ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר 10761 באזוכער

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ"ג טבת התשע"ח 06:18 #247631

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
Hilega געשריבן on י"ז טבת התשע"ח 22:30:

גבאי געשריבן on י"ז טבת התשע"ח 19:22:

אהא, יעצט פארשטיי איך.

נו נו, זיי אונז כאטש מודיע וועמען דו קלויבסט (אז אלע אנדערע זאלן קענען ארבעטן אויף זייער מידת הקנאה...)

גבאי זיי מיר מוחל. אבער קען זיין סאיז מיין שילד. האסט מיר נאך אלץ נישט פארשטאנען.

אוודאי געוויס קען יעדער וואס איז דא א חבר זיין פינעם בי''ד.

סאו סאיז נישטא קיין קנאה.

אבער פאר מיר פשוט דארףמען א גרינגרען בי''ד.

ממילא ביי מיין הרכב. זאל נאר זיצען לייכטערע. דיינים.

אבער יעדער קען זיצען. אין דן זיין א אנדערע.

והכל על מקומו יבוא בשלום בלי קנאה ותחרות.

הייליגע, איך האב זייער גוט פארשטאנען. ווייל, גרינגערע דיינים ווי מיטגעמאכטע חברי הד"א, וועט איר דאך סייווי נישט טרעפן, (און, איר זאגט דאך אז פאר אייך דארף מען האבן גרינגע דיינים), וממילא וועט מען דאך מוזן קלויבן פון צווישן דעם עולם דא. 

וויל איך שוין אלזא געבן א געלעגענהייט פאר'ן עולם צו ארבעטן אביסל אויף די מידת הקנאה, האב איך פארגעשלאגן איר זאלט זאגן וועמען (פון דא) איר וואלט געוואלט זעהן אלס אייער דיין. ווער איז אין אייערע אויגן א לייכטער מענטש.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ"ג טבת התשע"ח 09:48 #247633

  • Hilega
  • איצטיגע שטרעקע: 106 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 356
  • האט שוין געלייקט: 524 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 752 מאל
גבאי האט געשריבן.

וויל איך שוין אלזא געבן א געלעגענהייט פאר'ן עולם צו ארבעטן אביסל אויף די מידת הקנאה, האב איך פארגעשלאגן איר זאלט זאגן וועמען (פון דא) איר וואלט געוואלט זעהן אלס אייער דיין. ווער איז אין אייערע אויגן א לייכטער מענטש.

ע''כ.

איך האף די מיינסט עס נישט ערענס דא וועט זיין הויך יו''ט.

וקעי איך וועל רעדן קודם פאזיטיוו. וועים יא.

איך וואלט געוואלט די ערשטע זאך איינער וואס האט געהאט האט מיינע סטראגעלס. אין טראץ דעים א לייכטע מענטש.

סאו גבאי זיי מיר מוחל האסט נאך קיינמאל נישט געשריבן דיינע סטראגעלס. דיין עבר. סאו איך מיז דיך שטעלן אין א זייט.

סאו אויב גבאי איז אראפ בלייב איך מיט גאנץ ווייניג אויסוואל.

אפשר זאל איך צירוק גיין צח בא לטהר. ער קלעימט סהאט גארנישט מיט אים סאיז א צווייטער גאסט וואס האט זיך באזעצט אין אים.

סאו אפשר בא לטהר אן יענעם אנשיקעניש.

אבער איך קענישט נעמען א טשענס. וואס טו איך אז יענער קימט מיט כוועל נישט קענען פטור ווערן. אין איך קען נישט נעמען א טשענס.

סאו בא לטהר דערוויל אויך נישט.

אפשר לומד. ער זאגט ער פארשטייט מיך. ער איז זייער פארשטענדליך. אבער דאך אפשר איז נאר ער איז גיט פאר דעי וועלט. 

ווי לאנג איך קען קלויבן וואלט איך געקלויבט די לייכסטע וואס שייך.

האלי חיים יא. יא. איך רילעט זייער שטארק צו זיינע סטראגעלס. וואס ער האט געשריבען אויף די ענגלישע סייט.

זייער א לייכטע מענטש. גאר לייכט. אזוי שטעלט ער זיך אראפ. ווער ווייסט?

אין יעצט דארף איךנאך צוויי.

אוקעי שוין גענוג גגעוועןא צווייטמאל.

זייט מיר מוחל כוויל נאר אינטערהאלטן אביסל

לעצט פארראכטן: כ"ה טבת התשע"ח 09:32 דורך Hilega.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ"ג טבת התשע"ח 17:10 #247644

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
הייליגע, מיענווייל יו אר גאואינג גוד.

[יא, איך האב עס געמיינט אויף א לייכטן, הומאריסטישן טאן. מען דארף זיך אלעמאל אונטערהאלטן אביסל. אפילו אין אונזער סטראגל.]

יישר כח, דו ביסט פיינע נייעס.

דו טרייבסט מיר שוין אפילו אנצוהייבן שרייבן מיין סטארי.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ"ד שבט התשע"ח 11:58 #247855

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
בס"ד

שלום מיינע גוטע ברודער און הארציגע ידידים

שוין א צייט וואס איך בין נישט דא געווען, עס איז געווען אביסעל שווער צו קומען אהער, און יעצט איז אויך שווער אבער טאקע פאר דעם בין איך דא

איך בין היינט ריין ב"ה, און אזוי אויך פאר די לעצטערע 845 טעג מיט דעם הילף פון מיין גרויסן באשעפער.

איך וויל ברבים דאנקען מיין טאטע פאר די מתנה פון מיר האלטן ריין און פאר נאך אסאך גוטע מתנות וואס ער געבט מיר, איך קען זיי נישט אויסרעכנען ווייל דער סייט האט נישט געניג פלאץ. איך דארף דאס זאגן ווייל איך פלאג זיך יעצט פינאנציעל, איך גיי אדורך שווערע צייטן ב"ה, נאר אויף שמחות מיט נחת און פריידט, און עס איז מיר אין קאפ שווער, עס נאגט מיר פארוואס איך דארף זיך פלאגן, אז מיר טוט דער באשעפער אזאליכע שווערע זאכן, און איך פארגעס וואספארא גוטע זאכן איך האב שוין זוכה געווען צו באקומען פון באשעפער טאג טעגליך.

און איך וויל מאכן א גרויסן הטוב והמטיב אז איך האב די זכיה צו האבן וואס איך האב, און אז איך קען שפירן ווייטאג ווען עפעס איז שווער, און איך לויף נישט צו תאוה אדער צו אנדערע זאכן זיך גרינגער צו מאכן, נאר צום מלך מלכי המלכים הקב"ה, און איך בעט אים, איך געב זיך איבער פאר אים און לאז אים פירן מיין ווירטשאפט, ער טוט עס במילא, נאר איך וויל עס אנערקענען און זיך נישט איינרדען אז "איך" טוה דא עפעס, איך בין א פשוטער ארבייטער פאר זיין ליבען נאמען.

אלע חברים ידידיך, איר זאלט האבן א ריינע לעכטיגע הייליגע שבת מיט אלעס גוטס תמיד

אייער ברודער און פריינט

בא'לע

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר א' אדר התשע"ח 03:59 #247880

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל

יישר כח בא,

וגם אני אענה חלקי, איך בין אויך אריבער שווערע טעג לעצטענס. עד כדי כך אז פאר געציילטע טעג צוריק בין איך געווען אין אזא שווערע מצב אז עס איז מיר אדורכגעלאפן א געדאנק אין קאפ אז אפשר זאל איך גיין זוכן עפעס סחורה. אבער אזוי ווי דער נאמען פון דעם אשכול איז, הבא לטהר, אז מען זאל עפענען דעם טיר, האב איך געעפענט דעם אויבערשטנס טיר און איך האב אים געבעטן ער זאל אוועק נעמען פון מיר די סארט געדאנקען און איך האב עס אים איבערגעגעבן און עס איז אוועק געגאנגען.

איך האף און איך בעט דעם אויבערשטן, און איך בין זיכער אז עס וועט טאקע אזוי זיין, אז די שווערע צייטן וועלן נישט אנהאלטן פאר אייביג און עס וועט ווערן בעסער. דער גרויסער ליבער באשעפער, וועלכער האט מיר אזויפיל גוטס געטאן און אזויפיל געגעבן אין מיין לעבן, וועט ווייטער געבן בחסדו הגדול.

יישר כח אייבישטער פארן מיך האלטן ריין

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר א' אדר התשע"ח 07:43 #247881

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
גבאי געשריבן on א' אדר התשע"ח 03:59:

וואס גייט דא פאר? ווען וועט די מלחמה מיט די יצר גרינגער? בא לטהר נאך 845 טעג זאגט און יעצט איז אויך שווער? גבאי טייערע זאגט נאך 6 ריינע יאר בין איך געווען אין אזא שווערע מצב אז עס איז מיר אדורך א געדאנק אין קאפ אז אפשר זאל איך גיין טיהען שמיץ? ווען ווערט מען פטור אין גאנצען פין די תאוה צי שמיץ ? איז דאס א מלחמה פאר א גאנצע לעבין? פארשטייט זיך ווען עס גייט אלס געשמאק קימט נישט אריין די געדאנקען אובער די מניט עס גייט עפעס שווער איז די מלחמה נערמאל עקטיב? עס קימט מיט ביזען קבר? וואס גייט דא זיין?
לעצט פארראכטן: א' אדר התשע"ח 07:45 דורך 5050.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר א' אדר התשע"ח 13:10 #247882

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
5050, קודם כל בארוהיג דיך. די מלחמה איז נישט א גאנץ לעבן. אונזער מלחמה איז נאר 'היינט'. OneDay@aTime. מיר פירן נישט היינט די נעכטיגע מלחמה, וועלכע איז שוין א פארגאנגענהייט. מיר פירן נישט היינט די מארגנדיגע מלחמה וועלכע עקזעסטירט נאכנישט און עס איז נישט מוכרח אז עס גייט בכלל אנקומען. 

יעצט, דיינע שאלות זענען זייער אויפריכטיג. מיר באדערט עס אויך פון צייט צו צייט.

לאמיך פארשטיין עפעס.

דו פארשטייסט נישט פארוואס האט מען נאך א מלחמה נאך 845 טעג. און איך פארשטיי נאכנישט פארוואס האב איך א מלחמה 'היינט'. 

פארוואס נאר איך? פארוואס זענען דא מענטשן וואס קענען גיין אויפן גאס און עס ציעט זיי נישט צו קוקן? פארוואס זענען דא מענטשן וואס די טערם 'מחשבות זרות' מיינט 'ציונות' און ביי מיר מיינט עס 'שמוץ'? פארוואס איז עס אזוי שווער ביי מיר? פארוואס האב איך אזא גרויסע תאוה? איך וואלט ענדערש אויסגעוועלט דער 'נסיון העושר' זאל זיין מיין שוועריקייט. פארוואס דארף איך זיין ביזי מיט נארישקייטן???

מיין שאלה איז נישט נאר אויב עס ציעט זיך 'אזוי לאנג'. מיין שאלה איז אויף די מלחמה בעצם. איך וואלט נישט געוואלט האבן דער מלחמה פאר איין טאג אויך נישט.

נאכמער.

פארוואס איז בכלל דא א יצר הרע??? פארוואס איז דא שוועריקייטן? איך וואלט געוואלט לעבן א געשמאקע רוהיגע לעבן אן קיין נסיונות. פארוואס איז דא אזויפיל התנגדות, הסתרות און בלבולים? 
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר ג' אדר התשע"ח 03:15 #247884

  • 5050
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 241
  • האט שוין געלייקט: 384 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל
קטן שנולד געשריבן on א' אדר התשע"ח 13:10:
5050, קודם כל בארוהיג דיך. די מלחמה איז נישט א גאנץ לעבן. אונזער מלחמה איז נאר 'היינט'. OneDay@aTime. מיר פירן נישט היינט די נעכטיגע מלחמה, וועלכע איז שוין א פארגאנגענהייט. מיר פירן נישט היינט די מארגנדיגע מלחמה וועלכע עקזעסטירט נאכנישט און עס איז נישט מוכרח אז עס גייט בכלל אנקומען. 

יעצט, דיינע שאלות זענען זייער אויפריכטיג. מיר באדערט עס אויך פון צייט צו צייט.

לאמיך פארשטיין עפעס.

דו פארשטייסט נישט פארוואס האט מען נאך א מלחמה נאך 845 טעג. און איך פארשטיי נאכנישט פארוואס האב איך א מלחמה 'היינט'. 

פארוואס נאר איך? פארוואס זענען דא מענטשן וואס קענען גיין אויפן גאס און עס ציעט זיי נישט צו קוקן? פארוואס זענען דא מענטשן וואס די טערם 'מחשבות זרות' מיינט 'ציונות' און ביי מיר מיינט עס 'שמוץ'? פארוואס איז עס אזוי שווער ביי מיר? פארוואס האב איך אזא גרויסע תאוה? איך וואלט ענדערש אויסגעוועלט דער 'נסיון העושר' זאל זיין מיין שוועריקייט. פארוואס דארף איך זיין ביזי מיט נארישקייטן???

מיין שאלה איז נישט נאר אויב עס ציעט זיך 'אזוי לאנג'. מיין שאלה איז אויף די מלחמה בעצם. איך וואלט נישט געוואלט האבן דער מלחמה פאר איין טאג אויך נישט.

נאכמער.

פארוואס איז בכלל דא א יצר הרע??? פארוואס איז דא שוועריקייטן? איך וואלט געוואלט לעבן א געשמאקע רוהיגע לעבן אן קיין נסיונות. פארוואס איז דא אזויפיל התנגדות, הסתרות און בלבולים? 

גערעכט קטן טייערע די ביסט הינדערט פערסענט גערעכט עס געווען מיין יצר'ס ווערטער ער האט געוואלט אועק נעמען פין מיך מיין יעצטגע מניט מיט דאגות פין זעקס יאר ארים מענ טאר זיך נישט לאזען
שכט פאר מיך אויף קלערין

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"א ניסן התשע"ח 03:40 #248168

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1201 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 423
  • האט שוין געלייקט: 878 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 716 מאל
5050 געשריבן on א' אדר התשע"ח 07:43:

גבאי געשריבן on א' אדר התשע"ח 03:59:

יישר כח בא,

וגם אני אענה חלקי, איך בין אויך אריבער שווערע טעג לעצטענס. עד כדי כך אז פאר געציילטע טעג צוריק בין איך געווען אין אזא שווערע מצב אז עס איז מיר אדורכגעלאפן א געדאנק אין קאפ אז אפשר זאל איך גיין זוכן עפעס סחורה. אבער אזוי ווי דער נאמען פון דעם אשכול איז, הבא לטהר, אז מען זאל עפענען דעם טיר, האב איך געעפענט דעם אויבערשטנס טיר און איך האב אים געבעטן ער זאל אוועק נעמען פון מיר די סארט געדאנקען און איך האב עס אים איבערגעגעבן און עס איז אוועק געגאנגען.

איך האף און איך בעט דעם אויבערשטן, און איך בין זיכער אז עס וועט טאקע אזוי זיין, אז די שווערע צייטן וועלן נישט אנהאלטן פאר אייביג און עס וועט ווערן בעסער. דער גרויסער ליבער באשעפער, וועלכער האט מיר אזויפיל גוטס געטאן און אזויפיל געגעבן אין מיין לעבן, וועט ווייטער געבן בחסדו הגדול.

יישר כח אייבישטער פארן מיך האלטן ריין

וואס גייט דא פאר? ווען וועט די מלחמה מיט די יצר גרינגער? בא לטהר נאך 845 טעג זאגט און יעצט איז אויך שווער? גבאי טייערע זאגט נאך 6 ריינע יאר בין איך געווען אין אזא שווערע מצב אז עס איז מיר אדורך א געדאנק אין קאפ אז אפשר זאל איך גיין טיהען שמיץ? ווען ווערט מען פטור אין גאנצען פין די תאוה צי שמיץ ? איז דאס א מלחמה פאר א גאנצע לעבין? פארשטייט זיך ווען עס גייט אלס געשמאק קימט נישט אריין די געדאנקען אובער די מניט עס גייט עפעס שווער איז די מלחמה נערמאל עקטיב? עס קימט מיט ביזען קבר? וואס גייט דא זיין?

קודם כל, לאז מיך דיר גראדשטעלן. איך האלט נאך נישט ביי קיין זעקס יאר, איך האלט בערך די זעלבע ווי בא לטהר (היינט האב איך איין טאג  880X).

ווי איך זעה האט קטן שנולד דיר זייער גוט געענטפערט. אבער איך וויל דיר דאך צולייגן, אז עס איז זייער פשוט און זייער אמת, אז בדרך כלל הייטיגע צייטן, ווען עס מאכט זיך מיר א נסיון צו קוקן שמוץ, איז עס ווייט נישט די זעלבע ווי עס איז געווען אין די אלטע צייטן. צו דער נסיון גייט מיטקומען ביז אין קבר ווייס איך נישט, ווייל דערווייל זעהט מיר נישט אויס אז איך האלט שוין דארט, און איך דערווייל לעב איך מיט'ן היינט. אבער קוקנדיג צוריק, אויפן עבר, זעה איך קלאר אז עס ווערט יא גרינגער מיט די צייט.

אוודאי מאכט זיך היינט אויך שווערע און גרינגערע נסיונות. אבער עס איז אינו דומה דער נסיון ווען איך האב נעכטן זיך אנגעזעהן, ביז דער נסיון וואס מאכט זיך היינט בדרך כלל.

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י' סיון התשע"ח 12:28 #248962

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

שלום וברכה כבוד חברי היקרים

געלויבט דעם זיסער גאט בין איך ריין היינט,  און פאר דעם בין איך זייער דאנקבאר פאר מיין באשעפער.

איז דאס לעבן "פערפעקט"? נעה!

עס וועט זיין פערפעקט ווען דער משמש פון חברה קדישא וועט שוין זאגן ה' נתן וה' לקח יהי שם השם מבורך... ביז דערווייל וועט עס גיין ארויף און אראפ, רעכטס און לינקס, פרייליך און פרייליכער... אבער מיר וועלן לעבן ווילאנג ס'יז אונז באשערט דערפאר.

און פאר הייינט וועלן מיר לעבן א ריינעם לעבן, און קיין לאסט און אן קיין שום פעולה וואס טויג נישט, און מיר וועלן פרובירן זייער שטארק צו זיין אויפריכטיג מיט יעדען מענטש די מערסטע וואס איז שייך, זייער אויפריכטיג, ווייל אויב נישט קען איך היינט נאך געבן אזא שטארב אפ, אפשר נישט בגשמיות אבער זיכער  ברוחניות. אויב איך האב א אפשען נישט צו זיין אויפריכטיג קען איך דאך זאגן פאר די וועלט אז איך בין ריין אאון גיין מאכן א לעבן...

עניוועי, דעטס איט פאר נאו.

איי לאוו יו אלל

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י' סיון התשע"ח 13:16 #248963

  • דופק
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 27
  • האט שוין געלייקט: 4 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

פאר די תגובה אליין האט זיך געלוינט דיין צוריקקער

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"א אב התשע"ח 11:08 #249637

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

בס"ד
שוין זייעעעעער לאנג נישט דאהי געוועזען
חברים ברודער,
ס'איז גוט זיך צו זעהן ווידער
מיט גאנצע ריינע גלידער
נאך א טאג
אוועק מיט'ן פלאג
מער נישט קיין נאג
נאר זיין היינט ריין
ציכטיג און שיין
נישט קיין מלחמות פירן
זיך מער נישט אין דעם פארפירן
נאך דעם באשעפר
דער גרויסער מעכטיגער
אים לאזן מיר האלטן ריין
פון דעם בעסער קען נישט זיין

יא יא

איך קריג זיך מער נישט מיט דעם מחלה נוראה,
איך נעם מיין מעדעצין טאג נאך טאג
דער באשעפער איז דער וואס פירט מיר די מערכה
איך דארף נאר פאר היינט טוהן וואס ער וויל און די איבריגע לאז איך פאר אים

עס איז אזוי גוט צו זיין ריין
אלעס אנדערש איז נאר א הוספה, נאר "נאך עפעס" דער עיקר האב איך היינט, איך בין ריין!
און פאר דעם טוה איך דיר דאנקען מיין גוטער טאטע און איך בעט דיר ברחמים וברצון נאר נאך איין טאג ריין און ציכטיג

איך וואונטש אייך אלע זיסער לעכטיגע הייליגע ברודער א ריינער רואיגער און גוטער טאג

ענקער ברדער/פריינד
בא לטהר'ל

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"א אב התשע"ח 14:10 #249639

  • נטע
  • איצטיגע שטרעקע: 240 טעג
  • OFFLINE
  • אחראי
  • מעלדונגען: 1100
  • האט שוין געלייקט: 1149 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1400 מאל
דופק געשריבן on י' סיון התשע"ח 13:16:

פאר די תגובה אליין האט זיך געלוינט דיין צוריקקער

גא"מ!!!
ישר כח!

וזאת למודעי!

היות איך בין נישט אזוי אקטיוו דא אויפן פארום כסדר. און אפי׳ ווען יא, אויך נישט מיט ביידע פיס.
אויב איינער וויל מיך ריטשען פאר א ספעסיפיק זאך (נישט סתם שמועסן...), ביטע שיקן א פריוואטער מעסעדש, (נישט קיין טשעט) דארט באקום איך אין אימעיל א נאטיפיקעישן, ווי אויך טאנצט עס ארויף ווען איך קום אריין אינעם סייט משא״כ טשעט וואס איך דארף דארט זיין בשעת מעשה. 

נטע׳לע

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"א אב התשע"ח 14:45 #249642

  • כרעמזל
  • איצטיגע שטרעקע: 410 טעג
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • חזקו ואמצו!
  • מעלדונגען: 588
  • האט שוין געלייקט: 566 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

א דאנק בה לטהר'ל

אויב ווילסטו מיר דאנקען ⇔ דאן דאווען אז איך זאל זיך האלטן ריין
רבונו של עולם בראת גן עדן, בראת גהינום, בראת צדיקים, בראת רשעים, יהי רצון מלפניך שיהא מורא שמים עלי כמורא בשר ודם ולא יכשלו בי בני אדם ויפסידו חלקם בגן עדן וירשו גיהנום ואפסיד אני שלא אזכה חס ושלום להיכנס במחיצתו של הקדוש ברוך הוא. יהי רצון שתתקן ברחמיך כל דבר שאינו כשורה שנעשה ונתקלקל על ידִי או שנגרם בסיבתי, הפוֹך רצונך לטובה ותמחול ותסלח ותכפר לאמתך. הצילני מעזי פנים ומעזות פנים וסייע בידי להיות כרצונך צנועה בכל דרכי, ותגדור פרצות כל עמך בית ישראל ברחמים אנא אלוקי.

 ענטפער פרעג קאמענטיר און באדאנק זיך אויפן פארעם כדי עס צו האלטן אקטיוו 

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר י"ג אב התשע"ח 15:48 #249673

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

גיי פארשטיי
גיי ווייס
גיי כאפ פארוואס פונקט היינט בין איך נישט אין די גיסטע צו גארנישט. פונקט היינט שפיר איך זיך פארמאכט, שווארץ, פארכומערט, און לייג צו וועלכע פון די סארט נעמען דו קענסט.

איך האב נישט קיין איינונג, איך ווייס אבער אז היינט בין איך ריין נאך איין טאג און דאס איז דער עיקר פאר מיר יעצט. געלט, פרנסה, הויז, און אלעס אינדערמיט (אויך טראמפ) לאז איך פארן באשעפער, איך דארף איין זאך טוהן היינט, זיין ריין!

ישר כח פארן מיר לאזן מיטיילן מיט אייך טייערע ברודער

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ"ה אב התשע"ח 14:43 #249897

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

בס"ד

לכבוד אבי מורי ורבי יוצרי ובוראי הקדוש ברוך הוא יהי רצון שיתגלה כבודו על כל העולם במהרה

איך שרייב צו דיר די פאר ווערטער מעומק הלב.

איך זיץ ביי מיר אין אפיס, איך האב נישט קיין געדולד צו ארבייטן, איך האב נישט קיין געדולד צו גארנישט, איך האב אזויפיל זאכן וואס איך קען "יא" טוהן יעצט אבער דאס עצלות איז זייער גרויס.

אין איר זאלט נישט מיינען אז ס'איז א רגעגענדיגע טאג, אז עס רעגענט געלט פון אלע זייטן, ניין, ס'איז א טרוקענע טאג, עס איז נישטא קיין געלט, מען דארף האבן אסאך אסאך געלט, מען דארף צאלן אסאך ביל'ס, אבער דאך האב איך זעראו געדולד צו טוהן סיי וואס, אויסער שרייבן אביסל דא אויף הד"א.

באשעפער טייערער

איך דאנק און לויב דיר פאר אלע גוטע זאכן היינט, איך קוק צוריק וויאזוי איך האב אויסגעזעהן דא דריי יאר צוריק, וויפיל איך האב זיך "געשלאגן", געגעבן פעטש און געכאפט א פראסק אויף צוריק, געהאט א נצחון און א דורכפאל, געווען משוגע און צוקוקט אז דער בורא עולם זאל באהיטן, געווען אנגעצויגן אין די ארבייט, זיך נישט פארטראגן מיט אסאך מענטשן וועגן "זייערע" פראבלעמען, שלום בית איז געווען איין שטיק חלום חלמתי ואינו יודע מה הוא, הקיצור דאס לעבן איז גועוען אויף צוקראכטע רעדער.

און היינט, או הא וויאזוי היינט איז: איך בין ריין, און איך קריג זיך נישט מיט מיין מחלה, איך לאז דיר טאטע עס טוהן פאר מיר, און דו מאכסט א פיינעם דזשאב, דו ביזט די בעסט.

איך בין רואיג אפי' איך האב ווייניגער געלט וויפיל איך האב געהאט דענמאלט, איך ווער נישט משוגע און צודרייט

איך קום זיך דורך מיט מיינע מיטארבייטער, איך רעג זיך נישט און איך קוק נישט מיט א פארגרעסערונג גלאז אויף זייער פראבלעמען, איך קוק אויף זייערע מעלות, נאר פאר היינט, און אויף מיינע מעלות אויך... און אויף מיינע פראבלעמען וואס איך בעט דיר זאלסט אוועקנעמען פון מיר.

מיין שלום בית.... לאמיר נישט רעדען דערפון, ס'איז א אנדערע וועלט היינט, איך קען רעדען מ יט מיין ווייב אלץ מיין ווייב, נישט אלץ א חפץ וואס וועט מיר אפשר ברענגען פלעזשור אדער איינער וואס וועט מיר וואשן וועש און קאכן נאכטמאהל, נאר אלץ איינער וואס איך בוי מיט איר א שטוב, מיט וועם איך בין פארבינדן פון אינעווייניג, און איך דארף טוהן אלעס פאר איר נישט קיין חילוק צו כ'וועל יא אדער נישט באקומען אויף צוריק.

מיין גאנצע לעבן האסטו מיר איבערגעדרייט טאטע זיסער, איך בין א נייער מענטשן, ורוח נכון חדש בקרבי!

א רוח פון זיין ריין היינט פאר דיר טאטע, נאר פאר דיר, ווייל דאס איז דיין רצון

א רוח פון זיך נישט קריגן מיט אנדערע

א רוח פון קוקן אויף די גוטע זאכן , אויף וואס "איך האב יא"

א רוח פון קענען באשטיין צו העלפן א צווייטן אפי' עס קומט נישט אין נאטורליך, און אפי' ווען עס איז אביסל שווער

א רוח זיך אליין ליעב צו האבן, ואהבת לרעך כמו"ך

א רוח צו דאווענען און בעטן בייי דיר, טאטע קרוין, העלף מיר שוין, נאך איין טאג געב מיר, קיינער קענען נישט אויסער דיר, טוה עס ביטע פאר מיר.

ווי עס דאנק און בעט דיין ליעב קינד פאר וועם דו טוסט אלעס

בא'לע

ענטפער: ה'בא לטהר פותחין לו - עפען אויף מיין טיר כ"ה אב התשע"ח 16:13 #249905

  • כי בשמחה תצאו
  • איצטיגע שטרעקע: 163 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 258
  • האט שוין געלייקט: 604 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 609 מאל

יישר כח בא'לע פארן זיך אויסשמועסן דיינע פריוואטע ענינים מיט דיין/אונזער טאטע, גענוג הויעך אז איך זאל אויך קענען הערן....
יעדעס ווארט איז ווי א מוסר ספר... אין חכם כבעל נסיון...

צייט צו מאכן א בלאט: 0.57 סעקונדעס