ברוכים הבאים, גאסט
  • בלאט:
  • 1

טעמע: בין איך אן אדיקט? 4416 באזוכער

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 07:26 #240728

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
עס האט זיך אנטוויקעלט א שמועס צווישן מיר און אן אנדערע חבר צו שאצן צו מ'איז יא אדער נישט אן אדיקט, און היות עס איז נישט קיין תועלת געווען צו לאזן עס אזוי, האב איך עס אוועקגעפיהרט פונעם ארגינעלן ארט און באשטימט דערפאר אן עקסטערע טרעד אנאנים, אז פארוועם עס איז יא א תועלת זאל קענען האבן די נוצן דערפון



חבר געשריבן:
מורי ורבותי!! פארוואס באקום איך נישט קיין חיזוק בכלל פון די גאנצער פארום? איך האב פרובירט צו ציילען 90 טעג אסאך מאהל אבער נאך א שטיק צייט זעה אז עס איז מיר גרינגער נישט צו ציילען! פארוואס איז דאס? פארוואס ווער איך אסאך מאהל צובראכען ליינענדיג וואס אנדערע שרייבען??? בין איך משוגע???


קענסט עס רופן משוגע... איך רוף עס אדיקשאן....
ליידער ליידסטו פון א קרענק וואס הייסט אדיקשאן, וואס דרייט ארום מיט'ן מענטש אזוי וי א שיף וואס ווארפט זיך ארויף און אראפ פון שטורעמישע כוואליעס און האט נישט קיין מנוחה

דיין איינציגסטע רפואה וועט זיין צו ארבעטן מיט א ספאנסער אויף די 12 סטעפס בעז"ה




חבר געשריבן:
יישר כח גדול פארן צוריק שרייבען אבער ב"ה לייד איך נישט פון קיין שום אדיקשען ב"ה ב"ה, נישט יעדער וואס האט תאוות איז אן אדיקט


דיין יעצטיגע ענטפער איז ליידער דיין גרעסטע שטער צוצוקומען צו דיין רפואה, און דאס רופט זיך "דינייעל" דאס מיינט אז מ'נאר'ט זיך אליינס אז מ'ליידט נישט פון קיין קרענק....

אדרבה:
א געזונטע מענטש קען זיך נישט קאנטראלירן???
אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו....
אז די זעהסט אז עס גייט דיר נישט זיך צו שטארקן, און די טוסט עס כאטש באמת ווילסטו עס נישט טוהן (טיף אין הארצן) דאן איז קלאר אז די ליידסט יא פון אדיקשאן
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 09:50 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 07:45 #240736

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
חבר געשריבן:
סיג לחכמה שתיקה


דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים
יספר בכל פעם לפני חבר נאמן מה שהיצר מעלה בלבו ואל יעלים שום דבר מחמת הבושה
דא קומט נישט שתיקה פון חכמה.... ווער ס'ליידט דארף זוכן הילף


חבר געשריבן:
נישט יעדער וואס דרייט זיך אין דער קהילה איז אן אדיקט!!!


אמת... אבער די יא!!!!


חבר געשריבן:
אבער איך בין שטאלץ צו זאגען אז ניין איך בין נישט קיין אדיקט!

איר זענט מכובד צו ברענגען א באווייז אז איר זענט נישט

דערווייל ווייזט אויס פון ווען די ביזט דא אהערגעקומען ביז יעצט, און פון אלע דיינע תגובות, שטעלט זיך ארויס אז די ביזט א ריכטיגע קאנדידאט פאר אדיקשאן, און איינע פון די שטארקע סימנים איז: אז די לייקענסט גאר אז די ביזט נישט


א געזונט מענטש לאזט אפן די מעגליכקייט אז קען זיין ער איז קראנק!!!!
נאר אן אדיקט וועט זאגן מיט די גרעסטע מאס זיכערקייט: "איך בין נישט קראנק"!!!!!!!!


חבר געשריבן:
עס זעהט אויס אז אונז צויי גייען זיך נישט אויסקומען דא ברבים אשר על כן הער איך אויף זיך צו שרייבען מיט דיר ווייל איך טוה ממילא גארנישט אויף!
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 10:22 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 07:58 #240739

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
מוזט נישט ווייטער שרייבן... אבער ווען עס וועט דיר נאכאמאל שווער ווערן די קשיא: "צו בין איך משוגע?" זאלסטו וויסן אז די ענטפער איז: "ניין"
נאר איך בין קראנק אויף אדיקשאן.....

ליידער ליידער גייסטו נאך דארפן אסאך יסורים אדורכגיין (דער באשעפער זאל אוודאי העלפן אז די זאלסט נישט) ביז די וועסט איינזעהן דעם ביטערן אמת, אז די ביזט ביטער קראנק און די ביזט ליידער ווי א בלינדער וואס זעהט נישט וואס גייט פאר ארום דיר

דער באשעפער וועט זיכער רחמנות האבן אויף דיר און דיך שנעל ברענגען דיין גאנצע רפואה, או אויך פאר מיר... המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה


חבר געשריבן:
יא שרייבען אדער נישט שרייבען, אבער פון דיינע ווערטער זעהט אויס אז דו ליגסט ליידער אסאך מער אין שמוץ ווי מיר איז וויאזוי קענסטו מיר דן זיין, דו קענסט מיינע נסיונות? דו מיינסט יעדער איינער האט די זעלבע סארט נסיונות? דו האלטסט אז פאר ביז בערך 20 יאר צוריק ווען דער שיטה איז ארויסגעקומען מכח אל הפועל זענען אלע געוועהן קראנק (כולל גאוני וצדיקי הדורות)???
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 10:33 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 08:01 #240741

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
דא האסטו א טעסט (א פארהער) צו זעהן אויב ביזטו אן אדיקט


אויב 5 פון די 20 איז די ענטפער יא, דאן ביזטו אן אדיקט



לא יכרע געשריבן:
20 שאלות

1) האסטו שוין אמאהל געטראכט אז די דארפסט הילף פאר דיינע מחשבות אדער אויפפירונג, בנוגע תאוה, הז"ל, וכדומה?

2) האסטו שוין אמאהל געטראכט אז עס וואלט דיר בעסער געווען ווען די וואלסט עס נישט געהאלטען און איין "נאך געבען"?

3) האסטו שוין אמאהל געטראכט אז סעקס אדער די מחשבת תאוה קאנטערלירן דיך? 

4) האסטו שוין אמאהל פראבירט צו אויפהערן, אדער זיך באגרעניצן פון צו טוען דעס וואס די שפירסט פאר נישט ריכטיג אין דיין אויפפירונג?

5) קערסטו דיך צו סעקס אדער הז"ל וכדומה כדי צו אנטלויפן, אדער זיך צו באפרייען פון אנגעצויגקייט, אדער ווייל די קענסט דיך נישט צוזאם קלויבן צו דיין טאג טעגליכע פליכטן, אדער פראבלעמן?

6) שפירסטו לאחר המעשה א שולד געפיל, חרטה,ליידיקייט, אדער ווייטאג?

7) ווערט די געיעג צו די תאוה שטערקער און שטערקער כאילו די ווערסט באצווינגען דערצו?

8 ) טוט דאס שטערן דיין קשר מיט דיין בני בית?

9) פעלט דיר אויס זיך צו באניצן מיט דמיון, פאנטאזיע אדער זכרונות בשעת'ן עוסק זיין און תשמיש מיט דיין ווייב?

10) כאפט דיר אהן א אום קאנטראלירבארע רייץ עס צו טון גלייך ווען די טרעפסט א מעגליכקייט?

11) ווערסטו אלס הונגעריג פאר אנדערע זאכן, אדער צו אנדערע אופנים?

12) שפירסטו אז א פאסיגע ווייב מיט א ריכטיגן צוגאנג וואלט דיר געהאלפן שוואכער מאכן דיין תאוה, הז"ל א.ד.ג?.

13) האט דיר אנגעכאפט א גרויסער חשק אויף איינעם בפרטיות?

14) איז די געיעג נאך די תאוה גורם א אום אחריות צו דיינע געברויכן אדער צו די געברויכן פון דיין ווייב, קינדער, אדער אנדערע?

15) שפירסטו אז ווי ערגער און שטערקער דיין תאווה ווערט,קענסטו דיך שווערער קאנצענטרירן אויף אלעס אנדערע ענינים, און די זאכן וואס די ביסט עוסק ווערן ווייניגער פרוכטבאר?

16) פארלירסטו צייט פון דיין ארבעט פאר די זאכן?

17) טוסטו זיך קערן צו א שוואכערערע סביבה ווען די לויפסט נאך סעקס?

18) לאחר המעשה ווילסטו זיך אוועק זעהן דערפון ווי שנעלער?

19) אפילו די האסט א פאסיגער ווייב,טוסטו נאך אלס מז"ל זיין אדער אנדערע סארט סעקס אויף סיי וואסערע אופן?

20) ביסטו שוין אמאהל געווארן ארעסטירט צילוב די סארט אנגעלגנהייטן?







חבר געשריבן:
אויף פינעף איז די ענטפער יא, און דאס איז פשוטע זאכען אז יעדע מענטש האט א יצר הרע אויף דים, איז יעדער איינער אן אדיקט לשיטתך?
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 10:46 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 13:51 #240746

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 96
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל
  • קאָרמא: 2
מיין טייערע חבר, על ראשון ראשון.

די אמת'ע סיבה פארוואס עס איז דיר גרינגער אן ציילן, ווייל עס איז גרינגער צו גיין א טאג אויף אמאל, משא"כ ווען מען ציילט איז אביסל שווער, ווייל מען קוקט אויף צו לאנג פאראוס, אין הכי נמי די ציילן איז נאר געמאכט צו נעמען חיזוק פונען עבר וד"ל.

אויף דעם וואס דו פרעגסט פארוואס דו באקומסט נישט חיזוק אויפן פארום, זייער פשוט יעדער איז אזוי פארנומען זיך צו העלפן עס איז אמאל זייער שווער "סתם אזוי" אריינצוגיין צו יענעם און געבן חיזוק, משא"כ אז די רעדסט דיך אויס סיי וועלעכע פראבלעם, בין איך זיכער אז דו וועסט תיכף באקומען חיזוק, בקיצור ווארט נישט אויף יענעם טוה אליין שרייב קודם וועסטו באקומען חיזוק.

איך פארשטיי נישט פארוואס די ווערסט צובראכן צו זעהן וואס אנדערע שרייבן, זיי מיר עס בעסער מסביר, אפשר וועל איך דיר קענען זאגן א גוט ווארט.

און אויף די דין ודברים צו ביסט יא אן אדיקט אדער נישט, ווייס איך נישט, איך וועל דיר אבער געבן א גוטע סימן, אויב די האלסט און איין דורכפאלן נאכאמאל און נאכאמאל, און בשעת דיינע זמני עליה קומט דיר אריין דיינע תאוות, ביזטו זיכער אן אדיקט, און אויב נישט קען איך דיר נישט זאגן, אבער איין זאך קען איך דיר זאגן זיכער אז אויב ביזטו אן אדיקט וועסטו קיינמאל נישט געהאלפן ווערן פאר די וועסט עס איינזעהן.

איך פיר אויס מיט א ברכה אז דער אייבערשטער זאל דיר פירן אויפן ריכטיגן וועג.




חבר געשריבן:
יישר כח גדול פארן מיר ענטפערן (איך זעה דו האסט יא צייט צו ענטפערן סתם עמך אידען אויך)!

ווען איך שרייב שוין יא באקום איך נאר נעגאטיווע פידבע"ק ממילא פארליר איך די חשק פון
שרייבען נאכאמאהל, קוק אליינס און זעה וואס האט זיך דא אפגעטוהן היינט אינדערפרי וד"ל!

פארוואס איך ווער צובראכען איז וויל איך ווער מער און מער בעצבות וואס כידוע איז דאס שטארק גורם די יצר הרע זאל אריינדרינגען גאר טיף וד"ל!

אויף דיין סימן צו איך בין אן אדיקט אדער נישט, אויב דיין טעס"ט איז א ריכטיגע טעס"ט דעמאלטס בין איך נישט קיין אדיקט בכלל, ווען איך בין אין מיינע זמני עליה, פון מקוה ולימוד התורה כשעה ויותר לפני שחרית במנים מהחל עד כלה, נאכדעם גיין אין כולל ווען אויפן וועג הערט מען א שיעור וכדומה און מען היט זיך די אויגען, און אזוי אויך אויפן וועג אהיים און אזוי ווייטער די סדר היום אויף א רוחניותדיגע וועג, דעמאלטס קומען זיכער נישט אריין תאוות אין קאפ אריין, די גרעסטע דאקטאר שרייבט שוין, די הייליגע רמב"ם אז דבר ערוה קומט נאר צו א לב פנוי מן החכמה, און ווי די נועם מגדים אין הקדמה איז דאס שטארק מסביר מיינט עס נאר תורה בעיון, און אשר על כן בין איך משתדל צו עוסק זיין אין דעם גאר אסאך און טאקע דעמאלטס איז זייער געשמאק און עס פעלט גארנישט אויס קיין דרויסענדיגע חיזוק אדער עצות וכדומה, עס פארט ממש א מחיה אויפן סולם למעלה למעלה בקודש, און אויף דיין ברכה ענטפער איך אמן בקול רעש גדול!!!
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 11:03 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 16:09 #240752

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 134
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
  • קאָרמא: 2
חבר געשריבן:
יא שרייבען אדער נישט שרייבען, אבער פון דיינע ווערטער זעהט אויס אז דו ליגסט ליידער אסאך מער אין שמוץ ווי מיר איז וויאזוי קענסטו מיר דן זיין, דו קענסט מיינע נסיונות? דו מיינסט יעדער איינער האט די זעלבע סארט נסיונות? דו האלטסט אז פאר ביז בערך 20 יאר צוריק ווען דער שיטה איז ארויסגעקומען מכח אל הפועל זענען אלע געוועהן קראנק (כולל גאוני וצדיקי הדורות)???


שלו' וברכה הרב "חבר" שליט"א, ווי איך זעה גייט דא אהין און צוריק א דיסקאסיע וועגען זיין אן אדיק"ט אדער נישט, קודם וועל איך אנהייבן מיט מיר אליין, איך בין נאכאלץ נישט זיכער צו בין איך אן אדיק"ט אדער נישט הגם איך האב רוב רובא סימנים פון יא זיין אדיקטי"ד, אבער פון די אנדערע זייט ב"ה האב איך שוין א לענגערע צייט ריינע טעג "זינט דעם ערשטן טאג וואס איך בין אנגעקומען צו דעם הייליגן קהילה קדושה הד"א GYE ", האט זיך ביי מיר אויך אסאך געשטורעמט אין קאפ ווי קען דאס זיין "יא עדיק"ט אדער נישט" אויב בין איך נישט דעמאלסט לייג איך ארויף א גרויסע שטעמפעל אויף מיר אליין "רשע מרושע" "יודע רבונו ומכוון למרוד בו" חלילה וחס, און אויב בין איך יא דעמאלסט ווי קען זיין אז מ'האלט זיך ב"ה ריין, ווי אלע זאגן אן עדיק"ט איז בכלל נישט ברשות עצמו???.

זיין אן עדיק"ט איז נישט תלוי ווי טיף מ'איז אין די שמוץ וואס מ'האט יא אדער נישט עובר געווען, נאר ווי מ'איז מאכטלאז און הילפלאז קעגן דעם אדער אן אנדערע תאווה באיזה דרגה שיהי', אזוי ווי א חולה איינער איז מער אנגעשטעקט און איינער ווייניגער אבער דער צד השוה אז ביידע זענען קראנק און דארפן זיך היילן, אויב וועט דער וואס איז נאר אביסל אנגעשטעקט זיך איינרעדען אז מיט איגנארירן זיין מחלה וועט ער אויסגעהיילט ווערען [אדער גאר שרייען אז ער איז בכלל נישט קראנק] דעמאלסט איז ער ערשט קראנק די מחלה וועט נאר זיך מער צושפרייטן און ערגער ווערען ותוצאותיו מי ישורנה.

ליתר בירור, איך האב אויך געטראכט ווי דיר אז ניין איך בין נישט אדיקטי"ד אבער איך בין געקומען צו די הכרה אז מיין גאווה מיינע שלעכטע מידות פארפירן מיר, סיי בפועל צו טוען וואס איז נישט אויסגעהאלטן און אויך האט עס איבער גענומען מיין לעבן דהיינו מיין הילוך המחשבה מיין מצב רוח, אזוי ווי פילע וואס זענען נעבעך אין די בלאטע אלעמאל צובראכן מיואש בעצבות פול מיט קנאה שנאה, באשולדיגן יעדן און אויך זיך אליין פאר אלע פראבלעמען קיימאל צופרידן און במנוחה פון זיך אליין, און דאס האט א דירעקטע השפעה אויף אלע ארומיגע, ווייב און קינדער חברים, ווי אויך שטערט דאס טאג טעגליכע לעבן סיי אינדערהיים ווי אויך ביי די ארבעט וכדו'.

דאס איז דער מענטש וואס לעבט אין זיין אייגענע וועלט ער קלערט אז ער פירט אלעס, לפי פעולותיו וועט אלעס גיין, ער רעדט זיך איין אז ער איז עפעס (אפס) און לפי זה פאסט נישט פאר איהם דאס און יענס און אויב גייט נישט ווי ער וויל ווערט ער צובראכן מיואש דעמאלסט פאלט ער טיפער.

דא קומט דער גרויסער אבער, "אבער" טאמער דער קליינע מענטשעלע איז מכיר (לפחות ער הייבט אן) אז יש מנהיג לבירה ס'איז נאר דא איינער וואס פירט אלעס דער גרויסע הייליגער באשעפער, ער און נאר ער איז דער כל יכול, ובכלל זה האט ער אויך באשאפן דעם יצר הרע און אלע נסיונות החיים, און פאר אלעס ווענדט מען זיך נאר צו איהם נאר ער קען אוועק נעמען די תאוות נאר ער קען היילן נאר ער קען געבן און נעמען, מיר קענען נישט זיך שלאגן מיט'ן יצר ער איז שטערקער ווי אונז מיר קענען נישט זיך מתגבר זיין אפי' איינמאל אויך נישט אן איהם, "מיר זענען מאכטלאז קעגן אלעס" מיר לאזן איהם פירן זיין וועלטעל כפי רצונו יתברך "מיר זענען זיך מכניע אינגאנצן צו איהם אויף אלעס" און מיר זענען זיך מתחנן צו איהם כבן המתחנן לפני אביו ער זאל אוועק נעמען די אלע שווערע נסיונות ער זאל אונז געבן די כוחות זיך צו האלטן ערליך ריין און צו פירן א לעבן פון תורה ויראת שמים.

השי"ת האט באשאפען דעם מענטש מיט אלע אירע שלעכטע נטיות ורצונות "כי יצר לב האדם רע מנעוריו" און אונזער עבודה דא איז זיך צו דערהייבן צו איהם דארך די נסיונות און די שוועריקייטן, און פון דעם האט ער נחת רוח און דארך דעם ווערט מען נאנט צו איהם ואני קרבת אלוקים לי טוב, את האלוקים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם.

איך ווייס אז נישט אלע וועלען זיין איינשטימיג מיט מיר אויף וואס איך האב געשריבן אבער אזוי זעט עס אויס אין מיינע פליישיגע אויגן, "בא חבקוק והעמידן על אחת וצדיק באמונתו יחיה", לעבן מיט אמת'ע אמונה און בורא כל עולמים, זיך פארלאזן אויף איהם און האפן צו איהם און בעטן פון איהם שטענדיג.



חבר געשריבן:
יישר כח רב הצדיק בעלמאנט שליט"א
גאר גוט געשריבען, דער ערשטע וואס האט עס גוט מסביר געוועהן, בעהט איך דיר בכל לשון של בקשה טאמער איר קענט באשטיין איך זאל זיין בקשר מיט דיר אין פריוואט און זאלסט מיר אביסעל מער מסביר זיין בפרטיות, אבער איך פארשטיי אויב דו זאגסט נייין אז דו ווילסט נישט!
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 11:07 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ח' תמוז התשע"ה 22:20 #240756

  • עד כאן
  • איצטיגע שטרעקע: 213 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 949
  • האט שוין געלייקט: 824 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל
  • קאָרמא: 47
אמאל געווען צייטן, נאדיר א שטיקל פון גירסא דינקותא.

עד כאן געשריבן:
מיין וועג צו ריינקייט חלק טו



ווער זאגט אז מיר זענען עדיקטן?

איך גלייך גראדע זייער שטארק אייס קריעם, דאס מיינט אז איך בין אן עדיקט דערצו? איך גלייך צו כאפן א שפאציר לעבן א וואסער, מיינט עס אז איך בין אן עדיקט דערצו?

א יעדער וואס האט ליב צו קוקן און טוהן שמוץ, מיינט אז ער איז אן עדיקט?
ליב האבן א געוויסע זאך זייער שטארק, מיינט בהכרח אז מען איז עדיקטעד דערצו?

אויב קום איך איינמאל אונטער א גאר שטארקע נסיון און איך קען מיר נישט איינהאלטן מיינט אז איך בין אן עדיקט?

ליב האבן עפעס הייסט אויף ענגליש א העביטֱֱ.

וואס איז די חילוק צווישן א העביט און א עדיקשאן?

א העביט איז ווען איינער האט עפעס זייער שטארק ליב צו טוהן, אבער ער קען זיך קאנטראלירן, ער האט א בחירה, ער קען זאגן ניין, אדער ער קען זיך אפשטעלן פון טוהן א געוויסע זאך אפילו ער האט דאס זייער שטארק ליב, און ווען ער באשלוסט זיך אפצושטעלן וועט ער זיין סוקסעספול ער וועט קיינמאל נישט דורכפאלן.

עדיקשאן הייסט, ווען איינער האט זייער שטארק ליב א געוויסע זאך, אבער ער קען זיך נישט קאנטראלירן, ער קען נישט זאגן ניין, ער פארלירט אינגאנצן זיין בחירה, ער קען זיך נישט אפשטעלן, און אפילו ער וויל זיך אפשטעלן פאלט ער אדורך.

אן עדיקט מוז נישט מיינען איינער וואס האט שוין טויזענטער מאל געזינדיגט, מען קען זיין אן עדיקט שוין ביים ערשטן מאל אויב זיין רצון איז באמת אז ער וויל נישט דעס טוהן, און פשוט ער קען זיך נישט קאנטראלירן איז ער אן עדיקט.

א העביט ווייטער קען זיין אפילו איינער וואס האט שוין טויזענטער מאל געזינדיגט, ווילאנג ער האט דאס געטוהן ווייל ער האט געוואלט טוהן די זאך, און אויב וועט ער יעצט באשליסן אז מער וויל ער שוין נישט טוהן די זאך, און ער איז סוקסעספול מיט זיין באשלוס, אזא איינער איז בכלל נישט קיין עדיקט.

איינער וואס האט א העביט צו שמוץ וועט געווענליך נישט טוהן די עבירה אויב האט ער וויכטיגערע זאכן צו טוהן יעצט, אן עדיקט וועט אבער עס יא טוהן, אפילו ער זאל יעצט האבן טויזענטער אנדערע זאכן וואס זענען אסאך וויכטיגער ווי דעם.

איינער וואס האט א העביט, וועט זיין צופרידן מיט די זעלבע זאך נאכאמאל, איינער וואס איז אן עדיקט וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן מיט די זעלבע זאך, ער וועט אלץ דארפן עפעס חדשות, עפעס מער פון נעכטן, דאס נעכטיגע איז שוין נישט גוט, ער איז שוין נמאס דערפון.

אויב שפירט איינער אז ער איז נישט קיין עדיקט, ער קען זיך קאנטראלירן אויב ער וויל, דעמאלטס דארף ער גארנישט טוהן מער ווי אפמאכן אז מער גייט ער נישט זינדיגן, ער קען לייגן א פילטער אויף זיין קאמפיוטער, עס זאל אים נישט מאכן אומזיסטע טריגער'ס, עס זאל אים פשוט אנקומען גרינגערהייט, ער קען אויך מאכן שטארקע גדרים, צוזאגן געלט אויב ער וועט דורכפאלן, האבן שמירת עינים אויף די גאס, דאס אלעס אויב ער טוט דאס פאר העביט, נישט אלץ עדיקט.

אויב אבער איז מען אן עדיקט, דעמאלטס איז גאר אן אנדערע מסכת, די געלט וועט נישט העלפן, פילטער'ס וועלן אויך נישט העלפן, די אלע זאכן זענען פאר אן עדיקט מאמענטאלע הילף אז זיין געוויסן וואס עגבערט אים אז ער איז שוין נאכאמאל דורכגעפאלן זאל זיך בארואיגן, ער זאל זיך איינרעדן אז יעצט גייט ער שוין מער נישט דורכפאלן, ער האט דאך געטוהן אזעלעכע קנאקעדיגע עצות.
די רגע אבער וואס דער עדיקט קומט אונטער אטאקע נאכאמאל, איז ער דאך נישט בכח זיך צו קאנטראלירן, דאמאלטס טוט ער אלעס וואס איז בידו, ער וועט אפילו קויפן א נייע כלי אויב וועט זיך עס אויספעלן, ער וועט טוהן אלעס אין דער וועלט צו ערפילן זיין עדיקשאן.

אונזער ארבייט וואס מיר דארפן טוהן איז צו היילן אונזער עדיקשאן, מיר זאלן קענען איבערנעמען קאנטראל אויף זיך, מיר זאלן האבן רשות אריינצורעדן א ווארט ווען מיר קומען אונטער אטאקע, (עפעס א מין אנשיקעניש דעס, ער געט אונז ניטאמאל דער רשות הדיבור  )  אוודאי דארף מען האבן פילטער'ס אין גדרים, אבער דאס איז נישט קיין היילונג פאר אן עדיקט, דאס איז א פרעווענשן פאר א העביט.




.
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 09:41 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? ט' תמוז התשע"ה 10:04 #240759

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
חבר געשריבן:
יא שרייבען אדער נישט שרייבען, אבער פון דיינע ווערטער זעהט אויס אז דו ליגסט ליידער אסאך מער אין שמוץ ווי מיר איז וויאזוי קענסטו מיר דן זיין, דו קענסט מיינע נסיונות?


ס'איז אמת אז ליג מער אין שמוץ ווי דיר, אבער דאס מיינט נישט אז די ביזט נישט קיין אדיקט.... איך קען טאקע נישט דיינע נסיונות אבער פון דיין געוויין דא אויפן פארום ווייזט זיך ארויס אז זאכן וואס די ווילסט נישט טוהן פאלסטו יא אדורך

און גראדע האט עד כאן זייער שיין אראפגעברענגט די חילוק פון סתם א נסיון אויף וואס מ'האט נאטורליך א בחירה און ווען מ'וויל נישט הערט מען אויף, און די נאטור פון אן אדיקט וואס פאלט אקעגן זיין אייגענע ווילן

נסיונות מינט נישט אז מ'פאלט אדורך... נסיונות מיינט אז מ'האט א רייץ און מ'שלאגט זיך!!!
אדורךפאלן טויזענטער מאל אקעגן די אייגענע רצון איז אדיקשאן!!!


חבר געשריבן:
דו האלטסט אז פאר ביז בערך 20 יאר צוריק ווען דער שיטה איז ארויסגעקומען מכח אל הפועל זענען אלע געוועהן קראנק (כולל גאוני וצדיקי הדורות)???


די האלטסט אז די אלע גאוני וצדיקי הדורות זענען טעגליך אדורךגעפאלן מיט די אלע זאכן??? און אויב יא דאן זענען זיי יא געווען קראנק אויף אדיקשאן!!!!




חבר געשריבן:
אויף פינעף איז די ענטפער יא, און דאס איז פשוטע זאכען אז יעדע מענטש האט א יצר הרע אויף דים, איז יעדער איינער אן אדיקט לשיטתך?



זיי מוחל לייג אראפ דא אלע 5 אויפן טיש און מ'וועט עס שיין צונעמען, און זעהן צו ס'איז סתם א יצר הרע, אדער א קראנקע אדיקשאן
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 11:08 דורך בשמחה תמיד.

בין איך אן אדיקט? י"ח תמוז התשע"ה 12:16 #240938

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23
ווי איך זעה איז די טרעד די מדובר איבער וויאזוי מען שאצט זיך צו מען איז אן עדיקט. איך אליינס פלאג זיך מיט דעם שוין א לענגערע צייט. זינט איך בין איינגעשריבן אין GYE איז דער נושא אויף מיין געוויסן. איך האב מיך איינגעשרייבן אין די ענגלישע זייטל, ווי איך האב געמאכט א קשר מיט מער וועטראנער מעמבערס. צווישן זיי איז דער באקאנטער DOV. עס איז כדאי צו לייענען זיין פראפייל און זיין היסטאריע וואס פון דעם אליינס קען מען נעמן גאר אסאך חיזוק. ער איז לויט ווי ער האט מיר געזאגט, א 16 יאר עדיקט וואס איז שוין ריין דיע אלע יאהרן. רובם ככלם האבן מיר דן געווען מיט דעם תואר עדיקט. איך בין ב"ה ריין 130 טעג, כן יעזור השם יתברך להלאה יעדן טאג בעזונדער. אבער די שאלה ליגט מיר טיפ אין געוויסן.

דער אמת איז אז דער מער ריינע טעג וואס איך האב אין מיין בייטל, ווערט מיר די נושא לייכטער. דהיינו ווען אין אהנהייב האב איך זייער מורא געהאט אהנצונעמן אז איך בין אן עדיקט, וועט עס זיין פאר מיר סאך לייכטער עס אהנצונעמן היינט. קען זיין אז די שטארקקייט וואס איך מיך קונה געווען צווישן די חברים דאהי און אין די ענגלישע זייטל האט אין מיר לייכטער געמאכט די זאך.

דאס ווארט עדיקט שרעקט מענטשן צוליב די פאקט אז רוב ספעציאליסטן פון עדיקשאן האלטן אז מען קען נישט ווערן אויס עדיקט כל ימי חייו. סך הכל וואס מען קען זיך לערנען וויאזוי צו דילען מיט די עדיקשאן. נאך א זאך וואס שרעקט איז די פאקט אז מען וועט מוזן ארויסקומען אין פאבליק אין זאגן םאר א ציבור אז איך בין אן עדיקט. און דאס וועט דארפן אהנגיין א גאנץ לעבן.

מיט די צייט ווערט מער קלארער פאר מיר אז איך בין גרייט צו טוהן אלעס וואס פעלט אויס צו קומען צו אמת'ע ריינקייט אהן קיין שום הגבלה. ובכן זעהנדיג די לעכטעל ביי די עק פון די היילף מאכט עס לייכטער אהנצונעמן אז איך בין קען זיין אן עדיקט.

ווען איך האב אהנגעהויבן די ספירת תשעים נקיים, איז עס געווען כמעט זיכער ביי מיר אז מען רעדט נאר פון געציילטע טעג ביז די באללאן וועט פלאצען. ואף על פי כן בין איך געווען גרייט אהנצוהייבן, ווייל יעדן טאג ריין איז ביי מיר געווען א באזונדערע חשיבות. יעצט אז בס"ד און בחיזור חברינו היקרים בין איך אהנגעקומען אהער, זאג איך מיך אז איין זאך וויל איך בכל מחיר און דאס איז אז איך וויל זיין ריין. אויב מיינט ריין אז איך גיי מוזן דורך גיין די מהלך הריקאווערע פון עדיקטס וועל איך דאס אויך טוהן.

נ.ב. יישר כחכם פאר בעלמאנט מיט עד כאן פאר די שיינע תגובות
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 16:13 דורך לומד.

בין איך אן אדיקט? י"ח תמוז התשע"ה 23:52 #240953

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 3797
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל
  • קאָרמא: 17
זייער שיין רבי לומד
גוט ארויסגעברענגט די זאך

אגב DOV האלט אז רוב מעמבער'ס אויף GYE זענען נישט אדיקטן, נאר סתם זיי מוטשענען זיך מיט א שטארקע תאוה, אבער לדעתי השפילה זענען רוב חברים דא "אויף די אידישע סייט" יא אדיקטן
לעצט פארראכטן: י"ט תמוז התשע"ה 11:33 דורך בשמחה תמיד.

Re: בין איך אן אדיקט? י"ט תמוז התשע"ה 12:26 #240987

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 266
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
  • קאָרמא: 5
איך בין מסכים צי דיר "בשמחה תמיד", עס איז ביי מיר קלאר אז איך בין אויך אן אדיקט

ענטפער: בין איך אן אדיקט? ל' אב התשע"ז 16:09 #245780

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23
לומד געשריבן on י"ח תמוז התשע"ה 12:16:
ווי איך זעה איז די טרעד די מדובר איבער וויאזוי מען שאצט זיך צו מען איז אן עדיקט. איך אליינס פלאג זיך מיט דעם שוין א לענגערע צייט. זינט איך בין איינגעשריבן אין GYE איז דער נושא אויף מיין געוויסן. איך האב מיך איינגעשרייבן אין די ענגלישע זייטל, ווי איך האב געמאכט א קשר מיט מער וועטראנער מעמבערס. צווישן זיי איז דער באקאנטער DOV. עס איז כדאי צו לייענען זיין פראפייל און זיין היסטאריע וואס פון דעם אליינס קען מען נעמן גאר אסאך חיזוק. ער איז לויט ווי ער האט מיר געזאגט, א 16 יאר עדיקט וואס איז שוין ריין דיע אלע יאהרן. רובם ככלם האבן מיר דן געווען מיט דעם תואר עדיקט. איך בין ב"ה ריין 130 טעג, כן יעזור השם יתברך להלאה יעדן טאג בעזונדער. אבער די שאלה ליגט מיר טיפ אין געוויסן.

דער אמת איז אז דער מער ריינע טעג וואס איך האב אין מיין בייטל, ווערט מיר די נושא לייכטער. דהיינו ווען אין אהנהייב האב איך זייער מורא געהאט אהנצונעמן אז איך בין אן עדיקט, וועט עס זיין פאר מיר סאך לייכטער עס אהנצונעמן היינט. קען זיין אז די שטארקקייט וואס איך מיך קונה געווען צווישן די חברים דאהי און אין די ענגלישע זייטל האט אין מיר לייכטער געמאכט די זאך.

דאס ווארט עדיקט שרעקט מענטשן צוליב די פאקט אז רוב ספעציאליסטן פון עדיקשאן האלטן אז מען קען נישט ווערן אויס עדיקט כל ימי חייו. סך הכל וואס מען קען זיך לערנען וויאזוי צו דילען מיט די עדיקשאן. נאך א זאך וואס שרעקט איז די פאקט אז מען וועט מוזן ארויסקומען אין פאבליק אין זאגן םאר א ציבור אז איך בין אן עדיקט. און דאס וועט דארפן אהנגיין א גאנץ לעבן.

מיט די צייט ווערט מער קלארער פאר מיר אז איך בין גרייט צו טוהן אלעס וואס פעלט אויס צו קומען צו אמת'ע ריינקייט אהן קיין שום הגבלה. ובכן זעהנדיג די לעכטעל ביי די עק פון די היילף מאכט עס לייכטער אהנצונעמן אז איך בין קען זיין אן עדיקט.

ווען איך האב אהנגעהויבן די ספירת תשעים נקיים, איז עס געווען כמעט זיכער ביי מיר אז מען רעדט נאר פון געציילטע טעג ביז די באללאן וועט פלאצען. ואף על פי כן בין איך געווען גרייט אהנצוהייבן, ווייל יעדן טאג ריין איז ביי מיר געווען א באזונדערע חשיבות. יעצט אז בס"ד און בחיזור חברינו היקרים בין איך אהנגעקומען אהער, זאג איך מיך אז איין זאך וויל איך בכל מחיר און דאס איז אז איך וויל זיין ריין. אויב מיינט ריין אז איך גיי מוזן דורך גיין די מהלך הריקאווערע פון עדיקטס וועל איך דאס אויך טוהן.

נ.ב. יישר כחכם פאר בעלמאנט מיט עד כאן פאר די שיינע תגובות

דעם תגובה האב איך געלייגט פאר איבער צוויי יאהר צוריק ווען איך האב געהאלטן גאהר אין אהנהייב. איך האב עס פונקט יעצט איבער געלייענט און געזעהן אז עס איז מיר געוועהן זייער עמאציענאל עס איבער צו לייענען. איך זעה וויאזוי לאנג פאר איך בין אריין אין עס עי האט ביי מיר געווירבעלט א געפיל אז איך מוז זיין אן עדיקט. עדיקשאן איז געווען א תירוץ אויף א סאך קשיות וואס איך האב געהאט אויף מיין סתירה'דיגע התנהגות. עדיקשאן איז אויך פאר מיר געווען א לעזונג צו מיין פראבלעם. ווי שווער עס איז געווען פאר מיר צו וויסן אז איך בין אן עדיקט האט עס אבער געברענג מיט זיך א פתרון וואס איך גיי נאך דעם וועג עד היום.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? ל' אב התשע"ז 16:21 #245781

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז עדיקשאן איז נישט קיין שווארץ אדער ווייסע ווארט. עס קען זיין א שטערקערע עדיקט און א שוועכערע עדיקט. עס קען זיין צייטווייליגע עדיקט (PERIODIC ADDICT) אדער א שטענדיגע עדיקט, וכדומה. 

דאס קען זיין עס וועט פארענטפערן פאר טייל פון אונז, פארוואס עס קען אריבער גיין קערצערע אדער לענגערע ציין און מיר פילן נישט קיין דרוק צו עקטן אויט, און פלוצלונג עס באפאלט אונז א תאוה אז מען מיינט אז מען האלט עס נישט אויס.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? ט"ז אלול התשע"ז 10:41 #245825

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
ממש אזוי, אויב ענפער איך פינעף פון די זאכן יא מיינט אז איך בין אין א פראבלעם
דעמאלס וואס טוט מען נעקסט ?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בין איך אן אדיקט? ט"ז אלול התשע"ז 15:12 #245828

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1853 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל
  • קאָרמא: 14

מיין דעת איז אזוי:
דער דרך ארוכה וקצרה איז פשוט אריינצוגיין אין א צוועלף סטעפ פראגראם פאר סעקס אדיקשאן. דער פראגראם איז פשוט, סימפל, אבער עס איז נישט גרינג. עס איז פיל גרינגער ווי צו לעבן מיט דעם אדיקשאן און פיל גרינגער ווי טרייען זיך ארויסצוזעהן אליינס, אבער גרינג איז עס נישט.

די גרויסע מעלה פון דעם איז, לפי דעתי, אז דו האסט אן אוועקגעשטעלטע זאך וואס האט זיך ארויסגעוויזן צו העלפן. טויזענטער, אויב נישט מיליאנען, עדיקטס האבן זיך געראטעוועט זייער לעבן דורך דעם פראגראם. עס האט פארשידענע חלקים דערצו וואס העלפן, און עס האט סייעתא דשמיא.

דערפאר וואלט מיין ערשטער פארשלאג געווען אז דו זאלסט דאס ערנסט קאנסידערן.

אבער, מען מוז וויסן אז עס איז נישט קיין הכרח אז דאס איז די איינציגסטע וועג וואס קען העלפן. פאר מיר האבן אנדערע זאכן נישט געהאלפן און דאס יא. אבער עס קען זיין אז פאר דיר וועלן יא אנדערע זאכן העלפן. איז ווידער די שאלה אויב דו ווילסט אנהיין גיין זוכן אנדערע מהלכים און זיך געבן די צייט עס צו פראבירן. איך קען אייך נישט און דעריבער קען איך אייך נישט זאגן צו עס לוינט זיך פאר דיר צו פרובירן אדער נישט.

איין זאך קען איך דיר יא זאגן. די עדיקשאן איז פאר דיר א מתנה פון אויבערשטן, ווייל דורך דעם קענסטו אנקומען גאר הויך. פיל העכער ווי רוב אנדערע מענטשן קומען אמאל אן. איך קען עס זאגן מיט א זיכערקייט ווייל אין מיין לעבן זעה איך עס אזוי היינט מיט א קלארקייט. איך בין היינט באמת דאנקבאר פאר'ן באשעפער פאר'ן מיך מאכן אן עדיקט. (אמת, עס זענען דא שווערערע און שוואכערע טעג, אבער איך רעד בדרך כלל). איך זעה היינט פלעין פאר די אויגן די געוואלדיגע מתנה וואס דאס איז.

דער 12 סטעפ פראגראם איז נישט גיין בוגי מען און מען דארף נישט מורא האבן דערפון. לויט ווי עס קוקט מיר אויס, אז דו ווילסט זיין אמת'דיג מיט זיך און זיך נישט נארן, איז אויב דו זעהסט אז דו ענטפערסט יא אויף עטליכע פון די פראגן (און עס וואלט אפשר געהאלפן ווען די שרייבסט אויף וועלכע דו ענטפערסט יא), און ממילא קומט אויס אז דו ביסט אן עדיקט, אפגעזעהן פון וואסערע לעוול עדיקט דו ביסט, וואלסטו געטון די גרעסטע חסד פאר דיר אליין ווען דו נעמסט די שטארקקייט צו טון די ריכטיגע שריט.

ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ' אלול התשע"ז 12:10 #245837

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
ווי אזוי ווייס איך קלאר פאר איך הייב עפעס אן צו טון אויב דארף איך בכלל עפעס טון למעשה בין איך אדיקטיד אדער נישט,

דעס אז איך ענפער אויף פינף  פון די 20 זאכען "יא",

מיין איך  אז מען דארף נאך נישט נעמען קיין שריט אויף למעשה

נאר מתפל זיין  מיט א עכטע רצון און א שטארקע קבלה קען בפשטות העלפען 

חוץ פון דעם האב איך פראבירט נאכצוקוקען וואס די 12 סטעפ גראפ איז און איך הייב נישט אן צו פארשטיין

אויב מיינט עס דורך גיין די 12 זאכען אויפען ליסט, איז וואס איז נאכדעם ?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: כ"ב אלול התשע"ז 11:43 דורך friend.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ג אלול התשע"ז 12:22 #245877

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
ווי אזוי ווייס איך קלאר פאר איך הייב עפעס אן צו טון אויב דארף איך בכלל עפעס טון למעשה בין איך אדיקטיד אדער נישט,
דעס אז איך ענפער אויף פינף  פון די 20 זאכען "יא",
מיין איך  אז מען דארף נאך נישט נעמען קיין שריט אויף למעשה
נאר מתפל זיין  מיט א עכטע רצון און א שטארקע קבלה קען בפשטות העלפען 
חוץ פון דעם האב איך פראבירט נאכצוקוקען וואס די 12 סטעפ גראפ איז און איך הייב נישט אן צו פארשטיין
אויב מיינט עס דורך גיין די 12 זאכען אויפען ליסט, איז וואס איז נאכדעם ?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ג אלול התשע"ז 13:14 #245878

  • ערל שפתים
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 2
איך פלעג נישט אנהייבן צו וויסן וואס 12 סטעפס ווען 12 סטעפס, ווען מ'לייענט עס פלעין כאפט מען נישט וואס ס'ליגט אין דעם עניוועיז

אבער למעשה, וויל לאנג דו האסט א מהלך וואס דו האלסט אז דאס קען דיר העלפן אז זאלסט אפילו איין מאל נישט א דורך פאלען, אדער לאמיר זאגן למשל אז מיט דעי מהלך קען מען מערסטנס אדורך פאלן איין מאל א יאר, און מער פון דעם וועסטו נישט דורך פאלן, טריי אויס יענע מהלך
12 סטעפס איז פאר דער וואס האט שוין אלעס פרובירט, און מ'קומט צו די החלטה אז גארנישט העלפט, און אויך איך גיי בלייבן מיט מיין אדיקשען, און אויב איך בלייב מיט מיין אדיקשען וועט עס גיין ווייטער און ווייטער ביז איך וויל אפילו נישט טראכטן וואס, טויט אדער תפיסה, ס'קען נישט ארבעטן ביי איינער וואס טראכט לאמיר דאס אויך אויספרובירן, איך מיין איך האב א בעסערע עצה, אבער פרובירן שאדט נישט, אזא איינער קען זיין זיכער 101 פראצענט אז עס גייט נישט ארבעטן

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ג אלול התשע"ז 14:33 #245879

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • שר חמש מאות
  • מעלדונגען: 644
  • האט שוין געלייקט: 681 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 705 מאל
  • קאָרמא: 10
friend געשריבן on כ"ג אלול התשע"ז 12:22:
ווי אזוי ווייס איך קלאר פאר איך הייב עפעס אן צו טון אויב דארף איך בכלל עפעס טון למעשה בין איך אדיקטיד אדער נישט,
דעס אז איך ענפער אויף פינף  פון די 20 זאכען "יא",
מיין איך  אז מען דארף נאך נישט נעמען קיין שריט אויף למעשה
נאר מתפלל זיין  מיט א עכטע רצון און א שטארקע קבלה קען בפשטות העלפען 


חבר יקר! איך האב נישט פארשטאנען קלאר וואס דו פרעגסט.
אויב איינער איז נישט אדיקטיד, דארף ער דען נישט טון למעשה? פון זיך אליינס גייט נישט גארנישט.

דער יצר הרע שלאפט נישט. אונז דארפן נעמען שריט 'למעשה' זיך צו היטן פון אים. 

תפילה איז טאקע א למעשה'דיגע שריט אין דעם ריכטונג. ווייל אלמלא הקב"ה עוזרו... איז צרות.

קיפ איט אפ חבר!

.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ג אלול התשע"ז 16:34 #245881

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23
friend געשריבן on כ"ג אלול התשע"ז 12:22:
ווי אזוי ווייס איך קלאר פאר איך הייב עפעס אן צו טון אויב דארף איך בכלל עפעס טון למעשה בין איך אדיקטיד אדער נישט,
דעס אז איך ענפער אויף פינף  פון די 20 זאכען "יא",
מיין איך  אז מען דארף נאך נישט נעמען קיין שריט אויף למעשה
נאר מתפל זיין  מיט א עכטע רצון און א שטארקע קבלה קען בפשטות העלפען 
חוץ פון דעם האב איך פראבירט נאכצוקוקען וואס די 12 סטעפ גראפ איז און איך הייב נישט אן צו פארשטיין
אויב מיינט עס דורך גיין די 12 זאכען אויפען ליסט, איז וואס איז נאכדעם ?

איך האב נישט איבער געלייענט דעם טרעד פון אהנהייב, ממילא ווייס איך נישט פונקט די מהלך פון דעם טרעד. אבער איךבין מגיב אויף די לעצטע פאהר תגובות.

וויי איינער האט שוין פריערד געשריבן, איינער וואס האט זיך איינגעשריבן און דעם סייט, טראכט איך אז עפעס האט אים געמאכט טראכטן אז סאמטינג איז ראנג, עפעס מאכט נישט קיין סענס.

פאר מיר אלס אן ערליכער אינגערמאן וואס איז (געווען בשעתו) תורתו אומנתו, געהאט א געשמאק אין עבודת השם. מהדר געווען במצוות, געדאווענט מיט א געשמאק, געלערנט רוב טאג, האט נישט געמאכט קיין סענס אז איך האלט אין איין מוז"ל זיין. הוז"ל האב איך קיינמאהל נישט געוואלט. איך האב קיינמאהל נישט געוואלט קוקן אויף פרויען נישט לשם תאוה און אויך נישט שלא לשם תאוה. איך קיינמאהל נישט געוואלט קוקן אויף שמוץ אויף די אינטערנעט. פון דער אנדערע זייט וויפיל איך האב נישט געוואלט, האב איך עס אלס געטוהן נאכאמאהל און נאכאמאהל.

איינער פון די וועגן ווי איך פלעג זוכן שמוץ איז געווען דורך רופן אויף געוויסע שמוציגע טעלעפון לייןס. איך האב נישט געהאט קיין סעל. אבער פון 10ער ביז 3ער פלעגט מיין ווייב גיין ארבעטן. עס פלעגט מיר כאפן אן אטאקע און איך בין אהיים געלאפן און געמאכט די קאלס. ווען זי איז נישט געווען אינדערהיים. וויפיל איך האב נאר פראבירט דאס אפצושטעלן איז עס נישט געגאנגן. איך האב א צעטיל ווי איך האב געמאכט א קבלה אז איך גיי זיך נישט 'מייחד' זיין מיט מיין היים טעלעפון. איך האב געהאלטן אז איך טאהר נישט היות איך האלט אין איין פאלן. ווען מיין ווייב פלעגט מיר בעטן צו בעבי סיטן פלעג איך אלעמאהל אפזאגן. איך בין געווען א גוטע מענטש אין שטוב אבער בעביסיטן פלעג איך איר זאגן איז איך ווער משוגע און איך קען עס בשום אופן נישט טוהן. איך האב פארשטייט זיך נישט געזאגט פארוואס. עס האט איר געבאדערט זייער שטארק נישט קענענדיג פארשטיין פארוואס איך וויל נישט בעביסיטן. אבער דאס האט מיר נישט געהאלפן.

על כל פנים נישט אריין צו גיין אין צופיל אריכות, בין ערגעץ ווי אהנגעקומען צו מצב אז אלע מיינע עצות האבן שוין נישט געהאלפן. איז ביי מיר נולד געווארן א שטארקע איסתפקתא, בין איך א שגץ אדער איך א נפשיות'דיגע קראנקע מענטש. איך האב נישט געקענט מחליט זיין. פון איין זייט האב איך געהאלטן אז איך בין אזא שגץ שאין כמוהו. ווען מיינע באקאנטע וואלטן נאר געוואיסט..... וואלטן זיי געשפיגן אויף מיר. פון די אנדערע זייט האב איך געוויסט ווי שטארק איך וויל עס נישט טוהן און איך קען זיך פשוט נישט איינהאלטן. איך האב אפילו געהאט א סברא אז איך בין אין די מדריגה פון אונס רחמנה פטריה, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.

איך פלעג דאווענען פאר מיר ביי צוויי ברכות פון שמונה עשרה. קודם ביי השיבנו ווי איךבעט אז איך זאלזוכה זיין צו טוהן תשובה. דערנאך ביי רפאינו. א שיינע פאהר יאהר פאר איך בין געקומען אויף סייט פלעג איך ביי יעדעס שמונה עשרה ביי רפאינו געזאגט די יהי רצון, ווי איך דערמאנט מיין נאמען בן מיין מאמעס נאמען, צוזאמען מיט מיינע נאנטע וואס זענען פיזיש געווען קראנק. (דאס טוה איך נאך עד היום).

עס מיר נישט קיין חילוק צו איך בין יא אן עדיקט צו נישט. דאס ווייס איך קלאהר ביי מיר אז סאמטינג איז ראנג. לגבי דער נושא פון סעקס, איז מיין סיסטעם פארדרייט. די אלע עצות וואס איך גלייב העלפן פאר אלגעמיינע מענטשן האט פאר מיר נישט געהאלפן. מיינע תפילות ובכיות, מיינע תשובות, מיינע לימוד ספרי מוסר וחסידות, מיינע שעות רציפות, מיינע אויסזאגן תהילים (ב"ה איך האב נאך היינט א געשמאק עס צו טוהן), מיינע קנסות פון תענתים אדער צדקה, מיינע גדרים וסייגים, מיינע עצות וואס איך האב מקבל געווען פון חשובע אידן, דאס אלעס ועוד, האט מיר גארנישט געהאלפן. גארנישט? נישט ממש, עס האט געהאלפן פאר צווישן צוויי טעג און צוויי וואכן. דאס איז אהנגעגאנגן פאר גאנצע זיבעצין יאהר!!! 

דאס זאגט נישט אז די עצות זענען נישט גוטע עצות ח"ו. עס קען זיין אז פאר אנדערע ארבעטן די עצות. אבער פאר מיר האט עס ליידער נישט געהאלפן. ממילא עפעס מוז דא זיין די סיסטעם טויג נישט.

ווען איך בין אויסגעלאפן פון עצות און איך האב אויסגעפונען אז די 12 סטעפ פראגראם פון שיכורים, העלפט אויף אזעלכע ווי מיר, בין איך געווען ביי א פלאץ וואס דאס האט מיר געגעבן האפענונג. ממילא האב איך זיך אריינגעווארפן אין דעם, און בחסדי שמו יתברך עלי בין איך היינט ריין איין טאג אויף אמהאל.

אלזא (נאך די גאנצע אריכות) אויב איינער איז באקוועם ווי ער איז, אדרבה איך בין זייער העפי פאר אים. אפילו איינער וואס איז נישט באקוועם און עס באדערט אים, מיינט דאס נישט אז ער איז אן עדיקט. עס קען זיין אז חיזוק איז גענוג פאר אים. עס קען זיין אז תפילה איז גענוג פאר אים.

אדרבה, איך וואלט געבעטן יעדן איינעם, אויב ער פילט אז ער האט אן עצה וואס האט אים געהאלפן, זאל ער עס מיטטיילן מיט אונז. זאלן אנדערע זעהן אז ער האט זיך געקענט העלפן אויף זיין אופן.
 ​

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ג אלול התשע"ז 16:44 #245882

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1853 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל
  • קאָרמא: 14
friend געשריבן on כ"ג אלול התשע"ז 12:22:
ווי אזוי ווייס איך קלאר פאר איך הייב עפעס אן צו טון אויב דארף איך בכלל עפעס טון למעשה בין איך אדיקטיד אדער נישט,
דעס אז איך ענפער אויף פינף  פון די 20 זאכען "יא",
מיין איך  אז מען דארף נאך נישט נעמען קיין שריט אויף למעשה
נאר מתפל זיין  מיט א עכטע רצון און א שטארקע קבלה קען בפשטות העלפען 
חוץ פון דעם האב איך פראבירט נאכצוקוקען וואס די 12 סטעפ גראפ איז און איך הייב נישט אן צו פארשטיין
אויב מיינט עס דורך גיין די 12 זאכען אויפען ליסט, איז וואס איז נאכדעם ?

לאמיר צונעמען דיין פאוסט. פון ווי ווייס איך קלאר פאר איך הייב אן עפעס צו טון אויב דארף איך בכלל עפעס טון למעשה.

פון ווען רעדסטו, ווען דו שטייסט אויף אינדערפרי ווילסטו וויסן צו דו דארפט זיך אפגיסן נעגל וואסער און אראפגיין פון בעט?
איך גלייב אז נישט פון דעם רעדסטו. אלא מאי, איך שטעל זיך פאר, פשוט צוליב דעם וואס דו געפינסט זיך דא און דו פרעגסט די פראגע דא אויף דעם סייט, אז דו האסט עפעס א פראבלעם מיט סעקס (אדער רוף עס אן קדושה, וויאזוי דו האסט בעסער ליב). 

און אויב באציסטו זיך צו דעם, דעמאלס וואס איז די פראגע. אויב טוסטו עפעס א זאך אין דעם עריע פון סעקס וואס איז נישט אויסגעהאלטן, וואס איז נישט אקעי, איז דאך פשוט אז דו דארפסט אויפהערן. און אויב האסטו מחליט געווען אז דו גייסט אויפהערן און עס גייט נישט, דארפסטו בעסער מחליט זיין. אויב האט עס נאך אלץ נישט געהאלפן, דארפסט נאכאמאל מחליט זיין. און אויב האט עס נאך אלץ נישט געהאלפן...

כאפסט שוין?

אז פלעין אפמאכן אז מען גייט מער נישט טון וואס מען טאר נישט העלפט נישט. דעמאלס ווי לאנג גייסטו בלייבן ביים מחליט זיין. ערגעץ וואו גייסטו אליינס פארשטיין אז מחליט זיין און מקבל זיין איז נישט גענוג. נאר וואס דען?

אה, מען מוז עפעס טון דערצו. שטעלט זיך די פראגע, וואס זאל מען טון? וואס איז די ריכטיגע זאך.

תירוץ: טריי אויס. קענסט אויסטרייען אויף די אייגענע האנט (אזוי ווי איך און רוב אנדערע דא האבן געטון), לערנען מוסר, ראשית חכמה, פאסטן, תהלים זאגן, צוזאגן, פארנעמען קנסות, גיין אין מקוה, קאלטע, הייסע, גלגול שלג, קברי צדיקים, שעות לאנגע דאווענען, זיך שעלטן צום טויט, זיך וועלן נעמען דאס לעבן וגו' וכו'. אפשר וועלן איינס פון די זאכן העלפן.

אדער קענסטו נעמען דא דעם מדריך וואס גייט אדורך פארשידענע עצות און מהלכים בדרך קצרה. און פאקטיש פרובירן איינס נאכ'ן אנדערן.

אבער דיין קשיא איז דאך זייער פשוט.

יעצט ווייטער, צו דו ביסט אדיקטעד אדער נישט?
האסטו זיך דאך אליינס פארענטפערט. אז אפילו אויב מען ענטפער יא אויף פינף פראגעס, מוז מען נאך גארנישט נעמען קיין שריט אויף למעשה, איז דאך ווידער גוט. פרוביר אויס די עצה וואס דו שרייבסט. מתפלל זיין מיט א עכטע רצון און א שטארקע קבלה.

אויב העלפט עס איז דאך א מחי'. קען זיין עס וועט דיר העלפן. אויב יא, לאזט אונז וויסן. יעדע זאך וואס האט געהאלפן פאר איינעם איז אינטערעסאנט פאר אונז צו וויסן. ווייל אפשר קען עס העלפן פאר א צווייטן אויך.

און לסיום, דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט וואס די צוועלף סטעפס איז. עס איז אקעי. די גרויסע מעלה מיט די צוועלעף סטעפס איז, אז מען דארף עס נישט פארשטיין. נאכמער. פארשטיין העלפט נישט. מענטשן וואס פארשטייען עס זייער גוט האבן גארנישט דערפון, אויב זיי טוען עס נישט למעשה. ווידער איך קען אסאך מענטשן וואס האבן גארנישט פארשטאנען, אבער זיי האבן געטון, און עס האט געארבעט.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ד אלול התשע"ז 13:19 #245887

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13

און לסיום, דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט וואס די צוועלף סטעפס איז. עס איז אקעי. די גרויסע מעלה מיט די צוועלעף סטעפס איז, אז מען דארף עס נישט פארשטיין. נאכמער. פארשטיין העלפט נישט. מענטשן וואס פארשטייען עס זייער גוט האבן גארנישט דערפון, אויב זיי טוען עס נישט למעשה. ווידער איך קען אסאך מענטשן וואס האבן גארנישט פארשטאנען, אבער זיי האבן געטון, און עס האט געארבעט.



 יא יא איך בין שון מסכים אז איך מיז עפעס טון מער כדי זיך ארוס צו זעהן פון די פראבלעם
אבער דעס וואס די שרייבסט אז איך זאל טון אן פארשטיין, איך פארשטיי נישט וואס די זאגס'ט

ווייל דא האסטו די רשימה און יעצט

1) מיר האבן מודה געווען אז מיר זענען מאכטלאז איבער אלקאהאל (דראגס, עקטונג-אוט אויפפירונג), און אז אינזער לעבן איז געווארן אומ-קאנטארלירבאר.
מסכים

2) מיר זענען געקומען צום גלייבונג אז א העכערע כח פון אינז קען אינז צוריק ברענגן צו ראיגקייט.
מסכים

3) מיר האבן באשלאסן אריבער צו פירן אינזער ווילן און אינזער לעבן צום אויפזיכט פון באשעפער.
מסכים

4) מיר האבן געמאכט א פארשונג און א פחד-לאזע מאראלישע אינווענטארי פון אינזער "זיך"
פארשטיי נישט

5) מיר האבן מודה געווען צום אייבערשטן, צו זיך און צו א אנדערע מענטש די פינקטליכע נאטור פון אינזער אומרעכט.
צום אייבערשטן יא, אנדערע מענטשען נאך נישט

6) מיר זענען געווען אינגאנצן גרייט אז דער אייבערשטער זאל אוועקנעמען פון אינז אלע די פעלערס פון כאראקטער.
מסכים

7) מיר האבן מיט ענווה אים געבעטן אוועק צו נעמען אינזער פעלערס.
מסכים

8) מיר האבן געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וואס מיר האבן געשעדיגט, און געווארן וויליג צו מאכן פארגיטוגונג פאר זיי אלע.

9) מיר האבן געמאכט דירעקטע פארגיטוגונג צי אזעליכע מענטשן ווי אימער מעגליך, א חוץ ווען צו טון אזוי וואלט געשעדייגט זיי אדער אנדערע.

10) מיר האבן ממשיך געווען צו נעמען פערזענליכע אינווענטארי, און ווען מיר טוען א פעלער זענען מיר דאס גלייך מודה.

11) מיר האבן געזוכט דורך תפילה און התבוננות צו פארבעסערן אונזער באוויסטזוניגע קשר מיטן באשעפער, בעטנדיג פון אים נאר צו וויסן וואס זיין רצון איז פון אינז, און די כח דאס אויסצופירן.

12) האבענדיג געהאט א רוחניות'דיגע אויפוואכונג אלס ריזאלטאט פון די סטעפס, פראבירן מיר צו טראגן די מעסיטש צו אנדערע אלקאהאליקס (אדיקטס), און צו פראקטאצירן די פרינציפען ביי אלע אינזערע ענינים.

און יעצט ?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: כ"ד אלול התשע"ז 13:26 דורך friend.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ד אלול התשע"ז 13:21 #245888

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
   

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: כ"ד אלול התשע"ז 13:24 דורך friend.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ד אלול התשע"ז 13:32 #245889

  • friend
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • כי ימינך פשוטה לקבל שבים
  • מעלדונגען: 1166
  • האט שוין געלייקט: 369 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1176 מאל
  • קאָרמא: 13
פאר געשריבן:
פאר מיר אלס אן ערליכער אינגערמאן וואס איז (געווען בשעתו) תורתו אומנתו, געהאט א געשמאק אין עבודת השם. מהדר געווען במצוות, געדאווענט מיט א געשמאק, געלערנט רוב טאג, האט נישט געמאכט קיין סענס אז איך האלט אין איין מוז"ל זיין. הוז"ל האב איך קיינמאהל נישט געוואלט. איך האב קיינמאהל נישט געוואלט קוקן אויף פרויען נישט לשם תאוה און אויך נישט שלא לשם תאוה. איך קיינמאהל נישט געוואלט קוקן אויף שמוץ אויף די אינטערנעט. פון דער אנדערע זייט וויפיל איך האב נישט געוואלט, האב איך עס אלס געטוהן נאכאמאהל און נאכאמאהל.

איינער פון די וועגן ווי איך פלעג זוכן שמוץ איז געווען דורך רופן אויף געוויסע שמוציגע טעלעפון לייןס. איך האב נישט געהאט קיין סעל. אבער פון 10ער ביז 3ער פלעגט מיין ווייב גיין ארבעטן. עס פלעגט מיר כאפן אן אטאקע און איך בין אהיים געלאפן און געמאכט די קאלס. ווען זי איז נישט געווען אינדערהיים. וויפיל איך האב נאר פראבירט דאס אפצושטעלן איז עס נישט געגאנגן. איך האב א צעטיל ווי איך האב געמאכט א קבלה אז איך גיי זיך נישט 'מייחד' זיין מיט מיין היים טעלעפון. איך האב געהאלטן אז איך טאהר נישט היות איך האלט אין איין פאלן. ווען מיין ווייב פלעגט מיר בעטן צו בעבי סיטן פלעג איך אלעמאהל אפזאגן. איך בין געווען א גוטע מענטש אין שטוב אבער בעביסיטן פלעג איך איר זאגן איז איך ווער משוגע און איך קען עס בשום אופן נישט טוהן. איך האב פארשטייט זיך נישט געזאגט פארוואס. עס האט איר געבאדערט זייער שטארק נישט קענענדיג פארשטיין פארוואס איך וויל נישט בעביסיטן. אבער דאס האט מיר נישט געהאלפן.

על כל פנים נישט אריין צו גיין אין צופיל אריכות, בין ערגעץ ווי אהנגעקומען צו מצב אז אלע מיינע עצות האבן שוין נישט געהאלפן. איז ביי מיר נולד געווארן א שטארקע איסתפקתא, בין איך א שגץ אדער איך א נפשיות'דיגע קראנקע מענטש. איך האב נישט געקענט מחליט זיין. פון איין זייט האב איך געהאלטן אז איך בין אזא שגץ שאין כמוהו. ווען מיינע באקאנטע וואלטן נאר געוואיסט..... וואלטן זיי געשפיגן אויף מיר. פון די אנדערע זייט האב איך געוויסט ווי שטארק איך וויל עס נישט טוהן און איך קען זיך פשוט נישט איינהאלטן. איך האב אפילו געהאט א סברא אז איך בין אין די מדריגה פון אונס רחמנה פטריה, ואין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו.

איך פלעג דאווענען פאר מיר ביי צוויי ברכות פון שמונה עשרה. קודם ביי השיבנו ווי איךבעט אז איך זאלזוכה זיין צו טוהן תשובה. דערנאך ביי רפאינו. א שיינע פאהר יאהר פאר איך בין געקומען אויף סייט פלעג איך ביי יעדעס שמונה עשרה ביי רפאינו געזאגט די יהי רצון, ווי איך דערמאנט מיין נאמען בן מיין מאמעס נאמען, צוזאמען מיט מיינע נאנטע וואס זענען פיזיש געווען קראנק. (דאס טוה איך נאך עד היום).

עס מיר נישט קיין חילוק צו איך בין יא אן עדיקט צו נישט. דאס ווייס איך קלאהר ביי מיר אז סאמטינג איז ראנג. לגבי דער נושא פון סעקס, איז מיין סיסטעם פארדרייט. די אלע עצות וואס איך גלייב העלפן פאר אלגעמיינע מענטשן האט פאר מיר נישט געהאלפן. מיינע תפילות ובכיות, מיינע תשובות, מיינע לימוד ספרי מוסר וחסידות, מיינע שעות רציפות, מיינע אויסזאגן תהילים (ב"ה איך האב נאך היינט א געשמאק עס צו טוהן), מיינע קנסות פון תענתים אדער צדקה, מיינע גדרים וסייגים, מיינע עצות וואס איך האב מקבל געווען פון חשובע אידן, דאס אלעס ועוד, האט מיר גארנישט געהאלפן. גארנישט? נישט ממש, עס האט געהאלפן פאר צווישן צוויי טעג און צוויי וואכן. דאס איז אהנגעגאנגן פאר גאנצע זיבעצין יאהר!!! 
 ​




אויב איך בין אזוי מיינט אז איך בין אדיקט ?

מען דארף זיין גוט צו יעדעם אבער נישט מיט יעדעם

לעצט פארראכטן: כ"ו אלול התשע"ז 12:48 דורך friend.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ו אלול התשע"ז 12:37 #245893

  • ערל שפתים
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 2
כמעט קיינער קען נישט אזוי גוט ענטפערן די שאלה ווי דו אליין'ס

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ו אלול התשע"ז 12:39 #245894

  • ערל שפתים
  • OFFLINE
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 257
  • האט שוין געלייקט: 3 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל
  • קאָרמא: 2
friend געשריבן on כ"ד אלול התשע"ז 13:19:


און לסיום, דו זאגסט אז דו פארשטייסט נישט וואס די צוועלף סטעפס איז. עס איז אקעי. די גרויסע מעלה מיט די צוועלעף סטעפס איז, אז מען דארף עס נישט פארשטיין. נאכמער. פארשטיין העלפט נישט. מענטשן וואס פארשטייען עס זייער גוט האבן גארנישט דערפון, אויב זיי טוען עס נישט למעשה. ווידער איך קען אסאך מענטשן וואס האבן גארנישט פארשטאנען, אבער זיי האבן געטון, און עס האט געארבעט.



 יא יא איך בין שון מסכים אז איך מיז עפעס טון מער כדי זיך ארוס צו זעהן פון די פראבלעם
אבער דעס וואס די שרייבסט אז איך זאל טון אן פארשטיין, איך פארשטיי נישט וואס די זאגס'ט

ווייל דא האסטו די רשימה און יעצט

1) מיר האבן מודה געווען אז מיר זענען מאכטלאז איבער אלקאהאל (דראגס, עקטונג-אוט אויפפירונג), און אז אינזער לעבן איז געווארן אומ-קאנטארלירבאר.
מסכים

2) מיר זענען געקומען צום גלייבונג אז א העכערע כח פון אינז קען אינז צוריק ברענגן צו ראיגקייט.
מסכים

3) מיר האבן באשלאסן אריבער צו פירן אינזער ווילן און אינזער לעבן צום אויפזיכט פון באשעפער.
מסכים

4) מיר האבן געמאכט א פארשונג און א פחד-לאזע מאראלישע אינווענטארי פון אינזער "זיך"
פארשטיי נישט

5) מיר האבן מודה געווען צום אייבערשטן, צו זיך און צו א אנדערע מענטש די פינקטליכע נאטור פון אינזער אומרעכט.
צום אייבערשטן יא, אנדערע מענטשען נאך נישט

6) מיר זענען געווען אינגאנצן גרייט אז דער אייבערשטער זאל אוועקנעמען פון אינז אלע די פעלערס פון כאראקטער.
מסכים

7) מיר האבן מיט ענווה אים געבעטן אוועק צו נעמען אינזער פעלערס.
מסכים

8) מיר האבן געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן וואס מיר האבן געשעדיגט, און געווארן וויליג צו מאכן פארגיטוגונג פאר זיי אלע.

9) מיר האבן געמאכט דירעקטע פארגיטוגונג צי אזעליכע מענטשן ווי אימער מעגליך, א חוץ ווען צו טון אזוי וואלט געשעדייגט זיי אדער אנדערע.

10) מיר האבן ממשיך געווען צו נעמען פערזענליכע אינווענטארי, און ווען מיר טוען א פעלער זענען מיר דאס גלייך מודה.

11) מיר האבן געזוכט דורך תפילה און התבוננות צו פארבעסערן אונזער באוויסטזוניגע קשר מיטן באשעפער, בעטנדיג פון אים נאר צו וויסן וואס זיין רצון איז פון אינז, און די כח דאס אויסצופירן.

12) האבענדיג געהאט א רוחניות'דיגע אויפוואכונג אלס ריזאלטאט פון די סטעפס, פראבירן מיר צו טראגן די מעסיטש צו אנדערע אלקאהאליקס (אדיקטס), און צו פראקטאצירן די פרינציפען ביי אלע אינזערע ענינים.

און יעצט ?


דאס איז דאמירן בעלמא, ווען מ'לייענט עס כאפט מען אפילו נישט וואס ס'ליגט אין דעם
דאס איז א ארבעט פארן לעבן, וואס מ'קען נישט טוהן אליין'ס נאר בחבורה, און מ'דארף צוקומען צו אנדערע מענטשן, סיי א ספאנסאר און סיי אנדערע מענטשן, וואס בדרך כלל אין אונזער עדיקשען, איז נישט שייך צו ארבעטן דעי פראגרעם נאר מיט נאך מענטשן וואס האבן דעי עדיקשען

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ו אלול התשע"ז 16:53 #245896

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23

פריענד טייערע שיחי'

לאמיר אהנהייבן מיט די ערשטע סטעפ:

מיר האבן מודה געווען אז מיר זענען מאכטלאז איבער אלקאהאל (דראגס, עקטונג-אוט אויפפירונג), און אז אינזער לעבן איז געווארן אומ-קאנטארלירבאר.

עס איז דא צו דעם צוויי טיילן. איינס, אז איך בין מאכטלאז איבער סעקס און לאסט. דאס הייסט עס איז דא מענטשן וואס קענען (לייען קענען- נישט מעגן) הנאה האבן פון סעקס און לאסט. דאס הייסט ווען זיי ווילן און אויב סיי ווילן ווען זיי עקטן אויט. אבער אויב זיי ווילן נישט קענען זיי זיך איינהאלטן. זיי קענען עס קאנטראלירן. דהיינו זיי קענען מחליט זיין אז איך קוק נאר דא אדער טוה נאר דאס, פאר כך וכך צייט, כך וכך פעמים. זיי וועלן קיינמאהל נישט טוהן וואס זיי ווילן נישט. אבער עס איז דא מענטשן וואס האבן נישט קיין שום קאנטראל אויף דעם. נישט ווען און נישט וויפיל און נישט וואסארע הנאה. דאס איז חלק א'.

צווייטע טייל אז עס מאכט אונזער לעבן אומקאנטראלבאר. דאס הייסט עס איז דא זאכן וואס מיר זענען געצווינגן צו טוהן. למשל עסן. אבער אונזער לעבן גייט אהן גאנץ רואיג. מיר געבן זיך אן עצה צו עסן לויט וויפיל מיר דארפן. לעומת זה איז דא מענטשן וואס ווערן משוגע ווען עס קומט צו סעקס. דהיינו למשל זיי וועלן נישט טוהן זייער ארבעט, נישט אהנקומען צו א פלאץ אויף די באשטימטע צייט, נאר צוליב זיי זענען געווען 'זייער ביזי' וואטשן און קוקן שמוץ. דאס קען פאר טייל מאכן זייער לעבן אומקאנטראלבאר. עס איז דא שווערע משלים. ווי איז אז איינער לעבט אין א סוד פון זיין ווייב אויף די זאכן וואס ער טוהט, ווען זי וועט אים כאפן וועט די בזיונות זיין געפערליך, בנוסף צו די פשוטע צער בגידה וואס מען פאראורזאכט. עס איז דא אזעלכע וואס האבן נישט קיין צייט צו עסן אדער ארבעטן אדער טוהן וויכטיגע זאכן, ווייל זיי זענען זייער ביזי מיט זייער שמוץ וואס זיי זוכן.

יעצט, רוב עדיקטס בתחילת נסיעתם וועלן טרעפן אלע מיני תירוצים פארוואס זייער מצב איז נישט אזוי געפערליך. און אויף דעם העלפט אז מען טוהט די סטעפ מיט א צווייטע, ווי למשל א ספאנסאר וכדומה, וואס ער וועט העלפן אלס חבר דיר מגלה זיין דיין אמת און זיין גרייט מודה צו זיין.

אויב די ערשטע סטעפ איז נישט געמאכט געווארן גרונטלעך, איז א שאד צו גייט צו די צווייטע סטעפ. ווייל די ארבעט פון די איבעריגע עלעף סטעפס איז על פי רוב עבודות קשות וואס מען איז נאר גרייט צו טוהן נאכדעם וואס מען באמת אנערקענט די מאכטלאזיגקייט און די אונקענטראליזם וואס גייט פאר אין מיין לעבן.

איבעריג צו קאמענטירן אז איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל. און עס פאדערט אסאך מעהר אויסקלארן פאר מען גייט ווייטער פון די ערשטע סטעפ.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? ט"ז סיון התשע"ח 15:38 #249075

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 36 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1042
  • האט שוין געלייקט: 4430 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1581 מאל
  • קאָרמא: 23

מען האט אהנגעהויבן דעם נושא אין עס איז געבליבן הענגן אין די לופט. ונראה לי אז עס וואלט געווען כדאי עס ארויף צו ברענגן, בכדי אז עס זאל ווערן א נושא בין החברים.
געגאנגען....

ענטפער: בין איך אן אדיקט? ט"ז סיון התשע"ח 18:23 #249080

  • גבאי
  • איצטיגע שטרעקע: 1853 טעג
  • יעצט אנליין
  • שר חמישים ומאתים
  • מעלדונגען: 426
  • האט שוין געלייקט: 889 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 746 מאל
  • קאָרמא: 14

עס איז מיר שווער יעצט אדורכצולייענען דעם גאנצן אשכול, אדרבא, זאל איינער עפעס אנפרעגן אדער ארויפשטעלן א גאנג, א געדאנק און מיר וועלן בעז"ה רעאגירן.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ה חשון התשפ"א 15:40 #269171

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 3

קען אפשר איינער ארויף קומען קלאר מאכן די נושא פון אדיקט ווי אזוי קען איך וויסן אויב איך בין אין וואס איז טאקע א אדיקט 
עס וועט זיין א גערויסע טובה פאר אסאך חבירים דא 
פין ענקער פריינד: שיע

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ו חשון התשפ"א 03:29 #269174

  • נטע׳לע
  • איצטיגע שטרעקע: 880 טעג
  • OFFLINE
  • שר האלף
  • מעלדונגען: 1417
  • האט שוין געלייקט: 2121 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2121 מאל
  • קאָרמא: 15
שיע געשריבן on כ"ה חשון התשפ"א 15:40:

קען אפשר איינער ארויף קומען קלאר מאכן די נושא פון אדיקט ווי אזוי קען איך וויסן אויב איך בין אין וואס איז טאקע א אדיקט 
עס וועט זיין א גערויסע טובה פאר אסאך חבירים דא 
פין ענקער פריינד: שיע


נאכן שרייבן לייג איך צו אז דאס איז געשריבן געווארן אלץ א דאנק צום אייבירשטן פארן מיר האלטן סאבער פאר 870 טעג איין טאג אויפאמאל, און לכ׳ דער שואל אונזער חבר שיע וואס גייט יעצט אפצייכענען 30 טעג! כה לחי שיע מיט אלע חבירים!!!
_____
איך וויל טרייען אפאר מינוט צו אראפ לייגן וויאזוי איך קוק עס אן, און שערן מיין אייגענע עקספיריענטס אין ריקאווערי.

איך האב מיך קיינמאל נישט אנגעקוקט ווי איינער וואס ספעלט עפעס,יא, כ׳האב גע׳עקט אוט, יא, כהאב געטון זאכן וואס איך וויל נישט.
אבער דאס איז דאך דער עבודה פון א יוד וואס מיט דעם בינעך ערצויגן געווארן.
און דאס האבעך געטון, כהאב תשובה געטון מיט אן אמת, כהאב צוגעזאגט כהאב געזאגט תהילים און געלערנט רצופות. אבער כהאב נישט געקענט סטאפן, בעסער געזאגט יא געקענט סטאפן אבער נישט געקענט בלייבן געסטאפט.

כהאב נישט געזען ווי דאס מאכט חרוב מיין לעבן, מיין מערידש, מיין שטוב, מיינע קינדער, מיין דשאב, און דער עיקר שטייצעך מיין רילעישן שיפ מיט מיך אליינס און מיטן אייבירשטן.
פארקערט כהאב מיר אייביג אנגעקוקט ווי איך האב די בעסטע מערידש בעסטע דשאב בעסטע טאטע בעסטע מאן, ווי איינער וואס האצעך ארויס און א נאנטע קשר מיטן אייבירשטן.
כהאב באמת אזוי געהאלטן, און ווען איינער קומט מיר ווען  דעמאלטס זאגן דאס איך ווייס און זע היינט וואלט איך אים אנגעקט ווי פונעם מארס. #גרויס_דינייעל... וואס קען מען דען ערווארטן פון איינעם וואס לעבט און אטעמט לאסט... (אפי׳ און די סאבער טעג...)

דער אייבישטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיר פלעין ארויף געברענגט דעם סייט מיט איינע פון מיינע שמוציגע סערטשעס. כהאב מיר איינגעשריבן און גאט האלט מיך סאבער זייט דעמאלטס שלא כדרך הטבע.

מיט מיין סאברייעטי ווען מיין מח האצעך אנגעהויבן צו אויסניכטערן פון מיין שיכרות, און שפעטער מיט מיין רעדן צו חבירים וואס זענען סאבער און אין ריקאווערי, האבעך מיך אביסל געקענט אנקוקן מיט אן אמת׳דיקייט, און אביסל ארויס קריכן פון מיין דינייעל און זען מיין מצב ווי איך שטיי אויף דער וועלט, זען אויף וועכע פעטה איך גיי. און ווי אויך אנגעהויבן צו עפרישיעיטן מיין סאברייעטי ווי א גיפט וואס ״איך״ וויל נישט פארלירן ווייל מיין לעבן איז (אביסל) חרוב ווען איך בין לאסטפול.

סאיז מיר קלאר געווארן אז איך קען נישט זאגן ניין ווען איך האב אן ערדש, איך בין געקומען צו א פארשטאנד אז איך בין כח׳לאז מאכטלאז קעגן דעם לאסט אטעק. און ווי אויך בינעך צוגעקומען צו א פארשטאנד אז איך וויל נישט צוריק גיין אהין.

איך בין אנגעקומען צו א מצב אז איך בין געווען רעדי צו טון זאכן אפי׳ סאיז שווער ווייל דאס וועט מיר מעגליך העלפן בלייבן סאבער.

און אזוי בינעך אנגעקומען צו עס עי ווי איך גיי צו מיטינגס און ארבייט די סטעפס און מיין לעבן איז אינגאנצן געטוישט מיט די גרויסקייט פונעם אייבירשטן וואס דאס קען מען מער זען אין מיינע אנדערע שטיקלעך וואס איז שוין געשריבן צוזייט און צושפרייט דא אינעם סייט.

____

ווער האט מיר געזאגט אז איך בין אן עדיקט? איך אליינס, ווען איך האב מיר געקענט אנקוקען אביסל מיט א ניכטערן בליק ארויס פון מיין דינייעל ( געווען 3-4-5 חדשים אין סאברייעטי. איך בין אריין אין עס עי ווען איך בין געווען כמעט 6 חדשים סאבער, אבער כהאב געוויסט אז איך גיי עס נישט קענען האלטן אליינס אן קיין ריקאווערי) און זעןן און אנערקענען מיין פאועלעסנעס איז מיר קלאר געווארן אז איך בין נעבעך נישט געזינט
“We are sick not Eval”
און ווי אויך האבעך אנערקענט מיין אנמענעדשעביליטי וואס עס טוט מיט מיר און מיט מיין לעבן. אז כהאב געקענט באשלוסן אז אזוי וויל איך נישט לעבן!

יעצט ווי מער איך לעב אין ריקאוורי און ווי מער איך בין סאבער ווי מער איך ארבייט סטעפס און גיי צו מיטינגס און ווי מער איך רעדט מיט אנדערע מעמבערס וואס זענען סאבער פאר לאנגע יארן, אלץ מער ווערט מיר מער און מער גרינגער ארויס צו גיין פון מיין דינייעל און זיך קענען אנקוקן מיט אן אמת׳דיקייט, און סווערט מיר מער און מער אפן מיין פאוערלעסנעס און מיין חורבן וואס דאס האט געטון צו מיר מיט מיינע נאנטסטע, און מער און מער בינעך רעדי צו טון אלעס אויף דער וועלט צו בלייבן פאר היינט סאבער נישט קיין חילוק ווי סשווער סאיז, ווייל סאיז נאך אסאך גרינגער און זיסער קעגן די פעין און מיזורי וואס מיין עקטיוו עדיקשן קען מיט מיר טון און האט געטון מיט מיר.

___
יעצט צוריק צו דיין שאלה וואס דו טייערער שיע מיט אלע אנדערע וואס האבן די שאלה, איז דא אן עצה פון מאכן א סטעפ 1, שרייב אראפ דיין סטארי שרייב אראפ דיינע שוועריקייטן טריי די מערסטע ארויס צו גיין פון דינייעל און זיך קענען אנקוקן מיט אן אמת׳דיקייט, שרייב אראפ ווי דאס אפעקטעד דיין לעבן, וויאזוי ביסטו נאכדעם צו דיין ווייב און צו דיינע קינדער, וויאזוי פילסטו נאכדעם, וויפיל שעים און פעין ליגן דארט, וויפיל יאוש געפילן האסטו, און אזוי ווייטער און ווייטער. - אן א סייד נאוט, איינער האט אמאל געזאגט זייער א טיף ווארט וויאזוי מקען ארויס גיין פון דינייעל ווען דאס בייעס צו זיך איז ריזיג, קוק עס אן ווי דו ליינסט די סטארי פון דיין טאכטערס מאן (איידעם) וואס וואלסטו געטראכט און געטון?!?! -

מיטן דאס טון וועסטו מיטן באשעפערס הילף זייער מעגליך צוקומען צו א גרעסערע און טיפערע קלארקייט ווי דו האלטסט אויף דער וועלט.

___
​אסאך האבן מורא פון דעם לעבל עדיקט...!
כהאב נישט יעצט קיין געדילד צו שרייבן דערפון צו לאנג כהאב מיך שוין גענוג דא צופירט מיינע פינגערס... אבער אז דו וועסט רעדן צו איינעם וואס איז היינט אין ריקאווערי אדער ליינען פון דא אויפן פארום פון חברים וואס זענען אין ריקאווערי סאבער, וועסטו זען די לעכטיקייט די רואיקייט וואס זיי האבן דורכן אנערקענען און נעמען אויף זיך דעם לעבל פון עדיקט! און איך פיל עס ביי מיר אויך זייער שטארק.

____
א גרויסן שכח פארן מיר געבן דעם אפערטוניטי פון זיך דא אביסל צושרייבן סהעלפט מיר עס געדענקען.
כהאף אז סאיז דא וואס ארויס צו נעמען דערפון, פאר מיר האטעס זיכער געהאלפן.

איך האב היינט אביסל וויניגער עקסעס צו דעם סייט, אבער אייביג ווייטער דא צו העלפן מיט וואס איך קען מיין טעקסט נאמבער מיט מיין הענגאוטס איז אפן אייביג פאר יעדער וואס פילט אז איך קען העלפן.

הצלחה רבה!
באהבה
נטע׳לע

מיין אימעיל אדער הענגאוטס (בעסער הענגאוטס) איז אייביג אפן צו העלפן מיט וואס איך קען, צו  This e-mail address is being protected from spambots, you need JavaScript enabled to view it

מיין פאון נאמבער צו טעקסטן איז +1 (802) 359-7167 (בעסטע אפשען)

איך וועל פרובירן און מיך פרייען צו העלפן.

נטע׳לע

ניגון; דו ביסט א גוטער מענטש

לעצט פארראכטן: כ"ו חשון התשפ"א 10:05 דורך נטע׳לע.

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ו חשון התשפ"א 12:16 #269182

  • שיע
  • איצטיגע שטרעקע: 44 טעג
  • OFFLINE
  • שר העשרים
  • מעלדונגען: 28
  • האט שוין געלייקט: 12 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
  • קאָרמא: 3

נטע'לע שכח ביסט מוירעדיג אין שכח באזינדער פאר די חיזיק "אפ' מיר שמעקט עס אמאל"
זייער פיין ארויסגעברענגט וואס די האלסט איז  א אדיקט איך האף איך האב עס גוט פארשטאנען {אויב נישט זאל מען מיר פארעכטן} אז אויב קענסטו נישט זאגן ניין מיינט די ביסט נישט אין קאנטראל פין דיר אליין אין אז די ביסט א אדיקט
שכח נאכאמאל נטע'לע אין מזל טוב פאר דיינע 870 סאבער טעג 
פין דיין פריינד: שיע

ענטפער: בין איך אן אדיקט? כ"ט חשון התשפ"א 00:30 #269206

  • אשרי זקנותינו
  • איצטיגע שטרעקע: 178 טעג
  • OFFLINE
  • שר המאה
  • מעלדונגען: 225
  • האט שוין געלייקט: 478 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל
  • קאָרמא: 6

לכבוד הרב שיע
אויב איך מעג דיר צירוק פרעגן ווי איז א נ''מ צי מען איז א עדיקט אדער נישט?די פראגע איז צי מען וויל זיין ריקאווערט אדער נישט. 

  • בלאט:
  • 1
אחראים: GYE YIDDISH
צייט צו מאכן א בלאט: 2.11 סעקונדעס

COM_KUNENA_ARE_YOU_SURE

יא