ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט 215 באזוכער

כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט ב' שבט התשפ"ב 2:19 AM #280189

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט

ווען איך טראכט די ווערטער בשעת נסיון קען איך זיך גרינגער האלטן, ווייל אז דער אייבירשטער איז גוט, קען מען דאך להתענג על ה', פארוואס פעלט אויס להתענג אויף אנדערע אופנים...
די פראבלעם איז אז מ'דארף עס טראכטן בשעת מעשה, און אפילו מ'טראכט עס שוין קען די מחשבה ווערן איבערגעדעקט אין א בליץ סקונדע דורך אנדערע מחשבות ווי למשל, גיב א רוק אהין דיין הענט, טוה למעשה, גיב א עפן דיינע אויגן אהין, גיב א רוק די קנעפל אהין... איי וואס וועט זיין? פון היינט (אפאר מינוט ארום נאר נישט יעצט...) און ווייטער... מארגן וועל איך אנפאנגען להתענג על ה', אזוי וועל איך אריינכאפן ביידע, אויך להתענג על... העזאזל...

מיין מעשה איז גאנץ ענליכע מסתמא צו אסאך, הגם ס'איז אסאך ירידות און עליות אדורך אינדערצווישן, ס'איז א לאנגע מעשה, און ס'דא אסאך זאכן וואס קען צוניצקומען ארויסצוברענגען דא, נאר נאך נישט מיט איין פיס אין די לופטן, צום ערשט וועל איך דא קאפי פעיסטן וואס איך האב געשריבן בקצירת האומר איבער מיינע מוטשענישן און איבער מיינע איבערלעבענישן ביים זיך רעגעסטרירן אינעם קהילה וז"ל:
איך קען אסאך מאל אליינס זיך פארנעמען און אסאך מאל קען עס ארבעטן, אבער אסאך מאל קען איך דורך פאלן יעדן טאג נאכאמאל
אסאך מאל טראכט איך ווען איך נעם זיך פאר, אפשר איז עס נישט אמת אז איך וויל אויפהערן, ווייל אויב וואלט איך עכט געוואלט וואלט איך עכט געקענט, און ס'מאכט מיך זיין אדער פילן ווי א אחטא ואשוב,
ביי די 12 יאר בערך האט זיך ליידער בכלל אנגעפאנגען מיינע מעשים דערין, און פון 14-15 גייט עס שוין צו אויף דעם וועג, פון קבלות און דורכפעלער, ס'האט מיר ליידער אראפגעשלעפט אין נאך זאכן איך בין געווארן שוואכער אין תורה ותפילה ליידער אויך, פארשטייט זיך אלעס באהאלטערנערהייט, איך בין אפיציעל א ירא שמים, און אסאך באטיטלען מיר אפילו אזוי, אבער איך טראכט צו מיר, קיינער ווייסט נישט די אמת.
איך קען נאך שרייבן אסאך, אפשר (אין פאבליק) [מיט די צייט] וועל איך שרייבן מער. עכ"ל.
עיין כאן ותמצא נקודת נופך משלי וויאזוי מיין רייזע פיבער הייבט זיך אן בעזה"ש

לעצט פארראכטן: ג' שבט התשפ"ב 12:13 AM דורך צוויי דיימאנטן.

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט ב' שבט התשפ"ב 10:25 AM #280193

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 755 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 755 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמש מאות
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 508
  • האט שוין געלייקט: 716 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 709 מאל
  • קאָרמא: 54

שלום עליכם ר' צוויי דיימאנטן שליט"א.
איך גלייך דיין שריפט. עס איז פיל מיט הארץ און נשמה.
יהא בואך לברכה. האב א געזונטע גוטע ריינע רייזע!

זיי מצליח
יונה'לע

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט ב' שבט התשפ"ב 10:26 PM #280230

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
    נאך פאר איך הייב אן מיין ערציילונג, וועל איך דא אויסשמועסן א קורצע נקודה'לע, וואס דאס איז בעצם געווען א שטארקע בסיס פאר מיין גאנצע אדורכגאנג - אייגענטליך איך ווייס נישט צו איך גיי טאקע אנהייבן מיין ערציילונג, איך מיין אז ווען איך וועל פילן ביכולות מיט די ריכטיגע באלאנס פון כח און מח שרייבן א נקודה אדער צוויי אין מיין פארגאנגענהייט, אדער נאך א קאפיטל אדער הוספה צו א קאפיטל אין מיין לעבנס געשיכטע, וועל איך עס טאקע טוהן, און צוביסלעך וועט זיך צוזאמשטעלן א קלארערע בילד מה אני מה חיי מה צדקותי ומה גבורותי וכו'
און יעצט לאמיר גיין צום פינטל.
    פאר איך גיי צו וואס איך וויל ארויסברענגען איז כדאי אויסצושמעוסן בקיצור א זאך וואס יעדער קען צונוצקומען צו וויסן דערפון.
    בעצם איז עס אן אלטע דיון וויאזוי יעדע מענטש אין דער וועלט הייבט אן און לעבט אויס זיינע יארן, ס'זענען געווען (און מסתמא נאך אלס דא) וואס האבן געזאגט, אז א מענטש איז באשאפן געווארן אן קיין שום פניות, קיין שום תאוות, קיין שום טבעיות, און מיט די צייט לויט זיין סביבה לייגט ער צו נאך א זאך און נאך א זאך אריין טיף אין די קעמערלעך פון זיין מח, און ער ווייסט רוב מאל אפילו נישט אז עס עקזיסטירט, הנקרא אונטערן באוואוסטזיין (סאב-קאנטשעס), און דאס וועט אויסקלאפן אויפן מענטשנ'ס פרעזענליכע לעבנ'ס דורכגאנג אויף ווייטער און ווייטער, און זיינע באשלוסן און טאטן וועלן זיין געוואנדן אין דעם, און לויט וויאזוי א מענטש וועט זיך ווייטער טאקע פירן, וועט זיך ווייטער פארעמען זיין מח ווייטער אויף דעם וועג, און ס'וועט ווערן נאך און נאך שטערקער אריינגעלייגט אין זיין מח.
    די תורה הקדושה האט אונז אבער מגלה געווען אז א מענטש ווערט געבוירן א פרא אדם, מנעוריו איז עס אריינגעבויעט אין אים 'רק רע כל היום', ומותר האדם מן הבהמה אין - גארנישט, אדער לויט נאך א פשט צו קענען זאגן דאס ווארט "ניין" וואס א בהמה קען נישט (און דא לערנען מיר זיך עס טאקע אויס וויאזוי צו טוהן...), און במשך די שעות/טעג/וואכן/חדשים/יארן/שמיטות/יובלות וואס גייען פאריבער עדזשאסט זיך זיין פערסענאלעטי לטב או למוטב, און דאס איז טאקע די ארבעט וואס איז פארלאנג פון עלטערן און פון זיך אליינס, אויסצולערנען דעם קינד/זיך צו קענען בוחר זיין בדרך הטוב והישר און לויט די כוחות און טבעיות פון יעדער מענטש וויאזוי דער אייבירשטער האט אים באשאפן עס אויסנוצן צום גוטן און נישט ח"ו צום פארקערטן, און דאס אלעס גייט אריין אין דעם מענטש, עס ווערט אזוי ווי אן אמונה, א בעלי"וו, וואס מיט דעם לעבט ער, און דאס מאכט אים מחליט זיין די הוה ויהיה, צו ער ווייסט יא דערפון, צו אפילו נישט. (און דאס איז טאקע די נאטורן פון יענעם בילד פון משה רבינו וואס יענע מלך האט געזעהן דערויף...) ואכמ"ל.
    יעצט אזוי צו אזוי, איך ווייס נישט, און בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט, צו איך בין געווען אלע מיינע מיטגעמאכטע יארן אזוי, און אפילו וועלכע יארן יא, האט זיך עס מסתמא געוואנדן אין תקופות, אבער זייער א שטארקע זאך וואס איז בעצם אזאך טיף באגראבן אין מיין מח, און ווי געשמועסט פריער איז עס להבדיל כדוגמת אמונה בהשי"ת וואס ליגט אויך אינעם מענטש איינגעגראבן פון קינדווייז אן במסורת אבות, איז יענע זאך אין מיין מח האט געזאגט, "איך זעה דאך ווי די האלטסט מיט דיך אליינס, אמת ס'איז א הארבע זאך, ס'איז נישט אזוי איי איי איי וואס דו האלטסט יעצט אינמיטן טוהן, אבער וואס מאכסטו דיך נאריש און מאכסט עס הארבער ווי ס'איז, ס'מאכט דיך פשוט פילן גילטי און בעצבות, און ס'וועט דיך אריינברענגען אין א יאוש, און דאס טארסטו דאך נישט טוהן, אלזא נעם עס אן אלס א פאקט אז נעבעך די ביסט דאס, און דאס טוסטו, ס'איז טאקע נישט די בעסטע צו טוהן, אבער אזוי איז עס......     = שומו שמים אזוי צו טראכטן!!
    עטס הערט'ס ווי אזוי די יצר הרע ארבעט, ער רעדט מיך איין אז כדאי נישט אריינצופאלן אין עצבות המביא לידי יאוש, זאל איך שוין יעצט אריינפאלן און אזא סמאדי יאוש, וואס איך וועל אפילו נישט וויסן אז איך בין אין יאוש, ווייל לו יהא וואלט איך געווען אין יאוש אינגאנצן תוך תוכו, וואלט זיך עס גוט אנגעזעהן אויף מיר, אדער כאטש איך אליינס וואלט דאס געפילט, אז נעה, איך בין שוין צו טיף אין די בלאטע, און פאר מיר וועט שוין נישט העלפן קיין תשובה וכו' וכו', אבער יעצט, איז דאך אלעס גוט און פיין, ס'איז נישט אז ס'איז טאקע גוט, נאר נעבעך ס'איז שוין אזוי, לאז עס געמאך, מאך דיך ווי ס'גוט, און ענדיג דיינע יארן אזוי... רחמנא לשיזבן!
    נו, עט'ס מיינט'ס אז איך האב עס טאקע גלייך אריינגעלייגט בידים אין מיין מח, אוודאי אז נישט, אבער נאך איין מאל טראכטן אזוי, און נאך נאכאמאל און נאכאמאל, איז עס צוביסלעך געווארן איינגעגעסן, און איך האב מיך געפילט אביסל אזוי ווי די ווארימל אין די כריין און ער וויל שוין נעבעך נישט ארויסקומען.
אוי נעבעך!                               
    פון צייט צו צייט איז געווען טעג וואס איך האב געהערט דעם בת קול היוצאת מהר חורב שמכרזת ואומרת "שובו בנים שובבים", און היידע,היידע, פון יעצט אין ווייטער נישטא מער אזא זאך ווי עובר זיין על רצונו יתברך בענין זה. אבער אויף צומארגנס האב איך נאכאמאל איבערגעטראכט די זעלבע מחשבה, היידע, פון יעצט אין ווייטער נישטא מער אזא זאך ווי עובר זיין על רצונו יתברך בענין זה. און אויף איבערמארגנ'ס, נאכאמאל די זעלבע, די זעלבע מיינט איך בין געשטאנען אין די זעלבע מצב ווי א טאג אדער צוויי אדער מער בעפאר. און די יצרו של אדם המתגבר עליו בכל יום האט ווייטער אנגעפאנגען דערקוטשענען, די זעהסט דאך, נא, האלט דיך רואיג, פארפיר נישט ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען, און די זעלבע מחשבה'לעך פון יאוש-ואינו-יאוש-באותו-זמן האבן זיך אנגעפאנגען ארויפדראפענען צוריק צום אויבן אן.
    איך האף אז מיינע דרשות זענען נישט צו לאנג, אבער וואס וויל איך ארויסברענגען דערמיט, אז פון איין זייט קען מען זאגן אז איך בין נישט ממש אן עדיקט, ווייל סוף כל סוף בין איך שטארק מיט זיך, און איך ווייס וואס איך וויל, און ווען איך וויל פיר איך עס אויס, אבער ביי דעם האט מיך דער יצר געכאפט דורך א פארקערטע שפיל, און איך בין יא דורכגעפאלן.
    איך האף אז איך און אנדערע וועלן נעמען א לימוד דערפון סיי שלא ימות כדרך שמת פלוני און זאלסט נישט גיין אויף דעם וועג ווייל פון דא קום אויך און ס'איז נישט די ריכטיגע וועג, און סיי אז מ'דארף זיך לערנען פון די תכסיסי מלחמה פונעם שטן המלאך המות, און אויסדרייען דעם וואפן אויף אים ארויף.
    אזוי ווי איך האב געזאגט, אזעלכע מחשבות זענען נישט פון אנהייב מאל אן געווען אין מיר, איז וועלכע סארט מחשבות יא, בעז"ה פאר אן אנדערע געלעגענהייט.

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט ב' שבט התשפ"ב 10:54 PM #280231

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25
Wow!!!

זייער רילעיטעביל!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט ג' שבט התשפ"ב 10:41 AM #280240

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 676 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 676 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 545
  • האט שוין געלייקט: 509 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 855 מאל
  • קאָרמא: 17

ברודער, ברוך הבא בשם ה' און שלום עליכם, יהא בואך לשלום להרמת קרן התורה והחסידות מיט א הייליגקייט און א ריינקייט.

דיין שריפט איז גין גאלד, גיי אהן און בלייב מיט אונז, ה' וועט זיין מיט דיר.

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י' שבט התשפ"ב 5:11 PM #280482

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7

איך וועל אייך דערציילן א סוד אין מיין לעבן.
א תקופה נאך מיין חתונה בין איך געווען א טראפקעלע עוסק אין העלפן פארשפרייטן תורת רש"י (ר' שאול יצחק ראבינאוויטש ז"ל) זיינע קונטרסים, סידי'ס, קארטעלעך, אין מיין שטאט, איך האב געפילט אז ער רעדט צו דער זאך, און איך האב אים פרובירט צו העלפן ווי ווייט מעגליך וואס א פשוטער אינגערמאן וואס איז נישט קיין עסקן קען טוהן, אז איך האב שוין געטוהן דערין האב איך אויך געהאט ביי מיר א זאק מיט שומרים קארטעלעך, און אזוי ווי ר' ש"י פלעגט מיט זיין זיסע שפראך בעטן, פלעג איך האלטן ביי מיר אין טאש עטליכע דערפון און איך האב דא דארט געלייגט אונטער א סידור, פארשטייט זיך ווען קיינער זעהט נישט... אבער נאך א תקופה האבן עטליכע קינדער אין דעם ביהמ"ד עס אויפגעכאפט, און זיי האבן אנגעפאנגען בעטן איך זאל זיי געבן, איך האב זיי גערן געגעבן, אזוי זענען צוביסלעך אלע קינדער פון דעם שוהל - און שפעטער אויך די טאטעס - געוואר געווארן אז איך בין די השומרים קארטלעך טיילער...
צו מאכן די מעשה קורץ, איך האב איינמאל באקומען אזאנס און אזעלכעט'ס ברבים פאר די געפערליכע חוצפה וואס איך טוה... אז איך האב אויפגעהערט דעמאלט'ס צו טוהן דערין.
הגם אלס בחור בין איך געווען תמיד אין געפערליכע נסיונות, איז אבער די נסיון הטעכנעלאגיע נישט עקזעסטירט ביי מיר, טאקע ווייל איך האב געגלייבט וואס די רבנים זאגן, און אויב ס'איז נישט גוט, וועט עס זיכער נישט טויגן ביי מיר און איך וועל האבן שטערקערע נסיונות אויף מיינע ביז איציטיגע.
אבער שוין אלס אינגערמאן, מ'דארף דאך האבן א טעלעפאון, איז איינמאל האב איך געקויפט א טעלעפאון וואס האט געשטימט צו מיין סערוויס, און 'געפלאנט' עס 'שוין' גיין כשר'ן אינגאנצן טאלק אנלי, אבער למעשה איז שוין טעג וכדו' געווען פארשפארט, א טאג נאכדעם נאך כולל האט זיך עס ווייטער פארשלעפט... אזוי איז עטליכע טעג אדורך מיט א באמבע אין טאש, נאך עטליכע טעג האט די נייגער געפלאצט, אז איך האב דאך עס שוין סייווי לאמיר אויסטשעקן וואס זענען טאקע די פראבלעמען דערמיט, אזוי וועל איך זיך קיינמאל נישט לאזן איינרעדן פון קיינעם אז די רבנים וויייסן נישט וואס זיי רעדן (דער יצר הרע האט זיך אייביג זיינע וועגן צוצורעדן דעם מענטש נאר כאפן איין בליק...)
אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי אוי וויפיל מאל איך בין דורכגעפאלן אין די קומענדיגע שעות... צו מאכן די מעשה קורץ יענע נאכט אדער א נאכט נאכדעם, נאכן פילן שלעכט וואס איך טוה דא אלס אפ, האב איך צוגעמאכט די פליפ פאון אויף די פארקערטע זייט... און אויף די מינוט בין איך פטור געווארן פון די בוזשעווענדיגע נסיונות.
פאר מיין ווייב איז געווען די תירוץ די פאון איז אראפגעפאלן און איך האב זיך בטעות געגעבן א שטעל ארויף דערויף און ס'האט זיך צובראכן, אבער זי דארף דאך קענען רעדן צו איהר מאן צווישן כולל אין אהיימגיין (...) האב איך נאך יענעם טאג אויפן וועג אהיים פון כולל געקויפט נאך א פאון, און די זעלבע מעשה האט זיך איבערגעחזרט נאכאמאל...
צובראכן דעם צווייטן מאל, און די דריטע פאון האב איך שוין געקויפט לכתחילה כשר.

זייט דעמאלט'ס האב איך שוין טאקע געוואוסט אויף מיינע אייגענע ביינער אז די רבנים זענען גערעכט, און נאך ווי גערעכט...
איך האב צוביסלעך אלס תשובת המשקל צוריק אנגעפאנגען העלפן ר' ש"י מיט השומרים, און צוביסלעך בין איך צוריק געווארן די קארטעלעך מענטש יעצט אין א אנדערע שוהל ווי איך האב געדאוונט אפט.
די נסיון איז געווען גאר שטארק, ווייל איך האב באקומען פון מענטשן אויפן קאפ, די ווילסט האבן א פליפ פאון, האלט דיך מיט עס, אבער רעד נישט איין מיינע קינדער אז איך האב א טריפה פאון... וואס איך ממממממממממוזזז האבן זזזזזזזזזזזיייייייייייייייייייייייעעעעעעעעעעעעעעעררררררררררררררר וויכטיג פאר די ביזנעס...
די מערסטע ווייטאג איז געווען ווען עטליכע האבן מיר געוואונטשן צו האבן גוטע קינדער (בלשון סגי נהור...) - און איינער האט מיך באוואשן אז ווער עס קערט שמוץ ווערט שמוציג...
וואס האב איך אים געקענט ענטפערן, אז איך בין געווארן שמוציג וועגן דעם קער איך אויף די שמוץ אלס תשובת המשקל... איך האב געפילט זייער גילטי אז אפשר טאקע ווייל איך האב עוסק געווען אין דעם בין איך דורך געפאלן, און אפשר אפשר דארף מען נישט אזוי סאך טראכטן דערפון, בעצם האב איך געוואוסט פארקערט, אז עכט בין איך געפערליך בהול נאך אזעלכע זאכן אבער ב"ה טעכנעלאגישע כלים האב איך זיך געהאלטן פעסט, און פונקט ווען איך האב געסטאפט פאר א צייט, בין איך יא דורכגעפאלן... אבער די יצר הרע איז געפערליך מיט זיינע שטיקעס.
נישט גענוג וואס איך האב מיך שטענדיג אביסל אנגעקוקט ווי א 2 פעסער... לגבי מיין ערנסטע יראת שמים פנים פון אינדרויסן, און ווען קיינער זעהט נישט נסיונות להרע פארשמירט די אויגן און די הענט, האב מיך אנגעפאנגען אנקוקן ווי דאפלטע שטארקע 2 פעסער, דו פאלסט דורך, האלט דיך שטיל. און אויב דו האלט'ס דיך נישט שטיל מסתמא ווילסטו פארווישן דיינע מעשים...

ס'איז שווער צו שרייבן מער יעצט, המשך יבוא אי"ה

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י' שבט התשפ"ב 6:27 PM #280483

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 186
  • האט שוין געלייקט: 404 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 8
wow wow
זייער שיין, באלערנד, און ציענד.

עס גיסט זיך דיימאנטן, מרגליות טובות גיסן זיך פון דיר.

לעצט פארראכטן: י' שבט התשפ"ב 6:29 PM דורך יום ליבשה.

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י' שבט התשפ"ב 10:12 PM #280484

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25

נישט פשוט!

אבער אז מרעדט שוין זאלסטו וויסן אז נישט יעדער מיט א סמארט פאון ווייסט אדער גליסט צו שמוץ, אפי׳ אן א פילטער אויכעט!

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י' שבט התשפ"ב 11:21 PM #280485

  • BeVeryStrong
  • איצטיגע שטרעקע: 23 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 80 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • האלט דיר פעסט!
  • מעלדונגען: 1181
  • האט שוין געלייקט: 305 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
  • קאָרמא: 20

שכח פאר דעם סוד...
הייסט דו ביסט עס געווען... אההה...!
שרייבסט זאפטיג!

תהום אל תהום קורא לקול צינורך כל משבריך וגליך עלי עברו

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י' שבט התשפ"ב 11:46 PM #280488

  • יום ליבשה
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 186
  • האט שוין געלייקט: 404 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
  • קאָרמא: 8
נטע׳לע געשריבן on י' שבט התשפ"ב 10:12 PM:

נישט פשוט!

אבער אז מרעדט שוין זאלסטו וויסן אז נישט יעדער מיט א סמארט פאון ווייסט אדער גליסט צו שמוץ, אפי׳ אן א פילטער אויכעט!


יא, דעס זענען די פלעסטיק מענטשן...

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י"א שבט התשפ"ב 12:29 AM #280491

  • צוויי דיימאנטן
  • איצטיגע שטרעקע: 16 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 20 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • אויסנוצן דעם אייבירשטנס מתנה לטובה ולברכה
  • מעלדונגען: 64
  • האט שוין געלייקט: 45 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 116 מאל
  • קאָרמא: 7
BeVeryStrong געשריבן on י' שבט התשפ"ב 11:21 PM:

שכח פאר דעם סוד...
הייסט דו ביסט עס געווען... אההה...!
שרייבסט זאפטיג!


און די ביסט געווען יענער וואס האט מיר באשייגעצ'ט?
נאך פאר די ביסט געווען אין הד"א?

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י"א שבט התשפ"ב 9:49 AM #280497

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 1300 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1300 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1809
  • האט שוין געלייקט: 3160 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2683 מאל
  • קאָרמא: 25
יום ליבשה געשריבן on י' שבט התשפ"ב 11:46 PM:

נטע׳לע געשריבן on י' שבט התשפ"ב 10:12 PM:

נישט פשוט!

אבער אז מרעדט שוין זאלסטו וויסן אז נישט יעדער מיט א סמארט פאון ווייסט אדער גליסט צו שמוץ, אפי׳ אן א פילטער אויכעט!


יא, דעס זענען די פלעסטיק מענטשן...


ביי מיר איז אלעס סעקס, יעדע סקרין וואס איך זע, זע איך פארן אין מיין מחשבה דארט, און וויבאלד איך הין אזוי מיז זיין אז יעדער איז אזוי!

אבער איך קען מענטשן וואס זענען סאבער פאר אסאך יארן און האבן נישט קיין פילטער אפי׳.
און אפי׳ אינדערויסן פון דעם קרעמעל, סאיז דא מיט וועם איך רעדט און זיי האבן באמת נישט קיין ווילדע השגה וואס איך רעדט דא ארום.

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן אדער דורך וואטס אפפ איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י"א שבט התשפ"ב 2:54 PM #280508

  • א. גרין
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 178
  • האט שוין געלייקט: 240 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל
  • קאָרמא: 6

א גרויסן יישר כח הרה"צ ר' שני מרגליות שליט"א
איך דערקוויק מיך מיט יעדעס ווארט דיינע.

בנוגע דיין היסטאריע, איך רילעיט זייער דערצו, אני הק' בין אויך פון די שטארקע ארויסהעלפערס פאר די חבורת 'השומרים' איך האב זייער אסאך געטוהן פאר זיי. אזוי אויך פאר די וועד פון מיין קהילה וואס טוט אין די נושא פון טעכנאלאגיע. עד היום הזה בין איך אביסל אינוואלווד אין די פעולות לטובה אין דעם פעלד, בכלליות.

איך פלעג מיר אלץ האקן אין קאפ, דו טא פעיסער וואס דו ביסט, דא האקסטע און דא טוסטע.
אבער דער אמת איז אז אונז אלע האבן א חלק אלוקי ממעל, און ווילן זיין גוט, אבער לטובתינו האט דער רבונו של עולם אונז אריינגעלייגט אין דעם מצב.
און עס ליגט אין אונזער בחירה זיך צו לאזן העלפן.

הודאה על העבר: ה' העלית מן שאול נפשי !   בקשה על העתיד: וכוף את יצרינו להשתעבד לך !

ענטפער: כי טוב ה' - ווייל דער אייבירשטער איז גוט י"א שבט התשפ"ב 6:43 PM #280515

  • holychaim
  • איצטיגע שטרעקע: 1865 טעג
  • לענגסטע רייזע-שטרעקע: 1865 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 459
  • האט שוין געלייקט: 545 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1205 מאל
  • קאָרמא: 24
צוויי דיימאנטן געשריבן on ב' שבט התשפ"ב 10:26 PM:
    נאך פאר איך הייב אן מיין ערציילונג, וועל איך דא אויסשמועסן א קורצע נקודה'לע, וואס דאס איז בעצם געווען א שטארקע בסיס פאר מיין גאנצע אדורכגאנג - אייגענטליך איך ווייס נישט צו איך גיי טאקע אנהייבן מיין ערציילונג, איך מיין אז ווען איך וועל פילן ביכולות מיט די ריכטיגע באלאנס פון כח און מח שרייבן א נקודה אדער צוויי אין מיין פארגאנגענהייט, אדער נאך א קאפיטל אדער הוספה צו א קאפיטל אין מיין לעבנס געשיכטע, וועל איך עס טאקע טוהן, און צוביסלעך וועט זיך צוזאמשטעלן א קלארערע בילד מה אני מה חיי מה צדקותי ומה גבורותי וכו'
און יעצט לאמיר גיין צום פינטל.
    פאר איך גיי צו וואס איך וויל ארויסברענגען איז כדאי אויסצושמעוסן בקיצור א זאך וואס יעדער קען צונוצקומען צו וויסן דערפון.
    בעצם איז עס אן אלטע דיון וויאזוי יעדע מענטש אין דער וועלט הייבט אן און לעבט אויס זיינע יארן, ס'זענען געווען (און מסתמא נאך אלס דא) וואס האבן געזאגט, אז א מענטש איז באשאפן געווארן אן קיין שום פניות, קיין שום תאוות, קיין שום טבעיות, און מיט די צייט לויט זיין סביבה לייגט ער צו נאך א זאך און נאך א זאך אריין טיף אין די קעמערלעך פון זיין מח, און ער ווייסט רוב מאל אפילו נישט אז עס עקזיסטירט, הנקרא אונטערן באוואוסטזיין (סאב-קאנטשעס), און דאס וועט אויסקלאפן אויפן מענטשנ'ס פרעזענליכע לעבנ'ס דורכגאנג אויף ווייטער און ווייטער, און זיינע באשלוסן און טאטן וועלן זיין געוואנדן אין דעם, און לויט וויאזוי א מענטש וועט זיך ווייטער טאקע פירן, וועט זיך ווייטער פארעמען זיין מח ווייטער אויף דעם וועג, און ס'וועט ווערן נאך און נאך שטערקער אריינגעלייגט אין זיין מח.
    די תורה הקדושה האט אונז אבער מגלה געווען אז א מענטש ווערט געבוירן א פרא אדם, מנעוריו איז עס אריינגעבויעט אין אים 'רק רע כל היום', ומותר האדם מן הבהמה אין - גארנישט, אדער לויט נאך א פשט צו קענען זאגן דאס ווארט "ניין" וואס א בהמה קען נישט (און דא לערנען מיר זיך עס טאקע אויס וויאזוי צו טוהן...), און במשך די שעות/טעג/וואכן/חדשים/יארן/שמיטות/יובלות וואס גייען פאריבער עדזשאסט זיך זיין פערסענאלעטי לטב או למוטב, און דאס איז טאקע די ארבעט וואס איז פארלאנג פון עלטערן און פון זיך אליינס, אויסצולערנען דעם קינד/זיך צו קענען בוחר זיין בדרך הטוב והישר און לויט די כוחות און טבעיות פון יעדער מענטש וויאזוי דער אייבירשטער האט אים באשאפן עס אויסנוצן צום גוטן און נישט ח"ו צום פארקערטן, און דאס אלעס גייט אריין אין דעם מענטש, עס ווערט אזוי ווי אן אמונה, א בעלי"וו, וואס מיט דעם לעבט ער, און דאס מאכט אים מחליט זיין די הוה ויהיה, צו ער ווייסט יא דערפון, צו אפילו נישט. (און דאס איז טאקע די נאטורן פון יענעם בילד פון משה רבינו וואס יענע מלך האט געזעהן דערויף...) ואכמ"ל.
    יעצט אזוי צו אזוי, איך ווייס נישט, און בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט, צו איך בין געווען אלע מיינע מיטגעמאכטע יארן אזוי, און אפילו וועלכע יארן יא, האט זיך עס מסתמא געוואנדן אין תקופות, אבער זייער א שטארקע זאך וואס איז בעצם אזאך טיף באגראבן אין מיין מח, און ווי געשמועסט פריער איז עס להבדיל כדוגמת אמונה בהשי"ת וואס ליגט אויך אינעם מענטש איינגעגראבן פון קינדווייז אן במסורת אבות, איז יענע זאך אין מיין מח האט געזאגט, "איך זעה דאך ווי די האלטסט מיט דיך אליינס, אמת ס'איז א הארבע זאך, ס'איז נישט אזוי איי איי איי וואס דו האלטסט יעצט אינמיטן טוהן, אבער וואס מאכסטו דיך נאריש און מאכסט עס הארבער ווי ס'איז, ס'מאכט דיך פשוט פילן גילטי און בעצבות, און ס'וועט דיך אריינברענגען אין א יאוש, און דאס טארסטו דאך נישט טוהן, אלזא נעם עס אן אלס א פאקט אז נעבעך די ביסט דאס, און דאס טוסטו, ס'איז טאקע נישט די בעסטע צו טוהן, אבער אזוי איז עס......     = שומו שמים אזוי צו טראכטן!!
    עטס הערט'ס ווי אזוי די יצר הרע ארבעט, ער רעדט מיך איין אז כדאי נישט אריינצופאלן אין עצבות המביא לידי יאוש, זאל איך שוין יעצט אריינפאלן און אזא סמאדי יאוש, וואס איך וועל אפילו נישט וויסן אז איך בין אין יאוש, ווייל לו יהא וואלט איך געווען אין יאוש אינגאנצן תוך תוכו, וואלט זיך עס גוט אנגעזעהן אויף מיר, אדער כאטש איך אליינס וואלט דאס געפילט, אז נעה, איך בין שוין צו טיף אין די בלאטע, און פאר מיר וועט שוין נישט העלפן קיין תשובה וכו' וכו', אבער יעצט, איז דאך אלעס גוט און פיין, ס'איז נישט אז ס'איז טאקע גוט, נאר נעבעך ס'איז שוין אזוי, לאז עס געמאך, מאך דיך ווי ס'גוט, און ענדיג דיינע יארן אזוי... רחמנא לשיזבן!
    נו, עט'ס מיינט'ס אז איך האב עס טאקע גלייך אריינגעלייגט בידים אין מיין מח, אוודאי אז נישט, אבער נאך איין מאל טראכטן אזוי, און נאך נאכאמאל און נאכאמאל, איז עס צוביסלעך געווארן איינגעגעסן, און איך האב מיך געפילט אביסל אזוי ווי די ווארימל אין די כריין און ער וויל שוין נעבעך נישט ארויסקומען.
אוי נעבעך!                             
    פון צייט צו צייט איז געווען טעג וואס איך האב געהערט דעם בת קול היוצאת מהר חורב שמכרזת ואומרת "שובו בנים שובבים", און היידע,היידע, פון יעצט אין ווייטער נישטא מער אזא זאך ווי עובר זיין על רצונו יתברך בענין זה. אבער אויף צומארגנס האב איך נאכאמאל איבערגעטראכט די זעלבע מחשבה, היידע, פון יעצט אין ווייטער נישטא מער אזא זאך ווי עובר זיין על רצונו יתברך בענין זה. און אויף איבערמארגנ'ס, נאכאמאל די זעלבע, די זעלבע מיינט איך בין געשטאנען אין די זעלבע מצב ווי א טאג אדער צוויי אדער מער בעפאר. און די יצרו של אדם המתגבר עליו בכל יום האט ווייטער אנגעפאנגען דערקוטשענען, די זעהסט דאך, נא, האלט דיך רואיג, פארפיר נישט ווייל דו וועסט אין ערגעץ נישט אנקומען, און די זעלבע מחשבה'לעך פון יאוש-ואינו-יאוש-באותו-זמן האבן זיך אנגעפאנגען ארויפדראפענען צוריק צום אויבן אן.
    איך האף אז מיינע דרשות זענען נישט צו לאנג, אבער וואס וויל איך ארויסברענגען דערמיט, אז פון איין זייט קען מען זאגן אז איך בין נישט ממש אן עדיקט, ווייל סוף כל סוף בין איך שטארק מיט זיך, און איך ווייס וואס איך וויל, און ווען איך וויל פיר איך עס אויס, אבער ביי דעם האט מיך דער יצר געכאפט דורך א פארקערטע שפיל, און איך בין יא דורכגעפאלן.
    איך האף אז איך און אנדערע וועלן נעמען א לימוד דערפון סיי שלא ימות כדרך שמת פלוני און זאלסט נישט גיין אויף דעם וועג ווייל פון דא קום אויך און ס'איז נישט די ריכטיגע וועג, און סיי אז מ'דארף זיך לערנען פון די תכסיסי מלחמה פונעם שטן המלאך המות, און אויסדרייען דעם וואפן אויף אים ארויף.
    אזוי ווי איך האב געזאגט, אזעלכע מחשבות זענען נישט פון אנהייב מאל אן געווען אין מיר, איז וועלכע סארט מחשבות יא, בעז"ה פאר אן אנדערע געלעגענהייט.

איך בין זייער זייער איבערגענימען פין די פאוסט (איך שעם זיך אבער איך האב טרערן אין מיינע אויגן) .

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.16 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא