ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט 15809 באזוכער

פתחו לי פתח כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 11:18 #13661

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערע אידן,
נאך עטליכע טעג זיך דרייען דא אפליין, האב איך באשלאסן דאס איז עס, כ'וויל פרובירן - צוזאמען מיט ענקער אהבה וחיבה - ארויף גיין דעם דרך העולה לבית אל, כהאב גע'דאונלאוד די האנט בוך, און איך האלט עס אינמיטן ליינען, כהאב מיך  -ביזדערווייל- נאר געוואלט באגריסן מיט די טייערע אידן דא אויף וועם די וועלט שטייט.
לעצט פארראכטן: ט' חשון התשע"ג 08:05 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 11:57 #13662

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל
  • קאָרמא: 10
ברוך הבא
ס'זעהסט מיר אויס אז די מאכסט שנעהל היימיש, מיר האבן נישט קיין סאך וואס מוסיף זיין, די ליינסט דאך שוין דער האנט בוך, פראביר דיך אויס ווי דיין דרגה איז און הייב אן ארויף גיין בדרך העולה בית קל.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 12:03 #13663

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 12:37 #13664

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
שלום עליכם

מיר טוען אייך אויפנעמן און מקבל פנים זיין צו אונזער חבורה מיט א ברייטען ברוך הבא.

מאכט אייך היימיש, פילט אייך באקוועם

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 12:40 #13665

  • WannaBeEhrlich
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
שלום עליכם וחלקלקות, ביסט געקומען אויפן ריכטיגן פלאץ, טייל מיט דיינע עליות, ירידות, שוועריקייטן און דערגרייכונגען, זיין אקטיוו דא צווישן די טייערע חברים איז proven צו זיין א שטארקע הילף אין די אנגייענדע הייליגע מיסיע.

יהא בואך לברכה.
הצלחה רבה אין דיין רייזע.

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 12:42 #13666

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
כ'בין זייער באקוועם, יישר כח, כ'האב יעצט געענדיגט ליינען "שליט'ס ריינע טאג בוך" איך בין ארויס פון התפעלות פון איהם און פון "שטייגהעכער", עבודת הבורא" "צובראכענע יוד" און די איבריגע טייערע אידן, ס'האט מיר בארירט ביז טרערן, ווי אזוי א איד קעמפט און ווי אזוי זיינע ידידים העלפן, מי כעמך ישראל, כולם אהובים כולם ברורים.

איין זאך פארשטיי איך נישט פארוואס סיינט נישט יעדער קודם ארויף אויפן "90 דעי טשארט"? איז דאס נישט די וויכטיגסטע אנצוהייבן?

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 13:05 #13667

  • abe11205
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
ישר כח פאר דע חיזוק
לאמיר זיין אפען מיט דיר איך האב געכאפט א געזינטע זעץ נאך דע הייליגע טעג ...
איך האב מיר פשוט געשיעמט צי דערציילן פארן עולם אז איך הייב נאכאמאל אן
למעשה האב איך אנגעהויבן ציילן איך האלט היינט 6 טעג ריין

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 13:18 #13668

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
דער אמת איז אז יעדער וואלט ווען געדארפט תיכף אריינטאנצען מיט די טשארט או אנהייבן ציילן, אבער, אסאך אירע שטופן דאס אפ, און אויב שטופט מען עס אפ, פארגעסט מען אסאך מאל דערפון און עס שלעפט זיך.

עס איז כדאי אז ווען מ'איז נאך פריש און פיל מיט חשק, זאל מען תיכף אריינטאנצען אין די הייליגע טשארט און שטייגן צוזאמען.

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 13:43 #13670

  • וויל-זיין-גוט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
שלום עליכם הרב וחלקלקות

פאנג אן צו גיין איין טאג אופאמאל. יעדע ווען דו שטייסט אויף בעט דעם רבש"ע ער זאל דיך האלטן ריין פאר היינט

אסאך הצלחה

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 15:00 #13672

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח
איינגעשריבן אינעם טשארט ב"ה

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ו' חשון התשע"ג 15:14 #13673

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
שלום עליכם וחלקלקות וואס זאל איך דיר זאגן ...........
עס איז א געוואלדיגע חסד פונעם אייבערשטן וואס האט אונז געגעבן די זכי' אריינצוקומען אין אזא הייליגע מקום, וואו יעדער איז מיט איין כוונה, צו זיין הייליג און צו זיין הייליג און צו זיין הייליג, און אלעס נאר ווייל דאס איז די רצון ה', קיינער האט אונז נישט געהייסן, קיינער האט אונז נישט געצווינגען, אוודאי אסאך האבן געהאט זייערע לעצטע קלאפ וואס האט זיי דא אהער געפירט (אזוי ווי איך) אבער מיר לויבן און דאנקן דעם באשעפער פאר דעם, ווייל די אלע יארן ביז אהער האט דאך אונזער הארץ געבליטיגט אויף זיך אליין, און נישט געזען קיין וועג ארויס, און געמיינט אז דאס איז דאס, נישטא קיין וועג ארויס און אזוי וועט שוין אויסזען אונזער לעבן ביז......... אה טייערע ברודער וואס זאל איך דיר זאגן, מ'דארף טאנצן פאר שמחה אז מ'איז דא אנגעקומען, אבער איין זאך, מ'דארף זיין אפן, אפן מיט זיך, נישט זיך פאפן, און זיין גרייט צו טוישן, און זיין אפן מיט'ן ציבור, מיטטיילן עליות וירידות, די פאקט האט באוויזן אז מ'איז אפן און אקטיוו דא איז מען מצליח.
צלח ורחב


אויב דו דארפסט זיי וועלכע הילף שעם דיך נישט צו בעטן דער עולם איז זייער וויליג צו העלפן מיט וואס נאר מעגליך
לעצט פארראכטן: ו' חשון התשע"ג 17:01 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ז' חשון התשע"ג 16:05 #13684

  • חזקלע_למדן
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 500
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
נו ווי גייט עס וחלקלקת? מיר ווילן הערן אפדעיטס.
צדיק, איך האב דיר ליב!

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ז' חשון התשע"ג 17:56 #13685

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
הודי לה' זייער גיט - סאו פאר סאו גוד, מארגן וועט מען מיך שוין זעהן בעז"ה אויפן טשארט.
הארציגן דאנק פאר זיך נאכפרעגן חזקלע

כ'קען ענק זאגן די איין זאך, אז כ'האב נישט די ווערטער!
איך בין מלא התפעלות פון דעם סייט, שוין געליינט אסאך, שוין פרובירט אסאך, אבער דער סייט און בעיקר דער פארום איז עפעס וואונדערבאר, ווען איך האב עטליכע מינוט שפאציר איך דורך די "וואנט פון השי"ת'ס כבוד" און איך ליין דורך יעדן'ס מצבים, עטץ האטס נישט קיין השגה וואסערע שטופ דאס גיט.

יישר כח נאכאמאל אויף ווידער זעהן אויף שמחות

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ז' חשון התשע"ג 20:33 #13687

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
עס פרייד דאס הארץ ווען מ'זעט נאך א ברודער שטייגט, און קריכט ארויס פון גריב, ס'איז אבער גוט צו וויסן פון פאראויס אז אין חסידות כתחילתו און ס'קען זיך מאכן שווערע טעג אינמיטן, געדענק דעמאלטס די גוטע פילינג און די געוואלדיגע שמחה פון יעצט, און קום אריין און בעט הילף און חיזוק, דער עולם וועט דיר גערן געבן.
דער עיקר מיט א שמייכל!!!!

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ח' חשון התשע"ג 13:43 #13698

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
איך קום אהער צו פייטן מיין אדיקשאן און קוים וואס איך בין דא 4 טעג ... האב איך שוין א פרישן אדיקשאן... ס'רופט זיך GYE אדער אין אידיש הדא
יעדע עטליכע מינוט טשעק איך צו עס איז שוין דא עפעס פרישע סחורה, א גוט ווארט, א מאמר, אן אפדעיט.....

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ח' חשון התשע"ג 14:05 #13699

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
דאס איז אמת פאר רוב פון אונז, עס איז א סימן אז דו האסט א שטארקע רצון און דו מיינסט עס אמתד'יג.

די אמת איז, אז קיין שום אדיקשאן איז נישט גוט און פאר די לענגערע טערמין איז א GYE אדיקשאן אויך נישט טויגליך. אבער, די מהלך דארף צו זיין, קודם ווערן ריין און דאס אנציען וואס לענגער, אפילו דאס מיינט א GYE אדיקשאן. נאך א זיין א לענגערע צייט ריין, (א יאר אדער כאטש 6 חדשים) ווען די מח הייבט שוין אן צו ווערן אביסל ניכטער פון די תאווה שיכרות, קען מען אנהייבן ארבעטען אויף די GYE אדיקשאן, דאס הייסט באמת זיך נעמן ארבעטן אויף זיך אליינס און דערגיין די סיבה פארוואס ציט מיך פארשידענע אדיקשאנס און ווי אזוי קען איך דאס פאררעכטן לויט די יסודות פון די 12 סטעפס פראגראם.

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ח' חשון התשע"ג 14:46 #13702

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח! גערעכט!
בשם ה' נעשה ומצליח!

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ח' חשון התשע"ג 15:11 #13703

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
איך בין מיט איין מיינונג מיט שטייג העכער
און ביי מיר איז דאס אויך געווארן א הד"א אדיקשאן פון אנהייב,יעצט איז שוין אביסל רואיג'ער און מ'האפט זיך צו נעמען צו די 12 סטעפס.

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ח' חשון התשע"ג 15:23 #13705

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
די 12 סטעפס איז געמאכט געווארן פאר יעדן? אפילו איינער מאכט דורך די 90 טעג?

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ח' חשון התשע"ג 23:47 #13715

  • עזות דקדושה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 250
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
שלום עליכם, וחלאלאחקות, א געשמאק דיר דא צו זעהן מיט א גוואלדיגע שטארקייט, דריי דיר דא דערשרעק דיר נישט פין דער מציאות אז די ווערסט אדיקטעד אהער

אן אדיקשאן צו קדושה איז א ריכטיגע וואפן אקעגן דער טמאנע אדיקשאן!!!

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 07:47 #13719

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח עזות.

דער אמת איז אז כ'האב דאס געמיינט אביסל הומאריסטיש אבער כ'האב געזעהן אז מען האט דא עס ערנסט אויפגענומען און למעשה איז טאקע שטייג העכער שטארק גערכט מיט זיין נקודה.

אגב, היינט אינדערפרי ארויסגייענדיג פון דערהיים האט 'ער' מיך שוין אפגעווארט ביים טיר, אןו ער מאכט פון מיר חוזק זאגענדיג מיט א שפאטישן טאן (בערך.. כ'געדענק שוין נישט די פונקטליכע ווערטער...) "ביסט דאך געבליבן אן אדיקט, נאר אויף אן אנדערן אויפן, ביסט אינגאנצן פאר'שיכור'ט פאר'ן GYE סייט, טראכסט דערפון יעדע מינוט, יעדע שטיק צייט קוקסטו צו ס'איז שוין דא עפעס ניי, נו וואס איז דער אויפטו" בערך אזוי.

אן אריינגיין אין א קאמפלעצירטע פייט מיט איהם, האב איך איהם קאלטערהייט געזאגט "אמת, גערעכט, אבער אין בין שוין באורד פון דעם אדיקשאן וואס די האסט מיר אנגעטראגן, יעדן טאג דאס זעלבע, ס'גייט אויף די נערוון, האב איך מיר גענומען א נייע אדיקשאן עפעס א געשמאקערע ענין" מער האב איך איהם נישט געזעהן.

ה' יעזור להלאה

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 08:32 #13720

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
גיט מארגן טייערע אידן! אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
היינט איז דער ערשטער טאג וואס איך זעהן מיין נאמען אויף די '90 דעי טשארט', און דער אמת איז אז איך בין שוין זויבער פון פארגאנגענעם שבת (5 טעג) אבער כ'האב מיך ערשט איינגעשריבן זינטאג ע"כ וועל איך רעכענען צוזאמען מיט'ן טשארט, 4 טעג!

יישר כח טייערע באשעפער פאר'ן מיר געבן די זכי' פון 4 טעג זויבער! 4 טעג ברציפות נישט געקוקט אויף שמוציגע בילדער, מאוויס אד"ג, 4 טעג בכלל נישט ארויף אויף קיין שמוציגע אדער צווייפעלהאפטיגע סייטס, 4 טעג פון ניטאמאל עפענען די אימעיל אקאונטס וואס האבן אומווערדיגע קאנטאקס, און 4 טעג פון גיין אויף די גאס אן א ראי' אסורה ב"ה!

יישר כח הייליגער טאטע פאר'ן מיר צוריק שענקן מיין לעבן וואס איז רשעות'דיג אוועקגעריסן געווארן פון מיר, לא אמות כי אחי' ואספר מעשי קה. צדיקים האבן געטייטשט לא אמות איך וועל נישט זיין טויט כי אחי' ווען איך בין ביים לעבן. ניין! איך וועל זיך נישט ארום דרייען טויטערהייט, איך וועל זיך נישט ארום דרייען ווי א שאטן, איך וועל לעבן מיט לעבן!

יישר כח געטרייער טאטע, נאך אזויפיל מאל וואס איך האב פון דיר חוזק געמאכט, נישט איינגעהאלטן מיינע קבלות, און זיך געטינקען אין שמוץ איינמאל און נאכאמאל, נאכ'ן דיר הייס צוזאגן אז איך גיי שוין פאלגן און איך גיי שוין אמת'דיג זיין וואויל, ביסטו מיר אנטקעגן געקומען מיט א התערותא דלעילא מיט אזא אהבה וחיבה און מיך פשוט ארייגעפירט אין דעם הערליכן גארטן, א גארטן ווי איין בלום באוואסערט דעם צווייטן, און העלפן זיך ארויס אינאיינעם צו שטייגן און צו וואקסן צו מאכן א נחת רוח פאר דיר!

טאטע קרוין די ווייסט זייער גיט אז איך קען נישט אליין, בעט איך דיר מיט טרערן אין מיינע אויגן, בזכות פון דיינע צדיקים'לעך וואס ווענדן אן אלע מיטלען זיך צו האלטן ריין לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו, און בזכות פון די געוואלדיגע אמת'ע חסד פון די אלע וואס זענען אונז כסדר מחזק ומעודד זאל איך אויך זוכה זיין ווייטער אנצוגיין ארויפצוגיין, לב טהור ברא לי אלוהים ורוח נכון חדש בקרבי, שכח! אמן.
לעצט פארראכטן: ט' חשון התשע"ג 08:39 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 10:04 #13721

  • וויל-זיין-גוט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
keep up one day on a time

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 10:06 #13722

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1
הרב וחללקות, דו נעמסט מיך זייער איבער.

האלט אן מיט א פעסטקייט

שטייג הויך

טעמע: פתחו לי פתח קטן כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 12:09 #13724

  • שטייג העכער
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1299
  • האט שוין געלייקט: 1 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 1

די 12 סטעפס איז געמאכט געווארן פאר יעדן? אפילו איינער מאכט דורך די 90 טעג?


עס איז שווער צו געבן א כלל. אבער, איך קען רעדן פון מיר אליינס.

איך בין ב"ה געווארן ריין אין די ערשטע טאג איך האב געטראפן GYE און עס איז געגאנגען מיט א פעסטקייט, פארשטייט זיך מיט נסיונות פון צייט צו צייט אבער עס איז געגאנגען פעסט, און איך האב געהאלטן אז 12 סטעפס איז נישט פאר מיר. בערך, נאך א יאר, האב איך אנגעהויבן צו פילן אז די אדיקשאן ציט מיר, היות מיין מח איז שוין געווען ניכטער פאר בערך א יאר, האב איך בעסער געקנט פארשטיין מיינע שוואכקייטן און מיינע פראבלעימען (פאר דע יאר, האב איך נישט געהאט קיין השגה וואס עס גייט פאר מיט מיר, ווי לאנג מ'איז שיכור פון די תאווה, פארשטייט מען גארנישט), איך האב דעמאלטס געפילט אז 12 סטעפס איז לכאורה וואס איך דארף טון, אבער, איך האב געשטופט און געשטופט, ביז מיין פאל לעצטענס, וואס איך האב דעמאלטס באשלאסן, אז מען קען נישט שטופן און מדארף גיין מיט 12 סטעפס, וכך הוה.

עכ"פ, גיי אן, צו אן דיין ריינקייט לאורך ימים ושנים, דו וועסט שוין אליינס זען שפעטער אין וועלעכ ריכטונג "דו" דארפסט גיין.

טעיק איט איזי. איין טאג אויפאמאל.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 12:26 #13725

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח אלע פאר די טייערע ווערטער

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 12:35 #13726

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
איך האב געשריבן אין אישי צו א נייער ידיד מיינעם אביסל פון מיין פארגאנגענהייט, ער מיט די רבנים חשובים דא האבן מיר שטארק גע'עצה'ט צו פאוסטען ברבים, ס'האט היבש גרייזן ואתכם הסליחה.


אפצושרייבן מיין פארגאנגענהייט דארף איך האבן עטליכע טעג!! כ'גלייב אז יעדער קען זאגן די זעלבע, עכ"פ לאז מיך פרובירן עס צו מאכן בקיצור גדול.

פון ווען איך געדענק האב איך ליעב געהאט צו זעהן און צו אנכאפן, אזוי פרי ווי אין כיתה ד' געדענק איך אז איך בין געזיצען נעבן א אינגעל און מיר האבן זיך ארום געשפילט..., יעצט איז אזוי, איך ווייס נישט צו דאס איז נכלל אין אונזער פראבלעם ווייל אלע קינדער אדער לכה"פ רוב וועלן ליעב האבן דאס צו טוהן, ס'איז א גאנצע דזשאוק וכדו', בנוסף צו דעם איז דער פאקט אז די קומענדע עטליכע יאר געדענק איך נישט עפעס אזא מעשה ממילא סקיפ איך די תקופה.

אלס כיתה ט' אינגעל, נאך אדער פאר די בר מצוה האב איך ליידער געהאט 1-2 חברים מיט וועם איך פלעג מיך 'שפילן' קיינער האט נישט געוואוסט פונעם אנדערן. אבער פארשטייט זיך אז דאס איז נאר געווען קינדערישע שפילעריי וכדו' נישט קיין הוז"ל, ערשט אלץ 15 יעריגער איז געווען מיין ערשטער עקסידענט, וואס נאכן זיך ארומשפילן, האב איך געפילט עפעס אין מיין גוף און שפעטער און עס געווען דערנאך. איבריג צו זאגן - אפילו כ'האב נאכנישט געהאט דעם וויסטן מושג וואס דאס איז און פארוואס אדער ווי אזוי דאס געשעהט - בין איך געווען משוגע אויף תולה ארץ, נישט געווען ביי מיר, נישט גערעדט מיט דעם חבר פאר א שטיק צייט, איבריג צו זאגן אז נאך עטליכע טעג האב איך זיך בארואיגט און מיר זענען צוריק געגאנגען צום אלטן, שפעטער איז ער אוועק געפארן לערנען האט זיך די זאך געשלאסן אבער ס'האט זיך אנגעהויבן מיט מיר אליין.

איך בין געווען א נשמה'לע, א עדין הנפש, א ווארימער בחור, געוואלט זיין די ערליכסטע, די געהויבענסטע, די פלייסיגסטע, און אזוי איז טאקע געווען.. פון צייט צו צייט.. אבער דאס גוף האט געפאדערט און מ'איז געגאננגען און ביהכ"ס און שוין... און געפאלן עשרה מעלות אחורנית.... דאס דארף איך דיר נישט זאגן.... א צודרייטן ראלער קאוסטער... פון א בחור וואס לערנט 5-6-7 שעה ברציפות, דאווענט מיט א ברען און לערנט מוסר און חסידות אא"וו צו א בחור וואס טוט די זאכן, שפעטער האט שוין אפילו פאסירט אז כ'האב פשוט און פראסט נישט מיטגעהאלטן די שיעורים.... מיין קאפ איז אזוי נישט געווען דאהי.

געדענק כ'האב דיר געזאגט אז עס וועט זיין בקיצור.... לאמיר גיין צו נאך דער חתונה, אנהייב נאך די חתונה - אזוי ווי יעדער - בין איך געווען פריש און מונטער, הייליג און טייער... באמת פלייסיג געלערנט, אבער אביסל שפעטער האב איך מיך שוין געטראפן מיט מיין אלטן חבר ביי איהם אינדערהיים, "פשוט צו קוקן זיין נייע הויז..." אבער ס'האט זיך געענדיגט פאטאל... אבער ס'האט נישט לאנג אנגעהאלטן ווייל ער איז ב"ה געגאנגען ארבעטן און געווארן פארנומען און זאכן האבן זיך געסעטעלט... מיט איהם (עכ"פ אזוי קוקט עס אויס, כ'דערמאן זיף יעצט אז ער האט - נאך א שטיק צייט ארבעטן - מיך פארגעווארפן פארוואס איך גיי נישט ארבעטן, ער האט מיר דעמאלטס מסביר געווען אז ער האט מער נישט קיין פראבלעמען, אוי ווי גערעכט ער איז דעמאלטס געווען, אבער איך ארבעטן?!?!?! וואס וועט מיין שווער/שוויגער/טאטע/מאמע/ווייב אא"וו זאגן?)

אביסל שפעטער איז אנגעקומען די פארגעשריטענע קאמיניקאציע תקופה, כ'געדענק נישט ווי אזוי אבער איך האב באקומען נומבערס וואס האט געברענגט נאך א נומבער און נאך א נומבער וואס האט מיך אפגעקאסט שווערע געלטער, וואס כהאב באצאלט שטילערהייט, אבער שפעטער איז עס ארויס פון קאנטראל, כ'האב געשפירט אז דער סוף איז נאנט... מ'האט תיכף פארשפארט די אלע ליינס, ממון ודמים האט דאס אפגעקאסט.

שפעטער איז אנגעקומען - כ'געדענק ווידער נישט צו א חבר האט מיר געזאגט דערוועגן אדער האב איך עס געזעהן אונעם שמיציגן צייטונג 'די פאסט' וכדו'– א פרישע מיטל גלייך צום שאול תחתית , אוי פאטער כ'האב אויף דעם פארברענגט חדשים, געפעלט פון כולל גאנצעטע סדרים, שפעטער ווען איך בין געגאנגען ארבעטן בין איך 'עפטער האורס' וויייטער געזיצן אויף די קאמינוקאציע ליניעס שעה'ן אויף שעה'ן אהיים געקומען שפעט ביינאכט ווייל געווען פארנומען מיט א דבר מצוה וכדו'... פארשטייט זיך אז עס איז נישט געבליבן קיינמאהל ביים זעלבן שטאפל נאר אלס בין איך געווארן א גרעסערע חכם מיט נייע מעטאדען איינרעדנדיג אז יעצט גיי איך האבן וואס איך וויל.

כ'האב שוין דעמאלטס געהאט אינטערנעט, אבער כ'האב געהאט דשעי-נעט, (ווייל כהאב געוואלט זיין גוט) ממילא נאר איין זאך האב איך דעמאלטס געקענט טוהן......איך וויל אייך נישט עדזשוקעיטן.... ווידער דאס זעלבע, פארברענט חדשים און יארן אויף דעם, זיך מכשיל געווען און מכשיל געווען אנדערע אוי טאטע האב רחמנות אויף מיין נשמה, בלי גוזמא האב איך במשך די יארן געעפענט און פארשפארט 30-50 אקאונטס, אלע סארטן נעמען אד"ג וד"ל

ס'ווערט שפעט אבער... במשך די קומענדע יארן האב איך געקויפט די.ווי.די'ס, אנגעקומען צו וועבסייטס וואס זענען נישט געווען פארשפארט, (כהאב אפילו געשיקט אימעילס פאר ג'עי-נעט, פון סייטס וואס זענען נישט געבלאבקט, כ'האב נישט געוואלט מכשיל זיין אידן...) כסדר געטראפן פרישע, אא"וו

כהאב ליידער שוין אלעס געטון אפילו דאס וואס איז איינגערינגעלט און געוויסע תפילות וואס מיר זאגן און די הייליגע טעג, און מיט דעם האב איך אויך געהאט שרעקליכע עליות און ירידות און כסדר זיך פארגעווארפן פארוואס טוסטו דעס, איין טאג גייט מען דיך כאפן, ס'קאסט דיר אויפיל געלט אבער ס'האט אנגעהאלטן פאר אביסל און חוזר לסורו ...

-----

כהאב מער נישט קיין כח צו שרייבן! יארן, יארן,לכאורה איבער 20 יאר וואס איך בין אים דעם מצב, ארויף און אראפ, ארויף און אראפ, העכער ארויף טיפער אראפ, וויפיל טייכן זידיגע טרערן כ'האב שוין פארגאסן, וויפיל טעג געפאסט, וויפיל קבלות זיך אמת'דיג פארגענומען, געבליבן צושאסן ווי א שארבן, נישט געהאט די מוט זיך אנטקעגן צו שטעלן, ווען איך בין געווען אויבן האב איך געשיינט, פארברענגט מיט די משפחה, געלערנט געדאווענט אא"וו, אבער ווען איך בין געווען אונטן, (רוב פון די 20 יאר, לכה"פ העלפט) נישט געהאט קיין געדולד צו גארנישט און דער וועלט, א טייערע, גאר געטרייע פרוי באקומען, איר איגנארירט, לעכטיגע קינדער באקומען, זיי ביטערליך איגנארירט, שמחות, דרשות, יארצייט'ן, מסיבות, געשמאקע פארברענגן, חוה"מ אויספלוגן אא"וו גארנישט און דער וועלט איז מיר נישט אנגעגאנגען, נישט געדאווענט, (נישט געלייגט קיין תפילין א שיינע תקופה, ה' ירחם) נישט געלערנט, נישט געעפענט א אידיש ספר, דאך אלעמאל פרובירט ווייל טיף אין מיר האב איך גיט געוואוסט אז מ'דארף עס טוהן, יעדע שטיק צייט זיך געטראפן ביטערלעך וויינען אויף מיין מצב, (זעלבסט מארד איז שוין אויך געווען אויף מיין מחשבה פאר א תקופה) און זיך פעסט פארנעמען, אבער כחלום יעוף, און צוריק און שמוצלאנד, און עודך פארזינקען אין זהמה, טעשטן, קוקן, און...

פארגאנגענעם וואך האט השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו, במתנת חינם מיך "צופעליג" צוגעפירט צו די סייט, און כ'בין געבליבן צוגענאגעלט פאר א גיטע צוויי-דריי שעה, ס'האט זיך גענומען זינגען אין מיר, די ישועה איז דא, כ'בין שטארק נתפעל געווארן פון די עצות, פון די טיעפקייט, פון די אמת'ע וווארימקייט און גרייטקייט, כ'בין בארירט געווארן ביז טרערן, אבער בעז"ה טרערן פון פרייד....
לעצט פארראכטן: י"ז חשון התשע"ג 09:56 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 14:16 #13729

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל
  • קאָרמא: 10
יא יא
די דערמאנסט מיך ווען איך בון אנגעקומען אהער, מען קען מאכן א ריכטיגע שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה וויפול איז דא נעבעך וואס דערלעבן נישט דעם וועג צירוק,

מיינע געפילן זענען זייער איבערגענומען פון דיינע שווערע יאהרן, אבער יעצט איז געקומען די צייט פון מנוחה ושלוה, זאלסט נישט מיינען איין רגע אז ביז היינט האסטו נישט געלעבט, זאלסט וויסן אז יעדער פרט ופרט וואס די ביסט שוין אריבער און דיין לעבן וועט דיך פון היינט און ווייטער דינען ווי א מדריך, מ'זאגט א פאלקס ווארט "יסורים וועל איך נישט נעמען אפילו מען וועט מיר וועלן געבן א מליון דאלער, אבער נאכדעם וואס איך האב עס באקומען וועל איך עס נישט פארקויפן אפילו פאר צוויי מליון, עס לערנט דעם מענטש זייער אסאך, (און א קומעדיגע געלגנהייט וועל איך בעזרת השם מרחיב זיין את הדיבר)
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 14:25 #13730

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל
  • קאָרמא: 10
געדענק, הרבה יותר ממה שכתוב כאן, יש כאן.
GYE האט אסאך מהלכים פאר אלע ערליי אדיקשענס, די שטערקסטע אדיקט'ס האבן שוין געטראפן דעם וועג ארויס דורך GYE די פארום איז א חלק פון א פליגעל פון וואס זיי שטעלן פאר, אינעם האנט בוך וועסטו זעהן אסאך, אויב איין זאך ארבעט נישט גייט מען צום אנדערן, עס איז דא אסאך אידן וואס האבן אנגעהויבן מיטן פארום און געהאלפן געווארן מיט די לייוו פאן גרופס וואס GYE שטעלט צו, א.א.וו. מען דארף בלייבן דא ווי לאנג מען טרעפט די ריטיגע פארמילע יעדער פאר זיך. שטייצעך מיט די הילף פונעם גאנצן עולם.
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 16:38 #13735

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
אוודאי אוודאי עבודת הבורא זאגט דאך געוואלדיגע דיבורים

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' חשון התשע"ג 16:48 #13736

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
הארציגן דאנק עבודת הבורא, יא די פאלקס ווארט האב איך שוין אסאך געהערט, אבער קיינמאל נאכנישט עפלייד צו מיר... ס'האט א שטארקן משמעות, יישר כח

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י' חשון התשע"ג 11:56 #13739

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערע ברידער! א הארציגן דאנק פאר'ן זיין דא מיט מיר די וואך!

גאר אנדערש - ווי פארגאנגענעם וואך - גרייטן מיר זיך צום לעכטיגן שבת
עס גייט זיך היינט גאר אנדערש זינגען יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם
בא שבת בא מנוחה, ווען ס'איז דא קדושה איז דא מנוחה
מנוחה מיט זיך, דער קאפ איז קלאהר, די מחשבות וואנדערן נישט ארום פון א ראי'לע צו א הורהור'ל, פון א אימעיל צו א טעקסט
מ'זיצט ביים טיש ביי זיך אינדערהיים, מיט מיין אשת חיל מיט מיינע קינדער'ליך אשר נתן לי אלוקים

אוי הייליגער שבת, לעכטיגער שבת שרייטסעט אלע גיט שבת!
לעצט פארראכטן: י"ב חשון התשע"ג 09:48 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י' חשון התשע"ג 12:10 #13740

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל
  • קאָרמא: 10
דיין פנים שיינט א נחת צוקוקן אויף דיר
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י' חשון התשע"ג 12:21 #13741

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
אוי וויי, כ'האב געמיינט די קענסטו מיר נישט...
דאנק מעומק הלב!

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י' חשון התשע"ג 14:58 #13742

  • WannaBeEhrlich
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
דיין פנים צו ס'שיינט ווייס איך נישט, אמער איך קאן דאך נישט.
אבער דיינע ווערטער לייכטן זיכער אריין האפענונג און חיזוק.

ייש"כ, דער אויבערשטער זאל העלפן אז לשבת הבא כן (אמן וכיה"ר).
ומלאך רע ג"כ בעל כרחו יענה אמן.

א גוט שבת

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י' חשון התשע"ג 16:54 #13743

  • עזות דקדושה
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 250
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
  • קאָרמא: 1
wow איך בין ממש מקנא דיין געשמאק מיט וואס די גייסט צו הייליג צום הייליגען שבת,

הלוואי זאלסטו מיר יעדן וואך קענען אזוי שיין אנווארעמען!!

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"ב חשון התשע"ג 10:41 #13745

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
גוט מארגן טייערע ידידים בני קהלתינו!

דער ערשטער שבת אדורך זייט איך האב מקבל מרות געווען און זיך איינגעשריבן אלס א מעמבער אין אונזער הייליגע קהלה.
נישט גרינג געווען! פאר צוויי סיבות.
פון איין זייט זיצט מען טאקע מער אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער'ליך,
פון די אנדערע זייט: 1) ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט דרייען זיך מענטשן 'שבת'דיג אנגעטוהן', אסאך מער מענטשן ווי דורכ'ן וואך, אויך איז דאך שבת א זמן וואס מ'גריסט זיך מער מיט'ן עולם וכדו', ממילא שמירת עניים איז דאפעלט שווערער ווי דורכ'ן וואך, 2) ווייל כ'האב נישט 'הדא' צו מיין רעכטע האנט, כ'האב נישט דעם חיזוק פון מיינע טייערע חברים, כ'האב אויך נישט דעם חיזוק מיט'ן שרייבן וואס מאכט עס אויטאמאטיש שווערער.

אבער עכ"ז ברוב שבח והודי' להשי"ת, אנחנו מודים לך ומהללים לשם תפארתך אז די האסט מיר אפגעהיטן פון קיין מכשול און כ'האב ווייטער געהאט די זכי' אפצודעיטן מיין טשארט, מיין הארץ זינגט און מיין מויל לויבט מיט פרייד:
היום שבעה ימים שהם שבוע אחד לנקיים
לעצט פארראכטן: י"ב חשון התשע"ג 10:47 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"ב חשון התשע"ג 13:29 #13747

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
יישר כח פארן מיטטיילן די גרויסע נייעס, דו ברענגסט אריין שמחה אין די קהלה.
אפשר קען זיין די בחי' פון די שוועריקייט פון שבת אזוי ווי ששת ימים תעשה מלאכה, זעקס טעג זאלסטו ארבעטן, דהיינו זיין אקטיוו אויף GYE שרייבן פאוסטן וכדו', וביום השביעי שבת וינפש, שבת זאלסטו רוען פון די אלע זאכן, שבת זאלסטו דיך אליין האלטן, בדרך אפשר.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"ב חשון התשע"ג 14:31 #13749

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
קאן זיין... ישר כח פאר די חיזוק

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"ב חשון התשע"ג 14:33 #13750

  • abe11205
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 125
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
  די מאנסט פין מיר איך קען נישט נאכגעבן מיין יצר ווייל וואספארא פנים וועל איך האבען אז וחלקלקות קען אין איך נישט
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 0.95 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא