט אן מיט א פעסטקייט, איך ווייס און איך בין איבערצייגט אז איך קען נישט, אבער דער אייבערשטער קען יא, און ער שלעפט מיך ארויס דערפון.
ער זאגט מיר "מיין קינד ! דו ווילסט נישט זיין דא, און איך וויל אויך נישט דו זאלסט זיין דא, לאמיר סטאפן איינמאל פאר אלעמאל."
און איך בין שוין מגלה דעת; אפילו אויב ס'וועט זיין נפילות אינמיטן וועג, איך האב אויפגעהערט פאר אייביג !

[דרך אגב לעצטנס שרייב איך אראפ פאר מיר אליינס, אלעס, וואס איך האב געטוהן, ווילאנג איך האב מיר געראנגעלט, וויפיל ריסק איך האב גענומען, וואס מיינע תירוצים זענען, און וואס איך האב דערלייגט צוליב דעם, און וואס איך גיי טוהן אז ס'זאל נישט געשען, און צו ס'האט געארבעט צו נישט, ווי שטארק איך האב יא אדער נישט געוואלט, פשוט אז איך זאל מיר נישט פאפן און זעהן אין פנים אריין וואו איך האלט אויף דער וועלט, און אליינס קענען מאכן א ריכטיגע סטעפ 1. איך וואלט געראטן יעדן דאס צו טוהן ווייל די זכרון פאפט א מענטש און דער מענטש אליין וויל זיך אויך פאפן]

יעצט צום שלוס;
איך האב געמאכט [אויפגעפרישט] א פעסטע קבלה מיטן הילף פון דעם רב וואס העלפט מיר אז 'איך וועל נאר נוצן דעם קאמפיוטער פאר צרכים פון מיין פרנסה און עסקנות'
דעריבער וועל איך אויך אראפגיין פון די סייט בעזר השם, איך וועל בלי"נ בעטן מיין פילטער קאמפאני דאס צו בלאקן.
איך ווייס שוין לאנג אז דאס איז נישט פאר מיר ווי איך האב שוין געשריבן, פאר מיר האט עס ממש נישט צוגעגעבן, און נאר געבויט מיין קרענק פון עגאאיזם און צו זיין סעלף סענטערד א. א. וו.
ס'איז זיכער אז ס'דא מענטשן פאר וועם עס איז וויכטיג, אבער נישט פאר מיר. (דרך אגב אין די אינטערוויו מיט 'עד כאן' שמועסט ער אביסל פון די נקודה לגבי זיך.)

תכלית;
איך בין קלאר ביי מיר אז דאס איז רצון השם פון מיר. איך ווייס אז עס גייט מיר זיין זייער זייער שווער ווייל איך בין אביסל עדיקטעד דערצו, אבער איך בעהט דעם אייבערשטן ער זאל מיר געבן די כוחות, ער איז דאך א כל יכול.

איך וויל מיר זייער באדאנקן פאר יעדן איינעם, סיי ווער האט מיר אמאל געשיקט א מעסעדזש, געשריבן אין מיין טרעד, געגעבן א לייק, אדער געענטפערט א טשעט, וכדו' און בכלליות פאר יעדן הייליגער חבר דא, איך זייער הנאה געהאט דא, מ'האט מיר שיין געהענדלט. יישר כח ! און איך וואונטש ענק איר זאלט שנעל צוקומען צו פולקאמע ריקאווערי, גרינגערהייט

חזק ואמץ

זאלסט אלעמאל טיען וואס עס איז ריכטיג פאר דיר

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.34 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא