ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: . . . עליכם שלום ! 466 באזוכער

. . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 17:48 #275686

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

אויפן פארלאנג פון חשובע הייליגע חבירים הייב איך אן, איך גיי פתיחה.
צום אלעם ערשט מודה אני לפניך אז איך האב געטראפן דעם סייט נאך אזויפל פלאגענישן, ראנגעלנישן, קבלות, נדרים, ירידות, נפילות, עליות, . . . און צוריק צום אנפאנג . . . בקיצור, ענדליך האט מיר דער אייבערשטער אהערגעשיקט. שכח !

איך האף און איך בעט, 
רבונו של עולם ! הייליגע זיסע טאטע !
דו און איך ווייסן ווי שטארק איך וויל נישט, דו און איך ווייסן וויפיל איך שוין פראבירט אויף פילע אופנים, און דאך נישט געקענט אנהאלטן מער ווי א וואך ריין, [און מיט הילף די לעצטע האלב יאר האב איך געמאכט 1 מאל, 3 וואכן ברציפות] אבער ווי ס'זעהט אויס טאטע זיסער האסטו מיר אהערגעשוקט צו  ענדיגן אלעס יעצט.
יא אלעס.
יא יעצט.
טאטע. איך רעד מיר נישט איין קיין איין רגע אז איך קען, ווייל איך קען נישט. ניין פינטל איך קען נישט.
אבער דו קענסט יא ! און דו האסט מיר אהערגעשיקט, און איך האף און בעט געב מיר די כוחות מיט דיין גרויס גענאדע.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 17:55 #275687

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

דרך אגב, איך האב נארוואס אויך אנגעפאנגן מיט 90 טאג רייזע. איך האלט אז אין ערשטע טעג דארף מען ציילן שעות, נישט טעג.
אינטערסאנט, ווייל די לעצטע כמעט 2 וואכן האט זיך די תאוה אין א געוויסע ענין בארואיגט, און ווי נאר איך האב אנגעפאנגן ציילן, האט ער זיך אויפגעוועקט, דער יצר הרע האט גלייך דערשמעקט אז מ'וויל אים צודריקן, להוציא בלעו מפיו, און ער איז דא. נישט סתם.
און איך האב אנגעפאנגען פאלן, צוליב סיבות האט זיך עס נישט אויסגעלאזט.
נישט ווייל איך קען עס בייקומען, ווייל איך קען נישט. פינטל.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 18:01 #275689

  • א פשוטער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 21
  • האט שוין געלייקט: 34 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 3

א גוטן הרב גרין, מיר פארשטייען יעדעס ווארט, ווי נאר אונז קענען פארשטיין.

אי"ה וועלן אונז פארשטיין און מוטיילן דיין שמחה ווי נאר אונז קענען פארשטיין....

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 18:07 #275692

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 347 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 637
  • האט שוין געלייקט: 723 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל
  • קאָרמא: 23

א קענאקעדיגע נאמען פארן טרעד... 
עס איז א מוירעיגע זאך ווען מען עפנעט א טרעד סיי פאר דיר מיט צי טיילן דיינע שווערע טעג אין בעיקר פאר די גאנצע סייט מען זעהט ווי די שטייגסט בס"ד אין ווען מען האלט מיט דיין רייזע געבט דעס געוואלדיגע כוחות פאר יעדעם איינעם 
זאל דיר גאט באגלייטן די גאנצע וועג וועג אין זאלסט זוכה זין צי די מתנה פון ריינקייט איין טאג אויפאמאל ביז די הונדערט אין צוואנציג 

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 18:10 #275693

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

אנטשוליגט פארן אריינהאקן שלא באותו ענין,
וואס מיינט דאס קארמא?
און וויאזוי לייקט מען?
איז דאס די זעלבע זאך?

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 18:48 #275698

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 34 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 65 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
  • קאָרמא: 3

שלום וברכה הרב גרין נ''י

קום אריין ווי אפטער, און העלף דיך און אונז צוזאמען...

זאל די ליבער גאט זיין מיט דיר אין דיין רייזע!

און די עיקר 

נאר בשמחה

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 18:54 #275699

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

מיינע אויגן זענען נאס - - -
איך בין זייער מרוגש. איך וועל עס פראבירן אראפשרייבן.

רבונו של עולם !
קוק זיך אים אויף דיין פאלק ישראל ! וואו האסטו נאך אזא פאלק ?!?!
קוק זיך אים וואס דא גייט פאר !
אידן ווילן זיין גוט,
עס גייט שווער, אבער מ'גיבט נישט אויף.
ניין.
וויפיל מאהל איז יעדער דא דורך געפאלן ?
וויפיל מאהל זיך פארגענומען מיט אן אמת אז מער טוה איך עס נישט, און דאך דורך געפאלן ?
אבער זיי דערשרעקן זיך נישט.
זיי וואלטן געהאט די פילע רעכט צו אויפגעבן. אבער ניין און ניין און ניין.
קוק אן די אידן, וויפיל פון זיי זענען צושפליטערט אויף שטיקלעך, אבער שטעלן זיך אויף און גייען ווייטער.
קיינער האלט נישט באמת מיט זיינע שוועריגקייטן. אליינס פאר זיך שלאגן זיך און שלאגן זיך, פאר דיר טאטע ! מיט דיינע כוחות.
יוי ! הלואי וועל איך זיין איינער פון זיי ! הלואי ! העלף מיר טאטע !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 20:01 #275700

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 208
  • האט שוין געלייקט: 591 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל
  • קאָרמא: 11
WOW 
דו קימסט אריין מיט א פעסטקייט כזקן וכרגיל 
עלה והצלח!!

