ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: געטראפן מיין פלאץ 3681 באזוכער

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ו אדר התשפ"ב 10:52 PM #282007

  • א פשוטער איד
  • איצטיגע שטרעקע: 122 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 122 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 41
  • האט שוין געלייקט: 80 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל
  • קאָרמא: 5

יומי גוט דיר צו זעהן פארן....

מעג איך געבן אן איידיע? אפאפשר אנשטאט צו ציילן (נאר) ריינע טעג, פאלן, גליטשען, סעמי, און התחזקות, צייל א יעדן טאג וואס דו האסט גערופען א חבר און געשעירט עפעס פערזענליך (פערזענליך מיין איך נישט וואס דו האסט געגעסן פאר פרישטיק און אויך נישט ווען דו האסט בויך וויי) עפעס וועגן "דיר" וואס עס האט דיר היינט געבאדערט, וויי געטוהן, געמאכט לאסטן, געמאכט פרייליך. שעירן און קאנעקטען טוט ווינדער...

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז אדר התשפ"ב 1:53 PM #282024

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
6/1

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז אדר התשפ"ב 10:42 PM #282037

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22

חברה! ס'קומט גוטע צייטן!

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"א 'אדר ב התשפ"ב 7:01 PM #282856

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

פארצייכנט דעם דאטום כ"א אדר ב' ה' אלפים תשפ"ב למנין בריה"ע.
ולמספרם (פאר דער וואס קען דאס אידישער דאטום) 3/24/2022

איך האב היינט א חתונה, און איך פלאן צו טאנצן הארא זייער לעבעדיג דארטן.

איך גיי זיך נישט שעמען.

אפילו איך בין א גראבע...

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"א 'אדר ב התשפ"ב 11:37 PM #282868

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1622
  • האט שוין געלייקט: 314 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1405 מאל
  • קאָרמא: 33

מזל טוב!
הייסט דו ביסט עס געווען דער וואס האט היינט געטאנצן אזוי לעבעדיג
אאהההה!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ב 'אדר ב התשפ"ב 10:01 AM #282882

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

יאפ, איך האב באמערקט איינער באטראכט מיר פון די זייט...

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ב 'אדר ב התשפ"ב 11:57 AM #282887

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
"פארוואס קען איך נישט גיין שלאפן באצייטנס?!?!"

איך האב דיסקאווערד א מורא'דיגע זאך, איך קען נישט זיצן מיט מיר אליין פאר א צוויי מינוט, אן גארנישט טון, אדער טראכטן פון עפעס אנדערש, אדער לאסטן. פארוואס?? ווייל איך פרוביר אוועקצולויפן פון מיר אליינס, איך האב מיך נישט ליב, איך בין נישט באקוועם מיט מיר אליין.

פארוואס זאל איך נישט קענען טראכטן פון מיר, פונקט אזויווי איך טראכט פון מאונט עווערעסט, אדער פונעם וועראזאנאו בריק (וואס דאס איז זייער אינטרעסאנט פאר מיר)??

ווייל דעם מאונט עווערעסט, דעם וועראזאנאו האב איך זייער ליב; אבער דעם יום ליבשה האב איך זייער 'נישט' ליב.

אלזא, פאר מיר זיך אריינצולייגן אין בעט ארום צען אזייגער, ווען איך בין נאכנישט טויט מיד, מיין אויגן קלעבן זיך נאכנישט צו מיט די שטארקע קלעב פון מידקייט, דאס איז ביי מיר אומבאווייזבאר! ווייל... ווייל... איך גיי דארפן טון דאס וואס איז מיר דאס שווערסטע צו טון, וואס דאס איז טראכטן פון יומי... אן אומבאקוועמער מענטש איך זאל זיין מיט אים.

אדער קען איך ליינען ספר וואס איך האב ליב, אדער קאלן א טשעט ליין, ביז מיינע אויגן וועלן זיך פארמאכן פון זיך אליינס, און איך קען אוים צושפאצירן צו מיין בעט פאר מידקייט. אבער נישט ליגן אין בעט די צוויי דריי מינוט - מיט א רואיגקייט - וואס געדויערט מיר איינצושלאפן.

דאס איז דער דענייעל וואס איך לעב!

טאטע העלף!!!

לעצט פארראכטן: כ"ב 'אדר ב התשפ"ב 1:15 PM דורך יום ליבשה.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ב 'אדר ב התשפ"ב 12:34 PM #282890

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 144 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 144 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
  • קאָרמא: 23

זייער זייער שטארק ארויסגעברענגט
די רגע דו האסט עס אראפגעשריבן אויפן פאפיר, דאס איז אליינס א ריזיגע חלק ישועה, יעצט אז דו ווייסט אין ווי די פראבלעם שטעקט, איז שוין אסאך אסאך גרינגער זיך צו העלפן.

===
חזרה:

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע...

איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ד 'אדר ב התשפ"ב 4:47 PM #282965

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22
יום ליבשה געשריבן on כ"ב 'אדר ב התשפ"ב 11:57 AM:


איך האב מיך נישט ליב, איך בין נישט באקוועם מיט מיר אליין.

אבער דעם יום ליבשה האב איך זייער 'נישט' ליב.
איך גיי דארפן טון דאס וואס איז מיר דאס שווערסטע צו טון, וואס דאס איז טראכטן פון יומי... אן אומבאקוועמער מענטש איך זאל זיין מיט אים.


איך פארשטיי דיר זייער גוט,
און אזויווי 'צוויי' האט שוין געשריבן, איז דאס אליינס אז מיר ווייסן אונזער פראבלעם און ווער רעדט נאך ווען מ'שרייבט עס אראפ איז שוין א חלק פון די ישועה.
איך וויל דיר אבער זאגן, דער יומי, איז גארנישט אזא אומבאקוועמער מענטש צו זיין מיט אים.
דו גלייכסט אים נישט? איך גלייך אים זייער...

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ד 'אדר ב התשפ"ב 9:34 PM #282980

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

יעדער איינער האט אן אנדערע טעיסט...

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:17 PM #283219

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

היינט געהאט נסים גלוים בנוגע מיין לאסט קראנקהייט.

איך האב געהאט א אלערגיע ריעקשאן - אזאנס און אזעלעכ'ס.
איך האב געהויבן הענט, בדרך הטבע וואלט איך דאס נישט דורכגעמאכט.

אויסערדעם איך האב שוין לאנג נישט געהאט אזעלכע ערעקשאנס, אבער דער אייבערשטער האט מיר געראטעוועט.

דאס האט גארנישט מיט מיר, גארניקס, עס איז געווען בלויז דער באשעפער.
ברוך ה'.
הודו לה'.
איין טאג  אויפאמאל.

אבער וואס איך האב מיך געלערנט איז, אז אפילו אין די ערגסטע, קען מיר דער אייבערשטער אויך העלפן.

אמאל האב איך דאס געגלייבט היינט ווייסעך שוין.

איך בעט דעם אייבערשטן, איך זאל נישט נאכאמאל אריינפאלן אין אזא שטערבליכער נסיון, אבער ברוך ה' פארדעם, איך האב דאס דורכגגעלעבט.

יעצט וועלן מיר מתפלל זיין פאר נאך א ריינער טאג.

טאטע העלף מיר. און אלע אידן. 

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:31 PM #283222

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1622
  • האט שוין געלייקט: 314 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1405 מאל
  • קאָרמא: 33

דער אייבערשטער האט צוגעהערט דיינע תפילות! די מיינסט עס גאר ערנסט!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:52 PM #283229

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22
יומי!

דו האסט נישט קיין אהנונג ווי שטארק איך פריי מיר פאר דיר. באמת!
דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:52 PM #283230

  • לעכט
  • איצטיגע שטרעקע: 9 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 49 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 802 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
  • קאָרמא: 12

לחיים יומי געבסט אונז אסאך כח!

כאלטנאך אינמיטן אויפטראכטן אנייער אינטערשריפט

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:54 PM #283231

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

איך האב אויך געמאכט היינט א לחיים.
די לחיים איז געווען אויף א גלעזל לאסט, איך בין פשוט געווארן אנגעשיקערט דערפון.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 12:48 AM #283249

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 144 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 144 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
  • קאָרמא: 23
יום ליבשה געשריבן on כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:54 PM:

איך האב אויך געמאכט היינט א לחיים.
די לחיים איז געווען אויף א גלעזל לאסט, איך בין פשוט געווארן אנגעשיקערט דערפון.



איך פיל עכט מיט, מיט דיר

===
חזרה:

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע...

איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

לעצט פארראכטן: כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 12:50 AM דורך צוויי דיימאנטן.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 12:48 AM #283250

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 144 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 144 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 803
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל
  • קאָרמא: 23

ישועות ה' כהרף עין!

===
חזרה:

איך נעם די פילסטע אחריות אויף אלע מיינע מעשים וואס איך טוה, איך באשולדיג נישט דערויף אנדערע...

איך טוה מיך אבער לאזן העלפן פון אנדערע...

לעצט פארראכטן: כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 12:50 AM דורך צוויי דיימאנטן.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 3:28 PM #283300

  • ich vil zan ehrlich
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1859
  • האט שוין געלייקט: 4504 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3353 מאל
  • קאָרמא: 66
יום ליבשה געשריבן on כ"ו 'אדר ב התשפ"ב 10:54 PM:

איך האב אויך געמאכט היינט א לחיים.
די לחיים איז געווען אויף א גלעזל לאסט, איך בין פשוט געווארן אנגעשיקערט דערפון.



מיין הארץ איז מיט דיך. איך פיל מיט.

ושמענו מצדיק אמתי שאמר, שאלו היה אומר לו אחד, יהיה מי שיהיה, בעת שעסק בעבודת השם בתחלתו: אחי, חזק ואחז עצמך – הייתי רץ ומזדרז מאד בעבודתו יתברך, כי גם עליו עבר כל הנ"ל, ולא היה שומע שום התחזקות משום אדם - ליקו"מ תנינא, מ"ח



***



Acceptance is the answer to all my problems today!!! - The big book, Page 417

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 3:32 PM #283302

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

דער אייבערשטער האט מיר געראטעוועט פון  אויסעקטן.
אבער די בויך וויי וואס דאס גלעזעלע לאסט האב איבערגעלאזט אויף מיר, איז זייער אומבא'טעם'ט!

איך בין געוואויר געווארן פון ערגעץ, אז לאסט איז זייער פאויערפול, און אויך זייער רואיג, ער האט צייט.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 5:59 PM #283326

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60

איך דאוון פאר דיין הצלחה יומי'לע
גלייב דו אויך אין דיין ישועה. אפילו ס'איז שווער, טראכט פעזעטיוו, זאג ארויס: איך גיי געהאלפן ווערן! איך גיי געהאלפן ווערן! איך גיי געהאלפן ווערן!
מיט א שטארקע אמתע אמונה.

עס קען אמאל נעמען צייט, אבער מיט גלייבן אמתדיג וועסטו בעז"ה באקומען די קאראדזש און כוחות טוהן וואס דו האסט צוטוהן.
אמונה מלשון המשכה.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 7:04 PM #283337

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
נישט שפעט געשריבן on כ"ז 'אדר ב התשפ"ב 5:59 PM:

איך דאוון פאר דיין הצלחה יומי'לע
גלייב דו אויך אין דיין ישועה. אפילו ס'איז שווער, טראכט פעזעטיוו, זאג ארויס: איך גיי געהאלפן ווערן! איך גיי געהאלפן ווערן! איך גיי געהאלפן ווערן!
מיט א שטארקע אמתע אמונה.

עס קען אמאל נעמען צייט, אבער מיט גלייבן אמתדיג וועסטו בעז"ה באקומען די קאראדזש און כוחות טוהן וואס דו האסט צוטוהן.
אמונה מלשון המשכה.


יישר כח רבי נישט, ידידי חביבי, הייליגער צדיק, אוהב ישראל אמיתי.

נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים, נאר אמונה, נאר אמונה אין בורא כל העולמים.
ס'וועט איך גוט זיין, ס'וועט אייך גוט זיין, היינט, היינט און אלעמאל, אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"א ניסן התשפ"ב 2:21 PM #284117

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

איך רילעיט זייער מיט יום טוב פסח, קרבן פסח, יציאת מצרים.
איך האב מיר אלץ געוואונדערט פארוואס דעם קרבן פסח מוז מען עסן בחבורה דווקא.
פארוואס דארף מען דאס שחט'ן נאך חצות, נאכמיטאג, און ווארטן ביז אויפדערנאכט, פארוואס קען מען דאס נישט שחט'ן ביינאכט, פאר'ן עסן, אדער עכ"פ פארן סדר.

עס זעט מיר אויס אז די אידן אין מצרים, אונזערע עלטערן, האבן געהאט א געוויסע אדיקשאן צו מצרים, ווען עס איז עפעס געשען אין מדבר, איז אלץ געווען דער אנטווארט 'לאמיר צוריקגיין אויף מצרים', דאס איז געווען דער עסקעיפ פלאץ. די אידן האבן זיך אנגעליטן דארטן עטליכע הונדערט יאר מיט שווערע פיין און ליידן, זיי האבן גע'היט דעם ראק באטטאם, אבער זיי האבן אלץ געוואלט צוריקגיין, עפעס א קאנעקשאן, וואס איך ווייס נישט פונקטליך וואס זיי האבן געזוכט דארטן, האט זיי אלץ צוריגעשטופט זייערע מחשבות, לאמיר צוריקגיין אויף מצרים.

ווען די  אידן זענען געווען אין מצרים האבן זיי געוואלט ארויסגיין פון דארטן, אזויווי רש"י זאגט אין בשלח אז די וואס האבן נישט געוואלט ארויסגיין פון מצרים, די זענען געשטארבן אין די ששת ימי האפילה. די אידן וואס האבן אלץ געוואלט צוריקגיין אויף מצרים ווייל זיי האבן זיך געטראפן ביי א וואסער, אדער זיי זענען געועון הונגעריג, זיי האבן אמאל געוואלט ארויסגיין פון דארטן, און היצטערט האבן זיי געוואלט צוריקגיין.

פאר די אידן זענען ארויס פון מצרים, האט דער אייבערשטער באפוילן, שחט'ס דעם קרבן פסח, עטס זאלטס דאס עסן אויפדערנאכט, און מען זאל דערביי אויך עסן מרור און מצה, וואס זענען מאכלים פון קנעכט און קנעכטשאפט. גייטס נישט ארויס פונדערהיים, בלייבטס אינדערהיים.

וואס קומט דאס צו ווייזן?

ערקלערן איינע פון די גדולי ישראל פון די פריערדיגע דורות, די כוונה איז, די אידן זאלן זיצן אינדערהיים, גארנישט טון, וואוסן אז איך קען נישט ארויסגיין פון דא, ביז ווילאנג דער אייבערשטער געבט זיין ווארט אז אונז זאלן ארויסגיין. איך עס מצה - לחם עוני, איך עס מרור - ביטער, איך בין א קנעכט.
עס איז שוין פסח, עס איז שוין נאך די שקיעה, עס איז שוין נאכן זמן ר"ת, מען האט שוין געצינדן די יום טוב'דיגע לעכט, דער אייבערשטער קומט באלד אונז ארויסנעמען פון דא, דער קרבן פסח הייבט שוין אן צו שמעקן אויפן פייער, די באפרייאונג  איז שוין אט אט דא.

אבער, אבער, מען נעמט א כזית מצה, א כזית מרור, איך בין נאכאלאץ א קנעכט, דער אייבערשטער האט נאכנישט געזאגט איך זאל ארויסגיין, איך עס נאכאלץ די קנעכטשאפט עסן, ביז ווילאנג עס קומט נישט די פאראויס באשטימטע מינוט וואס דער אייבערשטער האט אפגעמאכט כפי שגזרה חכמתו אונז ארויסצונעמען פון דאנעט, בין איך נאכאלץ סטאק דא.

דאס מיינט איך בין פאוערלעס, אבער איין זאך קען איך יא טון, זיך מאכן גרייט, עפענען דאס הארץ, אריינברענגען דעם באשעפער אין מיין הארץ, איך זאג פארן באשעפער, איך קען נישט אן דיר, איך בעט דיר העלף מיר, נעם מיך ארויס פון דאנעט.

דאס קען איך נישט טון אליינס, איך דארף האבן א 'חבורה' אויפדעם, חברים וואס זאלן מיר העלפן איינזען, און זיך איינ'חזר'ן, און דאס אריינבאקן אין הארץ, אז איך בין א מאכטלאזער מענטש, איך דארף אנקומען צו די הילף פון אנדערע, און די עיקר הילף וואס אנדעם קען איך גארנישט, איז דער איין איינציגער באשעפער פון דער גאנצער וועלט.

טאטע! האב רחמנות אויף דיין קינד, העלף מיר ארויס איך זאל קענען טון דיין רצון, איך זאל נישט זיין פארבלענדעט פון מיינע נגיעות א גאנץ לעבן, איך זאל וואוסן וואס איז מיינע נגיעות און וואס נישט, איך זאל וואוסן וואס איך גערעכט און וואס איז ראנג, איך זאל טון די ריכטיגע, אמת'דיגע, שריט.

אקעי, איך האף איך האב מיך גוט ארויסגעברענגט, איך האף ס'וועט זיין א תועלת פאר מיר, און אויב א צווייטער האט הנאה איז אוודאי גוט.
א כשר'ן און פרייליכן יום טוב מיינע פריינט.

לעצט פארראכטן: י"א ניסן התשפ"ב 2:24 PM דורך יום ליבשה.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"א ניסן התשפ"ב 6:42 PM #284141

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22

א הארץ שפירט א הארץ

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"ב ניסן התשפ"ב 2:33 PM #284207

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60

יומי יומי
שפתיים יישק!! הפלא ופלא. א שטארקע געדאנק 
איז דאס געווען דיין שבת הגדול דרשה?

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ח' אייר התשפ"ב 5:43 PM #285507

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

א גוטן טאג מיינע פריינט.
איך דארף שוין נאכאמאל נעמען דעם פעדער אין די האנט, איך דארף זיך אויסבלאזן אביסעלע, איך דארף זיך אויסרעדן צו איינעם, מיין הארץ איז אנגעשטאפט מיט קשיות אויף מיין לעבן, מיין אויפפירונג, מיין תכלית אויף דער וועלט.

איך שעם זיך אויסצורעדן צו איינעם, ווייל איך פיל ווי יעדער לאכט פון מיר, און זיכער וועט יענער גיין אויספויקן מיין מעשה אין די גאנצע שטאט, און מיינע משוגעת'ן וואס טריערן מיר א גאנצן טאג, אדער וועט ער גיין פלוידערן אז איך בין נעבעך א צובראכענען יונגערמאן וואס מושטעט זיך אין לעבן מיט אידישקייט, און סאושעלקייט, וכו' וכו'.

דער אייבערשטער האט מיר חונן דעת געווען זייער אן אומבא'טעם'טע זאך, עס איז נישט באקוועם, אבער דאס איז עס מיינעך, איך מיין אז דא ליגט א שליסל.

די סיבה פארוואס איך טראכט אזוי אויף די מענטשן פון די וועלט איז, ווייל, ווייל, ווייל,
וווו.. ווויייי,
ווייל איך אליינס בין אזוי!!!

אויף יעדער מענטש נעם איך אראפ א פראפייל פונקטליך.
אנגעהויבן ביי די הוט, הויכע, פלאכע, שטעפענע, געקראכטע.
ווייטער צו די גלעזער, חסידישע, מאדערענע, פענצי, סטייליש, אוטדעיטעד.
רעקל, וואסערע מין רעקל האט ער, לאנג, קורץ, סאליד, לעכטיג, טונקל.
שיך, גלאנציג, שפיציג, ברייט, ראבער, לעדער.

ווייטער די יראת שמים איז דאך וויכטיגער ווי אלעם צו וואוסן וואו דער מענטש האלט אין זיין אידישקייט, יראת שמים, חסידישקייט.
ער איז א בעל עבירה, אדער א קל, אדער סתם אן אונס, אן אפרוח שלא נפתחו עיניו אויף דער וועלט.

ער איז א דורכגעווייקטער חסידישער אינגערמאן, מלא טעם, א תלמיד חכם, א ידען, א קלוגער, פארשטענדליכער ער האט ארויס עניינים, אדער איז ער גאר א קטנות המוחין, א חרש ושוטה.

ער איז א פלאפלער, זיין צונג ארבעט דעם גאנצן טאג, ער איז א שטילטשיגער יונגערמאן, ער זיצט אזוי שיין אויף זיין פלאץ דעם גאנצן דאווענען. ער רעדט נאר צום זאך.
 וכולהו וכולהו.

וליהוי ידוע, איך בין א שטילער מענטש, איך רעד נישט קיין לשון הרע כמעט אויף קיין מענטשן, א זאך וואס א מענטש זאגט מיר גייט נישט ארויס פון מיין מויל, איך בארעד נישט קיין מענטשן מיט לשון הרע אדער רכילות'ער. ווען איינער רעדט לשון הרע מאך אים שטיל, איך זאג וואסערע לאו לייף ער איז, היתכן ער רעדט לשון הרע.

אבער איך פארפוילטער מענטש, א טייערע נשמה וואס איז ארומגענומען מיט א פארפוילער כאראקטער, דרייט זיך ארום די גאנצע צייט און טראכט אויף אלע מענטשן, נעמט פוקנטליכע אנאליזן און לייגט דאס אוועק אין די מח קעמערלעך.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט' אייר התשפ"ב 1:52 PM #285648

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60

טייערע ליבער יומי!!
איך ווייס נישט אויב וויינען - צוליב דיין הארץ וואס וויינט און שרייט דא, אדער לאכן - צוליב דיין גאר זיסע זאפטיגע שפראך וואס דאס איז עפעס אזאנסאונאזעלעכס...

דאס איז זיכער אז דו האסט מוראדיגע טאלאנטן, און אויך די מדות וואס דו שרייבסט דא אויף דיר, קען מען זיכער נוצן לטובה. און דו נוצט עס זיכער אויך לטובה.
נאר מן הסתם האסטו יעצט געהאט נישט אזא גוטע מינוט האסטו אלעס ארויסגעבלאזן מיט א נעגיטיווע בליק...

עס וועט דיר אבער גארנישט העלפן! פון ליינען דיינע זאכן און דיר ארויס האבן אביסל - ביסטו א מוראדיגע טאלאנטפולער מענטש! אן איידעלער, א בעל מדות און א ידען. און אויך א מוכשר... ביסט אויך א גרויסע "מרא דעובדא",  בבחינת בדידי הוה עובדא, וד"ל ודו"ק...

דארף מען בעטן די אייבישטער זאל דיר שיקן שמחה און הרחבת הדעת מבית ומחוץ, כדי דו זאלסט זיך קענען אנקוקן פעזיטיוו און מיט דעם זיך מחזק זיין און האבן די כח שטייגן אין דיין ריקאווארי.

איך גלייב אז דו ווייסט וויפל איך דאוון פאר דיר. איך גלייב אויך אז א תפילה פון אן ערליכע איד ווי מיר וועט זיכער פוילן...

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט' אייר התשפ"ב 5:43 PM #285680

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
נישט שפעט געשריבן on ט' אייר התשפ"ב 1:52 PM:

טייערע ליבער יומי!!
איך ווייס נישט אויב וויינען - צוליב דיין הארץ וואס וויינט און שרייט דא, אדער לאכן - צוליב דיין גאר זיסע זאפטיגע שפראך וואס דאס איז עפעס אזאנסאונאזעלעכס...

דאס איז זיכער אז דו האסט מוראדיגע טאלאנטן, און אויך די מדות וואס דו שרייבסט דא אויף דיר, קען מען זיכער נוצן לטובה. און דו נוצט עס זיכער אויך לטובה.
נאר מן הסתם האסטו יעצט געהאט נישט אזא גוטע מינוט האסטו אלעס ארויסגעבלאזן מיט א נעגיטיווע בליק...

עס וועט דיר אבער גארנישט העלפן! פון ליינען דיינע זאכן און דיר ארויס האבן אביסל - ביסטו א מוראדיגע טאלאנטפולער מענטש! אן איידעלער, א בעל מדות און א ידען. און אויך א מוכשר... ביסט אויך א גרויסע "מרא דעובדא",  בבחינת בדידי הוה עובדא, וד"ל ודו"ק...

דארף מען בעטן די אייבישטער זאל דיר שיקן שמחה און הרחבת הדעת מבית ומחוץ, כדי דו זאלסט זיך קענען אנקוקן פעזיטיוו און מיט דעם זיך מחזק זיין און האבן די כח שטייגן אין דיין ריקאווארי.

איך גלייב אז דו ווייסט וויפל איך דאוון פאר דיר. איך גלייב אויך אז א תפילה פון אן ערליכע איד ווי מיר וועט זיכער פוילן...


א דאנק פאר די געשמאקע לעבעדיגע פידבעק!

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"ב אייר התשפ"ב 1:10 PM #286095

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

איך האב אויסגעעקט.

איך האב געהאט שרקעליכע רעזענטמענטס, בקיצור, איך וויל צוגיין צום נקודה וואס באדערט מיר יעצט.

מיר שטערט נישט די אויסעעקטן חלק, מיט באדערט יעצט עפעס אנדערש.,

איך טראכט און איך טראכט, איך וויל זיין סאובער, ווייל מיין לעבן איז טאטאלער מעס, איך קען נישט הענדלען לאסט.

איז יעצט, מיין שאלה צו די סאובער אידן וואס זענען סאובער און קאנעקטעד צו גאט ב"ה.

אויב, יעצט, געבט מען דיר אן אפציע, קענסט באקומען א מתנה, דו קענסט טאלערעיטן לאסט, דיין לייף וועט זיין מענעדשעבל, און דערצו וועט מען דיר געבן פראסטיטוס מיט פלגשים לויט דיין באגער.

אדער געבט מען דיר, זאלסט ווייטער אנהאלטן דיין וועג, אלץ אדיקט, אבער בלייבן קאנעקטעד, גאט זאל דיר היטן, גאט זאל דיר האלטן סאובער.

וועלכע פון די צוויי וואלט גענומען א מענטש וואס איז סאובער פאר צען יאר???

מיין ליבער חבר, דאס ליגט מיר אויפן הארץ, איך פערזענליך קען עס נישט ענטפערן, איך בין נאכנישט געועון סאובער פאר א לאנגע שטרעקע, נאר איין זאך ווייס איך, אז נאכן זיין סאובער עטליכע טעג ווערט מיין קאפ קלארער, און עס הייבט אן רוישן, און אויסעעקטן איז איינס פון די תירוצים.

איך ווייס נישט פונקטליך וועלכע איך וואלט גענומען, דהיינו וואס מיר באדערט איז, אז אפשר האבן די מענטשן וואס האבן פילגשים סלאטס, א בעסערע לעבן ווי מיר, דהיינו זיי קענען מענעדשן זייער לייף.

הריני מוכן ומזומן לקבל קיתון של שופכים, לשם יקובה"ו, ויהי נועם ה' אלקינו עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו ומעשי ידינו כוננהו.

א פרייליכן שבת!

מיינע מחשבות, יומי.

לעצט פארראכטן: י"ב אייר התשפ"ב 1:11 PM דורך יום ליבשה.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"ד אייר התשפ"ב 1:20 AM #286126

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 7 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1622
  • האט שוין געלייקט: 314 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1405 מאל
  • קאָרמא: 33

באמת למאי נפקא מינה? אונז האמיר איין וועג וואס אונז ווייס מיר אז דאס איז ריכטיג און דאס איז עס.
חוץ מזה דארפן אונז טראסטן השי"ת אז דו וועג וויאזוי ער וויל אונז זאלן זיך פירן איז די ריכטיגע וועג. קען עס אפשר זיין א גרינגע ענטפער אויף דיין חקירה 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"ד אייר התשפ"ב 7:00 AM #286132

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 804 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 804 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 729
  • האט שוין געלייקט: 635 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל
  • קאָרמא: 23

יומי טייערער, מיין הארץ איז מיט דיר און איך פיל דיין ווייטאג.

להוי ידיעה אז די וואס פארמאגן פלגשים האבן די מערסט אנמענדזשעבל לעבן וואס איז נאר פארהאן, זיי זענען נישט בעה"ב אויף זיך אליין גארנישט וואט-סאו-עווער, ווען עס כאפט זיי אהן די תאוה האבן זיי נישט קיין שום מעגליכקייט אין די וועלט עס צו קאנטראלירן, און אפילו זיי ווילן אמאל זיך אפשטעלן פאר א מאמענט קענען זיי נישט.

משא"כ די וואס זענען מודה אז זייער לעבן און זיער אויפפירונג איז אנמענעדזשעבל און זיי זענען גרייט איבערציגעבן זיך און זייער לעבן פאר גאט ב"ה ווערט פלוצלינג אלעס אזוי שיין, ליכטיג און מענעדזשעבל, און נישט ווייל ער קען שוין פלוצלינג יא אליין קעיר נעמען פון זיין לעבן נאר ווייל איינער גרעסער און שטערקער און מער קעיפעבל פון איהם נעמט קעיר און מענעדזשד זיין לעבן פאר איהם.

ליבער פריינט, אודה ולא אבוש, עס איז געווען צייטן וואס אני הקטן האב געהאט פונקט אזעלכע מחשבות, לאמיך אויפגעבן און גיין מיין וועג, אידישקייט צוקוועטש מיר, די תורה בינדט מיר, אבער הודו לה' איך ביך געווען גרייט איינצוזעהן אז מיין לעבן איז אנמענעדזשעבל און טאמער וועל פארזעצן מיט דעם וועג וואס נאר ווערן ערגער און ערגער און היינט וואלט איך קיינמאל נישט אויפגעטוישט וואס השי"ת ברחמיו האט מיר געגעבן.

איך בין היינט א פרייער איד! 

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"ד אייר התשפ"ב 3:38 PM #286180

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

אקעי, יישר כח פאר די גוטע רעספאנסעס.

וואס איך דארף יעצט טון איז, זיך מתבונן זיין וויאזוי עס איז געשען די פאריגע רילעפס, און אנהייבן מאכן ערנסטע טשענדשעס אין לייף.

איך דארף ארומשיפטן מיין סדר היום מיט א הונדערט אכציג דעגרי.

אויפסעטן א שטארקע און פראקטישע סדר היום, וואס איך גיי אי"ה קענען אנהאלטן.

איך דארף אויפהערן גיין צו געוויסע געשעפטן צו קויפן דרינקס און קאפי מיטן תירוץ אז איך גיי אהין ווייל איך דארף די ביליגע קאפי אדער די גוטע דיעל אויף די קאוקע קאולע, סנעפל, עטסעטשרע...

און נאך עטליכע זאכן.

איך דארף ברענגן צו די לייט אז די "פארטי איז אויווער", איך דארף אויסקלינען מיין קאפ פון די אלע לאסטפולע פענטעסיס וואס דרייען זיך דארטן ארום.

איך דארף אדמיטן אז אין מיין קאפ איז דא א גאנצן טאג א רקידה'לע פון הערליכע נשים, לאסטפול.

איך אדמיט עס.

איך בעט גאט זאל עס אוועקנעמען פון מיר. עס איז נישט פאר מיר, דאס מאכט מיין לייף אנמעדשעבל.

עס איז דא ערגעץ א קעמערל אין מיין מח וואס וויל נישט אויפגעבן די לאסט, איט סטיל וואנטס טו קאנטיניוא, סאו איך אדמיט עס.

וואס וועט געשען מיט די אדמישאן ווייס איך נישט, אבער קודם ברענג איך עס צו די לייט.

איך דארף איבערדרייען יעדן שטיינדעלע אין מיין מח, ווי עס דעקט איבער עפעס א באהאלטענע לאסט'עלע.


הצלחה רבה מיינע גוטע פריינט, יומי.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ו אייר התשפ"ב 9:40 AM #286283

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 804 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 804 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 729
  • האט שוין געלייקט: 635 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל
  • קאָרמא: 23

יומי מיין פריינט, דו ביזט טאקע א צדיק און דער יצר קוקט אויס ווי א הר גדול אבער מיטן איהם אנקוקן מיט אזא בליק איז גאר שווער איהם בייצוקומען, נעם איין שטיינדעלע אויפאמאל און דריי עס איבער, זיי עס גרינטליך בודק און רייניג עס אויס פון יעדעס ביסל לאסט וכדו' און דאן נעם זיך צו די נעקסטע שטיינדל, און דאן צו די נעקסטע ביז עס וועט טאקע ווערן א הר גדול וואס דו וועסט בייקומען און דאן וועסטו וויינען מיט אלע צדיקים ביום הגדול ווען מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו במהרה.

סטעפ 4 פון די 12 סטעפס צו זייער שטארק ארבעטן מיט די מהלך פון גרינטליך אויסרייניגן שטאפל ביי שטאפל.

אסאך הצלחה.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ו אייר התשפ"ב 10:25 AM #286288

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14

יישר כח שלום פאר דיינע רעספאנסעס.

לגבי דאס וואס איך האב געשריבן ערגעץ אנדערש "וואס איז דער ציהל פון לעבן"?

דער תירוץ ווייסעך נאכנישט.

אבער אויף אזויפיל ווייס איך שוין יא, אז מען קען מאכן דעם לעבן מיענינגפול, איך קען עפעס אויפטון אין מיין לעבן וואס זאל מיך מאכן שפירן גוט, געבן הסתפקות פאר מיין נשמה און מיין גוף.

וויאזוי מאך איך מיין לעבן "מיענינגפול"? 

דאס ווייס איך נאך אויך נישט, אבער עפעס קאכט זיך שוין, איך בעט גאט זאל מיר אריינלייכטן.

איך קען העלפן א צווייטן, דער אייבערשטער האט מיר געגעבן א חלק אלוק ממעל וואס איז בכח צו העלפן אנדערע.

אבער ער האט אויך געגעבן א "איך" וואס איך דארף דאס מעינטעינען.

בקיצור, איך גיי נישט רעדן קיין זאכן וואס איך ווייס נישט.

"אם אין אני לי, מי לי; וכשאני לעצמי, מה אני"

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ו אייר התשפ"ב 12:04 PM #286304

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 804 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 804 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 729
  • האט שוין געלייקט: 635 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1124 מאל
  • קאָרמא: 23

א געדאנק טאמער עס שמעקט דיר נעם עס טאמער נישט ווארף עס אוועק.

נעם עפעס א לימוד (אויסער דיינע אנדערע קביעות) וואס דו האסט א שטארקע געשמאק דערצו, און זיי דיך קובע יעדן טאג עס צו לערנען א קורצע וויילע, וואס אימער קורץ באדייט פאר דיר, 10 מינוט, 20 מינוט, א האלבע שעה וכו', לערן עס ביינאכט, און די גאנצע טאג וועסטו ארויסקוקן מיט ערווארטונג צו דעם שיעור.
מבשרי אחזה אז אזא געדאנק מאכט די חיי יום יום אסאך מער מינינגפול בס"ד.

(די זעלבע זאך קען מען טוען מיט א דבר גשמי טאמער דו שפירסט אז דאס קען דיר העלפן, לדוגמא א שטיקל טשאקלעט וכדו', אבער מיט תורה איז דאס די מאור שבה)

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ו אייר התשפ"ב 8:39 PM #286411

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
שלום אהליך געשריבן on ט"ו אייר התשפ"ב 12:04 PM:

א געדאנק טאמער עס שמעקט דיר נעם עס טאמער נישט ווארף עס אוועק.

נעם עפעס א לימוד (אויסער דיינע אנדערע קביעות) וואס דו האסט א שטארקע געשמאק דערצו, און זיי דיך קובע יעדן טאג עס צו לערנען א קורצע וויילע, וואס אימער קורץ באדייט פאר דיר, 10 מינוט, 20 מינוט, א האלבע שעה וכו', לערן עס ביינאכט, און די גאנצע טאג וועסטו ארויסקוקן מיט ערווארטונג צו דעם שיעור.
מבשרי אחזה אז אזא געדאנק מאכט די חיי יום יום אסאך מער מינינגפול בס"ד.

(די זעלבע זאך קען מען טוען מיט א דבר גשמי טאמער דו שפירסט אז דאס קען דיר העלפן, לדוגמא א שטיקל טשאקלעט וכדו', אבער מיט תורה איז דאס די מאור שבה)


דאס איז א שטארקע געדאנק, סיי די רוחניות'דיגע, און סיי די גשמיות'דיגע.

ווען איך בין נישט סאובער ווייסעך נישט וואס איך וויל, איך האב צענדליגע ספרים וואס איך האלט ביי עמוד א', און פילע מסכתות וואס איך האלט ביי עמוד ב'.

די סאברייעטי מאכט איך זאל זען אביסל קלארער, און האבן קלארערע ציהלן.

איך בין נאכנישט געהעריג סאובער, אבער די ביסעלע סאובערקייט וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן, טוישט מיין בליק.

איטס נאט אלוועיס איזי, אבער אנשטאט לויפן זוכן לאסט, קען איך מער פאקוסן אויף מיין פערסאנעל גראוט, און אויף מיין אימפראוומענט.

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ז אייר התשפ"ב 1:26 PM #286478

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60

איך האב היינט א ציל זאגן יעדן טאג 2 קאפיטלעך תהלים, קארצע און וואס איך קען אויסנווענדיג.
לערנען א בלאט גמרא.
עפעס א חסידישע ספר משך די וואך.
וזהו.
און איך בין זייער מחשיב און פרייליך ווען איך בין זוכה עס דורך פירן.
יעדע זאך מער ווי דעם, איז הכל רווח, אבער איך ווער נישט ציבראכן אויב כ'בין נישט אנגעקומען צו די תוספת.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ז אייר התשפ"ב 3:32 PM #286485

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
יומי! לויף נישט אוועק פאר די נסים געשעען!!!

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ז אייר התשפ"ב 3:42 PM #286487

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 210 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 210 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2261
  • האט שוין געלייקט: 1198 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3519 מאל
  • קאָרמא: 60
יום ליבשה געשריבן on ט"ז אייר התשפ"ב 3:32 PM:
יומי! לויף נישט אוועק פאר די נסים געשעען!!!

כאפצעם!!!
רבותי, לאמיר מאכן א קייט ארום יומי, ער זאל נישט קענען אנטלויפן!
אונז ווילן אים דא מיט אונז!
בפרט אז אונז ווייסן אז ער וויל אנטלויפן צו די זעלבע פלאץ וואס ער זיכט שוין אפאר יאר אנטלויפן פון דארט!


יומי איך פארשטיי דיר זייער שטארק!!!

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ ט"ז אייר התשפ"ב 3:44 PM #286489

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 478
  • האט שוין געלייקט: 645 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 589 מאל
  • קאָרמא: 14
נישט שפעט געשריבן on ט"ז אייר התשפ"ב 3:42 PM:

יום ליבשה געשריבן on ט"ז אייר התשפ"ב 3:32 PM:
יומי! לויף נישט אוועק פאר די נסים געשעען!!!

כאפצעם!!!
רבותי, לאמיר מאכן א קייט ארום יומי, ער זאל נישט קענען אנטלויפן!
אונז ווילן אים דא מיט אונז!
בפרט אז אונז ווייסן אז ער וויל אנטלויפן צו די זעלבע פלאץ וואס ער זיכט שוין אפאר יאר אנטלויפן פון דארט!


יומי איך פארשטיי דיר זייער שטארק!!!


איך האב געדארפט איבערהאקן מיין ווייטאג מיט א זיסער שמייכל!

נאו ווי קען קאנטיניא אן!

ענטפער: געטראפן מיין פלאץ י"ח אייר התשפ"ב 8:01 PM #286677

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 572
  • האט שוין געלייקט: 816 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל
  • קאָרמא: 22
נישט שפעט געשריבן on ט"ז אייר התשפ"ב 1:26 PM:

איך האב היינט א ציל זאגן יעדן טאג 2 קאפיטלעך תהלים, קארצע און וואס איך קען אויסנווענדיג.
לערנען א בלאט גמרא.
עפעס א חסידישע ספר משך די וואך.
וזהו.
און איך בין זייער מחשיב און פרייליך ווען איך בין זוכה עס דורך פירן.
יעדע זאך מער ווי דעם, איז הכל רווח, אבער איך ווער נישט ציבראכן אויב כ'בין נישט אנגעקומען צו די תוספת.


איך מיין אז איך גיי מיר אפלערנען פון דיר, מאכן קליינע לייכטערע ציהלן אזוי איז יעדע זאך מער א הוספה!
א גוטע געדאנק דאס.

דאס איז עס, מיין לעבן איז געטוישט אויף אייביג. איך לייד פון א טויטליכע דיזיז. איך מוז מיך אויסלערנען א נייע מהלך החיים.

א. גרין'ס אשכול

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.09 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא