אויב גיי איך נישט גיין צו קיין מיטינגען, גייט מיין ווייב לכאורה אויך אויסגעפונען! סוף גנב לתליה! נאכדערצו אז די עדיקשאן בלייבט נישט שטיין, און דעמאלט גייט שוין זיין סאך מער קאמפליצירט, קודם כל וועט מיין זוכן הילף דעמאלט זיין נישט ערנסט, פי' איך זוך הילף כדי זי זאל נישט אוועק לויפן, נישט ווייל איך וויל זיין ריין, צווייטנס כל ווען איך ווערט געכאפט בין איך עט מיי לאועסט פוינט משא"כ ווען כהאלט שוין אינמיטן ריקאווערי ועוד הרבה...
און דעמאלט קען זיין אז זי וועט פשוט אנטלויפן פון מיר...
"איך קרעיוו די מינוט וואס איך גיי אריינקוקן מיין ווייב און די אויגן, און זיין אמתדיק די ערשטע מאל און מיין לעבן, און זאגן איים סארי!"
און ניין, איך לעב נישט און קיין אילוזיע, אז מיין ווייב גייט מיר אנקוקן מיט א גרויסן שמייכל, און זאגן נאו פראבלעם......
סגייט זיין שאק! דיסביליעף! שעים! כעס! אבער עס גייט אדורכגיין! סגייט זיין תהומות פון צער, אפאר טעג וועלן מיר זיצן און וויינען אן אויפהער, אונזערע הערצער גייען זיין צוריסן, אבער מיר גייען אנהייבן א לעבן! א אמתע קשר צום ערשטן מאל! איך גיי פון אויפסניי געבוירן ווערן! און זי גייט באקומען א מאן צום ערשטן מאל! כהאב עד היום נישט פארשטאנען ווי שטארק איך האב געזינדיקט קעגן איר.........