ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר 10762 באזוכער

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ד' טבת התשע"ח 13:35 #247319

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
Hilega געשריבן on ד' טבת התשע"ח 13:25:

גבאי געשריבן on ד' טבת התשע"ח 13:21:
הייליגע, ביסט גערעכט. איך האב נאך טאקע כמעט נישט געשריבן איבער מיך אליינס. איך בין פשוט נאך נישט אנגעקומען דערצו. אך האב גראדע יא אינזינען געהאט אז איך דארף עס טון (דוקא לומד האט יא זייער שיין דערציילט איבער זיך), נו, בעז"ה וועל איך פרובירן אין די נאנטע טעג יא צו דערציילן מיין מעשה'לע דא. אפשר וועט עס העלפן.

לומד'ס טרעיד. איז א טייל פין מיין מעשה.

שוין איך האב שוין פארציילט אביסל.

נעקסטע וואך זינטיג. קימט א מעשה פין גבאין

הכינו


 אוך זעה דער עולם ריף זיך אן אזוי ווארים, וועל איך זיל מיט כאפין מיט די ווארמע אידען  אם ירצה מממש בקרב  אנשטרגעין ארוס צי שריבען  מיינע שווערגקייטן בעבר ובעתיד מיט אלע פרטים,
בד''א איך האב שוין אסאך מאל אנגנהובין צישרייבן ,און די לעצטע מניט צרויק געצויין פין גרוס גאוה מען דארף נאל ארבעטין אוף זוך, בעזר ה' וועט מען אקומעין

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ד' טבת התשע"ח 14:27 #247320

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

מיר דאכט זיך אז אין דעם סייט האב איך אויך אנגעהויבן שרייבן איבער מיר, נאר אויף די ענגלישע האב איך אסאך פריער געשריבן, פשוט דער שפראך דארט ערלויבט עס גרינגער, עס איז מיר שווער צו שרייבן אויף אידיש מיין מעשה, עס איז מיר געשמאקער אין ענגליש.

אלענפאלס, ווער עס וויל זיך העלפן זוכט נישט קיין תירוצים, בעסער געזאגט, ער וויל נישט הערן אדער האבן קיין תירוצים, ער וויל נאר דעם וועג ארויס. ליידער נעמט ביז מען קומט אן צו א מצב וואס מען איז גרייט פאר אלעם, און איך רעדט דייקא נישט נאר פון ס"א, אסאך קענען זיך, עכ"פ דערווייל, העלפן אויף אנדערע וועגן און סיי וועלן דאס נישט טוהן צוליב עצלות אדער דמיונות פון בושה.

א גוט שבת

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ד' טבת התשע"ח 14:32 #247322

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל
בא לטהר געשריבן on ד' טבת התשע"ח 14:27:

מיר דאכט זיך אז אין דעם סייט האב איך אויך אנגעהויבן שרייבן איבער מיר, נאר אויף די ענגלישע האב איך אסאך פריער געשריבן, פשוט דער שפראך דארט ערלויבט עס גרינגער, עס איז מיר שווער צו שרייבן אויף אידיש מיין מעשה, עס איז מיר געשמאקער אין ענגליש.

אלענפאלס, ווער עס וויל זיך העלפן זוכט נישט קיין תירוצים, בעסער געזאגט, ער וויל נישט הערן אדער האבן קיין תירוצים, ער וויל נאר דעם וועג ארויס. ליידער נעמט ביז מען קומט אן צו א מצב וואס מען איז גרייט פאר אלעם, און איך רעדט דייקא נישט נאר פון ס"א, אסאך קענען זיך, עכ"פ דערווייל, העלפן אויף אנדערע וועגן און סיי וועלן דאס נישט טוהן צוליב עצלות אדער דמיונות פון בושה.

א גוט שבת


בא לטהר איז זייער שארף.

ער זאל נישט זיצן ביים בי''ד של מעלה.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ה' טבת התשע"ח 22:53 #247327

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
גבאי געשריבן on ד' טבת התשע"ח 13:12:
5050 האט א שטארקע פינטל, און הייליגע האט גוט ארויסגעברענגט די סיבה דערפון.

נו, וויאזוי ענדיגט מען דאס? איך האב גטראכט א עצה, דער גבאי זאל מיך זאגען אויב עס קען ארבטען 
מען זאל עפנען א אשכול וואס די מעמבערס פין די אשכול וועלין זיך דארפיןן אריין שרייבן צי קענען ליינען אדער שרייבען אין די קונדישען וועט זיין:
מער מיס ערשט שרייבען דיין הוסטארי 
אינדעם יעדער מאל מען פאלט מיס מענ שרייבען אופין  אשכול ווי אזוי מען איז געפאלען. 


5050, אפשר שרייבט איר דא אלעס וואס איר שרייבט (אדער וואלט ווען געשריבן) אויף דעם ענגלישן סייט. הייליגע, וואס איז מיט דיר?

אוך נאך קיין מאל נאך נישט געשרובען אוף די ענגלישן סייט, און איך פלאנ  מיט ד י צייט צי שרייבען אלס וואס ליגט אוף מיין הארץ דא אופן סייט, פארוואס זאל איך שלעפין זאכען אוף מיין הארץ אוב אי קען ארוס געבין.

לעצט פארראכטן: ה' טבת התשע"ח 22:55 דורך 5050.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ו' טבת התשע"ח 10:12 #247331

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
Hilega געשריבן on ד' טבת התשע"ח 14:32:

בא לטהר געשריבן on ד' טבת התשע"ח 14:27:

מיר דאכט זיך אז אין דעם סייט האב איך אויך אנגעהויבן שרייבן איבער מיר, נאר אויף די ענגלישע האב איך אסאך פריער געשריבן, פשוט דער שפראך דארט ערלויבט עס גרינגער, עס איז מיר שווער צו שרייבן אויף אידיש מיין מעשה, עס איז מיר געשמאקער אין ענגליש.

אלענפאלס, ווער עס וויל זיך העלפן זוכט נישט קיין תירוצים, בעסער געזאגט, ער וויל נישט הערן אדער האבן קיין תירוצים, ער וויל נאר דעם וועג ארויס. ליידער נעמט ביז מען קומט אן צו א מצב וואס מען איז גרייט פאר אלעם, און איך רעדט דייקא נישט נאר פון ס"א, אסאך קענען זיך, עכ"פ דערווייל, העלפן אויף אנדערע וועגן און סיי וועלן דאס נישט טוהן צוליב עצלות אדער דמיונות פון בושה.

א גוט שבת


בא לטהר איז זייער שארף.

ער זאל נישט זיצן ביים בי''ד של מעלה.


אמת, איך בין בעצם אסאך מאל זייער שארף, איבערהויפט מיט מיין פעדער, נאר איך וויל זיך מסביר זיין.

איך בין געווען דארט ווי דו און נאך אסאך אזאליכע וואס האבן זיך געפלאגט און געהאט זייער אסאך תירוצים פארוואס "איך בין אנדערש" און "איך קען נישט". למעשה האט מיר עס געהאלפן אז די ישועה זאל קומען נאך שפעטער. פון די שווערסטע זאכן פאר מיר מקבל צו זיין באהבה איז אז איך בין אזוי שפעט אנגעקומען צו ווערן געהאלפן, און איך גלייב אז דאס איז געווען די גענויע צייט אנצוקומען צו מיין ישועה.

יעצט פארוואס בין איך שארף? ווייל איך בין געווען אין די תירוצים און איך ווייס ווי פאלש ס'איז, און איך ווייס אז ווען איך וועל דיר ווייטער גלעטן, און אומדירעקט זיין פון די וואס טוהן דיר העלפן בלייבן אינעם פאלשן תירוץ אנשטאט צו אנקומען צו עפעס תכלית, במילא ווען מען רירט אן די טעמע ווער איך שארף.

איך בין נישט גערעכט מיט זיין "אזוי" שארף, קען זיין איך דארף בעטן דעם בורא מיר צו העלפן מיט די מדה.

דערווייל, זייט מיר געזונט און האט א סאבער טאג.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ו' טבת התשע"ח 13:05 #247332

  • חלקאלוקי
  • איצטיגע שטרעקע: 711 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 400
  • האט שוין געלייקט: 428 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 268 מאל

לעצט פארראכטן: ז' טבת התשע"ח 09:57 דורך חלקאלוקי.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ו' טבת התשע"ח 16:33 #247336

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
חלקאלוקי געשריבן on ו' טבת התשע"ח 13:05:

א סאך מאל שארף? מיר זעהט עס אויס א סאך מאל אגאיסטיש איך האב געמיינט אז די יסוד וואס מען ארבעט איז נישט צו זיין קיין איגא מעניעק איך בעט דיר שוין איבער פארן זיין א טייל מאל צו שארף


אקעי, איך בין מקבל דעם פסק.

איך בין אסאך מאל עגאיסטיש, מסכים!

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ו' טבת התשע"ח 18:18 #247345

  • נפשמבהלה
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 72
  • האט שוין געלייקט: 75 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
בא לטהר געשריבן on ו' טבת התשע"ח 16:33:

חלקאלוקי געשריבן on ו' טבת התשע"ח 13:05:

א סאך מאל שארף? מיר זעהט עס אויס א סאך מאל אגאיסטיש איך האב געמיינט אז די יסוד וואס מען ארבעט איז נישט צו זיין קיין איגא מעניעק איך בעט דיר שוין איבער פארן זיין א טייל מאל צו שארף


אקעי, איך בין מקבל דעם פסק.

איך בין אסאך מאל עגאיסטיש, מסכים!


ה

הבא לטהר עס ממש א שאד, די האסט דאך אזא הערליכע פענע די קענסט דאס ניצט צו זיין א זעלטענע גוטע בעל השפעה ממש א שאד דיינע גליטשעס 

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ו' טבת התשע"ח 18:34 #247346

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

לענ''ד. איז זייער גיט ווען איינער רעדט אביסל שארף.

איינער טיילט פעטש.

אין איינער גלעיד.

סאו עס לעוועלט זיך.

איך האב נאר געוואלט ער זאל נישטזיין אינעם בי''ד ווען מאיז מיך דן.

אבער אביסל שארפקייט דארף מען קענען פארנעמען

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 14:08 #247362

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
Hilega געשריבן on ו' טבת התשע"ח 18:34:

לענ''ד. איז זייער גיט ווען איינער רעדט אביסל שארף.

איינער טיילט פעטש.

אין איינער גלעיד.

סאו עס לעוועלט זיך.

איך האב נאר געוואלט ער זאל נישטזיין אינעם בי''ד ווען מאיז מיך דן.

אבער אביסל שארפקייט דארף מען קענען פארנעמען


בא לטהר איך בון מיט דיר שרייבסט זייער זייער גוט

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 14:47 #247368

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

צו עס איז גוט שארף אדער נישט, אז יעדער מענטש מיט זיינע נאטורען און אמאהל פארפירט די פענע. עס קען אמאהל וויי טוהן אבער עס איז אוקעי.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 14:57 #247369

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
Hilega געשריבן on ו' טבת התשע"ח 18:34:

לענ''ד. איז זייער גיט ווען איינער רעדט אביסל שארף.

איינער טיילט פעטש.

אין איינער גלעיד.

סאו עס לעוועלט זיך.

איך האב נאר געוואלט ער זאל נישטזיין אינעם בי''ד ווען מאיז מיך דן.

אבער אביסל שארפקייט דארף מען קענען פארנעמען


אויב איך בין במילא שארף לאמיר גיין נאך אביסל שארפער... כ'מאך נאר א ווערטל.

באמת איז אזוי. קודם איך האב נישט אין פלאן צו זיין אין בי"ד של מעלה, הלואי זאל איך זיין ווי א פשוטער איד דארט אויבן, הלואי הלואי, במילא דארפסטו נישט מורא האבן.

יעצט לאמיר דיר פרעגן, וועם ווילסטו יא האבן דארט? איינער וואס פארשטייט נישט וויאזוי א איד קען טוהן אזאליכע זאכן???? בא לטהר האט כאטש אליין טועם געווען דעם ביטערן טעם פון זיין א קנעכט פאר אדיקשאן, און ער פארשטייט ווי שווער עס איז ארויסצוקומען זיך העלפן, און ער האט א שטארקע לימוד זכות אז יענער איז נישט געווען בדעת און ער ווייסט וואס דאס מיינט טוהן זאכן וואס מען וויל באמת נישט נאר מען איז געצווינגען, אבער שטעל זיך פאר ווען א איש קדוש וועט דן זיין, אוי אוי אוי...

אבער כ'וועל דיר זאגן וואס איך האב געזאגט אפאר יאר צוריק פאר א ידיד: אין הימעל איז נישטא קיין מעשות, דארט קוקט מען נישט שווארץ און ווייס, דארט איז מען דן באמת איבער אלעס ארום, דארט קען מען מיינע שוועריקייטן, וואס איך בין אלץ אדורך אין מיין לעבן, דארט איז מען נישט דן אויף א מעשה פשוט און גראד, דארט קען מען "אלעס" און אויך די טיפעניש פון הארץ!

איך רעדט אבער נאר פון עולם הזה, צו לעבן אויף די וועלט פריי, אה, דאס איז וואס איך זיך היינט צוטאגס, דער רצון השם איז אז א איד זאל זיין בשמחה, און ווילאנג איך טוה ליגן און לעבן אין מיין אדיקשאן בין איך איין שטיק מרה שחורה, פעך, א גרויל, איך וויל עס נישט, איך וויל לעבן א פריי לעבן, פריי פון אדיקשאן, פריי פון טוהן זאכן וואס איך וויל קלאר נישט, וואס די הנאה דערפון איז נישט קיין פארגלייך צו די עגמ"נ וואס עס ברענגט מיט זיך, און פארדעם בין איך גרייט אויף אלעם!

געלויבט השי"ת אז איך בין ריין היינט נאך א טאג, און איך בעט זיך צו אים, ליבער זיסער טאטע, וואס קיינער קען נישט קענסטו יא, דו מאכסט די זון שיינען, שניי שנייען, און וואסער רינען, אלעס איז אין דיינע הענט, בעט איך דיר טאטע, איך האב נישט קיין בחירה, איך קען נישט זאגן ניין, מיין כוח הרצון איז נישטא ווען עס קומט צו דעם מחלה, בעט איך דיר טאטע, העלף מיר, ראטעווע מיר, לאז מיך נישט פאלן היינט, נאך איין טאג געב מיר לעבן ווי א מענטש, ווי א איד, און איך וועל דיר אייביג דאנקען פאר דעם.

זייט אלע געזונט און סאבער, און הערט נישט אויף צו לאכן ווייל אט אט קומט די גאולה בפרטיות ובכלליות!

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 15:07 #247370

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

יישר כח בא לטהר פאר דיינע זיסע זאפטיגע פערל ווערטער

דער בא לטהר איז אין א גוטע גיסטע....

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 15:40 #247375

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

אוקעי. נאכן הערן בא לטהר'ס קעיס. בין איך שוין יא מסכים ער זאל זיצן ביים בי''ד.

אבער.

נישט אלץ א יחיד מומוחה נאר אלץ דריטער.

ווייל אויב סשטעלט זיךארויס סאיז נישט עדיקשען.

קען איך נישט בלייבן אויפן וואסער

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 16:41 #247376

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
Hilega געשריבן on ז' טבת התשע"ח 15:40:

אוקעי. נאכן הערן בא לטהר'ס קעיס. בין איך שוין יא מסכים ער זאל זיצן ביים בי''ד.

אבער.

נישט אלץ א יחיד מומוחה נאר אלץ דריטער.

ווייל אויב סשטעלט זיךארויס סאיז נישט עדיקשען.

קען איך נישט בלייבן אויפן וואסער


איז אזוי, אויב עס שטעלט זיך ארויס אז עס נישט אדיקשאן איז דאך עס סתם א געפערליכע עבירה, וועם ווילסטו האבן ביי דעם בי"ד?

עס איז באקאנט אז ווען דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל פון מעזעביש איז נסתלק געווארן האט מען אים גענומען אלץ איינער פון די בי"ד של מעלה, און צדיקים פון דור האבן געפועל'ט מען זאל אים מעביר זיין ווייל צוליב זיין גרויס קדושה איז ער געווען זייער שטרענג ווען עס איז געקומען איבער קדושה ענינים.

די זאך איז אז איך גלייב אז מען וועט מיר נעמען פאר הקב"ה אליין, און נאר דער באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אין מיין צובראכן הארץ, און פארדעם האב איך נישט מורא, ער האט מיר ליב און ער פארשטייט מיר די בעסטע פון יעדען.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 16:42 #247377

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
Hilega געשריבן on ז' טבת התשע"ח 15:40:

אוקעי. נאכן הערן בא לטהר'ס קעיס. בין איך שוין יא מסכים ער זאל זיצן ביים בי''ד.


פארגעסן צו-צולייגן:
וכשם שמסכימים בבית של מטה כך מסכימים בבית של מעלה...

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 22:21 #247383

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
בא לטהר געשריבן on ז' טבת התשע"ח 16:41:
"בא לטהר" post=247376 date=1514234461 catid=3

עס איז באקאנט אז ווען דער הייליגער רבי ר' ברוכ'ל פון מעזעביש איז נסתלק געווארן האט מען אים גענומען אלץ איינער פון די בי"ד של מעלה, און צדיקים פון דור האבן געפועל'ט מען זאל אים מעביר זיין ווייל צוליב זיין גרויס קדושה איז ער געווען זייער שטרענג ווען עס איז געקומען איבער קדושה ענינים.

די זאך איז אז איך גלייב אז מען וועט מיר נעמען פאר הקב"ה אליין, און נאר דער באשעפער ווייסט וואס טוט זיך אין מיין צובראכן הארץ, און פארדעם האב איך נישט מורא, ער האט מיר ליב און ער פארשטייט מיר די בעסטע פון יעדען.

ווייסט אפשר א  מקור צו די ווארט פון ר' ברוך מעזביש
עס איז מיר א שטארקע חידוש

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ז' טבת התשע"ח 23:44 #247388

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

לפי ידיעתי. כמדומה שהרבי מסאטמער זי''ע אומר כן בתורת השובבים. על רבי מעכעלע זלאטשוב'ר

כידוע שהיה מחמיר מאוד בענים אלו. ולא הבין היאך.....

כן מונח בזוכרוני ששמעתי על הטעיפ''ס

ובא לטהר הוא משורש נשמתו.

לעצט פארראכטן: ז' טבת התשע"ח 23:45 דורך Hilega.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ח' טבת התשע"ח 18:10 #247400

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל

איך האב נישט די מינדסטע השגה אין די זאכן, (בית של מעלה, צדיקים, שורש נשמה וכו'). ממילא רעדט איך נישט אריין... עניוועי בין איך ברוך השם פארנומען ביים ארבייט און אין שטוב, מיט מיין שיעורים אין תורה און נאך זאכן, איך האב פשוט נישט קיין צייט דורכצוטון די נושא.

איין זאך ווייס איך זיכער: דער באשעפער פירט די וועלט, בצדק ובמשפט בחסד וברחמים און קיין איין מיסטעיק!

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ט' טבת התשע"ח 11:07 #247428

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

א גוט יאר גוטע ברודער

איך וויל ברבים לויבן און דאנקען דעם גרויסן באשעפער אז ער האלט מיר ריין נאך א טאג, היינט איז די אכט הונדערט און איין טאג זינט ווען מיין זיסער גוטער באשעפער האלט מיר ריין איין טאג אויפאמאל.

איך קען זיך נישט געניג באדאנקען פאר אים, אלעס ארום וואס איך האב נישט, אדער וואס איך וויל האבן איז דאך גארנישט קעגן דעם גרויסן טובה פון מיר האלטן ריין היינט.

ישר כח אייך אלע פארן דא זיין צו יעדע צייט.

איר זאלט אלע זיין ריין און צופרידן היינט.

ענקער חבר און ברודער

בא'לע

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ט' טבת התשע"ח 14:24 #247434

  • זהל
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 39
  • האט שוין געלייקט: 15 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

בא לטהר 
מזל טוב מזל טוב 
פאר 801 טעג מזל טוב 801 מאל יעדן טאג איז א מזל טוב פאר זיך 
די באשעפר זאל דיר געבן כח ווייטער בכמות ובאיכות

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ט' טבת התשע"ח 14:27 #247435

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל
זהל געשריבן on ט' טבת התשע"ח 14:24:

בא לטהר 
מזל טוב מזל טוב 
פאר 801 טעג מזל טוב 801 מאל יעדן טאג איז א מזל טוב פאר זיך 
די באשעפר זאל דיר געבן כח ווייטער בכמות ובאיכות


יא יא מען כאפט נישט
מעןמיינט אז מען האלט שויןדארט איז עס שוין א פשוטע זאך
מען דארף דעדענקען אז א יעדן טאג איז א טאג פאר זיך
מזל טוב

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ט' טבת התשע"ח 22:19 #247452

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
מזל טוב בא לטהר איך הוב שוין גואלט שרייבן פין צעפרי א מזל טוב פאר דיין גרוסער שמחה פין אנקימען צי סכום פין801 ריינע טעג אבער פין רוב התרגשות האב נישט געקענט ארייס שרייבן די מזל טוב ממש דער שמחה האט מיך אין גאנצען איבער צי זעהן א איד אוף דער וועלט א בשר ודם זאל אן קומען צי אזא הויכע מדרייגע, די האסט מיך אריין געבלאזין זעק מיט חיזוק איך האב היינט דורך געליינט דיין גאנצא אשכול אין עס האט מיך אריין געלייגט אין מיך א סאך האפעניג, דער אייבשטער זאל דיך העלפין אז דער זכות זאל דיך און פאר דיין קינדער און איינקלעך ביישטיין. און זאלסט אייביג האבען א אופענע טיר ביים ביישעפער אזוי וי דיין קעפעל

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י' טבת התשע"ח 03:11 #247456

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
WOW

וואס דא קומט אלץ נישט פאר. איך בין נישט אקטיוו אויף א טאג צוויי און ס'גיסט זיך דא סחורה. כ'האב נישט קיין ווערטער.

איז אזוי, צוערשט מזל טוב מיין ידיד בא לטהר צו דער געלעגענהייט פון אריבערגיין דעם נומער פון אכט הונדערט טעג, איין טאג אויף א מאל, פון זיין סאובער.

איך מוז דא מסכים זיין מיט בא לטהר איבער דעם ענין. עס איז נישט דא איינער (חוץ, פארשטייצעך, הקב"ה בעצמו) וואס קען אזוי גוט פארשטיין איינער וואס מוטשעט זיך מיט דעם פראבלעם [אפגעזעהן צו מען האט באשטעטיגט א דיאגנאז פון עדיקט אדער נישט], ווי א ריקאווערד עדיקט. אויב נישט דער באשעפער אליינס, וואלט איך געוואלט אזא איינעם ביים בי"ד של מעלה.

אבער אז מען רעדט שוין פון דעם, האב איך שוין כמה פעמים גע'חזר'ט, דעיס גאנצע ענין איז ביי מיר נישט קיין נושא היינט. אמאל פלעג איך לעבן מיט'ן בית דין של מעלה און מיט'ן גיהנם פאר די אויגן יעדן טאג, און פאר עפעס א ריזען האט עס מיר גארנישט געהאלפן. איך האב געהאלטן אין איין פאלן. היינט טראכט איך גאר ווייניג פון דעם. איך האב נישט געטראפן אין ערגעץ אין די תורה (בכתב אדער בעל פה) א ציווי אז איך דארף זיך אכטונג געבן פון גיהנם.

היינט טראכט איך פון איין גיהנם. דעם גיהנם דא אויף די וועלט, וועלכען איך פאבריציר זיך אליינס אויב איך טוה נישט וואס איך דארף. אויב איך לאז נאך און איך האב א נפילה. דעמאלס גיי איך אדורך גיהנם דא אויף דעם וועלט. יעדן טאג ווערט א לעבעדיגער גיהנם. און דאס איז דער גיהנם וואס איך טריי היינט צו פארמיידן.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"ד טבת התשע"ח 12:25 #247479

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל

גבאי האט געשריבן.


איך מוז דא מסכים זיין מיט בא לטהר איבער דעם ענין. עס איז נישט דא איינער (חוץ, פארשטייצעך, הקב"ה בעצמו) וואס קען אזוי גוט פארשטיין איינער וואס מוטשעט זיך מיט דעם פראבלעם [אפגעזעהן צו מען האט באשטעטיגט א דיאגנאז פון עדיקט אדער נישט], ווי א ריקאווערד עדיקט. אויב נישט דער באשעפער אליינס, וואלט איך געוואלט אזא איינעם ביים בי"ד של מעלה.[dir=rtl]ע''כ.

איך זעי מהאט מירנישט פארשטאנען אוודאי געוויס ביים בי''ד זאל נאר זיין איינער פין חברי הד''א. מיט דעים אלעם האב איך נאך אלץ א רעכט מיר צו וועלן. ווער פין די חברי הד''א זאלן זיצן.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"ז טבת התשע"ח 19:22 #247550

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל

אהא, יעצט פארשטיי איך.

נו נו, זיי אונז כאטש מודיע וועמען דו קלויבסט (אז אלע אנדערע זאלן קענען ארבעטן אויף זייער מידת הקנאה...)

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"ז טבת התשע"ח 22:30 #247551

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל
גבאי געשריבן on י"ז טבת התשע"ח 19:22:

אהא, יעצט פארשטיי איך.

נו נו, זיי אונז כאטש מודיע וועמען דו קלויבסט (אז אלע אנדערע זאלן קענען ארבעטן אויף זייער מידת הקנאה...)


גבאי זיי מיר מוחל. אבער קען זיין סאיז מיין שילד. האסט מיר נאך אלץ נישט פארשטאנען.

אוודאי געוויס קען יעדער וואס איז דא א חבר זיין פינעם בי''ד.

סאו סאיז נישטא קיין קנאה.

אבער פאר מיר פשוט דארףמען א גרינגרען בי''ד.

ממילא ביי מיין הרכב. זאל נאר זיצען לייכטערע. דיינים.

אבער יעדער קען זיצען. אין דן זיין א אנדערע.

והכל על מקומו יבוא בשלום בלי קנאה ותחרות.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"ח טבת התשע"ח 09:30 #247553

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
Hilega געשריבן on י"ז טבת התשע"ח 22:30:

גבאי געשריבן on י"ז טבת התשע"ח 19:22:

אהא, יעצט פארשטיי איך.

נו נו, זיי אונז כאטש מודיע וועמען דו קלויבסט (אז אלע אנדערע זאלן קענען ארבעטן אויף זייער מידת הקנאה...)


גבאי זיי מיר מוחל. אבער קען זיין סאיז מיין שילד. האסט מיר נאך אלץ נישט פארשטאנען.

אוודאי געוויס קען יעדער וואס איז דא א חבר זיין פינעם בי''ד.

סאו סאיז נישטא קיין קנאה.

אבער פאר מיר פשוט דארףמען א גרינגרען בי''ד.

ממילא ביי מיין הרכב. זאל נאר זיצען לייכטערע. דיינים.

אבער יעדער קען זיצען. אין דן זיין א אנדערע.

והכל על מקומו יבוא בשלום בלי קנאה ותחרות.


ווייסט וואס די איינציגע פראבלעם איז? אז מיר וועלן זיך נישט אליין אויס ווער עס זאל זיצן דארט, במילא די תירוץ אז "איך בין אנדערש" איז נישט עפעס אזוי פעליג

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"ח טבת התשע"ח 11:24 #247559

  • friend
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 628
  • האט שוין געלייקט: 281 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 665 מאל

יעדער וועט אליינס זיין זיין בית דין,
רבותי עס איז צרות אלע פאלשע תיריצים גייט נישט ווערן אנגענימען,
רבותי עס איז דא איין עצה זיך ברעכן אנרייסן,
בקיצור טין די מערסטע וואס מען קען, און די עקסטערע וועט השי"ת אליין מוחל זיין, 
אבער נישט פארגעסן מען דארף טין די מערסטע וואס איז נאר שייך, יעדער אויף זיין אויפן

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ' טבת התשע"ח 10:15 #247567

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

בס"ד

יום א' לס' והוצאתי אתכם שנת תשע"ח לפ"ק פק"ק הד"א יצ"ו

הנני עני ממעשה נרעש ונפחד מפחד יושב תהלות ישראל

קודם כל, פאר איך הייב אן מיינע ווערטער א שבח והודיה פאר השם צו געבן, השם נפשינו בחיים ולא נתן למוט רגלינו, וואס האט מיר די זכיה געגעבן נאך א טאג צו זיין ריין, 812 טאג איין טאג אויפאמאל זינט איך האב דאס לעצטע מאל געקט אוט, געלויבט זיין זיסער נאמען פאר די מתנה חשובה וואס איך קען נישט געניג דאנקען פאר דעם.

יעצט טייערע אידן, איך שרייב צו ענק פשוט אלץ גוטע פריינט, היינט פארטאג האב איך זיך דערוועקט און אין מחשבה איז מיר ארויפגעקומען א אלטע מעשה וואס איך האב געטוהן, בערך 15 יאר צוריק, און יעצט קומט עס ארויף מיט אלע קאלירן, וועלן מיר נישט אריינגיין אין דעטאלן, אבער איך וויל ענק נאר ארויסברענגען אז וואס עס שטערט מיר אז איך האב גאר הנאה געהאט דערפון, איך האט געשפירט ווי עס פאסירט יעצט נאכאמאל און איך האב נאכאמאל די געפיהל פון פאלשע אהבה.

יא, דאס איז וואס איך בין, דאס איז א דערמאנונג אז בא לטהר איז זייער זייער קראנק, ער האט א מחלה נוראה צו משתוקק זיין צו סעקס ווען אימער און וויאזוי אימער, און עס איז אין אים תוך תוכו, און די איינציגע עצה וואס ער האט איז "אויפצוגעבן" און לאזן גיין די אייגענע ווילן און עס לאזן פארן גרויסן באשעפער.

יא, באשעפער, עס איז אקעי, יא, איך בא לטהר האב פראבלעמען, איך בין נישט קיין פערפעקט מענטש, און אויך נישט פערפעקט מיט מיין רעקאווערי, און עס איז הונדערט פראצענט פיין מיט מיר, איך קען זיין ריין היינט, נארמאל און צופרידן אפי' זאכן גייען נישט וויאזוי "איך" וויל, עס איז אקעי בלע"ז.

נאר פאר היינט טאטע, נאך איין טאג, געב מיר ביטע די מתנה פון וויסן ווער איך בין, אז איך האב אין מיר דעם געסט פון משתוקק זיין צו סעקס עד אין שיעור וערך, און וויפיל איך וועל האבן דערפון איז נישט געניג, און לאז מיר געדענקען אז "דו" קענסט מיר היילן דערפון אויף היינט, דו ביזט מיין מעדעצין, און נאר דו קענסט עפעס טוהן דערצו.

פאר היינט געב איך אויף אלעס און אלעמען, מיין ווילן און לעבן צום יוצר כל היצורים, און לאזן אים טוהן וואס ער וויל מיט מיר, ער טוט במילא וואס ער וויל, די שאלה איז נאר צו איך אנערקען עס און איך הער אויף זיך צו קריגן דערמיט.

זייט מיר אלע געזונט און ריין און האט אלע א טאג פול מיט הצלחה און ברכה וס"ד וכט"ס.

ידידכם אוהבכם מאוד מאוד מאוד

בא לטהר ונמצא טהור, המכונה מפעם לפעם בלשון חיבה בא'לע

צייט צו מאכן א בלאט: 0.82 סעקונדעס