geverisrael געשריבן:
הרב לומד, בן כמה אתה היום??????
בחסדי הקל יתברך ויתעלה האלט איך ביי134 ריינע טעג.
היות איך האב זיך נאכנישט געלאזט באקענען צו ענק וועל איך פראבירן איבערגעבן מיין איבערעלבנישן בנוגע מיינע נסיונות.
איך בין א אינגערמאן וואס איז געזעצן און געלערנט אין כולל גאר אסאך יאהרן. איך האב זיך פארהערן אויף עטליכע מקצועות בתורה ב"ה אינקלאדינג הוראה אויף חלק א' וב' פון יורה דיעה ביי עטליכע חשובע רבנים. איך בין היינט אין מסחר, און ב"ה האב נישט קיין שלעכטע הצלחה. כהיום בין איך רוב טאג אין ביזנעס און פארברענג אפאר שעה מיט א חברותא.
אלס בחור בין איך געווען גאר אומוויסנד, און דעריבער געווען אן אפגעהיטענער בחור. צו די חתונה האב איך בכלל נישט פארשטאנען צו די תאוה, און אלעס איז געווען לקיים מצות בוראי. דאס האט זיך געהאלטן פאר געציילטע חדשים וואס די תאוה האט אריינגעשטויסן און איך האב נישט געוויסט וויאזוי זיך אן עצה געבן מיט דעם.
פון ז"ל האט זיך עס געצויגן צו הערן גוישע ראדיא ניגונים, צו טשעטן און הערן שמוץ. במשך השנים האט זיך כמה פעמים געמאכט אז איך האב געהאט פאר א טאג צוויי עקסעס צו וואטשן אויף די אינטערנעט שמוץ. דאס איז געקומען צוליב אז מען האט געקויפט א נייע קאמפיוטער אדער כלי, און ביז איך האב עס געפילטערט האב איך געקענט וואטשן די ערגסטע. כאטש איך פלעג אלץ פילטערן מיינע כלים, האט זיך אלץ געמאכט גלעגנהייטן וואס איך האב אויסגעניצט צו קענען צו קומען צו שמוץ. דאס איז נאר געשעהן איין מאל צוויי מאל א יאר.
מיין שמירת עינים איז ערגער געווארן, ווי איך האב געקענט קוקן אויף קעטעלאגן און מיט דעם מוז"ל. מיט די צייט איז די ז"ל געווארן מער און מער. אז לעצטע יאר צוויי (ביז איך האב זיך אהנגעהויבן ציילן די 90 טעג) איז געווען כמעט יעדן נאכט רח"ל.
אינטרעסאנט איז אז איך האב מיך נישט צו שלעכט געפילט, ווייל איך האב געהאלטן אז דאס איז א מצב וואס דער רבש"ע האט מיר אריינגעלייגט און איך טוה וואס איך קען, און אויב איך פאל דורך, איז טו בעד. איך בין אהנגעגאנגן מיט מיין לעבן אז דאס גייט מיר באגלייט ביזן קבר.
למעשה פאר א פאהר חדשים צוריק האב איך באשטעלט טיקעטס צו פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר. איז מיר אריין אן התעוררות אז איך מוז עפעס טוהן אלס אן הכנה צו דעם. איך האב געטראכט אז איך דארף פראבירן אויף דעם ענין וואס איך בין געווען גאר לקוי אין דעם. אבער איך בין געווען זיכער אז איך קען עס נישט דרוכפירן. האב איך מחליט געווען אז איך מוז פראבירן, אז עס וועט גיין איז גוט, און אז נישט האב איך כאטש געוויזן אז איך וויל זיך רייניגן פון דעם.
איך האב שוין געהאט געמאכט א פאר חדשים פריערד א נאמען אויף די ענגלישע סייט, אבער איך האב גארנישט געטוהן דארט. איך בין אריין זיך איינשרייבן אין די 90 טעג טשארט און צו אהנהייבן א טרעד (זעה אויבן די לינק). ווען איך האב געזעהן אז אויב איך גיי מצליח זיין וועל איך זיין ל"ג בעומר ביי מירון ביי די 70סטע טאג. די גאנצע זאך בין געווען גאר שטארק מסופק צו איך וועל מצליח זיין, אבער מיט די צייט און בס"ד די חיזוק וואס אנדערע דארט האבן מיר געגעבן, האב געזעהן טאג נאך טאג אז יא, עס גייט. איין טאג ריין און נאך א טאג. איך שטארק מתפלל געווען אז איך זאל מצליח זיין יענע טאג און נאך טעג. מיט די צייט האב איך געזעהן א ס"ד און ב"ה היינט בין איך ביי יום קל"ד.
צווישן די טעג איז געווען שווערערע טעג און לייכטערע טעג. עס איז געווען טעג וואס איך האב געמיינט אז איטס אווער די באללאן פלאצט, איך האב געזאגט פארן רבש"ע דו ווילסט איך זיך דורכפאלן בין איך עס מקבל באהבה, אבער אהן דיין הילף קען איך נישט, אבער בס"ד האט מען זיך מחזק געווען.
ערגעץ ביי די 97 טאג נאך איך האב שוין געהאט געפייערן די 90, האט זיך אהנגעהויבן ביי מיר א נסיון וואס איך האב שוין נישט געהאט יאהרן. דאס איז געווען אז יאהרן צוריק צוליב רופן די טשעט לייןס פלעג איך באקומען אין די פאסט, שמוציגע קעטעלאגס וואס עדווערטייזן שמוץ (א באזונדערע פרשה וויאזוי איך האב עס באהאלטן פון מיין ב"ב). איך האב זיי געשיקט זיי זאלן מיר אראפנעמען פון די ליסטע. יעדע אזא קעטעלאג האט אויף מיר געלאזט א געפערליכע רושם. ווייל די זאך אליינס איז געפערליך. חוץ פון דעם האט עס מיר געשיקט צו נייע שמוציגע זאכן וואס איך האב נישט געהאט ביז דעמאלס.
די לעצטע יאהרן האבן זיי מיר שוין נישט געשיקט די קעטעלאגד. פונקט יעצט נאך א פאהר יאהר און נאך זיין ריין פון 97 טעג שיקן זיי מיר פרישע סחורה. איך האב געזעהן די ענוועלאם (עס קומט אין א דאפעלטע ענוועלאפ, וואס אויף די צווייטע שטייט א ווארענונג אז דא איז דא סחורה וואס מען דארף זיין 18 און אויב איך וויל נישט זעהן די סחורה זאל איך עס נישט עפענען) ויאחזני רעדה. עס האט געברענט א פייער אין מיר. איך האב עס נישט געקענט אוועק ווארפן סתם, ווייל איך דארף זיכער מאכן אז עס קומט נישט אהן צו א צווייטע. חוץ פון דעם ברויך איך צוריק שיקן די אינדרויסנדע ענוועלאפ און זיי בעטן אז זיי זאלן מיר אראפנעמען פון זייערע ליסטע.
די מלחמה איז אהנגעגאנגען פאר א שעה, און בחסדי השם נאך הייסע תפילות, מיט איממערמידליכע כוחות האב איך מיך מתגבר געווען און פטור געווארן דערפון און נישט אריין געקוקט אין דעם. נאכדעם בין איך פאר א צוויי טעג געווען נישט ביי זיך עמאציעאל. די נעקסטע טאג איז די דאווענען געווען גאר עפעס אנדערש. איך האב נאך א שיינע פאר יאהר געפילט א ספיציעלע נאנטקייט צום אויבערשטן. אין א געוויסע זין קען איך זאגן אז זייט דעמאלס האט זיך מיין דאווענען געטוישט. כאטש איך האב געזאגט אלע ווערטער אבער איך האב זיך געפילט מרוחק. אבער נאך דעם נסיון (קען זיין עס איז דמיונות) דאווענט זיך אינגאנצן אנדערש.
איך מוטשע מיך נאך מיט די לעצטע נסיון. ווייל כאטש איך האב זיי שוין געשיקט עטליכע בקשות אז זיי זאלן מיר נישט שיקן קיין סחורה, באקום איך נאך פון זיי סחורה בערך איין מאל א וואך.
בהמשך צו דעם נסיעה קיין מירון, האב איך געהאט אן ענין מן השמים וואס האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. בעצם היום האב איך מיך צוגעשטיפט צום ציון פון רשב"י. עס האט געקאסט געוואלדיגע כוחות. דאס געדרענג איז עד אין שיעור. ווען איך בין שוין געווען ביים ציון האב איך אראפגעלייגט די קאפ, און געבוכה'ט ווי א קליין קינד, און מעורר רחמים געווען פאר מיר און פאר חברי הד"א. איך האב איבערגעלאזט דארט מיין גאנצע פעקן אין דעם ענין, מתפלל געווען הצלחה אויף ווייטער.
ארויסצוגיין פון דארט קאסט אויכעט כוחות. נאך זיך ארוסשטיפן פון די מערה ביים טיר שטעלט מיר אפ איד פון ארץ ישראל מיט א הדרת פנים, צו מיר האט ער אוסגעזעהן ווי חשובע איד. ער כאפט אהן מיין האנט (איך האב מיך נישט געקענט אפשטעלן ווייל מען האט מיר געשטיפט פון אונטן אויף ארויס) און זאגט מיר 'איך זעה אז דיין פנים שיינט פון קדושה'. קען זיין אז עס איז דמיונות, אבער פאר מיר איז עס געווען א חיזוק מן השמים. איך בין ארויס פון דארט כאילו מען האט מיר געזאגט נרצה מען נעמט אהן מיין עבודה.
א גריס פון מירון...