נאך פאר איך הייב אן מיין ערציילונג, וועל איך דא אויסשמועסן א קורצע נקודה'לע, וואס דאס איז בעצם געווען א שטארקע בסיס פאר מיין גאנצע אדורכגאנג - אייגענטליך איך ווייס נישט צו איך גיי טאקע אנהייבן מיין ערציילונג, איך מיין אז ווען איך וועל פילן ביכולות מיט די ריכטיגע באלאנס פון כח און מח שרייבן א נקודה אדער צוויי אין מיין פארגאנגענהייט, אדער נאך א קאפיטל אדער הוספה צו א קאפיטל אין מיין לעבנס געשיכטע, וועל איך עס טאקע טוהן, און צוביסלעך וועט זיך צוזאמשטעלן א קלארערע בילד מה אני מה חיי מה צדקותי ומה גבורותי וכו'
און יעצט לאמיר גיין צום פינטל.
פאר איך גיי צו וואס איך וויל ארויסברענגען איז כדאי אויסצושמעוסן בקיצור א זאך וואס יעדער קען צונוצקומען צו וויסן דערפון.
בעצם איז עס אן אלטע דיון וויאזוי יעדע מענטש אין דער וועלט הייבט אן און לעבט אויס זיינע יארן, ס'זענען געווען (און מסתמא נאך אלס דא) וואס האבן געזאגט, אז א מענטש איז באשאפן געווארן אן קיין שום פניות, קיין שום תאוות, קיין שום טבעיות, און מיט די צייט לויט זיין סביבה לייגט ער צו נאך א זאך און נאך א זאך אריין טיף אין די קעמערלעך פון זיין מח, און ער ווייסט רוב מאל אפילו נישט אז עס עקזיסטירט, הנקרא אונטערן באוואוסטזיין (סאב-קאנטשעס), און דאס וועט אויסקלאפן אויפן מענטשנ'ס פרעזענליכע לעבנ'ס דורכגאנג אויף ווייטער און ווייטער, און זיינע באשלוסן און טאטן וועלן זיין געוואנדן אין דעם, און לויט וויאזוי א מענטש וועט זיך ווייטער טאקע פירן, וועט זיך ווייטער פארעמען זיין מח ווייטער אויף דעם וועג, און ס'וועט ווערן נאך און נאך שטערקער אריינגעלייגט אין זיין מח.
די תורה הקדושה האט אונז אבער מגלה געווען אז א מענטש ווערט געבוירן א פרא אדם, מנעוריו איז עס אריינגעבויעט אין אים 'רק רע כל היום', ומותר האדם מן הבהמה אין - גארנישט, אדער לויט נאך א פשט צו קענען זאגן דאס ווארט "ניין" וואס א בהמה קען נישט (און דא לערנען מיר זיך עס טאקע אויס וויאזוי צו טוהן...), און במשך די שעות/טעג/וואכן/חדשים/יארן/שמיטות/יובלות וואס גייען פאריבער עדזשאסט זיך זיין פערסענאלעטי לטב או למוטב, און דאס איז טאקע די ארבעט וואס איז פארלאנג פון עלטערן און פון זיך אליינס, אויסצולערנען דעם קינד/זיך צו קענען בוחר זיין בדרך הטוב והישר און לויט די כוחות און טבעיות פון יעדער מענטש וויאזוי דער אייבירשטער האט אים באשאפן עס אויסנוצן צום גוטן און נישט ח"ו צום פארקערטן, און דאס אלעס גייט אריין אין דעם מענטש, עס ווערט אזוי ווי אן אמונה, א בעלי"וו, וואס מיט דעם לעבט ער, און דאס מאכט אים מחליט זיין די הוה ויהיה, צו ער ווייסט יא דערפון, צו אפילו נישט. (און דאס איז טאקע די נאטורן פון יענעם בילד פון משה רבינו וואס יענע מלך האט געזעהן דערויף...) ואכמ"ל.
יעצט אזוי צו אזוי, איך ווייס נישט, און בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט, צו איך בין געווען אלע מיינע מיטגעמאכטע יארן אזוי, און אפילו וועלכע יארן יא, האט זיך עס מסתמא געוואנדן אין תקופות, אבער זייער א שטארקע זאך וואס איז בעצם אזאך טיף באגראבן אין מיין מח, און ווי געשמועסט פריער איז עס להבדיל כדוגמת אמונה בהשי"ת וואס ליגט אויך אינעם מענטש איינגעגראבן פון קינדווייז אן במסורת אבות, איז יענע זאך אין מיין מח האט געזאגט, "איך זעה דאך ווי די האלטסט מיט דיך אליינס, אמת ס'איז א הארבע זאך, ס'איז נישט אזוי איי איי איי וואס דו האלטסט יעצט אינמיטן טוהן, אבער וואס מאכסטו דיך נאריש און מאכסט עס הארבער ווי ס'איז, ס'מאכט דיך פשוט פילן גילטי און בעצבות, און ס'וועט דיך אריינברענגען אין א יאוש, און דאס טארסטו דאך נישט טוהן, אלזא נעם עס אן אלס א פאקט אז נעבעך די ביסט דאס, און דאס טוסטו, ס'איז טאקע נישט די בעסטע צו טוהן, אבער אזוי איז עס...... = שומו שמים אזוי צו טראכטן!!
עטס הערט'ס ווי אזוי די יצר הרע ארבעט, ער רעדט מיך איין אז כדאי נישט אריינצופאלן אין עצבות המביא לידי יאוש, זאל איך שוין יעצט אריינפאלן און אזא סמאדי יאוש, וואס איך וועל אפילו נישט וויסן אז איך בין אין יאוש, ווייל לו יהא וואלט איך געווען אין יאוש אינגאנצן תוך תוכו, וואלט זיך עס גוט אנגעזעהן אויף מיר, אדער כאטש איך אליינס וואלט דאס געפילט, אז נעה, איך בין שוין צו טיף אין די בלאטע, און פאר מיר וועט שוין נישט העלפן קיין תשובה וכו' וכו', אבער יעצט, איז דאך אלעס גוט און פיין, ס'איז נישט אז ס'איז טאקע גוט, נאר נעבעך ס'איז שוין אזוי, לאז עס געמאך, מאך דיך ווי ס'גוט, און ענדיג דיינע יארן אזוי... רחמנא לשיזבן!
נו, עט'ס מיינט'ס אז איך האב עס טאקע גלייך אריינגעלייגט בידים אין מיין מח, אוודאי אז נישט, אבער נאך איין מאל טראכטן אזוי, און נאך נאכאמאל און נאכאמאל, איז עס צוביסלעך געווארן איינגעגעסן, און איך האב מיך געפילט אביסל אזוי ווי די ווארימל אין די כריין און ער וויל שוין נעבעך נישט ארויסקומען.
אוי נעבעך!
פון צייט צו צייט איז געווען טעג וואס איך האב געהערט דעם בת קול היוצאת מהר חורב שמכרזת ואומרת "שובו בנים שובבים", און היידע,היידע, פון יעצט אין ווייטער נישטא מער אזא זאך ווי עובר זיין על רצונו יתברך בענין זה. אבער אויף צומארגנס האב איך נאכאמאל איבערגעטראכט די זעלבע מחשבה, היידע, פון יעצט אין ווייטער נישטא מער אזא זאך ווי עובר זיין על רצונו יתברך בענין זה. און אויף איבערמארגנ'ס, נאכאמאל די זעלבע, די זעלבע מיינט איך בין געשטאנען אין די זעלבע מצב ווי א טאג אדער צוויי אדער מער בעפאר. און די יצרו של אדם המתגבר עליו בכל יום האט ווייטער אנגעפאנגען דערקוטשענען, די זעהסט דאך, נא, האלט דיך רואיג, פארפיר נישט ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען, און די זעלבע מחשבה'לעך פון יאוש-ואינו-יאוש-באותו-זמן האבן זיך אנגעפאנגען ארויפדראפענען צוריק צום אויבן אן.
איך האף אז מיינע דרשות זענען נישט צו לאנג, אבער וואס וויל איך ארויסברענגען דערמיט, אז פון איין זייט קען מען זאגן אז איך בין נישט ממש אן עדיקט, ווייל סוף כל סוף בין איך שטארק מיט זיך, און איך ווייס וואס איך וויל, און ווען איך וויל פיר איך עס אויס, אבער ביי דעם האט מיך דער יצר געכאפט דורך א פארקערטע שפיל, און איך בין יא דורכגעפאלן.
איך האף אז איך און אנדערע וועלן נעמען א לימוד דערפון סיי שלא ימות כדרך שמת פלוני און זאלסט נישט גיין אויף דעם וועג ווייל פון דא קום אויך און ס'איז נישט די ריכטיגע וועג, און סיי אז מ'דארף זיך לערנען פון די תכסיסי מלחמה פונעם שטן המלאך המות, און אויסדרייען דעם וואפן אויף אים ארויף.
אזוי ווי איך האב געזאגט, אזעלכע מחשבות זענען נישט פון אנהייב מאל אן געווען אין מיר, איז וועלכע סארט מחשבות יא, בעז"ה פאר אן אנדערע געלעגענהייט.