ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: איך דארף הילף 6927 באזוכער

ענטפער: איך דארף הילף ו' אייר התשפ"א 10:34 #271794

  • בדרך
  • איצטיגע שטרעקע: 127 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 85 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
  • קאָרמא: 2

א הערצליכע מזל טוב צו אייער 400 טאג עס קומט נישט אזוי צופיס אזא נומבער מסתמא
געלויבט גאט פארדעם, גאט זאל אייך העלפן ווייטער צו זיין ריין 
דעיס גיבט מיר חיזוק צו זעהן וואו מ'קען אנקומען מיטען אייבערשטענס הילף מיט איין טאג אויף אמאל
א יישר כוח און השפעות טובות

בעזהשי"ת
"בדרך" התורה נלך באש ובמים
"בדרך" התורה נלך לקדש שם שמים
לעצט פארראכטן: ו' אייר התשפ"א 10:35 דורך בדרך.

ענטפער: איך דארף הילף ו' אייר התשפ"א 12:40 #271797

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

אן אינטערעסאנטע אנעקדאוט איבער וואס איך שפיר יעצט, איך פיל נישט עפעס מורא'דיג איבער די 400 טעג, און נישט ווייל ממיין מוד איז לאו אדער איך האלט ביי א פאל, פארקערט גאר, איך פיל ב"ה זייער גוט דער אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, איך מיין אז דאס קומט פון אן אנערקנונג אז היינט האט גארנישט מיט נעכטן אדער מיט מארגן, היינט איז היינט און יעצט איז יעצט, יעצט פרוביר איך זיך איבערגעבן פאר גאט ב"ה, יעצט וויל איך זיין ריין און יעצט דאנק איך גאט ב"ה פארן מיך האלטן ריין, נעכטן? שוין געווען און ס'שוין נישט נוגע. מארגן? ס'איז נאכנישט דא און גאט וועט סייווי טוען מיט מיר מארגן וואס ער וויל, איך בעט איהם יעצט נאר איין זאך, והוא: באשעפרע מאך מיט מיר וואס דו ווילסט און האלט מיר ריין פאר דיר און האלט מיך אנגעבינדן צו דיר אייביג אמן.

ענטפער: איך דארף הילף י' אייר התשפ"א 07:31 #271894

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

בס"ד

רבות מחשבות בלב איז ועצת ה' היא תקום, מיין פלאן איז געווען אראפצוברעגן און מסביר זיין דער אוהחה"ק אויף די פסוק כמעשה ארץ מצרים וכו' בטוטו"ד וויפיל דער באשעפער וועט וועלן איך זאל דאס טוען, למעשה אבער האט דער באשעפער מיר אונטערגעשיקט געוויסע שוועריקייטן וואס האט מיר אוועק גענומען די כוחות זיך מתאמץ ומתעמק צו זיין אין אזא טיפע לאנגע שטיקל, ווייטער סתם שרייבן אנע מחשבה האט דאך נישט קיין זין, ע"כ אפרוש ואקבל שכר על הפרישה, אפשר וועט אן אנדערע חבר דא איבערנעמען, ותהי ברכת ה' עליו.

למעשה אבער האב איך געלערנט נאך א מורא'דיגע שטיקל אוהחה"ק די וואך אין פרשת קדושים, וואס איז אונז זייער נוגע.

והוא, אז כמעט אלעמאל ווען איינער האט א פאל ל"ע ווערט ער זייער מיואש און צובראכן, ער קלערט צו זיך מה לי ולקאפ וויי הזאת, כ'בין שוין סייווי דורכגעפאלן לאז מיך עס שוין נעמען ווייטער, כ'וועל סייווי ברענען אין גהינום פאר, וועל איך כאטש האבן א גוד לייף עכ"פ שאארט טורם.

ענטפערט אויף די טענות און געפילן אונזער הייליגער רבי, דער אור החיים הקדוש:

ובקצרכם את קציר ארצכם לא תכלה פאת שדך לקצר ולקט קצירך לא תלקט 

וטעם סמיכות מצוה זו לעונש כרת. אולי שרמז שלא יאמר אדם אם הזיד ונתחייב כרת מעתה אין לשמור עצמו מכל אשר יזדמן לפניו במעשה הרע כי כבר נתחייב כרת, לזה אמר ובקצרכם את קציר ארצכם פירוש כשגרם עד שנקצר קציר ארצו שהוא כרת האמור בסמוך לא תכלה פאת שדך לקצור אותה במעשים רעים אחרים. והודיע בזה שלא תכרת כל הנפש אלא הענף שבו רמוז מצוה זו, ועדיין ישנה לראות אחרים דבוקים בשורשם, כי כל נפש ישראל יש לה שרשים למעלה כנגד כל מצות התורה.

די פריערדיגע פסוק ענדיגט זיך צו מיט די ווערטער; ונכרתה הנפש ההוא מעמיה זאגט דער הייליגער אור החיים די טעם פון די סמיכות הכתובים, אז דאס קומט מרמז צו זיין אז א מענשט זאל נישט זאגן, כ'הבא שוין סייווי עובר געווען אויף די הארבסטע און דער שטראף וואס ווארט מיר רח"ל אפ איז דאך אין לשער סייווי, אויב אזוי וועל איך זיך שוין נישט אכטונג געבן פון היינט און ווייטער ווייל צו וואס פעלט מיר אויס זיך אכטונג צו געבן ווען א שטראף וועל איך ממילא באקומען, אויף דעם זאגט דער פסוק, ובקצרכם את קציר ארצכם ווען א מענטש האט מיט זיינע מעשים גורם געווען ער זאל ווערן אפגעשניטן פון די קדושה, לא תכלה פאת שדך לקצור זאלסטו נישט פארלענדן די איבעריגע מיט אנדערע שלעכטע מעשים, און די פסוק איז אונז מיט דעם מודיע א ריזיגע יסוד, אז אפי' ביי עונש כרת ווערט נישט דאס גאנצע נפש פונעם מענשט נכרת, נאר די צווייג אין ואו די ספעציפישע מצוה איז תלוי, אבער אלע אנדערע מצוות און זיין הייליגע נשמה זענען ווייטער אנגעבינדן צום שורש למעלה, צו גאט ב"ה און זיינע הייליגע מצוות.

ס'קען אמאל אויך זיין ווען איינער טראכט, ספעציעל ווען מ'ציילט די טעג אויפן טשארט, היינט בין איך דורכגעפאלן, היינט וועט שוין ממילא נישט זיין א טאג אויף מיין טשארט, לאמיר נאך היינט אפאר מאל אויסעקטן און מארגן וועלן מיר זיך שוין נעמען פונדאסניי.

ענטפערט ווייטער אויף די טענות און געפילן דער אור החיים הקדוש:

ואמר ולקט קצירך וגו', פירוש אפילו בענף החטא עצמו לא יוסיף לחטוא, כי יש לך לדעת מאמר הרב האר''י ז''ל כי בטבע הקדושה להשאיר במקום שתהיה בו רושם. ואם כן הגם שנכרת עדיין יש השארות הקציר שם, והוא שצוה עליו ולקט קצירך לא תלקט ברוב פשעים, כי ה' חפץ שבאמצעות הלקט ההוא יתעורר וישוב בתשובה לפני ה' וירחמהו, כי הלא תמצא שאמרו ז''ל שאפילו עבר אדם על כריתות ומיתות בית דין תשובה וכו' מכפרין, וכמאמר הנביא שובה וגו' עד ה' אלקיך ודרשו ז''ל גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד פירוש שהגם שנכרת החוט המחבר עד כסא הכבוד ולא נשאר אלא חלק קטן בקרבו התשובה מגיעתו עד כסא הכבוד:

עס שטייט ווייטער אין פסוק ולקט קצירך, דאס מיינט אז אפילו אין די ענף פון די ספעציפישע עבירה זאל ער אויך נישט פארזעצן ווייטער צו זינדיגן חלילה, ווייל מ'דארף וויסן וואס עס ווערט געברענגט פונעם אריה"ק ז"ל אז די טבע פון די קדושה אז אויף אייביג וועט בלייבן א רושם אויף די פלאץ וואו עס איז געווען (להיפך ידוע המאמר על המשנה שנים שיושבין ואין ביניהם דברי תורה הרי זה מושב לצים, שבאם רואה אתה ששנים יושבין ואין בינהם דברי תורה תדע שלפניהם ישבו על אותו מקום לצים וכאן היה מושבם ונשאר רישומא מהם וזה מכריח השנים שלא לעסוק בתורה, ומדה טובה מרובה) און דאס איז וואס השי"ת האט באפוילן, ולקט קצירך לא תלקט דו זאלסט נישט פארשניידן דאס איבערגעבליבענע לקט מיט נאך פשעים, ווייל דער באשעפער וויל אז דורך די ביסל לקט, דאס פארבליבענע קדושה רושם זאל זיך דער מענטש ערוועקן צו תשובה און זיך אזוי אומקערן צום באשעפער, און דער באשעפער וועט אויף איהם רחמנות האבן, ווייל מ'געפינט דאך אין חז"ל אז אפי' וועל א מענטש האט עובר געווען אויף גאר הארבע עבירות רח"ל דאך תשובה וכו' מכפרין, און ווי עס שטייט אין נביא שוב ישראל עד ה' אלוקיך, און חז"ל הק' האבן גע'דרש'נט דערויף גדולה תשובה שמגעת עד כסא הכבוד, דאס מיינט אז הגם דער מענטש האט געטוען געוויסע מעשים וואס האט פארשניטן דאס פעדימל וואס איז איהם מחבר צום כסא הכבוד און עס איז נאר איבערגעבליבן א קליינע שטיקעלע, דאך אבער מיט תשובה קען ער צוריק ווערן נאנט און דאס ברענגט איהם צוריק צום כסא הכבוד

און ווי די הסבר גייט פארוואס בעלי תשובה זענען אויף א העכערע מדריגה ווי צדיקים גמורים, ווייל אונז זענען ווי אנגעבינדן מיט א שטריק צו די קדושה, יעצט, וואס געשעהט ווען די שטריק רייסט זיך חלילה איבער דורך עבירות אבער דאן טוט דער מענטש תשובה, מ'מאכט א קניפ אינעם שטריק און די קניפ ווערט גאר שטארק באפעסטיגט, און א קניפ – וואס איז שטארק און גוט געמאכט - איז געווענליך שטערקער ווי סתם א לאנגע גראדע שטריק, ע"כ איז מען נאך שטערקער אנגעבינדן צום קדושה, און דאס איז אויך די טעם פארוואס א בע"ת איז נענטער צו הקב"ה ווי סתם א צדיק גמור, ווייל ווען די שטריק האט באקומען די קניפ איז עס דאך קלענער געווארן, קומט אויס אז זיין נאנטקייט צו השי"ת איז נאך נענטער ווי בעפאר.

לאמיר זיך שטארקן ברודעלעך געטרייע, אפי' ס'איז צומאל שווער, אפי' צומאל דוכט זיך אז ס'איז לאחר יאוש, לאמיר געדענקן אז מיר בלייבן אייביג מיט א רישומא דקדושה, מיר זענען לעלמי עד אנגעבינדן צום כסא הכבוד, לאמיר בלייבן הייליג און ריין.

ענטפער: איך דארף הילף י' אייר התשפ"א 08:29 #271897

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

געוואלדיגע געדאנק

און אויב אזוי שרייבסטו ווען דו ביסט נישט אין די גוטסע, קענען זיך נאר פארשטעלן וואס גייט זיין ווען דו וועסט צוריק זיין אין די גוסטע

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 07:35 #271927

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

איך האב פרייטאג געהערט א שיעור פון ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א The Purpose Behind Not Knowing ער רעדט דארט ארום זייער שטארק פון נסיונות און איר ציל, וואס דער באשעפער וויל פון אונז ווען ער איז אונז מזכה מיט א נסיון.
בתו"ד האב איך געהערט זייער א שטארקע נקודה וואס האט מיר זייער מחזק געווען און כ'קלער אז נאך קענען זיך מחזק זיין דערמיט, ולא אמנאע טוב.

א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן יסוד העבודה זי"ע און זיך זייער אפגערעדט אז ער מוטשעט זיך גאר שטארק מיט נסיונות בעניני קדושה און ער קען זיך נישט דערפון ארויס זעהן, האט איהם דער רבי גענטפערט מיט א משל, געווען אמאל א איד וואס האט שפאצירט אין וואלד, אזוי שפארצירט ער זיך אזוי געמיטליך פאר א וויילע ווען פלוצלינג נעמט ער אין אכט אז ער האט ביטער פארבלאנדזשעט, ער זעהט נישט די וועג ארויס, ער גייט ווייטער אזוי פארלוירן ווען זיין בליק איז אויפגעהויבן צו זעהן אויב זעהט ער ערגעץ די וועג ארויס אבער גארנישט, קוקענדיג אזוי גראד אויף ארויף האט ער נישט באמערקט און ער האט אריינגעפלאטשקעט אין א טיפע בלאטע, "וויי געוואלד" קלערט ער צו זיך, "איך בין פארבלאנדזשעט און איך זעה מיך נישט ארויס און דא אזא צרה" ער נעמט ארויס די רעכטע פוס פון די בלאטע און דאן די לינקע אבער די רעכטע גייט צוריק אריין ער פרובירט נאכאמאל די רעכטע אבער די לינקע זינקט טיפער אזוי פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל א שטיק צייט ווען פלוצלינג דערזעהט ער זיך אינדרויסן פון וואלד.
האט דער יסוד העבודה ארויס געברענגט פארן חסיד, דער מענשט האט געמיינט אז די בלאטע פירט איהם נאר טיפער אריין אין זומפ (בוכשטעבליך און אין מיין) אבער למעשה האט איהם יעדע פרישע פאל אריין אין די בלאטע געברענגט א טריט נענטער צו זיין ציל ארויס פון וואלד.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 07:38 #271928

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

איך האב פרייטאג געהערט א שיעור פון ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א The Purpose Behind Not Knowing ער רעדט דארט ארום זייער שטארק פון נסיונות און איר ציל, וואס דער באשעפער וויל פון אונז ווען ער איז אונז מזכה מיט א נסיון.
בתו"ד האב איך געהערט זייער א שטארקע נקודה וואס האט מיר זייער מחזק געווען און כ'קלער אז נאך קענען זיך מחזק זיין דערמיט, ולא אמנע טוב.

א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן יסוד העבודה זי"ע און זיך זייער אפגערעדט אז ער מוטשעט זיך גאר שטארק מיט נסיונות בעניני קדושה און ער קען זיך נישט דערפון ארויס זעהן, האט איהם דער רבי גענטפערט מיט א משל, געווען אמאל א איד וואס האט שפאצירט אין וואלד, אזוי שפארצירט ער זיך אזוי געמיטליך פאר א וויילע ווען פלוצלינג נעמט ער אין אכט אז ער האט ביטער פארבלאנדזשעט, ער זעהט נישט די וועג ארויס, ער גייט ווייטער אזוי פארלוירן ווען זיין בליק איז אויפגעהויבן צו זעהן אויב זעהט ער ערגעץ די וועג ארויס אבער גארנישט, קוקענדיג אזוי גראד אויף ארויף האט ער נישט באמערקט און ער האט אריינגעפלאטשקעט אין א טיפע בלאטע, "וויי געוואלד" קלערט ער צו זיך, "איך בין פארבלאנדזשעט און איך זעה מיך נישט ארויס און דא אזא צרה" ער נעמט ארויס די רעכטע פוס פון די בלאטע און דאן די לינקע אבער די רעכטע גייט צוריק אריין ער פרובירט נאכאמאל די רעכטע אבער די לינקע זינקט טיפער אזוי פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל א שטיק צייט ווען פלוצלינג דערזעהט ער זיך אינדרויסן פון וואלד.
האט דער יסוד העבודה ארויס געברענגט פארן חסיד, דער מענשט האט געמיינט אז די בלאטע פירט איהם נאר טיפער אריין אין זומפ (בוכשטעבליך און אין מיין) אבער למעשה האט איהם יעדע פרישע פאל אריין אין די בלאטע געברענגט א טריט נענטער צו זיין ציל ארויס פון וואלד.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 09:11 #271932

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

א שטארקע משל, און די נמשל איז מן הסתם נאך שטערקער.

לכאורה איז דאס מרומז אין פסוק (תהלים מ' ב-ג):
קַוֹּה קִוִּיתִי ה' וַיֵּט אֵלַי וַיִּשְׁמַע שַׁוְעָתִי, וַיַּעֲלֵנִי מִבּוֹר שָׁאוֹן מִטִּיט הַיָּוֵן וַיָּקֶם עַל סֶלַע רַגְלַי כּוֹנֵן אֲשֻׁרָי

דווקא ווען מ'געפינט זיך טיף אין די בור שאון, מ'זינקט אין טיט היון, דארף מען גלייבן אז די אייבישטער ויקם על סלע רגלי, ער וועט מיר אויפשטעלן אויף א גראדע פלאץ, כונן אשורי, ער וועט מיר שטעלן דארט מיט א פעסטקייט.

אגב אויף די פסוק איז דא גאר א שטארקע ניגון פון הרה"ק מסקולען זי"ע. זייער א דערהויבענע ניגון. איך הער עס ווען עס פעלט זיך אויס פארן נשמה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 09:49 #271933

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

ייש"כ ידידי פארן צושטעלן דעם פאסיגן פסוק.

אגב אז דו דערמאנסט דעם ניגון, קלער איך אז ס'גייט דאך אז מ'זינגט איבער צוויי מאל, "קוה קויתי קוה קויתי ה'" די ניגון דערמאנט וויאזוי אמונה ובטחון ארבעט, איינמאל קוה נאכאמאל קויתי ווידעראמאל קוה און נאכאמלא קויתי נאר נישט נאכלאזן פון אמונה בהשי"ת

אויך די סקולענער ניגון, "באלקים בטחתי לא אירא" איז מיר זייער מחזק בכל עת צר

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 11:51 #271938

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

היינט האב איך באקומען א וואויס נאוט, איך טייל עס מיט מיט אייך און מיין תירוץ אויף צוריק.

שלום, דו גייסט אדורך אן ערענסטע שוועריקייט דו ביזט מסופק וואס וועט געשען אין די עתיד, ס'מאכט דיר זייער צומישט, בארואיג זיך אביסל, איך האב פאר דיר א שטארקע בארואיגונגס מיטל, איך וועל דיר אנצינדן די לאסט און איך וועל דיר ווייזן אין גאס אומאיידעלע זאכן און נאכדעם וועל איך דיר העלפן זוכן לעכער אין דיין פילטער און דערנאך טרעפן שמוץ אויף די אינטערנעט, וועסט אויסעקטן און זיך בארואיגן.

איי דו ווילסט נישט צוברעכן דיינע ריינע טעג, קודם כל דו ווייסט דאך די כלל אז יעדן טאג איז א טאג פאר זיך סאו אפילו דו עקטסט אויס היינט האט דאס גארנישט מיט דיין ריינקייט פון נעכטן און מארגן, צווייטענס דו מוזט זיך בארואיגן אזוי וועסטו נישט נישט קענען אנגיין, דו מוזט האבן א רואיגע קאפ צו קענען פארשטיין וואס גייט פאר און מאכן די - פאטענציאל - לעבנס וויכטיגע החלטות, און דריטענס האסט מורא וועגן ריסעטן דיין טשארט, קודם כל ווער זאגט אז דו דארפסט ריסעטן גיי אהן דערנאך מיט א בלעכענע פנים כאילו גארנישט האט פאסירט, זאג פאר קיינעם גארנישט און שנית טאמער דו ווילסט דוקא יא ריסעטן ווייל דו מיינסט אז דו מוזט זיין 100% אמת'דיג, זאג איך דיר צוויי זאכן איינס מהיכי תיתי אז דו מוזט זיין אמת'דיג, נאר ווייל דיין ספאנסאר האט דיר אזוי געזאגט? און צווייטענס העכסטענס וועסטו ריסעטן און פארציילן פאר דער עולם מיט קראקאדיל טרערן אז דו גייסט דורך א שוועריקייט און דאס האט דיר אראפגעשלעפט און וועסט דערנאך אנהויבן ציילן מיט א פרישקייט, וועסט נאך פארדינען דערפון ווייל דו וועסט זיין דער היראו, יעדער וועט דיר באזינגען, שבע יפול צדיק וקם, מ'וועט דיר מחזק זיין און יעדער וועט מיטפילן מיט דיר, מאנכע וועלן אפשר אפי' אראפלאזן א טרער פאר דיר.

וואס קען זיין בעסער, שלום, איך בין דיין פריינט איך מיין נאר דיין טובה, לאז אביסל נאך עקט אויס און וועסט זעהן ווי שטארק עס וועט דיר העלפן.

העלאו? איינער רעדט צו מיר? אה, א וואויס נאוט פון מיין יצר הרע, לאמיך אויסהערן...

איך הער וואס ער זאגט, לאמיך צוריק רופן דעם אלטן נער און איהם ענטפערן...

שוין ער הויבט נישט אויף, וועל איך איהם אויך לאזן א מעסעדזש.

הער מיר צו מיין אלטע באקאנטע קעניג און כסיל, איך הער וואס דו זאגטס און וואס דיין געדאנק איז, קודם מוז איך דיר קאמפלימענטן אויף דיין גאטס ווי דו נעמסט די שטארקייט מיר צו קומען פארדרייען די קאפ יעצט ווען איך גיי דורך א שוועריקייט.

און יעצט צום ענין, איך הער ווי דו האסט אזוי שיין צולייגט דעם גאנצן ענין מיט אלע וועגן און דרייערלעך אז איך זאל נישט בלייבן דערנאך מיט די צונג אינדרויסן, לאמיר אויך פרובירן דיך ענטפערן אויף דעם וועג, ואענה כסיל כאולתו, כאטש איך ווייס נישט צו איך קען אזוי גוט אראפלייגן די צד שכנגד ווי דיר, כ'האב דאך נישט דעם געשליפן צינגל, אבר לאמיך פרובירן וה' יהיה בעזרי.

איך גיי דורך א שוועריקייט? יא אמת, דאס האט מיר מיין באשעפער באשערט פאר מיין טובה

איך בין מסופק איבער דעם עתיד? יא אמת, אבער דאס קומט נאר פון מיין חסרון אין אמונה

האסט א בארואיגונס מיטל פאר מיר? אקעי, איים אין, לאמיך הערן

דו גייסט מיר אנצינדען די לאסט? ניין איך בעק שוין ארויס

דו גייסט מיר ווייזן אומאיידעלע זאכן? אקעי דו האלסט עס אין איין טוען, ס'איז מיר נישט קיין חידוש

און ניין, איך וויל נישט צוברעכן מיינע ריינע טעג שטרעקע פאר פאלשע בארואיגונג, און דאס וואס דו זאגסט איבער איין טאג אויפאמאל וכו' דו רעדסט דברי הבאי, וואס ווייסטו איבער די גאנצע ענין, כ'וועל דיר אנטפלעקן א סוד, די מאטיוואציע וואס נאך א טאג און נאך א טאג גיבט דאס איז וואס מאכט נישט אויסעקטן, נאר וואס דען, איך ווייס אז טאמער וועל איך עס אנקוקען מתחילה ווי אן ארבעט פון 120 יאר וועסטו מיר זייער שנעל קענען אראפשלעפן פארדעם איז דא דער כלל פון איין טאג אויפאמאל, אבער זיך צו מורה היתר זיין מיט דעם כלל צו פאלן? מאן דכר שמי' די גאנצע כלל איז דאך נאר א תחבולה נישט אדורך צופאלן.

דו זאגסט אז איך מוז האבן א רואיגע קאפ צו קענען פארשטיין וואס גייט פאר און מאכן די - פאטענציאל - לעבנס וויכטיגע החלטות, שני תשובות בדבר, א' אמת אבער פארגאנגענע פערזענליכע ערפארונג האט מיר געוויזן אז דאס מאכט מיר בכלל נישט רואיג די קאפ און ב' איך מאך שוין לאנג נישט החלטות איך לאז מיין גרויסע באשעפער מאכן אלע החלטות פאר מיר און איך דארף גארנישט פארשטיין.

נאכדעם ווארפסטו צאם א ים פון גארבעדזש איבער מיין טשארט און עס ריסעטן, קודם זאלסטו וויסן אז די טשארט מאכט מיר נישט אויס קיין כי הוא זה, ס'איז אזא זייטיגע טול וואס ערמעגליכט מיר צו וויסן וויפיל טעג איך שלאג זיך שוין מיט דיר.

יעצט אויף די שטותים וואס דו רעדסט, אויף די ערשטע זאך וועל איך זיך בכלל נישט מטריח זיין ענטפערן, קוקו וואס דו ביזט, און אויף די צווייטע זאך האסטו עס צוטיילט אין צוויי, לאמיר דיר ענטפערן על ראשון ועל אחרון, מיין ספאנסאר האסטו געזאגט? ער זאגט מיר גארנישט, ער איז ס"ה א שליח פון אויבערשטען און איך פאלג נאר גאט ב"ה און אין זיין תורה שטייט מדבר שקר תרחק.

כ'וועל ריסעטן און דער עולם וועט מיטפילן מיר? פאר וועלכע סיבה אין די וועלט זאל איך דאס טוען, סאפורט פון חבירים האב איך ב"ה, היראו? איך וויל זיין א היראו בעיני אלקים און טאמער ארבעט זיך דאס אויס קען איך פרובירן ואדם, אבער איך הויב נישט אהן ביי די אדם ווייל זיי קענען מיר נישט העלפן בעת צר און גאט ב"ה העלפט מיר אייביג.

און יעצט צו דיין עקלדיגע סיום, דו ביזט מיין פריינט? דו מיינסט נאר מיין טובה? שקרן ליגנער וואס דו ביזט אויסוואורף און וואגאבונד, שארלאטאן פעך פעך, יארן לאנג האסטו מיר אזוי איינגערעדט און איך האב זיך נעבעך געלאזט נער'ן פון דיר און זיך געלאזט פירן כצאן לטבח, נאמאר, דו פאלשע צוויי פנים'דיגער, לאז מיך אפ און פוץ אפ פון מיר, איך וויל דיר נישט קענען, אויסעקטן גייט מיר נישט העלפן נאר ערגער מאכן, רוף מיר מער נישט, דו מאכסט מיר נאר צרות, איך וועל זיך נישט לאזן פון דיר, איך וועל פארציילן דיין גאנצע מעסעדזש פאר מיין גרויסער טאטע וואס מלוא כל הארץ כבודו און איך וועל איהם בעטן ער זאל שוין איינמאל פאר אלאמאל מאכן סדר מיט דיר און דיר שחט'ן....

און כ'האב אראפגעהאקט דעם טעלעפאון.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 12:16 #271939

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
WOW
העעעררררלליךךךך שיין צונומען די גאנצע זאך פון אלע זייטן!
אשאד איך קען נישט זעהן דיין יצה"ר'ס פנים... זיכער איז אזיל סומקא ואתי חיוורא...
אזא שמועס דארף מען גוט איבער חזר'ן און געדענקען!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 13:22 #271944

  • יונה מצאה
  • איצטיגע שטרעקע: 538 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • יונה מצאה בו מנוח
  • מעלדונגען: 331
  • האט שוין געלייקט: 474 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
  • קאָרמא: 42

אזא ״וימאן״ מיט א שלשלת האב איך שוין לאנג נישט געהערט.

יוסף הצדיק איז בייגעשטאנען דעם נסיון ווייל ער איז געגאנגן מיטן אמת. נראה לו דמות דיוקנו של אביו. וואס יעקב אבינו איז מדת אמת, תתן אמת ליעקב. 

זאל דיר דער זכות ביישטיין אז דו זאלסט האבן אלעס גוטס, און ארויסקריכן פון די שוועריקייטן.

יונה׳לע

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 14:12 #271946

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 78 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 438 מאל
  • קאָרמא: 8

דער שלום איז פיינע נייעס.
א בראך פאר דיר יצר'ל, זיך דיר אנדערע קרבנות.
איך מיין גוי'אישע.
ביי די הד"א אידן ביסטו איין שטיק דורכפאל.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג אייר התשפ"א 19:05 #271953

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 5
שלום אהליך געשריבן on י"ג אייר התשפ"א 07:38:

איך האב פרייטאג געהערט א שיעור פון ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א The Purpose Behind Not Knowing ער רעדט דארט ארום זייער שטארק פון נסיונות און איר ציל, וואס דער באשעפער וויל פון אונז ווען ער איז אונז מזכה מיט א נסיון.
בתו"ד האב איך געהערט זייער א שטארקע נקודה וואס האט מיר זייער מחזק געווען און כ'קלער אז נאך קענען זיך מחזק זיין דערמיט, ולא אמנע טוב.

א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן יסוד העבודה זי"ע און זיך זייער אפגערעדט אז ער מוטשעט זיך גאר שטארק מיט נסיונות בעניני קדושה און ער קען זיך נישט דערפון ארויס זעהן, האט איהם דער רבי גענטפערט מיט א משל, געווען אמאל א איד וואס האט שפאצירט אין וואלד, אזוי שפארצירט ער זיך אזוי געמיטליך פאר א וויילע ווען פלוצלינג נעמט ער אין אכט אז ער האט ביטער פארבלאנדזשעט, ער זעהט נישט די וועג ארויס, ער גייט ווייטער אזוי פארלוירן ווען זיין בליק איז אויפגעהויבן צו זעהן אויב זעהט ער ערגעץ די וועג ארויס אבער גארנישט, קוקענדיג אזוי גראד אויף ארויף האט ער נישט באמערקט און ער האט אריינגעפלאטשקעט אין א טיפע בלאטע, "וויי געוואלד" קלערט ער צו זיך, "איך בין פארבלאנדזשעט און איך זעה מיך נישט ארויס און דא אזא צרה" ער נעמט ארויס די רעכטע פוס פון די בלאטע און דאן די לינקע אבער די רעכטע גייט צוריק אריין ער פרובירט נאכאמאל די רעכטע אבער די לינקע זינקט טיפער אזוי פרובירט ער איינמאל און נאכאמאל א שטיק צייט ווען פלוצלינג דערזעהט ער זיך אינדרויסן פון וואלד.
האט דער יסוד העבודה ארויס געברענגט פארן חסיד, דער מענשט האט געמיינט אז די בלאטע פירט איהם נאר טיפער אריין אין זומפ (בוכשטעבליך און אין מיין) אבער למעשה האט איהם יעדע פרישע פאל אריין אין די בלאטע געברענגט א טריט נענטער צו זיין ציל ארויס פון וואלד.


זייער שטארקע ווערטער, שכח שלום

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התשפ"א 08:31 #271957

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

היינט צופרי האט ער מיר נאכאמאל אנגעקאלט דער שוטה און שגץ, און דאס מאל איז ער שוין געקומען מיט א גרייטע פלאן, איך האב געהאט עפעס א דזשאב וואס איך האב געברויכט אפאר בילדער פון א ציצית קאפל וכדו', היות ב"ה אלעס איז געבלאקט ביי מיר האב איך געמוזט רעקוועסטן פון די פילטער קאמפעני זיי זאלן עס עפענען, איך האב געוואלט בעטן נאר אפאר מינוט און שוין פארמאכן, למעשה אבער איז די מינומום רעקוועסט א שעה (ר"ל פאר אן אדיקט אבער שוין) האב איך רעקוועסטעד א שעה, נאכן פארטיגן וואס כ'האב געדארפט פאר די דזשאב איז דער מיסטער אנגעקומען, האסט עס שוין אפן כאפ נאר א בליק איין פיצי קוק, גארנישט וועט געשעהן בלא בלא בלא, כ'האב געקוקט אויפן סייט צו זעהן אויב ס'איז שוין טיים אפ און ס'איז שוין צוריק געבלאקט, און יאפ, השי"ת מיט זיין ריזיגע ליבע צו מיר האט געמאכט ס'זאל שוין זיין בלאקד, הע הע הע, דו יצר דו אלטע נער, מיין גאט איז פיל גרעסער פון דיר און אלע דיינע שלעכטע פלענער, קראך אוועק און פוץ אפ, איך בין א איד און איך וויל טוען נאר דער רצון ה' תמיד מיט א דביקות און אן אמת, דו פרובירסט מיר שטערן וואו נאר דו קענסט אבער ה' הטוב איז מיט מיר אייביג.

און א תפלה צו דיר מלך חי וקיים, היינט אין אזא גרויסע טאג ווי פסח שני ווען דו האסט אונז געגעבן אזא גרויסע מצוה וואס ווייזט און לערנט אונז אז נישט קיין חילוק וואס אייביג איז דא נאך א מעגליכקייט, עזרני נא ואמצני נא, שטארק מיך און היט מיך ווייל אליין קען איך נישט גארנישט, העלף מיר בכל פרט ופרט, זיי מיט מיר און האלט מיר אונטער, איך בין גענצליך מאכטלאז קעגן די אלקעהאל, די טעם איז זייער געשמאק אבער ס'איז כחלום יעוף, דערנאך (און אפי' בשעת מעשה) איז אזוי ביטער, מאך דיין רצון שטענדיג נישט מיין, מאך מיין חפץ זאל זיין דיין רצון, ווייל דאס איז וואס איך וויל באמת, זיין נאנט צו דיר און טוען דיין רצון שטענדיג, טראג מיר און מאך מיט מיר וואס דו ווילסט, העלף מיר זיין פרייליך און געטריי צו יעדן איינעם, גיב מיר א גוטע טאג ברוחניות ובגשמיות.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התשפ"א 08:35 #271958

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

חזרה פון פאראיאר:


שלום אהליך געשריבן on י"ד אייר התש"פ 07:20:

א קליינע לימוד וואס איז מיר בייגעפאלן היינט איבער "פסח שני" והוא, אז מ'זעהט ס'זענען געווען די אידן טמאים לנפש אדם אבער זיי האבן נישט מוותר געווען און מיט אלע כוחות געוואלט זיין נאנט צום אויבערשטען און טוען זיין רצון, גארנישט האט זיי געמאכט זיך אפשטעלן אפי' מעיקרא וואלטן זיי געדארפט טראכטן אז זייער בקשה און טענה איז שלא מן הענין, פשטות וואלטן זיי געדארפט פארשטיין אז זיי זענען טמא און "טו בעד", עבר זמנו בטל קרבנו, אפשר נעקסטע יאר וועלן זיי זיך אויפפאסן פון פריער און זיכער מאכן אז זיי זענען ריין אין צייט צו מאכן זען קרבן אבער דאס יאר איז שוין דערנאך.

אבער זיי האבן געזאגט ניין, רצונינו לראות את מלכינו מיר זענען נישט מוותר אויף דער גרויסע און הייליגע מצוה פון הקרבת קרבן פסח, דער רעזולטאט, א פרשה בתורה אויף זייער נאמען און א נייע הייליגע מצוה פון פסח שני, וואס קדושתו איז מצד אחד אזוי הייליג אז מ'קען אפי' האבן בו בזמן חמץ אין שטוב און זיי זענען נאכאלס מקיים דעם מצוה במלואו.

לענינינו, אויב א איד נעמט זיך באמת און ער זאגט, נישט קיין חילוק וואס "איך גיי ווערן נענטער צום אויבערשטען, איך גיי פון היינט און ווייטער טוען אלעס ביכלתי זיך ארויסצוזעהן פון מיין נידעריגע מצב" דאן באקומט א פרישע הארה און סייעתא דשמיא און א פרישע פרשה ווערט פארשריבן איבער איהם אין דער תורה החדשה וואס וועט געגעבן ווערן בביאת ינון במהרה, ועוד יותר, אפי' אין זיין הארץ איז נאך דא אביסעלע חמץ - שעור שבעיסה, איז עס נישט קיין נפק"מ קדושתו איז מגין און ער קען נאכאלס ווערן נענטער צום בוכ"ע, אכי"ר.

ענטפער: איך דארף הילף י"ד אייר התשפ"א 08:44 #271959

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

כ"ק האדמו"ר בעל נתיבות שלום מסלאנים זצ"ל האט זיך אמאל אויסגעדריקט, אז די "אנשים" זענען געווען סלאנימע חסידים מיט זייער לב נשבר, אבער זיי האבן זיך נישט געלאזט, זיי האבן נישט משלים געווען מיטן מצב...

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אייר התשפ"א 12:58 #272063

  • השם עמנו
  • איצטיגע שטרעקע: 626 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • ה' עמנו - אינגאנצען, אייביג!
  • מעלדונגען: 45
  • האט שוין געלייקט: 43 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל
  • קאָרמא: 0
שלום אהליך געשריבן on כ"ב סיון התש"פ 06:14:
שלום אהליך האט געהאט א מורא'דיגע מעשה פרייטאג צונאכטס..פרישע מחשבות אנגעהויבן דערקוטשען.."שלום, יא טאקע יעצט פילסטו גוט ..וואספארא טעם האט דען אזא תפלה וואס קומט פון אזא איינער וואס קוקט ווי מ'טאר נישט און האט נאך א הוה אמינא צוריק צו גיין קוקן, רעדסט זיך איין אז דער אויבערשטער דארף אזא תפלה, לאדיך אפ, פארוואס דארפסטו דאווענען"..אנגעטראפן אין אן עבודת ישראל..דער באשעפער האט עס אויפגעמישט צו דעם פאלגענדע שטיקל: יהודה בן תימא אומר הוי עז כנמר כו'..איך אתה באת להתפלל ולעבוד לפני בוראך ואיך לא תבוש מפניו לדבר דבר זכור נא לימים הראשונים הרבה פעמים עשית כך וכך והסכלת עשו ועתה מדמה את עצמך כצדיק ובזה מבטלו מעבודתו...לא תאבה לו ולא תשמע אליו ולא ירע לבבך כלל בזה רק תעיז פניך ותעמוד בעזות ובתוקף כל לפני בוראך וענית ואמרת לפניו ית'..בטוח אני במדת טובך שאל תשיבני אחור ואפיל תחינתי לפניך ואסדר שבחך לפניך כי חפצת בי כי אתה טוב לכל ורוצה ומרוצה לשבים וחפץ בתפלתם..הארץ איבער געקערט מיט פרייד..עס איז אריין אין זיין הארץ אינגאנצן, דערנאך איז ער אריין אין שול און א מיט א דערהויבענע געמיט אנגעהויבן זינגען מיט שמחה "לכו נרננה לה' נריעה לצור ישענו"

   מ'האט שוין היינט געזאגט לכו נרננה (ביים יום). ס'איז באקאנט די מעשה מיט ר' משה לייב סאסובער, פאר קבלת שבת האט ער צאםגעקושט א קליינעם גוי'לע, צו געפעהלן פאר זיין טאטען א פריץ, ער זאל באפרייען א איד..

 נאכדעם האט ער געוואלט זאגן לכו נרננה, האט ער געקלערט וואס? א מויל וואס האט געקושט א שייגעץ.. ווי קען איך זאגן.. ביז ער האט געטראכט.. וועמענס שירה איז דאס
(אין פרק שירה)? דאס זאגט דאך דער שמוציגער הונט פאר כביכול יעדן טאג,  נא.. ערגער ווי אהונט בין איך נישט, נו האט ער אנגעהויבן מיט א ברען: "לכו נרננה לה' נריעה לצור ישענו.."

ב"ה      זוכענדיג א ניק, טרעף איך א שטיקל חידושי הרי"ם - פ' תשא: זעה היילייטס פונעם שטיקעל אטע די >לינקס'האט זיך געלוינט צו אויפסיינען אפי' נאר פאר די שטיקל.. ומ"ש הרמב"ן "וכי רוצה להרויח יותר אחר החטא ?"..אמת שרוצה להרויח! כי אחר החטא צריך יותר עזר השי"ת בכל רגע שלא לחזור וליפול לבאר שחת ח"ו וצריך חסדי ה' ורחמיו..   שהשי"ת ילך עמנו באופן זה שא"א לנו לילך בלעדו כי אין חפצים בחיים אם לא יהי' עמנו..קיבלו מיתה עליהם ברצון לתיקון זה..המבוקש שיהי' השי"ת עמנו בנקודת מעמקי לבנו שיהי' חיינו קשור בזה..ה' עמנו!

ענטפער: איך דארף הילף ט"ז אייר התשפ"א 16:18 #272082

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 405 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 2027
  • האט שוין געלייקט: 1131 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3787 מאל
  • קאָרמא: 68

דער האט א הערליכע ליקוט!!!

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
 ביטע האלט מיט די טעגליכע תהילים 
 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: איך דארף הילף א' סיון התשפ"א 19:34 #272436

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

ר"ח סיון - בַּחֹדֶשׁ הַשְּׁלִישִׁי לְצֵאת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם בַּיּוֹם הַזֶּה בָּאוּ מִדְבַּר סִינָי.

שטייט אין די הייליגע גמרא, בחד בשבא לא אמר להו ולא מידי, לכאורה ברויך מען פארשטיין וואס איז דאס גארנישט זאגן אין די צייט וואס דער הייליגער באשעפער האט אזוי געגארט צו גיבן די הייליגע תורה פאר זיין אויסדערוועלט פאלק, ווי ס'איז מבואר אין אור החיים הקדוש כי האדון אלקי ישראל מדותיו הם להטיב ויותר מחשק המקבל חשקו להטיב וזה לגודל הפלגת בחינת טובו, אונזער ליכטיגער גרויסער טאטע האט אזא חשק געהאט אונז צו גיבן דער תורה הקדושה, נא פארוואס ווען מ'איז שוין ענדליך אנגעקומען צו מדבר סיני האט ער נישט גלייך אינעם ערשטן טאג שוין געגעבן די תורה?
נאר וואס דען, אונז זעמיר אדורכגעגאנגען דעם מדבר פאר זעקס וואכן מיט אזויפיל מיטמאכענישן אזויפיל שווערע דורכגענג, דא א מעשה מיט די מצריים ביים ים סוף, דא א מלחמת עמלק, רפידים און נאך, אונז זענען געווען צאמגעבראכן און אנידער געשלאגן, א וועג וואס מ'וואלט געקענט דורכגיין גיך דרך ארץ פלישתים שלעפט מען זיך אין א טריקענע מדבר, אבער ווען אונז - די כלה זענען שוין ענדליך אנגעקומען בבית חתנות איז געווארן אזא נאנטקייט צום בוכ"ע אז ס'האט נישט אויסגעפעלט קיין ווערטער, די הערצער פון גאט ב"ה כביכול און פון די אידישע קינדער זענען געווען אזוי איינס פון אהבה אז ס'האט נישט אויסגעפעלט צו רעדן, און די נאנטקייט איז געקומען דייקא פון די שוועריקייטן וואס מיר זענען אדורך, דייקא די מיטמאכענישן, דאס איז וואס האט אונז נאנט געברענגט צום באשעפער אונז זאלן זוכה זיין להיות לו לעם סגולה.

לענינינו, אסאך מאל גייט א מענטש דורך א שוועריקייט ער פילט אז ס'זאגט זיך נישט ס'רעדט זיך נישט, ער פילט אויסגעלאשן מוטלאז, אלעס איז פארשטאפט, זאל מען געדענקן אז דייקא די שוועריקייט דאס איז די גרויסקייט פון דעם וועט ארויסקומען די גרעסטע גוטס, פילסט אז גארנישט זאגט זיך? וואס דו גייסט אדורך מאכט דיר פארווייטאגט, אנטוישט, מוטלאז און פארשטאפט, ווייס אז יעצט ביזטו די נענסטע וואס קען נאר זיין צום באשעפער, אונז זענען איינס מיט איהם קוב"ה וישראל חד.

באשעפער גיב אונז כח און מח.

ענטפער: איך דארף הילף ג' סיון התשפ"א 06:48 #272499

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

די פארגאנגענע פאר טעג, אדער בעסער געזאגט די פארגאנגענע וואך איז די רייץ אויף אן אויסטערלישע פארנעם ממש לא יאומן כי יסופר, מ'קען אנלייגן די גורם דערצו איז עפעס זייער אן ערענסטע פאסירונג וואס קומט יעצט פאר אין מיין לעבן, אבער ס'מאכט נישט אויס.
איך האב פרובירט זיך האלטן מיט אלע תחבולות: סטעפ ארבעט, רעדן מיט חבירים, זיין אקטיוו אויפן פארום, בעטן דעם אויבערשטען נאכאמאל און נאכאמאל און נאך און נאך אבער זילטש, גארנישט האט געהאלפן, די רייץ און לאסט האט זיך נאר געשטארקט, כ'האב געשפירט לפעמים אז איך האלט עס נישט אויס און אפי' געטראכט אז לויט די אומשטענדן מעג איך זיך נאכגיבן די איין מאל.

אבער ה' הטוב מיט זיין אומגעהויערע ליבשאפט צו מיר איז גרעניצלאז מיט זיינע מעגליכקייטן און ער לויפט קיינמאל נישט אויס פון עצות מיר צו אפהיטן האט ער מיר אריינגעשיקט די סקולענע ניגון, עקביא בן מהללאל אומר, און דאס ווירבעלט אין מיין מוח אנע אפשטעל אין צומאל זינגט זיך עס ארויס פון מיין מויל מיט געפילן פון: הבטחה אז כ'וועל בלייבן ריין, אמונה, תפלה און מורא און עד הנה האט עס מיר געהיטן, באשעפער זיסער איך דאנק דיר אויף דעם און איך בעט דיר אויף ווייטער.

איך צו ביילייגן די הייליג ניגון

אטעטשמענטס:

ענטפער: איך דארף הילף ג' סיון התשפ"א 09:46 #272500

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 5
שלום אהליך געשריבן on ג' סיון התשפ"א 06:48:

די פארגאנגענע פאר טעג, אדער בעסער געזאגט די פארגאנגענע וואך איז די רייץ אויף אן אויסטערלישע פארנעם ממש לא יאומן כי יסופר, מ'קען אנלייגן די גורם דערצו איז עפעס זייער אן ערענסטע פאסירונג וואס קומט יעצט פאר אין מיין לעבן, אבער ס'מאכט נישט אויס.
איך האב פרובירט זיך האלטן מיט אלע תחבולות: סטעפ ארבעט, רעדן מיט חבירים, זיין אקטיוו אויפן פארום, בעטן דעם אויבערשטען נאכאמאל און נאכאמאל און נאך און נאך אבער זילטש, גארנישט האט געהאלפן, די רייץ און לאסט האט זיך נאר געשטארקט, כ'האב געשפירט לפעמים אז איך האלט עס נישט אויס און אפי' געטראכט אז לויט די אומשטענדן מעג איך זיך נאכגיבן די איין מאל.

אבער ה' הטוב מיט זיין אומגעהויערע ליבשאפט צו מיר איז גרעניצלאז מיט זיינע מעגליכקייטן און ער לויפט קיינמאל נישט אויס פון עצות מיר צו אפהיטן האט ער מיר אריינגעשיקט די סקולענע ניגון, עקביא בן מהללאל אומר, און דאס ווירבעלט אין מיין מוח אנע אפשטעל אין צומאל זינגט זיך עס ארויס פון מיין מויל מיט געפילן פון: הבטחה אז כ'וועל בלייבן ריין, אמונה, תפלה און מורא און עד הנה האט עס מיר געהיטן, באשעפער זיסער איך דאנק דיר אויף דעם און איך בעט דיר אויף ווייטער.

איך צו ביילייגן די הייליג ניגון


איך גיי היינט פארן לערנען זאגן א די לערנען זאל זיין לזכות שלום, אז זיינע נסיונות זאלן זיך אויפהערן
דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: איך דארף הילף ג' סיון התשפ"א 10:23 #272503

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
שלום אהליך געשריבן on ג' סיון התשפ"א 06:48:

די פארגאנגענע פאר טעג, אדער בעסער געזאגט די פארגאנגענע וואך איז די רייץ אויף אן אויסטערלישע פארנעם ממש לא יאומן כי יסופר, מ'קען אנלייגן די גורם דערצו איז עפעס זייער אן ערענסטע פאסירונג וואס קומט יעצט פאר אין מיין לעבן, אבער ס'מאכט נישט אויס.
איך האב פרובירט זיך האלטן מיט אלע תחבולות: סטעפ ארבעט, רעדן מיט חבירים, זיין אקטיוו אויפן פארום, בעטן דעם אויבערשטען נאכאמאל און נאכאמאל און נאך און נאך אבער זילטש, גארנישט האט געהאלפן, די רייץ און לאסט האט זיך נאר געשטארקט, כ'האב געשפירט לפעמים אז איך האלט עס נישט אויס און אפי' געטראכט אז לויט די אומשטענדן מעג איך זיך נאכגיבן די איין מאל.

אבער ה' הטוב מיט זיין אומגעהויערע ליבשאפט צו מיר איז גרעניצלאז מיט זיינע מעגליכקייטן און ער לויפט קיינמאל נישט אויס פון עצות מיר צו אפהיטן האט ער מיר אריינגעשיקט די סקולענע ניגון, עקביא בן מהללאל אומר, און דאס ווירבעלט אין מיין מוח אנע אפשטעל אין צומאל זינגט זיך עס ארויס פון מיין מויל מיט געפילן פון: הבטחה אז כ'וועל בלייבן ריין, אמונה, תפלה און מורא און עד הנה האט עס מיר געהיטן, באשעפער זיסער איך דאנק דיר אויף דעם און איך בעט דיר אויף ווייטער.

איך צו ביילייגן די הייליג ניגון


מ'זעט אז הרבה שלוחים למקום, די אייבישטער האט זיך זיינע וועגן מחזק זיין זיינע ליבע קינדער.

מיין גאר טייערע נאנטע ליבער ברודער: די ניגון איז א בחינה פון די עצה וואס חז"ל זאגן "יזכיר לו יום המיתה"... אמאל פעלט זיך אויס די עצה. די לעצטע עצה. 
אי"ה בקרוב זאלסטו עס קענען טוהן מתוך שמחה וחדוות הלב. סקולען האט גענוג הייליגע ניגונים פאר יעדע מאורע.... 

און אזויווי "עיניו בראשו" זאגט, מ'וועט שטארק בעטן און מתפלל זיין פאר דיר

א פרייליכן שבת דיר און אלע חברים

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף י"ב סיון התשפ"א 08:27 #272616

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

זאגט דער הייליגער קאזשניצער מגיד זי"ע די וואך אין עבודת ישראל ד"ה ויהי בנסוע הארון ויאמר משה קומה ה' וגו', דאס איז מרמז צום ת"ח און צדיק וואס איז מבוזה בעיני המון, איז ער מסביר ווען א צדיק וויל נענטער ווערן צום בורא עולם, דאן טאמער וויל דער באשעפער זיין נאנטקייט וועט ער איהם אויספרובען בכמה נסיונות און טאמער וועט ער זיך שטארקן און ער וועט עומד זיין אין די נסיונות דאן וועט ער ארויפגיין צו גאר גרויסע וואונדערליכע מעלות.

פארציילט אונז דער צדיק קדוש זצ"ל וויאזוי דאס גייט צו, בשעת א נסיון איז עס א ירידה לצורך עלי' פונקט ווי א לייטער ווען איינער וויל ארויפגיין צום נעקסטן שטאפל דארף ער אראפנעמען איין פוס פונעם שטאפל וואס ער שטייט יעצט דערויף און שעצם איז ער דעמאלסט אין סכנה פון פאלן חלילה און ער ברויך א שטארקע שמירה און הבחנה אז גארנישט שלעכט זאל איהם פאסירן אבער למעשה נאר אזוי קען ער אנקומען צום קומענדיגן העכערן שטאפל.

אזוי איז אויך ביי עבודת ה', בשעת א נסיון כאטש דאס וועט איהם ברענגן העכער דאך אבער בשעת די עצם נסיון איז ער אין א גרויסע סכנה נישט צו פאלן חלילה און דאן דארף ער א גרויסע שמירה און חיזוק ה' ישמור לנצח כל החוסים בו.

דאס איז פשט אין פסוק וואס משה האט געבעטן אין זיין תפלה, ויהי בנסיע הארון דער צדיק ווען ער פארט העכער ממדריגה למדריגה בעט איך דיר באשעפער קומה ה', האלט זי אונטער טאטע זיסער כדי זיי זאלן חלילה נישט פאלן אויפן וועג, ואלמלי הקב"ה עזרו לא יכול.

וואס אונז זעהן דא איז א ריזיגע חיזוק, אז דאס וואס מיר האבן נסיונות און שוועריקייטן דאס איז ס"ה א הכרח צוצוקומען נענטער צו הקב"ה.

אבער וואס נאך אסאך שטערקער איך זעה דא איז די געדאנק אז, "מי שהבורא ב"ה רוצה בו מנסהו בכמה נסיונות" ככה יעשה לאיש אשר המלך חפץ ביקרו, די שווערע נסיונות וואס מיר גייען אדורך ווייזט אונז אז גאט ב"ה וויל אונז ער איז רוצה בנו.

אונזער תירוץ פארן בורא עולם: ליבער טאטע משכני אחריך נרוצה.

ענטפער: איך דארף הילף י"ג סיון התשפ"א 08:44 #272628

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

גאר שטארקע ווערטער פון ידי"נ עוז הרה"צ הקדוש שלום אהליך שליט"א און גאר א שטארקע לימוד!

איך האב געטראכט צולייגן וואס מ'זעט די וואך אין רש"י, אנהייב פרשה, וז"ל:
לָמָּה נִסְמְכָה פָרָשַׁת הַמְּנוֹרָה לְפָרָשַׁת הַנְּשִׂיאִים? לְפִי שֶׁכְּשָׁרָאָה אַהֲרֹן חֲנֻכַּת הַנְּשִׂיאִים חָלְשָׁה אָז דַּעְתּוֹ, שֶׁלֹּא הָיָה עִמָּהֶם בַּחֲנֻכָּה לֹא הוּא וְלֹא שִׁבְטוֹ, אָמַר לוֹ הַקָּבָּ"ה חַיֶּיךָ שֶׁלְּךָ גְדוֹלָה מִשֶּׁלָּהֶם, שֶׁאַתָּה מַדְלִיק וּמֵטִיב אֶת הַנֵּרוֹת.

דאס איז פאר אונז א מוראדיגע שטארקע לימוד.
אמאל זעהט א מענטשט און שפירט ווי ער איז דערווייטערט פון באשעפער, ער האט אזעלכע ביטערע נסיונות, ער מוטשעט זיך געפערלעך מיט זאכן וואס ער ווייסט אז ס'איז די ערגסטע, ער קען קוים דאווענען, ער האט נישט חשק צו לערנען, מוטשעט זיך מיט שמירת עינים וכו' וכו'.
און ער זעט אנדערע חברים אין בית מדרש וואס הכרת פניהם ענתה בהם אז זיי זענען יראי שמים, זיי דאווענען מיט אזא ברען, זיי לערנען מיט א מוראדיגע התלהבות ברשפי אש.
דאס אלעס איז גורם אז חלשה דעתו, שאין חלקו עם חבריו בעבודת ה', ער טראכט אז ער איז נדחה געווארן ואין הקב"ה חפץ בשימושו. ער טייטשט אפ די נסיונות אלס סימן אויף התרחקות.

און די אייבישטער ענטפערט: חייך שלך גדולה משלהם! טייערע נשמה, מיין באליבטער קינד, דיין זיך מוטשען מיט נסיונות, דיין ציבראכן הארץ וואס דו האסט נאר צוליב דעם אז דו ווילסט זיין נאנט צו מיר, דאס איז נאך מער פון אלעס! רחמנא לבא בעי, און אויב דיין הארץ בענק אזוי שטארק צו מיר, ביסטו דאך ממש מיט מיר!

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף י"ט סיון התשפ"א 08:29 #272728

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12
טאמער וועל איך טרינקן וועל איך ווערן שיכור און ווען מ'איז שיכור איז זייער שווער זיך צו קאנטראלירן!!!!
לעצט פארראכטן: י"ט סיון התשפ"א 08:44 דורך שלום אהליך.

ענטפער: איך דארף הילף י"ט סיון התשפ"א 08:46 #272729

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

אלטע נער פוץ אפ

ענטפער: איך דארף הילף כ' סיון התשפ"א 08:01 #272751

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

האט ער שוין אפגעפיצט דער מחוצף???? 

מיין טייערע הארציגע נאנטע פריינד הצדיק הקדוש מאד "שלום אהליך" שליט"א!
איך שפיר זייער שטארק דיין ווייטאג און מוטשעניש! דאס מאכט מיר ממש נישט גוט שפירן!
מיין הארץ איז מיט דיר אין דיינע שווערע טעג, אביסל נידעריגע טעג, א בחינה פון ימים אשר אין בהם חפץ, מ'שפירט נישט גענוג שמחת החיים, מ'שפירט נישט אז מ'טוהט אויף עפעס אויף די וועלט, מ'שפירט א שטיין אויפן הארץ, טעג פון מלחמה צווישן די וועלן מיט די גליסטן, צווישן די מוח מיט די הארץ.

אבער ס'איז ביי מיר פשוט וברור אז ס'איז נאר אן הכנה אויף געוואלדיגע ליכטיגע פרייליכע און דערהויבענע טעג וואס גייען קומען אויף דיר בקרוב! טעג וואס די אייבישטער וועט דיר משפיע זיין שמחה און זיסקייט, זאלסט שפירן סיפוק אין דיין עבודת הקודש.
עס קען נישט זיין אן עליה אן קיין שטיקל בחינה פון ירידה [איך רעד נישט פון א נפילה חלילה, נאר סתם אז מ'שפירט אראפגעקלאפט].
אויך ווער עס לויפט ארויף א בארג, און ער וויל אינמיטן כאפן די אטעם קענען ארויף לויפן שנעלער, גייט ער אביסל אויף צוריק און אזוי קען ער בעסער כאפן די אטעם אויף לויפן ווייטער.

איך פארשטיי אז ס'איז דיר שווער זיך ארויסווייזן די טעג, עס זענען אביסל ימי הסתר, אבער געדענק אז אפילו בהסתרה שבתוך ההסתרה גם שם נמצא השי"ת און ער נעמט דיר ארום מיט אזא געוואלדיגע אהבה, ישקני מנשיקות פיהו, ווייל ווער נאך איז אזוי חשוב ביי אים ווי א הייליגע נשמה ווי דו וואס שוויצט אזויפיל פאר אים!

שטארק דיך מיין טייערע ברודער

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

לעצט פארראכטן: כ' סיון התשפ"א 08:04 דורך נישט שפעט.

ענטפער: איך דארף הילף כ' סיון התשפ"א 11:24 #272759

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12
  ער איז דא אין גרויסן און ווי עס קוקט אויס וועט ער בלייבן דא לפחות ביז פרייטאג מטעמים הכמוסים.

עכ"פ דערווייל אז ער איז סייווי דא נישט מיטן פלאן אוועק צוגיין אזוי שנעל האב איך מיטן אויבערשטענס הילף מצליח געווען איהם גיבן א געזונטע שטויס, איך בעט דעם רבש"ע אז ער זאל מיר העלפן בלייבן ריין און אנגעבינדן אין איהם נאך איין טאג.

די מעשה מיט די שטויס גייט אזוי, די לעצטע שטיק צייט גיי איך אריבער אן ערענסטע שוועריקייט גאט זאל אפהיטן אלעס זאל למעשה זיין גוט אויפן בעסטן פארנעם, די עיקר צער און עגמ"נ איז די אי ידיעה דאס נישט וויסן פונקטליך וואס די פראבלעם איז, (אגב, די אנגעצויגקייט קומט פון די פאקט אז איך מיין אז איך דארף קאנטראלירן די מצב, טאמער וועל איך באמת אנערקענען אז איך בין גענצליך מאכטלאז און איך קען סייווי גארנישט טוען לטב ולמוטב, אלעס וועט סייווי געפירט ווערן ווייטער דורך אבי הרחמן וועט דאס אלעס אנקומען אסאך אסאך לייכטער) יעדנפאלס, די מצב שלעפט מיר זייער אראפ בכלליות ובפרטיות, ברוחניות ובגשמיות ובפרט בענין הנסיון איז די מצב זייער ביטער, די רייץ און פאנטאזיעס ארבעט אויף קעסל און כלים, ה"י.

די מעשה יעצט איז געווען אז די פילטער אויף מיין קאמפיוטער איז אנגעשטעלט מיט א פעסווארד וואס איך האב איין האלב און מיין ווייב די צווייטע האלב, נעכטן אבער בין איך באיזה אופן שיהיה געוואויר געווארן איר האלב, מיין הארץ האט מיר אנגעהויבן קלאפן אויף גאר א שטארקע פארנעם און א ריזיגע מלחמה האט זיך אנגעהויבן, בעסער געזאגט נישט א מלחמה, די צד שכנגד איז גלייך געווען אויפן געווינענדן צד, אין מיין קאפ האבן אנגעהויבן ווירבלן מחשבות וואס מ'גיימיר טוען מיטן אוצר(?) וואס איז אזוי אריינגעפאלן אין מיינע הענט, ווען און וויאזוי מ'גיימיר עס נוצן, נעכטן נאכמיטאג און ביינאכט ווען איך האב פארברענגט מיט מיין ווייב האב איך זיך געפילט ווי א ליגנער און א בלאפער, איך נער אויס מיין געטרייע ווייב און איך בין פארנומען זוכן וועגן ווי צו גייען טוען זאכן דירעקט קעגן איר וואס וועט איר שעדיגן און נאך הונטער איר רוקן, כ'האב מיך אבער נישט געקענט העלפן, די עבותות העגלה זענען געווען אומבאשרייבליך שטארק, אוי טאטע זיסער.

אזוי איז די ריזיגע ווייטאגליכע מלחמה אנגעגאנגען ביז היינט צופרי אינמיטן שחרית, דעמאלסט האט מיר השי"ת ב"ה געפענט דאס הארץ און כ'האב באשלאסן מיט א פעסטקייט אז יהיה מה שיהיה איך וועל איר פארציילן וואס גייט פאר און אז איך ווייס איר חלק פונעם פעסווארד און אז מ'דארף עס טוישן, די תוצאות? וויאזוי וועט זי עס אננעמען? וועט זי זיין ברוגז? וועט זי זיין אנטוישט? וועט זי מיר מחשיב זיין? וועט זי אנערקענען מיין הקרבה? ס'האט נישט מיט מיר און איך בעט איין זאך פון גאט ב"ה, העלף מיר שלא אבוש בעולם הזה ולא אכלם לעולם הבא, כ'בעט דיר גיב מיר די כוחות און אויך פאר מיין טייערע געטרייע ווייב אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן עצהיו"ט.

איך בין אהיים געקומען פון ביהמ"ד מיט א תפלה אויף מיינע לעפצן און איך האב איר געפרעגט טאמער זי קען יעצט רעדן איבער א וויכטיגע ענין, זי האט גענטפערט פאזעטיוו און איך האב איר פארציילט אז איך בין געוואויר געווארן איר האלב פונעם פעסווארד און איך מיין אז מ'ברויך עס טוישן, מיטן אויבערשטענס הילף האט זי עס גוט אנגענומען, מיר נישט באשולדיגט אדער פארגעווארפן נאר מסכים געווען און ב"ה די פעסווארד איז שוין געטוישט ב"ה.

צו כ'וועל עס נישט נאכאמאל געוואויר ווערן? זייער מעגליך אז יא, די זעלבע וועג וואס איך בין עס דאס מאל געוואויר געווארן קען געשעהן נאכאמאל, אבער איך ווייס אז דאס האט נישט מיט מיר, די פעסווארד באשיצט מיר סייווי נישט, דאס איז ס"ה נאר נאך א טול וואס גאט ב"ה האט מיר געשיקט מיר צוצוהעלפן און מיין שווערע רייזע.

----------------------------------------------------------

יעצט א תפלה צו דיר מיין טייערע ליבער טאטע, איך האב נישט טרערן אין מיינע אויגן ווייל די מצב מאכט מיין הארץ און מיינע געפילן פארשטאפט, אבער טאטע זיסער, נאר דו ווייסט במסתרים תבכה נפשי, ס'שטיקט מיר אין האלז און אין מיין הארץ, די מצב איז מיר נישט לייכט און ס'צונעמט מיר זייער שטארק, איך בעט דיר איין זאך, העלף מיר אז אפילו ווען שוועריקייטן גייען אדורך אויף מיר זאל איל ווייטער בלייבן אנגעבינדן אין דיר לא תתפרש מינן ואל נפרוש ממך טאטע, איך וויל אזוי שטארק טוען דיין רצון, בלייבן הייליג און ריין כפי רצונך הטוב, ס'איז אבער אזוי אזוי שווער, די שעבוד גליות, בגלות הפרטי איז דאך אזוי גרויס, מיין באשעפער לייז מיר אויס, שיק אריין א זיסקייט אין די עבודה וואס איך טוה, עפן מיין הארץ איך זאל כאטש קענען וויינען צו דיר, עפן אויף מיין מח כ'זאל אביסל בעסער קענען דיר משיג זיין, האלט מיר נאנט צו דיר, טאטע איך האב דיר ליב אנע שיעור תעיתי כשה אובד בקש עבדיך, ס'איז ידוע די מדרש אז בנוהג שבעולם אז א שה אובד זוכט נישט אליין זיין רועה נאר די רועה זוכט אויף די שה תמים, טאטי ביי מיר איז אפס כח, איך קען נישט און איך ווייס נישט, זוך מיר און טרעף מיר, מאך מיר שוין ליכטיג און זיס.

ענטפער: איך דארף הילף כ' סיון התשפ"א 12:02 #272761

  • עיניו בראשו
  • איצטיגע שטרעקע: 25 טעג
  • OFFLINE
  • שר החמישים
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 58 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל
  • קאָרמא: 5

לכבוד חברינו היקר שלום שליט"א

איך שפיר מיר נישט גוט יעצט, אבער איך מוז קאמענטירן אויף דיין שווערע דורכגאנג.

איך האב נישט וואס צו שרייבן יעצט, אבער איך האב מיטלייד און איך בין מתפלל פאר דיר סיי איבער דיין שוועריקייט און סיי איבער דיין נסיונות

עיניו

דער עיקר דארפן מיר געדענקן: אונזער עבודה איז צו ארבעטן, און זיין ריין איז א מתנה פונעם באשעפער.

ענטפער: איך דארף הילף כ"א סיון התשפ"א 10:40 #272774

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

אין פלאן היינט צו טוען א שטארקע שריט אין ריקאווערי בעזרת השי"ת, כ'וועל אפדעיטן בל"נ

ענטפער: איך דארף הילף כ"א סיון התשפ"א 13:57 #272780

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

אונז קוקן ארויס צי הערן...

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: איך דארף הילף כ"א סיון התשפ"א 17:08 #272786

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

איז אזוי, איינמאל אן עדיקט אלעמאל אן עדיקט, דאס איז א ריזיגע כלל וואס איז וויכטיג צו וויסן בעפאר מ'הויבט אהן סיי וואספארא ריקאווערי, מ'ברויך משלים זיין דערמיט און עס אננעמען באהבה רבה און וויסן בברירות אז דאס איז די עבודה וואס מיין באשעפער וויל פון מיר און איך וועל פרובירן טוען זיין רצון מיט א איבערגעגעבענקייט אנע פראגעס און שאלות.

אן עדיקט וועט געווענליך - טאמער ארבעט ער נישט א פראגרעם - ווען עס צינדט זיך איהם אהן די תאוה אדער ווען ער ער זוכט א פלאץ צו אנטלויפן מאיזה סיבה שיהיה אדער ווען א שוועריקייט קומט אונטער און ער זוכט א קאופינג מעקעניזם, דאן וועט ער געווענליך לויפן צו זיין עדיקשאן ורויכערן יוכיח.

ווי געשריבן נעכטן גיי איך בימים אלו אדורך א געוויסע שוועריקייט בפרטיות, ה' יעזור שיסתדר במהרה עצהיו"ט, און ווי געשריבן פריער טריגערד דאס מיין עדיקשאו ביג טיים, ס'איז מיר א סטראגל און א מלחמה די גאנצע צייט, סטעפ 1 ברויך איך נישט מאכן, ס'איז די גרעסטע מציאות במצבי כעת, אבער די גאוה און ווילן צו קאנטראלירן אלץ און אלעמען לאזט נישט אפלאזן ווי בלשונינו Let go, און אז עס איז נישט דא קיין סטעפ 1 איז גארנישט דא ווי עס שטייט שוין און גמ' סוטה אמר רב חסדא ואיתימא מר עוקבא כל אדם שיש בו גסות הרוח אמר הקב"ה אין אני והוא יכולין לדור בעולם און די רעזולטאט איז ווי די גמ' זאגט אינעם פריערדיגען בלאט כל אדם שיש בו גסות הרוח וכו' ר' חמא בר חנינא אמר כאילו בא על כל העריות כתי' הכא תועבת ה' כל גבה לב וכתי' התם כי את כל התועבות האל וגו', עכ"פ היול"מ איך בין אין גרויסע טראבל.

יעצט, עס שטייט אז הבא לטמא פותחין לו, און פותחין לו מיינט כפשוטו ווי איך גלויב אסאך קענען ליידער עדות זאגן אז ווען מ'האלט אינמיטן די מלחמה און מצד אחד וויל מען אזוי שטארק נישט און מצד שני ברענט די תאוה אבנארמאל דאן וועט זייער אסאך מאל געשען די פותחין לו, וואס דאן איז שוין זייער שווער זיך מתגבר צו זיין, סיי בשעת מעשה און סיי שפעטער נאך וואס די תאוה האט זיך שוין אפגעקילט אבער ס'צינדט זיך נאכאמאל אהן אין א שפעטערע געלעגנהייט ווייסט ער שוין פון נאך א פתח פתוח וואס פירט צום תהום, משל לאדם אחד שהיה לו בן הרחיצו וסכו והאכילו והשקהו ותלה לו כיס על צוארו והושיבו על פתח של זונות מה יעשה אותו הבן שלא יחטא.

און דאס איז ממש וואס איז צו מיר געשען, ליידער ליידער באתי לטמא ופתחו לי.... איך האב געטראפן א סייט וואס האט אפשר נישט די ארגסטע פון די ארגסטע אבער פונקט גענוג צו פיטערן די עדיקשאן אדער ווי אנדערע רופן עס "זיך אנטרינקן".

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, אנשטאט אנהויבן טרינקן ביזן טויט שכרות שטאפל האב איך אנגעהויבן טראכטן אז איך וועל מודיע זיין פארן פילטער קאמפעני איבער די לאך און זיי וועלן עס פארמאכן און שלום על ישראל, אבער דאן האט מיר ווייטער באנג געטוען לאמיר זאגן אז זיי וועלן טאקע פארמאכן די סייט אבער ס'זענען נאכאלס דא פילע ענליכע סייטס וואס גייען בלייבן אפן, און אפילו אויב די פילטער קאמפעני וועט כאפן דעם פראבלעם און זיי וועלן פארמאכן אלע די סארטן סייטס, לבי יודע מרת נפשי און איך ווייס אז מארגן וועל איך זוכען פון אן אנדערע פלאץ און טרעפן אן אנדערע לאך און וואס וועט דעמאלסט זיין...?

אזוי איז אדוכגעגאנגען די נעכטיגע טאג, היינט צופרי האב איך זיך דערמאנט אז כ'האב אמאל געכאפט א שמועס מיט איינע פון די ראשי טע"ג, און ער האט מיר געזאגט אז די פילטער וואס איך פארמאג איז טאקע איינע פון די בעסטע און שטערקסטע ובפרט און קאמפעטיביליטי און שנעלקייט און סערוויס זענען זיי פון די בעסטע אויב נישט די בעסטע אבער גארנישט איז א פארגלייך צו נעטפרי, זייער פילטער איז די סאמע בעסטע וואס איז נאר דא, ממחשבה למעשה, האב איך געקלערט צו מיר אז היינט וועל איך קאנטאקטן טע"ג און איבערגיין מיט זיי די אפציעס און אינסטאולען נעטפרי וואס ביי זיי ארבעט עס א שטייגער אז ביי דיפאולט איז די גאנצע אינטערנעט אפגעשפארט און זיי עפענען סייט ביי סייט, וכמובן האבן זיי שוין צענדליגער טויזענטער סייטס געפענט מיום הוסדם, ועוד ידם נטוי' בס"ד.

הבא לטהר מסייעין אותו, פון וואנעט ווייסט א מענטש אז ער איז בא לטהר? ווען ער זעהט די סיוע במו עיניו, אפענערהייט די יד ה'.

פארזעצונג קומט בעז"ה.

ענטפער: איך דארף הילף כ"א סיון התשפ"א 17:16 #272787

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 318
  • האט שוין געלייקט: 508 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
  • קאָרמא: 16

ביסט געוואלדיג שלום דיין שאיפה צי בלייבן נאך א טאג סאבער איז מוירעדיג
מיר ווארטן שוין א פארזעצונג

חמשה מי יודע?? חמשה אני יודע!!!!!
איך מיז געדענקן אז ג-ט האט מיר ליב סיי וואס איך טוה.
איך מיז געדענקן אז איך בין קראנק אין איך קען נישט אליין. 
איך מיז געדענקן אז איך מיז בעטן יעדן טאג צי גאט פאר פרישע 24 שעה סאבער.
איך מיז געדענקן אז אויב פיל איך אז זאכן הייבן אן פארן  די נישט גוטע וועג זיך גלייך פארבינדן מיט חברים וואס פארשטייען מיין פראבלעם. 
אין די עיקר מיז איך געדענקן אז איך דארף טוען וואס איך קען. אבער די ריזאלט'ס איז אין די הענט פון ג-ט.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ב סיון התשפ"א 08:36 #272801

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20

הייליג!
הייליג!
הייליג!
הייליג!

וויפל איך האב דאס געוויסט אויף שלום, ווערט מיר עס מער און מער קלאר! אזא הייליגע שאיפה, אזא הייליגע רצון, אזא הייליגע שפראך!!
אההה טאטע אין הימל, האסט נישט מיט וואס זיך שעמען מיט דיינע אוצר'לעך!

מיר ווארטן הערן וויאזוי ס'איז געגאנגען ווייטער

מיט א הייסע תפילה צום בורא עולם אז די אלע "שוועריקייט בפרטיות", בכל הענינים, זאלן בקרוב ממש ווערן בטל ומבוטל כעפרא דארעא, ולא נודע כי בא אל קרבנה.

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף כ"ג סיון התשפ"א 13:56 #272830

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
שלום אהליך געשריבן on כ"א סיון התשפ"א 17:08:

פארזעצונג קומט בעז"ה.


פארוואס גייט דער פארזעצונג אזוי שטייט?

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

ענטפער: איך דארף הילף ל' סיון התשפ"א 12:01 #273057

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

אט איז די פארזעצונג.

בכלל נישט וויאזוי איך האב זיך פארגעשטעלט עס וועט אויסקוקן אבער וואס ווייסט א מענטש...

והנה, פאריגע מאל בין איך שטיין געבליבן ביי דעם אז מ'האט מיר געוויזן פון הימל די מורא'דיג מסייעין אותו, לאמיך אייך פארציילן וואס דאס איז געווען.

יענע צופרי ווי נאר איך שפאציר אריין אין ביהמ"ד האב איך ממש ווי אריינגעבאמפט אין איינע פון די אנפירער פון טע"ג, ער דאווענט נישט געווענליך און די ביהמ"ד וואו איך דאווען און איך האב געזעהן דערין א סימן מן השמים און א גלעט פון מיין ליבער טאטע וואס זאגט מיר "מיין קינד איך זעה ווי דו ווילסט זיין הייליג און ריין, דא האסטו הילף" איך האב אפגעשטעלט דעם איד און איך האב איהם פארציילט פון די פראבלעם מיט מיין פילטער און געפרעגט וואס איז דא צוטוען, ער האט מיר ג'עצה'ט אז נעטפרי איז די עצה פאר די פראבלעם, און מיט זיי איז ממש אלעס אומווערדיג פארשפארט, גראד האב איך אפגעשמועסט מיט איהם אז נאכמיטאג וועט ער מיר העלפן מסדר זיין די גאנצע זאך, וכך הוה, נאכמיטאג האט ער מסדר געווען די פילטער און בעז"ה איז אלעס מסודר געווארן.

איך מוז א רגע מפסיק זיין בשבח פון נעטפרי, ווי איך פארשטיי איז די איינציגע ציל פון זייער פילטער בלויז טהרת וקדושת ישראל אהן קיין שום נטי' פון ביזנעס און מאכן געלט, דער איד פון טע"ג האט מיר געזאגט אז אנהויב האבן זיי אפי' נישט געבעטן קיין געלט פון זייערע סובסקרייבערס אלעס כדי נאך אידן זאלן קענען זיין הייליג און אפגעהיטן, זייער פילטער איז גאר גאר שטארק און יעדע בילד און ווידעאו ווערט לייוו איבערגעקוקט דורך מענטשן, זייער סיסטעם איז מורא'דיג, ווי נאר איך עפן א סייט, אפי' די סייט איז שוין בעצם אפן אבער די בילדער וואס איז נאך קיינמאל נישט איבערגעקוט געווארן פארן אטאמאטיש צו ווערן לעבעדיג איבערגעקוקט און ס'עפענט זיך איינס נאך די אנדערע, זיי האבן שוין ביז היינט איבערגעקוקט איבער א ביליאן מיט א ב' דגושה בילדער און טויזענטער ווידעאוס און טויזענטער סייטס ריוויוד, באמת אן אויסטערלישע ארבעט, השי"ת זאל בענטשן אלע די אידן וואס טוען די גרויסע וויכטיגע ארבעט מיט אלעם גוטן, אמן.

די פראבלעם האט זיך אבער אנגעהויבן צום אלעמען ערשט מיט אונזער סייט, אז כ'האב נישט געקענט אריינלאגן, איך האב זיי געבעטן עס צו עפענען אבער זיי האבן נישט געוואלט ווייל לויט זייערע פאליסיס מוז עס זיין פארשפארט איך האב געבעטן איינמאל און נאכאמאל אבער זיי זענען געשטאנען שטאנדהאפטיג צו זייערע פרינציפן און נישט געוואלט עפענען די סייט, איך האב זיך געוואנדן צו איינער פון די אנפירער פון אונזער הייליגע ענגלישע קהילה און ער האט מיר מיט געטריישאפט פרובירט צו העלפן איין וועג און נאך א וועג ביז ענדליך איין געוויסע וועג האט מיר געלאזט אריין לאגן, וואס דאס האט מיר כאטש געלאזט אפדעיטן מיין טשארט און ליינען פאוסטס, ליינען האב איך געזאגט? נישט ממש, איינער פון נעטפרי'ס מורא'דיגע מעגליכקייטן איז אז ווען זייער באט כאפט אויף אומאויסגעהאלטענע ווערטער וועט עס ארויף קומען אזוי: XXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXX אנשטאט ווערטער זעהט בייגעלייגטע בילד פון די תגובה מיט די ערשטע פארזעצונג, זייער באט האט פאר עפעס א סיבה געטראפן עפעס אומאויסגעהאלטן דארט און האט עס אזוי געמאכט אזוי איז געווען מיט פילע פאוסטס.
ווען ס'איז געקומען שרייבן איז בכלל קיין רעדע נישט געווען, אלעס איז געווארן בלאקד, איך האב זיך גראד געוואנדן צו אונזער הייליגע גבאי "שיע" וואס האט זיך אריינגעווארפן מיט א גרויסע געטריישאפט מסדר צו זיין דעם פראבלעם איך ווייס נישט פונקליך וואס ער האט געטוען, אזויפיל יא, ער האט געארבעט אומערמידליך אז די פראבלעם זאל מסודר ווערן עסעפ.
דאס איז אלעס לגבי די סייט וואס לאמיר זאגן מ'וואלט געקענט אויפגעבן די סייט און שוין, אבער לגבי מיין ארבעט איז די זאך געווארן נאך מער קאמפליצירט, מיין ארבעט פארלאנגט אסאך צו זעהן געוויסע סייטס, אבער עודך, כשר'ע סייטס זענען געווען געבלאקט און רעקוועסטן איינמאל און נאכאמאל און ווידער אמאל האט זייער פארשווערט די ארבעט, גוטע בילדער וואס זענען געבלאקט און מ'ברויך ווארטן אפאר מינוט עס זאל זיך עפענען האט ממש געמאכט אוממעגליך אנצוגיין, איך האב אזוי געצויגן מיט די פילטער פאר קרוב צו צוויי וואכן און געהאפט אז מ'וועט זיך צוגעוואוינען, אבער מיר האבן געזעהן אז ס'איז נישט מעגליך אנצוגיין אזוי.

האבן מיר שוקל געווען די צדדים לכאן ולכאן איבער גערעדט מיט אנדערע און ס'איז געבליבן אז מ'וועט מוזן צוריק טוישן צום אלטן פילטער און עס פרובירן מאכן נאך שטרענגער וויפיל שייך בס"ד.

און דא בין איך צוריק מיט מיין אלטע פילטער.

מיין פערזענליכע ערפארונג האט מיר געוויזן ווי פאלגענד: נעטפרי איז גאר גאר א גוטע פילטער באמת שטארק און דויערהאפטיג, נאר היות ס'איז ערצייגט געווארן פאר א"י אידן און ביי זיי ארבעט עס גאר גוט בס"ד ווייל די סייטס וואס זיי ברויכן איז שוין עפי"ר געווארן געפענט, אבער פאר חו"ל אידן איז די פילטער גאר א נייע זאך און זייער אסאך סייטס איז נאך געבלאקד ביי זיי ווייל מ'האט נאך קיינמאל נישט רעקוועסטעד עס זאל זיך עפענען, אע"כ ווי עס קומט מיר אויס איז דאס גאר א גוטע פילטער פאר פריוואטע באנוץ ווייל ס'פארמאכט טאקע אלעס אלעס אומאויסגעהאלטן, אבער פאר ארבעט לע"ע איז מיר געווען שווער, קען זיין אז ווען מער חו"ל אידן וועלן זיך דערמיט באנוצן וועט עס ווערן מער יוזער פרענדלי, און דאן וועל איך זיין זייער צופרידן צוריק צוגיין צו זיי, ווייל מיין פערזענליכע ערפארונג ווייזט מיר אז זיי זענען די בעסטע.

און יעצט א תפלה צום בורא עולם, טאטע זיסער, דו זעהסט מצפוני לבי דו ווייסט ווי שטארק איך וויל זיין ערליך און אז איך וויל טוען אלעס צו זיין מער אפגעהיטן, איך בעט דיר העלף מיר שלא אכשל איך זאל בלייבן אייביג הייליג און ריין איך זאל קענען טוען דיין רצון שטענדיג און איך זאל קענען איבערגעבן אלע מיינע רצונות און חפצים צו דיר ליבער טאטע.

ענטפער: איך דארף הילף ל' סיון התשפ"א 12:03 #273058

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

די בילד האט זיך עפעס נישט געאפלאוד פריער

אטעטשמענטס:

ענטפער: איך דארף הילף ל' סיון התשפ"א 16:26 #273064

  • שלום אהליך
  • איצטיגע שטרעקע: 456 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 313 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 442 מאל
  • קאָרמא: 12

איך מוז האלטן פאר מיינע אויגן שטענדיג אז איך קען בשום אופן נישט בלייבן ריין אין די הייסע זומער טעג. פינטל.

ענטפער: איך דארף הילף ל' סיון התשפ"א 16:37 #273066

  • ואטהר ואתקדש
  • איצטיגע שטרעקע: 78 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 340
  • האט שוין געלייקט: 514 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 438 מאל
  • קאָרמא: 8

דו קענסט דיך נישט האלטן ריין.
אבער גאט ב"ה קען יא.

אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו יודע כל מעשה בני אדם וכל מחשבותם שנאמר היוצר יחד לבם המבין אל כל מעשיהם.
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו.

ענטפער: איך דארף הילף ל' סיון התשפ"א 17:47 #273072

  • נישט שפעט
  • איצטיגע שטרעקע: 59 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 723
  • האט שוין געלייקט: 590 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1274 מאל
  • קאָרמא: 20
שלום אהליך געשריבן on ל' סיון התשפ"א 16:26:

איך מוז האלטן פאר מיינע אויגן שטענדיג אז איך קען בשום אופן נישט בלייבן ריין אין די הייסע זומער טעג. פינטל.


כ'טראכט
ס'איז באקאנט פון ערשטן בעלזער רב זי"ע, אז אמאל זעט מען א טאג וואס איז ווארעם, הגם אז עס האט געהייסן אז עס גייט זיין קאלט און רעגנדיג, ווייל א יונגל האט געדארפט גיין אין חדר, און ס'איז אים געווען קאלט און ס'איז געווען שווער גיין אין חדר, האט די אייבישטער משנה געווען די גאנצע מערכת השמים און געמאכט מער ווארעם כדי די יונגל זאל קענען גיין אין חדר.

אולי יש לומר לענייננו
אמאל דארף זיין גאר גאר הייס, און די אייבישטער ווייסט אז אין יענע פלאץ וואוינט א הייליגע איד וואס די מצב קען אים מאכן גאר גאר שווער, איז ער משנה סדרי העולם און מאכט אביסל ווייניגער הייס כדי די מכשולות זאלן נישט אזוי געפערליך.

וה' יעזרנו ויצילנו מכל מראי"ן בישין

נעם דיר אריין אין קאפ:
דאס אז דו ביסט היינט ריין, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך זיין ריין. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
​דאס אז דו ביסט היינט געפאלן, מיינט נישט אז מארגן וועסטו אויך פאלן. יעדע טאג איז א טאג פאר זיך.
כללו של דבר: דו האסט א עול נאר פון איין טאג. סאו זיי נישט אנגעצויגן.

אחראים: GYE YIDDISH, שיע
צייט צו מאכן א בלאט: 2.30 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא