ברוכים הבאים, גאסט

טעמע: דרך ממוצע דערציילט........ 7977 באזוכער

דרך ממוצע דערציילט........ כ"ג תמוז התשע"ה 13:27 #241269

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
איך האף בקרוב אנציהייבן מיין טרעיד.............

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ג תמוז התשע"ה 17:07 #241274

  • בא לטהר
  • איצטיגע שטרעקע: 1117 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 337
  • האט שוין געלייקט: 67 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל
און מיר ווארטן

יהא בואך לברכה

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ג תמוז התשע"ה 17:20 #241276

  • GYE YIDDISH
  • OFFLINE
  • אדמיניסטראטאר
  • אדמיניסטראטאר
  • מעלדונגען: 1517
  • האט שוין געלייקט: 256 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 71 מאל
מיר אלע קוקן ארויס מיט ליבשאפט צו הערן דיין מיטמאכענישן און איבערלעבענישן!

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ד תמוז התשע"ה 15:27 #241279

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
שכח דיר דרך ממוצע, א גוטע וואך.
ס'איז פאר אונז א חשיבות האבן אזא טייערע געשמאקע יונגערמאן ביי אונז אין קהילה.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ה תמוז התשע"ה 03:27 #241283

  • חיימקה
  • איצטיגע שטרעקע: 89 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
מיר ווארטען מיט נייגער .........
לעצט פארראכטן: כ"ה תמוז התשע"ה 03:28 דורך חיימקה.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 10:29 #241304

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
ברך הבא רבי דרך ממוצע...
אז מ'גייט בדרך הממוצע, איז מען אהוב לשמים ואהוב לבריות....
ב"ה אז מ'זע'ען מיר זיך דא!!
דערצייל אביסל דיין היסטאריע... וואס איז אלץ אדורך אויף דיר, און וואס די טוסט פאר ריקאווערי, אדער וועלן מיר זיך לערנען עפעס פון דיר, אדער וועסטו עפעס לערנען פון אונז

איש את רעהו יעזורו, ולאחיו יאמר חזק!!!

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 15:46 #241311

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
בס"ד וועל איך ארופ לייגן מיין לעבן'ס בייגראפיע, איך בעט דער אייבישטער זאל אריין לייגן די ווערטער, עס זאל ארויס קימען א קידוש השם כדי עס זאל קענען זיין א הילף פאר מיר און פאר מיינע טייערע חברים.

איך בין געווארן אויפגעצויגן צי עלטערן וואס האבן ביטער שווער געארבייט מבוקר עד ערב, קוים געהאט צייט פאר זיך, אנגעצויגן און אפגעמיטשעט, במילא האב איך קוים באקימען ווארעמקייט, מען האט נישט געהאט קיין געדולד צי מיר, דע איינציגסטע זאך וואס איך האב שטענדיג געהערט איז געווען מוסר און קריטיג, זעלטן באקימען א קאמפלימענט, אויב שוין יא איז עס אויך געווען אויסגעמישט מיט קריטיג א שטייגער ווי: די זעסט דרך'ל די קענסטיך יא.

איך געדענק נישט אין מיין לעבן איך זאל האבן געשפילט א שפיל מיט מיינע עלטערן אדער סתם פארברענגט א שטייגער ווי עלטערן טשאשקענען זיך מיט א קינד.

אזוי אויך האב איך קיינמאל נישט געטארט רעדן אדער דערציילן עפעס פון אינדערהיים, ווען איך האב נאר וואס עפעס פארציילט האב איך באקימען אזא באגראב מיט א אויסרייד: וואס מען זאגט נישט האט מען נישט חרטה, אויב האב איך געפרעגט קשיות, איז געווען דע באגראב: שוין ווידער מיט דיינע קשיות.

איך קים פון אזוי געריפענע בעל'בתישע משפחה, שיינע קליידונג מיט טייערע מעבל מיט אויפגעריסענע שמחות וואס האט געברויכט קלאפן אויפן שענסטען און בעסטן פארנעם, מען האט כסדר געברויכט זאגן ליגנט צי פארדעקן איעדע אדורכפאל און פארשטייט זיך אז איעדער איז געווען שילדיג, אלץ איז געווען א אנגעצויגנקייט ווייל אלעס האט געברויכט קלאפן און מען האט געברויכט האלטן חשבון אויף די ליגענטס.

שטענדיג איז מען געווען פארנימען זיך צי רימען און מען האט שטענדיג ארויס געקיקט וואס די ארימיגע וועלן קאמענטירען, דאס איז געווען דע איינציגסטע חיות.

די אלע און קורצן אויבן דערמאנטע זאכן האט פון מיר אוועק גענימען איעדע מאס זעלבסט ווירדע, איך האב זיך קיינמאל נישט געקענט אויפהייבן און אנעמען פאר מיין כבוד, מען האט געקענט נעמן פון מיר עדווענטיזש צי די פילסטע עקסטענד, מען האט מיך כסדר גערודפ'ט און אנשטאט מיר צי העלפן און מיט שפירען מיט מיר, האט מען מיך געזאגט: מאך דיך נישט וויסענדיג, איך האב שטענדיג געזיכט אויפמערקזאמקייט, אז איך האב עס נישט באקימען מיט שיינעם האב איך עס גענימען מיט בייזעם, איך האב זיך געברויכט נעריש מאכן, וואס דאס אליין האט געברענגט א גלגל החוזר פון רדיפות, איך בין געווארן אזוי סענסיטיוו מען האט מיך גארנישט געקענט זאגן, איעדער וואס האט מיך מוסר געזאגט איז געווארן מיין גרעסטע שונא.

דאס אלעס האט געשאפען א ריזיגע חלל אין מיין נפש און איך האב דאס געברויכט אנפילען


ביז........ דע ביטערע ביז איז אנגעקימען..........
ווען איך בין געווען א בחור פון 15 יאר אלט האט מיך א חבר אריין געשלעפט אין די מים הזידונים פון הוז"ל, איך בין געווארן אזוי ציגעקלעבט דערצי אז דע האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן, דאס איז געווען א נייע דראג וואס האט געהאלטן מיין חיות פארן טאג, א גאנצן טאג האט איך קוים געווארט דע טאג זאל זיך ענדיגן צי קענען מוז"ל זיין, אפילו מוצאי יו"כ, עס איז נישט צים באשרייבן וואס פאר א מין ריזיקאלישע שריט איך האב גענימען צי קענען זינדיגן, לדוגמה אויף א דאך פון א בנין אן א גדר.

נאך א יאר צייט האב איך שוין ענדליך איינגעזעהן אז עס ברויך נעמען א עק, מיט דע הילף פון א אנדערע בחור וואס האט מיך אנגעשדכנ'ט צי א מנהל פון א ישיבה וואס האט פארשטאנען צי די ענינים, מיר האבן אפגעשמיעסט א צייט ווען צי גיין.

והנה דע טאג איז אנגעקימען איך הייב אן ארויס צי שפרייזן מיינע פיס טריט צים טיר, געט מיך מיין ראש ישיבה א פרעג לאן אתה הולך? איך נאאיווער בחור ווייסט נישט פון קיין מעשיות געב איהם א זאג ברחל בתך הקטנה דער גאנצער ענין וואס עס טוט זיך אלץ אפ אינטער זיינע קוליסן, ער האט געמיינט אז ער פאלט צוזאם...... נישט וועלנדיג ליידן מער בושות האט ער מיך נישט געלאזט גיין צי איהם ווארענדיג איך זאל נישט רעדן צי די פאר בחורים, דע קימענדיגע געלעגנהייט האט ער געהאלטן א פלאם פייערדיגע דרשה און געווארנט בכל לשונות של אזהרה בחומר הענין און עס איז געווארן אביסעל רואיגער דע ענין.

דע זמן האט זיך גענדיגט און דע ראש ישיבה האט מיך געוויזן דע טיר ארויס מיט זיין געשליפען צינגעל אז אזוי ווי איך באלאנג צי א געוויסע חסידות וואס איך וועל עווענטועל גיין אין זייער ישיבה גדולה איז בעסער איך זאל אנהייבן א זמן פריער אין איינע פון זייערע קלענערע סניפים איך זאל מיך קענען גרינגער איינגלידערען אין די גרויסע ישיבה, לאמת לאמיתו ווייס איך אז ער האט געוואלט פשוט לויז ווערן פון די צרה.

טוישנדיג די ישיבה האט זיך גארנישט געטוישט עס איז נאר אינטערגעקימען נייע בחורים און מיין קראנקייט איז פשוט געווארן שטערקער.

יענע תקיפה האב איך אנגעהויבן צי שרייבן א שטיקעל טאג ביך נישט קיין גרויסע זאכן און אויך נישט פון די ענינים און איך האב פארטרויערט אן איינגעשטעלטן דערמיט, איך האב פשוט געזיכט ליעבשאפט און אויפמערקזאמקייט און דער גרויסער חמור (כבודו במקומו מונח) האט עס איבערגעגעבן פארן מנהל און דער מנהל אנשטאט צי זיין אחריות'דיג און האנדלען דערמיט ווי א בעל מחנך האט עס פשוט און פראסט איבערגעגעבן פאר מיינע עלטערן, איך קים אהיים פון ישיבה מיינע עלטערן האבן קוים געווארט אויף א געלעגנהייט עס פארציווארפן פאר מיר און מיט עפעס א קלייניגקייט וואס איך האב זיי אויפגערעגט האט מען אנגעהויבן פארציליינען מיין טאג ביך.........

מיין מאמע האט שוין איינגעזעהן אז דער בחור'ל טויג עפעס נישט, ער פירט זיך אויף מוראדיג קינדיש וכו' וכו', האט זי מיך געטראגן צי א בכלומרשט'ן מומחה פון א אנדערע שטאט, צי איינעם אין זיין דיינונג רום, וואס האט מיך אויסגעפרעגט מיין לעבן, איך האב נישט ציפיל גערעדט (וואס ווייניגער אלץ בעסער) ער האט מיך געפרעגט צי מיין טאטע שפילט מיט מיר, ער האט מיך געפרעגט צי איך מיטשע מיך אין די ענינים און דארט האט זיך עס מער ווייניגער גענדיגט דע שמועס, ער האט מיך געגעבן זיין טעלעפאן נאמבער איך זאל איהם ריפן ווען איך וויל, ארויס גייענדיג ווינקט ער פאר מיין מאמע אז מיר וועלן שוין רעדן שפעטער, איך כאפ נאך אלץ נישט עד היום וואס מען האט געברויכט דארט אויפטהון.

דע זימער זמן איז אדורך און מען גרייט זיך צים נייעם זמן צי גיין צי די גרויסע ישיבה און מיין מאמע האט מיך געגעבן הדרכה אז די זאלסט וויסן עס איז דא בחורים וואס זענען חזירים און זיי האבן ליעב צי טאפן ביי יענעם זאלסטיך היטן פון זיי בלא בלא בלא בלא, איך טראכט צי מיר זאל איך לאכן אדער וויינען?

ענדליך מען איז אנגעקימען אין די גרויסע ישיבה, א נייע זמן א נייע התחלה, א פרישקייט, מען גייט זיך נעמען אין די האנט אריין, סוכ"ס איז די סיבה פארן גיין אין ישיבה כדי א חתן צי ווערן........., איך האב נישט געהאט קיין שום שאיפות צי מסיים זיין אדער עפעס א ענין אדורך צי קנאקען, סתם בבוקר אומר מי יתן ערב, איינגעהאלטן די זמנים מער ווייניגער און פארטיג.

אזוי ווי דע כלל לויטעט אין חסידות כבתחלתו האט דע דראג אנגעהויבן מאנען, פאר עפעס א סיבה פארשטייען זיך אייביג בחורים אויפן ווינק, זייענדיג אין א גרויסע ישיבה איז עס ווי מען זאל מיך האבן אריין געלייגט און מיטן מארק ציווישן זונות, מען האט מיך אפילו אפיר גענימען אבער עס האט נישט פאר לאנג געהאלפן.

איך האב דעמאלסט באקימען אסאך ערגערע השגות, שמוציגע ווידיאוס, בחורים פון עלטערע יארגענג וכו' וכו', איעדע נאכט האב איך מיך ארים געדרייט, פון צייט צו צייט אוועקגעפארן מיט א בחור אדער אינגערמאן צי זינדיגען, געשלאפן בין איך מער ווייניגער אדורכ'ן טאג, איך בין ניטאמאל געווען בסדר בהמה.


אזוי איז אדורך דע ימי הבחרות, מיט ירידות און נפילות וואס וויפיל איך האב זיך פריבירט צאם צינעמען האט עס נישט לאנג אנגעהאלטן.

ווי אנגעהויבן האב איך נישט געהאט קיין עלטערן צי וועם זיך צי אויס צו רעדן זיך אויסשמועסן, איך האב געהאט א משגיח וואס האט יא מיך היבש מקרב געווען און מיך גראדע נישט פאראטען אבער ער האט באמת נישט געוויסט וויאזוי צי האנדלען.

ביי די 19 1/2 איז ענדליך אנגעקימען מיין (אומ)גליקליכע טאג וואס איך בין א חתן געווארן מיט א אשה כשירה וצניעה באמת א יקר המציעות (עד היום ווייס איך נישט פארוואס איך האב אזאנס זוכה געווען). איך בין געווען זיכער אז דא ענדיגט זיך פרשת דרך ממוצע ומוז"ל!!!
א נעכטיגן טאג..........

נאך א קורצע הפסקה איז מפטירין כדאתמול, אלעס איז געהעריג ווייטער אנגעגאנגן, ביז דע זמן האט זיך שוין ענדליך גענדיגט, איך האב שוין נישט געהאט וואס צוריק צי גיין אין ישיבה ווייל איך גיי דיך שוין במילא חתונה האבן דע קימענדיגע זמן.

אנשטאט זיך צי גרייטען צי חתונה ווי עס ברויך צי זיין, בין איך געקראכן אויף די גראדע ווענט, איך האב אפילו פריבירט צי זיכן איינער זאל מיך געבן הדרכה אד"ג, מיינע עלטערן זענען נישט געווען צים געפינען, מיין טאטע איז נאר געווען פארנימען ווי וויכטיג צי קענען דע הלכות, מיין מאמע איז געווען פארנימען מיט מתנות און באקימען דע קאמפלימענטען און פארטיג, כסדר איז מען געווען פארנימען ווי נישט בעל'בעתיש דע מחותנים זענען.

און דע זעלבע צייט האב איך ווייטער געהאט שייכות מיט אינגעלייט וואס איך האב געהאט מיט זיי אין ישיבה און ממשיך געווען דע השחתה, ביז עס איז געקימען 40 טאג פאר יום החופה האב איך געטראכט רבי אלימלך זי"ע זאגט דיך 40 טאג דויערט צי טוישן א מידה, במילא וועל איך פריבירען כאטשיק 40 טאג זיך איינציהאלטן, למעשה האב איך געהאט דע כוחות פאר אפשר 4 וואכן.

וואונענדיג נישט און דע זעלבע שטאט ווי מיין כלה, זעמיר געפארן אינגאנצען "איין טאג" פאר מיין חתונה צי מיין נייע שטאט, מען איז אנגעקימען 12 באנאכט אנגעצויגן נאך א לאנגע וועג.
יום החופה האב איך מתפלל געווען און געוויינט און תשובה געטוהן, מיינע עלטערן זענען געקימען צי מיין דירה מיך אפנעמען צי דע חתונה זאל, זייענדיג פרעמד אין מיין שטאט האבן זיי געזיכט מיין דירה, ענדליך האבן זיי געטראפן מיין דירה, גערעגטערהייט קימען זיי אריין, און פרעגן מיך, דאס איז דע דירה ווי די גייסט וואוינען? אנשטאט'ס מען זאל קימען בשמחה טראגן א קינד אינטער דע חופה געט מען נאך צי א זויער טעם וויאזוי אנציהייבן דאס לעבן, ענדליך האב איך געבראכן דע אייז און געבעטן מען זאל מיך בענטשען.

והיא בישורין מלך בהתאסף ראשי עם...........
סימן טוב עס איז א געלונגען שידוך מזל טוב עס וועט זיין דע בעסטע שידוך.........

קימענדיג פון דע בחורישע יארן האב איך געמיינט אלע פאנטאזיעס וועט ענדליך צושטאנד קימען, וויפיל איך האב געמיינט איך וועל זאט ווערן, בין איך איך געווארן אלץ מער און מער הינגעריג, איך בין ארום געגאנגען שיכור ארום געקיקט און געגליסט אויף איעדע גוף, איך האב אנגעהויבן ארבייטן א שטיק צייט נאך מיין חתונה.

אין דע זעלבע צייט, האט מען מיך שטענדיג געהעצט אקעגן מיין בני בית, היתכן זי קען נישט געבן גענוג קאמפלימענטס, איעדעס באזיך צי מיינע עלטערן איז מען געווען פארנימען זיך שישקענען מיט מיר אינטער איר ריקען מיינענדיג אז זי האלט נישט מיט, מיין גאנצע ריספעקט צי מיין ווייב איז געפאלן, איעדע באזוך צי מיינע עלטערן האט זיך גענדיגט מיט זיין ציקריגט מיט מיין בני בית, איך בין געווען צוריסן ציווישן 2 וועלטן.

נישט האבן'דיג דאס מינדעסטע אחריות, האב איך פארלוירן מיין שטעלע נאך אפאר חדשים, צייט איז ווידער געווארן מיין גרעסטע שונא, איך בין געזיצען כלו בבית דיפרעסט און אנגעזעצט, דעמאלסט האב איך דע ערשטע מאל געריפן א שמיציגע טעלעפאן ליניע, אינגאנצן ציטרייסלט אז איך האב דאס געקענט טוהן, האב איך געריפן מיין בני בית מיט א בהלה אז איך ווייס נישט וואס איז אריין אין מיר.

אבער מיין שכרות איז געווארן שטערקער און שטערקער, איך האב אנגעהויבן צי גיין דעמאלסט צי בתי ...., ביז איינמאל איז מיין בני בית אוועק געפארן פון שטאט פאר איין נאכט, בין איך געפלויגן מיט א טעקסי און געבעטן דעם דרייווער זאל מיך טראגן א פלאץ ווי איך קען האבן א ..., ליידער האב איך דעמאלסט דאס ערשטע מאל אנגעקימען צי דאס ערגסטע.......

מיין בני בית האט מיך גלייך חושד געווען אז איך האב געטוהן עפעס אויסטערליש, זי האט מיך געפארשט און געפארשט ביז איך האב מודה געווען וואס איך האב געטוהן, איך בין געווען זיכער אז זי גייט מיך איבערלאזן, אבער בחסדי השם האט זי מחליט געווען אז עס איז נאר איינמאליגע זאך און איך ברויך מיך נאר שטארקען אין אידישקייט.

פאר א שטיק צייט האב איך געציטערט צו טוהן עפעס, אבער נישט פאר לאנג, איך בין ליידער נאכאמאל אדורך געפאלען און זי איז נאכאמאל געוואור געווארן, ביז זי האט מחליט אז איך ברויך גיין צי הילף, עס איז נישט א פשוטע זאך (טאקע?).

איך האב אנגעהויבן צי גיין צי טערעפי, עפעס א שיסטער וואס האט סתם גענימען מיין געלט, וואס האט מיך געהאלטן אין די ראמען פאר נאך א קורצע וויילע.

געלט פאר טערעפי האבן מיר שוין נישט געהאט, דע מצב אינדערהיים האט זיך מער ווייניגער אפגעשטילט, אבער דער טראבעל מעקער דרך'ל האט געקאכט פון אינעווייניג.
דאס איז אלעס ביז 2 יאר נאך מיין חתונה.

פאר דע קימענדיגע 10 יאר בין איך געווען צירידערט, איך בין געווען צילאזט ממש נישט נארמאל, איך האב נישט געהאט קיין שום מאראלישקייט אין מיר, איך בין געווארן עדיקטעט צי איעדע זאך וואס נעמט מיך אוועק פון ריאליטעיט, בתי ...., אינטערנעט, ווידאו'ס-שמוציגע און סתם נישט ריינע, אלקאהל, בלעקבערי, טוויטער, פעיסבוק, איך האב זיך אויסגעשאלטערט פון מיין בני בית און די קינדער, נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט, איך בין געווען גערעגט א גאנצן טאג, אביוזד מיין ווייב און קינדער, ארום געגאנגן מרה שחורה, איך האב מיך געוואונטשען דאס טויט 1000'זענטער מאל.

איך האב שטענדיג געהאט טענות כלפי שמיא, איעדע זאך וואס איז נישט געגאנגען מיין וועג האב איך געשריגן צאפסט מיין בלוט אד"ג, איך בין געווען זיכער ביי מיר אז די סיבה פארוואס דער אייבישטער האלט מיך ביים לעבן, איז נאר מיך צי ברענגען מער און מער יסורים.

פארשטייט זיך אז אין די אלע שווערע זמנים בין איך כסדר געגאנגען פון איין טערעפיסט צום צווייטען, איעדעס מאל מען האט געטוישט טערעפיסט האב איך מיך געשוואורען אז יעצט איינמאל קימט דע ישועה און מען האט אנגעהויבן מיט א פרישקייט צי דינען דעם אייבירשטען, וואס דאס האט אויך געגעבן פרישע האפענונג פאר מיין בני בית ממשיך צו זיין אונזער לעבן.
אין די אלע שווערע זמנים האב איך פראבירט צי ווערן בעסער אין אידישקייט, אלע מינע קבלות טובות, צמצום אכילה, איך האב באמת געריסן שטיקער.

עס איז געווען אסאך זמנים וואס איך בין געווען ציגעבינדען צי תורה ותפילה מיט חברותות בבוקר ובערב, אדער עס האט נאר געהאלטן פאר א קורצע וויילע, אדער אז דע מינוט מיין חברותא איז נישט געקימען בין איך גראד געלאפן זינדיגען.

גלייבט מיר באמונה שלימה אז דאס איז געשריבען בקיצור ממש כדי צי האלטן מיין אנאנאמיטי.

בס"ד בין איך ענדליך אנגעקימען צי דע לייוו מיטינג, ווי איך האב מיך באקאנט געמאכט מיט מיין נייע משפחה, ברידער אחים לצרה, א מקום וואס האט אויפגעראכטן טויזענטער מענטשען פון א טאטאלע צוזאם בראך, א מקום וואס מען טרעפט דעם אייבירשטען אויף איעדען טריט און שריט.

ווען עס קימט אינטער א נסיון קען איך ריפן א ברידער 24 שעה א טאג, איך ברויך מיך נישט שעמען מיט מיין קראנקייט, אזוי אויך ברויך איך מיך נישט שעמן ארויס צו זאגן פינקטלעך מיין תאוה צי די פולסטע פרט, ווייל מען גייט מיך נישט דן זיין, איך בין מער נישט אליין!

ציביסלעך בויעט זיך אויף מיין זעלבסט ווירדע, איך הויב אן צי האבן מער געדולד צי מיין ווייב און קינדער, איך שמייכעל צי מענטשען, איך לאז זיך מער נישט טרעטן אויף מיר, איך הייב אן איינצוזעהן מיינע רעכטן, איך בין טאקע מתפלל צי הקב"ה איך זאל מצליח זיין צי קענען ענדליך "אנהייבן" מיין לעבן, זיין א געהעריגע מאן, טאטע, קינד, ארבייטער, מענטש. איך וועל ברויכן אסאך חיזוק אדורך צי מאכן די שווערע רייזע, אבער אם לא עכשיו אמתי.

טייערע חברים, אדורך ליינענדיג מיין לעבנס בייגראפיע וועט עטץ ענק זיכער אנשטויסען און פעלער ווי עטץ קענטס ענק זעהן אויף מיין פלאץ, בלייבט נישט זיצן פארגלייזט און קרעכטס מיט, טוהט צי די זאך, עס איז היינט דא א וועלט פון הילף, טערעפי, לייוו מיטינגס, לא ראו זה ראו כזה אבל הצד השוה שבהן דרכם ענק צי העלפן ארויס קריכען פון די ענינים.

וויסן זאלט עטץ אויב עטץ מיטשעסט ענק מיט הוז"ל און עטץ ווילטס גיין צו א טערעפיסט זאלט עטץ נאר גיין צי א "עדיקשאן טערעפיסט", א פשוטע טערעפיסט פארשטייט נישט צי די ענינים, יענער וועט סתם נעמען ענקער געלט און ענק פריבירען צי העלפן אבער וועט קיינמאל נישט צי קימען צי די ריכטיגע עצה, אזוי ווי עטץ וועטס נישט טראסטן דער דענטיסט צי מאכן אויף ענק א הארץ אפאריצע, אפילו ער וועט ענק צוזאגן אז ער פראקטאצירט מעדעצין, אזוי אויך איז דער כלל אין די וועלט פון טערעפי, איעדער האט זיין מומחיות וואס ער האט שטודירט, ליידער ליידער זענען זייער אסאך טערעפיסטען נישט ערליך און זיי ווערן פארבלענדעט פון די רייץ פון געלט.

אויב זענט עטץ אדורך א טראמא און ענקער לעבן, רעדטס ענק נישט איין אז גם זה יעבור, עטץ שלעפסט מיט ענק מיט א שווערע פעקל, דער פעקל ווערט נאר שווערער און שווערער, ענקערע ארימיגע ליידן פון ענק וכו' וכו'.

א טערעפיסט האט מיר אמאל געזאגט: למשל אז איינער איז א טרינקער עדיקט, וועט עס אויסקלאפן אויף די קינדער אויף 3 אופנים, איין קינד וועט ווערן עדיקטעד צי טרינקען, זייער פשוט ער איז אזוי געווארן אויפגעצויגן, איינער וועט אנטלויפן פון טרינקען ווי פין פייער, ער וויל נישט האבן אזא לעבן מער, איינער וועט ווערן א טערעפיסט צי העלפן מענטשען וואס האבן די פראבלעם, ווייל ער האט באקימען לעבן עקספיריענס וואס דאס מיינט.

דער סך הכל איז: א טראמא אין לעבן קלאפט אויס אויף איעדעם אויף א אנדערע וועג, מאכטס עס נישט אוועק ווייל אנשטאט עטץ זאלסט פטור ווערן דערפין שטיפט עטץ עס ארופ טיפער און טיפער און די תוצאות זענען שרעקעדיג, טוטס ענק אינדעטעפיצירען וואס עטץ זענטס, גייטס פאר הילף ביפאר עס איז שוין צו שפעט.

ווי עטץ זעטס האב איך שטארק ארויס געברענגט געוויסע דעטאלען פון מיין יוגנט, מיין אדורכגאנג איז אזוי שווארץ אז עטץ מיינטס אודאי אז איך בין אויפגעצויגן געווארן ציווישן חיות מטורפות, בין איך מודיע אז דאס איז נאר די חלק וואס האט מיך ציגעברענגט צי די אלע שלעכטע מעשים, דער חלק הטוב פון מיר, דאס ווארעמקייט צי אידישקייט, דע ריינע השקפה וכו' וכו' בין איך %100 שילדיג פאר מיינע עלטערן, זיי האבן באמת געוואלט איך זאל אויסוואקסען דאס בעסטע, און זיי האבן אריין געלייגט דאס מערסטע וויפיל זייערע כוחות האבן ערלויבט, איך בין נישט דא חלולה ארופ צורייסן מיינע חשובע עלטערן זז"ג אדער דער אמאליגע סיסטעם, זיי זענען באמת נישט שילדיג, מען האט אמאל נישט פארשטאנען צי דער נושא בכלל, מען האט ניטאמאל גערעדט דערפין, רוב פון אונזער דור זענען אייניקלעך פון מלחמה געליטענע, וואס זענען צוריק געקימען צובראכן און צושאסען אן קיים שום לחלוחות, א נס אז מען האט געוואלט בכלל ממשיך זיין מיטן לעבן, א חסד השם אז מען האט אונז איבער געלאזט גאוני וקדושי ארץ.

איך האב עס אויך געשריבען פארדעם אז קינדער ברויכן איבער דע מאס ליעבשאפט און אויפמערקזאמקייט פון זייערע עלטערן אויף איעדע טריט און שריט, וויפיל עטץ וועטס אריין לייגן וועט עטץ ארויס נעמען, אויב חלולה וועלן זיי עס נישט באקימען פון דע עלטערן וועלן זיי עס נעמן אויף א זייער נישט א געזונטע וועג ח"ו.

עס איז זייער א ווירקזאמער עצה כסדר ארופ צושרייבן די הרגשים, ווען מען נעמט זיך שרייבן הייבט עס אן ארויס צוקימען כמעיין המתגבר, ווען איך האב אנגעהויבן צי שרייבן מיין לעבן'ס בייאגראפיע, האב איך נישט געגלייבט וויפיל עס גייט ארויס קימען, שעות אויף שעות האב איך דאס געשריבען.

בדם לבבי שרייבט איך מיך דא אינטער,
ענקער ברידער - אח לצרה
דרך ממוצע
לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשע"ה 16:11 דורך דרך ממוצע.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 16:02 #241312

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
ממוצע איך האב נישט קיין ווערטער פאר דיר. דו ביסט גאר אסאך דורך. מען פילט מיט די ווייטאג. איך ווער נתפעל אז נאך אלעס ביסטו זיך מתחזק און דו ארבעטס אויף זיך צו היילן. יהא חלקי עמך.

דו ביסט מאריך אין די נסיונות וכשלונות, אבער דו פארציילסט נישט קלאר ווי דו שטייסט היינט. דאס איז א וויכטיגע נקודה אז אנדערע זאלן זיך לערנען.

הצלחה

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 16:07 #241314

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
לומד געשריבן:
ממוצע איך האב נישט קיין ווערטער פאר דיר. דו ביסט גאר אסאך דורך. מען פילט מיט די ווייטאג. איך ווער נתפעל אז נאך אלעס ביסטו זיך מתחזק און דו ארבעטס אויף זיך צו היילן. יהא חלקי עמך.

דו ביסט מאריך אין די נסיונות וכשלונות, אבער דו פארציילסט נישט קלאר ווי דו שטייסט היינט. דאס איז א וויכטיגע נקודה אז אנדערע זאלן זיך לערנען.

הצלחה

איך האב הערשט יעצט אנגעהויבן מיין רייזע, 81 טאג דערווייל

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 16:09 #241315

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
וואס העלפט דיר צו די זיך צו האלטן ריין? איז דאס די ערשטע מאל וואס דו האסט אזא לאנגע שטרעקע? און וויאזוי האט עס געהאט אן השפעה לטובה אויף אנדערע חלקים פון די לעבן בגשמיות וברוחניות?

ענטפער נאר וואס דו פילסט דיך באקוועם.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 16:18 #241316

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
איך האב שוין מן הסתם געהאט מער ריינע טעג, אבער עס איז נישט קיין פארגלייך, איך שלאג זיך מער נישט, דער אייבישטער שלאגט זיך פאר מיר, לייו מיטינגס, מעמבערס,
אזוי ווי עס איז נאר דער אנהייב, איז שווער צו זאגן די רעזולטאטען ברחניות ובגשמיות
מיין איינציגסטע ארבייט איז צי זיין ריין. ריין נאכאמאל ריין.
איך ארבייט יעצט אויף מיין גשמיות און רחניות זייער שטאטע טריט, אזוי ווי שוין דערמאנט אויבן.
לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשע"ה 16:20 דורך דרך ממוצע.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 16:29 #241318

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דיין נאמען פאסט נישט אויף דיין יעצטיגע מצב!!

די רמב"ם זאגט (איך געדענק נישט וואו, ערגעץ אין ספר המדע) אז געווענטליך ברויך א מענטש גיין בדרך הממוצע, אבער אויב ער איז דורכגעפאלן זאל ער גיין צו אן עקסטרעם אז ער זאל קענען באלאנסירן זיין מצב. ער ברענגט א משל פון א בוים וואס וואקסט קרום און מען וויל עס מאכן גראד, בייגט מען עס צו דער פארקערטע זיין אז מיט די צייט וועט עס ווערן גראד.

סתם א ווערטל.
לעצט פארראכטן: כ"ו תמוז התשע"ה 16:30 דורך לומד.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ו תמוז התשע"ה 16:34 #241319

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
דרך דרך, דו ביסט אונז טאקע א מורה דרך!!!
נישטא קיין ווערטער! נישטא קיין ווערטער!
וויפל איין נשמה'לע קען מיט מאכן!

דיינע גאלדענע מדות ווערן געזען צווישן די ווערטער.

מ'קען נאך מרחיב און מאריך זיין, עוד חזון.
מיר דארפן זיך לערנערן פון דיר! גדול זכותך.
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 09:57 #241331

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
די אויגן זענען נאס....
איך שטיי אן לשון!!!
צו זעה איך גוט????

ס'קוקט אביסל אויס אז די ביזט מיין ברודער.....!!!!??????!!!!!
אבער דריי זאכן שטימען נישט.. במילא מוז זיין אז די ביזט נישט!!!

אבער איך דערמאן זיך זכרונות וואס איך האב שוין לאנג לאנג פארגעסן....נישט ווייל ס'האט נישט וויי געטוהן... נאר צרות אחרונות משכחות את הראשונות

יישר כח פארן שרייבן,

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 11:15 #241333

  • היום היום
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 225
  • האט שוין געלייקט: 5 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל
ייש"כ דרך ממוצע,
איך בין זיכער דאס האט גענומען א שטיק צייט אפשרייבען אזא לאנגע פאוסט,
סאיז מתוק מדבש,
די פראגרעם ארבעט אין יעדע מצב וואס זאל נאר זיין, נישט קיין חילוק ווי טיף אראפ מגייט, איז דא א וועג צוה א נארמאלע צופרידענע לעבן,
ייש"כ

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 12:38 #241335

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
היום היום געשריבן:
ייש"כ דרך ממוצע,
איך בין זיכער דאס האט גענומען א שטיק צייט אפשרייבען אזא לאנגע פאוסט,
סאיז מתוק מדבש,
די פראגרעם ארבעט אין יעדע מצב וואס זאל נאר זיין, נישט קיין חילוק ווי טיף אראפ מגייט, איז דא א וועג צוה א נארמאלע צופרידענע לעבן,
ייש"כ

ישר כח פאר איעדעם'ס חיזוק
עס האט מיר גענימען אפאר טעג דאס ארופ צי שרייבן, איך בין געווען צירידערט דערפין, דע גאנצע טראמא איז ארויס געקימען.......
עס וועט מיר זיין א גרויס חיזוק איעדעם'ס ענטפער
לעצט פארראכטן: כ"ז תמוז התשע"ה 12:38 דורך דרך ממוצע.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 12:56 #241336

  • מגסבמס
  • איצטיגע שטרעקע: 90 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 271
  • האט שוין געלייקט: 98 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל
עס איז שווער צי ליינען די יסורים אין צער וואס די ביסט אריבער.

די ביסט א גבור חיל ! נאך אזעלכע מיטמאכנעשען זיך צי שטארקען, עס מאנט פין אינז אלע א שטערקערע קאמיטמענט !

בדרך אגב עס איז אויסטערליש צי זעהן ווי ווייט פאהראויס אינזער חינוך סיסטעם האט זיך געריקט אין לעצטיגע 10-15 יאר, דיינע מיטמאכעניש אין ישבה ליינט זיך בארבאריש, האנט זענען ב"ה די ישיבות אסאך מער וואך אין אויפען צי פראבלעמען פיעם יוגנד - בפרט אין עניני קדושה.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 13:01 #241337

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
באקאנט די מעשה וואס די וועלט דערציילט, מסתמא בשם צדיקים, מיט א איד וואס איז געגאנגען אויפן וועג, און אינמיטן וועג האט זיך אפגעשטעלט לעבן אים די וואגן פון דער פריץ. דער פריץ ריפט דעם איד זאל צוקומען צו אים און גיט אים א שמאס מיט זיין ביטש, איינס און נאך איינס און נאך איינס, נאך און נאך, ביז ער האט אים אפגעשלאגן מיט 20 מלקות.
דער פריץ פארט זיך ווייטער מלא שמחה אז ער האט געשלאגן א איד, און דער איד גייט זיך ווייטער פאבלוטיגט און פארווייטאגט.
ווי דער פריץ קומט אן אהיים, דערציילט פאר די פריצ'טע אלעס וואס האט פאסירט. זי האט רחמנות געהאט אויף דעם איד און אים געשיקט ריפן. ווער ער איז געקומען פרעגט זי אים וויפל פעטש האט ער געכאפט. זאגט ער, צוואנציג. נעמט זי ארויס פון איר טאשקע 20 גאלדענע רענדלעך און זי גיט אים.
דער איד איז אוועק פון דארט, מיט א זויערע פנים. פרעגט זי אים, וואס ביסטו אזוי טרויעריג, האסט דאך באקומען אזויפיל געלט. זאגט דער איד: יא, אבער אשאד ער האט מיר נישט געשלאגן מער, ווען ער שלאגט מיט 50 קלעפ וואלט איך באקומען 50 גאלדענע רענדלעך.
די לימוד פון די מעשה איז אויף די אמונה וואס מ'דארף האבן אז אויף יעדע צרה, יעדע עגמת נפש, יעדע מיטמאכעניש וואס מ'האט אויף דעם עולם, וועט באקומען טייער באצאלט אויף יענעם עולם, ביז דער מענטשט וועט זאגן, אוי אשאד איך האב נישט געליטן נאך אביסל אין עולם הזה...

יעצט, צו דיר, טייערע בן עליה, אויסגעלאטערטע נשמה, אונזער באליבטע חבר, דרך ממוצע שליט"א

לויט ווי דו שרייבסט - און מ'זעט קלאר אז וויפל דו האסט געשריבן, האסטו נאך מער באהאלטן, מגלה טפח ומכסה טפחיים - ביסטו דורך אין דיין לעבן אסאך אסאך אסאך שווערעקייטן, נישט גרינגע זמנים - מיט אן איידל לשון. ס'איז א געוואלדיגע חסד ה', ממש א נס למעלה מדרך הטבע, אז דו ביסט היינט אזוי פריינטליך צו מענטשטן, ס'איז אזוי גישמאק רעדן מיט דיר. מאכסט א רושם פון א קלארע אפענע קאפ, א ב'חן'ט קינד.

מיר גלייבן באמונה שלימה ופשוטה, אז יעדע צער וואס דו האסט געהאט, יעדע שווערעקייט, יעדע אום-באקוועמקייט, יעדע זאך וואס דו האסט מיטגעמאכט, און ווער רעדט - יעדע טרער, יעדע וויין, אלעס איז בחשבון מדוקדק, גארנישט גארנישט ווערט נישט פארלוירן, און אויף אלעס, אויף יעדע קליינעקייט, וועסטו באקומען פילע פילע אוצרות פון שכר, פון תענוג עליון ונשגב וואס מיר - פליישיגע מענטשטן - קענען זיך בכלל נישט פארשטעלן, מ'קען עס נישט משיג זיין! דו וועסט דעמאלטס אראפ קוקן אויף דעם עולם און לאכן אויף די אלע צרה'לעך, וואס דעמאלטס וועסטו זעהן ווי אלעס איז געווען א טובה און א תיקון פאר דיר.
אבער, אונז בעטן "הראנו ה' חסדך", מיר ווילן זעהן די חסדים מיט די אויגן נאך אויף דעם עולם. און דו האסט טאקע זוכה געווען דערצו!! אונזער גרויסער טאטע, אבינו אב הרחמן, האט דיר ליכטיג גימאכט די אויגן און דיר ארויף געברנעט אויף דרך המלך פון די מיטיניגס, וואס ווי דו דערציילטס איז עס פאר דיר א געוואלדיגע ישועה און א הילף.
דער אייבישטער זאל דיר ווייטער באגלייטן מיט רחמים און חסדים נגלים, ס'זאל קומען אויף דיר נאר גוטע זיסע ליכטיגע טעג, ס'זאל מאכן פארגעסן אלע שווערע זמנים. אורה ושמחה וששון ויקר.
חזק ואמץ, ה' עמך גבור החיל!
דו ביסט פאר אונז אלע א מוסטער, א וועג ווייזער!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 13:17 #241338

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
איך האב יעצט געליינט נאך אמאל די גאנצע מגילה דיינע. מגילת ממוצע.
וואס זאל איך זאגן...
אויב וואלט איך געווען א רבי פון א געוויסטע גזע, וואלט איך געזאגט: ווער ס'האט ריינע אויגן קען זעהן אז ס'איז נישט געשריבן געווארן מיט טינט נאר מיט בליט!

אותיות של אש!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 15:06 #241340

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
הרב דרך ממוצע שליט"א, איך האב זיך איינגעהאלטן פון מגיב זיין ווייל ס'האט מיר אנגעהויבן צו דרייען די קישקע ביז גאר פון די אלע מיטמאכענישן וואס דו/איך/אונז אלע זענען אדורך, דו האסט דא אויפגעמעכט פארהוילענע וואונדען וואס מיר באהאלטען און פארשפארן שוין צענדליגע יארן (דאס איז די ארבעט פון טעראפיסטן), דיינע ליידען האט מיר גערירט ביז גאר, אבער ווי ידידי הרב משכני שי' האט געשריבן זענען מיר מאמינים בני מאמינים אז אלעס ביז צו די נקודה קטנה איז בהשגחתו יתברך שמו און מיר זענען זיך נישט מתרעם ועל כל גל וגל נעניתי לו בראשי.

בחסדי השם ביסטו אנגעקומען אהער און אויך צו די ריכטיגע הילף און שים בטחונך בו ית' אז מיט די אמת'ע רצון זיך צו היילן וועט ער דיר געבן די כוחות צו ווערן אינגאצען ריין און געהיילט.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 15:14 #241341

  • בעלמאנט
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 136
  • האט שוין געלייקט: 101 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל
משכני אחריך געשריבן:
באקאנט די מעשה וואס די וועלט דערציילט, מסתמא בשם צדיקים, מיט א איד וואס איז געגאנגען אויפן וועג, און אינמיטן וועג האט זיך אפגעשטעלט לעבן אים די וואגן פון דער פריץ. דער פריץ ריפט דעם איד זאל צוקומען צו אים און גיט אים א שמאס מיט זיין ביטש, איינס און נאך איינס און נאך איינס, נאך און נאך, ביז ער האט אים אפגעשלאגן מיט 20 מלקות.
דער פריץ פארט זיך ווייטער מלא שמחה אז ער האט געשלאגן א איד, און דער איד גייט זיך ווייטער פאבלוטיגט און פארווייטאגט.
ווי דער פריץ קומט אן אהיים, דערציילט פאר די פריצ'טע אלעס וואס האט פאסירט. זי האט רחמנות געהאט אויף דעם איד און אים געשיקט ריפן. ווער ער איז געקומען פרעגט זי אים וויפל פעטש האט ער געכאפט. זאגט ער, צוואנציג. נעמט זי ארויס פון איר טאשקע 20 גאלדענע רענדלעך און זי גיט אים.
דער איד איז אוועק פון דארט, מיט א זויערע פנים. פרעגט זי אים, וואס ביסטו אזוי טרויעריג, האסט דאך באקומען אזויפיל געלט. זאגט דער איד: יא, אבער אשאד ער האט מיר נישט געשלאגן מער, ווען ער שלאגט מיט 50 קלעפ וואלט איך באקומען 50 גאלדענע רענדלעך.
די לימוד פון די מעשה איז אויף די אמונה וואס מ'דארף האבן אז אויף יעדע צרה, יעדע עגמת נפש, יעדע מיטמאכעניש וואס מ'האט אויף דעם עולם, וועט באקומען טייער באצאלט אויף יענעם עולם, ביז דער מענטשט וועט זאגן, אוי אשאד איך האב נישט געליטן נאך אביסל אין עולם הזה...

יעצט, צו דיר, טייערע בן עליה, אויסגעלאטערטע נשמה, אונזער באליבטע חבר, דרך ממוצע שליט"א

לויט ווי דו שרייבסט - און מ'זעט קלאר אז וויפל דו האסט געשריבן, האסטו נאך מער באהאלטן, מגלה טפח ומכסה טפחיים - ביסטו דורך אין דיין לעבן אסאך אסאך אסאך שווערעקייטן, נישט גרינגע זמנים - מיט אן איידל לשון. ס'איז א געוואלדיגע חסד ה', ממש א נס למעלה מדרך הטבע, אז דו ביסט היינט אזוי פריינטליך צו מענטשטן, ס'איז אזוי גישמאק רעדן מיט דיר. מאכסט א רושם פון א קלארע אפענע קאפ, א ב'חן'ט קינד.

מיר גלייבן באמונה שלימה ופשוטה, אז יעדע צער וואס דו האסט געהאט, יעדע שווערעקייט, יעדע אום-באקוועמקייט, יעדע זאך וואס דו האסט מיטגעמאכט, און ווער רעדט - יעדע טרער, יעדע וויין, אלעס איז בחשבון מדוקדק, גארנישט גארנישט ווערט נישט פארלוירן, און אויף אלעס, אויף יעדע קליינעקייט, וועסטו באקומען פילע פילע אוצרות פון שכר, פון תענוג עליון ונשגב וואס מיר - פליישיגע מענטשטן - קענען זיך בכלל נישט פארשטעלן, מ'קען עס נישט משיג זיין! דו וועסט דעמאלטס אראפ קוקן אויף דעם עולם און לאכן אויף די אלע צרה'לעך, וואס דעמאלטס וועסטו זעהן ווי אלעס איז געווען א טובה און א תיקון פאר דיר.
אבער, אונז בעטן "הראנו ה' חסדך", מיר ווילן זעהן די חסדים מיט די אויגן נאך אויף דעם עולם. און דו האסט טאקע זוכה געווען דערצו!! אונזער גרויסער טאטע, אבינו אב הרחמן, האט דיר ליכטיג גימאכט די אויגן און דיר ארויף געברנעט אויף דרך המלך פון די מיטיניגס, וואס ווי דו דערציילטס איז עס פאר דיר א געוואלדיגע ישועה און א הילף.
דער אייבישטער זאל דיר ווייטער באגלייטן מיט רחמים און חסדים נגלים, ס'זאל קומען אויף דיר נאר גוטע זיסע ליכטיגע טעג, ס'זאל מאכן פארגעסן אלע שווערע זמנים. אורה ושמחה וששון ויקר.
חזק ואמץ, ה' עמך גבור החיל!
דו ביסט פאר אונז אלע א מוסטער, א וועג ווייזער!


ידי"נ הרב משכני שליט"א, דו דערמאנסט מיר עפעס, געווען א איד אין ירושלים עיה"ק ביים נאמען פון ר' משה הערש האפפמאן ז"ל אן אונגארישער סאטמאר חסיד, דער גרינדער פון "הופמן טורס", ער פלעגט זיך פראבירן אויסמיידן פוןם רעדן זייער טמא'נע שפראך (עברית בלע"ז) אז ער האט געוואלט זאגן פאר'ן נהג = דרייווער אז ער זאל זיך אויסדרייען און פארן אויפן פארקערטן ריכטונג [תסתובב ותסע לכיוון ההוא] האט ער געזאגט "תתהפך ותסע אדרבה" שיס דעם פייל צוריק וד"ל.
רבש"ע זיי בעסער צופרידן לייז אונז אויס אלס אידן ווי איידער אלס גוים חלילה. ר"ר בונים מ'פרשיסחא זי"ע
לעצט פארראכטן: כ"ז תמוז התשע"ה 15:14 דורך בעלמאנט.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 15:34 #241342

  • דרך ממוצע
  • איצטיגע שטרעקע: 1385 טעג
  • OFFLINE
  • עלטערער מעמבער
  • מעלדונגען: 122
  • האט שוין געלייקט: 50 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 216 מאל
גלייבט מיר, וויפיל חיזוק איך באקים פון איעדן'ס תגובה, זענען יעצט דע וואונדען זייער אפען.
איך בין יעצט זייער דיפרעסט, וואס דאס איז א סכנה גדולה פאר מיר, מיין אדיקשאן לעבט פון דעם.
איך קען אדורך פאלען איעדע מינוט......................

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 15:38 #241343

  • לומד
  • איצטיגע שטרעקע: 742 טעג
  • OFFLINE
  • Platinum Boarder
  • מעלדונגען: 1022
  • האט שוין געלייקט: 4311 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
דרך ממוצע חיזקו ואימצו. דו ביסט ב"ה אויף די ריכטיגע וועג. שטארק דיך. אונז זענען מתפלל ארן רבש"ע פאר דרך ממוצע בן היט דיינע אויגן אז ער זאל זיך מתגבר זיין אויף די נסיון יעצט.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 16:45 #241347

  • משכני אחריך
  • OFFLINE
  • גאלדענער מעמבער
  • מעלדונגען: 804
  • האט שוין געלייקט: 208 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל
דרך ממוצע געשריבן:
גלייבט מיר, וויפיל חיזוק איך באקים פון איעדן'ס תגובה, זענען יעצט דע וואונדען זייער אפען.
איך בין יעצט זייער דיפרעסט, וואס דאס איז א סכנה גדולה פאר מיר, מיין אדיקשאן לעבט פון דעם.
איך קען אדורך פאלען איעדע מינוט......................


העלא העלא
רבינו דרך! אל תפתח פה לשטן...
שריי אויס בקול גדול:
בעזר ה' ב"ה גיי איך בלייבן ריין!
מיין טעגליכע תפילה: טאטע אין הימל, מיין טאטע וואס האט מיר ליב אין יעדע מצב. דו, און נאר דו, נאך בעסער פון מיר אליין, ווייסט ווי שוואך איך בין. מיין הארץ איז שוין פארשטאפט און קאלט, פארפרוירן, אן קיין שום געפיל. אבער טיף טיף איז דא א פארווייטאגט הארץ, א ברענעדיגע הארץ, וואס וויל זיין וואויל און ריין, ליכטיג און טייער. א הארץ וואס וויינט און בענקט כסדר זיין נאנט צו דיר. קיינער ווייסט דאס נישט, טאטע, נאר דו אליין דער בוחן כליות ולב.
טאטע, אויך היינט בין איך זייער שוואך ביי מיר. טאטע, איך ווייס ביי מיר קלאר אז איך אליין קען "גארנישט" טוהן. איך בעט דיר טאטע מיט טרערן וואס קיינער זעט נישט, "אנא ה' הושיעא נא", העלף מיר, איך בין דאך דיין באליבטער קינד, קיינער קען מיר נישט העלפן, נאר דו, בלתך אין להושיע. איך האב נישט קיין טראפ כח, האלט מיר דו ריין "נאר אויף היינט". טאטע, וואס בעט אין שוין, "איין ריינע טאג", העלף מיר...
לעצט פארראכטן: כ"ז תמוז התשע"ה 16:47 דורך משכני אחריך.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 17:59 #241350

  • מלחמת חיים
  • איצטיגע שטרעקע: 257 טעג
  • OFFLINE
  • פארבאטן
  • מעלדונגען: 111
  • האט שוין געלייקט: 46 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל
אוי אוי אוי, איך האב געליינט דיין באשרייבונג, עס האט מיר געדויערט שעות זיך צו בארוהיגן, אוי באשעפער וויפיל קען איין נשמה מיטמאכן.

איך האב אפאר מאל געטראכט אז דו שרייבסט פון מיר, די אלע טעראפעסטן וואס האבן אויפגעגעסן מיין געלט און מיך נאר געמאכט מער טיפער אין מיין פראבלעם. די אלע שוועריקייטן וואס איך בין אדורך אין די יונגע יארן פון מיינע עלטערן און מלמדים וואס איך האב נישט געזעהן פון זיי קיינמאל קיין שום געפיהל, נאר ווי מען קען מיר מער צוקוועטשן, אוי אוי אוי.

אבער איין זאך בין איך זיכער אזוי ווי משכינו און אלע האבן געשריבן, עס איז נישט דא איינער וואס האט אונז נאך אזוי ליב ווי אונזער טאטע אין הימל, און אויב ער האט אויסגעוועלט פאר אונז אזא מין שווערע ווייטאגליכע שליחות, בין איך זיכער אז ער ווארט אונז אפ, מיט הויפענעס גוטע זאכן וואס "עין לא ראתה אלקים זולתיך" מיר קענען זיך גארנישט פארשטעלן די שכר פון די גיבורי כח עושה דברו, פון דא אונזער קהילה פון GYE יעדע ריר וואס מען הייבט זיך וולעכע שמחה מיר זענען גורם אין אלע וועלטן.

רבותי לאמיר זיך שטארקן און מחזק זיין צוזאמען, די גאנצע וועלט שטייט אויף אונזער עבודה.

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 18:49 #241352

  • אש קודש
  • איצטיגע שטרעקע: 15 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 65
  • האט שוין געלייקט: 78 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל
טייערע ברודער דרך,
מיין הארץ גייט אויס פאר דיר. דיין טרעיד האט מיר געקאסט צוויי טרערלעך..
פון די אנדערע זייט בין איך גאר פרייליך פאר דיר אז די גייסט צו מיטינגס..
איעדע מינדעסטע צער און עגמות נפש וואס מגייט אדורך איז נישט משיג צו זיין וואס דאס מיינט אויבן אין הימל.
טייערע ברודער, קי"פ א"ן..
איך פלאן בעזר השם בקרוב אנצופאנגען די מיטינגס, ביזדערווייל בין איך בעמק התחתון..
איך ווייס נישט ווי די וואוינסט, אבער קען זיין איך וועל דיר נאך טרעפן אין די קימענדיגע טעג..

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ז תמוז התשע"ה 18:57 #241354

  • בשמחה תמיד
  • איצטיגע שטרעקע: 277 טעג
  • OFFLINE
  • א
  • מעלדונגען: 3825
  • האט שוין געלייקט: 7 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 237 מאל
דרך ממוצע געשריבן:
גלייבט מיר, וויפיל חיזוק איך באקים פון איעדן'ס תגובה, זענען יעצט דע וואונדען זייער אפען.
איך בין יעצט זייער דיפרעסט, וואס דאס איז א סכנה גדולה פאר מיר, מיין אדיקשאן לעבט פון דעם.
איך קען אדורך פאלען איעדע מינוט......................


אויב קענסטו אדורכפאלן יעדע מינוט... דאן ארבעט איין מינוט אויפאמאל!!!
חזק ונתחזק

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ח תמוז התשע"ה 05:15 #241365

  • חיימקה
  • איצטיגע שטרעקע: 89 טעג
  • OFFLINE
  • אקטיווער חבר
  • מעלדונגען: 92
  • האט שוין געלייקט: 8 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל
דרך טייערע

איך האב שוין געליינט דיין באשרייבונג אפאר מאהל

איך האב פשוט נישט קיין ווערטער , מיין הארץ האט זיך פשוט אינגאנצען
צעבראכען ,וויפיל קען א בשר ודם מיט מאכען אין שלעפען דאס אויפן הארץ
אזוי פיל יארען .....

אבער איך בען זיכער אז יעצט וועט דיר זיין אסאך לייכטער אויפען ווי די גמ' זאגט
דאגה בלב איש ישיחנה אין רש''י לייג צו "ישיחנה לאחרים"

די ביסט פשוט א גבור !

יעצט קיק פאראויס "קיק נישט אויף צעריק" !!

ווי האט הרב משכינו געשריבען
מיר גלייבן באמונה שלימה ופשוטה, אז יעדע צער וואס דו האסט געהאט, יעדע שווערעקייט, יעדע אום-באקוועמקייט, יעדע זאך וואס דו האסט מיטגעמאכט, און ווער רעדט - יעדע טרער, יעדע וויין, אלעס איז בחשבון מדוקדק,גארנישט גארנישט ווערט נישט פארלוירן,

אין דאס וועט דיר טאקע שטיין לזכות
אין מיר אלע זענען דא כדאי דיר צי העלפען אין אזוי אויך ווערען געהאלפען

זאל דיר די באשעפער שענקען מיט שטארקע כוחות אין וועסט קענען שטייגען מעלה מעלה בעז''ה

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ח תמוז התשע"ה 09:57 #241373

  • קטן שנולד
  • OFFLINE
  • מעמבער מומחה
  • מעלדונגען: 620
  • האט שוין געלייקט: 636 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 630 מאל
צדיק אהוב ונחמד הרב דרך ממוצע,

איך האב געליינט וואס דו שרייבסט מיט טרערן אין די אויגן. און פון די אנדערע זייט ווער איך נתפעל פון דיין שטארקייט.

א צווייטער אין דיין מצב וואלט שוין געקענט אויפגעבן 1000 מאל און זיין גערעכט מיט דעם! מיט אמת'ע תירוצים.

אבער, דו האסט גענומען די שטארקייט אוועקצולייגן אלע תירוצים אין א זייט, און צו טוהן דאס וואס וועט דיר ברענגן א לעכטיגע לעבן בעזר השם!

נאר דו וועסט פארדינען פון דעם! און דו האטס די מעגליכקייט אנצוקומען!

דער אייבערשטער זאל שטיין צו דיין רעכטע האנט במשך דיינע אלע שוועריקייטן, ס'גייט זיין שווער, איך וואונטש דיר אז דו זאלסט האבן כח צו ביישטיין די שוועריקייטן! און צוזאמען מיט די שוועריקייטן קומט מיט א טיפע אינערליכע צופרידנקייט.
.
.

רבותי, איך גיב אויף! איך האב איינגעזעהן אז איך קען נישט. דאס איז די מציאות. איך מוז מודה זיין על האמת. 

מיין אימעיל אדרעס: anewperson15@gmail.com

ענטפער: דרך ממוצע דערציילט........ כ"ח תמוז התשע"ה 19:29 #241384

  • כי טוב
  • איצטיגע שטרעקע: 5 טעג
  • OFFLINE
  • חבר מומחה
  • מעלדונגען: 391
  • האט שוין געלייקט: 54 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל
שלום עליכם, ליבער ברידער ''דרך ממוצע''. איך פריי מיך זייער אז די ביסט אריין געקומען אין אונזער משפחה. עס איז א כבוד און א זכיה פאר די גאנצע משפחת הד''א דיך צו האבן דא מיט אונז.

איך דערמאן זיך א ווערטל. מיין קליינע ניס פון 5 יאר אלט האט איין מאל ווען איר ניי געבוירענע שווסטער האט יאמערלעך געוויינט צו איר געזאגט, דארפסט נישט וויינען חוה ביסט אריין געקומען אין א גוטע משפחה.
דרך טייערער דארפסט נישט וויינען ביסט אריין געקומען אין א גוטע משפחה.

דער בית אברהם טיישט מען זאגט ביי די הגדה ''ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו''. ווען א איד זאגט צום רבנו של עולם, טאטע. ועכשיו פון יעצט פון די רגע וויל איך זיין גוט, וואס איז געווען איז געווען. קרבנו המקום לעבודתו ווערט ער גלייך נאנט צום אויבערשטן.

הצלחה רבה. און כל טוב.
לעצט פארראכטן: כ"ח תמוז התשע"ה 19:31 דורך כי טוב.
צייט צו מאכן א בלאט: 1.00 סעקונדעס