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 20:22 #275701

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 34 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 65 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
  • קאָרמא: 3

גאר שטארק!!!

זייער ווארעם!!

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 21:07 #275702

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1354
  • האט שוין געלייקט: 1150 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2434 מאל
  • קאָרמא: 57
א. גרין געשריבן on כ"ד אלול התשפ"א 18:10:

אנטשוליגט פארן אריינהאקן שלא באותו ענין,
וואס מיינט דאס קארמא?
און וויאזוי לייקט מען?
איז דאס די זעלבע זאך?


א קארמא איז אזוי ווי א לייק, נאר ס'איז אויפן ניק בכלליות, און א לייק איז אויב מען האט הנאה געהאט פון א סעפעציפישע פאוסט וואס איינער האט געשריבן. (אגב, איך האב דיר געגעבן דיין ערשטע קארמא).

די אלע זאכן מאכט אבער נישט קיין סאך אויס, דער עיקר אז מען ארבעט צו באקומען דער מתנה פון ג-ט וואס הייסט "סוברייעטי".

מזל טוב צו דיינע צוויי ריינע טעג, און צו דיינע 10 פאוסט'ס. אז ס'דא מיט עפעס מער וואס איך קען דיר בייהילפיג זיין קענסטו מיר קאנטאקטן פריוואט אין הענגאוט:   This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 21:34 #275704

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 185 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 475
  • האט שוין געלייקט: 725 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 561 מאל
  • קאָרמא: 9

מזל טוב חבר פאר דיין נייע טרעד
זעסט ס'איז גארנישט געשען ווען דו האסט גע'עפנט.
יעצט שארף אויס דיין פעדער און שרייב ווי מער.
ס'וועט זיין א חיזוק פאר אונז אלע
עלה והצלח

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 22:02 #275708

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

יא אייזיק? גרין דו האסט א גאלדענע פעדער און א הארץ ווייך ווי פוטער.
איך וועל מיט זאגן מיט דיר, טאטי קוק דיך אום אויף דיינע קינדערלעך, האסט אונז געגעבן פעסטע אדיקטיוו נסיונות, אפילו מיר פאלן דורך איינמאל און נאכאמאל, דאך רייסן מיר זיך צו טוהן דיין רצון, וויפיל מאל רייסן מיר שטיקער פון זיך נאר ווייל דו טאטע דעס איז דיין רצון. דו האסט מיט וואס צו זיין שטאלץ פון דיינע קינדערלעך...

געדענק טאקע, והעיקר ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ד אלול התשפ"א 23:26 #275717

  • chezky
  • איצטיגע שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 101
  • האט שוין געלייקט: 73 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 64 מאל
  • קאָרמא: 5

עליכם שלום, הרב גרין.

אונז אלע זענען אזוי בשמחה אז די ביזט דא געקומען.

פון זיך האלטן צוזאמען, און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, קומט מען אן זייער ווייט, בעזרת השם.

אונז אלע קוקן שטארק ארויס אויף דיין הצלחה, אויף דיין שווערע רייזע.


עז גייט נישט אייביג זיין גרינג, ירידות און עליות, אבער ביי די ענדע קומט מען אן זייער ווייט.

די אנדערע זייט פון די טונעל.

דארט איז ליכטיג.


ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 13:45 #275736

  • נישט שפעט
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1248
  • האט שוין געלייקט: 955 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1946 מאל
  • קאָרמא: 34

שלום עליכם טייערע הייליגער חבר
ביסט טייער און הייליג נישט נאר על שם העתיד.
נישט נאר על שם די יעצטיגע הווה ווען דו האסט די התחדשות און ברען בלייבן ריין.
נאר אויך אויף דיין עבר.
אה"נ ס'איז געווען אין די עבר אסאך נישט ריינע זמנים, שווערע טעג, מינוטן פון גליטשערייען - אבער ווי דו זאגסט איז דאס אלעס געווען ארום גענומען מיט קבלות און נדרים, תפילות און בקשות, עגמת נפש און ציבראכן הארץ, פארלוירנקייט און ציבראכנקייט... איך מיין אז די אלע שמוץ זענען געווען בטל בשישים...

יעדע ציבראכן הארץ ציברעכט א שמוץ, יעדע טרער וואס רינט פארעכט א אנדערע זאך וואס רינט [וד"ל, כידוע מהאר"י].
די אייבישטער זעט אלעס, נישט נאר די גליטש, ער זעט די פלאגעניש פארדעם און די ציבראכן הארץ נאך דעם.

הייליגע חבר, ביסט יעצט אין דערהיים צווישן חברים מבינים ומקשיבים. די תועלת פון זיין דא, איז נישט צו באשרייבן!

איז יא, ס'איז דא א וועג צו גיין, ס'איז דא א מהלך צוטוהן, מ'דארף אויסרייסן אלטע שווערע געוואוינהייט, אבער מיט הייליגע אמת'ע רצון און מיט וויסן באמת אז נאר די אייבישטער פירט דיר און ער טוהט אלעס - ווען די שינוי פאסירן.

נעם אריין אין קאפ אז ס'דארף קומען מיט א פעסטע החלטה און מיט אייזענע רצון. מיט הכנעה, מיט שמחה.
וה' יהא בעזרך. חזק ואמץ

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 13:58 #275739

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5
נישט שפעט געשריבן on כ"ה אלול התשפ"א 13:45:

שלום עליכם טייערע הייליגער חבר
ביסט טייער און הייליג נישט נאר על שם העתיד.
נישט נאר על שם די יעצטיגע הווה ווען דו האסט די התחדשות און ברען בלייבן ריין.
נאר אויך אויף דיין עבר.
אה"נ ס'איז געווען אין די עבר אסאך נישט ריינע זמנים, שווערע טעג, מינוטן פון גליטשערייען - אבער ווי דו זאגסט איז דאס אלעס געווען ארום גענומען מיט קבלות און נדרים, תפילות און בקשות, עגמת נפש און ציבראכן הארץ, פארלוירנקייט און ציבראכנקייט... איך מיין אז די אלע שמוץ זענען געווען בטל בשישים...

יעדע ציבראכן הארץ ציברעכט א שמוץ, יעדע טרער וואס רינט פארעכט א אנדערע זאך וואס רינט [וד"ל, כידוע מהאר"י].
די אייבישטער זעט אלעס, נישט נאר די גליטש, ער זעט די פלאגעניש פארדעם און די ציבראכן הארץ נאך דעם.

הייליגע חבר, ביסט יעצט אין דערהיים צווישן חברים מבינים ומקשיבים. די תועלת פון זיין דא, איז נישט צו באשרייבן!

איז יא, ס'איז דא א וועג צו גיין, ס'איז דא א מהלך צוטוהן, מ'דארף אויסרייסן אלטע שווערע געוואוינהייט, אבער מיט הייליגע אמת'ע רצון און מיט וויסן באמת אז נאר די אייבישטער פירט דיר און ער טוהט אלעס - ווען די שינוי פאסירן.

נעם אריין אין קאפ אז ס'דארף קומען מיט א פעסטע החלטה און מיט אייזענע רצון. מיט הכנעה, מיט שמחה.
וה' יהא בעזרך. חזק ואמץ


שטארקע רייד. איך נעם אן יעדע ווארט וואס דו זאגסט דא, פונקט אזוי פאר מיר...

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 14:26 #275744

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1181 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1636
  • האט שוין געלייקט: 2967 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2479 מאל
  • קאָרמא: 21

סזעט אויס ווי דא קומט א שטערן!!!

קיפ איט קאמינג!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 16:47 #275758

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

צום אלעם ערשט טייערע ליבע חברים, איך מוז ענק זאגן [שרייבן],
איך בין מורא'דיג איבערגענומען פון די גאר ווארעמע אויפנאמעס, און פון די דברי חיזוק, ס'מאכט מיר זייער גוט פילן,
איך פיל, 'אה ! איינער פארשטייט מיר' און 'איך בין נישט אליין'
עס וועט מיר אוודאי צוהעלפן קומען נענטער צו גאטס רצון פון מיר.

איך וויל אראפגעבן א שטיקל ביאגראפיע פון מיר;
אין מיין יוגנט האב איך באקומען גאר א געזונטע ליבליכע חינוך, געווען רובא דרובא פון די ארויפגעקוקטע, ברוך השם גוטע כשרונות, אפגעהיטן ריין, מיט העכערקייט, געווען אפגעהיטן אין שמירת עינים שמירת המחשבה. א. א. וו.
איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם אלעם, יעצט אנערקען איך גאר שטארק די טובה דערפון. און אז דאס אלעס האט גארנישט מיט צוטוהן. בלויז בלויז חסד השם.
שכח אייבערשטער !

אפאר יאר נאך מיין חתונה בין איך געפארן צום ערשטן מאל אויף א פליגער, (צו א ציון פון א צדיק) ספעלט נישט אויס אריינצוגיין אין צופיל פרטים, איך האב צאמגעזעהן אויפן עראפלאן אויף א סקרין געפערליך.
[דרך אגב, אויפן וועג אהיים בין איך געזוצן הונטער א אשה, בין איך געזעצן א גאנצן וועג מיט א שאהל אויפן פנים]
איך בין אהיימגעקומען צושוידערט און דערשראקן, ווי קען זיין אזא חסידישער כאניאקישער אינגערמאן זאל נישט זיך קענען צוריק האלטן ?!?
איך האב צאמגעוויינט, וואס האב איך אויפגעטוהן מיטן פארן אויף מקומות הקדושים. . .

א שטיק צייט שפעטער האט מען מיר געבעטן איך זאל העלפן עפעס אן ארגעניזאציע, מ'האט מיר צוגעשטעלט א קאמפיוטער, מיט גאר א גוטן פילטער, מיט נאך ארבעטערס.
איך האב ווייטער געלערנט אין כולל אין אויך געהאלפן מיט די ארגעניזאציע.
טו מעיק ע לאנג סטארי שארט,
איך האב אנגעהויבן טרעפן לעכער, דא דארט, אריינגעקאלט די פילטער קאמפאני, מאך דאס צו מאך יענץ צו.
בקיצור, 1 טאג האט מען געטוישט קאמפיוטער, האט די אלטע מער נישט געהאט די פילטער,
יענע נאכט . . . אוי ! אוי וויי ! . . .
- - -


פון דא איז אלעס געפארן שנעל, איך האב געהאלטן און איין טרעפן וועגן אראפצונעמען / אויסצושפילן די פילטער.
שפעטער האב איך באקומען א כלי קודש דזשאב, אין די שפעטע אווענט שעות, דארט האב איך אויך געהאט א קאמפיוטער.
דאס האט אנגעהאלטן פאר בערך אנדערהאלבן יאהר, פון מינימום איינמאל א וואך, ביינאכט, זונקען אין שמוץ אויפן אינטערנעט.
עין רואה והלב חומד וכלי המעשה גומרים.
כעת האב איך דעוועלאפט אן עדיקשן צו (אויב מעג מען נישט ארויסשרייבן לאזט מיר וויסן און איך וועל עס פאררעכטן) פארנאגראפי, טשעט ליינס, מעסטרובעיטן.
[כ'בין נישט אינגאנצן זיכער אז אלע 3 זענען ממש עדיקשן]

פאר א האלב יאהר צוריק בערך, האב איך מיר געוואנדן צו א חשובע רב, נישט אין מיין שטאט, [צוליב בושה] איך האב אים געפרעגט, הערטס, 'איר האלט אז איך וועל מיר קענען אליינס ארויסדערזעהן פון דא, אדער איך דארף העלפ ?'
ברוך השם אויף די ערשטע 2 עדיקשנס, וויבאלד ס'איז זאכן, פון וואס איך קען שטיין אוועק אינגאנצן, דהיינו מ'קען עס בלאקן, צוזאמען מיט קנסות, צוזאמען מיט דעם וואס איך דארף לאזן א באריכט יעדן טאג פארן רב, מאך איך שיין פארשריט. ניין איך מאך נישט פארשריט, דער אייבערשטער מאכט, נאר ער. נאר ער! און נאר אין זיינע כוחות האב איך שוין באוויזן זיך צו האלטן זויבער [פון די ערשטע 2] פאר בערך 30 טעג ברציפות !
wow ! שכח אייבערשטער ! איך בין דיר שולדיג מיין לעבן ! איך דאנק דיר ! פארוואס קומט זיך מיר דאס ?!? ס'איז בלויז חסדך הגדול טאטע !
בנוגע די דריטע אדיקשן מוטשע איך זיך זייער, און דערווייל האב איך נישט עכט מצליח געווען זיך צו האלטן מער פון בערך 10 / 11 טעג.
אבער איך גיב נישט אויף. נישט איך. דער אייבערשטער גיבט נישט אויף מיר.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 16:53 #275759

  • אחכה לו
  • איצטיגע שטרעקע: 188 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • איך האף און איך לעכצט צו מיין טאטן אין הימל!
  • מעלדונגען: 1354
  • האט שוין געלייקט: 1150 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2434 מאל
  • קאָרמא: 57
נטע׳לע געשריבן on כ"ה אלול התשפ"א 14:26:

סזעט אויס ווי דא קומט א שטערן!!!

קיפ איט קאמינג!


גא"מ
דער קומט אריין עפעס גאר קלאר

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 18:14 #275760

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

מיין רב האט מיר מקשר געווען מיט איינעם פון די 12 סטעפס, צו זעהן אויב ס'אייגענט פאר מיר.
דער אינגערמאן איז זייער צוגעלאזן, און העפליך, גיבט זיך זייער איבער, זאגט אז ער געלעגן דערין 10 יאר, אבער יעצט מיט די 12 סטעפס, איז ער זויבער 6 יאר.
איך פריי מיך פאר אים. [קען גאר זיין אז ער דרייט זיך אויך דא]
===
א חלק פון מיין עיקר סטראגל אין מיינע הרגשים איז;
בין איך שולדיג אויף מיינע מעשים ? בין איך קראנק ? דארף איך פילן גילטי ? ביי יעדן שטייט אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, בין איך דא אנדערש ? אויב ליגט עס אויפן אייבערשטן וואס האט עס מיט עס מיר ?
באמת אין מח האב איך על פי רוב די מהלכים, אבער די הרגשים . . . ס'שווער.
און ווען א צווייטער זאל מיר דאס פרעגן וואלט איך ווארשיינליך געקענט ענטפערן , אבער אין חבוש מתיר עצמו . . .
אבער דער אמת'ער תירוץ וואס איר קענט מיר ענפערן אויף דעם איז;
תפילה
דאווענטס פאר מיר, און פאר אלע אידן וואס פלאגן זיך נעבעך. ווייל דאס העלפט זיכער.
יישר כח !
איך וועל דאווענען פאר ענק בלי"נ

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 18:44 #275761

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

איך האף איך טרייב נישט איבער דא. (די דריטע מעסעדזש אין די זעלבע טרענד די זעלבע טאג)

בנוגע די ניינציג טעג, איך וויל מיך איבערשמועסן מיט ענק טייערע הייליגע חבירים,
איך האב אן הסתפקתא, איך בין אמת'דיג מסופק.
פון איין זייט פיל איך אז וועל נישט מצליח זיין אויף די 90 טעג [בעיקר מעסטרובעיטן] ווי מ'קען זעהן, איך בין געווען ריין פאר 11 טעג, [די מערסטע אין די לעצטע האלב יאר,] און פונקט נאכן זיך אויפסיינען צו ציילן בין איך דערמיט דורכגעפאלן.
(נעכטן נאכט)
ווער רעדט נאך אז מיין בני בית איז אומריין נאך א לידה, האב איך נאך אזא 5 וואכן צו גיין.
אבער אויף די אנדערע צוויי זאכן, (בילדער אויף די אינטערנעט, און טשעט ליינס) שפיר איך גרייט אריינצוטאנצן. אבער ס'איז אזא פאלטשע זאך ס'איז אפשר אויסגעשפילט די סיסטעם.
איך טראכט יעצט, אז אפשר זאל איך ציילן פאר מיר דא פריוואט [יעדער מעג זיך אונטערהערן] און נישט ציילן אויפן אפיציעלן סיסטעם.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 19:00 #275762

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

קודם כל שלום עליכם און מזל טוב צום געבורט פון דיין קינד, דער אויבערשטער זאל די געבן געזונט און נחת זאלסט קענען מגדל זיין דעם קינד און דיינע אנדערע קינדערלעך מתוך נחת והרחבת הדעת ברוחניות ובגשמיות.

צו דיין פראגע וועגן ציילן פריוואט, האמת אגיד, אז נאכן זיין א לענגערע צייט אויף די טשארט מיט הצלחה בעזר הוי"ה ב"ה און סוקסעספול ריקאווערן פעלט נישט די ציילונג אזוי אויס און צומאל קען עס פאר מאנכע זיין אפילו א שטערונג אבער פאר אנהויב פון די רייזע איז דאס די לייפליין, די זאך וואס שטופט די באן מצד אחד און האלט אקאונטעבל מצד שני, ווען דו ווייסט אז א ציבור היימישע אינגעלייט אין דיין גלייכן קוקן ארויס אויף דיין הצלחה און ערווארטן יעדן טאג צו זעהן די נומבער ארויפגיין גיבט דאס א מורא'דיגע שטופ און התחייבות אנצוהאלטן די ריינקייט, די חיזוק וואס מ'באקומט דא ביי יעדע פרישע נומער ובפרט ביי מיילסטאונס איז אין לשער ולתאר און חלילה ביי א פאל היל"ת האלט יעדער מיט און גראד קומט יעדער צולויפן ווי געטרייע הצלה מעמבערס מחזק זיין און מיטפילן דעם געפאלענע און העלפן צוריק אויפשטיין מיט וואס נאר שייך בס"ד.

אע"כ, צייל צייל, זאל יעדער זעהן ווי שיין דו קענסט מיטן אויבערשטענס הילף גיין און דעגרייכן גאר גאר ווייט.

א קליינע אבער גאר וויכטיגע טול וואס קען דיר שטארק ארויסהעלפן מיט די טשארט ציילונג, "איין טאג אויפאמאל" טראכט נישט פון באלד און פון מארגן און האלט נישט די 90 טעג ציל פאר דיינע אויגן, דו טראכט נאר פון היינט, אדער בעסער געזאגט פון יעצט, טאמער וועט השי"ת דיר העלפן און עס וועט זיך אנזאמלען פילע ריינע טעג בענעזאם איז דאך וואויל אבער דאס האט שוין נישט מיט דיר, דאס האט מיט מלך קל חי וואס האט דיר ליב און ער וויל דיר געבן די הערליכע מתנה פון "ריינע טעג".

עלה והצלח, א גליקליכע רייזע, האלט אונז אינפארמאטיוו.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 19:02 #275763

  • טויש
  • איצטיגע שטרעקע: 224 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 107
  • האט שוין געלייקט: 448 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

שלום עליכם ! הרב הצדיק א. גרין
יא ! ביסט אנגעקומען אויף די ריכטיגע פלאץ 
עס איז דא דא אסאך חברים אינעם זעלבן סטראגל ווי דיר 
און זענען דיר גרייט צו העלפן
שאלת חכם חצי תשובה !!!
פון דיינע שאלות זעט מען וואס א טייערע יונגערמאן די ביסט
KEEP ON GOING
(די טרייבסט ניטש איבער מיט שאלות וואס די פרעגסט . אדרבא סלעבט אויף די סייט)


ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 19:13 #275764

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3
שלום אהליך געשריבן on כ"ה אלול התשפ"א 19:00:

קודם כל שלום עליכם און מזל טוב צום געבורט פון דיין קינד, דער אויבערשטער זאל די געבן געזונט און נחת זאלסט קענען מגדל זיין דעם קינד און דיינע אנדערע קינדערלעך מתוך נחת והרחבת הדעת ברוחניות ובגשמיות.

צו דיין פראגע וועגן ציילן פריוואט, האמת אגיד, אז נאכן זיין א לענגערע צייט אויף די טשארט מיט הצלחה בעזר הוי"ה ב"ה און סוקסעספול ריקאווערן פעלט נישט די ציילונג אזוי אויס און צומאל קען עס פאר מאנכע זיין אפילו א שטערונג אבער פאר אנהויב פון די רייזע איז דאס די לייפליין, די זאך וואס שטופט די באן מצד אחד און האלט אקאונטעבל מצד שני, ווען דו ווייסט אז א ציבור היימישע אינגעלייט אין דיין גלייכן קוקן ארויס אויף דיין הצלחה און ערווארטן יעדן טאג צו זעהן די נומבער ארויפגיין גיבט דאס א מורא'דיגע שטופ און התחייבות אנצוהאלטן די ריינקייט, די חיזוק וואס מ'באקומט דא ביי יעדע פרישע נומער ובפרט ביי מיילסטאונס איז אין לשער ולתאר און חלילה ביי א פאל היל"ת האלט יעדער מיט און גראד קומט יעדער צולויפן ווי געטרייע הצלה מעמבערס מחזק זיין און מיטפילן דעם געפאלענע און העלפן צוריק אויפשטיין מיט וואס נאר שייך בס"ד.

אע"כ, צייל צייל, זאל יעדער זעהן ווי שיין דו קענסט מיטן אויבערשטענס הילף גיין און דעגרייכן גאר גאר ווייט.

א קליינע אבער גאר וויכטיגע טול וואס קען דיר שטארק ארויסהעלפן מיט די טשארט ציילונג, "איין טאג אויפאמאל" טראכט נישט פון באלד און פון מארגן און האלט נישט די 90 טעג ציל פאר דיינע אויגן, דו טראכט נאר פון היינט, אדער בעסער געזאגט פון יעצט, טאמער וועט השי"ת דיר העלפן און עס וועט זיך אנזאמלען פילע ריינע טעג בענעזאם איז דאך וואויל אבער דאס האט שוין נישט מיט דיר, דאס האט מיט מלך קל חי וואס האט דיר ליב און ער וויל דיר געבן די הערליכע מתנה פון "ריינע טעג".

עלה והצלח, א גליקליכע רייזע, האלט אונז אינפארמאטיוו.


באמת א יישר כח פארן זיך מטריח זיין לכבודי.
לגבי דיין שלום עליכם, זעה די קעפל. (. . . עליכם שלום !)
און אמן פאר די ווארעמע וואונטשן.
זאל דער אייבערשטער דיר אויך געבן אסאך תענוג ונחת !
איך וויל איבערפרעגן, כדי אויסצוקלארן.
איר האלט אז נאכן אסאך פרובירן, מיט הילף, און נישט צופיל מצליח זיין (אין דעם הינזיכט), וועל איך אבער פון די 90 טעג טשארט יא געהאלפן ווערן ?
אפשר זאל איך עס אוועקלייגן אויף ווען איך וועל האבן א 90 טעג ריין פון אנדערע זאכן.
איך האב אביסל מורא פון תפסת מרובה, און עס קען נאך גורם זיין יאוש וכדו'

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 20:07 #275765

  • א פשוטער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 21
  • האט שוין געלייקט: 34 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 3

אפשר וואלט געווען א געדאנק, צו ארויס שרייבן יעדן טאג ביידע טעג, דהיינו: 
ריין פון פארן/ טשעטלייןס: #
ריין פון מעסטרבעישן: #
איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה!

לעצט פארראכטן: כ"ה אלול התשפ"א 21:10 דורך א פשוטער איד.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ה אלול התשפ"א 22:25 #275767

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

דא ציילט מען ברבים. ס’איז גאנץ א אנדערע בחינה

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ו אלול התשפ"א 08:41 #275774

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 557 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 355
  • האט שוין געלייקט: 388 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
  • קאָרמא: 13

שאלה גדולה שאלת: וועל איך אבער פון די 90 טעג טשארט יא געהאלפן ווערן?

די תירוץ אויף דעם ווייסט נאר דער איין איינציגער באשעפער, די גוטע נייעס איז אז עס איז תלוי בידך ווי עס שטייט אין די הייליגע תורה, "ראה נתתי לפניך היום ברכה וקללה וכו' ובחרת בחיים", טאמער וועסטו באמת האלטן דערביי און זיך אוועקגעבן פארן אויבערשטען אינגאנצן אינגאנצן אלעס אלעס אנע שום רעזעוואציעס וועסטו בעז"ה מצליח זיין.

און לגבי די יאוש חלק; געווענליך ווען מ'ארבעט בלויז פאר היינט אהן טראכטן פון נעכטן און מארגן איז נישטא אזא יאוש געפיל, געדענק: טראכט נישט פון 90 טעג, דאס האט גארנישט מיט דיר עס איז נאר אזוי אויסגעשטעלט כדי צו געבן פאר די פראגראם עפעס א פרעימווארק - framework, טראכט פון היינט און נאר פון היינט.

אסאך הצלחה!

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ו אלול התשפ"א 10:27 #275776

  • טשולענט
  • איצטיגע שטרעקע: 28 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 208
  • האט שוין געלייקט: 591 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל
  • קאָרמא: 11
א פשוטער איד געשריבן on כ"ה אלול התשפ"א 20:07:

אפשר וואלט געווען א געדאנק, צו ארויס שרייבן יעדן טאג ביידע טעג, דהיינו: 
ריין פון פארן/ טשעטלייןס: #
ריין פון מעסטרבעישן: #
איך קוק ארויס אויף דיין הצלחה!


עמיצער האט מיר געזאגט אז ער איז שוין יארן ריין פון מענסטורבעישאן אין ער האט ב"ה  אסאך טעג אויף זיין טשארט אין ער וואלט געהאט חשק צו אפגרעידן זיין ציילן צו אלע אנדערע ענינים אבער ער וועט דארפן ריסעטן זיין אלטע טשארט אין דעיס וויל ער נישט

פאר צוואנציג יאר איז אמעריקע געווען אין קריג אין אפגאניסטאן טאקע אסאך שוועריקייטן אדורך אבער די מיסיע איז אנגעגאנגען אין אלע טעראריסטן זענען געווען אינטערדרוקט ווי די טשיקנס פאר יום כיפור
פארלוירן האט מען נאר ווען??? ווען מ'האט אויפגעגעבן!!

Think about it

ענטפער: . . . עליכם שלום ! כ"ו אלול התשפ"א 14:06 #275778

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

א גוטן ערב שבת !

ווארשיינליך וועל איך קומענדיגע מאל זיין דא איבער א וואך ארום.

איז אזוי, ס'איז געבליבן סיי מיין רב און סיי דער אנדערע צדיק, [איך ווייס שוין אז ער פלעגט זיך דא רופן 'עד כאן'] אז איך בין נאכנישט גרייט צו גיין מיט די 12 סטעפס, (די סיבה וועל איך אפשר שפעטער אויסשמועסן)
איך גיי בלי"נ אנהייבן ארבעטן אויף א סדר היום וואס קען מעגליך צוברענגען מיין ריקאווערי.
כעת האב איך זייער א צופראסקעטע סדר היום, איין טאג שטיי איך אויף 5 צו סליחות און א אנדער טאג 12 מיטאג, מיט די נשמה אין די נאז.
איז טייערע חברים אויב זעהט איר מיך דא נאך 11 ביינאכט, ווארפטס מיר ארויס. [ . . . ]

מיין רב זאגט אויך, אז ס'איז שטארק מעגליך, כאטש וואס כהיום האב איך שוין אן עדיקשן צו דעם אליינס, אבער עס קען זיין אז אויב וועל איך זיין ריין פאר א לענגערע צייט פון די 2 אנדערע פראבלעמען מבחוץ, דהיינו אויפן קאמפיוטער און אויפן טעלעפאון, וועט די פראבלעם מבפנים זיך אויך איינשטילן.

א גרויסן יישר כח פאר די אלע וואס אינטערסירן זיך אין מיין הצלחה, און פאר אלע חיזוק ווערטער און קאמפלימענטן סיי ברבים און סיי פריוואט. און בפרט פאר די אלע וועלכע זענען מתפלל פאר מיר.

זאלטס עטס אלע האבן א לעכטיגן שבת !
און שנה טובה ומתוקה !
מ'זאל שפירן א דערהויבענקייט אינעם יו"ט. און מ'זאל האבן א קלארקייט 'וואס וויל דער רבונו של עולם פון מיר יעצט' און נאר דאס זאל מען ווילן און נאר דאס טוהן בשלימות.

[בנוגע מיין שאלה, יישר כח פאר יעדן וואס האט פרובירט צו ענפערן, אבער אזוי ווי דערווייל בין איך נאך מסופק, וועט עס נישט ארבעטן סייווי ווייל עס דארף דאך קומען מיט א פעסטע החלטה וועלמיר זעהן אין א וואך צוויי]

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ג' תשרי התשפ"ב 16:55 #275824

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

אילו פינו מלא שירה כים ולשונינו רינה כהמון גליו, אין אנחנו מספיקים להודות לך ! ! !

שכח אייבערשטער פארן מיך היטן !

שכח אייבערשטער פארן מיך האלטן ריין ! ! !

איך קען מיך ניטאמאל איינרעדן אז ס'איז מיינע כוחות, אזעלכע נסיונות, וואלט איך שוין לאנג דורכגעפאלן. אבער רבונו של עולם דו טוסט מיט מיר א גענאדע, א מתנת חינם ! דו היטסט מיך !
יישר כח !

און איך בעט דיך העלף מיר נאך איין טאג.
מיר און מיינע חבירים וועלכע ווילן זיין אפגעהיטן.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ג' תשרי התשפ"ב 17:45 #275828

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

איך וואלט געוואלט אביסל ממשיך זיין בנוגע די פעולות לטובה וועלכע זענען אונטערגענומען געווארן דורך דעם רב צו וועם איך האב זיך געוואנדן [הרב ש. ג. פון מאנסי], עס קען זיין אז וועט ברענגן א תועלת אויך פאר אנדערע.

צום אלעם ערשט האט מען מסדר געווען אז איך דארף אים רופן יעדן טאג, מודיע צו זיין די הצלחות / ירידות (אקאונטעבילעטי דאכט זיך רופט מען עס)

פאר יעדע מאל איך שפיר אז איך גיי פאלן, דארף איך אים רופן.

מיר האבן צוזאמען געארבעט צו קענען אוועקנעמען סיי וועלכע מעגליכקייט, צו באקומען צוטריט צו די פראבלאמאטישע זאכן, ווי פאלגענד;

מיין טעלעפאון בין איך געגאנגען קויפן א קייעסערע ווערייזן פליפ פאון, [איך האב פונקט געהאלטן נאכן קויפן א נייע על דזשי פאון, אבער איך האב געצאלט די פאר דאלער בחפץ לב] דערויף קען מען אנשטעלן אז מ'זאל נישט קענען ארויסקאלן נאר די קאנטעקטס, און מ'קען נישט צולייגן אדער טוישן די סעטינג נאר מיט א קאוד וואס איך האב געגעבן פאר מיין בני בית. [איר האב איך געזאגט אז איך וויל נישט האבן די נסיון צו קאלן קול מבשר . . .]
בנוסף לזה איז דא א קנס אויב איך [פרוביר אפילו צו] קאלן א ליין דארף איך צאלן $150 לצדקה.

(דרך אגב, במאמר המוסגר, איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין טעקסט אדער פיקטשער א. ד. ג. אויף מיין פאון, איך האב אייביג נאר געקויפט א גענצליך כשר'ע פאון, איך דאנק דעם אייבערשטן פאר דעם. שטעל דיר פאר ווען נישט . . .)

בנוגע די קאמפיוטער, האמיר געמאכט אסאך גדרים, - איך זאג נישט, גאר אסאך זענען למעשה דורכגעפאלן, - אבער דערווייל האלט איך מיך אויף דעם מהלך;
קודם כל, אלעס איז אנגעשטעלט אויף 'אימעדזש ריפלעיס' יעדע זאך וואס איז א אימעדזש ווערט דיספלעיד אינגאנצן אין א גרעי קאליר.
איך טאר נישט סוירטשן אויף קיין שום ענדזשין, אויב יא צאל איך $150 קנס.
אלע סייטס וואס קענען זיין פראבלעמאטיש זענען געבלאקט, און מיין פילטער איז אנגעשטעלט אז איך קען נישט רעקוועסטן צו עפענען, נאר איך מוז אריינקאלן.

ברוך השם !
איך מוז זאגן אז אין די ענינים [קאמפיוטער, טעלעפאון ליינס] האלט איך מיך שוין א שיינע שטיק צייט ריין. מיט סייעתא דשמיא. איך האלט נישט פונקטליך חשבון אבער זיכער מער פון א חודש !
דער אייבערשטער זאל מיר ווייטער היטן פון יעדע משהו הרהור וכדו'
ווייל ער קען ! און נאר ער קען !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 18:02 #275903

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

נודה לשמך בתוך אמוני

איי, וואספארא גרויסע באשעפער מיר האבן !
ער מאכט מיט מיר אזעלכע גרויסע ניסים !
אין די לעצטע 2 יאהר איז ביי מיר נישט געווען אזא מציאות ווי יעצט.
שוין 9 מעת לעת און א ציה אן א מכשול, אפילו עס איז נישט דא קיין פת בסלו.

רבונו של עולם !
עד הנה עזרונו רחמיך, ולא עזבינו חסדיך !
און איך בעהט דיר ואל תטשינו לנצח !

יישר כח פארן שיקן צו מיר דיינע גוטע שלוחים !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 18:49 #275904

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

איך וויל זיין אפן.

איך האב אנערקענט אז;
עס איז נישט לתועלת פאר מיר, צו זיין אויף הד"א פארום.
​(אפשר וועל איך שפעטער מסביר זיין פארוואס)

דערווייל האב איך נאכנישט די כוחות זיך אפצורייסן, [איך בין אדיקטעד,] אבער איך וועל עס מיטן אייבערשטנס הילף באווייזן אינעם עתיד.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 19:02 #275907

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1730 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 437
  • האט שוין געלייקט: 522 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1149 מאל
  • קאָרמא: 20

א מחיה

דער א. גרין איז ממש א מחיה דייני שמיסן שפירט זיך די הארץ און אפענקייט.
איך קוק דיר זייער זייער ארויף די פאקט אז די ביזט אפען מיט א רב און א צדיק עס איז די בעסטע זאך וואס די האסט נאר געקענט טוהן.
איך וואינטש דיר אסאך אסאך הצלחה

הקדוש חיים

אגב שיק א גריס פאר מושעלע (עד כאן).

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 19:23 #275914

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

וואס העט זיין מיט דו חיזוק וואס אונז שעפ מיר פון דיר?

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 19:33 #275918

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on ו' תשרי התשפ"ב 19:23:

וואס העט זיין מיט דו חיזוק וואס אונז שעפ מיר פון דיר?


עס גיבט מיר באמת א גוטע געפיל צו הערן [ליינען] אז איך גיב חיזוק פאר אנדערע.
אויב איז עס אמת, בין איך אבער נאר א שליח פונעם רבונו של עולם, אז די חיזוק זאל קומען דורך מיר.
דער רבונו של עולם האט גענוג וועגן צו שיקן חיזוק פאר וועם ער וויל די חיזוק זאל אנקומען.

אויב האט דער רבונו של עולם געברענגט צו מיין הכרה, אז דא זיין איז נישט געאייגנט פאר מיר, דארף  איך דאס אויספירן.
און איך בעט דעם רבונו של עולם אז ער זאל מיר געבן די כוחות דערצו.

[איך מיין אז מ'וועט דארפן מאכן א געהעריגע מסיבת פרידה]

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 19:37 #275919

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

קוים געקומען שוין געגאנגען. ס’טוט וויי, מיר האבן אפילו נישט געהאט די געלעגנהייט זיך צו באקענען. שוין, א דאס איז די תכלית איז דאך גוט!

אבער געדענק ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ו' תשרי התשפ"ב 19:55 #275920

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 34 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 26
  • האט שוין געלייקט: 65 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
  • קאָרמא: 3

די אייבערשטער זאל זיין מיט דיר וואס אימער דו טוסט הרב גרין

ס'טוט וויי, אבער אויב איז עס פאר דיין תכלית דאן טו עס

אגב, אויב טוישט זיך אמאל די מציאות און דו קענסט יא צוריקקומען טראכט נישט קיין צוויי און קום צוריק און זיי מחזק אנדערע אידן

איך האף פאר דיין [און מיין] פערזענליכע ישועה

נאר בשמחה

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ז' תשרי התשפ"ב 14:48 #275938

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

ניסים ניסים, ניסים טוט געשעהן, נאר קיינער טוט נישט וויסן, און קיינער טוט נישט זעהן.
[הרב יו"ט עהרליך ז"ל]

שכח אייבערשטער !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ז' תשרי התשפ"ב 14:52 #275940

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 39 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 441
  • האט שוין געלייקט: 265 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 356 מאל
  • קאָרמא: 5

אבער נאך ווי ניסים! עס איז אוממעגליך צו גלייבן אז עס געשעט און די ווירקליכקייט!
לאמיר זיך ארויסלאזן און א טאנץ....!
טוב, טוב להודות, להודות לשם ולזמר לשמך עליון....!!!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ז' תשרי התשפ"ב 15:01 #275941

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrong געשריבן on ז' תשרי התשפ"ב 14:52:

אבער נאך ווי ניסים! עס איז אוממעגליך צו גלייבן אז עס געשעט און די ווירקליכקייט!
לאמיר זיך ארויסלאזן און א טאנץ....!
טוב, טוב להודות, להודות לשם ולזמר לשמך עליון....!!!


אה! יישר כח !
לאמיר זיך מיטכאפן מיטן רינג
אוי להגיד בבוקר חסדיך, בבוקר חסדיך, אוי ואמונתך בלילות, ואמונתך בלילוווות  . . . !!!

וואס טייטשט ואמונתך ? וואלט ווען געדארפט שטיין ואמונתינו, נישט אזוי ?
נאר וואזשע דען, דער רבונו של עולם גלייבט אין אונז, אז מיר וועלן ביישטיין די נסיון.
און אין אונזער פאל, אויב מעג מען זאגן.
ער גלייבט אין אונז, אז מיר וועלן נישט גלייבן אין אונז, נאר זיך אינגאנצן איבערגעבן אין זיינע הענט

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.62 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא