ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: מיין רייזע צו ליכטיגקייט 2489 באזוכער

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 15:41 #276334

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20
א. גרין געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 14:52:

ווער פראסקעט וועם ?
דער עיקר, צופראסקע זיך נישט אליינס . . .



זאגסט זיס
אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 15:44 #276335

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20
BeVeryStrong געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 15:23:

לשם יחוד קוב"ה ושכונתיה!
גיימיר יעצט לייגן דעם פאוסט נומער 500
גיימיר ווערן א שר חמש מאות. קוק דא וועסטו קענען אליינס זעהן!
ב"ה פאר דעם. אסאך שטותים גערעדט, אסאך חיזוק געגעבן, פידבעק, אביסל טענות געהאט, אביסל אסאך נערוועז געמאכט דעם עולם... ועוד ועוד...!
איך בין נייגעריג צו הערן פונעם עולם וואס איך זאל טון אויף ווייטער. זאל איך איינשטילן אביסל? זאל איך זיין מער אקטיוו אדער וואס איך זאל טון. 
שכוח


ווייטער נערוועז מאכן...

 גיי ווייטער אן מיט א שטארקייט אונז מהנה צו זיין 

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 18:38 #276345

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 71
  • האט שוין געלייקט: 100 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום גאנץ געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 15:44:

BeVeryStrong געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 15:23:

לשם יחוד קוב"ה ושכונתיה!
גיימיר יעצט לייגן דעם פאוסט נומער 500
גיימיר ווערן א שר חמש מאות. קוק דא וועסטו קענען אליינס זעהן!
ב"ה פאר דעם. אסאך שטותים גערעדט, אסאך חיזוק געגעבן, פידבעק, אביסל טענות געהאט, אביסל אסאך נערוועז געמאכט דעם עולם... ועוד ועוד...!
איך בין נייגעריג צו הערן פונעם עולם וואס איך זאל טון אויף ווייטער. זאל איך איינשטילן אביסל? זאל איך זיין מער אקטיוו אדער וואס איך זאל טון. 
שכוח


ווייטער נערוועז מאכן...

 גיי ווייטער אן מיט א שטארקייט אונז מהנה צו זיין 


גא"מ

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 18:45 #276348

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1765 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 451
  • האט שוין געלייקט: 531 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1188 מאל
  • קאָרמא: 22

גא״מ

איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער וואס וועט זיך אליין נישט פארגענען א קאמפלעמענט אן זיך אליין צונישט מאכן.
צו די זאלסט אנגיין??? נישט אנגיין! נאר מוסיף זיין, די ביזט זייער צו די זאך.
מ׳וויל הערן מער און מער פין דיר,
די ביזט גאר גוט ממש אן א שיעור.

הקדוש חיים

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 21:55 #276382

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8

ביבי, ביווער, ביווער'ל, שמעלקא, וויאזוי דו ווילסט דיך רופן....[אדער וויאזוי טשולענט וויל דיך רופן]

היינט גערעדט א גאנצע שמועס וועגן מוסיף זיין פאוסט'ס און דו רעדסט וועגן אראפנעמען???
זיכער זאלסטו ווייטער נערוועז מאכן...
גיי אן שרייבסט גוט , זייער גוט, מ'קען נישט אייביג וויסן וויפיל איין ווארט מאכט אויס

אגב, מז''ט פאר דיין 500'טע פאוסט!!

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 22:02 #276383

  • מבקש אור
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
  • קאָרמא: 2
נאר בשמחה געשריבן on כ"ח תשרי התשפ"ב 21:55:

ביבי, ביווער, ביווער'ל, שמעלקא, וויאזוי דו ווילסט דיך רופן....[אדער וויאזוי טשולענט וויל דיך רופן]

היינט גערעדט א גאנצע שמועס וועגן מוסיף זיין פאוסט'ס און דו רעדסט וועגן אראפנעמען???
זיכער זאלסטו ווייטער נערוועז מאכן...
גיי אן שרייבסט גוט , זייער גוט, מ'קען נישט אייביג וויסן וויפיל איין ווארט מאכט אויס

אגב, מז''ט פאר דיין 500'טע פאוסט!!


גא''מ

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ח תשרי התשפ"ב 22:35 #276385

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 165 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 149
  • האט שוין געלייקט: 188 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 263 מאל
  • קאָרמא: 6

מזל טוב הרב ביוועלע צו דיינע 500 תגובות, האסט א גרויסע זכות, זיכער זאלסטו ווייטער אנגיין. 

דער אייבישטער זאל דיר באצאלן מיט אלעם גוטס. 

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט כ"ט תשרי התשפ"ב 01:42 #276397

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

נמנו עליך חבריך וגם אני הק' מצטרף להני חבורתא.

האסט שוין נישט קיין ברירה, געגאנגען צו די עבודה.
די עולם באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע תגובות, אזוי שיין און פיין, זיס און געשמאק, זאפטיג און שמאלציג, אינטרעסאנט און תוכן'דיג, קעניינעהאקע.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 10:25 #276472

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

איך בין ממש איבערגענומען פון מיינע טייערע חברים דא!
איך וויל פארשטיין וואס האבן עדיקטס צוטון מוטן פארגינען א צווייטן...? לאל...
איך געדענק נישט אויף קיין שום פלאץ וואס איך זאל באקומען אזויפיל גוטע פידבעק, חברים זאלן זיין אזוי פארגינעריש און קעגן קומען מיט קאמפלימענטן.
די קאמיוניטי דא איז ממש איינס אין דער וועלט! איך בין פראוד צו זיין א חלק פון די קהילה קדושה!

זאגט עטץ איך זאל גיין ווייטער און ענק מהנה זיין. נו נו, גארטלס ענק אן... געדענקטס איך האב ענק געווארנט...

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:22 #276474

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

איך האב יעצט נאך יו’’ט פאר מיין ריקאווערי אנגעהויבן א פעסטע דייעט און עקסערסייז.
ס’איז מיר געווען א גאר שטארקער חידוש אנהייב ווען איך האב געהערט אז עקסערסייז איז א חלק פון ריקאווערי, כ’האב שטארק אריינגעטראכט דערין, ס’איז מיר געפאלן, ס’איז מיר שטארק אריין און די ביינער, כ’האב מיר צוגעגערייט דערצו, יעצט בין איך גרייט אנצוהייבן.

אלץ א חלק פון מיין לעבן מיט נפילות, מיט יאוש געפילן, האב איך נישט געהאט קיין געדולד, קיין כח צו מיר אליינס. מיין סלאגאן פלעגט זיין, איך ווער שוין אלט (יונגער ראצער), איך שטארב שוין כמעט עניוועיס. קענען ענק זיך אליינס פארשטעלן וויפיל סיפוק כ’האב געהאט פאר מיר אליינס.
אמאל אמאל ווען איך האב מיר צוריק געכאפט מיט א פרישקייט האט עס אנגעהאלטן ביז איך בין געפאלן די נעקסטע מאל סאך טיפער אין יאוש אריין.

למעשה יעצט האב איך זיך ב"ה גענומען אין די הענט אריין. די באשעפער האט מיר געשיקט א נייער לעבן! יעצט בין איך גרייט, איך ארבעט אויף מיר אויף אלע פראנטן, און זיין געזונט און פריש איז וויכטיגער פאר מיר ווי קיינמאל בעפאר. זיין סלאגיש און נישט קעירינג פאר מיר אליינס איז א רעסעפי פאר סעלף דעסטראקשן, ממילא בין איך גרייט ארויסצוגיין אין קאמף. און פארשטייט זיך איין טאג אויפאמאל. 


איין קליינע שאלה. ווילן ענק מיטקומען מיט מיר? זאל איך שעירן מיין דייעט פראגרעס מיטן עולם? איך האב א גאול צו פארלירן 50 פונט. אבער סאך מער ווי פארלירן פונטן וויל איך האבן א נייער וועג פון לעבן, איך וויל זיין בעל הבית אויף מיר וואס פונקטליך איך נעם אריין אין מויל און וויאזוי און וואס איך טוה צו מיר אליינס. איז מיין שאלה צו ענק, ווילן ענק מיטהאלטן אדער זאל איך עס האלטן פאר מיר אליינס??

מיט ליבשאפט ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:35 #276476

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15
.
לעצט פארראכטן: ל' תשרי התשפ"ב 11:38 דורך שלום אהליך.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:37 #276477

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

שעיר מיט דער עולם פשוט אז מ'זאל זעהן ווי דיעטע און א געזונטע לעבנס שטייגער ארבעט זייט ביי זייט מיט ריקאווערי, ואולי ממך ילמדו וכן נעשה וזכות הרבים תלוי בך (דיסקלעימער, איך בין דאר...)

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:46 #276478

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

שכוח שלום. כ’האב אויך פארגעסן צו זאגן אז איך בין נישט גראב. אבער 50 פונט וועט גיין א ווייטע וועג פאר מיר מיט פרישקייט און חיות

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:47 #276479

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8
שלום אהליך געשריבן on ל' תשרי התשפ"ב 11:37:

שעיר מיט דער עולם פשוט אז מ'זאל זעהן ווי דיעטע און א געזונטע לעבנס שטייגער ארבעט זייט ביי זייט מיט ריקאווערי, ואולי ממך ילמדו וכן נעשה וזכות הרבים תלוי בך (דיסקלעימער, איך בין דאר...)


גם אני מצטרף, סיי צו דיין מיינונג, און סיי צו דיין דיסקלעימער....
אבער דאך מיין איך אז אביסל מער וואטשען וואס מ'נעמט אריין אין מויל, איז א גוטע זאך, למשל נישט צו ווערן אראפגעשלעפט, עכ''פ ביי מיר.
שלום, מסכים? מסכים.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:57 #276482

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

ס'איז אויך א חלק פון עבודת המדות. דאס האט זיכער מיט ריקאווארי.

הד"פ [ה'אלט ד'יך פ'עסט], איך קען מיך מיט כאפן מיט דיר?
מיין פראגע איז, אויב יעצט איז נאך בגדר "נאך יום טוב" וואס דאס איז די צייט פון אנהייבן דייעט, אדער כ'האב שוין פארפאסט. מצד אחד איז נאך ל' תשרי, מצד שני איז שוין ר"ח חשוון. ויל"ע.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 11:59 #276483

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
נישט שפעט געשריבן on ל' תשרי התשפ"ב 11:57:

ס'איז אויך א חלק פון עבודת המדות. דאס האט זיכער מיט ריקאווארי.

הד"פ [ה'אלט ד'יך פ'עסט], איך קען מיך מיט כאפן מיט דיר?
מיין פראגע איז, אויב יעצט איז נאך בגדר "נאך יום טוב" וואס דאס איז די צייט פון אנהייבן דייעט, אדער כ'האב שוין פארפאסט. מצד אחד איז נאך ל' תשרי, מצד שני איז שוין ר"ח חשוון. ויל"ע.


קום קום, ביסט דאך אינעם זעלבן וואגן מיט ריינע טעג אויכעט. ס’דא א שפע דא!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ל' תשרי התשפ"ב 12:32 #276495

  • שלום גאנץ
  • איצטיגע שטרעקע: 118 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יעדע התגברות איז א דימאנט אונעם אייבערשטענס קרוין!
  • מעלדונגען: 388
  • האט שוין געלייקט: 682 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל
  • קאָרמא: 20
נישט שפעט געשריבן on ל' תשרי התשפ"ב 11:57:

ס'איז אויך א חלק פון עבודת המדות. דאס האט זיכער מיט ריקאווארי.

הד"פ [ה'אלט ד'יך פ'עסט], איך קען מיך מיט כאפן מיט דיר?
מיין פראגע איז, אויב יעצט איז נאך בגדר "נאך יום טוב" וואס דאס איז די צייט פון אנהייבן דייעט, אדער כ'האב שוין פארפאסט. מצד אחד איז נאך ל' תשרי, מצד שני איז שוין ר"ח חשוון. ויל"ע.


ווי האט יענער געזאגט, איך האב דיר געזאגט איך גיי דיר באצאלען נאך יו"ט אבער חודש תמוז איז אויך נאך יו"ט...

אנא עבדא דקדשא בריך הוא דסגידנא קמה ומקמי דיקר אוריתה בכל עדן ועדן

הייליגע באשעפער העלף איך זאל מיר שטענדיג קענען אינגאנצן מבטל זיין צו דיר, איך זאל אייביג טון דיין רצון מיט מיין גאנצע הארץ  
לעצט פארראכטן: ל' תשרי התשפ"ב 12:36 דורך שלום גאנץ.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט א' חשון התשפ"ב 05:11 #276577

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1230
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל
  • קאָרמא: 15
BeVeryStrong געשריבן on כ"ז תמוז התשפ"א 07:01:
אשריכם... אשריכם... אף הקב”ה מטהר את ישראל! 
.........
לאמיר חזר’ן ~ BeVeryStrong 

חזר'ן און חזר'ן
BeVeryStrong
נאכאמאל און נאכאמאל עס חזר'ן

די רייזע צו ליכטיגקייט איז BeVeryStrong

שכח פאר דיין חיזוק אלעמאל.

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט א' חשון התשפ"ב 08:50 #276582

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8
friend געשריבן on א' חשון התשפ"ב 05:11:

BeVeryStrong געשריבן on כ"ז תמוז התשפ"א 07:01:
אשריכם... אשריכם... אף הקב”ה מטהר את ישראל! 
.........
לאמיר חזר’ן ~ BeVeryStrong 

חזר'ן און חזר'ן
BeVeryStrong
נאכאמאל און נאכאמאל עס חזר'ן

די רייזע צו ליכטיגקייט איז BeVeryStrong

שכח פאר דיין חיזוק אלעמאל.


שכח פרענד פארן זיין מיין פרענד.
פרענד טייערע, זאג, וואס איז פארגעגאנגען די נאכט? אפשר אויב וואלסטו געלאזט וויסן פאראויס וואלט איך געבליבן אויף צו פארברענגען מיט דיר אביסעלע...
אלעס אוקעי אדער דארפסט אביסעלע חיזוק? 

אבער געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ו' חשון התשפ"ב 00:38 #276825

  • friend
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1230
  • האט שוין געלייקט: 380 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1206 מאל
  • קאָרמא: 15

יישר כח
ברוך השם אלס פיין

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: ו' חשון התשפ"ב 00:43 דורך friend.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ו' חשון התשפ"ב 16:55 #276884

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

איינער קלאפט אויף מיין טיר.
איך עפן נישט...

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ו' חשון התשפ"ב 17:27 #276885

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 254 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 116
  • האט שוין געלייקט: 504 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

געב אכט מיין חבר !
דער בחור קען זיך נעמען שטיפן די טיר 
אויב די דארפסט העלפ מיטן אנהאלטן די טיר קענסטן מיר רופן 
כוועל קומען צו לויפן

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ו' חשון התשפ"ב 20:42 #276913

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 57 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 81
  • האט שוין געלייקט: 160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל
  • קאָרמא: 8
BeVeryStrong געשריבן on ו' חשון התשפ"ב 16:55:

איינער קלאפט אויף מיין טיר.
איך עפן נישט...


נאך גוט אז דו פרעגסט דא אן וועגן אים, ווייל איך קען אים גוט...
שיק אים ליפטערן,
די באשעפער קען, ער איז 'נאר' א מלאך...

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ז' חשון התשפ"ב 01:32 #276924

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1380
  • האט שוין געלייקט: 1007 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2161 מאל
  • קאָרמא: 40

איך פארשטיי נישט, ער איז דאך דא געווען ביי מיר, ווי קומט ער אן צו דיר אין די זעלבע מינוטן אין א אנדערע עק וועלט?
והוא פלאי...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ז' חשון התשפ"ב 13:02 #276948

  • באמת פרייהייט
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on ו' חשון התשפ"ב 16:55:

איינער קלאפט אויף מיין טיר.
איך עפן נישט...


געב אכט, ווייל אמאל קומט ער קלאפן אויף דו בעקיארד טיר.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ז' חשון התשפ"ב 13:34 #276951

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

אפדעיט איז טאקע אז ער האט פרובירט אריינצוקומען פון א אינטער טיר, ער איז געווען מיט איין פיס אינעווייניג. כ’האב פארקנאקט די טיר אויף אים. כ’האף ער האט זיך גוט צוקלאפט...!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ז' חשון התשפ"ב 14:52 #276956

  • באמת פרייהייט
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 3

כ'האב מיך געווינדערט פארוואס ער איז אזוי צובאלט 

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ז' חשון התשפ"ב 14:58 #276958

  • אוי וויי
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 36
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
  • קאָרמא: 1

ר' BeVeryStrong, ביסט דאך נעכטן אויך געווען 12 טעג ריין, פארוואס איז עס נישט ארויף היינט מיט א טאג?

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ח' חשון התשפ"ב 03:18 #276995

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

למעשה האט ער זיך פארשטעלט פאר א ביזנעסמאן, ער קומט אריין מיט אזא שיינעם לעדערנע רענצל.
ער פאקט אויס איין אייטעם נאכן צווייטן ער איז מסביר מיט גרויס עקסטאז די שטארקע לאסט וואס מען קען באקומען פון זיי, אפילו א קוק טאן אויף זיי וואלט געווען נישט פשוט. 
אזוי ארויסגעקאפעט האב איך אים, ער לויפט נאך יעצט...

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ח' חשון התשפ"ב 15:28 #277023

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

איך דארף הילף
ווען איך האב א רואיגע מינוט שיקט מיר מיין מח אריין לאסט מחשבות.
לאמיך ענק מסביר זיין, דעס איז נישט א זאך וואס איך ברענג אליינס אריין די לאסט אין מיר, מיין מח פילט אז ס’איז דא נייע תקנות דא אינעם עולם קטן (אין מיין מענטשעלע) און ער האלט זיך נישט ביים צושטעלן, שיקט ער אריין זאכן, אבי וואס, זאכן וואס האט מיר קיינמאל נישט געבאדערט און קיינמאל נישט געטריגערט. נאך מער, יעצט ווער איך אויך נישט געטריגערט פונעם מחשבה וואס קומט אריין נאר פונעם פאקט אז איך טראכט א זאך וואס מען טאר נישט טראכטען (פארשטייסט? איך ווייס ס’אביסל געדרייט - יא ער דרייט ארום מיט מיר).
די פראבלעם פלעג איך נישט האבן אמאל, דעס געשעט נאר זייט איך ארבעט אויף מיר צו זיין לאסט פריי - וואס בעצם בין איך גאנץ גוט נישט צו קוקן זאכן וואס ברענגען לאסט אדער טראכטן און פאנטאזירן שלעכטס וואס ברעגט לאסט - מוטשע איך מיר אבער מיט דעם פראבלעם. 
איך פארשטיי אז מ’קען זיך נישט פייטן מיט די מחשבות און אפמאכן אז ניין, איך גיי נישט טראכטען די זאכן, ווייל דעמאלטס ווערט דאך עס נאר ערגער... יעצט פרוביר איך צו טראכטן פון אנדערע זאכן (פון מיינע דאגות לאל, גמרא, אש תמיד תוקד) ס’העלפט גאנץ גוט.
איז לאמיר וויסן אויב דו ביסט אינעם זעלבן שיף ווי מיר, אדער אויב דו האסט א עצה פאר מיר.

שכח חברים, צדיקים!
און געדענקטס אלע! ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ח' חשון התשפ"ב 16:40 #277039

  • באמת פרייהייט
  • איצטיגע שטרעקע: 50 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 32
  • האט שוין געלייקט: 18 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
  • קאָרמא: 3

איך האב נישט קיין דירעקט ענפער פאר דיר, און איך וועל לאזן די מער באהאווענטע אריין קומען קלאר, אבער דאך וועל איך שרייבן וואס עס איז מיר איינגעפאלן בשעת איך האב געליינט דיינע שירות.

איינע פון די שטארקע סיבות פארוואס מיר לאסטן, איז ווייל אזוי קען אונזער מוח עסקעפן ריעליטי.

איז געקומען הרב BeVeryStrong און פארמאכט דו ראדס אונציקומען צו לאסטן, אבער דיין מוח וויל דיך נישט לאזן אריינקוקען ריעליטי און פנים אריין, פראבירט ער אריינצוקומען דורך א dirt road.

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ח' חשון התשפ"ב 17:02 #277045

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 669 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 409
  • האט שוין געלייקט: 618 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 549 מאל
  • קאָרמא: 50

דער מח שיקט אריין לאסט - ווייל לאסט באדינט דיר מיט עפעס!

א גוטע מיינדפולנעס עקסערסייז איז: זיך קאנצעטריר זיך אויף דיין קערפער און שפיר ווי (וועלכע לאקאציע) דו פיהלסט פיזיש די לאסט.. איינמאל דן שפירסט דאס פיזיש.. דאן נעם זיך א מינוט (קענסט אויך זיך אנשטעלן א טיימער) און קאנצעטריר זיך אויף דער פיזישע געפיל פון די לאסט אן טוהן אנדערע זאכן און אן טראכטן פון אנדערע זאכן. אויב קומט ארויף סיי וועלכע מחשבה דיסטרעקשן גיי בלויז צוריק צו דער פיזישע געפיל.

מען קען דאס טוהן ביי אלע סארטן געפילן און לאו דוקא לאסט (תאוה).

דער געדאנק איז אז ווען מען קריגט זיך נישט מיט די לאסט נאר מען פעיסט עס, מען נעמט עס אן. דעלמאס האט די לאסט א מעגליכקייט זיך צו בארואיגן.

אזוי אויך לערנט דאס דעם מענטש, ער געוואוינט זיך צו. אז עס איז גארנישט אויב ער שפירט לאסט. ער מעג עס שפירן און ער קען עס שפירן און ער מוז גארנישט טוהן דערצו. עס קען בלייבן ביי די געפיל און ער מוז עס נישט ווייטער נעמען למעשה אדער צו דמיון/פאנטאזיע. עס איז גארנישט אויב איך ווער עראוסט (אנגעצינדן). 

יונה'לע

יונה מצאה בו מנוח…
יונה מצאה בגמטריא "אור"
בו מנוח בגמטריא קי״ב כמספר שם אלוקים ושם ה-ו-י-ה וגם כמספר , "יום יום", "בנין", "נו נו", "ודבק", "געלט"

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ח' חשון התשפ"ב 17:07 #277048

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 19 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 645
  • האט שוין געלייקט: 280 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 522 מאל
  • קאָרמא: 8

יונה'לע ס’איז מיר א כבוד, איך מיין די ערשטע מאל וואס דו לייגסט עפעס אריין אין מיין טרעד!
שכוח און ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין רייזע צו ליכטיגקייט ט' חשון התשפ"ב 06:08 #277069

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 586 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 386
  • האט שוין געלייקט: 408 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל
  • קאָרמא: 15

ר' ביווערל, רבי נחמן ברעסלאווער זצ"ל זאגט אין לקו"מ תנינא סימנים נ' - נ"א א שטיקל ממש פאר די פראבלעם, ער רעדט דארט פון די פראבלעם און ער זאגט אויך די עצה, לאמיר לערנען צוזאמען.

הַמַּחֲשָׁבָה בְּיַד הָאָדָם לְהַטּוֹתָהּ כִּרְצוֹנוֹ לְמָקוֹם שֶׁהוּא רוֹצֶה.
די מחשבה איז אין די הענט פונעם מענטש עס צו נייגן צו דער פלאץ וואו ער וויל
וְאִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ שְׁנֵי מַחֲשָׁבוֹת בְּיַחַד כְּלָל.
און עס איז נישט מעגליך אז עס זאלן זיין צוויי מחשבות צוזאמען
וַאֲפִלּוּ אִם לִפְעָמִים מַחֲשַׁבְתּוֹ פּוֹרַחַת וּמְשׁוֹטֶטֶת בִּדְבָרִים אֲחֵרִים וְזָרִים
און אפילו אויב צומאל פליט זיין מחשבה אוועק און עס פארט און אנדערע פרעמדע זאכן
הִיא בְּיַד הָאָדָם לְהַטּוֹתָהּ בְּעַל כָּרְחָהּ אֶל הַדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר לַחֲשׁב מַה שֶּׁרָאוּי.
איז עס אין די הענט פון די מענטש עס צו נייגן געצווינגענערהייט צו די גלייכע וועג, צו טראכטן וואס איז ריכטיג
וְהוּא מַמָּשׁ כְּמוֹ סוּס שֶׁפּוֹנֶה מִן הַדֶּרֶךְ וְסָר לְדֶרֶךְ אַחֵר
און דאס איז ממש ווי א פערד וואס קערט אוועק פונעם גלייכן וועג און ער קערט צו אן אנדערע וועג
שֶׁתּוֹפְסִין אוֹתוֹ בְּרִסְנוֹ
וואס מ'כאפט איהם אן ביים רסן, דאס איז די שטריקן ארום זיין קאפ און פנים
וּמַחֲזִירִין אוֹתוֹ בְּעַל כָּרְחוֹ אֶל הַדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר.
און מ'קערם איהם געצווינגענערהייט צוריק צום גראדן וועג
כְּמוֹ כֵן יְכוֹלִים לִתְפּס אֶת הַמַּחֲשָׁבָה בְּעַל כָּרְחוֹ לַהֲשִׁיבָהּ אֶל הַדֶּרֶךְ הָרָאוּי
אזוי אויך קען מען אנכאפן דעם מחשבה געצווינגענערהייט און עס אומקערן צום ריכטיגן וועג.

ווייטער אין סימן נ"א זאגט רבי נחמן זצ"ל וויאזוי מ'כאפט אהן די מחשבה געצווינגענערהייט און מ'טוט עס אומקערן צום ריכטיגן וועג:
הַיֵּצֶר הָרָע נוֹקֵשׁ בָּאָדָם בְּכָל פַּעַם
דער יצר הרע קלאפט אריין צו דער מענטש יעדעס מאל
וּמְעוֹרְרוֹ לְמַה שֶּׁמְּעוֹרְרוֹ
און ער וועקט איהם אויף צו וואס עס זאל נאר זיין (געווענליך נישט אזעלכע גוטע זאכן...)
וְאַף אִם אֵין הָאָדָם שׁוֹמֵעַ לוֹ וּפוֹנֶה ערֶף מִמֶּנּוּ
און אפילו טאמער דער מענטש הערט איהם נישט אויס און ער טוט זיך אוועק דרייען פון איהם
אַף עַל פִּי כֵן הוּא נוֹקֵשׁ בּוֹ עוֹד פַּעַם שֵׁנִי וּשְׁלִישִׁי וּרְבִיעִי וְיוֹתֵר
דאך אבער קלאפט ער אריין צו דער מענטש א צווייטע מאל און א דריטע מאל און א פערדע מאל און מער
אֲבָל אִם הָאָדָם הוּא חָזָק בְּדַעְתּוֹ וְעַקְשָׁן נֶגֶד הַיֵּצֶר הָרָע וְאֵינוֹ פּוֹנֶה אֵלָיו כְּלָל
אבער אויב איז דער מענטש איז שטארק מיט זיין דעת און אן עקשן קעגן דען יצר הרע און ער קערט זיך נישט צו איהם בכלל
אֲזַי הַיֵּצֶר הָרָע מִסְתַּלֵּק וְהוֹלֵך לוֹ
דעמאלסט ווערט דער יצר הרע פארשוואונדן און גייט זיך זיין וועג
וְכֵן בִּתְפִלָּה, בְּעִנְיַן הַמַּחֲשָׁבוֹת הַבָּאִים לְבַלְבֵּל, הוּא מַמָּשׁ כַּנַּ"ל
און אזוי איז אויך ביים דאווענען מיט די מחשבות וואס קומען צומישן, דאס איז פונקט ווי פריער געשריבן
שֶׁהַמַּחֲשָׁבָה בָּאָה כַּמָּה פְּעָמִים פַּעַם אַחַר פַּעַם לְבַלְבֵּל
אז די מחשבה קומט איינמאל און נאכאמאל אסאך מאל צומישן
און יעצט קומט די עצה, וויאזוי טאקע כאפט מען אהן די מחשבה שטארק און מ'פירט איהם צום ריכטיגן וועג.
וְצָרִיך לִהְיוֹת חָזָק
און מ'דארף זיין שטארק
לִבְלִי לְהִסְתַּכֵּל עָלֶיהָ כְּלָל בְּשׁוּם אפֶן
נישט זיך אומצוקוקען אויך איר בכלל בשום אופן
וַאֲזַי תִּסְתַּלֵּק.
און דעמאלסט וועט עס פארשוואונדען ווערן.


היוצא לנו פון די הייליגע ווערטער, די וועג פטור צו ווערן פון מחשבות איז דייקא דורכן עס גענצליך איגנארירן און זיך בכלל נישט צו טוען מאכן פון זיי, די מציאות איז א ווילאנג מ'שלאגט זיך מיט די מחשבה, מ'קלערט צו זיך, "איך וויל נישט טראכטן פון דעם איך וויל נישט טראכטן פון דעם" איז די מחשבה דא מיט א פעסקייט ווייל מ'טראכט דאך פון די מחשבה אז איך וויל איר נישט טראכטן, די וועג איז צו איגנארירן, ווי די מעשה גייט, טאמער בין איך בעל הבית לאז אריין נאר וועם איך וויל און נאר ווען איך וויל.

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.63 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא