ברוכים הבאים, גאסט

מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל 120 באזוכער

מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ' כסלו התשפ"ב 23:50 #278716

  • שומר עינים
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 13
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
  • קאָרמא: 3

שלום עליכם אלע טייערע חברי הקהילה פון הד"א כל אחד בשמו הטוב יבורך
איך בין באמת זייער גענגט אין צייט, אבער אזוי ווי אפאר פון די טייערע חברים דא בעטן איך זאל עפענען א טרעד, און מיטטיילן מיטן עולם אביסל מער פון מיר, קען איך נישט אפזאגן.

איך האב געגעבן דעם נאמען פון מיין טרעד "מיין פערזענליכע נס" ווייל נאכן זיין דא פאר עטליכע וואכן און זיך אביסל ארומקוקן, זעה איך אז דער אייבישטער האט מיר געטון ממש א נס גדול מאוד.

מתחלה בין איך געווען מסופק צו כ'זאל מגלה סוד זיין, אפשר וועלן אנדערע חברים זיין דזשעלי"ס........
נאר נאכן זען די אויסערגעווענדליכע אהבת חברים וואס טוט זיך דא אפ, ווי ממש מ'פילט מיט א צווייטנ'ס צער, און מ'פרייט זיך מיט א צווייטנ'ס שמחה, האב איך מחליט געווען אז לאמיר מאכן פרייליך אנדערע אידן.

יעצט צום ענין.
דער נס איז, אז איך בין דא אנגעקומען, נישט מער ווי יאר נאך דעם וואס כ'האב ליידער אנגעהויבן פאלן אין די בלאטע, כ'ווייס באמת נישט אין וועלכע זכות כ'האב זוכה געווען, אבער דער אייבישטער האט רחמנות געהאט אויף מיר, און מיר נישט געלאזט זיך ווייקן פאר לאנגע יארן אזוי ווי אסאך פון די טייערע חברים דא זענען נעבעך אדורך, נאר מיר ממש געראטעוועט אין אנפאנג פונעם וועג.

איז פאר איך גיי אריין אין דעטאלן פון מיין געשיכטע, וויל איך קודם דא לויבן און דאנקן דעם אייבירשטן בשער בת רבים אויף דעם געוואלדיגען נס !!!  און פארציילן דעם "נס הצלה" וויאזוי עס איז צוגעגאנגען, 

געווען איז עס איינמאל נאך א ביטערע נפילה, ווען כ'האב אין מיין פארצווייפלונג אריינגעלייגט אים די סירטש באר די ווערטער, "הייליגע באשעפער, איך וויל זוכה זיין צו היטן מיינע אויגן", און נישט געגלייבט וואס איך זעה פאר מיינע אויגן, ס'האט זיך געעפענט פאר מיר אט דעם הייליגן סייט, און פון דא אין ווייטער איז שוין איבריג......

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו !!!!

פון איין זייט איז עס טאקע ווייניג צייט געליגן אין די בלאטע אן א שיין פון האפענוג, אבער פון די אנדערע זייט איז עס געווען אזא מאכטפולע קלאפ, ווייל איך בין א יונגערמאן כמעט 30 יאר, און איך בין פון די גאר פרומע ערליכע ווארעמע קאכעדיגע חסידישע יונגעלייט, ווי מ'זאגט כ'האב אפילו נישט קיין טעקסט מעסעדש....
דעריבער איז געווען פאר מיר די נפילות ממש מאיגרא רמא לבירא עמיקתא, איינמאל און נאכמאל, איי איי איי איי איי איי האב איך געשפירט דעם געפיל פון פארלוירענקייט און נישט וויסן וואס גייט דא זיין???????????

איך מוז שוין יעצט ענדיגן שרייבן, לאמיר נאר שרייבן איין קורצע זאך וואס כ'האב געזען במשך די צייט.
דער עיקר פארלוירענקייט און צובראכנקייט איז געווען ווען ס'האט גענאגט אין מיר דער שאלה, וויאזוי ווייסטו צו די גייסט בכלל אמאל ארויסגיין דערפון? נאך די פאריגע נפילה האסטו זיך דאך אויך צוגעזאגט אז "דאס איז עס" און.............................
איז וואס איז די פלאן???? וואס וועט זיין????


און די איינציגסטע זאך וואס האט מיר בארואיגט איז געווען ווען כ'האב בפועל מבטל געווען די כלי אדער אופן אדער סיבה וויאזוי און צוליב וואס כ'בין נכשל געווארן.

וואס כ'וויל ענק ארויסברענגן יעצט איז, אז ס'איז מורא'דיג יעדע מאל נאך א נפילה היל"ת, צו גיין טון א פעולה מונע צו זיין דעם קומענדיגן ח"ו, בשום אופן נישט ארומגיין נאך א נפילה סתם אן גארנישט טון למעשה, איך [(בעזהשי"ת) פלעג] אויך גיין אין מקוה נאך יעדע נפילה, און געזאגט דעם תיקון הכללי פון רבי נחמן ברסלבער, דאס האט מיר ארויסגעשלעפט פון מיין דעפרעסיע און צובראכענקייט און געגעבן די פרישקייט אנצוהייבן פונדאסניי.

א גוטע נאכט און צום ווידערזען בקרוב 

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 00:06 #278719

  • WillKeepHoping
  • איצטיגע שטרעקע: 207 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 194
  • האט שוין געלייקט: 261 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל
  • קאָרמא: 9

שלום עליכם טייערע ברודער הרב שומר עינים. 

איך בין באמת איבערגענומען פון דיינע ווערטער, און אזוי ווי דו זאגסט, דו האסט א זכיה אז דער אייבערשטער האט דיר אריינגעברענגט דא נאך א קורצע צייט. 

איך גלייך זייער דיין שרייבן, איך פיל אסאך ענערגיע אין דיינע ווערטער. 

איך וויל דיר וווינטשען מעומק לבב, זאלסט זוכה זיין צו אסאך הצלחה און סיעתא דשמיא. 

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 00:15 #278720

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10

שלום צו דיר טייערע ברודער נ''י

א שטארקייט האסטו שוין באוויזן מיטן אריינקומען דא אין אונזער הייליגע שטיבל! גלייך נאך זיך איינשרייבן!

ס'קוקט אויס ווי אונז האמיר אויף וואס ארויסצוקוקן אי''ה, 

קום אריין דא אפט, טייל אונז מיט, שוועריקייטן וואס זאל זיך נישט מאכן, און אודאי גוטע צייטן, אינאיינעם לאמיר זיך מחזק זיין.

זיי דא מיט אלע רמ''ח ושס''ה, מיט א החלטה אז איך גיי פון דא נישט ארויס ביז איך האב מיין ישועה בעזר השם!

אונז האפן שטארק שטארק פאר דיין ישועה בקרוב ממש!

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 00:15 #278721

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19

אה! האסט געטון צום זאך! מזל טוב צו דיין שפאגל נייער טרעד!

יא! דער באשעפער מאכט מיט אונז גרויסע נסים, און דו האסט טאקע געהאט א ריזיגע זכייה צו טרעפן דעם סייט אזוי פרי אין דיין סטראגל.
דו ווייסט פארוואס? איך אויך נישט אבער איך טראכט ס’קען זיין ווייל דו מיינסט עס גאר גאר ערנסט, עס האט דיר גאר שטארק וויי געטון צו זיין און דעם בלאטע און דו האסט געבעטן השי”ת פון גאר טיפן הארצן, און אז מ’מיינט עס ערנסט העלפט דער אייבערשטער! 

איינע פון די עצות זיך צו שטארקן אויף אונזער סטראגעל איז דווקא צו שעירן מיט חברים וואס מ’גייט אדורך און וואס מ’איז אדורך, איז גוט האסטו געטון פארן שעירן דיין מעשה מיט אונז!

און נאך א נפילה היל”ת איז די וויכטיגסטע זאך נישט צו אריינפאלן און זיך ווייטער ווייקן אין בלאטע, נאר און די רגע זיך אפשאקלען און ווייטער אנגיין מיט די מלחמה עצומה. דא איז ווי דער שטן האט א גרינגער פעלד און מ’טאר זיך בשום אופן נישט לאזן פון אים!

שומר, גיי אן, טשעק אריין ווען דו קענסט נאר, דו ביסט א שטארקער פארמעגן פאר אונז דא, דו האסט א שפראך פון גאלד, ס’ליינט זיך גאר געשמאק וואס דו שרייבסט, דו ברענגסט דיר גוט ארויס, איז חזק ואמץ גיי אן מיט א פעסטקייט און טייל מיט אונז מיט וויאזוי דיין נס פארט ווייטער!

והעיקר ~ BeVeryStrong 

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 00:18 #278722

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
שומר עינים געשריבן on כ' כסלו התשפ"ב 23:50:


און די איינציגסטע זאך וואס האט מיר בארואיגט איז געווען ווען כ'האב בפועל מבטל געווען די כלי אדער אופן אדער סיבה וויאזוי און צוליב וואס כ'בין נכשל געווארן.


קענסט אפשר מער מסביר זיין וואס דו מיינסט דא צו זאגן?

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 00:20 #278723

  • נאר בשמחה
  • איצטיגע שטרעקע: 102 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 193
  • האט שוין געלייקט: 421 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל
  • קאָרמא: 10


לייק ביווער'ל!

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 00:23 #278725

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 2 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 964
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 838 מאל
  • קאָרמא: 19
נאר בשמחה געשריבן on כ"א כסלו התשפ"ב 00:20:


לייק ביווער'ל!


ביסט גוט דו שמחה’לע! 
אגב, מיינסט מסתמא צו לייקן מיין שיינע אויפנאמע פאר אונזער נייער חבר שומר’ל!
א געשמאקער יונגערמאן מיט א ווארעם הארץ, אונז האמיר באקומען א פארמעגן דא!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

לעצט פארראכטן: כ"א כסלו התשפ"ב 00:24 דורך BeVeryStrong.

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 09:03 #278740

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 414 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 808
  • האט שוין געלייקט: 839 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
  • קאָרמא: 28

שלום עלכים ר' שומר זייער געשמאק צי ליינען די ערשטע תגובה האסט א גאלדענע פעדער 
און מזל טוב פאר דיינע דריי הייליגע טעג
זאל דיר גאט ווייטער געבן די מתנה פון ריינקייט איין טאג אויפאמאל 
איך בעט פאר דיין הצלחה 

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

לעצט פארראכטן: כ"א כסלו התשפ"ב 09:03 דורך שיע.

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"א כסלו התשפ"ב 11:10 #278742

  • שומר עינים
  • איצטיגע שטרעקע: 12 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 13
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל
  • קאָרמא: 3
BeVeryStrung בעט איך זאל מער מסביר זיין דאס וואס איך שרייב 
און די איינציגסטע זאך וואס האט מיר בארואיגט איז געווען ווען כ'האב בפועל מבטל געווען די כלי אדער אופן אדער סיבה וויאזוי און צוליב וואס כ'בין נכשל געווארן.
(איך ווייס נאכנישט וואזוי מען ציטירט ווערטער פון א פריערדיגע מעלדונג)

דאס מיינט אז נאך יעדע מכשול, האב איך זיך מתבונן געווען צו דערגיין וואס איז געווען די עכטע גורם פון די מכשול, אסאך מאל איז עס געווען פשוט'ער פון פשוט, אבער אסאך מאל גאר דקות'דיג.

איך האב בעצם געהאט גאר אסאך צוטריט צו אומגעפילטערטע כלים אויף פארשידענע אופנים, אלטע לעפטאפ'ס וואס איז געליגן אין מיין אפיס, די קלאווער קרעדיט קארד מאשין, ועוד, איז די ערשטע זאך האב איך געטון עפעס א פעולה מיט די כלי מיט וואס כ'בין נכשל געווארן, עפעס עס צו דערווייטערן פון מיר כ'זאל נישט האבן מער קיין נסיון.

אין אנפאנג איז מיר געווען שווער צו ממש אינגאנצן עס צו עלימינירן, אדער לייגן א פילטער, ווייל די אלע כלים זענען פארשטייט זיך נישט געווען מיינס, נאר געליגן אין מיין אפיס, וכדומה, דעריבער האב איך געטון אנדערע פעולות, ווי עס געטראגן אין אן אנדערע פלאץ וואו איך דריי מיך נישט, וכדומה.

שפעטער זעענדיג אז אין לדבר סוף האב איך גענומען ערענסטע שריט און פראבירט צו לייגן פילטער'ס, כ'האב אבער נישט געהאט די פעסווארד'ס פון די קאמפיוטער'ס, ס'איז אן אריכות הדברים, איך וועל נאך בעזהשי"ת ארויף קומען דא מער פארציילן.

אביסל שפעטער האב איך געכאפט אז ס'איז נישט דוקא די כלים וואס ברענגט עס צו, נאר ס'איז דא א סיבה אין "מיר" פארוואס איך טוה עס, האב איך נאך יעדע נפילה זיך מתבונן געווען, וואס איז געווען די סיבה פון די "סאמע ערשטע" נטיעה צו דעם ענין, וואס האט מיך "אריינגעברענגט" צו דעם, און אסאך מאל בין איך געגאנעגען א דרגה פריער, איך האב דערגרונטעוועט וואס איז געווען די סיבה פארדעם וואס דאס האט מיר אריינגעברענגט אין די מצב וואס דאס האט מיך שפעטער געברענגט צו שפירן א תאוה צו די ענינים, איך האב פראבירט צו דערגרינטעווען די פאל, ממש אין די סאמע פריעסטע שטאפלען, און דארט געארבייט עס צו מתקן זיין.

וואס איך מיין בעיקר ארויסצוברענגן, און דו האסט עס אויך דא געשריבן, אז נאך א נפילה טאר מען "בשום אופן" נישט בלייבן סתם ליגן און זיך ווייקן אין די ברויזענדע געפילן וואס פייניגן נאר טוהן עפעס "למעשה" מיט אן התחדשות.

איך פארשטיי אליין אז נאך אסאך יארן איז עס "פי כמה וכמה" שווערער, און איך בעט טאקע דעם אייבירשטן איך זאל נישט פילן ווי שווער עס איז זיך צו באנייען נאך א נפילה נאך אזויפל יארן שוין פראבירן און פראבירן. אבער איך גלייב אז דער אייבישטער שיקט א נסיון איז עס נאר ווייל ער ווייסט אז מיר האבן די כוחות דערצו, אזוי ווי דער הייליגער אמרי נועם שרייבט, וואס אונזער חבר הרב נישט שפעט האט אראפגעברענגט

האלט זיך שטארק ברודער, מ'דארף אסאך עוסק זיין און זיך מתבונן זיין וואס עס טוט זיך אפ אין הימל ווען מיר ראנגלען זיך מיט די נסיון, איך האב אין פלאן צו עפענען א באזונדערע טרעד וועגן דעם נושא, בעזהשי"ת.

דיין הארציגער חבר וואס איז מתפלל פאר דיר
שומר עינים

ענטפער: מיין פערזענליכע נס פונעם ליבן טאטן אין הימל כ"ג כסלו התשפ"ב 14:19 #278784

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1600
  • האט שוין געלייקט: 1072 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2546 מאל
  • קאָרמא: 43

ברוכים הבאים הייליגער חבר.
ס'איז אונז א זכייה און חיזוק דיר האבן מיט אונז.

האסט טאקע זוכה געווען צו גאר א גרויסער נס, זיך כאפן אזוי פרי און נישט זיין צו לאנג אריין געלייגט אין די שמוץ.

לא עביד קוב"ה ניסא למגנא, די אייבישטער טוהט נישט ניסים פאר אימזינסט, וועט מען בעז"ה זיכער זעהן גוטע פירות, דו זאלסט טאקע זוכה זיין ארויס קריכן בקרוב ממש פון די זימפ, ואל תוסף לדעתה עוד.

אמאל קען מען זאגן "אין בעל הנס מכיר בניסו", אבער ווען דו דרייסט זיך דא און זעסט ווי לאנג חברים מוטשענען זיך, ביזן אהער קומען און נאכן אהער קומען, זה בכה וזה בכה, קענסטו יא זיין א מכיר בגודל הנס, איז ממילא הער נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבישטער וואס האט געטוהן מיט דיר  אזוינע גרויסע חסדים.

אשריך אז דו האסט די כוח און מוח זיך מתבונן זיין נאך יעדע גליטש, וויסן וואס איז געווען די גורם, און אז דו האסט די שכל מאכן א כלי פאר די התעוררות. כה לחי, חזק ואמץ.

טראכט יעדן טאג אז דיין עבודה איז נאר אויף היינט. אזוי וועט יעדע ריינע טאג זיין 100% הצלחה.

אויב טראכסטו אויף פון היינט ביז דיין 120, וועט יעדע ריינע טעג זיין נאר 0.0001% הצלחה.

ווען דו טראכסט אמת'דיג נאר פון היינט, וועט דיר זיין היפש גרינגער. "ואותי יום יום ידרושון" [ועי' מתיקות נפלאה בספר ערבי נחל, פרשת בראשית, ד"ה ולעניננו יאמר].

לעצט פארראכטן: כ"ג כסלו התשפ"ב 14:22 דורך נישט שפעט.
  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.64 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא