ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1
  • 2

טעמע: . . . עליכם שלום ! 465 באזוכער

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ח' תשרי התשפ"ב 16:49 #275981

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

צווישן היינט און נעכטן, האב איך געהאט צוויי דריי אומגעווענליכע מצבים, וואו איך וואלט געקענט אראפ פארן פון די רעלסן, אבער דער רבונו של עולם כאפט מיך אן און לאזט מיר נישט פאלן.

היינט אינדערפרי זאגט מיר דער רב [הערנדיג פון מיר מיין גוסטע און מיינע נסיונות] "פאר דיר צו זיין אנידערגעשלאגן / צובראכן איז זעלבסט אן עבירה"
פשוט זעהנדיג די מציאות פון ביז יעצט, צו וואס עס פירט.
האמיר טאקע פראבירט זיך האלטן פריש און אויפגעלייגט, און פראבירט צו העלפן אנדערע, און דער אייבערשטער האט געהאלפן !

שכח אייבערשטער !
און איך בעהט דעם אייבערשטן ער זאל מיך געבן מיט זיין גרויס גענאדע נאך איין ריינע טאג !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ח' תשרי התשפ"ב 16:58 #275982

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

איך האב געוואלט מיטטיילן פארן עולם פארשידענע שטיקלעך פון דאווענען, וואס זייט איך בין אויפן וועג צו ריקאווערי [איך בין נאנישט אין ריקאווערי, אבער האפענטליך אויפן וועג אהין] שפיר איך שטארק מקושר צו די שטיקלעך.


  • די תפילה וואס מען זאגט נאך המעביר שנה "ואל תביאיני לא לידי חטא ולא לידי עבירה ועון, ולא לידי נסיון, ולא לידי בזיון, ואל ישלוט בנו יצר הרע, . . . וכוף את יצרינו להשתעבד לך"
  • מזמור שיר חנוכת הבית לדוד, "מה בצע בדמי ברדתי אל שחת, . . . שמע ה' וחנני ה' היה עוזר לי"
  • מודים אנחנו לך "ועל נסיך שבכל יום עמנו, ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת"
  • ביי סליחות, "ותן בלבינו לעזוב דרך רשע"
  • אויב קום איך אמאל אן 'די תפילה פון רבי ר' אלימלך' עס ברענגט שטארק ארויס אז מיר ווילן אזוי שטארק "כי אם מרוב היצר הרע הבוער בקרבינו תמיד, ומרוב התאוות ומרוב טרדת הזמן"

איך דאנק די ר רבונו של עולם פארן מיר געבן א געשמאקע געפיל דערביי.

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! ח' תשרי התשפ"ב 18:37 #275983

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

די לעצטע 2 וואכן בין איך געווען דער לעצטער איינגעשריבענער חבר.
היינט האבן זיך איינגעשריבן 2 הייליגע נייע חברים וואס ווילן טוישן זייער לעבן צו א בעסערע

ברוכים הבאים !
יום ליבשה
אוי וויי
זאל אייך דער אייבערשטער היטן און שענקן פון אלעם גוטן

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 15:47 #276014

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 105 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 1

איך בין קראנק . . . מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.


די היילייטעד ווערטער שטעכן מיר, 
דו ביזט נישט קראנק
דו ביזט א היימישע, געשמאקע, לעבעדיגע, חסיד'ישע, שטארקע, אפגעהיטענע, יונגערמאן, וואס פירט אן מיט א וועלט מלחמה קעגן דעם יצר הרע.
מיט פילע זאפטיגע מאמרים, אויפצולעבן די חברים המקשיבים.

לעצט פארראכטן: י"א תשרי התשפ"ב 15:48 דורך יום ליבשה.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 16:06 #276015

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

טייערע הייליגע חבר יום ליבשה !
דו ווייסט נישט וואס דו טוסט מיט מיר, מיט דיינע פילע טיטלען אויף מיר, איך פיל מיך ממש אין די זעקסטע הימל.
אבער . . . [און דא קומט די אבער . . .]
אויב וועל איך נישט אנערקענען אז איך בין קראנק, וועט פאסירן איינס פון די צוויי, אדער וועל איך באשליסן אז איך בין שלעכט, אדער וועל איך נישט זוכן ארויסצוגיין פון מיין מצב.
קוק אן, שטעל דיר פאר איך לייד פון דייעביטיס, און איך שרייב אין מיין אונטערשריפט ' איך בין א דייעבעדיק'
[אויב דו ווילסט קען מיר האבן א לענגערע שמועס דערוועגן, אבער נישט היינט]
איך האף אז ס'שטעכט מער נישט.

אבער איין זאך מוז איך דיר זאגן אז דאס וואס דו האסט געשריבן אויף מיר, שפיגלט שטארק אפ דיין כאראקטער !
גיי אן !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 16:42 #276017

  • יום ליבשה
  • איצטיגע שטרעקע: 10 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 8
  • האט שוין געלייקט: 105 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
  • קאָרמא: 1

איי טאוטעלי דיס'עגרי. 
דעס וועסטו זאגן אין קלע"ס אדער פארנט פון א דאקטער. 
אין ערגסטן פאל קענסטו זאגן "איך האב א קראנקהייט". איך בין??? דאס בין איך???
איך בין א קלוגע, זיסע, געשמאקע איד, וואס זעט איין דעם אמת אויף דער וועלט, און איז נישט גרייט נאכצוגיבן פארן יצר א כי הוא זה, און איך פארמאג א געזונטע קאפ, און א אנגעווארעמט הארץ, צו פירן א שטרייט מיטן שטן.
איך פארמאג אן אסטראנאמישע סומע פון פערצן טעג, רבותי זאל יעדער וואוסן גאנעצ פערצן טעג האט א. גרין אין זיין קאסע, פערצן טעג פון ארויסקומען מיט א שטארקקייט, מיט אן אומגעהויערע פאווע"ר צו דערשלאגן אונזער גרעסטע שונא.
די פערצן טעג וועט מיר באגלייטן מיין גאנץ לעבן, ביזן הונדערט-און-צוואנציג יאר, און דערנאך וועט דעס ארויפקומען אויבן און וועט באלייכטן די גאנצע הימל, א מסירות נפש פון א איד אום 2021. און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט דאס זיך ציען ווייטער צו גאר גרויסע שטרעקעס.
נאר וואס דען, סוכ"ס האט ער - דער יצר - זיך אריינגעבראכן, זיך אריינגעבראכן ביים קעניג אין פאלאץ, אבער ווי עס זעט אויס גייט אים נישט גוט זיין דארטן, ווי עס שיינט ביזטו אויפן גוטן ארט, מיט די ריכטיגע שאיפות, נו דארף מען זען וויאזוי מען קען אים ארויספירן...
איך בין נישט קראנק, אפשר קענסטו זאגן 'איך האב א קראנקהייט', איך דארף נאך טראכטן אויב דאס אויך
און מיטן אייבערשטן'ס הילף, און מיט'ן כח החבורה הקדושה, הרבה חברותא עושה, וועט דער שונא זיין אינדרויסן בקרוב ממש, 
פערצן טעג איז אן אייזערנע חידוש!!!

לעצט פארראכטן: י"א תשרי התשפ"ב 17:02 דורך יום ליבשה.

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"א תשרי התשפ"ב 18:45 #276020

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 142 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 135
  • האט שוין געלייקט: 165 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 249 מאל
  • קאָרמא: 4

שלום עליכם הרב גרין, זייער אנגענעם דיך צו האבן (אויב ביסט נאך דא), זייער שיין דיינע געשרייבאכצער, מיטן אייבישטענס הילף וועסטו מצליח זיין. 

איין נקודה נאר, דו האסט צוטיילט דיינע סטראגעלס אין 3 חלקים, וואס איז זייער שיין און אמת, אבער לדעתי זענען די 3 זאכן שוין א דירעקטע רעזולטאט פון די עיקר, וואס דאס איז: לאסט. 

די ערשטע 2 פיטערן די לאסט, און די 3טע איז שוין א ווייטערדיגע - כמעט אומפארמיידבארע - תוצאה פון לאסט. 

אלנפאלס, ס'קוקט אויס ווי די ארבעטס אריין, און ווי זאגן די אלט-געזעסענע דא אייביג - אז מ'ארבעט, ארבעט עס. 

דער אייבערשטער זאל דיר געבן אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא. 

ענטפער: . . . עליכם שלום ! י"ג תשרי התשפ"ב 19:20 #276067

  • א. גרין
  • איצטיגע שטרעקע: 17 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 43
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל
  • קאָרמא: 3

האמיר שוין ברוך השם א משגיח אויפן סייט . . . 
יא אזויווי איר הערט
מיר זענען מקבל פנים בברכה אונזער נייע הייליגע חבר וועלכע האט זיך נארוואס איינגעשריבן, צו טוישן זיין לעבן אויף א בעסערע.
מיר קוקן ארויס אויף זיין הצלחה !

איך האב אן אומגעזונטע כאראקטער. דהיינו, מיין וועזן איז שטארק תלוי אין וואס יענער טראכט אויף מיר, וויאזוי יענער קוקט מיר אן, א. א. וו.
און טאקע צוליב דעם בין איך דא, צו זעהן דיין רעאקציע צו מיר. זאל עס זיין א לייק, א מעסעדזש, א ענטפער, אפי' נאר נאך א באזוכער.
איך האף צום אייבערשטן אז איך וועל נאך איין טאג זיין געזונט.

  • בלאט:
  • 1
  • 2
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.44 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא