ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: א שווערע וואך 1942 באזוכער

א שווערע וואך ה' אייר התשע"ה 12:58 #239279

  • מח שליט על הלב
  • איצטיגע שטרעקע: 427 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
א שווערע וואך
שמוציגע גאסן
הארגנען מיין צייט אויף אינטערנעט (ברוך ה ניט קיין שמוץ אבער נאך א פאר טעג איך ווייס ניט)

א שווערע וואך ה' אייר התשע"ה 13:11 #239281

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
א גוט יאר פאר א איד וואס זיין מח איז שליט אויף זיין לב!

120 טעג, פון מח שליט על הלב.

הלואי אויף מיר געזאגט. פארצייל וויאזוי דו מאכסט עס??
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

א שווערע וואך ה' אייר התשע"ה 13:52 #239300

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
יעדע מינוט אויפן אינטערנעט איז א סכנה נוראה, אסור בהחלט
אפילו אויף די כשר'סטע סייטס
אנטלויף דערפון מער ווי פון פייער
לייג א ערנסטע פילטער
אין ארבעט אויף קדושה וטהרה
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

א שווערע וואך ז' אייר התשע"ה 02:36 #239331

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
קטן שנולד געשריבן:
א גוט יאר פאר א איד וואס זיין מח איז שליט אויף זיין לב!

120 טעג, פון מח שליט על הלב.

הלואי אויף מיר געזאגט. פארצייל וויאזוי דו מאכסט עס??


טאקע... וויאזוי??

א שווערע וואך ז' אייר התשע"ה 07:46 #239334

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
מח שליט על הלב געשריבן:
א שווערע וואך
שמוציגע גאסן
הארגנען מיין צייט אויף אינטערנעט (ברוך ה ניט קיין שמוץ אבער נאך א פאר טעג איך ווייס ניט)

טייערע מח'ל, דיין נאמבער 120 מאכט מיר נישט גוט, ווייל איך בין געפאלן ביים 120'סטע טאג...

לעכטיגער צדיק, טוה ואוס דו קענסט זיך האלטן! די ווייטאג וואס מ'האט שפעטער איז אין לשער!

שטארק דיך פאר דיר, שטארק דיך פאר אונז!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

א שווערע וואך ז' אייר התשע"ה 08:25 #239347

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
מען דארף מאכן אלע מיטלען וואס נאר מעגליך צו שטיין ווייט פון יעדע נסיון
דער בעל דבר שלאפט קיינמאל נישט
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך ז' אייר התשע"ה 10:28 #239359

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
שמייכל געשריבן:
יעדע מינוט אויפן אינטערנעט איז א סכנה נוראה, אסור בהחלט
אפילו אויף די כשר'סטע סייטס


אויך איינע פון מיינע פראבלעמען ליידער
איך האב באמת א שטארקע פילטער, אבער איך פארברענג צופיל צייט ביים כשר'ע אינטערנעט, מ'קוקט אהין און אהער, און ס'איז נישט גוט!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א שווערע וואך ז' אייר התשע"ה 14:12 #239371

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
אה ב"ה נאך איינער האלט ווי מיר
משכני טייערער איך פריי מיך אז איך האב ציגעטראפן צו דיין חוות דעת
אז די האלסט אויך אז כשר'ע אינטערנעט טויג נישט, ווער קען זיך בכלל דערווייגן צו האלטן אנדערש?
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך ז' אייר התשע"ה 16:37 #239386

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
די עצם פאברענגען די צייט איז די ערגסטע זאך ביי אונזער קרענק
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

Re: א שווערע וואך ח' אייר התשע"ה 10:08 #239407

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
אוודאי אזוי
ווי מער צייט מען פארברענגט אויף דעם, ווערט מען מער עדיקטעט
איבערהויפט אויף פארעווע-כשר'ע
"עס איז דאך כשר!"
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך ח' אייר התשע"ה 10:29 #239413

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
משכני אחריך געשריבן:
די עצם פאברענגען די צייט איז די ערגסטע זאך ביי אונזער קרענק

משכני, רעדט דא פון בעצם פארברענגען די צייט, נישט נאר אויפ'ן אינטערנעט.

Re: א שווערע וואך ח' אייר התשע"ה 10:32 #239414

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
ריכטיג
א קל וחומר אויפן כלי
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך ח' אייר התשע"ה 13:06 #239454

  • מח שליט על הלב
  • איצטיגע שטרעקע: 427 טעג
  • OFFLINE
  • פרישער חבר
  • מעלדונגען: 10
  • האט שוין געלייקט: 0 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
מיינע טריק איז צו דורכלערנען די גאנצע האנטבוך יעדער ערב ראש חדש
און טאקע ניט גייען שלאפן ביז איך ענדיק(מיר זיינען איינגעוואוינט גייען שלאפן שפעט ווייל מיר זיינען ""פארנומען"")
ניסן איז געווען שווער און איך האב געפעלט
אבער ברוך ה נעכטן ביינאכט דורכגעליינט און סאיז א מחי'
אזוי ווי די משל אין די בוך דאס זיינען מיינע פילס צו זיך האלטן געזונט
וואס קען איך טאן איך בין קריינק
עס איז בעסער ווי שטארבן

Re: א שווערע וואך ח' אייר התשע"ה 15:01 #239458

  • א פרייליכער איד
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1874
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
טייערע מח'ל אפשר וואלסטו צוגעלייגט א קליינע שיעור צו דיין שיעור פונעם האנט בוך?
די ביג בוק.
א קליין ביסל יעדע נאכט. לענ"ד וואלסטו זייער דאנקבאר געווען נאכן דאס טון.

Re: א שווערע וואך ח' אייר התשע"ה 17:45 #239470

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
מח שליט על הלב געשריבן:
א שווערע וואך
שמוציגע גאסן
הארגנען מיין צייט אויף אינטערנעט (ברוך ה ניט קיין שמוץ אבער נאך א פאר טעג איך ווייס ניט)


ווער האט אונז באשאפן אין אזא וועלט?? ווער??
וואס מיינט ער אז מיר וועלן קענען ביישטיין אדער נישט?
האט ער פאר אונז א פלאן וויאזוי זיך צו האלטן אין דעי שווערע וועלט??

איז די וועלט טאקע אזוי שווער??

שאלות אלו צריכים תשובה, מען דארף קלאר ווערן אין דעם?
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: א שווערע וואך ט' אייר התשע"ה 06:47 #239481

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
זייער גוטע שאלות
אדרבה לאמיר הערן עפעס א ערקלערונג!
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך י' אייר התשע"ה 08:59 #239560

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
איך האב אמאל געהערט א טעיפ פון הר"ר בערל טויבער שליט"א, האט ער דערציילט אז פאר פערציג יאר צוריק, ווען ס'געווען א גרויסע אסיפה אין בארא פארק וועגן טעלעוויזשן, האט זיך איינער פון די רבנים אינמיטן אויפגעשטעלט און געפרעגט:
מורי ורבותי, עטס ווייסט ווער עס האט אונז צוגעשטעלט די טעלעוויזשאן?
יעדער האט אים אנגעקוקט מיט גרויסע אויגן, נישט וויסנדיג וואס ער וויל. - וואס הייסט ווער? דער יצר הרע, דער שטן, דער וואס וויל מאכן זינדיגן!
האט ער זיך געגעבן א רוף אן:
ניין!
דער רבונו של עולם!
דער רבונו של עולם האט אונז אראפגעברענגט די נסיון ווייל ער האט געוואלט מיר זאלן "לעבן דערמיט" און טון דעם נחת רוח פאר אים מיט'ן פראבלעם פון טעלעוויזשאן אויף דער וועלט!
(איך בין נישט אזא גוטער רעדנער און שרייבער און איך האב נישט אזא גוטן זכרון, דאס צו קענען אזוי גוט און ריכטיג אראפלייגן....)

Re: א שווערע וואך י' אייר התשע"ה 11:19 #239576

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
גאנץ קלארע דיבורים
אבער לאמיר אויך הערן פון הרב קטן שנולד זיין ביאור
אדער אפשר איז דא נאך חבירים וואס קענען אביסעלע שיינען א ליכט אויף אונזערע שאלות
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך י' אייר התשע"ה 12:42 #239589

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
אונזער אדמיניסטראטער האט דערמאנט ר' בערל, איך האב אמאל געהערט א שיעור פון אים, האט ער פארציילט אזוי:

אין די צייט פון די מלחמה צווישן רוסלאנד אין נאפאליען פון פראנקרייך, איז געווען א גרויסע מחלוקת פון די גדולי ישראל אין יענע צייט, וועלכע צד זאל זיגן?

פון איין זייט, איז געווען הרה"ק רבי מענדל מרימנוב, וואס האט פארפירט אז נאפאליען זאל געווינען, אזוי וועט זיין בעסער פאר אידן, כידוע אז נאפאליען איז געווען די ערשטע איינצופירן דעמאקראטיע, פרייהייט פון רעליגיע, ער האט געגעבן אסאך גלייכבארעכטיקייט פאר די אידן, און ס'איז גוט פאר די אידן אז ער זאל זיגן.

פון דער אנדערע זייט, האט דער בעל התניא ועוד געהאלטן, אז רוסלאנד דארף געווינען, ווייל אמת אז בגשמיות וועט זיין בעסער, מער פריי, אבער עס וועט ברענגן גרויסע שאדן ברוחניות, ווייל אז אידן וועלן זיין פריי וועט נישט גוט זיין.

און די צדיקים האבן פארפירט - יעדער לויט זיין מיינונג - און געטוהן מעשים אז די זיג זאל זיין פאר דער וועם ער האלט, דער בעל התניא האט אפי' געשיקט א חסיד צו שפיאנירן פאר רוסלאנד, אכמ"ל.

שטייט אין ספר נהרי אש פון רבי שמעו'לע זשעליכאווער, ער פארציילט אזוי: איינמאל האט איינער פון דער חסידים פון דער רבי ר' מענדלע רימנובער - וואס האט געוואלט אז נאפאליען זאל זיגן - אים געפרעגט, "רבי וואס איז מיט די טענה פון דער ליאנזער?" דאס הייסט דער הייליגער בעל התניא, וואס טענה'ט אז ברוחניות וועט עס שאטן, האט רבי ר' מענדלע זיך צוקרעכצט און געזאגט מורא'דיגע ווערטער:
"פאר משיח וועט קומען וועט מוזן זיין א צייט וואס עס זאל זיין פרייהייט פאר כלל ישראל, כלל ישראל מוז דורכגיין די נסיון פאר משיח קומט, וואס האט מען עס אפצושטיפן פאר הונדער און פופציג יאר..."

150 יאר! דאס איז אין אונזערע צייטן, ווען איז נאך געווען אזא הפקרות אויף דער וועלט ווי היינט! דאס איז וואס מיר דארפן יעצט מתקן זיין פאר משיח קומט, דאס איז אויסגעשטעלט אזוי, און אז מיר זענען דא, אונז האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אין די "שווערע" וועלט, מיינט דאס איז אונז האבן די כחות זיך צו האלטן אין די שווערע וועלט.

מיר דארפן זיך האלטן פעסט און טוהן מיט א שטארקייט, ערלעדיגן אונזער תפקיד מיט א שטאלץ און שמחה.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: א שווערע וואך י' אייר התשע"ה 12:58 #239593

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
מורא'דיג
יעצט קומט דאך די יארצייט ל"ד בעומר

די פרייהייט איז דאך אין לשער
מען פארשטייט גארנישט דעם מהלך פון באצוימען זיך
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

Re: א שווערע וואך י' אייר התשע"ה 17:09 #239602

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
ר' בערל איז עפעס איינס אין דער וועלט!
ממש פאר אונזער דור...

Re: א שווערע וואך י"א אייר התשע"ה 09:55 #239625

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
דער באשעפער האט אויסגעשטעלט די נסיונות ספעציעל פאר אונזער דור, און ער האט אויך געשיקט די מיטלען זיך צו היילן, ספעציעל פאר אונזער דור, און ער האט געשיקט די ריכטיגע דרשנים אויך, ספעציעל פאר אונז!! אלעס איז אויסגערעכנט, מיר זענען נישט אויפן וואסער, דער אייבערשטער האט א פלאן, ער איז אויסגערעכנט יעדע דיטעיל, ער איז מורא'דיג...
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

Re: א שווערע וואך י"א אייר התשע"ה 16:40 #239633

  • שמייכל
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • בשמייכל טוב יותר
  • מעלדונגען: 2030
  • האט שוין געלייקט: 20 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל
ווי אויך די ריכטיגע הילף דא און קהילת הד"א
ווען עס גייט שווער איז א סימן אז מען פארט בארג ארויף, אלזא געב נאך געזאלין

ענטפער: Re: א שווערע וואך ו' אב התשע"ה 03:27 #241500

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
גוט מארגן ר' מח!!

אסאך וואכן זענען דורך פון יענע "שווערע וואך" הידוע... וויאזוי גייט עס? גרינגער געווארן?

מיר ווארטן הערן פון דיר!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: Re: א שווערע וואך י"ב חשון התשע"ט 15:43 #251260

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 1588 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל
משכני אחריך געשריבן on ז' אייר התשע"ה 10:28:

שמייכל געשריבן:
יעדע מינוט אויפן אינטערנעט איז א סכנה נוראה, אסור בהחלט
אפילו אויף די כשר'סטע סייטס




אויך איינע פון מיינע פראבלעמען ליידער
איך האב באמת א שטארקע פילטער, אבער איך פארברענג צופיל צייט ביים כשר'ע אינטערנעט, מ'קוקט אהין און אהער, און ס'איז נישט גוט!

same problem, anyone with a good solution?
לעצט פארראכטן: י"ב חשון התשע"ט 15:44 דורך יוסף המלך.

ענטפער: Re: א שווערע וואך י"ב חשון התשע"ט 18:12 #251266

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל
יוסף המלך געשריבן on י"ב חשון התשע"ט 15:43:

משכני אחריך געשריבן on ז' אייר התשע"ה 10:28:

שמייכל געשריבן:
יעדע מינוט אויפן אינטערנעט איז א סכנה נוראה, אסור בהחלט
אפילו אויף די כשר'סטע סייטס





אויך איינע פון מיינע פראבלעמען ליידער
איך האב באמת א שטארקע פילטער, אבער איך פארברענג צופיל צייט ביים כשר'ע אינטערנעט, מ'קוקט אהין און אהער, און ס'איז נישט גוט!

same problem, anyone with a good solution?

איך מיין אז די פראבלעם איז א טיפערע, אפשר א שוועריגקייט זיך צו האלטן צו גדרים?
איך פלעג מיך זייער זייער מוטשענען מיט דעם, ס'איז מיך ממש געווארן אן עדיקשן די עצם זאך צו זיצן ביי א קאמפיוטער, איך פלעג פשוט זוכן וואס צו טוהן. היינט האב איך עס ב"ה באוויזן אויסצורייסן, מער ווייניגער (מיט עטליכע דורכפעלער דא און דארט עד היום).
אפשר א שטיקל אויפשאקלונג אין Time Management וועט העלפן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: Re: א שווערע וואך י"ב חשון התשע"ט 20:34 #251269

  • יוסף המלך
  • איצטיגע שטרעקע: 56 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 93
  • האט שוין געלייקט: 1588 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 139 מאל

נא גיב שנעל ארויס, וויאזוי האסט עס באוויזן?

ענטפער: Re: א שווערע וואך י"ג חשון התשע"ט 17:36 #251287

  • ich vil zan ehrlich
  • איצטיגע שטרעקע: 4 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 559
  • האט שוין געלייקט: 1168 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 952 מאל

איך האב געזעהן אז ס'איז כלו כל הקונצ"ן און איך האב פשוט און גראד אנגעהויבן טוהן נאר וואס איך דארף אויף די קאמפיוטער. קודם האב איך מיך געמאכט א צייט סוף טאג וואס איך טוה אלע Extras (טשעקן אינפא אויף א נושא, איינקויפן אנליין, דאונלאודן גליונות, ענטפערן פריוואטע אימעילס א.א.וו.). אויך האב איך יעדע מאל פאר איך האב מיך אראפגעזעצט אפגעמאכט פון פארדעם וואס איך גיי יעצט טוהן (חוץ פון דזשאב אויס) און עפעס אנדערש האב איך נישט געטוהן. אויב האב איך מיך דערמאנט אינמיטן עפעס וואס איך וויל טוהן האב איך עס אוועקגעלייגט פאר די נעקסטע טאג. ס'האט ב"ה מצליח געווען. מיין ווייב האט אויפגעהערט קאמפלעינען אויף מיין פארשלעפטקייט, און איך האב אויפגעהערט זיין פארשלעפט.
הלואי ווען דעיס ארבעט אויף יעדע אדיקשן...
מן הסתם וועט דעיס נישט ארבעטן פאר יעדעם אבער דעיס איז וואס איך האב געטוהן.

אונזער געשיכטע איז אזוי אנדערש, אבער אזוי די זעלבע.

טוֹבִים הַשְּׁנַיִם מִן הָאֶחָד... כִּ֣י אִם־יִפֹּ֔לוּ, הָאֶחָ֖ד יָקִ֣ים אֶת־חֲבֵר֑וֹ. וְאִ֣יל֗וֹ הָֽאֶחָד֙ שֶׁיִּפּ֔וֹל וְאֵ֥ין שֵׁנִ֖י לַהֲקִימֽוֹ׃

מיין 123 רייזע

ענטפער: Re: א שווערע וואך כ"ג חשון התשע"ט 15:55 #251441

  • kosher
  • איצטיגע שטרעקע: 54 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 439
  • האט שוין געלייקט: 472 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 699 מאל

אין די ענגלישע סייט רעד דער עולם מער ארוים די פראבלעמען אין וואס מען טיט זיך צו העלפן דער עולם דא וויל אויך ?

ענטפער: Re: א שווערע וואך כ"ג חשון התשע"ט 16:01 #251444

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל

איך האב יעצט א נסיון פאר ז״ל.
איך בין אקטיוו אויפן פארום, און איך בעט דעם אייבירשטען זאל מיר האלטן ריין פאר היינט.

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע
  • בלאט:
  • 1
צייט צו מאכן א בלאט: 0.68 סעקונדעס