ברוכים הבאים, גאסט

הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ
(0 באזוכער) 
  • בלאט:
  • 1

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ 924 באזוכער

הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ כ"ב אלול התשע"ג 13:19 #18905

  • himeshayid
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 324
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
די הייליגע טעג איז שוין ביי די טיר, וואלט אפשר געווען כדי זיך דורך שמועסן ווי אזוי די געפילן איז אין די טעג.

ביי מיר איז דאס געווען זייער שווערע צייטן. ווען מ'זיצט און שול אין אזאנע דערהויבענע מאמענטן און מ'טראכט אביסל ווי אזוי די יאר איז דורך
ווי שווער ס'איז געווען וויפל מ'האט זיך געמוטשעט, ס'כאפט פשוט אן א ציטער. מ'בעט און האפט אז דאס קומענדיגע יאר וועט זיין "ה"שנה ....אזוי גייט דורך יאר נאך יאר.

ב"ה אז ס'איז געווען א שטארקע שינו לטובה ביי מיר דאס יאר. מ'גייט אויפן בארג ארויף ס'נאך דא א געוואלד מיט ארבעט, אבער ס'איז קלאר אין גאנצן אנדערש ווי ביז איצטער

ס'וואלט געווען א דבר נכון אויב דער עולם קען מיטיילן די הרגשים פון די הייליגע טעג 

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדו כ"ב אלול התשע"ג 18:27 #18910

  • WannaBeEhrlich
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל
געווען אמאל א פחד הדין וועלכע מיין מח האט -ווי ביי אסאך אנדערע- אינטערפרעטעד אלץ א שטארקע פרעשור.

ב"ה היינט גיימיר צו דערצו מיט א פחד ובושת פנים צילוב דעם פארשמירטן דורכגעלאפענעם יאר, אבער גלייכצייטיג מיט א שמחה אויף די געלעגנהייט זיך אביסל אפצושאקלען פון די שטויב און אביסעלע התקרבות צו טאטן אין הימל.
מ'האף מיר נאר צו קענען האבן לכה"פ כאטש איין אמת'ע ערנסטע תפילה במשך די ימים נוראים, זיך צו קענען אויסשמועסן מיט'ן טאטן אויפ'ן עבר, זיך איבערבעטן, און בעטן זיין ווייטערדיגע שטענדיגע הילף אויפ'ן עתיד.

און ווי היימישער האט געשריבן, געווען ביי מיר אויך א שינוי לטובה ב"ה, נאך דא א וועג צו גיין, אבער מ'האף מיר אויף א קומענדיגע יאר ריין און זויבער בתכלית. כיה"ר.

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדו כ"ז אלול התשע"ד 22:40 #29757

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
איך מיין אז ס'איז אקטועל אצינד די נושא

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדו כ"ח אלול התשע"ד 16:17 #29779

  • א צובראכענע איד
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
שלום עליכם WannaBeEhrlich
שוין זייער זייער זייער זייער לאנג נישט געזען דיך דא....

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדו ו' תשרי התשע"ה 09:26 #29839

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
דאס יאר האב איך אנדערע געפיהלן ווי אלע פריערדיגע יארן....
ביז היינט בין איך אנגעקומען מיט גרויס פחד אז איך בין אזא פארשמירטע נשמה, ווער ווייסט פאר וואס זאל מיך אפילו דער אויבערשטער שענקן ווידער א גוט יאר נאך אזויפיהל עבירות.....
היי יאר איז עס געווען מיט מער אהבה, איך האב געדאנקט דעם אויבערשטן א ער האט מיר אנדעקט אז איך בין ליידער מקראנק און איך זינדיג נישט מתוך רצון נאר בכפיית חולי, און ער האט מיך געברענגט אהער צו דעם הייליגן קרי' ווי פון דא וועל איך צוביסלעך אריבער קריכן דעם שמאן בריק, און מיטטשלעפן נאך אסאך פון אונזערער גוטע חברים דא....
אבער איך האב אויך שטארק מתפלל געווען אז דער אויבערשטער זאל מיר מוחל זיין.... און ער זאל מיך טאקע העלפן טרעפן דעם וועג ארויס!!!

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדו ו' תשרי התשע"ה 09:29 #29841

  • אז תתחזק
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
אסאך ענדליך
אבער נישט אזוי שטארק
זעהט איך דארף מאכן פון דעם שמייכעל אגאנצע שמחה
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

טעמע: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדו ו' תשרי התשע"ה 11:22 #29857

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
מיט שמחה דערגרייכט מען גאר ווייט...

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ ט' אלול התשע"ח 02:00 #250253

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל

איך ברענג דאס ארויף צום אויבן אן. לקראת ראש השנה תשע״ט הבעל״ט

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ ט' אלול התשע"ח 13:43 #250272

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

קוקענדיג אויף די דעיט"ס וואס די מעסעדזשעס זענען געשריבן זעהט אויס ווי יעדעס יאר קומט פאר א אומגעלונגענע פרואוו דורך איינעם אדער צוויי ארויפצוברענגען דעי אשכול אויפן אויבערפלאך אבער ס'ארבעט זיך עפעס נישט אויס קיינמאל.
ווער ווייסט? אפשר די יאר וועט עס יא געלונגען?

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ ט' אלול התשע"ח 16:16 #250285

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 277
  • האט שוין געלייקט: 718 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 411 מאל

ס'איז שוין זייער נידריג לאמיר פרוביר'ן עס ארויף צישלעפן

ס'געווען שווער אבער ביי די ענד איז עס ארויף אויף'ן אויבער פלאך

סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ י"א אלול התשע"ח 00:50 #250327

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל

לול...

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ י"ב אלול התשע"ח 20:06 #250382

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

לעמוד למשמרת לייג איך דא א לינק צו צוויי פאוסטס וואס האבן א שייכות צום יום הדין.
זיי זענען נאך פריש אבער זאלן זיי דא ליגן אויף די קומענדיגע יארן ווען נטע העט פראבירן נאכאמאל ארויפצוברענגען די אשכול. משיח זאל פריער דא זיין.
איינס
און
נאכאיינס

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ י"ז אלול התשע"ח 16:13 #250492

  • פּרובירט
  • איצטיגע שטרעקע: 201 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 277
  • האט שוין געלייקט: 718 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 411 מאל
פראביר נאכאמאל געשריבן on ה' תשרי התשע"ז 09:18:
א גוטן טייערע חברים
קודם כל וויל איך ווינטשען א גוט געבענטש יאר אין געפוילט אלץ גוטס.
היי יאר האט זיך אנדערש געדאווענט ווי אלע יארן, עס איז נישט געווען אבי געלאסט טרערן אין א טאג דערויף צוריק צום אלטן, נאר מיטן אייבערשטנס הילף בין איך שוין ריין קרוב צו צוואנציג טעג, 
נאר אויכט עפעס מער פין דעם, מ׳זאגט ביים דאווענען זכרנו ‏לחיים מלך ‏חפץ בחיים, מיט א משל, געווען אמאל א איד וואס האט זיך אנגעבארגט הלוואות פין האלבן שטאט אין ווען עס איז געקומען צו באצאלן איז נישט געווען צו וועם צו רעדן די בעל חוב שרייט אין לי איך האב נישט, 
אקיצר, די איד איז געווען א חכם אין ער זעצט צאם די גאנצע עולם אויף א מיטינג אין ער זאגט זיי, הער מיך צו טייערע אידן איך קען אייך נישט אלע באצאלן יעצט פין די ביסל וואס עס איז מיר געבליבן צו לעבן אין אויב יעדער וועט כאפן וועט אפשר איינער ווערן באצאלט דו איבריגע וועט פאר זיי גארנישט איבערבלייבן, לאמיר מאכן א דיעל געבץ מיר נאך א טשאנס צו פריש עפענען מיין ביזנעס אין איך וועל מאכן א פאר טאלער אין אזוי וועל איך אייך קענען אלע באצאלן, טוטס עס פאר ענקער וועגן.
נעעע שרייט די גאנצע עולם, די וועסט אונז נאכאמאל אנזעצן פארוואס זאלן מיר דיר טראסטן יעצט? 
איין מינוט זאגט די בעל חוב לאמיר ענדעגן רעדן, הערטס, ביז יעצט האב איך געפירט מיין ביזנעס אליין כ׳האב זיך מיט קיינעם דורך גערעהט איז וועגן דעם קוק אזוי אויס, אבער פין היינט וועל איך הייערען א קאמפעני וואס וועט מיט באגלייטן טריט אין שריט אז דאס זאל נישט געשען נאכאמאל, אין פארשטייט זיך אז די עולם האט מסכים געווען.
לעניננו, איז האמיר זיך אנגעבארגט א גאנץ יאר פינעם ריבונו של עולם אין ראש השנה איז די זמן הפרעון, ס׳ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן וויאזוי תשע״ו האט אוסגעקוקט, באין מליץ יושר, 
זאג איך פארן באשעפער, וואס עסטע האבן פין מיר נישט געבן א גוט יאר? וועסטו אזוי ווערן באצאלט? לאמיר מאכן א דיעל געב מיר א גוט געבענטש יאר אין אזוי וועל איך דיר צוריק באצאלן, דאס טייטש זכרנו לחיים געב אונז א גוט יאר למענך אלקים, טו עס פאר דיינעט וועגן אז די זאלסט באקומען צום סוף באצאלט.
איי וועסטו פרעגן כ׳האב דיר אזוי געזאגט פאריאר אין פאר צוויי פארוואס זאל איך דיר עפעס יעצט טראסטן? 
וויל איך דיר זאגן טאטע, ביז היינט האב איך געסטראגלט אליינס קיינער האט נישט געוויסט אבער דאס יאר האב איך ״היט דיינע אויגן״ אויף הילף אויף יעדן שריט אין האפנטלעך וועט מיר דאס העלפן אויף אייביג.
זאל ער אונז שוין געבן טאקע א גוטע זיסע יאר מיט קדושה וטהרה.




גענומען פון דא
סאיז נישט דא קיין נעכטען,  סאיז נישט דא קיין  מארגען,
סאיז נאר דא א ביסעלע יעצט, וואז'שע  דארף מען זארגען,
https://drive.google.com/file/d/1kbjaMu9xqZlt14NUut00rZl4v8_MDp7d/preview
לעצט פארראכטן: י"ז אלול התשע"ח 16:13 דורך פּרובירט.

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ י"ז אלול התשע"ח 17:31 #250506

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

ש'כח פרובירט פארן צוברענגען.
ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע חברים אז ווער ס'שטויסט זיך אן אין א מעסעדזש פון די הייליגע טעג זאל עס מזמן זיין לפונדק אחד.
יישר כח למפרע.
נ.ב. מ'מוז נישט לייגן אלטע מ'קען דא אויך שרייבן נייע געדאנקען.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: הִנֵּה יוֹם הַדִּין וֹכָל בָּאֵי עוֹלָם יַעַבְרוּן לְפָנֶיךָ כִּבְנֵי מָרוֹן....אָדָם יְסוֹדוֹ מֵעָ י"ז אלול התשע"ח 23:00 #250512

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
זייער א שיין שטיקל. א גרויסן שכח פרובירט פארן עס אהער ברענגען.

איך בין זיכער ס׳וועט מיר טאנצן אין די מחשבות ביים באין מליץ יושר מול מגיד פשע.

און איך בין מיך אויכעט מצטרף לדברי ידידי וידיד כל קהילת הדא אוז״ע, ווער ס׳זעט עפעס אהער דערמיט, און ווער ס׳קען מאכן עפעס פריש׳ס תבא עליו ברכה!

נטע׳לע
וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.44 סעקונדעס