ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט 15808 באזוכער

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ט ניסן התשע"ג 15:04 #17535

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
דו מאכסט מיר לאכן, פרייליכער

"אוי געוואלד! ווער ווייסט?"...

ס'איז עפעס דורך עטליכע טעג?!? א האלבע טאג איז דורך און מ'זעהט נישט וחלקלקות... אוי גאט... היט מיך...

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ט ניסן התשע"ג 16:03 #17537

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
אלעס האט זיך געלוינט, אבי ארויסציצוען פון דיר א שמייכל 
נאך אזעלכע אנגעצויגענע טעג ווי דו דרייסט דיך דא ארום מיט אן אראפגעלאזטע נאז מעגסטו שוין געבן א שמייכל


נו לאמיר הערן, וויאזוי גייט דיר??

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ט ניסן התשע"ג 17:36 #17543

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
ב"ה, דער אויבערשטער זאל העלפן אויף ווייטער

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 12:00 #17556

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
אייר, דער חודש וואס איז מסוגל צו היילן
נאר צו דיר טאטע וועל איך מיינע פראבלעמען פארציילן
יהי רצון אז דורך דעם וועסטן מיין רפואה צואיילן
הערשט נישט לאנג צוריק האב איך 128 ריינע טעג געקענט ציילן
ריין פון סיי וואסערע דרגא אין שמוץ, נאר אין א רוח קדושה געטוהן וויילן
וואס עס האט דערנאך פאסירט ברויך מען נישט איבערדערציילן
פון מיינע הארץ טיפענישן בעט איך, טוה די מחלה פון מיר אפשיילן
איך וויל נישט אין דעם גרויליגן קרענק מיינע יארן פארוויילן
יעצט אין דעם חודש אייר ווען מיר טוען די ספירה ציילן
ךולנו יחד, זאלסטו - אויף אונז אלע - א רפואה שלימה צואיילן

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 12:08 #17559

  • עבודת הבורא
  • איצטיגע שטרעקע: 1447 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 2706
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל
  • קאָרמא: 10
הערליך
אמן ואמן
דרכיה דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 18:19 #17562

  • WannaBeEhrlich
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
  • קאָרמא: 0
הערליך הערליך שיין און הארציג.
אמן וכיה"ר.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 18:52 #17564

  • חזקלע_למדן
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 500
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 0
אמן זייער שיין.

נאר א שטיקעל הערה'לע.

שרייבסט: נאר צו דיר טאטע וועל איך מיינע פראבלעמען פארציילן

ווי מ'לערנט אין SA איז געזונט עס צו פארציילען אויך צו בשר ודם'ס, און דאס איז א חלק פון די רפואה.

נאך שרייבסטו: וואס עס האט דערנאך פאסירט ברויך מען נישט איבערדערציילן

אפשר נישט איבערדעציילן, אבער זיכער נישט פארגעסען, און אין מח כסדר געדענקען, אז דאס קען פאסירען צו מיר א יעדע רגע, און דערפאר טאר איך נישט האבען אפילו א קליינע שמעק, און כש"כ נישט קיין טרינק פון די ביטערע טראפ. אנדערש ווי א געזונטע מענטש, וואס קען יא פארנעמען אביסל, און דערנאך זיך אפשטעלען, איז אבער ביי אונז אז מ'שמעקט נאר אפילו, פאלען מיר באלד אראפ אינעם טיפן טיפעניש.

שכח נאכאמאל, עס איז הערליך און הארציג.
צדיק, איך האב דיר ליב!
לעצט פארראכטן: ל' ניסן התשע"ג 18:54 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 19:07 #17566

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
זייער שיין וחלקלקות,
נאך א קליינע הערה, דער הייליגער ר"ר אלימלך אין צעטיל קטן זאגט אז מ'זאל זיך אויסרעדן צו איינעם.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 19:22 #17569

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
סארי ברידער, כ'האב געמוזט האבן א "נ"...

יישר כח

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 19:39 #17571

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
איך זיץ אליין אין אפיס אין מיינע מחשובות שוועבן
מיין קאף ליגט אוי'פן טיש אנגעלייגט אויף מיינע ביידע הענט
און מיין פנים איז נאס פון הייסע אידישע טרערן
טרערן פון א וואוילער אינגערמאן וואס וויל זיין געזונט
פארוואס טאטע איך, פאר וואס איז אזוי שווער
פארוואס?!!??!? קען איך נישט??!?
איך וויל וויינען, נאך און נאך
ווייל דאס בארואיגט מיך
איך ווייס אז עס נאר צייטווייליגע בארואיגונגס
אבער עס פילט זיך גוט אויסצווויינען
באשעפער דו מוזט מיר געבן נאך כח
דו מוזט מיר געבן נאך קוראזש
עס גייט מיר אזוי גוט אין אלע שטחים פון לעבן
נאר א דאנק  דיר
מיין לעכטיגע טאטע אין הימל
אבער פארוואס בין איך אזוי ביטער קראנק
פאארוואס??!??!?!?
הייליגער באשעפער איך ווענד מיך נאר צו דיר ווייל וועל איך וויל פיקסן מיין קאמפיוטער
גיי איך אויך נאר צו די קאמפעני וואס עס האט געמאכט
דו האסט מיר באשאפן און נאר דו קענסט מיר העלפן
ווער בין איך??? מיין טאטע, ביטע זאג מיר
ווער בין איך?!?
איך גיב צדקה, איך לערן,, איך דאווען,
איך האב ליעב צו זיין ערליך,
איך האב ליעב ערליכע אידן
איך האב ליעב צו זיין געהויבן,
אבער ווער בין איך?!?!?
אבער ווער בין איך באמת?!?!?
באשעפער איך וויין צו דיר, איך ווין און איך וויין און איך וויין,
ב"ה נישט אזא שלעכטע טאג געווען
אבער פארוואס וויל איך אפילו?!? פארוואס?!?!? פארוואס ווער איך משוגע דערפאר?!?!?
פארוואס מיין טייערער טאטע
פארוואס?!?!?!?!?
האסט מיר געגעבן א שיינע און טייערע פרוי, וואס איז מער-ווי-געטריי צו מיר
איך האב איר אפילו ליעב, באמת, אבער פארוואס ?!?!?
פארוואס טאטע בין איך אזוי אזוי ביטערליך קראנק
אוי ואבוי, ווילאנג וועל איך זיך מוטשען מיט דעם
איך האב שוין געהאט שיינע טעג און וואכן, איך ווייס און איך געדענק פונקטליך ווי גוט עס האט זיך געשפירט
און נאך אלץ וויך איך עס, יוווו יו יו וי
איך ציטער פאר מיין היינט
איך ציטער פאר מיין מארגן
איך ציטער אויף מיין יוגנד
איך ציטער אויף מיין עלטער

באאששעעעפעעעעעערררר עד מתי?!?!??!?!?

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 20:41 #17572

  • Idontknow
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 658
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
  • קאָרמא: 0
איך מיין עס איז שוין געשטאנען דא.אבער ווי האט יענער געזאגט. חזרה שאד נישט


ווען מיר זאלן מיט האלטן א געראנגל פון א לייב מיט א מענטש, וועמען וואלט איר געשאנקן מער סימפאטיע דער מענטש וואס איז בייגעקומען דעם לייב מיט איין שאס פון זיין רעוואלווער, אדער דער וואס האט זיך געראנגלט מיט'ן לייב מיט די בלויזע הענט, און נאך עטליכע מאל וואס ער איז שוין געווען כמעט באזיגט פונעם לייב האט ער זיך ווידער געשטארקט און ענדגילטיג אומגעברענגט דעם לייב? עס איז זיכער אז השי"ת וואלט אונז געקענט באשאפן ווי מלאכים אן קיין שום נסיון, אבער דער שכר און גרויסקייט פון איינעם וואס האט יא א נסיון איז פילפאכיג מער ווי דער וואס האט בכלל נישט קיין שוועריגקייטן דאס בייצוקומען.



רב הוטנער האט אמאל געשריבן א בריוו צו א בחור וואס האט זיך צו אים אפגערעדט איבער זיינע שווערע נסיונות: שלמה המלך זאגט אין משלי (כד טז) "שבע יפול צדיק וקם" – זיבן מאל פאלט דער צדיק ביז ער הייבט זיך אויף. איז רב הוטנער מסביר עס מיינט נישט צוזאגן אז א צדיק טראץ וואס ער איז שוין געפאלן זיבן מאל הייבט ער זיך נאך אלץ אויף, עס מיינט צו זאגן אז דורכ'ן זיך אויפהייבן זיבן מאל פון א דורכפאל אזוי ווערט מען א צדיק. די וואס זענען דורכגעפאלן עטליכע מאל האבן פיל גרעסערע שאנסן צו אנקומען גאר הויעך, אויב שטארק מען זיך און מען דערלאזט נישט אז די נסיונות און דוכפעלער זאלן דאמינירן ווייטער דעם עתיד.




פון לא יכרע
אם תקום עלי מלחמה בזאת אני בוטח

כ'האב געהערט נאכזאגן א שיינע פשט פון הר"ר יוסף חיים גרינוואלד, כ'ווייס נישט פון וועם ער האט עס נאכגעזאגט. ער איז עס מסביר מיט א משל, צו צוויי אידן וועלעכע זענען אדורעך געפארן א וואלד, איינער איז געווען א גביר אדיר ער האט געטראגן מיט זיך געלט און גאלד און אבנים טובים ומרגליות, און א גאנצע וועג אריבער דעם וואלד האט עם געציטערט דאס הארץ, אז ווער ווייסט צו ס'נישט באהאלטן קיין רויבער'ס וואס ווילן עם צו נעמען זיין פארמעגן, נאר נאכדעם וואס ער איז אדורעך דעם וואלד בשלום האט ער אפגעאטעמט ב"ה מ'איז אנגעקומען צום ציל, דער צווייטער איז אבער געווען אן עני ואביון ער האט קוים געהאט לחם לאכול, און ווען ער איז אדורעך דעם וואלד איז ער עס אדורעך זייער רוהיגערהייט, ער האט נישט מורא געהאט אז איינער וועט עם באפאלן, ווייל ער האט געוואוסט אז ער האט נישט וואס מ'זאל עם צו נעמען.

וועט דען זיין איינער א נאר און זאגן אז דער גביר וועט מקנא זיין דעם ארימאן, ווייל ער פארט זיך אדורעך דעם וואלד אזוי רוהיג? ער איז זייער רוהיג ווייל ער פארמאגט גארנישט.

די זעלבע איז מיט אונז אידישע קינדער, מיר פארן אדורעך אויף דעם וועלט פיל מיט נסיונות, מ'ציטערט יעדע רגע אז ס'זאל נישט עפעס פאסירן, אז מ'זאל אונז נישט באפאלן און אונז צונעמען אלעס וואס מיר פארמאגן, פון די אנדערע זייט זענען די אומות העולם, זיי זענען זייער רוהיג, זיי האבן גארנישט מורא, ווייל זיי האבן נישט וואס מ'זאל זיי צו נעמען.

דאס טייטשט ער אריין און פסוק "אם תקום עלי מלחמה", אז איך זעה אז איך האב א מלחמה, א מלחמת היצר. פיל מיט נסיונות, "בזאת אני בוטח", פון דעם זעה איך אז איך פארמאג עפעס, אז איך האב מורא אז מ'זאל עס מיר נישט צו נעמען. ודפח"ח.
איך ווייס נישט פון וועם ער האט דאס נאכגעזאגט אבער איך האב דאס געזען - אן דעם משל - אין ספר ישמח ישראל, ער איז מחזק דעם איד אז ווען א איד טראכט ער איז שוין פארפאלן זאל ער קוקן אז אויב דער יצה"ר זיכט אים נאך מכשיל צו זיין איז א סימן אז ער האט נאך א תקוה, ווייל ווען נישט וואלט זיך דער יצר נישט מטפל געווען מיט אים, אם תקום עלי מלחמה - פונעם יצר - בזאת אני בוטח אז איך האב נאך א תקוה.

אידעלעך לאמיר זיך מחזק זיין

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ל' ניסן התשע"ג 23:19 #17573

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
איך האף טייערע וחלקלקות אז דו וועסט דיך טאקע אביסל מחזק זיין פון די טייערע דיבורים וואס חברינו היקר Idontknow האט דא צוגעברענגט.
חזק  ואמץ אל תירא ואל תחת!!!

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט א' אייר התשע"ג 01:35 #17574

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 0
א פאר ווערטער פאר מיין חשובער חבר וחקלקות שליט"א

וואס האט פאסירט מיט דיר?
דו ביסט דאך געווען א קוואל מיט חיזוק פאר די גאנצע קהלה, איך פרעזענדליך בין נתפעל געווארן פון דיין געלונגע שרייבן. פיל מיט פערל ווערטער פיל מיט ידיעות, חסידות וכו' וכו' אדרבא כאפ א בליק אויף צוריק SEE YOUR OWN WORDS

ר' מיילך פארציילט
ווען ציונית האט זיך געגרינדערט איז געווען אין ירושלים א גרופע "נושרים" היימישע אידן וואס זענען ליידער אוועק געפאלן רח"ל, האט ר' שלאמקע זווילער געלאזט ריפען איינער פון זיי, מ'האט אים אבער געזאגט רבי ס'איז א שאד מ'האט שוין אלעס  פרבורט מיט דעם חברה מאן, אבער ער האט דוקה געוואלט רעדן מיט אים.
האט ער אים געזאגט אזוי: ווען דו האסט א ניסיון, שטיפ עס אפ ווי מער, "ווייל אפילו ח"ו דו פאלסט דורך". יעדע מינוט וואס מ'שלאגט זיך מיטן יצר האט דער אייבישטער א געוואלדיגע הנאה און נחת רוח.
פירט ר' אלימלך אויס און היינט איז דער איד מיקירי קרתא דירושלים......

יעדער מענטש האט שווערקייטן און לעבן, ווער נאך אזויווי אונז ווייסן, אז אפילו פון דרויסן קוקט אלעס אויס גוט, ווייס מען נישט וואס טוט זיך פון אינעווייניג.
זאגסט דאך אז ס'גייט דיר ב"ה גוט אויסער דעם, נא פריי דיך אז דו האסט נאר די פארבלעם, וואס מיר וויסן זיכער אז מ'קען העלפן והא ראיה 128 ריינע טעג
לאמיר זיך אלע מחזק זיין
כל העולם כולו גשר צר מאד והעיקר שלא לפחד כלל
קום צוריק מיין טייערער חבר
לעצט פארראכטן: א' אייר התשע"ג 02:22 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט א' אייר התשע"ג 10:37 #17581

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח idontknow
הערליך און טייערע ווערטער!

יישר כח פרייליכער.

און היימישער איד א יישר כח, און דאס וואס דו שרייבסט "קום צוריק מיין טייערער חבר" איך בין דא, איך בין בכלל נישט אוועקגעלאפן, איך האב זיך נאר שטארק אויסגעוויינט, און בשעתו אביסל אראפגעשריבן מיינע געפילן.

און כ'האב אנגעהויבן די וואך די 12 סטעפס טעלעפאן קאךס, אבער עס האט זיך א פרישע מניעה דאס אנצוהאלטן, כ'האף אז ס'איז נאר צייטווייליג.

ה' יעזור.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ז אייר התשע"ג 14:38 #17979

  • היימישער איד
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 323
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
  • קאָרמא: 0
וואס גייט דא פאר אידן?
דער עולם כאפט א לאנגן דרימעל???

ס'איז אזוי שטיל און טריקן דא..... אז איך איך לייג מיר שוין אויך שלאפן באלד

יעדע ווארט וואס מ'שרייבט טוט אויף גדולות ונצורות, נו... עם ישראל חזקו ואמצו
וועקט אייך זיסע ברידער!!!

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ז אייר התשע"ג 21:17 #17990

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1

ס'איז אזוי שטיל און טריקן דא..... אז איך איך לייג מיר שוין אויך שלאפן באלד


חלילה אזוי צו טראכטן!

פונקט פארקערט אז יעדער שלאפט זיי דו דער איינציגסטער וואס איז אויף! סאך מער היראו...

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ח אייר התשע"ג 15:48 #18003

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
וחלקלק דאס איז גוט פאר א דזשאק.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ח אייר התשע"ג 17:09 #18005

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
נישט אוועקצומאכן 

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ח אייר התשע"ג 18:14 #18009

  • בעל תשובה
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1776
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
  • קאָרמא: 1
HAVE A GREAT DAY FRIENDS

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ח אייר התשע"ג 18:16 #18010

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
אה אה צוביסלעך קומען אונזערע חברים צוריק

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ט אייר התשע"ג 09:00 #18015

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ג' תמוז התשע"ג 03:11 #18287

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
ביקור אחרון: יוני 03, 2013, 05:17:27 PM


טייערע ברודער אוואו געפינט איר זיך??

מורי ורבותי!!! ווער עס האט א ידועה איבער אונזער טייערער מיטגליד וחלקלקות, זאל מוחל זיין און דאס איינמעלדן פאר די אינסטאנצן.

עס מאכט זיך אמאל עס לאזט זיך אראפ שווארצע וואלקענעס, עס בלאזן שטורעמישע ווינטן, אבער מיר דארפן שטיין פעסט און זיך נישט לאזן אומווארפן,
און אויב חלילה מיר זענען יא אומגעפאלן, נישט בלייבן ליגן דארט ווייל מ'קען חלילה צוטרעטן ווערן, זיך אויפהייבן און שנעל גיין ווייטער.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ג' תמוז התשע"ג 12:22 #18293

  • בידו אפקיד רוחי
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • !!Don't Worry
  • מעלדונגען: 1026
  • האט שוין געלייקט: 64 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל
  • קאָרמא: 5
פרייליכער,
דו ביסט נישט קיין יחיד מיט דיינע זארגן די ברענגסט ארויס וואס דריקט אונז אלע אויפן הארץ
מיר ווארטן אויף גוטע בשורות

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ג' תמוז התשע"ג 14:49 #18296

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
געוואלד!!! געוואלד!!! געוואלד!!! איכה??

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט' תמוז התשע"ג 08:14 #18319

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
טייערע חברים און קאלעגן
יישר כח פאר'ן זיך כסדר נאכפרעגן
די אחדות דא האט געמאכט אין הימל
א רעש א טימל
האט מען מיר געהאלפן
און א הילף-פעקל אראפגעווארפן
א זעקעלע פרישע בגדים אנצוטון
א תהלימ'ל מיט אביסל מעדעצין
איך זאל קענען אנהייבן פונדאסניי
און פון מיין מחלה ווערן פריי.
לעצט פארראכטן: ט' תמוז התשע"ג 11:48 דורך .

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י' תמוז התשע"ג 20:41 #18338

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
מיר זענען זייער נייגעריגע מענטשן, אפשר קענסטו אונז מיטטיילן אביסל מער פון וואס דו רעדסט?
אויב ס'איז מעגליך, און אז נישט איז נישט.
סיי וויאזוי זאלסטו האבן אסאך הצלחה.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"א תמוז התשע"ג 11:51 #18342

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
נייגעריקייט היא מידה גרועה מאוד...

ס'איז מעגליך אבער בכלל נישט וויכטיג.

אמן און יישר כח.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"א תמוז התשע"ג 13:16 #18346

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
  • קאָרמא: 2
גע'פועל'ט

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"א תמוז התשע"ג 15:55 #18350

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
יישר כח.

טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ו תמוז התשע"ג 12:00 #18467

  • ערליכער יוד
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
  • קאָרמא: 0
טייערע וחלקלקות און אלע אונזערע חבירים ביטע שרייב און "משמומר פילטער " אשכול דיין מיינונג דערויף

יישר כח

ענטפער: טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"ד אדר התשע"ו 15:11 #244160

  • וחלקלקות
  • איצטיגע שטרעקע: 151 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3230
  • האט שוין געלייקט: 2 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
  • קאָרמא: 1
wow,
איבערגעליינט...
טיף איבערגענומען...
געווען אמאל א וועלט...

ענטפער: טעמע: פתחו לי פתח כחודו של מחט י"ד אדר התשע"ו 23:20 #244164

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
 איך לייען און וויין, איך לייען און וויין דיין טרעד, חלקלקות עס מאכט מיר אזוי דיפרעסט איך בין היבש ניי נאך דא, איך האב געמיינט אז איך האב געטראפן א ישועה ,אבער איך זעה ווי שווער עס איז זיך צו האלטן ,עס גייט א דארך א ציטער אין מיינע ביינער צו איך גיי מיך טרעפן דארט, הייליגע טאטע העלף אונז

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט"ו אדר התשע"ו 12:26 #244168

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 707 מאל
  • קאָרמא: 10
נא... וואס איז מיר דיר? ס'איז חודש אדר... מ'טאר נישט זיין דיפרעס"ט... 

ס'איז נישטא פארוואס צו ווערן מיואש, ווייל די תורה הקדושה איז מבטיח: לשכנו תדרשו, ובאת שמה! אז מ'טוט, וועט מען אנקומען בעזר השם. דאס איז א הבטחה פון די תורה. כאטש די מלחמה איז צומאל שווער, און די יצר הרע איז זייער שטארק, ער איז א מלאך, און כאטש מיר האבן זיך שוין אסאך נאכגעגעבן, וואס דאס פארשווערט די מלחמה, דאך זאגט די תורה אז דו זאלסט נישט מורא האבן, אל תירא מהם! ווייל דער באשעפער וועט העלפן אז ונתנו ה' אלקיך בידך, ושבית שביו.

מען קען האבן תועלת פון די פארום אויף צוויי אופנים. איין וועג איז פשוט, זיך מחזק זיין, דורכשטיפן נאך א טאג און נאך א טאג, מ'האלט זיך אביסל אונטער, מ'איז זיך מחזק איינער דער אנדערע וכו', אבער די תועלת וואס מען קען ארויסנעמען פון די פארום קען זיין אסאך מער עפעקטיוו. מען קען ניצן די פארום זיך צו בויען, און ווערן א אנדערע מענטש. מען קען זיך איינקויפן די שטארקייט און קלארקייט צו קענען טראגן די שוועריקייטן אין לעבן, אפי' אויב מען האט גראדע יעצט נישט קיין צוטריט צום פארום, ווייל דו האסט זיך שוין אוועקגעשטעלט, און דו ביסט קלאר געווארן, וואס די ציל איז און וואס דו האסט צו טוהן למעשה ווען עס קומט אונטער א נסיון.

די ציל איז נישט נאר צו טרעפן א פרטית'דיגע עצה אויף א געוויסע פראבלעם. מיר דארפן ווערן אוועקגעשטעלט. יעצט זענען מיר נאך אויף א ראלאר קאוסטער, ס'פארט א באן... עליות און ירידות, איין טאג אזוי, איין טאג אזוי, אונז ווערן געפירט פון די מוד"ס... וואס די מו"ד הייסט, גייען מיר אים נאך מיט כצאן לטבח. אונזער ענטגילטיגע ציל איז צו ווערן פעסטע אוועקגעשטעלטע מענטשן, וויסן וואס מיר האבן צו טוהן, און נישט ווערן אוועקגעשלעפט פון יעדע קלייניקייט. דאן פאלן אלע פראבלעמען אוועק.

די ערשטע זאך וואס צו קונה זיין, איז די קלארקייט.
1) ארויס האבן די קלארע בילד, פארשטיין וואס גייט פאר מיט מיר.
2) וויסן מיט א קלארקייט וואס מיין אויפגאבע איז.
3) וויסן איך האב די יכולת עס אויסצופירן.
4) אננעמען און זיך פרייען מיט די תפקיד וואס דער באשעפער האט ארויפגעשטעלט אויף אונז. 

נאכדעם איז דא עצות און קלארקייט, וויאזוי אויסצופירן למעשה. לדוגמא, מאדן די ריכטיגע גדרים וסייגים, איין טאג אויפאמאל, ניצן די כח הדיבור, אחרי הפעולות נמשכות הלבבות, רעדן צום אייבערשטען, טוהן אלעס אין דער וועלט צו זיין בשמחה, האבן געדולד, סובל זיין די אומבאקוועמליכקייט פון האבן א תאוה, די וועג וויאזוי צו מסיח דעת זיין וכו' 

אבער, די ציל פון דאס אלעס איז נישט נאר דורצושטיפן נאך א טאג... נאר זיך צו בויען, און ווערן א אנדערע מענטש, אנהייבן לעבן!!! ווען מען לייגט אריין ארבייט אין זיך, ווערט מען צוביסלעך געטוישט, און מען ווערט שטערקער און מער אוועקגעשטעלט און מען ווערט שוין נישט פארלוירן פון יעדע קליינע תאוה'לע וואס צינד זיך אן אין הארץ, ווייל איך בין קלאר, און איך ווייס וואס איך האב צוטוהן, און איך האב מיך שוין צוגעוואונט צו טוהן, און מ'טוט...

אין איין ווארט: געלעבט!

אידישקייט, תורה, תפלה, חסד, ביזנעס, פרנסה, שטוב, קינדער, חברים, משפחה, שמחות, וכו' וכו' (נייעס, פארברענגן,) ... א געשמאקע לעבן!

דאס איז די ציל.

פארשטייט זיך אז עס פארלאנגט זיך פארדעם ארבייט, און צומאל איז די ארבייט שווער, אבער טוה און טוה, וועסטו אנקומען! ס'לוינט זיך די אינוועסטמענט. ס'איז שווערער צו לעבן די גאנצע לעבן ווי א קעצעלע, ווי די ארבייט וואס מען דארף אריינלייגן צו ווערן א מענטש!!

חזק ואמץ!
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט"ו אדר התשע"ו 13:47 #244169

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 189
  • האט שוין געלייקט: 394 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
  • קאָרמא: 1
קטן,
פּתח פּיך לאמיר הערן פין דיר נאך גיטע זאכן 
לעצט פארראכטן: ט"ו אדר התשע"ו 13:48 דורך אויגן גלעזער.

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט"ו אדר התשע"ו 16:29 #244170

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 382
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 266 מאל
  • קאָרמא: 18
welcome back פונקט געקומען אין צייט
איך דאנק דיר

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט"ז אדר התשע"ו 08:50 #244171

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 2035 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 335
  • האט שוין געלייקט: 69 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 425 מאל
  • קאָרמא: 8
ישר כח הרב קטן שנולד פאר דיינע ווערטער, איי איי, כמים קרים על נפש עייפה.

דאס איז דער שורש, נאכדעם וואס מען הערט אויף טוהן פון די מעשים אשר לא יעשו דארף מען האבן עפעס אין זיך, מען דארף זיך "בויען", עס איז ווייט נישט געניג אויב מען האט ריינע טעג, מען דארף ווערן א ריינער מענטש, און מיט ריינקייט מיין איך טאקע "קלארקייט". מיר האבן זיך אלע יארן געפאפט, געפאפט יענעם און נאך מער זיך אליין, און מיר דארף זיך אליין אויסקלארן.

אויב איינער איז ריין און ער מוטשעט זיך יעדען טאג און ער טוט נישט קיין פעולות זיך אויפצובויען אינערליך איז דא גרויסע שאנסן אויף איינע פון די צוויי: אדער וועט ער עס פארלירן איין טאג רח"ל אדער וועט ער זיין א שרעקליכער דעפרעסטער מענטש וואס איז געפערליך א סכנה פארן לעבן.

עבדו את ה' בשמחה, דאס איז עבודת ה', זיך צו היילן פון די ביטערע אדיקשאן איז א געהעריגע עבדות פאר הקב"ה, דאס גייט אריין אין כמה וכמה מצות, ונשמרתם מאוד לנפשותכים איז איינע פון די. מען דארף זיין אויפגעלייגט, נאר קען מען דען זיין אלץ אויפגעלייגט? איין טאג איז מען אזוי און איין טאג אזוי, פאר דעם דארף מען טוען די "פעולות" אז מען זאל האבן אין זיך עפעס, זיך בויען פון אינעווייניג און אנקומען צו זיין בשמחה תמיד.

זייט מיר אלע געזונט און סאבער.

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט ט"ז אדר התשע"ו 10:34 #244174

  • אויגן גלעזער
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 189
  • האט שוין געלייקט: 394 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 230 מאל
  • קאָרמא: 1
מ'הערט דא שטארקע זאכן בּ'ה

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ז אדר התשע"ו 17:51 #244228

  • לבי ובשרי
  • איצטיגע שטרעקע: 578 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 53
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל
  • קאָרמא: 0
רבותי וואס שלאפט איר?
נו! אויפשטיין

ענטפער: פתחו לי פתח כחודו של מחט כ"ב אייר התשפ"א 12:10 #272198

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 428 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 242
  • האט שוין געלייקט: 298 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל
  • קאָרמא: 12

כ'האב היינט זיך בס"ד אנגעשטויסן אין דעם טרעד, ס'איז מלא וגדיש מיט חיזוק און גוטע ווערטער.
מיטן אויבערשטענס הילף האב איך געקענט העלפן א חבר פריוואט מיט א נקודה וואס ווערט דא געברענגט, איך דאנק דיר אויבערשטער פארן מיר גיבן די שליחות.

איך וויל נאר קוואוטן איין תגובה וואס עבודת הבורא האט בשעתו געשריבן א ריזיגע חיזוק.
כ'זאג ענק ליבער חבירים, גייטס דורך דעם גאנצן טרעד, ס'וועט אייך גאר שטארק מחזק זיין.


עבודת_הבורא געשריבן on כ"א אדר התשע"ג 18:09:
דער בעל הסולם ז"ל זאגט א הערליכער משל אויף דעם ענין:

א קעניג האט אמאל געהאט א גוטן חבר א שרעקליכער ארימאן וועמען ער האט נישט געזען פאר לאנגע יארן. ווען דער חבר איז ענדליך געקומען אין שטאט, איז דער קעניג געווען זייער פרייליך אים צו זען און ער האט באפוילן אז מען זאל עפענען די אוצרות המלך פאר א שעה צייט און זיין גוטער פריינט זאל נעמען גאלד און געלט וויפיל ער עספיעט. מען האט דעם פריינט געברענגט אין אוצר און אים געגעבן א זאק אין וואס ער זאל אריינלייגן דאס געלט. דער ארימאן האט אנגעפילט זיין זאק מיט גאלדענע מטבעוות ביז דער זאק האט נישט געקענט דערהאלטן מער.

פול מיט שמחה און גליק האט דער ארימאן אנגעהויבן פארלאזן דעם אוצר, אבער ווען ער איז אנגעקומען צום טויער האבן די וועכטער א שטויס געטאן דעם זאק און אלע מטבעות האבן זיך צעשפרייט אויף דער ערד. דער מאן איז געווארן אביסל אנטוישט, אבער קוקענדיג אויפן זייגער האט ער באמערקט אז ער האט נאך צייט, די שעה איז נאכנישט אויסגעלאפן איז ער שנעל צוריק געלאפן צום אוצר און אנגעהויבן נאכאמאל אנפילן די זאק מיט מטבעות. ווען ער איז פארטיג געווארן האט ער ווידער פרובירט ארויסצוגיין מיט'ן זאק, און די וועכטער האבן ווידער געשטויסן דעם זאק און אלע מטבעות האבן זיך אויסגעגאסן.

דער מענטש האט זיך נישט פארלוירן, ער האט נאך געהאט אביסל צייט איז ער שנעל צוריק געלאפן און אנגעפילט דעם זאק, און ווידער פרובירט זיין מזל. אזוי האט זיך דאס איבערגעשפילט עטליכע מאל, די וועכטער האבן כסדר אויסגעגאסן וואס ער האט אנגעזאמלט און ער האט עס ווידער אנגעפילט. ביז א גאנצע שעה איז דורכגעלאפן, און די וועכטער האבן אים ארויסגעפירט פון אוצר מיט'ן זאק האלב אנגעפילט.

אנקומענדיג אינדרויסן באמערקט ער א וואגן איז אנגעפולט מיט גאלדענע מטבעות. שטייענדיג דארט פארוואונדערט, באמערקט ער ווי דער קעניג אליין קומט אים אקעגן מיט א ברייטן שמייכל און זאגט אים: דער וואגן פול מיט גאלדענע מטבעות דאס איז דיין. און דער קעניג האט אים ערקלערט אז ער האט באפוילן די וועכטער זיי זאלן נאכאנאנד אויסליידיגן דעם זאק, אזוי אז דער ארימאן זאל קענען באווייזן צו צוזאמקלויבן אסאך מטבעות אין די איינע שעה.

דער נמשל איז קלאר. אפילו אויב מיר פאלן דורך און עס שפירט זיך ווי מיר האבן אלעס פארלוירן און מיר דארפן ווידעראמאל אנהויבן פון אנהויב, דארפן מיר וויסן אז השי"ת האט אויסגעליידיגט אונזערע באגאזשן כדי מיר זאלן דאס נאכאמאל אנפילן מיט מער און גרעסערע עררייכונג; אבער אונזער פארדינסטן פון ביז איצט איז נישט פארלוירן געגאנגען, עס איז אוועקגעלייגט אין אונזער קאנטע און עס בלייבט פאר אונז לעתיד לבא.

דעריבער אויב דו האסט זיך אפגעהיטן פאר א שטיק צייט און דערנאך האט זיך געמאכט א דורכפאל, ווער נישט צובראכן, גלייב אז השי"ת האט געהאט א גרויסן נחת רוח פון דיין הצלחה, און אצינד וויל ער דיר זען שטייגן אויף א העכערע דרגה, און דערפאר האט ער דיר געגעבן דעם נסיון אפילו ער האט געוואוסט אז דו גייסט דורכפאלן, ווייל ער וויל זען וויאזוי דו שטארקסט זיך דערנאך. און דוקא דורך זיך אויפהייבן און באנייען די התגברות פון אנהייב דאס וועט שטארקען אונזער קשר צו השי"ת שטערקער און נענטער ווי ביז איצט.

אנשטאט ווערן געפאלן ביי זיך נאך א דורכפאל, לאמיר צוריק קוקען וויפיל מאל מיר האבן יא זיך מתגבר געווען וויפיל מאל מיר האבן געזאגט דעם "ניין" פאר'ן יצר הרע בעפאר ער האט באוויזן איינמאל אונז צו געווינען. לאמיר איבערציילן די צענדליגער, אויב נישט הונדערטער מאל, דורכאויס די פארלאפענע צייט וואס מיר האבן זיך געהאלטן ריין, און מיר האבן אים נישט געלאזט געוואונען! מיר האבן זיכער די אויבערהאנט אין די מלחמה, מיר האבן אים באזיגט פיל מער ווי ער האט אונז.

דער שטן וויל אונז בלויז מאכן שפירן שלעכט ווייל ער וויל מיר זאלן ווייטער פאלן נאך מער; לאמיר זיך נישט לאזן פון אים און זיך קאנצערטירן אויף דעם גאנצן בילד וואס איז אזוי שיין פון אונזערע נצחונות. אפילו מיר האבן אצינד פארלוירן דעם געפעכט, אבער אלעס אינאיינעם האבן מיר געוואונען דעם קריג און מיר שטארקן זיך ווייטער אויף אים. לאמיר אויסדרוקן עקסטאז אויף די אלע הצלחות וואס מיר האבן געהאט און זיך תיכף צוריק אויפהייבן און שטיין גרייט מיט א פעסטקייט קעגן דעם קומענדיגע נסיון וואס מיר וועלן בעזרת השם ווידער מנצח זיין.
פרקי אבות די וואך, א ריזיגע חיזוק פונעם הייליגן עבודת ישראל זי"ע, קליקט די לינק
אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 1.10 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא